לקוטים וענינים לשבת שובה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

לקוטים וענינים לשבת שובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שובה ישראל עד ה' אלקיך (הושע י"ד) דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה (פ"ב ה"ב) אז תשובה מיינט דער זינדיגער זאל פארלאזען זיין זונד, נישט טראכטין מער פון עבירות, ער זאל ביי זיך אפמאכען אין הארץ אז ער וועט שוין מער נישט טוהן קיין עבירות, ער זאל חרטה האבין אויף די עבירות דער אויבערשטער זאל [קענען] עדות זאגען אויף אים אז ער וועט שוין נישט מער צוריקקערין צו דעם זינד אויף אייביג.
דאס איז מרומז אין פסוק שובה ישראל טוה תשובה יודען , עֵד ה' אלקיך אזוי שטארק און אזוי אמתדיג אז עֵד ה' אלקיך דער אויבערשטער זאל קענען זאגען עדות אויף דיר אז די וועסט שוין קיינמאהל נישט צוריקקערין צו דעם זונד
(לפי הבני יששכר חודש תשרי מאמר ד' גדולה תשובה אות ט"ז)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שבת שובה ליינט מען געווענליך פרשת האזינו, וואס האט א שייכות מיט די צייט. דער סימן פאר די שבעה קרואים איז "הזיו לך". ה'אזינו, ז'כור, י'רכיבהו, ו'ירא, ל'ולא, כ'י ידין.
דער ה' איז א רמז קעגן די חמשה קרואים וואס מען ליינט אין ראש השנה. ז' קעגן די זיבן קרואים וואס מען ליינט ווען ראש השנה פאלט אויס אין שבת. י' קעגן די עשרת ימי תשובה. ו' קעגן די זעקס קרואים וואס מען רופט אויף אין יום כיפור. ל' קעגן די דרייסיג תקיעות פון ראש השנה.
(מטה משה)

א רמז אויף די ווערטער "הזיו לך" וואס זענען די ראשי תיבות פון די שבעה קרואים אין פרשת האזינו, קען מען זאגן: "הזיו",מיינט מען די שיין פון דעם צלם אלוקים וואס לייכט אין יעדן איד אין די הייליגע טעג. דאס איז דער רמז "הזיו לך", די שיין פון דעם אויבערשטן כביכול קומט צו די אידן, און אזוי ווערט צוגעבונרן דער שורש נשמה פון יעדן איד צו דעם אויבערשטן, ווי די ספרים הקדושים זאגן אז אין פרשת האזינו איז מרומז דער שורש נשמה פון יעדן איד מיט אלע זיינע פאסירונגען.(עיין יומא דף פ"ג)
(מאור עינים)

דער שבת צווישען ראש השנה און יום כיפור ווערט אהנגעריפען "שבת שובה" ווייל מ'זאגט אין דעם שבת די הפטורה פון שובה ישראל: מ'ריפט עס אויך "שבת תשובה" ווייל דאס איז צווישען די תשובה טעג.

עס איז א מנהג און אלע אידעשע קהילות אז דער רב זאגט א דרשה מעורר צו זיין אידן תשובה צו טוהן און ספיציעהל שבת ווייל שבת רוהט דער מענטש האט ער צייט איבער צו טראכטען זיינע מעשים א שיינע רמז שטייט אין הייליגען באר מים חיים שב"ת איז דער ראשי תיבות פון שבת בו תשוב און אין שבת זאלסטו תשובה טוהן.

נאך א טעם פארוואס דער רב דרש'נט איז ווייל די גמרא זאגט בשעת א חכם דרש'נט איז דער אויבערשטער מוחל די עבירות פון די אידן.

שובה ישראל עד ה' אלוקיך קוק ווי גרויס איז דער כח פון תשובה עס שטייט עד ה' אלוקיך אויב וועסטו תשובה טוהן וועט דיין תשובה ארויף גיין ביז צום כסא הכבוד עד ה' אלוקיך. קחו עמכם דברים נעמט-מיט די הייליגע ווערטער מיט זיך אויף א גאנץ יאהר ושובו אל ה' וועסטו אלעמאהל אינזין האבען תשובה צו טוהן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס איז א מנהג ישראל צו גיין שבת שובה, צו הערן פון א חכם א דרשה, מעורר צו זיין לתשובה און צו הערן הלכה ודברי תורה.

עס שטייט אין בני יששכר, אז דער טעם פארוואס מען גייט הערן א דרשה איז, ווייל עס שטייט אין מדרש אז בשעת א חכם דרש'ענט איז דער אייבערשטער מוחל די עבירות פון כלל ישראל.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

שובה ישראל עד ה' אלקיך
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גבאי ביהמד האט געשריבן:שובה ישראל עד ה' אלקיך
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

זיידעניו האט געשריבן:
עס איז א מנהג און אלע אידעשע קהילות אז דער רב זאגט א דרשה מעורר צו זיין אידן תשובה צו טוהן און ספיציעהל שבת ווייל שבת רוהט דער מענטש האט ער צייט איבער צו טראכטען זיינע מעשים א שיינע רמז שטייט אין הייליגען באר מים חיים שב"ת איז דער ראשי תיבות פון שבת בו תשוב און אין שבת זאלסטו תשובה טוהן.

נאך א טעם פארוואס דער רב דרש'נט איז ווייל די גמרא זאגט בשעת א חכם דרש'נט איז דער אויבערשטער מוחל די עבירות פון די אידן.

שובה ישראל עד ה' אלוקיך קוק ווי גרויס איז דער כח פון תשובה עס שטייט עד ה' אלוקיך אויב וועסטו תשובה טוהן וועט דיין תשובה ארויף גיין ביז צום כסא הכבוד עד ה' אלוקיך. קחו עמכם דברים נעמט-מיט די הייליגע ווערטער מיט זיך אויף א גאנץ יאהר ושובו אל ה' וועסטו אלעמאהל אינזין האבען תשובה צו טוהן.
עס איז נישט קיין גמרא עס איז א מדרש
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”