משלים אויף די ימים הנוראים

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

משלים אויף די ימים הנוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דרוש לראש השנה שחל בשבת
משל ונמשל מספר הקדוש "ערבי נחל"

שטייט אין פרשת אמור "בחודש השביעי באחד לחודש יהיה לכם שבתון זכרון תרועה מקרא קודש יהיה לכם כל מלאכת עבודה לא תעשו". די גמרא דרשנ'ט אז דאס גייט ארויף אויף שבת ווען מען בלאזט נישט קיין שופר, נאר עס איז "זכרון" תרועה.
פרעגען די מפורשים אויב אזוי וואס דארף שטיין "כל מלאכת עבודה לא תעשו" מ'טאר סיי ווי נישט טוהן א מלאכה, ווייל מ'רעדט דאך דא פון שבת וואס מ'טאר נישט טוהן קיין מלאכה.
זאגט דער ערבי נחל בדרך מוסר מיט א משל פון א גרויסע קעניג וואס האט איינגענומען א אנדערע שטאט ווייט פון זיין שטאט און ער האט זיך באקאנט געמאכט מיט א גרויסע עושר, און האט אנגעפאנגען צו מאכען מיט אים געשעפטען, אויך די הערן האבען אנגעפאנגען צו מאכען געשעפטען מיט אים, און מ'האט געשטעלט א ממונה אויף אים וואס זאל אכטונג געבען אויף אים, ער האט אבער אויך אנגעגרייט א מענטש וואס זאל זיין שטענדיג גרייט ביים קעניג אז אויב איינער רעדט שלעכט אויף אים האט ער א כח צו טענה'ן אנשטאט אים.
שפעטער האט ער אנגעהויבען צו דערלייגען געלט, און מ'האט אים געשיקט א הזמנה צו ערשיינען פאר'ן קעניג, אבער די ממונה האט אים עס איבערגעגעבען הערשט דעם לעצטן טאג כדי ער זאל נישט אנקומען צייטליך, אבער ער האט געהאט דעם מענטש ביים קעניג וואס האט שוין געטענה'ט אנשטאט אים.
איינמאל איז געשעהן די זעלבע זאך אבער פונקט דעמאלס איז דער מענטש נישט דארט געווען וואס זאל אים ערזעצען, אבער צו זיין מזל איז דער שופט געווען זיינ'ס א קרוב און האט אלעס געמאכט לטובה. שפעטער איז דער שופט געווען ביי אים צו גאסט און ער האט אים נישט אויפגענומען ווי געהעריג, און אים מבזה געווען. האט דער שופט געטראכט, איצט קען איך אים גארנישט טוהן, אבער ווען ס'וועט קומען זיין משפט וועל איך אים שוין דן זיין למיתה. וכך הוה, א שטיק צייט שפעטער איז טאקע אזוי געווען, און ער האט אים געמשפט למיתה. איז דער קעניג דערפון געוואר געווארען, האט דער געזאגט פאר זיין פריינט אז ער זאל שנעל איבערבעטען דעם שופט, אזוי וועט זיך עס טוישען לטובה.
די נמשל איז: דער קעניג איז דער אויבערשטער, און דער עושר איז די אידן וואס זענען רייך מיט די תורה. דער אויבערשטער האט געשטעלט ממונים וואס זאלען אים שטיין אין וועג, און זיי לאזען נישט צו אז די אידן זאלען תשובה טוהן, נאר ער זאל זיך דערמאנען די לעצטע מינוט, און ער זאל שוין גארנישט קענען טוהן. אבער די אידן האבען א פארטרעטער, דאס איז די מצוה פון שופר, וואס אויב די אידן קענען נישט אנקומען, שטייט די מצוה און בעט פאר זיי.
אבער ס'מאכט זיך אז דער פארטרעטער קען נישט גיין, דאס איז ווען ראש השנה געפאלט אין שבת און מ'בלאזט נישט קיין שופר, אבער דעמאלס האבען זיי דעם שופט, דאס איז דער שבת אליינ'ס, וואס נעמט זיך אן פאר זיי. אבער אויב דער שבת קומט צו גיין און מ'נעמט אים נישט אויף געהעריג ווי עס פאסט, דעמאלס נעמט ער זיך נישט אן פאר זיי. זאגט דער קעניג, דער באשעפער, נעמט אייך פאָר צו האלטען דעם גאסט ווי ס'דארף צו זיין, וועט ער זיך אננעמען פאר ענק.
דערפאר זאגט די תורה באזונדער אן איצט "כל מלאכת עבודה לא תעשו" אזוי וועט זיך דער שבת אננעמען פאר ענק.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

משל פון קדושת לוי
א מלך האט פארשיקט זיין איינציג קינד, צו א ווייטע מדינה. ער איז אנגעקומען אין א דארף. דארט האט ער פארברענגט זיינע יארען. ער האט אינגאנצען פארגעסן פון זיינע גוטע צייטן, און אז ער איז א בן מלך. ער איז געווארן א פויער, ווי אלע דארפסלייט, אויך זיינע טבעיות זענען געווארן פארגרעבט. אפילו די שפראך פון זיין פאטער די קעניג, האט ער שוין אינגאנצען פארגעסען.

עס האט זיך אמאל געמאכט, אז דער פויער האט געהערט אז דער קעניג קומט אויף א באזוך צו די מדינה ווי ער האט פארבראכט, האט ער זיך דערמאנט פון זיין אפשטאם, אז ער איז דאך דער נאנסטער צום קעניג, און זיך געכאפט אז ער וואלט זיך געדארפט צוריק קערן. ער איז געקומען צום פאלאץ ווי דער קעניג האט פארוויילט, און נישט געדענקענדיג די שפראך, האט ער זיך גענומען שרייען מיט א הויכע קול. ווי נאר דער קעניג האט דערהערט דער קול, פון זיין איינציג קינד, האט ער שטארק רחמנות באקומען אויף איהם און האט איהם צוריק גענומען צו זיך.

דאס איז דער ענין פון די תקיעות, וואס מיר בלאזן, כדי דער אייבעשטער זאל רחמנות באקומען אויף אונז, אז מיר זענען אזוי דערווייטערט פון איהם, אז מיר קענען נישט אפילו זיין שפראך. מיר קענען נאר שרייען צו איהם מיט'ן קול שופר.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א צווייטער משל
פון קדושת לוי
עס איז געווען א מלך וואס איז געפארען צו א גרויסע וואלד צו פאנגען חיות און עופות ווי זיין שטייגער, אבער גייענדיג אין וואלד טיפער און טיפער האט ער פאלוירען דעם גלייכען וועג, און נישט געפונען דעם וועג ארויס. ענדליך האט ער געטראפען עטליכע פויערען און האט זיי געפרעגט ווי דער וועג צוריק איז, אבער זיי וועלכע האבן אפילו נישט געקענט דעם קעניג, האבן נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן, ביז דער קעניג האט געטראפען א קלוגער מאן וואס ווען דער קעניג האט איהם געפרעגט ווי דער וועג איז, האט ער פארשטאנען אז דאס איז דער קעניג האט ער מיט גרויס כבוד גלייך געוויזען פאר'ן קעניג דער וועג, און האט איהם באגלייט ביז צום קעניגליכען פאלאץ.

דער חכם האט געפונען ליבשאפט ביים קעניג, און דער קעניג האט איהם געהויבען גרעסער איבער אלע שרים, און איהם אנגעטון טייערע קליידער, און זיינע אלטע דארפישער קליידער האט דער קעניג געהייסען אוועק לייגען אין זיינע אוצרות.

נאך א לאנגע צייט האט דער מענטש געזינדיגט פאר'ן קעניג. דער קעניג האט אויף איהם זייער געצערנט, און באפוילען זיינע שרים אז מען זאל איהם משפט'ן זייער הארב. דער מענטש איז געווארען זייער דערשראקן, וויסנדיג אז זיין שטראף וועט זיין זייער גרויס, איז ער געקומען צום קעניג און געפאלען צו זיינע פיס און זיך געבעטן אז איידער מען פירט אויס דעם משפט זאל מען איהם נאכגעבען איין פארלאנג, מ'זאל איהם אנטוהן זיינע אלטע קליידער מיט וועלכע ער האט ארויסגעפירט דעם קעניג פון וואלד. דער מלך האט איהם דאס נאכגעגעבן. אזוי ווי ער האט צוריק אנגעטון זיינע אלטע קליידער, און דער קעניג האט איהם דערזעהן, האט ער זיך דערמאנט אין דעם גרויסע חסד וואס דער מענטש האט מיט איהם געטון, איז ער געווארען אנגעפילט מיט רחמנות אויף איהם, און איהם מוחל געווען, און איהם צוריק געשטעלט צו זיין גרויסקייט.

דער נמשל איז אויף אונז יודישע קינדער. ווען דער אויבערשטער איז ארום געגאנגען בשעת מתן תורה, צו אלע פעלקער, און קיינער האט נישט געוואלט מקבל זיין די תורה, נאר אונז יודישע קינדער האבן דאס מקבל געווען מיט שמחה, מיט א גרויס פארגעניגן אז מיר האבן געענטפערט "נעשה" פאר "נשמע", און מקבל געווען עול מלכות שמים, און ממליך געווען דעם אויבערשטן אויף אונז. יעצט האבן מיר זיך פארזינדיגט און מורד געווען אין דעם אויבערשטען, וועגן דעם ווען עס קומט דער יום הדין, וואס יעדע מענטש ווערט גע'משפט און יעדען איז מען דן לויט זיינע מעשים, בלאזן מיר מיט דעם שופר ארויס צו נעמען דעם קלייד וואס מיט דעם האבן מיר מקבל געווען דער הייליגע תורה, ווי עס שטייט אין פסוק "ויהי קול השופר הולך וחזק מאד", וועט אונז דער אייבעשטער דורך דעם געדענקן דעם זכות, און מוחל זיין אויף אלע אונזערע עבירות, און פטר'ן ביים משפט, און אונז פארשרייבן לאלתר לחיים טובים ארוכים ולשלום, אמן כן יהי רצון.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א דריטער משל
פון קדושת לוי
א קנעכט האט אמאל געזינדיגט אנטקעגן זיין קעניג. ער האט זיך געבעטן ביים קעניג אז ער זאל איהם מוחל זיין, האט דער קעניג געזאגט אז דו זאלסט דיך אליין משפט'ן, און ווי אזוי די פארשטייסט אז דיין משפט זאל ארויסקומען אזוי זאל זיין.

דער קנעכט, ווען ער האט דאס געהערט, איז איהם געווארן זייער ביטער, און האט אנגעהויבן צו וויינען צום קעניג, אז ער זאל נישט אזוי טון, ווייל דעמאלטס ווייסט ער גאנץ זיכער אז ער וועט זיין שולדיג לויט דעם דין, ווייל ער אליין קען נישט פסק'ענען לפנים משורת הדין, האט ער דערפאר געבעטן דעם קעניג אז דער קעניג זאל איהם משפט'ן ווייל דער קעניג איז א באגנעדיגער און האט רחמנות אויף יעדן, און קען טון וואס ער וויל, און האט די מעגליכקייט מוחל צו זיין.

דער נמשל איז, מיר בעטן דעם אויבערשטן, "אל תבוא במשפט עמנו" דער אויבערשטער זאל אונז נישט מאכן פאר די ריכטערס, אז מיר אליין זאלן זיך אפ'פסק'ענען ווייל "כי לא יצדק לפניך כל חי" מיר ווייסן אז לויט דעם דין זענען מיר שולדיג, און מיר קענען נישט פסק'ענען "לפנים משורת הדין" נאר מיר בעטן דיר רבונו של עולם, אז די זאלט אונז משפט'ן ווייל די ביסט א באגנעדיגער וואס פארמערט מוחל צו זיין, און דו קענסט טון מיט אונז א גענאדע און מוחל זיין אויף אלע אונזערע עבירות, מיט דיין גרויס רחמנות.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

משל פון צאנזער רב
דער הייליגע צאנזער רב זי"ע פלעגט זאגן דעם משל. א קעניג האט געהאט א זוהן וואס ער האט זייער שטארק ליב געהאט. אמאל האט דער זוהן געזינדיגט אנטקעגן זיין טאטן, האט דער קעניג ארויס געטריבן דעם זוהן פון זיין פאלאץ, די גאנצע צייט וואס דער זוהן איז נאך געווען נאנט צום טאטן האבן די מענטשן וואס זענען געווען נאנט צום קעניג רחמנות געהאט אויף איהם און זיי האבן איהם געגעבן צו עסן, דערנאך ווען דער זוהן איז אוועק געפארן זייער ווייט פון זיין טאטן ווי קיינער האט נישט געוואוסט אז ער איז דער קעניג'ס זוהן, האט ער שוין מער נישט געהאט ווער ס'זאל איהם געבן צו עסן, האט ער געדארפט פארקויפן זיינע קליידער כדי ער זאל קענען קויפן עפעס צו עסן, דערנאך האט ער געדארפט פארקויפען אלעס וואס ער האט נאר פארמאגט, ביז ער האט זיך אליינס אויך געדארפט פארקויפן און ער איז געוואן א פאסטוך פון שאף.

יארן לאנג האט ער געפאשעט די שעף ביז ער האט פארגעסן אז ער איז א קינד פון א קעניג, און ער האט שוין אויך געזונגען דעם זעלבן ניגון ווי אלע פאסטוכער פלעגן זינגען ווען זיי האבן געפאשעט די שעף.

אבער איין זאך האט איהם שטארק וויי געטון, ווייל אלע אנדערע פאסטוכער וואס זענען שוין געווען לאנגע יארן פאסטוכער פלעגן שוין האבן א דאך פון שטרוי, אז ווען עס האט גערעגענט האבן זיי זיך דארט געקענט באהאלטן כדי עס זאל נישט אויף זיי רעגענען, און ער האט דאס נאך נישט געהאט.

אמאל איז דער קעניג אדורך געפארן דארט, און דער סדר איז געווען אז ווער עס האט עפעס געדארפט פונעם קעניג, האט געשריבן זיין פארלאנג אויף א צעטל, און האט דאס אריין געווארפן אין דעם וואגן ווי דער קעניג איז א דורך געפארן, און דער קעניג פלעגט זיי געבן וואס זיי האבן פארלאנגט.

דער זוהן האט אויך אריין געווארפן זיין צעטל און האט געבעטן אז דער קעניג זאל אים געבן א דאך פון שטרוי, כדי ער זאל נישט נאס ווערן פונעם רעגן.

דער קעניג האט באלד דערקענט די שריפט אז דאס איז פון זיין זוהן, האט ער געהאט דערפון גרויס צער, אז זיין זוהן האט אינגאנצען פארגעסן אז ער איז זיין קינד, און ער בעט נישט אז ער זאל איהם אהיים נעמען, נאר ער בעט א דאך פון שטרוי?

דער נמשל איז, מיר אידישע קינדער, וואס זענען שוין ליידער אזוי פיל יארן אין דעם שווערן גלות האבן מיר שוין ליידער פארגעסן אז מיר זענען קינדער פון דעם מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, און יעצט גייט אונזער טאטע א דורך אונז, יעצט איז די צייט וואס יעדער קען בעטן פון איהם זיין פארלאנג, איז זייער וויכטיג אז מיר זאלן בעטן פון איהם, "טאטע, נעם אונז שוין אהיים צו דיר", און מיר זאלן נישט מתפלל זיין אויף קיין דאך פון שטרוי, וואס מיינט למשל בעטן אויף פרנסה, וכדו', נאר דער עיקר איז אז מיר זאלן מתפלל זיין אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלמה במהרה בימינו אמן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

משל אויף "הנני העני"
עס האט געוואוינט אין א דארף א סוחר א גרויסע עושר, וואס פלעגט אריינפארן אין שטאט איינמאל א חודש כדי איינצוקויפן וואס ער דארף צו זיין געשעפט. זיינע פריינד פונעם דארף פלעגן איהם מיטגעבן א ליסטע פון זייערע געברויכן וואס פעלט פאר זיי אויס, וויבאלד ער איז שוין ממילא אין שטאט זאל ער שוין פאר זיי אויך איינקויפן. ער האט דאס גערן געטון. זיינע פריינד האבן אים מיטגעשיקט געלט או ער האט געקויפט פאר דעם געלט זייערע געברויכן, עס פלעגט זיך אמאל טרעפן אז זיי האבן נישט מיט געשיקט גענוג געלט, אדער די סחורה וואס זיי האבן געזוכט איז טייערע געווארן, פלעגט דער סוחר אויסלייגן פון זיין טאש וויפיל געלט עס האט אויסגעפעלט און האט געקויפט אלע זייערע געברויכן, און ווען ער איז צוריק געקומען אין דארף האבן די פריינד איהם צוריק באצאלט די געלט וואס ער האט אויסגעלייגט, אזוי האט זיך עס געפירט א לאנגע צייט.

מיט א צייט שפעטער איז דער סוחר געשטארבן, או אנשטאט אים האבן די דארפ'ס מענטשן געשיקט אן ארימאן, ער זאל זיי איינקויפן אין שטאט אלע זייערע געברויכן, זיי האבן אים געגעבן א גענויע ליסטע און אויך געלט, ער זאל האבן מיט וואס צו קויפן, ווייל זיי האבן געוואוסט אז דער ארימאן וועט נישט האבן קיין געלט אויסצולייגן אויב עס וועט אויספעלן.

דאס זעלבע זאגט דער שליח ציבור, איך בין צו ארעם אין מעשים טובים אז איך זאל קענען דערפון אויסלייגן פאר אייך אז דורכדעם זאלט איר געהאלפן ווערן, דערפאר זאלט איר זיך נישט פארלאזן בלויז אויף מיר, נאר איר זאלט זיך אליין אנגרייטן גענוג מעשים טובים, אז אין אייערע זכות זאלט איר קענען ביים בית דין של מעלה פארשריבן ווערן מיט א שנת גאולה וישועה בגשמיות וברוחניות.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

משל פון ערבי נחל
(ר"ה דרוש א')
עס איז געווען א גרויסער קעניג וואס ער איז געווען דער גרעסטער קעניג צווישן אלע אנדערע קעניגן, וואס האט געהאט א בת יחידה, זייער א שיינע אזוינס וואס מען זעט נישט אין די גאנצע וועלט. זיא איז געווען א געלונגענע און א געראטענע, א גרויסע בעלת מידות, און דער קעניג האט איר זייער שטארק ליב געהאט.

ווען עס איז געקומען די צייט וואס מען האט איר געדארפט חתונה מאכן, האט יעדער געמיינט אז דער קעניג וועט אוודאי וועלן טון א גרויסן און בכבוד'דיגן שידוך מיט די געראטענע טאכטער, און דערפאר וועט ער זיך נאר וועלן משדך זיין מיט אן אנדערן קעניג. אלע קעניגן פון די וועלט וועלכע האבן געהאט א זוהן אויף שידוכים, האבן אויך אזוי געטראכט דערפאר האבן זיי געשיקט בריוו צום קעניג אז זיי ווילן זיך משדך זיין מיט איהם.

אבער דער קעניג האט געטראכט ביי זיך, אזוי ווי ער איז דאך דער גרעסטער קעניג צווישן אלע אנדערע קעניגן, און די אלע אנדערע קעניגן זענען גאר אינטערטעניגט אונטער איהם, זענען זיי ביי איהם גערעכענט אזוי ווי זיינע קנעכט, און נישט ווי קעניגן, איז איהם נישט קיין גרויסע מעלה זייער יחוס אז זיי זענען קעניגן, און עס איז איהם בכלל נישט קיין גרויסער כבוד זיך משדך צו זיין מיט זיי.

דער קעניג האט געהאט זייער א גוטן פריינד וואס איז נישט געווען קיין קעניג אבער ער איז געווען זייער שטארק געטריי פאר דעם קעניג, ער האט געוואוינט אין אן אנדערע מדינה זייער ווייט פונעם קעניג, און דער קעניג האט איהם זייער שטארק ליב געהאט, נאך אזא גוטן פריינד האט ער נישט געהאט אין די גאנע וועלט, און דער קעניג האט איהם שטענדיג געוואלט געדענקן, און וויבאלד ער האט געוואוינט זייער ווייט אוועק פון איהם, האט ער אויפגעקריצט זיין בילד אויף זיין קעניג'ליכן שטול, כדי אז ער זאל קענען שטענדיג טראכטן פון איהם, און זאל איהם קיינמאל נישט פארגעסן. פון גרויס ליבשאפט צו דעם גוטן פריינד, האט דער קעניג געוואלט זיך משדך זיין נאר מיט איהם, און נעמען זיין זוהן פאר זיין געלונגענעם טאכטער. כאטש דער קעניג וועט דארפן שיקן זיין טאכטער ווייט אוועק פון איהם, פונדעסטוועגן דאך פון גרויס ליבשאפט צו דעם גוטן פריינד האט דער קעניג נאר געוואלט זיך משדך זין מיט דעם גוטן פריינד.

דער קעניג האט אבער מורא געהאט אזוי ווי דער זוהן פון זיין פריינד איז נישט אויפגעוואקסן אין א הויז פון א קעניג, וועט ער נישט וויסן ווי אזוי מען דארף זיך באנעמען מיט א קעניג'ס א טאכטער, האט ער געבעטן פון זיין גוטן פריינד אז קודם זאלן זיי קומען וואוינען עטליכע יאר נאנט צו איהם, כדי זיין זוהן זאל זען ווי אזוי מען דארף זיך מיט זיין טאכטער באנעמען, און דערנאך וועט ער צוריק קענען גיין וואוינען נעבן זיין טאטן.
ווען דער שידוך איז געשלאסן געווארן, און ער איז געווארן דעם קעניג'ס איידעם, האבן מענטשן איהם זייער שטארק מקנא געווען, וואס דעריבער האבן זיי איהם זייער שטארק פיינד געהאט. זיי פלעגן שטענדיג גיין צום קעניג און רעדן שלעכטס אויף איהם, כדי דער קעניג זאל איהם שטארק באשטראפן. וויבאלד דאס געזעץ איז געווען אז ווער עס איז שולדיג דארף מען איהם באשטראפן, אפילו אז ער איז דעם קעניג'ס א קינד, האט דער קעניג גערופן זיין איידעם אז ער מוז קומען צו איהם אויף א משפט.

אבער דאס האט יא דער קעניג געטון, ער האט אפגעשטופט די צייט ווען ער וועט איהם משפט'ן, און האט איהם אויסגעזאגט אלע טענות וואס די מענטשן טענה'ן אנטקעגן איהם, כדי ער זאל זיך קענען געהעריג מסדר זיין זיינע טענות, ער זאל זיך קענען פארענטפערן אנטקעגען זיינע שונאים.

ווען עס האט זיך אמאל געמאכט אז די פיינד האבן געהאט גאר שטארקע גרויסע און ערנסטע טענות אנטקעגן דעם איידעם, און די טענות זענען געווען גערעכטע אנטקעגן איהם, פלעגט די טאכטער פונעם קעניג אליין אריבער גיין צו איר טאטן און צו די ריכטערס, און אליינס טענה'ן און זיך אננעמען אויף איר מאן'ס זייט, און דעמאלטס איז דער איידעם געווען פארזיכערט אז מען וועט איהם גארנישט באשטראפן, נאר פארקערט מען וועט נאך גאר באשטראפן זיינע פיינד וואס קומען רעדן שלעכטס אויף איהם, צום קעניג.

דאס אלעס איז נאר גוט געווען ווען דער איידעם פלעגט נאך מכבד זיין די טאכטער פונעם קעניג אזוי ווי עס פאסט זיך פאר דעם קעניג'ס טאכטער.

אמאל האט פאסירט אז דער איידעם האט שטארק פארשעמט זיין ווייב, און ער האט איר זייער שטארק געשלאגן אז אירע ביינער זענען שטארק צובראכן געווארן, און זי איז קראנק געווארען, זי איז געווארן א בעלת מום, דערנאך האט ער איר ארויסגעווארפן פון זיין הויז און האט איר געווארפן צו די מיסט. ער האט פארגעסן אלע טובות וואס זיין ווייב און זיין שווער דער קעניג פלעגן איהם שטענדיג טון, דערפאר האבן זיך יעצט גענומען זיינע פיינד איבער איהם, און זענען געלאפן צו קעניג, און גערעדט אנטקעגן איהם.

ווען דער קעניג האט געהערט די גרויסע און ערנסטע ווערטער אנטקעגן זיין איידעם, האט ער געשיקט אז מען זאל איהם רופן אז ער זאל קומען צו איהם צו א משפט, ער האט איהם פארציילט פונקטליך וואס די קלאגע אנטקעגן איהם זענען, און אז ער זאל קומען צו דעם באשטימטן צייט ווען דער משפט וועט זיין. אויך זאל ער מיט ברענגען זיין טאכטער ווען ער קומט, ווייל זיא איז שוין לאנג נישט געווען ביי איהם און ער וויל איר זען.

ווען דער איידעם האט געהערט אז ער דארף קומען צו א משפט, האט איהם אנגעכאפט א מורא'דיגן שרעק און ציטער, ער האט אנגעהויבען שטארק צו קלאגן און וויינען און שרייען: "ווי ביטער איז מיר יעצט, וואס וועל איך קענען ענטפערן ביי דעם משפט, וויי און ביטער איז מיר ווען מען וועט מיך שטראפן, ווי אזוי וועל איך קענען זיגן ביים משפט, ביז יעצט פלעג איך מיט נעמען מיין ווייב און זי האט זיך אנגענומען אויף מיין זייט, האב איך געוואוסט אז עס וועט מיר גארנישט זיין, אבער יעצט אז זי איז מיר געווארן א שונא, כאטש איך וואלט אפשר איר געקענט איבערבעטן אז זי זאל צוריק ווערן מיין פריינד אזוי ווי עס פלעגט זיין שטענדיג, אבער איך האב איר יעצט אזוי שטארק צושלאגן, אז זי קען זיך נישט רירן פון פלאץ, און די צרה איז נאך גרעסער פאר מיר אז פונקט יעצט האט דער קעניג באפוילן אז איך זאל איר מיט ברענגען צו איהם, וויי איז מיר, ביטער איז צו מיר, ווי אזוי וועל איך קענען קוקן דעם קעניג אין פנים אריין, אז זיין טאכטער קען נישט מיט קומען צו איהם, ווייל זיא איז שטארק קראנק און זי ליגט גאר פארשמירט אין מיסט".

אזוי וויינענדיג איז ער אריבער צו זיין טאטן וואס איז געווען דעם קעניג'ס בעסטער גוטער פריינד, און האט איהם אלעס דערציילט, און האט איהם געזאגט: "יעצט איז די צייט וואס נאר דו קענסט מיר דא ארויסהעלפן, ווייל איך קען מיך אויף קיינעם מער נישט פארלאזן, נאר אויף דיר וואס די ביזט דעם קעניג'ס בעסטער פריינד דיך וועט ער זיכער א טובה טון, און אן דיר, קען איך נישט גיין צום קעניג".

דער טאטע וואס האט אזוי רחמנות געהאט אויף זיין זוהן, און ער האט געוואלט גיין צום קעניג בעטן דער טובה, האט אים געזאגט: "ווי אזוי קען איך גיין צום קעניג און בעטן אויף דיר, ער ווייסט דאך וואס די האסט אפגעטוהן פאר זיין געראטענע טאכטער, ער וועט מיר דאך זאגן, "דו ביזט דאך באמת מיין גוטער פריינד, ווי אזוי קענסטו זיך איינהאלטן און צוזעהן דאס שלעכטס וואס האט פאסירט מיט מיין געלונגענע טאכטער, אמת דער קעניג האט מיך זייער ליב, אבער זיין אייגענעם טאכטער האט ער נאך מער ליב.

הער זיך צו מיין קינד. איין עצה האב איך. איך וועל גיין צום קעניג און איהם בעטן א טובה ער זאל אפשטיפן די צייט פון דעם משפט, דאס וועט ער זיכער טון פאר מיר, און ביז דעווייל בעט דיך איבער מיט זיין טאכטער, מיט וואס עס איז נאר מעגליך, נעם איר ארויס פון די מיסט, זי זאל זיך אפוואשן, זי זאל זיין ריין. גיב אלע מיני רפואות וואס איז נאר מעגליך, כדי עס זאל מעגליך זיין אז זי זאל קענען גיין צו איר טאטן, כאטש עס איז נישט מעגליך זי זאל זיין אזוי ווי פריער, אבער אז זי וועט זיין ביים קעניג, דארט וועט שוין זיין אלעס צוגעשטעלט אז זי זאל האבן די מעגליכקייט צוריק צוקומען צו אירע כוחות, זי זאל זיין שטארק און געזונט ווי פריער. נאר זעה מיין קינד, בעט זיך איבער מיט איר זי זאל דיר ווערן א גוטע פריינד, איידער עס קומט דעם טאג פונעם משפט, אז זי זאל קענען קומען צו איר טאטן, און איך וועל אויך דארט זיין ביים משפט, און אויב דו וועסט אזוי טון וועסטו נישט דארפן מורא האבן.

דעם נמשל איז: דער הייליגער באשעפער איז דער גרעסטער קעניג. די תורה איז די טאכטער פונעם רבוש"ע (ברתא דמלכא) עס איז נישט דא אזוי ווי איר חכמה אין דעם גאנצע וועלט. ווען דער אויבערשטער האט געוואלט באווייזען איר גרויסקייט און געבען די תורה, האבן די מלאכים געזאגט "תנה הודך על השמים" געב די תורה פאר די פייערדיגע מלאכים. אבער דער אויבערשטער האט נישט געוואלט, ווייל לויט די גרויסקייט פון דעם גרויסן קעניג, זענען די פייערדיגע מלאכים ווי פשוט'ע קנעכט. דער אויבערשטער האט אויסגעקליבן זיינע גוטע פריינד וואס ער האט זייער ליב, דאס זענן די אבות הקדושים, און פון גרויס ליבשאפט האט דער אויבערשטער אויסגעקריצט די צורה פון יעקב אבינו אויף זיין כסא הכבוד (מדרש). און דער אויבערשטער האט געוואלט געבן זיין טאכטער פאר זיינע קינדער, בעסער ווי צו געבן פאר די מלאכי מרום. כאטש מיר זענען נאר מענטשן און נישט מלאכים. דאס איז אלעס נאר פון גרויס ליבשאפט צו אונזערע עלטערן, האט ער געגעבן די תורה הקדושה צו אונז וואס מיר וואוינען אין "א ווייטע מדינה" וואס דאס איז דער וועלט.

אבער וויבאלד דער אויבערשטער האט חושש געווען אז מיר פארשטייען נישט ווי אזוי זיך אויפצופירען מיט די כבוד פון דער אויבערשטער אין מיט זיין תורה, דערפאר האט ער געגעבן די תורה מיט "קולות וברקים", און ער האט משרה געווען אויף יעדער איינציגע יוד "רוח הקודש" און זיי האבן משיג געווען גאר הויכע זאכן. ווי אויך האט משה רבינו אונז אויפגעהאדעוועט עטליכע יאר מיט די זיסקייט פון די תורה. פארן געבן די תורה האט דער אייבעשטער אונז קודם געהייליגט און צוגעגרייט, און ערשט דעמאלס האט ער אונז געגעבן די תורה אויף די וועלט.

איז דען דאס א קלייניקייט זיך צו משדך זיין צום קעניג אליין, אזעלכע פשוט'ע מענטשען, וואס זענען נישט קיין מלאכים? ניין! דאס איז גאר א גרויסע זאך, און דערפאר האבן מיר אסאך שונאים, דאס זענען די קליפות און די מקטריגים, וואס זענען אונז מקנה. וועגן דעם קומען זיי אייביג מקטרג זיין אז יודן זינדיגן, און זיי שרייען און זיי מאנען א דין פון דער רבונו של עולם.

דער אויבערשטער וואס איז א מלך המשפט, קען נישט אפזאגען פאר די אלע וואס בעטן א משפט. וואס טוט ער? לאזט ער אונז וויסן ווען עס וועט זיין דער משפט כדי אז מיר זאלן זיך קענען גוט אנגרייטן צום משפט, און אזוי ארום ארויסגיין פון דעם משפט ריין.

אמאל אבער אין די צייט ווען עס קומען גאר שטארקע מקטריגים און זיי קומען מיט שטארקע טענות, וואס מען וועט נישט קענען ארויס גיין ריין ביים משפט, בעטן מיר פון די תורה הקדושה, אז זי זאל מיטקומען מיט אונז און זיך אננעמען און ארויסהעלפען ביים דין, ווי מיר זאגן דאך ביי די סליחות פון צום גדלי' "תורה הקדושה התחנני בבקשה".

דאס איז אבער נאר ווי לאנג מיר האבן מכבד געווען די תורה, ווי עס דארף צו זיין, און מיר האבן געלערנט תורה לשמה, דעמאלס העלפט די תורה, אבער בעוונותינו הרבים וואס מיר האבן זיך געקריגט מיט די תורה, און מיר האבן נישט קובע געווען עתים לתורה, און דאס איז נישט גענוג נאר מיר האבן איר געמאכט פאר א בעלת מום, ווייל די רמ"ח מצוות עשה זענען קעגען די רמ"ח איברים, און די שס"ה גידים, זענען קעגן די לא תעשה, און דער וואס איז עובר אויף די תורה הקדושה, ווערט זיין נשמה א מחוסר אבר ח"ו, און דאס איז נישט גענוג, נאר מיר האבן נאך איר געווארפן צו די מיסט ווי עס איז ידוע אז אויב מען לערנט תורה לגאוה, אדער לקנטר, גייט דער גאנצער תורה צו די קליפות, און ווי אויך אויב מען איז נישט מתקן די מיאוס'ע עבירות וואס מען האט געטון, און מען לערנט תורה בשעת מען איז אנגעשמירט פון זיי, ווערט די גאנצער תורה וואס ער האט געלערנט איבער געגעבן צו זיי, און אויף דעם שטייט אין פסוק "ולרשע אמר אלוקים מה לך לספר חקי וגו'" פארוואס האסטו געלערנט תורה אין די צייט וואס דו ביסט געווען אנגעשמירט מיט אזעלכע עבירות. דאס האבן מיר געטון צו די תורה, און מיר האבן פארגעסן די אלע טובות וואס זי פלעגט אונז טון.

אינצווישען איז געקומען דער יום הדין הגדול והנורא, און די מקטריגים האבן זיך פארמערט אזוי ווי אייביג. דער רבונו של עולם דער מלך מלכי המלכים איז אונז מודיע ווען עס וועט זיין דער משפט, און אז מיר זאלן זיך גרייטן זיך אנקעגן צושטעלן, און ער בעט אונז "ברענג מיט די תורה וואס איר האט געלערנט א גאנץ יאר", ווייל דאס האט ער אזוי ליב, און אויף איר שטייט די וועלט. כאפט דאך א שרעק און א פארכט פון דעם יום הדין, און מיר שרייען און וויינען: "ווי אזוי וועלן מיר קענען ארויסגיין ריין ביים משפט, ביי יעדע משפט איז נאר געווען די תורה אונזער אונטערליינער, און דא איז זי גאר געווארן אונזער פיינט".

און נאך מער פון אלעס האט דאך דער מלך געהייסען אז מיר זאלן מיטברענגען די תורה מיט אונז, ווי אזוי קענען מיר דען קומען מיט אזא תורה, וואס איז פארשמירט און איז א בעלת מום. עס קען דאך זיין אז נישט נאר זאל דער אויבערשטער אונז נישט העלפען ח"ו, נאר פארקערט ח"ו ער וועט אויך צולייגן כעס ר"ל.

דער איינציגסטער צו וועמען מיר קענען זיך ווענדען איז צו אונזערע אבות הקדושים, און מיר זאלן זיי בעטן אז זיי זאלן קומען צום קעניג, און דאס איז די תקיעות וואס מיר בלאזן ראש השנה, וועלכע וועקן אויף די אבות הקדושים, ווייל תקיעה איז מרמז אויף חסד וואס דאס איז אברהם אבינו, תרועה איז מרמז אויף גבורה וואס דאס איז יצחק, און שברים איז מרמז אויף תפארת וואס דאס איז יעקב. און מיר בעטן זיך ביי זיי און בפרט ביי יעקב אבינו, וועמענס צורה איז איינגעקריצט אויפן כסא הכבוד, ווייל זיי זענען די "אוהבי המלך מלכי המלכים".

די הייליגע אבות הקדושים, פון גרויס רחמנות אויף אונז ווילן אונז העלפן, אבער (עיין שם מעשה נורא) ווי קענען זיי דען העלפען ווען מיר האבן שלעכטס געטון מיט די טאכטער פונעם קעניג וועט ער דאך אויף זיי זייער ברוגז זיין פארוואס זיי נעמען זיך ענדערש אן פאר זייערע קינדער, ווי איידער פארן טאכטער פונעם קעניג, די תורה הקדושה.

דער איינציגסטער זאך וואס די אבות הקדושים קענען טון איז, בעטן אז מען זאל אפשטיפן דער משפט, דאס זענען די עשרת ימי תשובה, און געגעבן צייט אז מיר זאלן פארעכטן אונזער מעשים און ארויסשלעפן די תורה פון די קליפות און איר איבערבעטען, אז זי זאל ווערן צוריק אונזער פריינד, און אזוי וועט זי זיך אננעמען פאר אונז להוציא כאור משפטינו אמן וכן יהי רצון.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

צווייטע משל פון ערבי נחל
עס איז געווען א גרויסער קעניג וואס האט געהאט א בן יחיד, וואס ער האט אים זייער שטאק ליב געהאט, ער האט געווארנט דעם זוהן אז ער זאל שטענדיג נאר גיין צוזאמען מיט אים, ער זאל זיך קיינמאל נישט אוועק רירן פון אים ווייל עס איז דא רויבערס וואס ווילן אים אוועק כאפן.

אמאל מאכט זיך אז דער זוהן האט פארגעסן דערפון און האט זיך אוועק גערירט פון זיין טאטן, און באלד האבן די רויבערס אים צוגעכאפט, און האבן אים אוועק געפירט אין א ווייטע לאנד, זיי האבן געטון מיט אים וואס זיי האבן געוואלט, זיי פלעגן אים שטארק שלאגן, און צוקלאפן, אנטוהן גרויסע געוואלדיגע יסורים אז עס איז ממש נישט געווען צום אויסהאלטן.

דער זוהן פלעגט שטענדיג שיקן בריוון פאר זיין טאטן דעם קעניג, אז דער קעניג זאל וויסן וואס די רויבערס טון אפ מיט אים, ער פלעגט זיך באקלאגן און זיך בעטן צו זיין טאטן דער קעניג, כדי דער קעניג זאל אים קומען צו הילף און ארויס ראטעווען פון די רויבערס.

די רויבערס פלעגן אבער צו'גנב'ענען די בריוון, און פלעגן דאס צו באהאלטן, און האבן נישט געלאזט קיינמאל די בריווען אז זיי זאלן אנקומען צום קעניג. אויף דעם פלעגט דער זוהן שטענדיג שטארק צו וויינען, אז ער האט נישט קיין וועג צו פארציילן זיין טאטן זיין ווייטאג.

עס האט זיך אמאל געמאכט, אז דער זוהן האט געהערט פון איינעם, אז יעדער יאר האט דער קעניג א מנהג אז ער האט א באשטימטע טאג ווען ער פארט דא אדורך אין די לאנד, איז דער זוהן אנטלאפן כדי ער זאל זיין אויף דעם וועג ווי דער קעניג גייט אדורך, כדי זיין טאטע זאל אים זען און ער וועט זיך אויסוויינען צום טאטען, און ער וועט אוודאי רחמנות האבן אויף אים, און וועט אים אהיים נעמען.

וואס האבן די רויבערס געטאן, זיי האבן דאך מורא געהאט אז דער קעניג וועט זיך נוקם זיין אין זיי, דערפאר האבן זיי געבויעט א שטארקע וואנט פון אייזן, כדי דער זוהן זאל נישט קענען זען זיין טאטן ווען ער וועט אדורך גיין דא אין לאנד, און אויך זיין געשריי וועט דער קעניג נישט קענען הערן. ווען דער זוהן האט דאס דערזעהן האט ער ערשט אנגעהויבן צו וויינען אויף זיין מצב, ווייל ער האט פארלוירן זיין איינציגסטן האפענונג.

דער זוהן האט געהט א טייערן שטיין פונ'ן אוצר פון זיין טאטן דעם קעניג, וואס ער האט שטענדיג געהאט באהאלטן מיט זיך, און קיינער האט פון דעם נישט געוואוסט. דער שטיין האט געהאט א סגולה, אז ווען מען קלאפט דערמיט, צופאלט יענער זאך, נישט קיין חילוק ווי שטארק יענע זאך איז, און אויב ער וועט מיט דעם קלאפן אויפן מויער וועט די גאנצע מויער איינפאלען. דער סגולה שטיין האט אבער נאר געארבייט מיט צוויי תנאים, דער שטיין האט געמוזט זיין ריין בשעת'ן קלאפן, און אויך בשעת'ן קלאפן האט מען געדארפט וויינען און זיין בהכנעה. אויף דעם שטיין האט ער זיך געטרייסט.

ווען דער טאג איז אנגעקומען, דער קעניג איז אנגעקומען דא אין שטאט, האט דער זוהן גענומען דעם שטיין און אנגעהויבען צו קלאפן דערמיט אין דעם וואנט, אבער עס האט גארנישט געהאלפן, די וואנט רירט זיך נישט עס צוברעכט זיך נישט. מיר קענען פארשטיין פארוואס דער שטיין האט נישט געארבייט, ווייל זייענדיג אזוי לאנג מיט די רויבערס האט ער פארגעסען די אלע איינצעלהייטן וועגן דעם שטיין.

אזוי פלעגט דער זוהן יעדער יאר טון, און קיינמאל איז איהם נישט געלונגען צו צוברעכן די וואנט. נאך עטליכע יאר וואס ער האט אזוי געטון, און עס האט איהם גארנישט געהאלפן, איז ער געווארן זייער צובראכן און צוקלאפט, און האט אנגעהויבן שטארק צו וויינען, ווייל ער האט שוין מער נישט קיין האפענונג, דער טייערע שטיין וואס האט דער סגולה, ארבייט שוין אויך נישט. אזוי וויינענדיג האט ער געקלאפט מיט דעם שטיין אויף דער וואנט און פלוצלונג צו זיין וואונדער איז דער וואנט איינגעפאלען. באלד האט ער געזעהן זיין טאטן דעם קעניג. ער האט אנגעהויבן שטארק צו וויינען און קלאגן צו זיין טאטן, און האט געשריגן "טאטע טאטע" האב רחמנות אויף מיר, עס איז מיר דא זייער ביטער. דער טאטע האט באקומען גרויס רחמנות אויף איהם און האט איהם תיכף גענומען צו זיך, און ער האט זיך נוקם געווען אין די רויבער אויף אלע צרות וואס זיי האבן געטאן צו זיין זוהן.

דער נמשל איז: דער קעניג איז דער אויבערשטער, און דער קינד דער בכור דאס איז כלל ישראל, און עס ווערט געברענגט אין זוהר הק' אז די גוים און די שרים טוען אוועקכאפן כלל ישראל, די גוים כאפן אוועק די גופים, און די שרים כאפן אוועק די נשמות, דאס מיינט מען דער יצר הרע וואס מאכט זינדיגען די נשמה. אונזער טאטע אין הימל האט אונז אנגעווארענט אז מיר זאלען פון איהם נישט אוועק גיין, כדי אז מיר זאלען נישט פארכאפט ווערן פון זיי. ווי עס שטייט אין פסוק "אחרי ה' אלהיכם תלכו ובו תדבקון", ווייל אויב דו וועסט זיך דערווייטערן פון איהם איז נישט מעגליך זיך צו ראטעווען פון די רויבערס, און דו וועסט אריינפאלען אין זייערע הענט. אזוי ווי מיר טרעפן אין תהילים ווי דוד המלך זאגט "אל תרחק ממני" דו זאלסט זיך נישט דערווייטערן פון מיר, ווייל אויב יא "כי צרה קרובה". עס האט אמאל פאסירט אז מיר האבן זיך יא פון איהם דערווייטערט, און מיר זענען אריינגעפאלען אין די הענט פון די רויבערס, אונזערע גופים אין די הענט פון די גוים, און אונזערע נשמות אין די הענט פון די שרים. זיי האבן אונז אוועקגעפירט צו א ווייטע מדינה, און זיי טוען מיט אונז וואס זיי ווילן, און די אלע בריוו וואס מיר שיקען צום טאטען דורך אונזער תפלות און תחנונים, איהם צו מודיע זיין אונזער צער, טוען די קליפות צושטערען דורך דעם וואס זיי זענען מבלבל אונזערע מחשבות, און די תפלות זענען מיט מחשבות זרות, ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש "כל צלותא דלאו איהו בדחילו ורחימו לכלבא אתמסר ח"ו ונשארים התפלות חחת ידיהם ח"ו. (די אלע תפלות וואס זענען נישט ריין גייען באלד צו די קליפות).

איין מאל אין יאר איז דא וואס דער אויבערשטער בכבודו ובעצמו איז ביי אונז, ווי עס שטייט אז אין דעם יום הדין איז דער אייבעשטער מקדים צו די בתי כנסיות צו הערען די תפלות פון יודישע הערצער. וואס טוען מיר, מיר לויפן אין שוהל אריין צו דער פלאץ ווי אונזער טאטע געפונט זיך ווי עס שטייט אין פסוק: "דרשו ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב". דאס איז דאך דער בעסטע צייט צו וויינען און זיך בעטן ביים רבונו של עולם אז ער זאל רחמנות האבן אויף אונז, און מיר זאלן זיך איבערבעטען מיט איהם, ווייל דער רבונו של עולם ווערט אנגערופן "מלך מתרצה בדמעות" און נאר מיט דעם קענען מיר איהם איבערבעטען. אזוי ווי די רויבערס זען וואס עס גייט דא פאר, אז מיר וועלן זיך טרעפן מיט'ן טאטען און ער וועט אונז אויסלייזן, מאכן זיי א מחיצה צווישען אונז און דער רבונו של עולם, כדי אז מיר זאלען נישט קענען זען אונזער פאטער, און אז ער זאל נישט קענן הערען אונזערע תפלות. ווי עס שטייט אז ווען עס קומען די הייליגע טעג, זענען דא ספעציעלע קליפות ר"ל וואס זיי טוען פארשטאפן די הערצער פון כלל ישראל, ווי דער זוהר הקדוש שרייבט אז דער וואס עס קומט נישט צו וויינען אין די טעג איז א סימן אז זיין הארץ איז נישט אין ארדענונג, און אז ער איז פוהל מיט עבירות. דאס איז דער מחיצה של ברזל וואס זיי האבן אויפגעבויעט, און וועגען דעם ווערן אונזערע תפלות נישט ליידער געהערט.

עס איז אבער געבליבן ביי אונז איין האפענונג, א "אבן טוב", דאס איז "תקיעת שופר" וואס דער סגולה איז אז עס קען צוברעכן דער "חומה". דאס איז אונזער איינציגסטער האפענונג, ווי חז"ל זאגן אז א יאר וואס מען האט נישט געבלאזן אין אנהייב, וועט מען צום סוף יאר קרעכצן ח"ו. אבער מיר טוען דאס, יאר איין, און יאר אויס, און עס העלפט נישט, און מיר זיצען דא נאך אלץ אין גלות, דאס איז ווייל מיר ווייסן נישט ווי אזוי צו נוצען די סגולה שטיין, ווייל עס שטייט אין זוהר הקדוש, אז שופר מיינט תשובה און אן תשובה העלפט נישט דער שופר. וועגן דעם דארף דער בעל תוקע און דער בעל תפלה זיין א ריכטיגע בעל תשובה ווייל כלל ישראל איז אנהענגיק אין זיי. דאס מוז צוגיין מוט א מורא'דיגע הכנעה, מיט א געוויין און מיט א גרויסע ציטער, ווייל אויב נישט העלפט נישט דער סגולה.

און מיט דעם קען מען פארשטיין פשט אין פסוק: "אם יתקע שופר בעיר" אפילו מען זאל בלאזן שופר אין שטאט" קען דאס נישט העלפען אויב "והעם לא יחרדו", אויב דער פאלק טוט נישט תשובה ווי עס דארף צו זיין, עס איז פונקט ווי מען וואלט בכלל נישט געבלאזן, און דאס איז נישט ווייל דער אויבערשטער וויל נישט הערען אונזערע תפלות ח"ו, נאר דאס איז ווייל מיר האבן נישט אראפגעווארפן דער "מחיצה של ברזל" דורך די "קול השופר".

וועגן דעם שטייט פון אריז"ל אז בשעת תקיעת שופר זאל יעדע מענטש מתודה זיין שטילערהייט זיינע חטאים, און אזוי וועלן מיר ווערן פול מיט תשובה און געוויין, און אפלאזן פון אונזער חטאים, און דורך דער הכנעה זענען מיר פארזיכערט אז דער וואנט וועט צובראכן ווערן, און דעמאלס וועלן מיר קענען זיך בעטן צום אויבערשטן, און עס וועט ווערן דערוועקט זיין רחמנות, און עס וועט לייכטן אויף אונז דער כבוד פון דעם אויבערשטן, און ער וועט אונז אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות, נאך דעם יאר, אמן.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

משל למה הדבר דומה, ה'משל' ופחד עמו, כאשר יאמר משל הקדמוני
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

זייער פאסיג פאר יעצט, ארויף!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: משלים אויף די ימים הנוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

תפילות פון קינדער
ווערן מער אנגענומען לרצון
דער דובנער מגיד זאגט א משל , איינמאל איז א טאטע געגאנגען מיט זיין קינד אויף א ווייטן וועג , דער טאטע האט געפירט דאס קינד מיט גרויס געטריישאפט, ווען עס איז שווער געווען פארען קינד דורך צו גיין ווי למשל א טייך , א בארג , אדער א טאל ,האט דער טאטע גענומען זיין זוהן אויף זיין אקסל און ער האט איהם אדורך געפירט דעם טייך אדער דעם בארג כדי דאס קינד זאל נישט דארפען ליידען , אזוי זענען זיי דורך געגאנגען דעם גאנצען וועג, ביז ענדלעך זענען זיי אנגעקומען צו די שטאט ווי זיי האבען געוואלט אנקומען, אבער זיי האבען נישט געקענט אריין גיין ווייל עס איז געווען ארומגענומען מיט א גרויסע מויער, און עס איז געווען פארנאכטס די טויערען זענען שוין געווען פארשפארט , און עס האט אנגעהויבן טינקל צו ווערן ,
פלוצלינג האט דער טאטע באמערקט אז אויבן העכער דעם טויער זענען דא קליינע פענסטערליך און זיי זענען אפען, האט דער טאטע געזאגט פאר זיין זוהן מיין קינד ביז יעצט האב איך דיר געפירט מיט גרויס רחמנות ווען מ'האט געדארפט אריבער גיין א וואסער,אדער בערג,און טאלען,האב איך דיך גענימען אויף מיינע אקסלען איך האב דיר פראבירט צו פארגרינגערן דעם וועג מיט וואס נאר מעגליך, אבער יעצט זעהסטו דאך אליין אז דער טויער איז פארשפארט מ'קען נישט אריין גיין אין שטאט נאר דורך די פענסטערלעך וואס זענען אויבן, איך קען אזוי הויך נישט ארויפקריכן, וועגן דעם וויל איך דיך בעטען זאלסט זיך שטארק אנשטרענגען אריין צוקריכן אין שטאט דורך די פענסטער אין מיר אויף מאכן די טיר פין אינעווייניג ,
דער נמשל איז, א גאנץ יאר זארגט זיך די טאטע מאמע פאר די קינדער די מאמע קאכט אז זיי זאלען האבן וואס צו עסן,אין דער טאטע ארבעט אז מ'זאל קענען קויפן פאר די קינדער אלעס וואס זיי דארפען ,טאמער טיהט איינעם עפעס וויי לויפט שנעל דער טאטע אדער די מאמע צום דאקטער און מען קארגט נישט קיין געלט ,אז דאס קינד זאל ווערן געזונט און אזוי זארגען זיך די עלטערן א גאנץ יאהר פאר די קינדער ,אבער ווען עס קימט ראש השנה ווען מיר דארפן זיך שטעלן פאר השי"ת און זיך אויסבעטן א גוט יאר קען אסאך מאל זיין די טויערן אין הימל צוגעמאכט, און די תפילות קענען נישט ווערן אנגענומען,
אבער עס איז פארהאן פענסטערליך וואס קליינע קינדער קענען יא אריין גיין, ווי באלד זיי לערנען תורה און זיי האבען נישט קיין עבירות ווערן זיי אנגערופען הבל פיהם של תינוקת של בית רבן שאין בהם חטא,
דערפאר קענען די קינדער גרינגער אויפמאכן די שערי רחמים און פועל'ען פאר אלע יודען א גוט געבענטשט יאהר .

פון דעם משל זעהט מען ווי ווייט דארף א יודיש קינד זיך אנשטרעגען צו דאווענען ערליך און אויספועל'ן א כתובה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאהר פאר זיינע עלטערן און פאר גאנץ כלל ישראל :
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: משלים אויף די ימים הנוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

תשובה טיהן מיטן גאנצען הארץ
א יונגער וואלף איז אמאל געקומען צו א אלטע וואלף און אים געבעטן ער זאל אים געבן א תשובה, ווייל ער שפירט זיך זייער זינדיג וואס ער רויבט און גזל'ט ,טאג און נאכט לויפט ער אין וואלד און פארצוקט חיות, און ער האט זייער מורא פארן יום הדין ,
דער אלטער וואלף האט אים גענומען מוסר'ן און לערנען ווי אזוי תשובה צו טיהן, אז ער זאל זיך פארנעמען פון היינט און ווייטער זאל ער מער נישט פארצוקען קיין שום חיה,
אזוי ווי זיי שטייען און רעדן וועגן תשובה, דערזעהט דער יונגער וואלף פון דערווייטנס ווי עס גייט זיך א שעפסלע נישט ווייט פון זיי, רופט ער זיך אן צום אלטן וואלף,
טייערע רבי , איך בעט דיר וואס שנעלער צו ענדיגן דיינע מוסר רייד, ווייל איך זעה דארט א שעפסל און איך בין זייער הינגעריג, און אט איז מיר צו געפאלען אזא כשר'ע מציאה,
אזא פנים האט דער וואס טוט תשובה נאר מיטן מויל אבער אין הארץ טראכט ער ווייטער צו זינדיגן .
קליינע חיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2023 4:40 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע חיה »

יאסעלע האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 5:25 pm
זייער פאסיג פאר יעצט, ארויף!
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”