ליקוטי הלכות וענינים על ראש השנה

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

ליקוטי הלכות וענינים על ראש השנה

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2008 2:34 pm

דער טעם פארוואס ער"ה בלאזט מען נישט קיין שופר, צו מאכען א חילוק צווישען די מצוות דאורייתא און דרבנן, נאך א טעם צו צומישען דעם שטן וועלכער מיינט אז מ'האט שוין גענדיגט צובלאזען, די חילוק צווישן די 2 טעמים איז צי מ'מעג אינדערהיים יא בלאזען לויט די ערשטע טעם יא, און לויט די צווייטע טעם נישט.

דער טעם פארוואס מ'דאפעלט ביי קדיש לעילא ולעילא, ווייל ר"ה גייט די אויבערשטער ארויף העכער אויף זיין כסא מלוכה, און יעדער דארף אים לויבען, און וועגען דעם זאגט מען "מכל" ברכתא און נישט "מן" כל ברכתא ווי א גאנץ יאר, ווייל א גאנץ יאר דארף מען משלים זיין 28 ווערטער, אבער איצט אז מ'לייגט צו א ווארט פעלט עס נישט אויס.

דער טעם פארוואס מ'זאגט זכרנו לחיים און נישט טובים אזוי ווי שפעטער וכתוב לחיים "טובים", אזוי ווי דוד המלך וואס האט קודם געבעטען קליינע זאכען און נאכדעם מער און מער (גמ' חלק) שגיאות מי יבין וכו' וכו' די זעלבע בעטען מיר קודם לחיים, און דערנאך לחיים טובים. און וועגען דעם ווען מ'האלט ביי חזרת הש"ץ זאגט מען נישט מיט מיט'ן בעל תפלה זכרנו לחיים, ווייל מ'האט דאך שוין ביי די שטילע שמו"ע געבעטען די גרעסערע זאך קען מען נישט צוריק גיין צו די קליינע זאכען (בשם הרה"ק מבעלזא זי"ע)

דער טעם פארוואס מ'דארף נישט איבער דאווענען ווען מ'האט פארגעסען צו זאגן זכרנו לחיים, ווייל ס'ווערט נישט דערמאנט אין די גמרא אז מ'דארף עס זאגען.

דער טעם פארוואס מ'זאגט נישט ביים דאווענען מועדים לשמחה וכו' און והשיאנו אזוי ווי יעדע יו"ט, ווייל ר"ה איז נישט קיין מועד וואס דאס איז א לשון פון וועד, וואס מיינט זיך צוזאם נעמען אין ביהמ"ק ווען מ'האט עולה רגל געווען, און דאס איז נישט שייך ר"ה.

דער טעם פארוואס ווען ס'געפאלט אין שבת זאגט מען נישט מקרא קודש "באהבה" אזוי ווי יעדן יו"ט.
ווייל תרועה ווייזט אויף דין און מ'קען נישט צוזאם שטעלען אהבה צו דין.

דער טעם פארוואס מ'עסט נישט קיין אגוזים (ניסלעך), ווייל "אגוז" איז בגימטריא "חטא", נאך א טעם ווייל דאס מאכט אסאך שליים און מ'וועט נישט קענען דאווענען געהעריג.

דער טעם פארוואס מ'זאגט "יושב" על כסא און אגאנץ יאר זאגט מען "היושב", ווייל יושב מיינט ער זיצט איצט, און היושב מיינט ער זיצט געווענליך נישט דוקא איצט, און ר"ה זיצט ער אויף אספעציעלע שטיל, דעריבער זאגט מען יושב.

דער טעם פארוואס מ'זאגט נישט קיין הלל אין ר"ה.
אין די גמרא שטייט אז ס'פאסט נישט ווייל ספרי חיים ומתים פתוחים ואתם אומרים שירה, נאך א טעם ווייל פאר די דין קומט ארויס קען מען נישט זאגען שירה.

דער טעם פארוואס מ'זאגט אבינו מלכנו, ווייל די גמרא פארציילט אין תענית אז איינמאל איז נישט געווען רעגען, און מ'האט גוזר תענית געווען און ס'האט נישט געהאלפען ביז ר"ע איז צוגעגאנגען צום עמוד און האט אנגעהויבען אבינו מלכנו וכו', און מ'איז געהאלפען געווארען, דערפאר האט מען מתקן געווען אז מ'זאל עס זאגען אין עשרת ימי תשובה, [שבת זאגט מען עס נישט ווייל אסור לתבוע צרכיו בשבת].

דער טעם פארוואס ווען ס'איז דא א ברית מאכט מען עס פאר תקיעת שופר, כדאי נאנט צו ברענגען ברית אברהם צו תקיעת שופר וואס מ'בלאזט מיט א שופר של איל אקעגען עקידת יצחק.

דער טעם פארוואס מ'בלאזט ביי מוסף און נישט צופרי ווי ס'פאסט אלס זריזים מקדימים למצוות, ווייל ס'האט אמאהל פאסירט בשעת מלחמה אז די גוים האבען געמיינט אז דאס שופר בלאזן איז א סיגנאל צו די פיינט, און די אידן זענען שפיאנען זענען זיי באפאלען די אידן און אויסגעהרגעט ר"ל האט מען מתקן געווען צו בלאזען ביי מוסף דעמאלס זעהן די גוים אז היינט איז א היילגיע טאג ווייל מ'האלט אין איין דאווענען און זיי שטערען נישט.

דער טעם פארוואס מ'זאגט זיבען מאהל למנצח
פאר תקיעת שופר ווייל ס'איז דא אין דעם (מיט מן המיצר צוזאמען) 587 ווערטער וויפיל ס'איז בגימטריא שופר מיט'ן כולל.

דער טעם פארוואס מ'בלאזט נאכמאל שפעטער ביי שמונה עשרה, כדאי צו פארמישען דעם שטן ווי תוס' ברענגט די ירושלמי אז די שטן מיינט אז משיח איז שוין דא און מ'גייט אים שעכטען, און וועגען דעם פלעגט די האר"י הקדוש דעמאלס זאגען תפלות צווישען די תקיעות ווייל דעמאלס איז די שטן צומישט און ער לאזט אדורך די תפילות.

דער טעם פארוואס ביי אלע קרבנות פון יו"ט שטייט והקרבתם און דא שטייט ועשיתם.
ווייל ווען איינער טוט תשובה רעכענט די אויבערשטער ווי ער מאכט זיך אליינ'ס איצט פאר א נייע מענטש און ער ווערט כתינוק שנולד דמי, וואס דאס איז מרומז אין ועשיתם ווי איר מאכט זיך אליינס.

דער טעם פארוואס די לעצטע תקיעה איז א לאנגע
ווייל דאס איז די לעצטע און אזוי געפונען מיר ביי מתן תורה אז די אויבערשטער האט געוואלט מודיע זיין אז ער איז שוין אוועק פון בארג האט ער געבלאזען מיט'ן שופר א לאנגע קול.

דער טעם פאוואס אלע טויערן זענען צוגעמאכט אבער די טויער פון טרערען נישט ווייל אויף אלע טויערען איז דא מלאכים אבער אויף דעם טויער איז דער אויבערשטער אליין
פון ר"ר ברוך מ'מעזבוז שטייט אז לכאורה איז שווער וואס פעלט אויס בכלל טויערען אז ס'איז סיי ווי סיי אפען נאר ווער ס'וויינט ווי א נער מאכט מען עס אים צו.

דער טעם פארוואס ר"ה גייט מען צו תשליך (אזוי שטייט אין רמ"א) צו א וואסער וואו פיש שווימען, ווייל מ'וויל דערמאנען די זכות פון אאע"ה וואס אויפען וועג צו די עקידה האט דער שטן געמאכט א וואסער און ער איז אריינגעגאנגען ביז'ן האלז און געשריגען באו מים עד נפש און ס'איז געווארען טריקן ווילען מיר דערמאנען די זכות, און דוקא ביי פיש ווייל מיר זענען אזוי ווי פיש וואס ווערען אריינגעכאפט פלוצלינג דורכ'ן נעץ און מיר ווערען אויך אריינגעכאפט דורכ'ן יצה"ר.

נאך א טעם ווייל דגים איז ר"ת י"ג מכילין דרחמי וואס דאס איז די י"ג מדות של רחמים וואס מיר זאגען ביי תשליך.

נאך א טעם ווייל אזוי ווי פיש האבען שטענדיג אפענע אויגען אזויי אויך דער אויבערשטער איז הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל.


דער טעם פארוואס די צווייטע טאג נעמט מען א נייע זאך ביי קידוש און אויך דער בעל תוקע ביי תקיעת שופר, ווייל דעם צווייטען טאג ר"ה איז אנדערשט ווי סתם א יו"ט שני ווייל טיילמאל איז אין א"י אליין אויך געווען צוויי טעג יו"ט ווען עדים זענען אנגעקומען נאך מנחה אז זיי האבען געזעהן א לבנה האט מען געמאכט צוויי טעג יו"ט און דעם צווייטען טאג איז נישט געווען אלס ספיקא דיומא נאר ווי א יומא אריכתא איין לאנגע טאג די ביידע טעג צוליב א גזירה וועגען די קומענדיגע יאר, ממילא קען מען נישט מאכען א שהחינו דארף מען נעמען א נייע פרי אדער בגד משא"כ יעדען יו"ט איז די צווייטע טאג אלס ספיקא דיומא ווייל מ'ווייסט נישט וועלכע טאג ס'איז יו"ט קען מען מאכען א שהחינו.

דער טעם פארוואס די צוויי טעג ר"ה איז א יומא אריכתא (עפ"י דרוש) ווייל ווען ס'געפאלט אין שבת בלאזט מען נישט קיין שופר אינעם ערשטען טאג האט מען נישט מיט וואס צו צומישען דעם שטן ווארט מען מיט'ן דין אויפן צווייטען טאג און מ'צומישט אים.


דער טעם פארוואס מ'משפט אין חודש תשרי, ווייל דעמאלס איז אדם הראשון
געבוירען נאך א טעם ווייל דער אייבישטער איז א רחום בדין איז ער דן די אידן אין אזא חודש וואס מ'טוט אסאך מצוות אין דעם חודש און די זכות איז מגין אויף זיי.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2008 2:35 pm

אכילת תפוח
דער טעם פארוואס מ'עסט עפל ראש השנה ביינאכט איז ווייל די פלאץ פון די אש אויפ'ן מזבח האט אויסגעזעהן ווי די צורה פון א עפל.
נאך א טעם: ווייל ש"ה עקיד"ה (די שה וואס מ'האט מקרב געווען אויף די עקידה) איז בגימטריא תפו"ח (עפל), ווייל דאס איז געווען ווי א קרבן אויפ'ן מזבח, און דער זכות ווילען מיר דערמאנען אין ר"ה.
נאך א טעם: ווייל מיר ווילען דערמאנען די זכות פון די אידן וואס האבען געזאגט "נעשה ונשמע" אזוי ווי עפל וואס איז "פריו קודם לעליו" - די פרי וואקסט פאר איר בלעטעל.
נאך א טעם ע"פ רמז: ווייל תפוח איז בגימטריא "פרו ורבו", און "דבש" איז בגימטריא "אשה", דאס איז מרמז אז ר"ה איז מסוגל געהאלפען צו ווערען מיט קינדער, אזוי ווי מ'ליינט בייטאג די פרשה "וה' פקד את שרה".
שנהיה לראש
פארוואס זאגט מען שנהיה לראש מיט א למ"ד, מ'וואלט געדארפט זאגען "שנהיה ראש"? נאר, ס'שטייט אין די משנה "הוי זנב לאריות, ואל תהיה ראש לשועלים". דאס בעט מען "שנהיה לראש" מיר זאלן באלאנגען צו א ראש, "ולא לזנב" און אפילו נישט זיין א ראש פאר זנבים, ווי ס'שטייט "ואל תהיה ראש לשועלים".
פון חוזה מלובלין שטייט אז פשט אין די תפילה איז אז די תלמידים בעטען פאר א גוטע רבי, און די רבי'ס בעטען פאר גוטע תלמידים, אין די בחינה פון ראש. דאס מיינט שנהיה לראש ולא לזנב.
דער ייטב לב ברענגט פון הרה"ק ר' אליעזר מ'דזשיקוב זי"ע אז די ר"ת פון לראש איז ל'עשות ר'צון א'ביך ש'בשמים.
דער מגן אברהם ברענגט אז די מהרש"ל האט נישט געגעסען קיין פיש אין ר"ה, ווייל ער האט עס זייער ליב געהאט, און ער האט געוואלט ממעט זיין תאותו אין ר"ה
זאגט דער "מאור ושמש" אז פשט איז אז די אלע זאכן עסט מען כדאי ממשיך צו זיין פון יענע וועלט די אלע סימנים והשפעות, און דאס קען מען נאר אויספועלן ווען מ'איז אויסגעטוהן פון גשמיות, און מ'עסט עס נאר לשם שמים. און דער מהרש"ל האט מורא געהאט אז ווייל ער האט עס ליב וועט ער נישט קענען אינזין האבען וואס ער דארף, דעריבער האט ער עס נישט געגעסען.
אין די גמרא איז דא צוויי גרסאות, אין מסכת כריתות שטייט "למיכל" אז מ'דארף עסן די אלע זאכען, אין מס' הוריות שטייט "למיחזי" אז צו זעהן איז גענוג און מ'דארף עס נישט עסן.
ס'איז אויך א מחלוקה צווישען די ראשונים ווי "רב האי גאון" זאגט אז אין זיין פלאץ האט מען זיך געפירט צו ווייזען אויף די אלע זאכען.
אין חידושי הגהות שטייט א תירוץ צווישען די צוויי גמרות, אז אין כריתות רעדט מען פון א סגי נהור וואס קען נישט זעהן, ממילא מוז ער עסן.
אין טור שטייט אז מ'זאל עסן. און אין ספר כף החיים שטייט אז ווער ס'קען נישט עסן, איז גענוג אז ער ווייזט.
אין "של"ה הקדוש" שטייט אז ס'איז נישט דא קיין שום רמז מיט'ן עסן די פירות, נאר דאס דערמאנט אז מ'זאל בעטען אויף די אלע זאכען.
אויך ר' יעקב עמדין איז מסביר אז ס'איז נישט גענוג צו עסן אליין נאר מ'דארף אויך מתפלל זיין.
ר' שלמה קלוגער שרייבט אבער פארקערט אז דאס איז נישט ווי א תפלה, נאר מיר ווייזן ארויס בטחון מיט דעם אז עס וועט טאקע זיין א גוט יאר.
די צווייטע טאג איז א מחלוקה, דער "בני יששכר" ברענגט אז וועגען דעם שטייט אין די גמרא די לשון "בריש שתא" און נישט בראש השנה, ווייל נאר אנפאנג יאר, די ערשטע נאכט, עסט מען די זאכען.
אבער אין ספר בן יהודע איז מדייק פון די לשון "יהא רגיל" אז ביידע נעכט דארף מען דאס עסן און נישט נאר די ערשטע נאכט.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2008 2:44 pm

ערב ראש השנה

עומדים בהשכמה
ערב ראש השנה שטייט מען אויף פריער ווי אלע סליחות טעג און מען פארמערט צו זאגן סליחות, כדי מיר זאלן ארויס גיין אינגאנצן ריין אין דעם גרויסן "יום הדין". מטה אפרים

יום צום
אין שלחן ערוך ווערט גע'פסק'נט אז ערב ראש השנה זאל מען פאסטען, דער מקור דערפון איז אין מדרש תנחומא (ויקרא כג-מ) וואס ווערט געברענגט אין טור אורח חיים סימן תקפ"א, א שיינע משל:
עס איז אמאל געווען א לאנד וואס איז שולדיג געווען אסאך געלט פאר'ן קעניג, עס איז אריבער א לאנגע צייט און מען האט נישט געהאט דאס געלט צו באצאלען, ביז דער קעניג איז געקומען מיט א גרויסע מיליטער איינצומאנען די שטייערן אזוי ווי דער קעניג האט שוין געהאלטען צען מיל פונעם שטאט, זענען ארויס די גרויסע לייט פון דעם שטאט, און מקבל פנים געווען דעם קעניג, און געבעטען אז וויבאלד זיי האבן נישט קיין געלט צו באצאלען זאל דער קעניג זיי מוחל זיין דעם חוב, דער קעניג האט רחמנות געהאט און ער האט זיי מוחל געווען א דריטל פון דעם חוב. ווען דער קעניג איז אנגעקומען אביסעל נענטער צום שטאט זענען ארויסגעגאנגן די "בינונים" פון שטאט מקבל פנים זיין דעם קעניג און אויך זיי האבן געבעטען אז דער קעניג זאל מוחל זיין דעם חוב, האט דער קעניג מוחל געווען נאך א דריטעל. ווען דער קעניג איז שוין געווען נאנט צום שטאט זענען ארויסגעגאנגען די גאנצע שטאט מקבל פנים זיין, דעמאלס האט דער קעניג שוין אלעס מוחל געווען.
אזוי אויך ערב ראש השנה פאסטען די חשובע מענטשען איז דער אויבערשטער מוחל א דריטעל פון די עבירות, ווען עס קומט די עשרת ימי תשובה און די "בינונים" פאסטען איז דער אויבערשטער מוחל נאך א דריטעל, און ווען עס קומט יום כיפור און אלע יודען פאסטען איז דער אויבערשטער מוחל אויף אלע אונזערע עבירות.

תקיעת שופר ערב ר"ה
ערב ראש השנה בלאזט מען נישט קיין שופר. כדי צו מאכן א הפסק צווישן די תקיעות פון "רשות" פון גאנץ אלול, און תקיעות פון "חובה" פון ראש השנה.

נאך א טעם: כדי צו צומישען דעם שטן, ער וועט מיינען ערב השנה אז עס איז שוין געווען דער יום הדין, ווייל ער זעט אז מען בלאזט שוין נישט קיין שופר, און ער וועט נישט מער מקטרג זיין.

התרת נדרים
עס זענען דא וואס פירען זיך אז ערב ראש השנה איז מען מתיר די נדרים פון א גאנץ יאר, פאר דריי מענטשן, מיט דעם נוסח וואס שטייט אין די סידורים.

דער טעם צו מאכן התרת נדרים ערב ראש השנה איז, ווייל דער עבירה פון נישט איינהאלטען א נדר איז זייער הארב און גרויס, און דאס איז גורם מיתה רח"ל, וויל מען נישט האבן דער עבירה ביים יום הדין. אלף המגן

מען נעמט דריי מענטשן (א בית דין) און זיי זעצן זיך אויף איין זייט פון א טיש, און דער מענטש וואס איז מתיר נדר שטייט אויף דער אנדערער זייט טיש, און ער זאגט דער לשון וואס עס שטייט אין די סידורים. מען מעג נעמען קרובים פאר א בית דין ביי התרת נדרים.

א רמז צו מאכן התרת נדרים ערב ראש השנה: אין דער פסוק וואס רעדט זיך פון נדרים שטייט: "לא יחל דברו ככל היוצא מפיו יעשה" די ווערטער ל'א יח'ל דבר'ו ככ'ל זענען סופי תיבות "אלול". ש"ך


קברי צדיקים
טייל פירן זיך צו גיין ערב ראש השנה צו קברי צדיקים, און מען גיט דארט צדקה פאר עניים.
דער טעם פארוואס מען גייט צו קברי צדיקים איז, כדי די צדיקים זאלן פאר אונז מתפלל זיין און זיין מליצי יושר, אין דעם יום הדין.
נאך א טעם: ווייל ביי קברי צדיקים איז א מקום קדוש און די תפילות ווערן דארט מער אנגענומען.

צדקה
ערב ראש השנה איז א ספעציעלע צייט צו מרבה זיין בצדקה, כדי יוצא צו זיין דעם פסוק אין נחמי' "ושלחו מנות לאין נכון לו" וואס דארט רעדט זיך פון ראש השנה.

מכבסין ומסתפרין
מען דארף זיך אפוואשען און אפשערען לכבוד יום טוב, כדי מיט דעם צו ווייזן אז מיר זענען זיכער אז מיר וועלן ארויס גיין ריין ביי דעם משפט. לכתחלה זאל מען זיך שערען פאר חצות. מטה אפרים

דער טור ברענגט פון א ירושלמי אויף די ווערטער "כי מי גוי גדול וגו'" וועלעכע פאלק איז דען אזוי ווי די יודישע פאלק. ביי די אנדערע פעלקער ווען זיי גייען צום משפט טוען זיי זיך אן אין שווארצע קליידער, זיי לאזן זיך וואקסען די האר און די נעגל, און זיי טרויערן, ווייל זיי האבן מורא אז זייער משפט וועט ארויסקומען שלעכט.
אבער די יודן זענען נישט אזוי, זיי קליידען זיך אין ווייסע קליידער, שערען זיך די האר און נעגל לכבוד ראש השנה, זיי עסען און זיי טרינקען און זיי פרייען זיך אין ראש השנה, ווייל זיי זענען פיל מיט האפענונג אז דער אויבערשטער וועט זיי מוחל זיין.

טבילה
מען דארף זיך טובל'ן אין א מקוה, אפילו די מענטשן וואס טובל'ן זיך נישט אין מקוה א גאנץ יאר. רוקח


החותך חיים - נייע מעסער
עס ווערט געברענגט א מנהג פון בעל שם טוב הקדוש זי"ע, צו קויפן א נייע מעסער לכבוד ראש השנה. א רמז צו דער "שם" פון פרנסה "חתך" – שניידען, וואס דאס זענען די סופי תיבות פון "פותח את ידך".

נאך א רמז: ווייל מיר זאגען ביים דאווענען ראש השנה "החותך חיים לכל חי", - דער אויבערשטער שניידט און באשטימט לעבן פאר אלע לעבעדיגע באשעפענישען.

נאך א רמז: ווייל א נייע מעסער שניידט "דין", דאס איז א רמז אז עס זאל צושניטען ווערן דער מדת הדין, און עס זאל גובר זיין דער מדת הרחמים אויף אונז.

הרה"ק מהרי"א מזידיטשוב זצ"ל האט געזאגט אז יעדער איינער זאל קויפן ערב ראש השנה א נייעם מעסער און זאל דאס אויסשארפען, ווייל דאס איז מסוגל אויף פרנסה א גאנץ יאר.

מנחה ערב ראש השנה
ביי תפילת מנחה ערב ראש השנה פארנאכט שטייט מען שוין און די לעצטע מינוטן פונעם יאר, און פונדעסטנוועגן בעטן מיר דעמאלטס "ברך עלינו ה' אלקינו את השנה הזאת", השי"ת זאל אונז בענטשן דאס יאר, איז דאך שווער צו פארשטיין עס קומט דאך שוין א נייע יאר, אויב אזוי פארוואס בעטן מיר אז השי"ת זאל פאר אונז בענטשן דאס יאר וואס איז שוין כמעט דורך?
זאגט דער ערשטער בעלזער רב - דער שר שלום זצ"ל: דאס קומט אונז ווייזן אז "ישועת ה' כהרף עין" דערפאר זאל זיך א יוד קיינמאל נישט מייאש זיין פון בעטן דעם באשעפער פאר זיינע באדערפענישן, ווייל אפילו און דער לעצטער מינוט קען נאך זיין די ישועה:

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2008 2:44 pm

הלכות ומנהגי ועניני ראש השנה


מזל החודש
דער מזל פון חודש תשרי איז "מאזנים" - "וואגשאל" דאס איז א רמז אז דעם חודש משפט מען יעדן איינעם.
ר"ן פ"ק דר"ה

ברכת החודש
מען בענטשט נישט ראש חודש תשרי, אזוי ווי מען בענטשט יעדן ראש חודש. ווייל מיר ווילן פארטומלען דעם שטן ער זאל נישט וויסן ווען עס איז ראש השנה.
א סימן דערויף ווייל עס שטייט אין פסוק: "תקעו בחדש שופר בכסא ליום חגנו" און דער ווארט "בכסא" מיינט באדעקט, אז דער חודש זאל זיין באדעקט און באהאלטן, מען זאל איהם נישט דערמאנען. לבוש

לא אד"ו ראש
דער ערשטער טאג ראש השנה קען נאר אויסגעפאלן אין איינע פון די פיר טעג, מאנטאג, דינסטאג, דאנערשטאג, און שבת קודש. אבער זונטאג, מיטוואך, פרייטאג, קען נישט אויסגעפאלן ראש השנה, דער סימן דערצו איז "לא אדו ראש", דאס מיינט אז איינער פון די טעג א' ד' ו', קען נישט אויסגעפאלן "ראש" השנה.

שמות היום
ראש השנה האט פיר נעמען, ואלו הן:
ראש השנה: דער אנהייב פון דער נייע יאר.
יום הזכרון: דער טאג וואס דער אויבערשטער געדענקט כלל ישראל צו א גוט געבענטשט יאר.
יום הדין: דער טאג וואס דער אויבערשטער טוט משפט'ן די גאנצע וועלט.
יום תרועה: אזוי ווערט דער טאג גערופען אין די תורה, ווייל אין דעם טאג איז דא א מצוה פון בלאזען שופר.

יום הדין
דער ר"ן ברענגט פון פסיקתא א טעם פארוואס דער אויבערשטער האט באשטימט ראש השנה פאר דעם יום הדין. ווייל אין דעם טאג איז אדם הראשון באשאפן געווארן ווייל די וועלט איז באשאפן געווארן כ"ה אלול, (לויט ר' אליעזר אז בתשרי נברא העולם) קומט דאך אויס אז ראש השנה איז אדם הראשון באשאפן געווארן. און אזוי זאגן מיר דאך ביים דאווענען ראש השנה, "זה היום תחלת מעשיך", און אין דעם טאג האט אדם הראשון געזינדיגט מיטן חטא עץ הדעת, און דער אויבערשטער האט איהם מוחל געווען און פארגרינגערט זיין פסק דין.

דאס איז געווען דער סדר הדברים און דעם טאג וואס אדם הראשון איז באשאפען געווארען:
דער "ערשטע" שעה אין טאג האט דער אויבערשטער געהאט אין זיין מחשבה צו באשאפן דעם מענטש,
דער "צווייטע" שעה האט זיך דער אויבערשטער באראטן מיט די מלאכים אויב ער זאל אים באשאפן.
די "דריטע" שעה האט דער אויבערשטער איינגעזאמעלט די ערד וואס אדם הראשון איז דערפון באשאפן געווארן.
די "פערטע" שעה האט אים דער אויבערשטער געקנעטן אזוי ווי מען קנעט א טייג.
דער "פיפטע" שעה האט איהם דער אויבערשטער אויספארמירט.
דער "זעקסטע" שעה האט דער אויבערשטער פארטיג געמאכט זיין גוף, ער זאל ווערן פלייש מיט ביינער און אדערן, און א הויט ארויף געצויגן.
דער "זיבעטע" שעה האט דער אויבערשטער אריינגעבלאזן אין איהם א נשמה.
דער "אכטע" שעה האט דער אויבערשטער איהם אריין געפירט אין גן עדן.
דער "ניינטע" שעה האט איהם דער אויבערשטער באפוילן אז ער זאל נישט עסן פון דעם עץ הדעת.
דער "צענטע" שעה האט ער געזינדיגט און האט געגעסן פון דעם עץ הדעת.
דער "עלעפטע" שעה האט אים דער אויבערשטער גע'משפט אז ער זאל שטארבן.
דער "צוועלעפטע" שעה האט דער אויבערשטער פארגרינגערט זיין משפט אז ער זאל בלייבן לעבן, און ער איז ארויס פון דעם משפט ריין.
דעריבער וויבאלד דער טאג א' תשרי איז שוין פון אנהייב געווען א יום הדין, און א יום סליחה, דערפאר האט דער באשעפער באשטימט דעם טאג פאר אלע דורות אז דאס זאל זיין דער "יום הדין".

יום של ישועות ורפואות
און דעם טאג ראש השנה קענען זיך די יודען אויסבעטן כל מיני ישועות ורפואות, ווייל אין ראש השנה איז דאס אידישע פאלק שוין עטליכע מאל געהאלפען געווארען מיט זייערע בקשות. אזוי ווי די גמרא זאגט (במס' ר"ה) אז אין ראש השנה זענען שרה, רחל, און חנה באשטימט געווארען אז זיי וועלן האבן קינדער.
יוסף הצדיק איז ארויס פון תפיסה אין לאנד מצרים אין דעם טאג ראש השנה.
די יודען אין מצרים האבן אויפגעהערט צו טון 'עבודת פרך' אין ראש השנה.

חסד השי"ת
דער סדר פון די וועלט איז, אז ווען מען משפט איינעם וואס מען האט נישט ליב, משפט מען איהם ווען מען איז נישט צופרידן, און אזוי משפט מען איהם צום שלעכטן. אבער ווען מען משפט איינעם וואס מען האט ליב, ווארט מען אויף א צייט וואס מען איז גוט אויפגעלייגט.
דער אויבערשטער ווייזט ארויס זיין גרויס ליבשאפט צום כלל ישראל מיט דעם וואס ער משפט זיי דוקא אין א חודש וואס ער איז צופרידן, דאס איז דער חודש פון תשרי, וואס אין דעם חודש טוען יודן אזוי פיל מצוות, שופר, יום כיפור, סוכה, ד' מינים, און די מצוות זענען מעורר אסאך רחמנות. אבודרהם

יומא אריכתא
די צוויי טעג ראש השנה ווערן גערעכנט ווי איין לאנגע טאג.
מען קען זאגן א טעם: ווייל עס שטייט אין הייליגע ספרים אז די עשרת ימי תשובה זענען מרמז אויף די עשרת הדברות, און וויבאלד די ערשטע צוויי דברות האט דער אויבערשטער געזאגט אויף איינמאל, דערפאר זענען די ערשטע צוויי טעג ווי איין לאנגע טאג.
בשם ר' יונתן אייבשיץ זי"ע

נאך א טעם: ווייל ווען דער ערשטער טאג ראש השנה קומט אויס אום שבת, בלאזט מען נישט קיין שופר, ווערט דאך דער שטן נישט צומישט, קען ער דאך חלילה רעדן שלעכטס אויף אידן, דעריבער האט מען מתקן געווען אז ביידע טעג ווערן גערעכנט פאר איין לאנגע טאג, ווערט נאך נישט פארטיג דער דין ביז דעם אנדערן טאג, וואס דעמאלטס בלאזט מען שוין יא שופר, ווערט דער שטן דעמאלסט צומישט, און די אידן קענען שוין גע'משפט ווערן צום גוטן.

בכייה בתפלה
מען דארף וויינען ביים דאווענען, ווייל דורך דעם וויינען קען מען פועל'ן אז מען זאל ווערן איבערגעשריבען צווישען די צדיקים, אפילו אויב מען איז שוין חלילה געווען פארשריבען צווישען די רשעים. אלף המגן

דער אריז"ל האט שטארק געוויינט ראש השנה און יום כיפור, און האט געזאגט אז אויב עס קומט איינעם גארנישט צו וויינען אין די טעג פון ראש השנה און יום כיפור, איז א סימן אז זיין נשמה איז נישט אין ארדענונג.

אויך האט דער אריז"ל געזאגט: אויב איינער ווערט פלוצלונג אינמיטען דאווענען נתעורר שטארק צו וויינען, איז דאס א סימן אז יעצט משפט מען איהם.

כוונה בתפלה
דער יושר דברי אמת (פרק נ"ו) זאגט: אסאך מענטשען מאכען א גרויסע טעות מיט דעם וואס זיי לייגען די עיקר התעוררות ביי די צוגעלייגטע תפלות וואס זענען געאייגענט פאר ראש השנה און יום כיפור, אבער ביי פסוקי דזמרה און קרבנות און קריאת שמע און שמונה עשרה, וואס דאס דאווענט מען א גאנץ יאר זאגען זיי שנעל. זיי ווייסן אבער נישט אז דאס איז די עיקר, און די תפלות וואס מיר לייגען צו ראש השנה און יום כיפור ווי למשל די יוצרות וכדו' זענען נאר אן הוספה, און אן הוספה ווערט נישט אנגענומען אן די עיקר.

מיט דעם וואס מען איז מכוון ביים דאווענען אין די הייליגע טעג פירט מען ארויף אלע פסול'ע תפילות פון א גאנץ יאר. ערבי נחל

בעל תפלה
דער שליח ציבור וואס דאווענט ראש השנה זאל זיך שוין דריי טעג פאר ראש השנה צוגרייטן בקדושה וטהרה, ער זאל לערנען ספרי מוסר וואס זענען מעורר דאס הארץ פון מענטש תשובה צו טון און מורא האבן פונעם אויבערשטן.
אויך זאל ער זיך פארקוקן די פירוש המלות און דורכלערנען עניני התפלה. אויב ער קען נישט די פשוטע פירוש המלות פון די יוצרות, טאר ער נישט זיין קיין בעל תפלה, ווייל אויב מען זאגט יוצרות אינמיטן שמנה עשרה און מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט איז דאס א הפסק.

סדר התפלה
ביי מעריב פון ראש השנה, פאר קדיש פון שמנה עשרה, זאגט מען דעם פסוק: "תקעו בחדש שופר בכסא ליום חגנו", וואס רעדט זיך פון ראש השנה.

פון די קדיש פון פאר שמונה עשרה ביז נאך יום כיפור, דאפעלט מען און מען זאגט "לעילא ולעילא" ווייל אין די טעג ווייזט דער אויבערשטער ארויס זיין גרויסקייט מער ווי א גאנץ יאר.
אויך, אנשטאט די ווערטער "מן כל ברכתא" זאגט מען מכל ברכתא", דער טעם איז, ווייל פון יהא שמיה רבא, ביז ואמרו אמן, דארף זיין 28 ווערטער, און וויבאלד מען האט צוגעלייגט א ווארט "ולעילא" דארף מען אראפ נעמען א ווארט, מאכט מען פון די צוויי ווערטער "מן כל" איין ווארט "מכל".

שמונה-עשרה
עס זענען דא וואס פירן זיך צו זאגען ביים ענדיגען שמונה-עשרה "עושה השלום" אנשטאט "עושה שלום", און אזוי אויך ביים ענדיגן קדיש, ווייל דאס ווארט "השלום" באטרעפט 381, אזוי פיל וויפיל עס באטרעפט די נאמען "ספריאל", דער מלאך וואס ציילט אפ די מענטשן וואס זענען אריין געשריבן אין דעם ספר החיים.
אין די גאנצע עשרת ימי תשובה, ביי די ערשטע צוויי ברכות פון שמונה-עשרה, איז מען מוסיף און מען זאגט "זכרנו לחיים" און "מי כמוך", און ביי די לעצטע צוויי ברכות לייגט מען צו "וכתוב לחיים" און "בספר חיים".
אויב מען האט פארגעסען זיי צו זאגען, און מען האט שוין געזאגט "ברוך אתה ה'", זאל מען נישט איבער דאווענען.

מען זאגט "זכרנו לחיים" מיט א שוא אונטער די למד, אבער נישט אזוי ווי מען וואלט געדארפט זאגען על פי דוקדוק מיט א פתח אונטער די למד, ווייל א פתח קען טייטשען ח"ו "לא חיים", און די טעג זענען מיר מדקדק נישט ארויס צו זאגען קיין שום שלעכטס פון אונזער מויל ביים דאווענען.

אנטשטאט "האל הקדוש" זאגט מען "המלך הקדוש". ווייל די טעג זענען ימי הדין וואס דער אויבערשטער משפט די גאנצע וועלט, און ער ווייזט אז זיין קעניגרייך געוועלטיגט איבער אלעס.
אויב מען האט פארגעסען דאס צו זאגען, דארף מען יא איבער דאווענען.

אין די עשרת ימי תשובה, ביי די ברכה פון "השיבה שופטינו" אנטשטאט "ברוך אתה ה' מלך אוהב צדקה ומשפט" זאגט מען "המלך המשפט".
אויב מען האט פארגעסן דאס צו זאגן, דארף מען נישט איבער דאווענען, וויבאלד מען האט שוין ממילא געזאגט די ווארט "מלך".

לדוד מזמור
עס ווערט געברענגט פון דער אר"י הקדוש זי"ע אז מען זאל זאגען ראש השנה ביי מעריב נאך שמונה עשרה דעם קאפיטל "לדוד מזמור לה' הארץ ומלואה" מיט גרויס כוונה. און דאס איז א סגולה, אז עס זאל נישט פעלן קיין פרנסה א גאנץ יאר.

עס ווערט געברענגט א טעם פארוואס דער קאפיטל "לדוד מזמור" איז א סגולה לפרנסה; ווייל באמת וואלטן מיר נישט געמעגט מתפלל זיין אין די הייליגע טעג אויף גשמיות'דיגע געברויכען, ווייל מיר וואלטן נאר געדארפט מתפלל זיין אז דער אויבערשטער'ס נאמען זאל שוין געהייליגט ווערן, און ער זאל שוין קעניגן אויף די גאנצע בריאה. אבער אזוי ווי אלע גשמיות'דיגע געברויכן דארפן מיר האבן כדי צו קענען דינען דעם באשעפער, דערפאר זענען מיר בארעכטיגט מתפלל צו זיין דערויף.
אויב אזוי קענען מיר שוין פארשטיין פארוואס דער קאפיטל איז מסוגל לפרנסה; וויבאלד מיר זאגן אין דעם קאפיטל "לה' הארץ ומלואה" אלעס וואס מיר טון אויף די וועלט, אפילו די גשמיות'דיגע זאכן, איז נאר פאר'ן כבוד פון דעם אויבערשטען, קענען מיר מיט רעכט פארלאנגען אז דער אויבערשטער זאל זיך צוהערן צו אונזערע תפילות אויף גשמיות'דיגע ענינים.

הלל ראש השנה
די גמרא זאגט אז די מלאכי השרת האבן געזאגט פאר'ן אויבערשטן: רבונו של עולם, פארוואס זאגן די יודן נישט קיין שירה פאר דיר ראש השנה און יום כיפור? האט דער אויבערשטער זיי געענטפערט: איז דען מעגליך אז דער קעניג זיצט אויף זיין שטול ווי ער משפט, און די ספרים פון די לעבעדיגע און פון די טויטע זענען פאר אים אפען, זאלן די יודן דעמאלט זאגן פאר מיר שירה?!

נאך א טעם: וויבאלד הלל ווייזט אויף שמחה און עס פאסט נישט אז מיר זאלען ווייזן אז מיר פרייען זיך היינט ווען מיר שטייען ביים משפט. אפילו מיר וואשן זיך און שערן זיך ערב ראש השנה, דאס איז ווייל מיר האבן בטחון אז מיר וועלן ארויסקומען זכאי בדין, אבער פונדעסטענוועגן פאסט נישט צו זינגען שירה, און זיין בשמחה. לבוש

נאך א טעם: ווייל מיר האבן מקובל אז ראש השנה און יום כיפור קומען אין בית המדרש די נשמות פון אונזערע עלטערן וואס זענען שוין נפטר געווארן מיט-צו-דאווענען צוזאמען מיט אונז, און וויבאלד די מתים קענען שוין מער נישט זאגן קיין שירה ביז תחיית המתים, אזוי ווי מיר זאגן ביי הלל "לא המתים יהללו קה" - די טויטע קענען נישט לויבן דעם אויבערשטן, דערפאר זאגן מיר אויך נישט קיין הלל, כדי נישט צו זיין קיין לועג לרש.

לשנה טובה תכתב ותחתם
ראש השנה ביינאכט נאכ'ן דאווענען, וואונטשט מען אן דעם טאטן, זיידען און אויך די חבירים און באקאנטע: לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים (טובים ארוכים ולשלום).
פאר די מאמע, באבע און שוועסטער זאגט מען: לשנה טובה תכתבי ותחתמי לאלתר לחיים (טובים ארוכים ולשלום).

דער צמח צדק האט געזאגט: עס זענען דא צוויי מלאכים וואס באגלייטען דעם מענטש ראש השנה ביינאכט, און זיי הערן ווי יעדער וואונטשט איהם נאכן דאווענען מעריב, "לשנה טובה תכתב ותחתם" פון הארצן מיט אן אמת, דערנאך גייען די מלאכים ארויף אין הימל, און זענען מליצי יושר פאר דעם מענטש אויף אויסצובעטען א שנה טובה ומתוקה.

אויך וואונשט מען זיך איינער דעם צווייטען "א גוט יאר - א זיס יאר" ווייל אלעס וואס דער אויבערשטער טוט מיט א מענטש איז דאך נאר גוטס, אזוי ווי דער פסוק זאגט "מאתו לא תצא הרעות", נאר נישט אלעמאל זענען מיר זוכה צו זען די טוב דערפון, דעריבער בעטן מיר אז עס זאל זיין אויך א זיס יאר, מיר זאלען שפירן אז עס איז א גוט יאר, בבחינת "ותגמלנו חסדים טובים", און "הראנו ה' חסדך".

נאר די ערשטע נאכט וואונטשט מען זיך לשנה טובה, ווייל, צדיקים ווערט געחתמ'ט זייער דין פאר די ערשטע דריי שעה פון די ערשטע טאג. ווייזן מיר מיט דעם אז מיר האלטען יעדן יוד פאר א צדיק וואס איז שוין נחתם געווארן לשנה טובה, און מען דארף אים שוין מער נישט ווינטשען "לשנה טובה תכתב ותחתם". לבוש

קידוש ושהחיינו
מען מאכט קידוש אזוי ווי אלע אנדערע ימים טובים, עס איז אבער דא געוויסע שינויים. מען זאגט נישט "מועדים לשמחה חגים וזמנים לששון" נאר מען זאגט "את יום הזכרון הזה יום תרועה".
אנטשטאט די ווערטער "ומועדי קדשיך" זאגט מען "ודברך אמת וקים לעד". און מען ענדיגט, מקדש ישראל ויום הזכרון.

די צוויי טעג ראש השנה ווערן גערעכנט ווי א "ומא אריכתא" דעריבער איז דא א מחלוקת הפוסקים צו מען זאל מאכן א "שהחיינו" די צווייטע טאג ראש השנה.
מיר פסק'ענען אז מען דארף יא מאכן א שהחיינו, אבער כדי יוצא צו זיין ביידע דעות, פירט מען זיך אז דער צווייטע טאג ביי קידוש און אזוי אויך בשעת לעכט צינדן ווען מען מאכט א שהחיינו, לייגט מען אויפן טיש א נייע פרוכט, אדער מען טוט אן א נייע בגד, און מען האט אינזין אז דער שהחיינו זאל אויך ארויף גיין אויף דער נייע פרוכט, אדער אויף דער נייע בגד.

דאס זעלבע איז שייך ביי תקיעת שופר די צווייטע טאג, וועגן דעם זענען דא וואס פירן זיך, אז דער בעל תוקע זאל זיך אנטאהן די צווייטע טאג ביי תקיעת שופר, א נייע בגד.

חלות עגולות
מען פירט זיך אז אין די היילגע טעג עסט מען רינדעכיגע חלות. די טעם איז: ווייל א רינדעכיגע חלה זעט אויס אזוי ווי א קרוין, צו ווייזן אז מיר בעטן און מיר האפן אז: "מלוך על כל העולם כולו בכבודך" די גאנצע וועלט זאל שוין אנערקענן דעם אייבערשטנס קעניגרייך, דאס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "והיה ה' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד" אין יענע טאג, ווען משיח וועט קומען, וועלן אלע פעלקער איינזען, אז דער באשעפער איז דער איינציגסטער גאט.

נאך א טעם: ווייל א רינדעכיגע זאך האט נישט קיין סוף, און מיר בעטן אז דער אויבערשטער זאל אונז משפיע זיין גוט'ס אן קיין סוף. חתם סופר

סימני ליל ר"ה
ראש השנה עסט מען א סאך זאכן וואס ווייזן אויף גוטס, ווייל חז"ל זאגן "סימנא מילתא היא" - א סימן האט א כח אויף צו וועקן חסד אויבן אין הימל.

דער גמרא זאגט (כריתות ו.): "השתא דאמרת סימנא מילתא היא, יהא רגיל איניש למיכל ריש שתא קרא ורוביא כרתי סילקא ותמרי". - וויבאלד מיר נעמען אן אז א סימן מאכט א רושם, זאל א מענטש עסן ראש השנה, קרא, רוביא, כרתי, סילקא, און תמרים.

מען טונקט איין חלה אין האניג פון בינען, ווייל מיר ווילן מרמז זיין אז אפילו בינען זענען שלעכט ווייל זיי שטעכן, אבער עס קומט ארויס פון זיי א גוטע זאך, האניג. אזוי אויך בעטן מיר פון באשעפער אז אפילו עס איז נגזר געווארן אויף אונז שלעכטע גזירות, זאל ארויסקומען פון דעם נאר גוטס. לקט יושר

מען עסט אן עפל איינגעטונקען אין האניג, און מען זאגט "יהי רצון שתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה".

עס איז א מנהג צו עסן א "ראש כבש" (א קאפ פון א שעפסיל). אדער א ווידער, וועגן צוויי טעמים: 1) שנהיה לראש ולא לזנב. 2) כדי צו דערמאנען דעם זכות פון "עקידת יצחק", ווייל אנשטאט יצחק האט מען גע'שחט'ען אן איל. טור

ווען מען עסט דער ראש כבש, אדער ראש דגים, זאגט מען: "יְהִי רָצוֹן שׁנִהְיֶה לְרֹאשׁ וְלֹא לְזָנָב".

ווען מען עסט די אנדערע חלקים פונעם פיש, זאגט מען: "יְהִי רָצוֹן שֶׁנִפְרֶה וְנִרְבֶּה כְּדָגִים".

ווען מען עסט דער אויג פונעם פיש זאגט מען: "יְהִי רָצוֹן שֶׁתַּשְׁגִיחַ עָלֵינוּ בְּעֵינָא פְּקִיחָא"

ווען מען עסט רמונים, זאגט מען: "יְהִי רָצוֹן שֶׁיִרְבּוּ זְכִיוֹתֵינוּ כְּרִמוֹן".

ווען מען עסט קרא (סקוואש בלע"ז) זאגט מען: "יְהִי רָצוֹן שֶׁתִּקְרַע רוֹעַ גְזַר דִינֵנוּ, וְיִקָרְאוּ לְפָנֶיךָ זְכִיוֹתֵינוּ".

ווען מען עסט "רוביא" (מייערן) זאגט מען: "יְהִי רָצוֹן שֶׁיִרְבּוּ זְכִיוֹתֵינוּ".

ווען מען עסט "כּרתי" (ליק בלע"ז) זאגט מען: "יְהִי רָצוֹן שֶׁיִכָּרְתוּ שׁונאֵנוּ".

ווען מען עסט "סילקא" (ספיניטש בלע"ז אדער צוויקל) זאגט מען: "יְהִי רָצוֹן שֶׁיִסְתַּלְקוּ אוֹיבֵינוּ וּמַשְׂטִינֵנוּ".

ווען מען עסט "תמרים" זאגט מען: "יְהִי רָצוֹן שֶׁיִתַּמוּ שׂונְאֵינוּ וְאוֹיבֵינוּ".

משניות
עס ווערט געברענגט אז ביי די סעודות פון ראש השנה זאל מען לערנען די פיר פרקים משניות פון מסכת ראש השנה. מען זאל זיי איינטיילן אז ביי יעדע סעודה זאל מען לערנען איין פרק, ווייל דאס איז א גרויסע סגולה אז מען זאל זוכה זיין ביים דין.

אגוזים
מען פירט זיך אז מען עסט נישט קיין אגוזים (וואלנאטס בלע"ז) אין די הייליגע טעג. דער טעם איז ווייל "אגוז" איז בגימטריא 17, און צוזאמען מיט'ן כולל באטרעפט דאס 18, און "חטא" איז אויך בגמטריא 18, און מיר ווילן נישט דערמאנען דער ענין פון "חטא" אין די הייליגע טעג.

נאך א טעם: ווייל דאס ברענגט צו היסען און שְׁפֵּייעֶכְטְס וואס שטערט צו דאווענען. שולחן ערוך

דער גערער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט בדרך צחות, אז אפילו מען עסט נישט קיין אגוזים זאל מען נישט מיינען אז מען איז מיט דעם יוצא, נאר מען דארף זיך צוריק האלטען פון זינדיגען ח"ו, ווייל "חטא" איז אויך בגמטריא "חטא"...

השכמה
אין טור (סימן תקפ"ד) ווערט געברענגט אז עס זענען דא פינף השכמות, דאס הייסט, פינף טעג וואס אין זיי זאל מען אויפשטיין פארטאגס.
די השכמות זענען הושענא רבה, תשעה באב, יום כיפור, ראש השנה, און פורים. עס איז דא אויף דעם א סימן אז די 5 טעג, זענען סופי תיבות אברהם, וסימנך: "וישכם אברהם בבוקר".

מען קען זאגן א טעם פארוואס מען דארף אויפשטיין ראש השנה פרי, ווייל עס שטייט אין די גמרא אז ראש השנה די ערשטע דריי שעה פון טאג איז די צייט וואס השי"ת משפט די וועלט, און אויב מען וועט דעמאלטס שלאפן ווייזט מען דערמיט אז מען האט ח"ו נישט קיין מורא פון דעם דין, דערפאר דארף מען אויפשטיין פרי.

אויך א גאנצע טאג פירט מען זיך אז מען שלאפט נישט, ווייל עס שטייט אין ירושלמי, "מאן דדמיך בריש שתא דמיך מזליה" דער וואס שלאפט ראש השנה, פארשלאפט ער זיין מזל.

אדון עולם
עס זענען דא וואס פירען זיך אז ראש השנה און יום כיפור הייבט אן דער בעל תפילה "אדון עולם" מיט א ספעציעלע נוסח, ווייל עס ווערט געברענגט פון רבי יהודה החסיד, אז דער וואס האט אינזינען יעדעס ווארט ביי "אדון עולם", איז פארזיכערט אז זיין תפילה וועט געהערט ווערן, און דער שטן וועט נישט מקטרג זיין.
אלף המגן

שיר המעלות ממעמקים
על-פי האריז"ל זאגט מען פון ראש השנה ביז נאך יום כיפור ביי שחרית, פאר קדיש פון ברכו, דעם קאפיטל "שיר המעלות ממעמקים קראתיך". אויב מען האט פאגעסן, דארף מען נישט צוריק גיין.
א יחיד וואס האלט נאך אינמיטן פסוקי דזמרה בשעת דער ציבור זאגט שיר המעלות, מעג ער מפסיק זיין און מיטזאגן מיט'ן ציבור.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2008 2:53 pm

דיני ערב ראש השנה.

תענית. מען פירט זיך אז מען פאסט ערב ראש השנה (שו"ע שם ס"ב). אבער מען דארף נישט פאסטען אגאנצן טאג (רמ"א שם). היינט פירט מען זיך אז מען פאסט שוין אויס נאך חצות. (עי' באלה"מ שם סקע"ג)
אסאך אירע פירן זיך צו עסן צופריהא נאכן ענדיגן די סליחות, אויב עס איז נאך פארן עלות השחר, ווייל אויב עסט מען גארנישט איז דא א שאלה פון חוקת הגוי, ווייל די גוים פירן זיך צו פאסטען א טאג פאר זייערע חגאות. די וואס פירן זיך אזוי דארפן זיך נישט אויסנעמען פארן שלאפן גיין אז מען גייט עסן אינדערפריהא, -אזויווי דער דין איז ביי אנדערע תעניתים- וויבאלד דער מנהג איז אז מען עסט נאכן אויפשטיין. (רמ"א שם)
פאר זאגן די סליחות איז נישט גלייך צו עסן, און היינטיגע צייטן וואס די סליחות ציהט זיך אריין ביז נאכן עלות, פירט מען זיך אז מען טרונקט קאווע פאר די סליחות, כדי מען זאל נישט זיין אראפגעצויגן פונעם שלאף. (שע"ת סק"ה, ומטא"פ סמ"ו)
דיני הסליחות. ערב ראש השנה איז מען מרבה בסליחות (רמ"א תקפ"א ס"א). און מען שטייט אויף גאר פריהא פארטאגס, כדי צו פעדערן דעם אייבירשטן דער מוחל וסולח, מיט תפלות און בכיות, אז מען זאל ארויסגיין זכאי בדין. און מען זאל זאגן די סליחות פאמעליך, און מיט הכנעה און א צובראכן הארץ. (מטא"פ תקפ"א סל"ג)
מען פאלט תחנון ביי די סליחות –טראץ דעם וואס ביים דאווענען פאלט מען נישט- אפילו ווען עס איז שוין טאג ווען מען האלט ביי תחנון. (מטא"פ סמ"ט)
מען פירט זיך צו מאכן א התרת נדרים ערב ראש השנה, עס זענען דא וואס מאכן עס פאר צעהן מענטשען (מטא"פ סמ"ט). מען זאל עס עכ"פ מאכן פאר דריי מענטשען. (אלה"מ שם סקק"א)

סדר התפלה. מען פאלט נישט קיין תחנון ערב ראש השנה ביים דאווענען, ווייל עס איז ערב יום טוב. (שו"ע ס"ג)
מען בלאזט נישט קיין שופר ערב ראש השנה נאכן דאווענען. עס איז דא א מחלוקת אין די אחרונים, אויב מען מעג בלאזן שופר ווען מען וויל זיך לערנען בלאזן. (עי' במשנ"ב סקכ"ד)
עס זענען דא וואס פירן זיך, ארויסצוגיין נאכן דאווענען אויפן בית החיים, און זיי זענען דארט מרבה בתחנונים, און זיי געבן דארט צדקה פאר ארימעלייט. (רמ"א שם ס"ד)
דער ענין פון מתפלל זיין ביים בית הקברות, איז כדי מעורר צו זיין די צדיקים וואס ליגן דארט, אז זיי זאלן מליץ טוב זיין פאר אונז אינעם יום הדין. און אויך ווייל א בית הקברות איז א הייליג פלאץ ווייל דאס איז די רוה-ארט פון די צדיקים, און דערפאר ווערן דארט די תפלות שנעלער נתקבל. מען דארף זיין געווארנט ווען מען איז מתפלל ביי די קברים נישט צו בעטן פון די מתים, נאר מען זאל בעטן דעם אייבירשטען אז ער זאל זיך מרחם זיין אויף אונז אין די זכות פון די צדיקים וואס ליגן דארט. (מטא"פ ס"נ)
[באמערקונג, איבער דעם ענין פון מתפלל זיין ביי קברים, טוט זיך אגאנצע מבוכה אין די ספרים הקדושים ווער עס זאל מתפלל זיין דארטן, און וואס דער מכוון דערפון איז, עס איז נישט דא דאס פלאץ עס אויסצושמועסן באריכות].

פרוזבול. היי-יאר איז א שמיטה יאר, און איינס פון דיני שמיטה מן התורה איז דער דין פון שמיטת כספים, אז דהיינו אז נאך שמיטה טאר מען נישט איינמאנען קיין חובות איינער פונעם אנדערן. היינטיגע צייטן וואס עס איז נישט דא קיין יובל, איז דער דין פון שמיטת כספים נישט נוהג מדאורייתא, אבער מדרבנן גייט יא אן די הלכה פון שמיטת כספים איבעראל אפילו אין חוץ לארץ. (חו"מ סי' ס"ו ס"א ועי' ברמ"א שם דיש מקומות שאינם נוהגים דין שמיטת כספים כלל.)
די רבנן האבן מתקן געווען אז מען קען שרייבן א פרוזבול, וואס דאס הייסט אז מען גיבט איבער אלע חובות פאר א בית דין, און אזוי איז שמיטה נישט משמט און מען קען איינמאנען די חובות נאך שמיטה. מן הדין פעלט אויס צו שרייבן דעם פרוזבול דוקא פאר א בית דין חשוב, אבער היינטיגע צייטן איז אנגענומען אז מען קען שרייבן א פרוזבול פאר סיי וועלכן בית דין [אפילו פאר דריי פשוטע מענטשען]. (שו"ע ורמ"א שם סי"ח)
א פרוזבול העלפט נאר אויב דער לוה האט א שטיקל מחובר נישט קיין חילוק ווי גרויס עס איז, און עס פעלט נישט אויס דוקא אייגענס נאר עס איז אויך גוט אויב ער האט א געדונגענע אדער א געבארגטע מחובר. אויב דער לוה האט נישט קיין מחובר, קען דער מלוה מזכה זיין פאר איהם א שטיקל מחובר, דורך א צווייטען. (שו"ע סכ"ב)

שמיטה איז משמט אין איר ענדע, דערפאר דארף מען שרייבן א פרוזבול אין די ענדע פון שמיטה, ד"ה פאר ראש השנה פון היי-יאר, אויף די אלע הלואות וואס מען האט געבארגט ביז דאן. היינט זענען אסאך אירע מדקדק צו שרייבן א פרוזבול אויך פאר די אנהייב פון שמיטה, אבער מען דארף שרייבן אויך סוף יאר אויף די חובות וואס זענען שפעטער צוגעקומען. (שו"ע שם סל"א ועי' בפתחי תשובה שם סק"ה)

הכנה ליום טוב. מען דארף זיך ארומוואשן און אפשערן ערב ראש השנה (שו"ע ס"ד). כדי צו ווייזן אז מיר זענען פארזיכערט אינעם אייבירשטען, אז ער וועט אונז מאכן נסים און וועט אונז מזכה זיין ביים משפט (מטא"פ ס"נ).
לכתחלה דארף מען זיך אפשערן פאר חצות (מטא"פ שם). בדיעבד ווען מען האט זיך נישט געשוירן פריער, מעג מען זיך שערן שפעטער אויך ביז מנחה קטנה. (אלה"מ סקק"ח)
אפילו די וואס פירן זיך נישט צו טובלע'ן אין א געווענליכן ערב יום טוב, פירן זיך אז מען טובל'ט זיך ערב ראש השנה (רמ"א ס"ד). מען זאל זיך טובלע'ן נאך חצות. (משנ"ב סקכ"ו)
מען טוט זיך אן שיינע בגדים לכבוד דעם יום טוב, עס שטייט אבער אז מען זאל נישט אן אזעלכע שיינע בגדים ווי איעדן יום טוב, כדי מען זאל געדענקען דעם יום הדין. עס זענען דא פלעצער ווי מען טוט זיך אן ווייסע קליידער, ווייל דאס ווייזט אויף פארצייאונג. אבער אין אונזערע פלעצער טוט מען זיך אן געהעריגע שיינע יום טוב'דיגע קליידער, פונקט ווי אין א צווייטן יום טוב, און נאר די בעלי תפלות וכדו' גייען מיט קיטלעך. (מטא"פ סנ"ה)
עס איז דא א מנהג צו קויפן א שארפע מעסער אין ערב ראש השנה, ווייל דאס איז א סגולה אויף פרנסה. (מנהג ישראל תורה אות כ')

ראש השנה.

סימנא טבא.
אכילה. מען זאל עסן אין ראש השנה אזעלכע זאכן וואס זיי אדער זייער נעמען ווייזן אויף גוטע סימנים (תקפ"ג שו"ע ס"א). אין יעדע לאנד עסט מען אזעלכע זאכן וואס לויט די שפראך פון דעם לאנד ווייזט דאס אויף א גוטן סימן. (משנ"ב סק"א)

אין שולחן ערוך ווערט געברענגט פארשידענע זאכן וואס מען זאל עסן אלץ גוטן סימן, נישט אלע ווייסט מען היינט וואס זיי זענען. פאלגענד זענען א טייל וואס מען פירט זיך היינט, מען עסט זיסע מייערן, אלץ זכר אז אונזערע זכותים זאלן זיך פארמערן. טייטלען וואס אין לשון הקודש איז זייער נאמען תמרי, וואס דאס איז א לשון פון שיתמו שונאינו, אז אונזערע פיינט זאלן פארלענדעט ווערן. (שו"ע שם)
אויך פירט מען זיך אז מען עסט א זיסן עפל. אויך פירט מען זיך צו עסן מילגרוימען, כדי אונזערע זכותים זאלן פארמערט ווערן ווי א רמון. אויך זענען דא וואס פירן זיך צו עסן א קאפ פון א לעמעלע, און אויב מען האט נישט פון קיין לעמעלע עסט מען א קאפ פון א אנדערע באשעפעניש, כדי מיר זאלן זיין א ראש און נישט קיין וויידעל, און אויך אלץ זכר צו דעם אילו של יצחק. (רמ"א שם ס"א ושו"ע ס"ב ומשנ"ב סק"ו)
מען דארף מאכן א ברכה פארן עסן די עפל, אפילו מען עסט עס אינמיטן די סעודה. ווען מען עסט די עפל זאגט מען א יהי רצון, שתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה, אז דער אייבירשטער זאל אונז באנייען א גוט און זיס יאר. דעם יהי רצון זאל מען נישט זאגן צווישן די ברכה און דעם עסן, נאר נאכדעם וואס מען עסט אביסל זאגט מען דעם יהי רצון. בדיעבד אויב האט מען מפסיק געווען צווישן די ברכה און דעם עסן צו זאגן דעם יהי רצון, דארף מען נישט איבערמאכן די ברכה. (מטא"פ שם ס"א ואלה"מ סקי"ג)
מען פירט זיך איינצוטונקען די המוציא אין האניג [אסאך פירן זיך איינצוטונקען די חלה אין האניג ביז נאך שמיני עצרת]. עס איז א ענין צו נעמען רויע האניג, ווייל רוי הייסט חי וואס דאס איז טייטשט לעבן. (מטא"פ שם ס"א אלה"מ סק"ו)
עס זענען דא וואס עסן נישט קיין פיש אין ראש השנה, כדי עפעס צו פארמינערן פון די סעודה, אלצן ציטער פונעם יום הדין, אבער אין אונזערע פלעצער פירט מען זיך דוקא יא צו עסן פיש, ווייל עס ווייזט אז מיר זאל זיך פארמערן ווי די פיש. (מטא"פ שם ס"ג)
עס זענען דא וואס ברענגען אז מען זאל עסן די סימנים אין דעם צווייטן טאג ראש השנה אויך (מטא"פ שם ס"ב). אבער עס ווערט געברענגט אז היינט פירט מען זיך אז מען עסט נאר די סימנים אינעם ערשטן טאג. (אלה"מ סקי"ח)
מען פירט זיך נישט צו עסן קיין ניסלעך, ווייל דאס מאכט שליים, און עס שטערט נאכדעם פון דאווענען אין שול, און אויך ווייל אגוז באטרעפט חטא. אויך פירט מען זיך נישט צו עסן קיין זויערע און ביטערע זאכן, כדי עס זאל אנגעשריבן געווארן א זיס יאר. (מטא"פ שם)
שינה. מען אז מען שלאפט נישט אין ראש השנה בייטאג, ווייל עס שטייט אין ירושלמי אז ווער עס שלאפט אין ראש השנה, פארשלאפט זיין מזל רח"ל (רמ"א שם ס"ב). עס שטייט פונעם אר"י ז"ל אז נאך חצות מעג מען שוין יא שלאפן, ווייל דאן איז שוין נתעורר געווארן דער מלאך טוב, דורך די תפלות און תקיעות. פארשטייט זיך אז מען זאל נישט אנשטאטען שלאפן ארומגיין ליידיג, ווייל ווען מען גייט ארום ליידיג איז פונקט ווי מען שלאפט. (משנ"ב סק"ט)

דיני תפלה דראש השנה ועשי"ת.

המלך הקדוש. אין ראש השנה און די עשרת ימי תשובה, זאגט מען ביי די שמונה עשרה המלך הקדוש, אנשטאט הקל הקדוש. אויב האט מען זיך טועה געווען און געזאגט הקל הקדוש, אויב האט מען זיך דערמאנט תוך כדי דיבור, ד"ה ווילאנג עס געדויערט צו רעדן דריי ווערטער, און פאר מען האט אנגעהויבן די נעקסטע ברכה, קען מען נאך מתקן זיין און זאגן המלך הקדוש. אבער ווען מען האט שוין אנגעהויבן די נעקסטע ברכה, אדער מען האט זיך שוין פארזוימט א שיעור פון כדי דיבור, דארף מען אנהייבן נאכאמאל די שמונה עשרה. (שו"ע תקפ"ב ס"א וס"ג ומשנ"ב סק"ז)
אויב איז מען מסופק צו מען האט געזאגט המלך הקדוש אין די עשרת ימי תשובה, דארף מען איבערדאווענען שמונה עשרה פון אנהייב. און עס העלפט נישט דאס וואס מען זאגט ניינציג מאל המלך הקדוש, אנדערש ווי ביי אנדערע פלעצער –צב"ש ביי מוריד הטל וכדו'- וואס אויב מען האט זיך עס איינגעחזר'ט ניינציג מאל, דאן דארף מען נישט איבערדאווענען אויב מ'איז מסופק, ווייל דא קען מען נישט זיך נישט איינחזרע'ן דער נוסח ברוך אתה ה' הקל הקדוש, וויבאלד מ'טאר נישט געהעריג ארויסזאגן דעם שם. (שו"ע ס"א, משנ"ב ושועה"ר סק"ג)
אויב האט מען זיך יא איינגעחזר'ט ניינציג מאל דעם נוסח אנעם ארויסזאגן געהעריג דעם שם, דאן זענען דא אחרונים וואס זאגן אז מען זאל אינזיהן ביים איבערדאווענען אז אויב מ'איז נישט מחוייב דאווענט מען בתורת נדבה, אויסער אין שבת ויום טוב וואס מען טאר נישט דאווענען בתורת נדבה זאל מען אינזיהן האבן אז מען דאווענט בתורות חיוב. (מטא"פ סק"ז)
אויב איז מען מסופק אין ראש השנה צו מען האט געזאגט המלך הקדוש, דאן איז דא א שמועס אין די אחרונים אז אפשר דארף מען נישט איבערדאווענען. (עי' במשנ"ב סק"ד ואלה"מ סקי"ט)

המלך המשפט. אנשטאט מלך אוהב צדקה ומשפט, דארף מען זאגן המלך המשפט. אויב האט מען זיך טועה געווען און געזאגט מלך אוהב צדקה ומשפט, און מען דערמאנט זיך תוך כדי דיבור, זאל מען זאגן המלך המשפט. (תקפ"ב סא"ב)
אויב האט מען זיך נישט דערמאנט תוך כדי דיבור, איז א מחלוקת הפוסקים צו מען דארף איבערדאווענען, אין שולחן ערוך (שם) איז געפסקנ'ט אז יא, אבער דער רמ"א (קי"ח ס"א) פסקנ'ט אז מען זאל נישט איבערדאווענען. עס זענען דא אחרונים וואס נעמען אן אז עס איז גוט איבערצודאווענען בתורת נדבה (שועה"ר תקפ"ב ס"ב). אבער אנדערע אחרונים ]סקנ'עו אז מען דארף נישט איבערדאווענען, און אויב איינער דאווענט יא איבער, דארף מען איהם נישט אפהאלטן. (מטא"פ שם ס"ו)

זכרנו לחיים. די גאונים האבן מתקן געווען צו זאגן אין שמונה עשרה, ביי די ברכה פון אבות זכרנו לחיים, און אזוי אויך די אלע אנדערע תפלות וואס מען לייגט צו אין די עשרת ימי תשובה. (שועה"ר סק"ו)
אויב האט מען פארגעסן און נישט געזאגט די תפלות, צב"ש אז מען האט פארגעסן צו זאגן זכרנו, און מען האט נאך נישט געזאגט דעם שם פון בא"י פון די סוף ברכה, דאן זאל מען צוריק אנהייבן פון זכרנו. אבער אין פאל וואס מען האט שוין יא געזאגט דעם שם פון סוף ברכה, זאל מען דאווענען ווייטער און נישט זאגן זכרנו. (רמ"א שם ס"ה ומשנ"ב סקט"ז, ושועה"ר סק"ו, ועי' במטא"פ ס"י דכשכח וכתוב לחיים טובים וכבר אמר הקל ישועתנו, יאמר וכתוב במקום שפסק, ולא יחזור לוכל החיים, כיון דכבר אמר השם הקל ישועתנו, אבל הפרי מגדים חולק עליו.)

דיני השייכים לתפלה

כריעה. עס זענען דא וואס פירן זיך צו דאווענען אין די ימים נוראים איינגעבויגן, אבער זיי דארפן זיך אויפשטעלן אין די אנהייב און סוף פון יעדע ברכה, וויבאלד די חז"ל האבן נישט מתקן געווען זיך צו בוקן אין אנהייבן און די סוף פון די ברכות, בלויז ביי די ברכות פון אבות און מודים. (שו"ע תקפ"ב ס"ד)
ביי די פלעצער וואס מען דארף זיך בוקן, זאל מען זיך אויסגראדן פאר דעם פלאץ ווי מען דארף זיך בוקן, ד"ה ביי מלך עוזר ומושיע ומגן דארף מען זיך אויסגראדן, כדי מקיים צו זיין די מצות חז"ל כתיקונו, אז מען דארף זיך בוקן ביי מגן אברהם. (מטא"פ שם סי"א)
עס זענען דאר אחרונים וואס ברענגען אז היינט וואס מען איז שוואך, און דאס בוקן קען גורם זיין אז מען זאל נישט געהעריג אינזיהן האבן ביים דאווענען, איז בעסער אז מען זאל שטיין גראד, כדי מען זאל קען געהעריג אינזיהן האבן דאס דאווענען (אלה"מ סקכ"ז). לכאורה ווענדט זיך אלעס לויט דעם מענטש, אויב קען ער סיי זיך בוקן און אינזיהן האבן, איז גוט צו טוהן ביידע.

הגבהת קול בתפלה. אין שולחן ערוך (תקפ"ב ס"ט), אז אין ראש השנה און יום כיפור פירט מען זיך צו דאווענען די שטילע שמונה עשרה מיט א הויעך קול, אנדערש פון אגאנץ יאר וואס מען דארף דאווענען די שמונה עשרה שטיל, ווייל דאס דאווענען הויעך העלפט צו מען זאל קענען בעסער אינזיהן האבן.
אבער אין די אחרונים זענען דא אסאך וואס זענען מחולק אויף דעם מנהג פון דאווענען הויעך, און לכתחלה איז גלייך אז מען זאל דאווענען גאר שטיל, אז מען זאל אליינס נישט הערן די ווערטער, אויב קען מען נישט אינזיהן האבן ווען מען דאווענט אזוי שטיל, מעג מען דאווענען אביסל אויף א העכערן קול, אבער מ'זאל זיין געווארנט אז קיין מענטשען ארום זאלן נישט קענען הערן. (מטא"פ שם סכ"ז)
בכי ודמעות. מען פירט זיך צו וויינען און צו לאזן טרערן ביים דאווענען אין ראש השנה און יום כיפור. עס שטייט פון פריערדיגע אז דאס לאזן טרערן איז א געוואלדיעג סגולה אויף אפצומעקן שלעכטע גזר דינים. (מטא"פ שם סכ"ח ואלה"מ סקמ"ד)
עס שטייט אין די ספרים אז איינער וואס האט גאר א שווער הארץ און ער קען נישט וויינען, זאל ער זיך כאטש מאכן א קול ווי ער וויינט, און דאס העלפט אויך ווי וויינען, אזויווי דער פסוק זאגט כי שמע ה' קול בכיי, אז דער אייבירשטער הערט צו צום קול פון וויינען, ד"ה אפילו מען וויינט נישט ממש, נאר מען מאכט אזא קול, ווייל דער עיקר איז צו האבן א צובראכן הארץ. (ווי העמודים בשם השל"ה הקדוש מובא באלה"מ סקמ"ה)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2008 2:56 pm

דער טעם פארוואס אנהייב פון חודש אלול געפאלט אייביג אויס אין פרשת שופטים, ווייל חודש אלול איז די צייט פון תשובה וואס יעדער יוד דארף אריינקוקן אין זיך, זעהן וואס מען דארף פארעכטן, איז דאס ערשטע און דער אנהייב פון תשובה, אז מען זאל שטעלן אויף'ן מויל, אויף די אויגן, און אויף די אויערן, ריכטיגע ריכטערס, דאס מיינט, אז מען זאל אכטונג געבן אויף זיי נישט צו רעדן, נישט צו זעהן און נישט צו הערן נאר וואס מען מעג, און אויב טרעפט זיך אז מען האט פארגעסן און מען האט יא גערעדט אדער געזעהן און געהערט וואס מען האט נישט געטארט, זאל מען זיך באשטראפן מיט א קנס ווי למשל געבן צדקה וכדו', אזוי וועט מען שוין מער אכטונג געבן אויף זיך. אין פרשת שופטים שטייט "שופטים ושוטרים תתן לך" קען מען טייטשן, "שופטים ושוטרים תתן לך" דו זאלסט זיך אליין מאכן פאר א שופט און א שוטר, דאס הייסט אז דו זאלסט זיך אליין באשטראפן, אויב דו פירסט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, און אזוי וועסטו תשובה טוהן ווי עס דארף צו זיין דעריבער לייענט מען די פרשה אנהייב חודש אלול וואס דאס איז א חודש פון תשובה.
(בני יששכר)

דער אייבערשטער מיט זיינע גרויסע חסדים און רחמנות וואס ער האט אויף זיינע געטרייע יודישע קינדער, ווארט און האפט און קוקט ארויס אז זיי זאלן תשובה טוהן און זיך אומקערן צוריק צו איהם, דערפאר ווען עס קומט דער חודש פון תשובה טוט דער אייבערשטער אריינברענגען און אריינדרינגען אין יעדן יודיש הארץ א פארכט און א מורא פון דעם אייבערשטן, מען זוכט ווי אזוי צו פארעכטן וואס מען האט ביז היינט נישט גוט געטוהן. דאס לערנען אונז חז"ל, אז דער פסוק: "אריה שאג מי לא יירא", (ווען א לייב שרייט ווער האט נישט קיין מורא, און זיין הארץ צעגייט נישט פאר פחד?!) איז מרמז אויף די הייליגע טעג, ווייל "אריה" איז ראשי תיבות א'לול, ר'אש השנה, י'ום הכפורים, ה'ושענא רבה. דאס ווייזט אז אין די פיר צייטן איז יעדן איד'ס הארץ פול מיט מורא און פחד פון דעם אייבערשטן און מען טוט תשובה מיט'ן גאנצן הארץ און מען פארעכט די מעשים פון א גאנץ יאהר.
(בני יששכר חודש אלול)

עס שטייט אין פסוק "בְּרִית כָּרַתִּי לְעֵינָי מָה אֶתבּוֹנן עַל בְּתוּלָה", מיר ווייסן דאך אז ווען עס קומט חודש אלול, טוט מען תשובה, אבער דער ריכטיגער וועג איז, אז א גאנץ יאהר זאל מען אכטונג געבן אויף זיך, נישט געשטרויכלט צו ווערן אין קיין שום עבירה, נאר שטענדיג צו דינען דער אייבערשטן און אויספאלגן די הייליגע תורה און וואס די חכמים לערנען אונז. "תמוז און אב" וואס זיי זענען די שוואכסטער חדשים פונ'ם יאהר ווערן אנגערופן "עֵינָי". דער מזל פון חודש אלול איז "בתולה". יעצט קען מען פארשטיין די רמז אין פסוק: "בְּרִית כָּרַתִּי לְעֵינָי", אויב מען פירט זיך אויף אפילו אין די צוויי חדשים לויט'ן בונד, לויט די געזעצן און אנווייזונגען פון די תורה הקדושה, דעמאלס "מָה אֶתְבּוֹנן עַל בְּתוּלָה", דארף מען נישט אסאך אריינקלערן ווי אזוי תשובה צו טוהן ווען חודש אלול קומט, ווייל מען איז שוין צוגעגרייט פון פריער.
(עבודת ישראל לט"ו באב)



ראש השנה: "ראש השנה" איז בגמטריא "בית המקדש", מרמז צו זיין אז דער עיקר וואס א מענטש דארף בעטן ראש השנה איז, אז דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן און אויפבויען די בית המקדש במהרה בימינו.
(אמרי חיים)

שנהיה לראש ולא לזנב: פון'ם רבי'ן פון לובלין זי"ע ווערט געברענגט: אז ווען מען עסט דעם קאפ, און מען זאגט "יהי רצון שנהיה לראש" זאל מען אינזין האבן און מתפלל זיין אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין תלמידים און באהאפטן צו דעם צדיק הדור, וואס ווערט אנגערופן: "ראש".

שנהיה לראש ולא לזנב: דאס ווארט "לראש" איז ראשי תיבות ל'עשות ר'צון א'בינו ש'בשמים.
(בשם הרה"ק מדז'יקוב זללה"ה)

שירבו זכיותינו: ווי אזוי קען א מענטש בעטן צו פארמערן זיינע זכותים? נאר מיר בעטן, אז מיר זאלן זוכה זיין צו טוהן תשובה מאהבה. וואס דעמאלטס ווערן די עבירות במזיד איבער געקערט אויף "זכותים".
(תורת חיים)

זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים... למענך אלקים חיים: אונזער געבעט איז: "זכרנו לחיים" מיר זאלן זוכה זיין צו אזא סארט לעבן וואס: "מלך חפץ בחיים" וואס דער אייבערשטער וויל אז מיר זאלן לעבן, דאס הייסט נאר מיט תורה ומצוות "למענך אלקים חיים" און דאס לעבן זאל זיין נאר פאר דעם אייבערשטן.
(ספר החיים - אחי המהר"ל)

זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים וכו' למענך אלוקים חיים: דער הייליגער בארדיטשעווער רב זי"ע פלעגט כסדר מלמד זכות זיין אויף כלל ישראל און ער פלעגט זאגן "רבונו של עולם, דער גאנצע זאך וואס כלל ישראל דארף פרנסה, און אלעס גוט'ס, איז נאר כדי אויפצוהאדעווען ערליכע יודישע דורות, זיי צו קענען שיקן לערנען, צו מענג זיין דעם הייליגן שבת, צו קענען געבן צדקה, און צו קענען מקיים זיין אלע דיינע הייליגע מצוות, אויב אזוי אוודאי זאלסטו זיי העלפן". אויף דעם האט דער הייליגער רבי דוד משה מטשורטקוב זצ"ל געטייטשט, מיר בעטן "זכרינו לחיים וכו" אלעס נאר ווייל "למענך אלקים חיים" אלעס דארף מען נאר פאר דיינעט וועגן, דאס הייסט, צו טוהן מצוות ומעשים טובים.

אבינו מלכנו כתבנו בספר פרנסה וכלכלה: מיר זענען מתפלל צום אייבערשטן: "אבינו מלכנו כתבנו" שרייב אונז אריין "בספר" אז מיר זאלן קענען לערנען תורה, אבער צו דעם האבן מיר אויך שטארק נויטיג "פרנסה וכלכלה" פרנסה מיט אלע געברויך. ווייל אנדערש וועלן מיר נישט קענען לערנען קיין תורה.
(תפארת שלמה)

אשרי איש שלא ישכחך ובן אדם יתאמץ בך: דאס ווארט "איש" איז מרמז אויף צדיקים, און "בן אדם" איז מרמז אויף פראסטע מענטשן. "אשרי איש", וואויל איז פאר דער חשוב'ער מענטש "שלא ישכחך", וואס פארגעסט דיך קיינמאהל נישט. "ובן אדם", אבער דער פראסטער מענטש "יתאמץ", שטארקט זיך אין תשובה, "בך" - מיט די כ"ב (22) אותיות פון די הייליגע תורה.
(קדושת לוי)

אז ירננו עצי היער מלפני ה' כי בא לשפוט את הארץ: אויב א מענטש וויל וויסן א גוטע סגולה ווי אזוי ער וועט קענען ארויסגיין זכאי בדין, "כי בא לשפוט את הארץ" ראש השנה, וואס דעמאלס משפט דער אייבערשטער דער גאנצע וועלט, "אז ירננו" זאל ער זינגען שירות ותשבחות פאר'ן אייבערשטן.
(אמרי חיים)

המלך: דער הייליגער רבי אהרן הגדול פון קארלין זי"ע האט אמאהל גע'חלש'ט ווען ער האט געזאגט "המלך". שפעטער ווען מען האט איהם געפרעגט וואס דאס איז געווען, האט ער גענפערט, אז ער האט זיך דערמאנט אין די גמרא גיטין דף נ"ו, וואס דער גמרא דערציילט, אז ווען מען האט ארויסגעטראגן ר' יוחנן בן זכאי פון ירושלים, כדי צו רעדן צו אספסיינוס קיסר, האט ער געזאגט "שלמא עלך מלכא" פרידן איז צו דיר קעניג, האט אִספַסיָינוּס קיסר געזאגט "דו ביסט מחויב מיתה, ווייל אויב איך בין יא א קעניג, פארוואס ביסטו נישט געקומען ביז יעצט", אזוי אויך האט דער הייליגער קארלינער געזאגט: "ווען איך האב געזאגט המלך, האב איך געטראכט די זעלבע וועגן מיר, אז דער טענה איז דאך אסאך אסאך מער לגבי דער מלך מלכי המלכים "ווי בין איך געווען ביז יעצט ?"

כי עמך הסליחה למען תורא: א מענטש וואס האט עבירות, ווייסט גארנישט וואס עס מיינט "יראת שמים" ווייל עס איז דא א מחיצה צווישן איהם און דעם אייבערשטן, אבער ווען מען נעמט אוועק זיינע עבירות פארשטייט ער שוין וואס עס מיינט "יראת שמים" דאס איז פשט, "כי עמך הסליחה" דו טוסט אונז מוחל זיין, "למען תורא" כדי אז מען זאל מורא האבן פון דיר.
(הרה"ק רבי מרדכי מלכוביץ זי"ע)

ומלאכים יחפזון וחיל ורעדה יאחזון: עס איז שווער צו פארשטיין, פארוואס דארפן די מלאכים ציטערן, איז דען ביי זיי דא עבירות? נאר דער אייבערשטער וויל אז די מלאכים זאלן רעדן גוטס פאר די יודן, די מלאכים ווייסן אז דאס איז דער ווילן פון באשעפער, דערפאר ציטערן זיי, טאמער זיי וועלן נישט אויספיהרן די ארבעט פון רעדן גוטס, ווי עס דארף צו זיין.
(השר שלום מבעלזא זי"ע)

ובכן צדיקים יראו וישמחו: עס איז דא זייער א גרויסע חילוק, צווישן יראת שמים, און אנדערע מיני יראות, אלע אנדערע מיני יראות, ברענגט צו דאגה, אבער יראת שמים, איז פונקט פאקערט, אויב מען האט יראת שמים ברענגט דאס צו שמחה. דאס איז דער פשט, "ובכן צדיקים יראו" ווען די צדיקים האבן מורא פאר'ן אייבערשטן, "וישמחו" קומען זיי צו, צו שמחה.
(תפארת שלמה)

דער הייליגער אמרי חיים זי"ע טייטשט "ובכן צדיקים וגו'" ווען צדיקים פרייען זיך, זיי טאנצן, און זיי זינגען פאר'ן אייבערשטן, אפילו דעמאלס איז נאך אלץ, "יראו" זענען זיי פיל מיט פחד און מורא פאר'ן אייבערשטן.

באין מליץ יושר מול מגיד פשע: דער עיקר וואס א מענטש דארף טראכטן ווען ער טוט תשובה, איז איינצוזעהן זיין נידריגקייט, און דאס וועט זיין פאר איהם א "מליץ יושר". "באין", ווען א מענטש האלט זיך נידריג אזוי ווי גארנישט, "מליץ יושר", דאס אליין איז שוין פאר איהם א מליץ יושר, "מול מגיד פשע", קעגן דעם שטן, וואס רעדט שלעכטס.
(קדושת לוי)

וצונו לשמוע קול שופר: דער גמרא אין ראש השנה דף ט"ז ע"א, פרעגט, למה תוקעין בראש השנה, פארוואס בלאזט מען שופר ראש השנה? ענפערט אויף דעם די גמרא, "רחמנא אמר תקעו", וואס הייסט פארוואס מען בלאזט? ווייל די תורה האט געהייסן בלאזן ! האט דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע געטייטשט דער גמרא אזוי, וועלעכע כוונה דארף מען האבן ביים בלאזן, איז די תירוץ "רחמנא אמר תקעו" אז דער הייליגער באשעפער האט געהייסן בלאזן.

אשרי העם יודעי תרועה: דער גמרא זאגט אין מסכת שבת, אז תקיעת שופר איז "חכמה ואינה מלאכה" האט אויף דעם דער הייליגער רבי ר' ברוך ממז'בוז' זי"ע געטייטשט, אז חז"ל האבן אונז מיט דעם געלערנט, וואס עס איז דער עיקר פון תקיעת שופר, דער עיקר איז די "חכמה" דאס מיינט די רוחניות'דיגע כוונה פון שופר, אבער סתם געבלאזן איז גארנישט ווערט.

לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל, ה' אלוקיו עמו ותרועת מלך בו: דער הייליגער צאנזער רב זי"ע פלעגט טייטשן, "לא הביט און ביעקב וגו'" דער וואס זעהט נישט קיין שלעכטס אין יודישע קינדער, נאר אייביג זיכט ער גוטס אויף די יודישע קינדער, אייביג איז ער זיי דען לכף זכות, פאר אזא איינער איז "ה' אלוקיו עמו" דער אייבעשרטער איז מיט איהם.

כי זוכר כל הנשכחות אתה הוא מעולם: "זוכר" דער אייבערשטער געדענקט, "כל הנשכחות" דאס וואס דער מענטש פארגעסט. אויב דער מענטש פארגעסט זיינע עבירות און ער טוט נישט כסדר תשובה אויף זיי, געדענקט זיי דער אייבערשטער. און אויב דער מענטש געדענקט זיינע עבירות, און ער טוט כסדר תשובה אויף זיי, דעמאלס פארגעסט זיי דער אייבערשטער [כביכול], און ער איז איהם מוחל אויף די עבירות. דער זעלבע איז ביי מצוות, אויב א מענטש געדענקט זיינע מצוות, דאס הייסט ער האלט זיך גרויס וועגן זיינע מצוות, דעמאלס פארגעסט כביכול דער אייבערשטער פון זיי, אבער אויב א מענטש פארגעסט זיינע מצוות, דאס הייסט ער האלט נישט אז ער האט בכלל געטוהן א מצוה, דעמאלס, געדענקט זיי דער אייבערשטער, און גיבט איהם שכר.
(הרה"ק מריז'ין זי"ע)

ויהי קול השופר הולך וחזק מאד: דער קול השופר העלפט אז מען זאל קענען מקיים זיין תורה ומצוות ווי עס דארף צו זיין, "ויהי קול השופר הולך", דורך דעם קול השופר, ווערט מען א הולך, דאס הייסט א הולך בדרכי ה', "וחזק מאוד" עס וועט דיר אויך מחזק זיין, צו קענען ביישטיין דעם יצר הרע.
(תפארת שלמה)

תקעו בחודש שופר בכסא ליום חגנו כי חק לישראל הוא משפט לאלוקי יעקב: "חק" מיינט א מצוה וואס מיר ווייסן נישט דעם טעם, "משפט" מיינט א מצוה וואס מיר ווייסן יא דעם טעם, "תקעו בחודש שופר וגו' כי חק לישראל הוא" ביי אונז איז דאס טאקע א חק מיר פארשטייען נישט דעם טעם דערפון, אבער "משפט לאלוקי יעקב" ביים באשעפער איז דאס א משפט, די באשעפער ווייסט דאך יא דעם טעם דערפון.
(תפארת שלמה)


הטוב ומטיב לרעים ולטובים: לכאורה וואלט דאך געדארפט קודם שטיין "לטובים" און נאכדעהם "אפילו לרעים", זאגט אויף דעם דער הייליגער רבי הערשל זידיטשובער זי"ע, "הטוב ומטיב לרעים" דער אייבערשטער איז א טוב ומטיב פאר דעם וואס האלט זיך פאר א בעל עבירה, ווייל א עניו האלט אייביג אז ער איז שלעכט. "ולטובים" און אפילו אזעלעכע מענטשן וואס האלטן זיך גרויס, אז זיי זענען גרויסע צדיקים, איז דער אייבערשטער אויך א טוב ומטיב.

הטוב ומטיב לרעים ולטובים: דער הייליגער רבי ר' בונם האט אזוי געטייטשט, לרעים ולטובים, אפילו אזעלעכע מענטשן וואס אמאהל זענען זיי שלעכט, און אמאהל זענען זיי גוט, איז דער אייבערשטער פאר זיי אויך א טוב ומטיב.

עלה אלוקים בתרועה: "תרועה" איז א לשון פון פריינדשאפט. דער פסוק איז מרמז, אז מען קען נישט זוכה זיין צו די ליכטיגקייט פון דעם הייליגן טאג, נאר דורך אחדות און פריינדשאפט צווישן יודן.
(בית אהרן - קארלין)


והעברת שופר תרועה בחודש השביעי: ו'העברת ש'ופר ת'רועה ב'חודש ה'שביעי, איז ראשי תיבות "תשובה". צו ווייזן אז דער עיקר פון בלאזן שופר, איז כדי נתעורר צו ווערן צו תשובה.
(חסד לאברהם)

מלכיות זכרונות שופרות: "שופרות" מען בלאזט מיט א שופר "זכרונות" כדי אז מען זאל געדענקען "מלכיות" אז דער הייליגער באשעפער איז דער קעניג פון דער גאנצער וועלט.
(אמרי חיים)

תקיעה שברים תרועה: "תקיעה שברים תרועה" איז בגימטריא: "אבות אברהם יצחק יעקב משה אהרן יוסף דוד". דאס איז א רמז אז דורך תקיעת שופר ווערט אויפגעוועקט דער זכות פון די זיבן פאסטאכער וואס ווערן אנגערופן "אבות".
(ארן עדות)

שופר: די גמרא זאגט אין מסכת ראש השנה (ט"ז.) "אז דערפאר בלאזט מען די תקיעות סיי ווען מען זיצט און סיי ווען מען שטייט, כדי צו פארמישן דעם "שטן". איז רש"י מפרש: "אז דער שטן ווערט צומישט ווען ער זעהט אז די יודן האבן אזוי שטארק ליב די מצוות". דער בעל הפלאה זצ"ל גיבט דאס צו פארשטיין אזוי: תקיעת שופר איז געמאכט צו אויפוועקן די יודן תשובה צו טוהן. און ווען די יודן בלאזן איבער נאכאמאהל און נאכאמאהל, ווייזן זיי דערמיט אז זיי טוהן תשובה דורך אהבה. און תשובה מאהבה דרייט איבער די אלע עבירות אויף "זכיות". דערפאר ווערט דער שטן צומישט און איז נישט מקטרג אויף אזוי פיהל עבירות, ווייל ווי מער עבירות ער וועט אויסרעכענען אלץ מער מצוות וועלן די יודן באקומען! דער רבי ר' בונם פון פשיסכא זי"ע איז דאס מסביר אויף דעם אופן: דער עיקר תירוץ וואס א יוד האט פארוואס ער האט נישט געדינט דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין, איז ווייל ער איז געווען פַארְפְּלָאגְט און באשעפטיגט אין פרנסה. וואס דורך דעם איז ער נישט געווען רוהיג צו לערנען און טוהן מצוות. דער שטן אבער, טענה'ט אז דאס איז נישט קיין תירוץ. א יוד דארף האבן מסירות נפש און נישט קוקן אויף קיין שום שטערונג. אבער ווען מיר בלאזן שופר, און דער שטן ווערט צומישט פון אזוי פיהל תקיעות און ער הערט אויף צו רעדן שלעכטס, זעהט ער אליין איין, אז ווען מען ווערט צומישט איז נישט מעגליך אויסצופיהרן די ארבעט ווי עס דארף צו זיין.

שופר: עס שטייט אין תהלים קאפיטל קכ"ו, "אָז יִמָלֵא שְחוֹק פִּינוּ וּלְשוֹניֵנוּ רִנָה". (דעמאלטס ווען משיח וועט קומען, וועט אנגעפוהלט ווערן אונזער מויל מיט געלעכטער און אונזער צינג מיט געזאנג) . די ווערטער "שְחוֹק פִּינוּ וּלְשוֹניֵנוּ רִנָה". זענען ראשי תיבות "שופר". מרמז צו זיין, אז ווען משיח וועט קומען וועט מען בלאזן שופר אין די זכות וואס מיר בלאזן היינט שופר אין ראש השנה.
(מהר"ש מבעלזא)

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 7:38 am

מי יעלה.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

סימנים לכבוד ראש השנה

תגובהדורך זיס » דינסטאג אוגוסט 31, 2010 7:55 pm

עס קומט יעצט צו גיין דער הייליגער יום טוב ראש השנה, ווען אידן זענען זיך נוהג צו עסן פארשידענע סימנים פאר א גוט געבענשט יאר. די גמרא זאגט שוין דערויף "והשתא דאמרת סימנא מלתא הוא..." זאל א מענטש מרבה זיין מיט סימנים צו עסן אום ראש השנה.

עס איז פאראן פארשידענע מנהגים אין דעם ענין וואס אידן פירן זיך צו עסן ראש השנה, יעדע משפחה און יעדע קהילה האט זיך אירע מנהגים. על כן וואלט כדאי געווען צו עפענען אן אשכול און זען וואס אידן זענען זיך נוהג צו עסן אין דעם טאג.

קודם כל איז דאך פאראן די פשוט'ע זאכן:
קאפ פון פיש (אדער א ראש כבש)
זיסע מייערן
עפל אין האניג
מילגרוים

אין ירושלים עסט מען
סולקא
רוביא
קרא
כרתי

הרה"ק ר' איציקל פשעוואסקער פלעגט זיך נוהג זיין צו עסן קיווי, און פלעגט דערויף זאגן "כי בי ירבו ימך ויסיפו לך שנות חיים"
איך קען א איד וואס עסט סארדינ'ס און זאגט "יהי רצון שיסיר דינינו" (מלשון סר-דין)

לאמיר הערן פונעם עולם וועלכע סארט מנהגים איר אדער אייערע באקאנטע זענען זיך נוהג צו עסן בליל ראש-השנה.

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 7:21 am

באמת האב איך נישט וואס צוצולייגן, ווייל ביי אונז פיהרט מען זיך אזוי ווי איר שרייבט (נישט מנהג ירושלים).

נאר כ'האב אייך געוואלט זאגן שכוח פאר'ן נישט מאכן קיין אנקעטע דערפון.

כ'וויל נישט פארדרייען די שמועס פונעם אשכול, נאר אזוי ווי כ'האב פארשטאנען פון אייער ווערטער, אז איר פארשטייט נישט די פראבלעם פון מאכן אנקעטעס, זענט איר דא אין א בחינה פון 'מימי לא עברתי על דברי חברי. יודע אני בעצמי... אבל אם אומרים לי חברי... אני ... '
דארף מען אייך געבן א עקסטרע יישר כח פארדעם.

נאך איין זאך; באלד קומט שוין 'יום קדוש' וויל איך אייך בעטן, בשם אלע חברים דא, אויב איינער האט אייך וויי געטוהן, אדער גערעדט קעגן אייך בסתר או בגלוי, זאלט איר אים ביטע מוחל זיין.

די עיקר איז, אז מ'זאל טאקע האבן א 'זיס' יאר, מיט אסאך שיינע תגובות פון 'זיס'.
.
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 7:45 am

גבאי ביהמד האט געשריבן:מי יעלה.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 2:31 pm

כ'האב געהערט פון א מנהג צו עסן בענענע'ס ראש השנה ווייל אויף פראצויזיש זאגט מען א גוט יאר באן-אננע bonne année
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 9:44 pm

דער מרדכי ברענגט אז מען זאל עסן פעטע פלייש, פאר א סימן פון א זאטע יאר.
פאראן וואס עסן ניס, צוליב דער פסוק "ונסלח לכל עדת בני ישראל", דאס שטימט אבער נישט מיטן מנהג נישט צו עסן קיין ניס.

בדרך צחות, וויבאלד די גמרא זאגט אז מען קען אליין מאכן סימנים, קען מען עסן די פאלגענדע זאכן:

תחינה: שיתקבלו תחינתינו
זופ: שיתמרקו עוונותינו (מרק)
קולה: שיקל מעלינו
לעטערס: לעט אס העוו עי גוד יער
raisins and celery: raise in salray
ביר: מען זאל שוין אנקומען צו דעם עיר הבירה ירושלים

ערנסט גערעדט: וויבאלד יעדער קען מאכן סימנים פאר זיך, איז דאס נישט קיין לצנות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2010 7:44 am

וואס איז דאס "לעטערס"?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2010 12:12 pm

קינדערישע אויסדרוק פאר לעטוס

אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

א טעם אויף שופר

תגובהדורך גולש » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 11:33 pm


אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג סעפטעמבער 12, 2010 12:50 am

געזען אין פרדס יוסף החדש עה"פ ענבמו ענבי רוש (דברים לב לב):
כ"ק אדמו"ר בעל פני מנחם זצ"ל אמר פעם בהא דיש מנהג שלא לאכול ענבים בר"ה, ואמר דיתכן הטעם בזה משום שבדרך כלל קוראים בין ר"ה ליו"כ את הפסוק דכאן: ענבמו ענבי רוש, ודרשו חז"ל (סנהדרין ע) זכה נעשה ראש - לא זכה נעשה רש וכו', ולכן ראוי להזהר בימים אלו באכילת ענבים עכ"ד

(איך האב קיינמאל געהערט אזא מנהג, איר יא?)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג סעפטעמבער 12, 2010 3:56 am

איך האב מיך דערמאנט ראש השנה פון דעם מנהג (ווען די קאמפויט איז אריינגעקומען מיט א טרויבעלע, כנהוג בכל שבת), אבער זוכנדיג דעם מקור אין יעב"ץ (וואו איך האב געדענקט אז עס דארף צו שטיין) האב איך נישט געפונען.

אדרבה, זאלן די בקיאים אויפברענגן דעם מקור דערצו.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » זונטאג סעפטעמבער 12, 2010 9:06 am

זיס האט געשריבן:הרה"ק ר' איציקל פשעוואסקער פלעגט זיך נוהג זיין צו עסן קיווי, און פלעגט דערויף זאגן "כי בי ירבו ימך ויסיפו לך שנות חיים"

אינו מסתבר, דבחיי ר' איציקעל (עכ"פ עד סוף ימיו ממש), הפרי הזה עדיין לא הי' ידוע במדינותינו, ובודאי לא בשמו קיווי

ומדי דברי בענייני ר"ה, אשאל מחכמי הקרעטשמע, אם מי שהוא יודע, אם בברכהמ"ז אומרים ג"כ בעשי"ת עושה השלום במרומיו
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

מייענות

תגובהדורך moshele11211 » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 11:20 am

כאב עס פינקט געזעהן ס'שיין אויסגעקליבן האב איך עס ארויפגעלייגט אגב קומט שוין לאנג נישט ארויס דע גליון
צוגעלייגטע
מייענות.pdf
(165.95 KiB) דאונלאודעד 86 מאל

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2011 12:04 am

אויפריכטיג האט געשריבן:געזען אין פרדס יוסף החדש עה"פ ענבמו ענבי רוש (דברים לב לב):
כ"ק אדמו"ר בעל פני מנחם זצ"ל אמר פעם בהא דיש מנהג שלא לאכול ענבים בר"ה, ואמר דיתכן הטעם בזה משום שבדרך כלל קוראים בין ר"ה ליו"כ את הפסוק דכאן: ענבמו ענבי רוש, ודרשו חז"ל (סנהדרין ע) זכה נעשה ראש - לא זכה נעשה רש וכו', ולכן ראוי להזהר בימים אלו באכילת ענבים עכ"ד

(איך האב קיינמאל געהערט אזא מנהג, איר יא?)


יא, שוין געזעהן ערגעץ - איך געדענק נישט ווי כנהוג - ע"פ קבלה נישט צו עסן 'שווארצע' טרויבן, ווייסע-גרינע איז נישט קיין פראבלעם.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אנאליזירער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 23, 2010 5:59 pm

תגובהדורך אנאליזירער » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2011 9:37 am

זיס האט געשריבן:דער מרדכי ברענגט אז מען זאל עסן פעטע פלייש, פאר א סימן פון א זאטע יאר.


מיין אידענע האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אז ביי איר פאטער עסט מען נישט קיין בהמה פלייש ראש השנה. איך האב דאס אנגעקוקט מיט וואנדער וויבאלד אין שו"ע שטייט אז מען מאכט א ברייטע סעודה צו ווייזן אז מען איז בטוח אז מען האט גע'פועל'ט אלעס גוטס. דאך האב איך געקלערט אז אפשר יש דברים בגו, אבער דא זעען מיר פון מרדכי אז מען זאל יא עסן פעטע פלייש.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2011 2:18 pm

אנאליזירער האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:דער מרדכי ברענגט אז מען זאל עסן פעטע פלייש, פאר א סימן פון א זאטע יאר.


מיין אידענע האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אז ביי איר פאטער עסט מען נישט קיין בהמה פלייש ראש השנה. איך האב דאס אנגעקוקט מיט וואנדער וויבאלד אין שו"ע שטייט אז מען מאכט א ברייטע סעודה צו ווייזן אז מען איז בטוח אז מען האט גע'פועל'ט אלעס גוטס. דאך האב איך געקלערט אז אפשר יש דברים בגו, אבער דא זעען מיר פון מרדכי אז מען זאל יא עסן פעטע פלייש.

ערב יום כיפור ביי סעודת המפסקת עסט מען נישט קיין בהמה פלייש

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2011 2:35 pm

אנאליזירער האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:דער מרדכי ברענגט אז מען זאל עסן פעטע פלייש, פאר א סימן פון א זאטע יאר.


מיין אידענע האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אז ביי איר פאטער עסט מען נישט קיין בהמה פלייש ראש השנה. איך האב דאס אנגעקוקט מיט וואנדער וויבאלד אין שו"ע שטייט אז מען מאכט א ברייטע סעודה צו ווייזן אז מען איז בטוח אז מען האט גע'פועל'ט אלעס גוטס. דאך האב איך געקלערט אז אפשר יש דברים בגו, אבער דא זעען מיר פון מרדכי אז מען זאל יא עסן פעטע פלייש.

עס איז גראדע אויך דא א ענין נישט צו עסן איין מאכל וואס מען האט ליב, דער מהרי"ל (דאכט זיך, אדער א צווייטע ראשון) האט דערפאר נישט געגעסן קיין פיש (חוץ די אנדערע טעם פון דאג).

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2011 5:16 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
אנאליזירער האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:דער מרדכי ברענגט אז מען זאל עסן פעטע פלייש, פאר א סימן פון א זאטע יאר.


מיין אידענע האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אז ביי איר פאטער עסט מען נישט קיין בהמה פלייש ראש השנה. איך האב דאס אנגעקוקט מיט וואנדער וויבאלד אין שו"ע שטייט אז מען מאכט א ברייטע סעודה צו ווייזן אז מען איז בטוח אז מען האט גע'פועל'ט אלעס גוטס. דאך האב איך געקלערט אז אפשר יש דברים בגו, אבער דא זעען מיר פון מרדכי אז מען זאל יא עסן פעטע פלייש.

עס איז גראדע אויך דא א ענין נישט צו עסן איין מאכל וואס מען האט ליב, דער מהרי"ל (דאכט זיך, אדער א צווייטע ראשון) האט דערפאר נישט געגעסן קיין פיש (חוץ די אנדערע טעם פון דאג).


ס'קען זיין ווייל ס'שטייט אין שו"ע אז מ'זאל נישט עסן אום ר"ה זיך אנצוזעטיגן, און פלייש במיוחד בהמה פלייש זעטיגט שטארק, הגם ס'ווערט געברענגט אז מ'זאל דווקא יא עסן פלייש, אולי.
דערפאר נישט געגעסן קיין פיש (חוץ די אנדערע טעם פון דאג).[/quote]

ס'קען זיין ווייל ס'שטייט אין שו"ע אז מ'זאל נישט עסן אום ר"ה זיך אנצוזעטיגן, און פלייש במיוחד בהמה פלייש זעטיגט שטארק, הגם ס'ווערט געברענגט אז מ'זאל דווקא יא עסן פלייש, אולי.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מוצ"ש אוקטובער 01, 2011 11:01 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:געזען אין פרדס יוסף החדש עה"פ ענבמו ענבי רוש (דברים לב לב):
כ"ק אדמו"ר בעל פני מנחם זצ"ל אמר פעם בהא דיש מנהג שלא לאכול ענבים בר"ה, ואמר דיתכן הטעם בזה משום שבדרך כלל קוראים בין ר"ה ליו"כ את הפסוק דכאן: ענבמו ענבי רוש, ודרשו חז"ל (סנהדרין ע) זכה נעשה ראש - לא זכה נעשה רש וכו', ולכן ראוי להזהר בימים אלו באכילת ענבים עכ"ד

(איך האב קיינמאל געהערט אזא מנהג, איר יא?)


אין זמירות דברי יואל שטייט אז סאטמאר רבי זצ"ל פלעגט עסן טרויבן די צווייטע נאכט ר"ה
kraitchmah עט גימעיל


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט