ליקוטי הלכות וענינים על ראש השנה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אנאליזירער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2010 5:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנאליזירער »

פונקט איצט געוואלט שרייבן דערוועגן. עס ווערט געברענגט א טעם פונעם ייטב לב זי"ע אז מען זאל יא עסן טרויבן.
אנאליזירער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2010 5:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנאליזירער »

וואס איז פשט אז דער תפלה היה עם פפיות שלוחי עמך בית ישראל ווערט אנגערופן אלס א תחינה פונעם ש"ץ, לכאורה איז דאך פונקט פארקערט דאס איז א תפלה פונעם ציבור אז דער ש"ץ זאל דאווענען כראוי וכהגון?
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

אנאליזירער האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:דער מרדכי ברענגט אז מען זאל עסן פעטע פלייש, פאר א סימן פון א זאטע יאר.

מיין אידענע האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אז ביי איר פאטער עסט מען נישט קיין בהמה פלייש ראש השנה. איך האב דאס אנגעקוקט מיט וואנדער וויבאלד אין שו"ע שטייט אז מען מאכט א ברייטע סעודה צו ווייזן אז מען איז בטוח אז מען האט גע'פועל'ט אלעס גוטס. דאך האב איך געקלערט אז אפשר יש דברים בגו, אבער דא זעען מיר פון מרדכי אז מען זאל יא עסן פעטע פלייש.

געהערט אז די מנהג קומט וויבאלד די גאנצע סיבה פון עסן יעדע יו"ט איז נאר ווייל ס'שטייט "ושמחת בחגיך" און אין שמחה אלא בבשר, משא"כ ראש השנה.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוואלדיג »

איינער ווייסט עפעס וועגן מנהגים צו מען זאגט אויך די צווייטע נאכט ביים עסן די פרות די יהי רצון'ס
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

דעם שבת ראש חודש איז מיר שווער געווארן, כידוע שרייבט דער הייליגער בני יששכר אז מען זאל אינזין האבן ביי מוסף ראש חודש יעדן חודש די צירוף פון יענעם חודש, און דאס איז מסוגל אז די תפילות א גאנצע חודש זאל נתקבל ווערן. אין די סידורים איז טאקע שוין אריינגעדרוקט אלע צירופים וואס מען זאל אינזין האבן יעדן חודש. צווישן אלע שטייט אויך דער צירוף פון חודש תשרי, איז מיר שווער געווארן ווען האט מען אינזין דעם צירוף פון חודש תשרי? אפשר דארף מען דאס אינזין האבן ראש השנה ביי מוסף?

דער בני יששכר שרייבט זייער שארף אז דאס וואס די תפילות ווערן נישט נתקבל איז ווייל מען האט נישט אינזין דעם שם ראש חודש, נו, ווי איז נאך דא אזא חודש ווי תשרי וואס מען דארף אזוי שטארק אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן, דארף מען צו וויסן פונקטליך ווען מען דארף דאס אינזין האבן.

ווער קען אויסקלארן דעם ענין?
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

פרעגסט זייער 'אויפריכטיג'...

א שנעלע חיפוש אין אוצר החכמה ווייזט אז קיינער רעדט נישט דערפון, אלזא דערווייל האב מיר נישט קיין תירוץ.
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

דער עיקר איז מכוין צו זיין אין די תפלות אנהייב חודש דער צירוף וואס הייבט זיך דאן אהן, ס'האט נישט דוקא מיט ברכה אמצעית דמוסף (הגם ס'פאסט אפשר דארט די מערסטע). דוכט זיך אז להרמח"ל דארף מען דאס גאר אינזינען האבן ביי קריאת התורה. איז שוין ר"ה אויך נישט קיין פראבלעם, איינמאל מ'האט דאס מכוין געווען ערגעצוואו ביי די תפלות איז מען שוין נישט בכלל אינם יודעים להתפלל בשם.
ואם שגיתי ה' הטוב יכפר.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

דארף מען מאכן א רימיינדער פאר קומענדיגן יאר ראש השנה.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

leiby האט געשריבן:
אנאליזירער האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:דער מרדכי ברענגט אז מען זאל עסן פעטע פלייש, פאר א סימן פון א זאטע יאר.

מיין אידענע האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אז ביי איר פאטער עסט מען נישט קיין בהמה פלייש ראש השנה. איך האב דאס אנגעקוקט מיט וואנדער וויבאלד אין שו"ע שטייט אז מען מאכט א ברייטע סעודה צו ווייזן אז מען איז בטוח אז מען האט גע'פועל'ט אלעס גוטס. דאך האב איך געקלערט אז אפשר יש דברים בגו, אבער דא זעען מיר פון מרדכי אז מען זאל יא עסן פעטע פלייש.

געהערט אז די מנהג קומט וויבאלד די גאנצע סיבה פון עסן יעדע יו"ט איז נאר ווייל ס'שטייט "ושמחת בחגיך" און אין שמחה אלא בבשר, משא"כ ראש השנה.

אין אלף המגן ברענגט ער בשם היסוד ושורש העבודה אז מען זאל נישט עסן קיין בשר בהמה אין ר"ה
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

leiby האט געשריבן:געהערט אז די מנהג קומט וויבאלד די גאנצע סיבה פון עסן יעדע יו"ט איז נאר ווייל ס'שטייט "ושמחת בחגיך" און אין שמחה אלא בבשר, משא"כ ראש השנה.

אין דעם איז דא א גרויס געטועכץ אין די פוסקים, דער שאגת אריה איז מברר אז ראש השנה איז דא די זעלבע חיוב שמחה ווי אלע ימים טובים.
וועגן דעם רעדן אויך די פוסקים צו מ'מעג פאסטן ראש השנה כידוע.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

פ' לך לך האט געשריבן:
leiby האט געשריבן:
אנאליזירער האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:דער מרדכי ברענגט אז מען זאל עסן פעטע פלייש, פאר א סימן פון א זאטע יאר.

מיין אידענע האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אז ביי איר פאטער עסט מען נישט קיין בהמה פלייש ראש השנה. איך האב דאס אנגעקוקט מיט וואנדער וויבאלד אין שו"ע שטייט אז מען מאכט א ברייטע סעודה צו ווייזן אז מען איז בטוח אז מען האט גע'פועל'ט אלעס גוטס. דאך האב איך געקלערט אז אפשר יש דברים בגו, אבער דא זעען מיר פון מרדכי אז מען זאל יא עסן פעטע פלייש.

געהערט אז די מנהג קומט וויבאלד די גאנצע סיבה פון עסן יעדע יו"ט איז נאר ווייל ס'שטייט "ושמחת בחגיך" און אין שמחה אלא בבשר, משא"כ ראש השנה.

אין אלף המגן ברענגט ער בשם היסוד ושורש העבודה אז מען זאל נישט עסן קיין בשר בהמה אין ר"ה

וואו פונקטליך? ייש"כ.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

ריק פערי האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:געזען אין פרדס יוסף החדש עה"פ ענבמו ענבי רוש (דברים לב לב):
כ"ק אדמו"ר בעל פני מנחם זצ"ל אמר פעם בהא דיש מנהג שלא לאכול ענבים בר"ה, ואמר דיתכן הטעם בזה משום שבדרך כלל קוראים בין ר"ה ליו"כ את הפסוק דכאן: ענבמו ענבי רוש, ודרשו חז"ל (סנהדרין ע) זכה נעשה ראש - לא זכה נעשה רש וכו', ולכן ראוי להזהר בימים אלו באכילת ענבים עכ"ד

(איך האב קיינמאל געהערט אזא מנהג, איר יא?)

יא, שוין געזעהן ערגעץ - איך געדענק נישט ווי כנהוג - ע"פ קבלה נישט צו עסן 'שווארצע' טרויבן, ווייסע-גרינע איז נישט קיין פראבלעם.

במעשה רב כתב שאין לאכול ענבים בר"ה ומ"ב מביאו בסי' ת"ר סק"ד, וראה בהמצורף בהערה בענין שחורות ולבנות ובשם מחזור ויטרי.
אטעטשמענטס
מעשה רב.PDF
(213.55 KiB) געווארן דאונלאודעד 118 מאל
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

תשובת הגר"ח קנייבסקי בגליון דברי שיח.
אטעטשמענטס
Screenshot_2017-09-17-01-35-45-1.png
Screenshot_2017-09-17-01-35-45-1.png (134.4 KiB) געזען 3484 מאל
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

פייערמאן האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:.

אין אלף המגן ברענגט ער בשם היסוד ושורש העבודה אז מען זאל נישט עסן קיין בשר בהמה אין ר"ה

וואו פונקטליך? ייש"כ.[/quote]

תקפג ס"ק יב. אבער איך האב נישט מדייק געווען, ער זאגט "בשר שמן".
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: ליקוטי הלכות וענינים על ראש השנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

לכבוד יו"ט

מ'האט נאכגעזאגט אין שטוב אז אין געוויסע מקומות עסט מען דייקא נישט בשר בהמה אום ראש השנה, וכן טוט מען נישט אן א נייע בגד.

אוראייניקל האט געשריבן:!
איז דאס טאקע אזוי אין בעלזא?
מ'האט נישט אנגענומען דעם טעם פון אכלו מעדנים?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליקוטי הלכות וענינים על ראש השנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

זאג א גוטס האט געשריבן:מ'האט נאכגעזאגט אין שטוב אז אין געוויסע מקומות עסט מען דייקא נישט בשר בהמה אום ראש השנה, וכן טוט מען נישט אן א נייע בגד.

אוראייניקל האט געשריבן:!
איז דאס טאקע אזוי אין בעלזא?
מ'האט נישט אנגענומען דעם טעם פון אכלו מעדנים?

בשר בהמה האט מען יא געגעסן, וכן ראש כבש.
מרן מהר"א זי"ע אין א"י האט בכלל נישט געגעסן קיין בשר בהמה, און ר"ה האט ער געגעסן א קאפ פון א הינדל במקום ראש כבש.

ולגבי נייע בגדים, איז טאקע אזוי די מנהג, אז מען באנייט נישט קיין נייע בגדים ר"ה. נאר אויב מ'וויל אנטוהן נייע בגדים, באנייט מען עס שבת סליחות.

אזוי אויך נוצט מען נישט ביים טיש זילבערנע כלים כנהוג ביו"ט, נאר מ'נוצט פשוטע כלים ווי יעדע שבת.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: ליקוטי הלכות וענינים על ראש השנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

אוראייניקל האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:מ'האט נאכגעזאגט אין שטוב אז אין געוויסע מקומות עסט מען דייקא נישט בשר בהמה אום ראש השנה, וכן טוט מען נישט אן א נייע בגד.

אוראייניקל האט געשריבן:!
איז דאס טאקע אזוי אין בעלזא?
מ'האט נישט אנגענומען דעם טעם פון אכלו מעדנים?

בשר בהמה האט מען יא געגעסן, וכן ראש כבש.
מרן מהר"א זי"ע אין א"י האט בכלל נישט געגעסן קיין בשר בהמה, און ר"ה האט ער געגעסן א קאפ פון א הינדל במקום ראש כבש.

ולגבי נייע בגדים, איז טאקע אזוי די מנהג, אז מען באנייט נישט קיין נייע בגדים ר"ה. נאר אויב מ'וויל אנטוהן נייע בגדים, באנייט מען עס שבת סליחות.

אזוי אויך נוצט מען נישט ביים טיש זילבערנע כלים כנהוג ביו"ט, נאר מ'נוצט פשוטע כלים ווי יעדע שבת.

יישר כח.
וואס הייסט שבת נוצט מען נישט זילבערנע כלים? בעכער מסתם יא, אבער למשל וויין-פלאש, זאלץ מעסטל וכדומה, נישט?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליקוטי הלכות וענינים על ראש השנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

זאג א גוטס האט געשריבן:

זילבערנע טעלערס.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: ליקוטי הלכות וענינים על ראש השנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

לכבוד יו"ט ראש השנה תשפ''ב
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: ליקוטי הלכות וענינים על ראש השנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

איז דא עפעס א ספעציעלע ענין ליל ראשון של ר''ה צו דאווענען מעריב ווען סאיז שוין וודאי לילה/תשפ''ב א שטייגער ווי שבועות?
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ליקוטי הלכות וענינים על ראש השנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

די זיידעס זאגן אז אינדערהיים האט מען נישט געגעסן די סימנים רוביא כרתי וכו'.

אין שלחן ערוך ווערט דאס דערמאנט בלי שום חולק, איז מיין שאלה צו ביי דעם גייט אן עפעס אן ענין פון מסורת אבות, אדער איז די סיבה פאר'ן נישט עסן דאס אינדערהיים פשוט וויבאלד דאס איז נישט געווען צו באקומען.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליקוטי הלכות וענינים על ראש השנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

געבורטסטאג האט געשריבן:איז דא עפעס א ספעציעלע ענין ליל ראשון של ר''ה צו דאווענען מעריב ווען סאיז שוין וודאי לילה/תשפ''ב א שטייגער ווי שבועות?

די מקור נישט מוסיף צו זיין מחול על הקודש ר"ה, איז פון שו"ת מהרי"ל (סי' לג), און דארט איז מבואר אז מ'האט יא געדאוונט מבעו"י. וז"ל
ומהר"א מווינא כתב בנימוקו. ויש שאין אוכלין ביום כדי שלא יוסיפו מחול על הקדש בהאי י"ט משום דיומא דדינא הוא וכמדומה שכן הורה מהר"מ ז"ל במעגניצ"א: ועל טעם זה תמהתי דהא כבר קדשוהו בתפלה, ושמא על הכוס עיקר דהוא דאורייתא.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: סימנים לכבוד ראש השנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

זיס האט געשריבן:
עס קומט יעצט צו גיין דער הייליגער יום טוב ראש השנה, ווען אידן זענען זיך נוהג צו עסן פארשידענע סימנים פאר א גוט געבענשט יאר. די גמרא זאגט שוין דערויף "והשתא דאמרת סימנא מלתא הוא..." זאל א מענטש מרבה זיין מיט סימנים צו עסן אום ראש השנה.

עס איז פאראן פארשידענע מנהגים אין דעם ענין וואס אידן פירן זיך צו עסן ראש השנה, יעדע משפחה און יעדע קהילה האט זיך אירע מנהגים. על כן וואלט כדאי געווען צו עפענען אן אשכול און זען וואס אידן זענען זיך נוהג צו עסן אין דעם טאג.

קודם כל איז דאך פאראן די פשוט'ע זאכן:
קאפ פון פיש (אדער א ראש כבש)
זיסע מייערן
עפל אין האניג
מילגרוים

אין ירושלים עסט מען
סולקא
רוביא
קרא
כרתי

הרה"ק ר' איציקל פשעוואסקער פלעגט זיך נוהג זיין צו עסן קיווי, און פלעגט דערויף זאגן "כי בי ירבו ימך ויסיפו לך שנות חיים"
איך קען א איד וואס עסט סארדינ'ס און זאגט "יהי רצון שיסיר דינינו" (מלשון סר-דין)

לאמיר הערן פונעם עולם וועלכע סארט מנהגים איר אדער אייערע באקאנטע זענען זיך נוהג צו עסן בליל ראש-השנה.
עסן סארדינס איז אויך א פשעווארסקע מנהג http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 11#p607211
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

איז א ענין נישט צו עסן ״סאוער דאו״ ראש השנה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

סאוער דאו איז אזוי פאפולער געווארן אז טייל קענען נישט מער מאכן די שבת׳דיגע סעודה אנדעם

וואס טוט זיך ראש השנה?

מ׳דארף עס מאכן מיט האניג? ס׳זאל זיין זיסלעך?

מעג מען עס עסן געהעריג?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”