ליקוטי הלכות וענינים על ראש השנה

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אנאליזירער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 23, 2010 5:59 pm

תגובהדורך אנאליזירער » מוצ"ש אוקטובער 01, 2011 11:06 pm

פונקט איצט געוואלט שרייבן דערוועגן. עס ווערט געברענגט א טעם פונעם ייטב לב זי"ע אז מען זאל יא עסן טרויבן.

אנאליזירער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 23, 2010 5:59 pm

תגובהדורך אנאליזירער » מוצ"ש אוקטובער 01, 2011 11:10 pm

וואס איז פשט אז דער תפלה היה עם פפיות שלוחי עמך בית ישראל ווערט אנגערופן אלס א תחינה פונעם ש"ץ, לכאורה איז דאך פונקט פארקערט דאס איז א תפלה פונעם ציבור אז דער ש"ץ זאל דאווענען כראוי וכהגון?

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג אוקטובער 02, 2011 1:05 am

אנאליזירער האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:דער מרדכי ברענגט אז מען זאל עסן פעטע פלייש, פאר א סימן פון א זאטע יאר.


מיין אידענע האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אז ביי איר פאטער עסט מען נישט קיין בהמה פלייש ראש השנה. איך האב דאס אנגעקוקט מיט וואנדער וויבאלד אין שו"ע שטייט אז מען מאכט א ברייטע סעודה צו ווייזן אז מען איז בטוח אז מען האט גע'פועל'ט אלעס גוטס. דאך האב איך געקלערט אז אפשר יש דברים בגו, אבער דא זעען מיר פון מרדכי אז מען זאל יא עסן פעטע פלייש.

געהערט אז די מנהג קומט וויבאלד די גאנצע סיבה פון עסן יעדע יו"ט איז נאר ווייל ס'שטייט "ושמחת בחגיך" און אין שמחה אלא בבשר, משא"כ ראש השנה.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

תגובהדורך גיוואלדיג » דינסטאג אוקטובער 04, 2011 6:55 pm

איינער ווייסט עפעס וועגן מנהגים צו מען זאגט אויך די צווייטע נאכט ביים עסן די פרות די יהי רצון'ס

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג אוקטובער 30, 2011 1:03 pm

דעם שבת ראש חודש איז מיר שווער געווארן, כידוע שרייבט דער הייליגער בני יששכר אז מען זאל אינזין האבן ביי מוסף ראש חודש יעדן חודש די צירוף פון יענעם חודש, און דאס איז מסוגל אז די תפילות א גאנצע חודש זאל נתקבל ווערן. אין די סידורים איז טאקע שוין אריינגעדרוקט אלע צירופים וואס מען זאל אינזין האבן יעדן חודש. צווישן אלע שטייט אויך דער צירוף פון חודש תשרי, איז מיר שווער געווארן ווען האט מען אינזין דעם צירוף פון חודש תשרי? אפשר דארף מען דאס אינזין האבן ראש השנה ביי מוסף?

דער בני יששכר שרייבט זייער שארף אז דאס וואס די תפילות ווערן נישט נתקבל איז ווייל מען האט נישט אינזין דעם שם ראש חודש, נו, ווי איז נאך דא אזא חודש ווי תשרי וואס מען דארף אזוי שטארק אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן, דארף מען צו וויסן פונקטליך ווען מען דארף דאס אינזין האבן.

ווער קען אויסקלארן דעם ענין?

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » זונטאג אוקטובער 30, 2011 1:09 pm

פרעגסט זייער 'אויפריכטיג'...

א שנעלע חיפוש אין אוצר החכמה ווייזט אז קיינער רעדט נישט דערפון, אלזא דערווייל האב מיר נישט קיין תירוץ.

אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 2:24 pm

תגובהדורך אוהב חכמה » זונטאג אוקטובער 30, 2011 2:38 pm

דער עיקר איז מכוין צו זיין אין די תפלות אנהייב חודש דער צירוף וואס הייבט זיך דאן אהן, ס'האט נישט דוקא מיט ברכה אמצעית דמוסף (הגם ס'פאסט אפשר דארט די מערסטע). דוכט זיך אז להרמח"ל דארף מען דאס גאר אינזינען האבן ביי קריאת התורה. איז שוין ר"ה אויך נישט קיין פראבלעם, איינמאל מ'האט דאס מכוין געווען ערגעצוואו ביי די תפלות איז מען שוין נישט בכלל אינם יודעים להתפלל בשם.
ואם שגיתי ה' הטוב יכפר.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג אוקטובער 30, 2011 2:41 pm

דארף מען מאכן א רימיינדער פאר קומענדיגן יאר ראש השנה.

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:01 am

leiby האט געשריבן:
אנאליזירער האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:דער מרדכי ברענגט אז מען זאל עסן פעטע פלייש, פאר א סימן פון א זאטע יאר.


מיין אידענע האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אז ביי איר פאטער עסט מען נישט קיין בהמה פלייש ראש השנה. איך האב דאס אנגעקוקט מיט וואנדער וויבאלד אין שו"ע שטייט אז מען מאכט א ברייטע סעודה צו ווייזן אז מען איז בטוח אז מען האט גע'פועל'ט אלעס גוטס. דאך האב איך געקלערט אז אפשר יש דברים בגו, אבער דא זעען מיר פון מרדכי אז מען זאל יא עסן פעטע פלייש.

געהערט אז די מנהג קומט וויבאלד די גאנצע סיבה פון עסן יעדע יו"ט איז נאר ווייל ס'שטייט "ושמחת בחגיך" און אין שמחה אלא בבשר, משא"כ ראש השנה.


אין אלף המגן ברענגט ער בשם היסוד ושורש העבודה אז מען זאל נישט עסן קיין בשר בהמה אין ר"ה

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:39 am

leiby האט געשריבן:געהערט אז די מנהג קומט וויבאלד די גאנצע סיבה פון עסן יעדע יו"ט איז נאר ווייל ס'שטייט "ושמחת בחגיך" און אין שמחה אלא בבשר, משא"כ ראש השנה.


אין דעם איז דא א גרויס געטועכץ אין די פוסקים, דער שאגת אריה איז מברר אז ראש השנה איז דא די זעלבע חיוב שמחה ווי אלע ימים טובים.
וועגן דעם רעדן אויך די פוסקים צו מ'מעג פאסטן ראש השנה כידוע.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:10 am

פ' לך לך האט געשריבן:
leiby האט געשריבן:
אנאליזירער האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:דער מרדכי ברענגט אז מען זאל עסן פעטע פלייש, פאר א סימן פון א זאטע יאר.


מיין אידענע האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אז ביי איר פאטער עסט מען נישט קיין בהמה פלייש ראש השנה. איך האב דאס אנגעקוקט מיט וואנדער וויבאלד אין שו"ע שטייט אז מען מאכט א ברייטע סעודה צו ווייזן אז מען איז בטוח אז מען האט גע'פועל'ט אלעס גוטס. דאך האב איך געקלערט אז אפשר יש דברים בגו, אבער דא זעען מיר פון מרדכי אז מען זאל יא עסן פעטע פלייש.

געהערט אז די מנהג קומט וויבאלד די גאנצע סיבה פון עסן יעדע יו"ט איז נאר ווייל ס'שטייט "ושמחת בחגיך" און אין שמחה אלא בבשר, משא"כ ראש השנה.


אין אלף המגן ברענגט ער בשם היסוד ושורש העבודה אז מען זאל נישט עסן קיין בשר בהמה אין ר"ה

וואו פונקטליך? ייש"כ.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:16 am

ריק פערי האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:געזען אין פרדס יוסף החדש עה"פ ענבמו ענבי רוש (דברים לב לב):
כ"ק אדמו"ר בעל פני מנחם זצ"ל אמר פעם בהא דיש מנהג שלא לאכול ענבים בר"ה, ואמר דיתכן הטעם בזה משום שבדרך כלל קוראים בין ר"ה ליו"כ את הפסוק דכאן: ענבמו ענבי רוש, ודרשו חז"ל (סנהדרין ע) זכה נעשה ראש - לא זכה נעשה רש וכו', ולכן ראוי להזהר בימים אלו באכילת ענבים עכ"ד

(איך האב קיינמאל געהערט אזא מנהג, איר יא?)


יא, שוין געזעהן ערגעץ - איך געדענק נישט ווי כנהוג - ע"פ קבלה נישט צו עסן 'שווארצע' טרויבן, ווייסע-גרינע איז נישט קיין פראבלעם.

במעשה רב כתב שאין לאכול ענבים בר"ה ומ"ב מביאו בסי' ת"ר סק"ד, וראה בהמצורף בהערה בענין שחורות ולבנות ובשם מחזור ויטרי.
צוגעלייגטע
מעשה רב.PDF
(213.55 KiB) דאונלאודעד 24 מאל

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 1:40 am

תשובת הגר"ח קנייבסקי בגליון דברי שיח.
צוגעלייגטע
Screenshot_2017-09-17-01-35-45-1.png
Screenshot_2017-09-17-01-35-45-1.png (134.4 KiB) געזעהן 374 מאל

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:14 am

פייערמאן האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:.


אין אלף המגן ברענגט ער בשם היסוד ושורש העבודה אז מען זאל נישט עסן קיין בשר בהמה אין ר"ה

וואו פונקטליך? ייש"כ.[/quote]

תקפג ס"ק יב. אבער איך האב נישט מדייק געווען, ער זאגט "בשר שמן".


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט