ליקוטים וענינים על פרשת מסעי

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

ליקוטים וענינים על פרשת מסעי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דא ווערט געברענגט פון מארי יחיא אלשיך זצ"ל א שמועס ווי ער ווייזט אז די מ"ב מסעות פון די וואכעדיגע סדרה זענען מרמז אויף די דורכגאנג פון די מענטש אויף דער וועלט.

http://www.nosachteiman.co.il/?Category ... 966&Page=1
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ארויף געשלעפט און אפגעקלינט פון די שטויב
the SCY is the limit
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

מ....סעי יא נאר מסעי גייט די וואך אפגעקלינט

דגל מחני אפרים פון די תורה זעהט מען אלעס נאר..

כי בתורתינו הקדושה יש מים מתוקים ומים המרים, וראה שכל התנאים והאמוראים והצדיקים מימות משה רבינו עליו השלום, ושיהיו עד שיבא משיח, כולם לומדים מן התורה דרך ישכון אור לעבודת הבורא יתברך שמן, ולהיפך כל האפיקורסים ימח שמם מביאים ראיה מן התורה עצמה להיפוך, ושיש ח"ו שתי רשויות, וכמו כן הרבה ענינים דנזכרים בגמרא מן הצדוקין ע"ש, והיינו שיש בתורה מים המרים גם כן, ואותו שאינו לומד באמת, אזי טועם טעם המרירות שיש בתורה ר"ל, וכשנכנסין בזה הדרך השם יצילנו, אז כבד הדבר מאוד לפטור עצמו מזה הדרך של שקר
לעצט פארראכטן דורך moshele11211 אום זונטאג יולי 24, 2011 1:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

געזעהן א שיינע טייטש אין איינע פון די ספרי החיד"א.

פאריגע סוף סדרה שטייט ויקרא לה נובח בשמו, און ס'שטייט גלייך נאכדעם אלה מסעי בני ישראל אשר יצאו מארץ מצרים וכו', לכאורה וואס איז די סמיכות?

נאר ס'שטייט אין ילקוט הראובני אויפן פסוק ויקרא לה נבח בשמו, ל"ה איז נוטריקון ל'שון ה'רע, און נבח איז א לשון פון כלבין מנבחין, אז ווער עס רעדט לשון הרע ווערט מגולגל אין א כלב.

און ס'שטייט אז די אידן זענען ארויס פון מצרים שלא היה בהם דלטורין, זיי האבן נישט גערעדט קיין לשה"ר, און פארדעם טאקע איז געווען ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו.

דאס איז די סמיכות, ויקרא לה נבח בשמו אז ווער ס'רעדט לשון הרע ווערט מגולגל אין א כלב, אלה מסעי בני ישראל אשר יצאו מארץ מצרים, וויבאלד די אידן זענען געווען אפגעהיטן דערין זיי האבן נישט גערעדט קיין לשה"ר איז געווען אשר יצאו מארץ מצרים.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

עס איז דא א וויכטיגע נקודה אין די וואכעדיגה סדרה
די עליות ווי זיי זענען אויסגעשטעלט אין די חומשים איז נישט מסיני...
אדרבה אסאך מאל מאכט עס נישט קיין סענ"ס
אין מיטען פון א שמועס וכדומה
אבער היי יאר איז עס א קעגען א מג"א וואס זאגט אז מען זאל נישט מפסיק זיין אין די מ"ב מסעות
מוז מען אכטונג געבען אז דער כהן זאל פארענדיגען אלע מסעות....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וואס טוהט מען טאקע שני וחמישי אדער שבת ביי מנחה?

שמעתי אז במקומות שונים ליינט מען טאקע אלע מסעות גם בקריאות הנ"ל

אלא שאין העולם יודעין מזה כי ברוב שנים פרשיות מטות ומסעי מחוברים
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איך מיין אז פאר מאנטיק און דאנערשטיק פיהרט מען זיך מקיל צו זיין
נאר אויף שבת שחרית ווען מען ליינט סייווי די גאנצע סדרה זאל מען נישט מפסיק זיין אין זיי
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

msp האט געשריבן:עס איז דא א וויכטיגע נקודה אין די וואכעדיגה סדרה
די עליות ווי זיי זענען אויסגעשטעלט אין די חומשים איז נישט מסיני...
אדרבה אסאך מאל מאכט עס נישט קיין סענ"ס
אין מיטען פון א שמועס וכדומה
אבער היי יאר איז עס א קעגען א מג"א וואס זאגט אז מען זאל נישט מפסיק זיין אין די מ"ב מסעות
מוז מען אכטונג געבען אז דער כהן זאל פארענדיגען אלע מסעות....

די ווייסט פון ערליכע אידן וואס האבן געטוהן -טוהן- אזוי?

אמת איך ווייס אויך אז די עליות אין אינזערע חומשים האט איינגעטיילט א דריקער אדער וואס, אבער ווען איך שטעל מעך אפ פארדעם אדער נאכדעם איבערהויפט ביי די ערשטע פאָר עליות, ווערט א רעש אין ביהמ"ד, סוי אויב די ווייסט אן ערליכע איד וואס האט אזוי געטוהן האב איך מיך אויף וועם אנצולאהנען.

ס'איז מיר זייער נוגע.

(במאמר המוסגר: איך בין נישט אזוי דערשראקן פון גילו.. איך ב"ה גאנישט קיינמאל געשריבן עפעס וואס איך וואלט נישט געזאגט אין ביהמ"ד)
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

עס איז א משנה ברורה סימן תכ"ח סקכ"א
עיין שם
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =40448&st=%u05DE%u05E1%u05E2%u05D5%u05EA
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

איז דא עפעס אן איש מפורסם וואס טוט אזוי?

_____________________________________________

דיין לינק פירט גלייך צום דעקל
_____________________________________________

כתב בספר צרור המור, מ"ב מסעות שבפרשת אלה מסעי אין להספיק בהם שהם כנגד שם מ"ב [מ"א]

ס'איז דא אסאך ענינים וואס ווערט געברענגט פון פריער און דער וועלט איז נישט נזהר, פירט זיך די וועלט אזוי אדער נישט?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

ביקסאד האט געשריבן:דא ווערט געברענגט פון מארי יחיא אלשיך זצ"ל א שמועס ווי ער ווייזט אז די מ"ב מסעות פון די וואכעדיגע סדרה זענען מרמז אויף די דורכגאנג פון די מענטש אויף דער וועלט.

http://www.nosachteiman.co.il/?Category ... 966&Page=1" onclick="window.open(this.href);return false;


יישר כח פארן לינק אהין.....
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

געהערט אמאל. א גרופע תלמידים פונעם מהר"ם שיק זענען געקומען צו פארן צו איהם באזוכען אויף יערגן הערן פון איהם דברי תורה וכו'. האט ער געזאגט ואלה מסעיהם למוצאיהם - אויף דעם האט זיך שוין געלוינט די מסעיהם, למוצאיהם - אז מען זאל זיך טרעפן געזונד און שטארק מיט די תלמידים.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אין בלאט פאריגע וואך איז געווען א בריוו איבער דעם אז מען זאל נזהר זיין ביי די מ"ב מסעות.

און איבער ווער עס האט מתקן געווען די הפסקות, איז דאכציך שוין פאראן א שנירל דעריבער.
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

ווי איז די שנירל? לינק, קיווארד צו זיכן,
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

ללמוד וללמד האט געשריבן:געהערט אמאל. א גרופע תלמידים פונעם מהר"ם שיק זענען געקומען צו פארן צו איהם באזוכען אויף יערגן הערן פון איהם דברי תורה וכו'. האט ער געזאגט ואלה מסעיהם למוצאיהם - אויף דעם האט זיך שוין געלוינט די מסעיהם, למוצאיהם - אז מען זאל זיך טרעפן געזונד און שטארק מיט די תלמידים.


איך האב היינט געזעהן אין ליקוטי דברי ישראל בדרך צחות נאכדעם וואס אפאר חסידים זענען געקומען זיך אפרעדן אז עס האט זיי געקאסט געלט פאר די נסיעה אהער צוקומען צום רבי'ן, אז עס שטייט, ויכתוב משה את מוצאהים למסעיהם על פי ה' ואלה מסעיהם למוצאיהם
וואס דארף שטיין א דאפלט לשון?, נאר

ויכתוב משה, משה האט אריינגעשריבן אין די תורה, את מוצאיהם אלע הוצאות, למסעיהם וואס עס גייט נאר קאסטן פאר א לשם מצוה נסיעה ער רעכנט אויס גיין צו א ישיבה אדער גיין צו א רבי, וכו', ואלה מסעיהם דורך די נסיעה וועט די באשעפער העלפן למוצאיהם אז עס זאל זיין גענוג געלט פאר די נסיעה .

אפשר א גוטע חיזוק ווארט פאר די אלע וואס האבן געצאלט געלט צו גיין אין קאנטרי וואס באמת איז דאס דאך לשם מצוה כדי אוועק צו גיין פון די גויאישע גאס.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: ליקוטים וענינים על פרשת מסעי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”