פרשת חוקת - בלק (בישראל בלק)

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

פרשת חוקת - בלק (בישראל בלק)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

"ולקח הכהן עץ ארז ואזוב". 'ארז' ווייזט אויף גאווה, און 'אזוב' ווייסט אויף ענווה. די צוויי מידות איז נישט שיין פאר א מענטש, אזוי ווי א מענטש טאר נישט זיין קיין בעל גאווה, אזוי אויך איז נישט גוט אז ער איז צו נידריג ביי זיך, ענדערש זאל מען גיין אין די מיטעלע וועג. (כלי יקר)

"ולקח אזוב" די טעמי המקרא אויף די צוויי ווערטער זענען 'קדמא ואזלא'. "אזוב" ווייזט אויף די מידה פון ענווה, אזוי ווי חז"ל זאגן מען זאל זיך דערנידערן ווי אן אזוב, די וועג ווי אזוי אנצוקומען צו ענווה איז לויט 'פון ווי קומסטו' א בחינה פון "קדמא" און צו ווי גייסטע, א פלאץ פון ערד מיט ווערעם, וואס דאס איז א בחינה פון "אזלא". (בארות המים)

יעדער מענטש דארף זעהן צו האבן צוויי טאשען, איינס פאר 'איך בין א שטיק זאמד' און די צווייטע פאר 'פאר מיר האט דער באשעפער באשאפן די וועלט' א נארמלער מענטש דארף צו וויסן ווי אזוי זיך צו באנוצן מיט די צוויי טאשן, און יעדע פון די מידות אויף זיין פלאץ און זיין צייט. (רבי בונם מפשיסחה)

בלק
"לא הביט אוון ביעקב ולא ראה עמל בישראל, ה' אלוקיו עמו". פארוואס 'לא הביט אוון ביעקב'? ווייל ווען א איד זינדיגט איז נאך אלץ 'ה' אלוקיו עמו' אפי' יעמאלט איז דער באשעפער מיט עם. (רבי ישראל מ'רוזשין)

"ה' אלוקיו עמו" א איד איז קיינמאל נישט אליין, יעדע פלאץ ווי ער גייט און שטייט איז דער באשעפער מיט עם. (הבעש"ט)

א לעכטיגן שבת...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח דזשובוי פאר די געשמאקע תורה'לעך. וואס הערט זיך מיט פרשת ראה? און בכלל --- איכה? וואו ביסטו?

---
נכתב לכבוד איך-הער, שונא מספר אחת לאשכולות שטרם נענו, וגם כדי לדחוף את הזמן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”