סיפורי צדיקים לחג השבועות

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

סיפורי צדיקים לחג השבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס איז געווען אין די ערשטע יאהרן, ווען דער ערשטער בעלזער רב (מהר"ש) זי"ע האט אנגעהויבן צו פיהרן א עדה חסידים. אין גאר א קורצע צייט איז דער בעלזער רב באוואוסט געווארן אלץ גרויסער "פועל ישועות" און קדוש וטהור. אידן וועלכע האבן געוואלט געהאלפן ווערן ברוחניות און בגשמיות, האבן אנגעהויבן צו שטראמען אין מאסען קיין בעלזא. פון נאהנט און ווייט זענען געקומען אידן זיך צו באהעפטן אין דעם גרויסן צדיק.

אויף די ימים טובים פלעגן קומען טויזענטער חסידים פון אלע עקן גאליציע, פון פוילן, פון אונגארן און פון אנדערע לענדער. מערסטענס פלעגט זיך צונויפזאמלען א גאנץ גרויסער עולם אין בעלזא, אויף שבועות, כדי צו זיין אין די מחיצה פונעם הייליגן צדיק ביי דעם מעמד פון קבלת התורה, כדי צו קענען שעפען פונעם הייליגן קוואל תורה און יראת שמים.
אין א געוויסען יאהר זענען זיך צונויפגעקומען אויף שבועות זעהר פוהל געסט מער ווי יעדעס יאהר. טויזענטער חסידים האבן איבערגעפוהלט דאס שטעטעלע בעלזא, און אלע גאסט-הייזער ווי חסידים זענען איינגעשטאנען זענען געווען איבערגעפוהלט. בעיקר האט זיך געפיהלט די ענגשאפט אין די הייליגע גרויסע שוהל און אין בית המדרש, ווי חסידים זענען געזעצן בייטאג און ביינאכט און געלערנט תורה און געדינט דעם באשעפער אהן קיין אויפהער, אז מען האט ממש געקענט טאפען די קדושה מיט די הענט.

שבועות אינדערפרי ביים דאווענען, איז די שוהל געווען געפאקט פון איין ווינקעל צום צווייטן. דאס שטיפעניש איז געווען געפערליך, אז די חסידים זענען כמעט אנידערגעפאלן אין חלשות. אבער דאס אלעס האט נישט פארמינערט דאס התלהבות און דביקות ביים דאווענען. מען האט געפיהלט ווי א הייליגער פלאם פייער נעמט ארום דעם גאנצען עולם וואס געפונט זיך אין שוהל.

דאס התלהבות וואס האט געהערשט ביים דאווענען, איז אנגעקומען צום העכסטן פונקט און טרעפעל ווען רבינו זי"ע האט אנגעהויבן צו זאגן די "אקדמות". די חסידים - וואס זענען ביז יעצט געשטאנען צוזאמען געפרעסט ממש איינער אויפן צווייטן - האבן געפיהלט א געוואלדיגע השתוקקות און חשק זיך צו דערנענטערן און באהעפטן צום הייליגן באשעפער. די הערצער זענען צוגאנגען ווי וואסער, און ביי יעדעם אין הארץ האט ארום גענומען א געפיהל פון תשובה. די זעלבע הייליגע געפיהל האבן זיי אויך מיטגעפילט ביי קריאת התורה לייענענדיג די עשרת הדברות.

נאכן דאווענען איז דער גאנצער עולם געגאנגען עסן די יום-טוב סעודה. בלויז געציילטע פון די גאר געהויבענע חסידים זענען געבליבן אין שוהל. זיי האבן דורך געשמועסט צווישן זיך וועגן די הייליגע געפיהל וואס זיי האבן געפילט דעם היינטיגן יום-טוב ביים דאווענען. לויט זייערע מיינונג איז דער היינטיגער דאווענען געווען אין א העכערע און געהויבענע מדריגה, מער פון אלעמאהל.

איינער פון די עלטערע חסידים האט זיך מיטאמאהל אנגערופען צו זיינע פריינד: "ווען דער הייליגער רבי האט געזאגט די "אקדמות", און אויך ביי קריאת התורה, האט מען ממש געפיהלט ווי מען שטייט יעצט ביי דעם מעמד פון קבלת התורה דורך משה רבינו אויף דעם בארג סיני. אין דעם יעצטיגן נידריגע וועלט זענען מיר טאקע באהאפטן צו אונזער הייליגן רבי'ן, מיר קומען צו פאהרן אויף שבועות קיין בעלזא מיט א פלאגעניש און שטיפעניש, אבער מיר האבן די זכי' מיט צו לעבן די קדושה און געוואלדיגע ליכטיגקייט וואס דער רבי איז אויף אונז משפיע.

אבער וואס וועט זיין אויף יענע וועלט? דארט וועט דער רבי זיך געפונען אויף גאר א הויכן און הייליגן פלאץ, אין איינע פון די העכסטע זאלן פון גן עדן. מיר אבער וועלן ליידער זיך געפונען זעהר אפגעווייטערט פון איהם. פאר דעם דארפן מיר זיך פלאגען אויף די וועלט, אז אויף יענע וועלט זאלן מיר זיין אזוי שטארק דערווייטערט פון אונזער רבי'ן"?
די צוהערערס וועלכע זענען געשטאנען ארום יענעם חסיד, האבן געשוויגן. קיינער האט זיך נישט אנגערופען קיין ווארט. יעדער איינער איז געווען באשעפטיגט מיט זיינע טיפע געדאנקען. האט זיך איינער פון די "חבריא" אנגערופען אז לויט זיין מיינונג, וואלט געווען א פאסיגע זאך, אז מיר זאלן פארלייגן פארן רבי'ן דעם פראבלעם, און הערן זיין ענטפער אויף דעם. זיי האבן באשלאסן אז צומארגענס אינדערפריה, נאך פארן דאווענען, וועלן זיי אריין גיין אינאיינעם צו מהר"ש.

אבער אריין צו גיין אין דעם הייליגן צימער ווי מהר"ש האט זיך געפונען, איז נישט געווען קיין פשוטע זאך. עס איז טאקע נישט געשטאנען דארט קיין "שומר", אבער דאך האט קיינער נישט דערוואגט אהין צו גיין עפענען די טיהר אהן קיין ערלויבעניש. אזוי גרויס איז געווען זייער שרעק און ציטער.

די גרופע חסידים האבן זיך אבער געשטארקט און געבעטן פון דעם גבאי אז ער זאל איבערגעבן פארן רבי'ן אז עטליכע חסידים ווילען אריין קומען פארלייגן זייער שווערע פראבלעם. דער עלטערע חסיד, וועלכער האט נעכטן ארויף געברענגט פאר די אנדערע דעם פראבלעם, האט זיך אויסגערעדט זיין שווער הארץ פאר מהר"ש
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וואס מען קען דערגרייכן מיט התמדה אין לערנען

דער מיטעלער בעלזער רב זי"ע האט אמאהל דערצעהלט די מעשה מיט גרויס התלהבות, וואס פון דעם זעהט מען ווי גרויס און חשוב די תורה איז אפילו פון א פראסטער מענטש:

אמאהל אין א בית המדרש אין גאליציע איז געווען א גרויסע התעוררות צו לערנען די הייליגע תורה. עס איז געווען אין די "שלשת ימי הגבלה" און יעדער איז געווען באשעפטיגט זיך צוצוגרייטען ווי עס דארף צו זיין צו די טעג פון קבלת התורה. דער בית המדרש איז געווען געפאקט מיט אידן וועלכע זענען געזעצן און געלערנט מיט התמדה אהן קיין אויפהער, אז די קול תורה האט זיך געהערט ביז ארויס אויף די גאס. עס איז פונקט אריבער געגאנגען א פראסטער מענטש אן "עם הארץ", און ווען ער האט געהערט דעם זיסען קול פון לערנען האט ער זיך פארגליסט אריין צו גיין אין בית המדרש. ווען ער האט געזעהן דעם געוואלדיגן בילד ווי אלע לערנען מיט אזא געשמאק, האט ער זיך אויך געוואלט צוזעצן און לערנען. אבער ליידער האט ער גארנישט פארשטאנען פון לערנען ווייל ער האט קיינמאהל נישט געלערנט קיין תורה. מיט זיין ביטער הארץ האט ער זיך דערנענטערט צום ארון הקודש און אויסגעגאסן זיין הארץ צום באשעפער. ער האט געוויינט ביטער און געבעטן פארוואס ער איז נישט זוכה צו די ליכטיגקייט פון די תורה? - אזוי איז ער צוגעגאנגען צום ספרים שאפע און ארויס גענומען די ערשטע גמרא, און אנגעהויבן צו זאגן די עברי, אפילו ער האט גארנישט פארשטאנען וואס ער האט געזאגט. ער האט פארגעזעצט נאך און נאך ביז לאנזאם האט ער שוין אנגעהויבן צו פארשטיין דאס לערנען.

אצינד קוקט נאר צו - האט דער מיטעלער רב זי"ע געענדיגט זיין מעשה - ווי גרויס און ווי טייער עס איז התמדה אין לערנען, אז אויף מיין טיש ליגט א ספר וואס יענער איד האט מחבר געווען!!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אלע נשמות פון די אידן זענען געווען ביי מתן תורה
עס ווערט געברענגט אין ספרים, אז נישט נאר די אידן וואס האבן דעמאלטס געלעבט זענען געווען ביי "מתן תורה", נאר אויך די נשמות פון אלע אידן וואס זענען געבוירן געווארן אין אלע דורות, זענען אויך דארט געווען. עס איז באקאנט וואס דער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע פלעגט זאגען: אז נישט נאר וואס ער געדענקט פונקטליך דעם מעמד פון "קבלת התורה", נאר ער געדענקט אויך נעבן וועמען ער איז דעמאלטס געשטאנען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער שינאווער רב זצ"ל האט דערציילט: אז אמאל יום טוב שבועות איז מיין פאטער (דער הייליגער צאנזער רב זצ"ל בעל דברי חיים) צוגעקומען צו מיר און געזאגט "מיין זון - ווילסטו היינט ביי קריאת התורה זעהן דעם מעמד הר סיני ? דאן גרייט זיך צו דערצו"
ווען מיין פאטער האט אנגעפאנגען צו ליינען די עשרת הדברות, האב איך געזעהן און געהערט די אלע זאכן וואס עס שטייט אין די תורה ביי מתן תורה. "קולות וברקים, וענן כבד וגו'". ווען איך האב דאס געהערט האב איך דאס כמעט נישט געקענט איבערטראגן, מיינע כוחות האבן דאס מיר נישט ערלויבט.
ווען מיין פאטער האט דאס מרגיש געווען, האט ער אוועק גענומען פון מיר די הרגשה פון מתן, ווייל אויב נישט וואלט איך דאס נישט געקענט איבערלעבן .....
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער קול ארי' וואס איז געווען רב אין בערעגסאז, פלעגט יעדעס יאר פאר'ן אויף שבועות קיין צאנז ער פלעגט זאגן אז ווער ס'איז געווען שבועות אין צאנז האט געשפירט א התפשטות הגשמיות.
אויך האט ער געזאגט אז ווען ער איז שבועות אין צאנז און ער הערט נאר די דברי תורה פון צאנז'ער רב קען ער פון דעם מחדש זיין א גאנץ יאר, און טאקע איינמאל ווען דער דברי חיים האט גענדיגט זיין פשעט'ל וואס איז געווען זייער טיף האט ער זיך אנגערופ'ן אז היינט האבן נאר צוויי רבנים פארשטאנען די פשעטל, דער בערעגסאז'ער רב (קול ארי') און ר' שמואל בילגוריאור (מהר"ש ענגל). אגב: האט דער פשעווארסקער רבי זצוקלל"ה פארציילט, אז א חסיד פון דברי חיים איז אמאל געקומען פון יענע וועלט, און האט אים געזאגט אז ער האט געהערט שמועסן די פשעטיל פון רבי'ן אויף יענער וועלט.
איינמאל ווען ער איז געווען אין צאנז און געזעסען אין ביהמ"ד און געלערנט ווארטענדיג אויף די ד"ח זאל אריינקומן צום דאווענען, איז אריינגעקומען דער גרויסער גביר החסיד ר' יוסף לייב כהנא און אנגעפאנגען צו טאנצען, האט אים די קול ארי' געפרעגט וללאשעהמאחטה מחה זול עוישזה האט ער אים גענטפערט כ'האב אריינגעטראכט וויאזוי איך וואלט אויסגעזעהן אן די תורה איז מיר געקומען צו טאנצן, האט די קול ארי' מיט געטאנצט און דער גאנצער עולם האט אנגעפאנגען צו טאנצן מיט זיי, ווען דער דברי חיים איז אריינגעקומען האט ער געהאט א גרויסע הנאה הערנ'דיג דער טעם פארוואס מ'טאנצט יעצט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יו"ט שבועות האט זיך דער אהבת ישראל נישט געפירט צו שלאפן אינמיטן טאג, איינמאל האט אים זיין מאמע שטארק געבעטן צו גיין זיך אנליינען אביסל, האט ער איר געבעטן "מאמע, דער צאנזער רב ז"ל האט זיך נישט געלייגט די גאנצע צוויי נעכט אין צוויי טעג פון שבועות, און די בעט'ס מיך זיך אראפצולייגן אינמיטן טאג"?
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פאר ער איז געווארן א רבי איז דער מעזריטשער מגיד ז"ל געווען א מלמד תינוקות, מ'דערציילט נאך אז יעדעס קינד וואס איז געקומען לערנען צו אים האט ער צום ערשט געפרעגט דו געדענקסט מעמד הר סיני וואו אלע אידישע נשמות זענען געווען"? און ער האט אזוי לאנג געפרעגט ביז ווילאנג יענער האט זיך טאקע דערמאנט מעמד הר סיני...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויוצא משה את העם.
ווען דער קאזניצער מגיד ז"ל איז אנגעקומען צו דעם פסוק יו"ט שבועות האט ער געגעבן א געשריי "אוי וויי וואס פאר א זיסקייט איז דאס, דער הייליגער משה האט ארויסגעצויגן אידישע קינדער פון זייער ארציות נאנט צו ברענגן צו גא-ט ב"ה".

איזהו חכם הרואה...
אין א יו"ט שבועות זענען געזעסן צוזאמען דער הייליגער בארדיטשיבער ז"ל מיט'ן קאזניצן מגיד ז"ל, האט זיך אנגערופן דער קדושת לוי "דער וואס האט קלארע אויגן דארף קענןע מארגן ביי מתן תורה זען די קולות וברקים" דערויף האט דער מגיד באמערקט, "נו גוט דארף מען איצט מתפלל זיין אז השי"ת זאל אויסהיילן אונזערע אויגן, מיר זאלן קענען זען וואס מ'דארף זען"...

בניחותא.
דער צדיק הרה"ק ר' יחזקא' מקאזמיר ז"ל האט געזאגט פאר'ן ליינען די עשרת הדברות, אז אין די משנה שטייט אז די דריי פראגעס וואס מ'דארף פרעגן ערב ש"ק, עשרתם ערבתם, הדלקתם את הנר זאל מען זאגן רואיג אזוי ארום וועט מען אים אויסהערן, האט ער אויסגעפירט, רבונו של עולם "זאג אונז די עשרת הדברות מיט א רואיגקייט, זיי אונז מוחל אונזערע זינד, אזוי וועלן מיר מיט יישוב הדעת צוהערן די עשרת הדברות, און מקבל זיין די תורה באהבה וברצון...

באימה וביראה.
איינער פון די הייליגע תלמידים פון הרה"ק ר' שלמה לייב מלענטשא ז"ל דערציילט אז איינמאל איז ער געווען ביי זיין רבי'ן שבועות, אינמיטן די נאכט האט זיך דער צדיק אנגערופן, "וואס דארף מען טאן אין אזא הייליגע נאכט מ'דארף זיך גרייטן צו קבלת התורה באימה ביראה ברתת ובזיעה, זאגנדיג דאס האט זיך אים אנגעהויבן ווארפן זיין גאנצן גוף, אז ס'איז געפאלן א פחד אויפ'ן גאנצן עולם, ער האט זיך אנגעכאפט אין טיש, און דער גאנצער טיש האט זיך געווארפן, מ'האט אים געמוזט אריינפירן אין זיין שטוב ער זאל אביסל צו זיך קומען, הערשט נאכדעם האט מען ווייטער געפירט דעם טיש.

איינס ווי צוויי.
דער צדיק הרה"ק ר"ר מאיר'ל מפרעמישלאן ז"ל האט אמאל אריינגערופן א חסיד און אים געגעבן א בריוו צו טראגן צום רוזינער ז"ל אנזאגנדיג אז ער זאל דעם ברייו אריינלייגן אין שיך און נישט ארויסנעמען ביז ער געפונט זיך אין שטוב פון צדיק, אנקומענדיג קיין רוזשין האבן די גבאים געוואלט זען דעם בריוו ער האט אבער נישט געוואלט אויספירנדיג די שטרענגע באפעל פון זיין רבי'ן, ערשט ווי ער איז אריינגעקומען צום צדיק, האט ער זיך אויסגעטאן זיין שיך, און געגעבן דעם בריוו ווי ס'איז געווען געשריבן ווי פאלגענד: אזוי ווי ס'קומט שבועות און מ'דארף מער קרעפלך ווייס איך נישט וויאזוי זיך צו פירן, איינס צו עסן איז צו ווייניג, און צוויי איז שוין זוגות, דריי איז שוין צופיל, האט דער ריזינער געענטפערט ער זאל מאכן איין קרעפל וואס איז אזוי גרויס ווי צוויי וסוד ה' ליריאיו.

קרעפלך שבועות.
אין ספר "רזא דעובדא" (פון הרה"ק ר' אליעזר זאב מקרעטשניף ז"ל) ווערט געברענגט אז ר' ארון לייב ז"ל האט געזאגט דער וואס ס'עסט נישט זיסע קרעפלעך אין שבועות איז דאס א באווייז אז ער נישט נישט געווען ביים בארג סיני...

ההכנה לחג.
דער צדיק הרה"ק ר' ישכר בער מוואלבראז ז"ל האט באפוילן זיינע תלמידים אז דרייסיג טעג פאר שבועות זאלן זיי אנהויבן לערנען מס' שבת דף פ"ח ווי מ'רעדט פון די ענינים פון מ"ת, זאגנדיג אז פאר א חתונה רישט מען זיך און מ'רעדט ארום איבער די חתונה פאסט זיך אז אויך פאר מ"ת ווען מ'האט חתונה מיט די תורה זאל מען לערנען די ענינים פון מתן תורה...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אהבה רבה.
אין ספר "ילקוט מנחם" ווערט געברענגט: א לינסקער חסיד האט מיר דערציילט וואס ער האט געהערט פון הה"צ ר' מ"מ מרימונוב ז"ל אז וואס האבן די אידן געטאן פון ר"ח סיון ביז מ"ת, שטייענדיג נעבן בארג סיני, ווען זיי האבן נאך קיין תורה נישט געהאט און נישט געקענט לערנען, האט ער אויסגעפירט אז זיי האבן די טעג געזאגט "אהבה רבה"...

אהבה רבה.
אין ספר "אמרי שמואל" ווערט געברענגט אז איינמאל האט הרה"ק רבי ר' שמעלקא ז"ל געזאגט פאר די תלמידים אז דער וואס זאגט נישט ערליך "אהבה רבה" און "אתה חונן" קען נישט מחדש זיין יענעם טאג אמת'דיגע חידושים, ווען איינע פון די תלמידים האט רעאגירט אז ער האט יא מחדש געווען א חידוש אן דעם וואס ער זאל ריכטיג מכוין געווען ביי די 2 ברכות. האט אים דער צדיק צוווארפן זיין גאנצער חידוש און אויפגעוויזן אז ס'איז נישט געווען אמת'ע חידושי תורה.

א טעות פון אן עם הארץ.
כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק ז"ל זאגט בדרך צחות אויף דעם וואס שטייט אין ירושלמי (דמאי פ"ד מ"א) אז אום שבת האט אפי' אן עם הארץ מורא צו זאגן ליגענט, אז דאס קומט פון זייער'ס א טעות, ווייל ווען זיי קוקן העכערן ארון קודש ווי ס'שטייט די לוחות ליינען זיי גראס פון איין זייט צו די צווייטע אנכי מיט לא תרצח, אא"וו, קומט אויס אז זיי זאגן זכור את יום השבת צוזאמען מיט לא תענה ברעך עד שקר. דערפאר האבן זיי מורא צו זאגן ליגנט אום שב"ק"...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לשון קדשו של הרה"ק מהר"י מפשעווארסק זצ"ל האט געשריבן:כה תאמר וגו' (י"ט, ג'), פין סאקמער רב ז"ל האב איך אויך געהערט זייער א גיטן פשט דערויף, (סקומט איינער צי גיין צים ווייב און פארציילט אז ער איז געווארען ראש הקהל, ער איז געווארען גבאי אין בימ"ד, געווענלעך דאס בני בית איז געהויבען, זי פארשטייט הע, הע, ער איז געווארען ראש הקהל, ער איז געווארען גבאי, אך, אך, אך, אבער דער וואס ספארשטייט דאס, אוי וויי געוואלד, ווען מזאל וויסען וויפיל שונאים דער גבאי האט, און נאך זאכען, וואס טויג עם דאס, וואס טויג עם צי האבען אזוי פיל עגמ"נ, אזויפיל שונאים), [איך געדענק ר' לייביש טאמאשובער האט מיר אמאל געזאגט, צי זיין אין קהל פין די ראשי קהילה, דארף ער זיין א שוטה, ער האט שונאים בחנם, ווען ער זיצט אין מאגיסטראט אין שטאט פין די רעגירונג, טיט ער אמאל א טובה א יוד, דא ווייטער איז קרוב להפסד און רחוק משכר].
דאס פלעגט דער סאקמער רב אויסטייטשן, מהאט זיי דא געזאגט והייתם לי סגולה, איך האב ענק געברענגט, איז פאר די עמי הארצים, פאר די פשוטע, איז עס אמירה רכה, סאיז זייער גיט, אבער פאר די בני ישראל, מהייסט זיי זיין והייתם לי סגולה, אז זיי זאלען דארפן זיין דאס שפיגאלע פין אלע יודען, זיי ווייסן דאך זייערע חשבונות, איז די בני עלי' האבען דאס פארשטאנען, מיט וואס דאס שמעקט, געווענלעך, מנעמט איינעם ער זאל זיין צדיק הדור, ממאכט עם פאר א רעבין ממאכט עם פאר א רב, וואס ער איז משועבד פארשידענע זאכען, אז מאיז נישט באקאנט מיינט מען סאיז א שררה, אבער אין אמת'ן איז עס א עבדות, מדארף זיין א עבד, צי די זאך און צי די זאך, איז די זעלבע זאך, סגולה, ממלכת כהנים, וגוי קדוש, איז ביי די בני עלי' וואס פארשטייען דאס, ממאכט זיי געהאפטעט פאר אלעמען, איז עס פאר זיי געווען קשים כגדים.

- י -
רד העד בעם וגו', לא יוכל העם לעלת וגו', לך רד ועלית וגו', (י"ט, כ"א-כ"ג-כ"ד), סאיז דא פין ווילנער גאון און נאך מפרשים א דבר נפלא, דער אייבערשטער האט געזאגט צי משה ער זאל גיין זאגען וועגען הגבלה, פס' כ"א, רד העד בעם, נאכדעם שטייט פס' כ"ג, האט משה געטענה'ט לא יוכל העם לעלת אל הר סיני, האט דער אייבערשטער געהייסן אין פסוק כ"ד, לך רד ועלית אתה ואהרן, לערנט רש"י וואס איז געווען דא דער וויכוח, אז משה האט געטענה'ט איך האב שוין געזאגט זיי, איז וואס איז געווען די תשובה פין אייבערשטען ער זאל גיין נאכאמאל זאגען, זאגט רש"י מדארף זאגען פריער און בשעת מעשה דארף מען זאגען נאכאמאל, מצות הגבלה,
לערנט דער ווילנער גאון א פירוש נפלא, [דער פרדס יוסף ברענגט עס פין אנדערע ספרים,] משה האט געלערנט אז דאס וואס מהייסט מצות הגבלה, זאגט מען פאר משה אויכעט, אז ער איז אויך בתוכם, און אזוי ווי אז משה איז בתוכם, און משה וועט נישט גיין ווייטער, האט משה פארשטאנען אז ער דארף די יודען נישט זאגען, איך האב נאר מורא אז משה גייט ארויף, וועלען זיי וועלען מיט גיין, אבער אז משה שטייט לעבן שפת, לעבן בארג סיני, וועלען זיי דאך אויך נישט גיין, איז דאס געווען די טענה פין משה, שטייט אין פס' כ"א, וואס דער אייבערשטער האט געזאגט צי משה רד העד ער זאל זאגען די מצות הגבלה, און משה האט נישט געזאגט, האט משה געטענה'ט אין פס' כ"ג, אז מדארף זיי נישט זאגען הגבלה, ויאמר משה, לא יוכל העם לעלות, פארוואס, כי אתה העדות בנו, דו האסט דאך אונץ געווארענט, הגבל ההר וקדשתו, משה האט געמיינט אז ער איז אויך אין דעם כלל, אז אונץ זעמיר אויכעט וועלען זיי דאך נישט גיין, האט דער אייבערשטער געזאגט אין פס' כ"ד, ניין, לך רד ועלית אתה ואהרן, אתה ואהרן וועט עטס יא ארויף גיין, אויב אזוי דארף מען יא זאגען הגבלה.

- ט"ו -
ויאמר משה אל העם אל תיראו (כ', י"ז), דער פסוק איז זיך סותר מרישא לסיפא, וואס זאגט משה אל העם, אל תיראו, איר זאלט נישט מורא האבען, און נאכדעם זאגט ער ובעבור תהי' יראתו על פניכם, וואס איז דא געשען, נאר סאיז דאך באקאנט סאיז דא יראת העונש און יראת הרוממות, און געווענלעך א בעל תשובה האט מער יראת ד' ווייל ער האט געזינדיגט, איז ער מער ציבראכען ביי זיך, זאגט משה אל העם, אל תיראו, יראת העונש זאלט עטס נישט האבען, לבעבור נסות אתכם בא, נאר דער אייבערשטער האט ענק געוואלט אויף הייבן, ובעבור תהי' יראתו על פניכם, לבלתי תחטאו, אפילו מהאט נישט געזינדיגט, זאל אויך זיין אזא יראה, דאס איז יראת הרוממות.

[די תלמידי בעש"ט, דער מאור עינים און דער אור המאיר אוי זאגען זיי א זיסען פשט, ((אויפן ערשטען פסוק פין בראשית)) יראת שמים איז דאך דאס ערשטע, ראשית חכמה יראת ד', נאר סאיז דאך באקאנט אז סאיז דא צוויי ערליי יראה, יראת העונש און יראת הרוממות, לערנען זיי בראשית אפגעטיילט די בי"ת, ב' ראשית, ברא אלקים, דער אייבערשטער האט באשאפן צוויי ראשית, את השמים, איז יראת הרוממות וואס צדיקים האבען, און ואת הארץ, וואס די פראסטע מענטשן האבען, יראה תתאה, יראת העונש].

[איך האב געהערט פין א יוד אין דערהיים, סאיז געווען אין רימינוב דער רבי ר' הערש, און דער זין האט געהייסן ר' יאסאלע, [ער 0איז אוועק א יאר פאר די ערשטע קריג,] האט א יוד אפגעגעבען א קוויטל, און די רעבעצן איז אויך פינקט דארט געווען אין שטוב, האט ער געבעטן אין קוויטל אז ער וויל יראת הרוממות, אין יראה איז אויך דא פארשידענע מדריגות, יראת העונש און יראת הרוממות, האט דער רימאנובער רבי ר' יאסאלע ז"ל געגעבען א שמייכל, האט די רעבעצן געפרעגט פארוואס ער שמייכעלט, זאגט ער אז דער יוד וויל אזא זאך וואס אונץ האמיר אויך חשק צי דעם, דער פשט דערפין איז אזוי, דער וואס האט שוין יראת העונש, ער היט זיך פין א עבירה, ער האלט א תשובה מיראה, קען ער חשק האבען צי יראת הרוממות, אז יענער האלט ביי די אל"ף, ער האט נישט קיין יראת העונש אויך נישט, ער וויל יראת הרוממות, פליען איבערן הימל, קודם האלט אונטן, ביי די ערשטע זאך, דאס האט ער געמיינט ר' יאסעלע רימיניבער, ער פאר זיך האט זיך געהיטן נישט צי טין קיין עבירה, קיין גרויסע, קיין קליינע, האט ער געזיכט ער זאל האבן יראת הרוממות].
- י"ט -
אמרו מלאכי השרת לפני הקב"ה מה לילוד אשה בינינו, סאיז באקאנט פין די מקובלים פין די מדרשים אז די צדיקים זענען גרעסער פין די מלאכים, דער אבן עזרא מיטן רמב"ם זיי האלטן די מלאכים זייער גרויס, אבער ביי די מקובלים זענען די מלאכים גארנישט אזוי גרויס, [א חשובער יוד אין האלעשיץ האט מיר פארציילט אז ר' ישיע'לע דזיקובער איז געווען אין האלעשיץ שבת, פארשטייט זיך פאר יענע קריג, ער איז דאך אוועק תרע"ג, האט ער אויף די מלאכים שטארק גערעדט, וואס ער האט געהאט א ענין ווייס איך נישט,] אבער ר' חיים וויטאל זאגט מפורש ארויס פין אריה"ק, און דער אריה"ק האט מקבל געווען פין אלי' הנביא, אז דער אייבערשטער האט באשאפן צים ערשטען די עשר ספירות, כתר חכמה בינה, חסד גבורה, און דערנאך נשמת הצדיקים, און דערנאך די מלאכים, דאס זאגט דער פסוק הן אראלים צעקו חוצה, די מלאכים האבען געשריגען אינדרויסען,
און דאס וואס משה רבינו איז געקומען נעמען די תורה, האבען די מלאכים געשריגען מה לילוד אשה בינינו, [אוי זאגט דער חיד"א טייערע פשטים], זיי האבען געוויסט אז די נשמת צדיקים איז העכער ווי זיי, אז נשמת צדיקים איז בינינו צווישן אייבערשטען און צווישן די מלאכים דאס האבען זיי געוויסט, אבער אז מיטן גוף זאל זיין, דאס האבען זיי געזאגט מה לילוד אשה, משה'ס נשמה זאל זיין אינדערמיט דאס האט זיי נישט פארדראסען, אבער דער גוף זאל זיין בינינו, האט דער אייבערשטער געענטפערט, לקבל תורה בא, און דורך קבלת התורה מאכען די צדיקים דעם גוף אזוי ווי די נשמה, [דער אורח לצדיק דעם רבי ר' מיילך'ס זין ברענגט אז ער האט געהערט פין פאטער עטליכע מאל, אז רבי ר' מיילך האט געזאגט, אסאך מענטשן וואלטן זיך געווינטשען זיי זאלען האבען אזא נשמה ווי ער האט א גוף].

- כ"ד -
סאיז דא א באקאנט ווארט פין קדושת לוי און פין דעם קאזניצער מגיד, דער מדרש זאגט דאך אז דעמאלטס ווען מהאט באדארפן מקבל צי זיין די תורה זענען די יודען געשלאפען און משה רבינו האט זיי באדארפן אויף צי וועקען, זאגט דער בארדיטשובער דער קדושת לוי, ער פארענטפערט, וואס זענען זיי עפעס געשלאפן, זיי האבען דאך געוויסט אז מגרייט זיך צו, מקבל צי זיין די תורה, זאגט ער אז די אלע טעג פין מצרים, די ספירה וואס מציילט, האבען זיי זיך ציגעגרייט, תשובה געטין אויפן עבר, און געארבעט, און סאיז דאך געווען דריי טאג הכנות צי די תורה, זענען זיי געווען מיד, האבען זיי מורא געהאט אז זיי וועלען מקבל זיין די תורה שלאפערדיגערהייט, איבערדעם האבען זיי פארטאג ביום השלישי זיך אנגעלענט, אז זיי זאלען קענען מקבל זיין די תורה וואכעדיג, אויס געריט, דאס פארענטפערט דער בארדיטשובער, די יודען,
דער קאזניצער מגיד ברענגט עס צי און ער זאגט אז פינדעסטוועגען הייסט עס א שטיקל חטא, איז עס געווען א שטיקל פגם, ווייל זיי וואלטן זיך באדארפן צי פארלאזען, אז דער אייבערשטער וועט געבען די תורה, מסתם וועלען זיי שוין זיין וואכעדיג און קענען הערען.


סיפורים וענינים על החג השבועות

- כ"ו -
דער צאנזער רב האט געהאט א זין ר' דוד, און ער איז געווען רב אין קשאנוב, זענען דארט געווען ראדאמסקער חסידים וואס האבען נישט נוהג כבוד געווען קעגן קשאנובער רב, איז דער צאנזער רב געווען ברוגז, דער מאור ושמש האט געהאט א זין אין קראקא, ר' ארון, איז דער ר' ארון אריין געפארען צים ראדאמסקער צים תפארת שלמה, און עם געזאגט, אז סאיז נישט גיט אז דער צאנזער רב זאל קלאפן אויף עם, סאיז געווען דעמאלטס פאר שבועות, זאגט דער תפא"ש, סקומט דאך צינעם א עולם, ווי אזוי קען ער זיי איבערלאזען, זאגט ר' ארון, ער זאל פארען מיטן עולם, איז דער תפא"ש געקומען קיין צאנז און דער צאנזער רב האט עם מכבד געווען מיט שחרית, האט דער תפא"ש געזאגט אונץ זאג מיר דאך נישט קיין פייט, האט דער צאנזער רב מסכים געווען מזאל נישט זאגען קיין פייט, האט מען דעמאלטס דעם ערשטען טאג שבועות אין צאנז נישט געזאגט קיין פייט, דער שווער ז"ל האט פארציילט אז צאנזער רב האט געזאגט צים ראדאמסקער "זינגט אונץ אהבת עולם סזאל זיך דאס הארץ דערכאפן" צי "דערקוויקען", הפנים וועגען שבועות האט ער געהייסן זינגען אהבת עולם, מזינגט דאך אין סאקמער אויכעט אהבה רבה שבועות, [דער שווער האט עס געהערט פין פריסטיקער דיין ר' ישראל אהרן ענגלענדער, ער האט עס געהערט פין גבאי פין תפא"ש, ביי זיי זאגט מען מקורב,]

ווען דער תפא"ש איז אנגעקומען קיין צאנז האבען זיי עפעס געשמיעסט פין גילוי אלי', האט דער צאנזער רב געזאגט אז גילוי צדיקים איז גרעסער ווי גילוי אלי', האט דער תפא"ש געגעבען א ציטער, ארויגייענדיג האט דער תפא"ש געזאגט צי דעם גבאי צים מקורב, "זענט עטס א מבין אויף דעם אלטיטשקען", [אין גרויס פוילען פלעגט מען זאגען אויף א רבי א ראש ישיבה דער אלטיטשקער,] אויפן צאנזער רב, האט ער געזאגט, "איך האב שוין א לאנגע צייט משתוקק געווען איך זאל זען דעם רבי ר' מיילך, האט ער מיר איצט געוויזען", דער צאנזער רב, מיט דעם וואס ער האט געזאגט אז גילוי צדיקים איז גרעסער, האט דער תפא"ש געזען דעם רבי ר' מיילך. [דאס ערשטע מאל איז דער תפא"ש געווען אין צאנז שבועות, און דאס אנדערע מאל איז ער געווען א שבת, ווען ער איז געווען אויף שבת, איז מיין זיידע, דעם טאטען'ס טאטע ר' לייביש, געווען דעמאלטס אין צאנז, דער זיידע האט פארציילט אז דער ראדאמסקער האט געזינגען א ניגון ביי שחרית, אויף הקל הפותח צי קל אדון, און דער צאנזער רב האט ביי מוסף געזינגען דעם ניגון, האט מען געזאגט אז פין איין מאל האט זיך דער צאנזער רב אויס געלערנט, (סאיז נישט קיין ראי', דער צאנזער רב האט אפשר געקענט דעם ניגון פין פריער), וואס האט ער געהאט מוסף צי זינגען, ווייס איך נישט, צי ישמחו, צי סאיז געווען פין די שבתים שקלים צי חודש, וואס סאיז דא צי זינגען ביי מוסף,]


- כ"ט -
דער שווער האט נאך געזאגט פין ציעשינובער רב, ער האט הנאה געהאט, ער איז דאס געוואויער געווארען, סשטייט דאך אז דער רבי ר' מיילך זאגט, אז שבועות איז מען מער מיקל קעגן ווארטן צווישען מילכיגס און פליישיגס, די אחרונים זאגען אז מדארף שבועות אויך ווארטן זעקס שעה, נאר דער שווער האט געהערט פין ציעשינובער רב קייגן, נאך קרעפלעך מיט קעז, [סמיינט נישט הארטען קעז, הארטען קעז דארף מען ווארטן זעקס שעה,] אז א גאנץ יאר נאך מילכיגס (נאך ווייכע קעז, נישט נאך קאווע און מילך), אז מגייט עסען פליישיגס דארף מען ווארטן א שעה, און שבועות א האלבע שעה, קען זיין דאס מיינט דער רבי ר' מיילך אז שבועות איז מען מיקל.
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

לכבוד יו''ט הבעל''ט
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6316
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

ארויף לכבוד שבועות
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכנעה »

שיינע סיפורים דאס יישר כח
תומים
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 12:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תומים »

בספר דברי אמונה מביא סיפור מתלמיד אחר מהחתם סופר זצ"ל, אשר התחתן לעיר ראפשיץ, פעם אחת אחר יו"ט שבועות, עבר דרך פרשבורג ונכנס אצל רבו החתם סופר, שאלו החת"ס איך עבר אצלו החג בראפשיץ, השיב התלמיד, "וואס זאל איך זאגן דעם רבי'ן, שבועות ביי אהבה רבה, צוויי שעה האט מען זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט, ממש עד כלות הנפש". ונתרגש החת"ס מאד מדבריו.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

בדרך אפשר האט געשריבן:ארויף לכבוד שבועות
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: סיפורי צדיקים לחג השבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער גרויסער שבועות אין צאנז
אין די חסידישע וועלט איז שטארק באקאנט די נסיעה פון "תפארת שלמה" קיין צאנז אויף שבועות. צווישען די צאנזער חסידים איז דער שבועות פאררעכנט געווארן אלץ דער גרעסטער שבועות אין צאנז.
עס איז באקאנט אז צווישען די טויזענטער חסידים וואס זענען געפארן קיין צאנז, זענען אויך געוועהן די גרעסטע צדיקים און דור , רבנים , און רבי'ס פון חסידים אין פוילן ,גאליציע , און אונגארן וואס זענען געפארען צום צאנזער רב.
עס איז צו באמערקען אז דער "תפארת שלמה" איז צו יענער צייט געוועהן א מנהיג פון טויזענטער חסידים, און טראץ וואם ער האט שוין געהאט א געוואלדיגע געפארעכץ , האט ער איבערגעלאזט זיין היים און איז געפארען אויף שבועות קיין צאנז און צוזאמען מיט אים איז מיטגעפארען די גאנצע פמליא זיינע קינדער די גבאים ומשמשים און אהן א שיעור חסידים.
עס ווערט דערציילט אז זיין זוהן דער שפעטערדיגער ראדאמסקער רבי דער "חסד לאברהם" האט אים געפרעגט : טאטע וויאזוי קענסטו איבערלאזען דיינע חסידים אין אזא הייליגען טאג ווי אזוי קענסטו אזוי מצער זיין דיינע טויזענטער חסידים? מיין קינד- האט אים דער פאטער געענפערט אנווייזענדיג אויף זיין ווייסע בארד, איך בין שוין אלט און איך בין משתוקק צו פילען א טעם אין קבלת התורה מעין פון דעם טעם. וואם אונזערע אבות האבן מרגיש געוועהן ווען זיי זענען געשטאנען אויפ'ן בארג סיני און דאם קען מען נאר פילען ביים הייליגען צאנזנער רב .
ווען דער "תפארת שלמה" איז אנגעקומען קיין צאנז איז אים דער צאנזער רב געגאנגען באזוכען און מקבל פנים זיין דאם איז געוועהן אן אויסנאם.. די צוויי צדיקים האבען צווישען זיך ממתיק סוד געוועהן. ווען דער צאנזער רב איז צוריק געקומען פון די אכסניא האט ער זיך מיט זיין גרויס עניוות אנגערופען פאר זיינע מענטשען "פלאי פלאים" דער הייליגער ראדאמסקער רבי איז שוין גרייט צו קבלת התורה און איך האב נאך נישט אמאהל אנגעהויבען צו שפירען א חלק פון טויזענט וואם דער ראדאמסקער רבי שפירט אויך דער ראדאמסקער רבי האט דעמאלט געזאגט פאר זיינע מענטשען ווען דער צאנזער רב איז ארויס געגאנגען פון זיין הויו "איך בין מקנא דעם צאנזער רב וואם איז גרייט צו קבלת התורה און איך האב נישט אמאהל אנגעהויבען .[ביידע גרויסע צדיקים זענען באמת געווען גרייט צו קבלת התורה. אבער יעדער איינער איז געווען בענוה, און געזען דעם אנדערנ'ס גרויסקייט]
דעם ערשטען טאג האט דער "תפארת שלמה" אליין גע'דאווענט פאר'ן עמוד שחרית און געזאגט הלל.
ווען דער צאזנער רב האט מכבד גוועהן דעם "תפארת שלמה" צו דאווענען פאר'ן עמוד האט ער זיך קודם אנטזאגט זאגענדיג אז אין ראדאממק זאגט מען נישט קיין פיוטים:[יוצר] האט זיך דער צאזנער רב אנגערופען אז לכבודו פון ראדאמסקער רבי'ן וועט מען אויך אין צאנז נישט זאגען היינט קיין פיוטים דעמאלט האט דער "תפארת שלמה" אנגענועמן דעם כיבוד.
דער צאנזער רב איז במשך פון גאנצען דאווענען געשטאנען אויסגעדרייט , צום "תפארת שלמה" נישט אראפנעמענדיג א אויג פון אים.
דער גאנצער עולם איז גאר שטארק באגייסטערט געווארען פון זיינע תפילות און איבערהויפט דעם אקדמות זאגען ,צום צווייטען טאג יום טוב שבועות איז א אנדערער צוגעגאנגען צום עמוד צו שחרית דער נאך האט דער צאנזער רב געזאגט הלל פאר'ן עמוד . דער "תפארת שלמה" איז מורא'דיג נתפעל געווארען פון צאנזנער רב'ס הלל. נאכ'ן דאווענען, דעם צווייטען טאג שבועות האט זיך דער "תפארת שלמה" אנגערופען אויב וואלט איך געוואוסט נעכטען וויאזוי דעם צאנזער רב'ס הלל זעהט אויס, וואלט איך נעכטען נישט צוגעגאנגען צום עמוד
יארן שפעטער האבן די חסידים נישט געקענט פארגעסען דעם געהויבענעם מעמד ווען די צוויי גרויסע צדיקים זענען זיך צוזאמענגעקומען .
שבת נאך שבועות נאכדעם וואס דער צאנזער רב האט געענדיגט זיין טיש איז ער געגאנגען באזוכן זיין דערהויבענעם גאסט דער תפארת שלמה, דער תפארת שלמה האט נישט געוויסט אז דער צאנזער רב וועט קומען האט מען נישט אנגעגרייט "כיבוד" , דער בעל אכסניא איז שוין געשלאפין און די ליכט אין די שטוב ווי די עסענס זענען געלעגין זענען שוין געוועהן אויסגעברענט האט מען נישט געהאט מיט וואס מכבד צו זיין דעם צאנזער רב.
האט דער צאנזער רב געבעטין דעם תפארת שלמה ער זאל עפעס זינגען לכבוד שבת ,דער תפארת שלמה האט געזינגען "מזמור שיר ליום השבת" נאכדעם ווי דער תפארת שלמה האט גענדיגט זיין הערליכען ניגון האט זיך דער צאנזער רב אנגערופען דאס איז געוועהן גאר א חשוב'ע כיבוד…
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: סיפורי צדיקים לחג השבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער באבוב'ער רבי זצ"ל איז געווען א געוואלדיגער בעל מידות און ער האט זייער אכטונג געגעבן אויף בין אדם לחבירו, איינמאל ביי "תיקון ליל שבועות", האט מען געזעהן אז יעדער שעה איז ער ארויס געגאנגען פון בית המדרש פאר אפאר מינוט, און נאכדעם איז ער צוריק אריינגעקומען און ער האט ווייטער געלערענט. שפעטער האט מען איהם געפרעגט פארוואס ער איז ארויסגעגאנגען, האט ער געזאגט, ווייל עס זענען דא אסאך אלטע און שוואכע מענטשן, און זיי קענען נישט בלייבן אין שוהל א גאנצע נאכט, אבער זיי שעמען זיך ארויסצוגיין ווען איך בין אין בית המדרש, וועגן דעם בין איך ארויסגעגאנגען יעדער שעה, כדי זיי זאלן קענען ארויסגיין.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: סיפורי צדיקים לחג השבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער רבי האט געווארט אויף זיי מיט ספירה ציילען
איינמאהל ביי מעריב פון ערב שבועות, איז דער מיטעלער רב זי"ע געשטאנען אין בית המדרש און געזאגט דעם "לשם יחוד" פון פאר "ספירת העומר" אזוי ווי זיין הייליגן שטייגער. דער עולם איז געשטאנען און געווארט מיט חשק צו הערן ווי דער רב זי"ע זאגט די ברכה. אבער דער זייגער רוקט זיך און עס גייט אריבער א האלבע שעה, אבער דער רב זי"ע שטייט און ווארט און זאגט נישט ווייטער. פלוצלינג קומען אריין אין בית המדרש א גרופע חסידים מיט אן איילעניש אין איין אטעם. באלד האט דער רב זי"ע אנגעהויבן צו זאגן די ברכה מיט א ברען און שמחה. ערשט דאן איז קלאר געווארן דעם באדייט פון די גאנצע פאסירונג. די גרופע חסידים האבן שטארק געשטרעבט אנצוקומען אויף שבועות קיין בעלזא נאך פאר עס ווערט נאכט. כדי זיי זאלן קענען הערן די לעצטע ספירה ציילען פון דעם רב זי"ע. אבער עס האט זיך פארלענגערט זייער רייזע, און זיי זענען אנגעקומען קיין בעלזא ווען עס איז שוין געווען נאכט. אבער צוליב זייער גרויסע חשק צו הערן ספירה ציילען, זענען זיי באלד געלאפען אין בית המדרש אריין, מיט האפענונג אפשר וועט זיי נאך געלונגען. "און ווי עטס זעהטס" - האבן די גרופע חסידים געזאגט - "האט דער רב געזעהן מיט זיין רוח הקודש אין אונזער שטארקע שטרעבונג און צוגעווארט אויף אונז"!
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: סיפורי צדיקים לחג השבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

לשון חכמים מרפא
אין בארנאוו האט געוואוינט א איד, א נגיד מיט'ן נאמען ר' יחיאל מאיר ז"ל ער איז געועהן א ראזוואדאווער חסיד,(פון הרה"ק ר' משה ראזוואדאווער זצ"ל בן הרה"ק ר' אליעזר מדזיקוב זצ"ל) אמאהל איז אים אויסגעקומען צו האבען א משפט דעם צווייטן טאג שבועות זענען געפארן זיינע קינדער מזכיר זיין דעם טאטען פאר'ן שינאווער רב.
דער שינאווער רב האט אבער געהייסען אז דער פאטער זאל קומען אויף שבועות קיין שיניאווא, רבי יחיאל מאיר האט קודם געפרעגט זיין רבין דעם ראזוואדאווער רב צו ער זאל פארן אויף שבועות קיין שיניאווא , דער ראזוואדאווער רב האט מסכים געוועהן.
אנקומענדיג קיין שיניאווא האט דער חסיד ר' יחיאל מאיר קודם געהאט גרויס חלישות הדעת געפינענדיג זיך אויף א פרעמד ארט וואו ער האט נישט געהאט קיין שום התקרבות .(ר' יחיאל מאיר איז געוועהן איינער פון די גרויסע מקורבים אין ראזוואדאוו) ערשט דעם צווייטען טאג שבועות ביים טיש האט דער שיניאווער רבי צוגערופען דעם ראזוואדאווער חסיד ר' יחיאל מאיר און ער האט אים געגעבען שיריים פון א קאפ פון די פיש. דער שיניאווער רב האט נאך צוגעגעבען זאגענדיג צו דעם חסיד בזה"ל "נעם א קאפ וויל דו דארפסט דאך האבען א קאפ" (אויף יודיש מיינט א קאפ א שטויס) .
דער ראזאוואדווער חסיד האט נישט פארשטאנען וואס דער שיניאווער רב האט געמיינט מיט די דאזיגע דיבורים.
ערשט אסרו חג שבועות זענען אנגעקומען זיינע קינדער קיין שיניאווא , און זיי האבען דערציילט אז נעכטן דעם צווייטען טאג שבועות דער באשטימטער טאג ווען עס האט געברויכט פארקומען דער משפט אין געריכט , האט דער פראקוראר (קטיגור) געריטען אויף א פערד און דאס פערד איז פלוצים געווארען ווילד און ער האט אנגעהויבען צו קאפען און שטויסן ביז ער האט צוטרעטען דעם פראקוראר אויף טויט רח"ל.
דאס איז געוועהן די זעלבע צייט ווען דער שיניאווער רב האט געגעבען שיריים פון א קאפ פון א פיש זאגענדיג צו ר' יחיאל מאיר "איר דארפט דאך האבען א קאפ"….
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: סיפורי צדיקים לחג השבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די תלמידים האבן געמוזט געדענקן דעם מעמד פון קבלת התורה
דער הייליגער רבי ר' בער פון מעזריטש זי"ע, ווען ער איז געווען א יונגערמאן נאך זיין חתונה איז ער געווען א מלמד פון קליינע קינדער, אבער ער איז נישט געווען ווי סתם א מלמד, נאר ווען עס איז געקומען א נייע יונגעל לערנען "אלף בית", האט ער צום ערשט געפרעגט צו ער געדענקט נאך דעם מעמד פון "קבלת התורה", און בשעת'ן פרעגן האט ער זיך פארטיפט אין דעם קינד'ס נשמה און אויפגעמישט זיינע געדאנקען, ביז דאס קינד האט זיך טאקע דערמאנט אין דעם געוואלדיגן מעמד. און טאמער דאס קינד האט זיך נישט געקענט דערמאנען פון דעם, האט איהם רבי ר' בער זי"ע נישט געוואלט אננעמען דער קינד אלץ תלמיד.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: סיפורי צדיקים לחג השבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די ביימער האבן געראטעוועט
ס'איז געווען אין די צייטן פון די צווייטע וועלט מלחמה ווען די אידן האבן שוין געפילט די טריט פון די ביטערע דייט'שן ימח שמם וזכרם און זיי האבן געציטערט פון יעדן טריט און שריט ווייל זיי האבן זיך שוין אנגעהערט פון וואס זיי האבן געטוהן אין אנדערע פלעצער, איז וועגן דעם האט זיך אנגעהויבן אנדערש צו פירן דאס גאנצע לעבן, ביינאכט האט מען אויפגעהערט ארום צוגיין אין די גאסן יעדער האט זיך באהאלטן מיט פארמאכטע שלעסער ביי זיך אינדערהיים,
ס'איז געווען פאר דעם הייליגן יום טוב שבועות וואס אין א געווענליכע יאהר פלעגט דער שמש ר' יוסף שמערל ארום גיין מיט די קינדער שניידן ביימער מיט שיינע בלומען צו לייגן אין שול, אויך דאס יאהר האט דער שמש פרובירט ארום צו גיין איבער די הייזער ער האט נישט געוואלט אויפגעבן און ער האט זיך געבעטן ביי די עלטערן געט מיר ענקערע קינדער צו צאם קלויבן ביימער אין וואלד זייט'ס ענק נישט מייאש ס'קומט דער הייליגער יום טוב, אבער זיינע ווערטער זענען געפאלן אויף פארשטאפטע אויערן מ'האט אים בכלל נישט גענטפערט זיי האבן אויף אים פארקלאפט די טיר און געשריגן גיי דיר פון דא דו ווילסט נאך איינשטעלן אונזערע קינדער אין א סכנה, אנדערע האבן אים געשריגן וואס איז מיט דיר ביסט ליידער אינגאנצן צודרייט געווארן,
אבער ר' יוסף שמערל האט זיך געהאלטן ביי זיין'ס און ער האט זיי גענטפערט דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע האט אויך גענומען קינדער אין די וועלדער און ס'איז זיי גארנישט געשעהן, האבן זיי אים צוריק געשריגן וואס האקסטו אין קאפ דו גלייכסט דיך צו צום בעל שם טוב זי"ע, אזוי איז ער ארום געגאנגען פון איינעם צום צווייטן און קיינער האט אים נישט אויסגעהערט אויסער איין מענט'ש מיט'ן נאמען ר' אפרים ווייס וואס ער האט יא מסכים געווען צו שיקן זיין זוהן אליעזר מיט'ן שמש צו גיין אין וואלד ברענגען ביימער לכבוד יום טוב,
די גאנצע צייט האט ר' יוסף שמערל אנגעכאפט אליעזר'ס האנט און געגאנגען מיט אים, זיי האבן צווישן זיך נישט גערעדט די גאנצע צייט פון פחד, אבער ביידע זענען געגאנגען מיט די זעלבע מחשבה, אליעזר האט זיך גענומען צו דער ארבעט ער איז ארויף געקראכן אויף'ן בים און ער האט שוין כמעט אפגעשניטן א האלבן צווייג פלוצלונג דערזעהן זיי פון דערווייטנס א גרופ מענט'שן האט ר' יוסף שמערל שנעל געכאפט דעם האק אין די האנט טאמער ער וועט מוזן זיך אקעגן שטעלן און זיך שלאגן מיט זיי זאל ער האבן מיט וואס צוריק צו געבן,
ווי איבעראשט איז ר' יוסף שמערל געווארן ווען איינער פון די גרופ איז צו געקומען צו אים און אנגעהויבן צו רעדן מיט אים אויף אידיש, ר' איד וואס זוכט איר דא אין אזא צייט ווען די פארשאלטענע נאצי'ס דרייען זיך ארום ס'איז דאך ממש א סכנה, האט דער שמש זיי צוריק געפרעגט ווער זענט עטץ? אונז זעמער פארטיזאנער האבן זיי אים גענטפערט אונז גייען יעצט צום וואלד, (פארטיזאנער'ס זענען גויים וואס האבן זיך געשלאגן מיט די דייט'שן) דער שמש האט זיי דערציילט וועגן וואס ער איז יעצט דא אין וואלד, אז ס'קומט דער הייליגער יום טוב שבועות און ער וויל שיינע ביימער צו באשיינען זייער שול,
האבן זיי זיך צושמייכלט און געטראכט ביי זיך אז אין אזא צייט האט דער שמש נישט קיין אנדערע דאגות, האבן זיי אים געזאגט אונז זעהן אז דו ביזט א פעסטער מענט'ש דו שטעלסט דיך איין דיין לעבן פאר דיינע זאכן, דו וועסט אונז זייער גוט קענען העלפן מיט אונזערע מלחמות, און זיי האבן מיט געוואלד געצווינגען ר' יוסף שמערל מיט אליעזר'ן צו מיט גיין מיט זיי, און ער האט זיך בשום אופן נישט געקענט ארויס דרייען פון זיי און געמוזט מיט גיין מיט די פארטיזאנער'ס,
אין יענע נאכט האבן די פארשאלטענע נאצי'ס נעבעך אויסגעהארגעט יענעם שטעטל רחמנא ליצלן און קיינער איז נישט געבליבן פון זיי נאר ר' יוסף שמערל מיט זיין באגלייטער אליעזר ווייס, זיי האבן זיך ארום געוואלגערט אפאהר יאהר פון איין פלאץ צום צווייטן זיי האבן זיך נישט אוועק גערירט איינער פון דעם אנדערן נאר איבעראל געגאנגען צוזאמען, ביז ס'איז ענדליך געקומען דער טאג וואס דער באשעפער האט געהאלפן אז מ'האט באזיגט די דייט'שן ימח שמם און די אידן האבן אנגעהויבן צו טראכטן פון ארויף גיין וואוינען קיין ארץ ישראל,
ר' יוסף שמערל האט געציטערט און געוויינט ווען ער האט דערמאנט די ווארט ארץ ישראל, אבער דער יונגער אליעזר האט געהאט גאנץ א אנדער מיינונג איבער ארץ ישראל ער איז שוין געווארן פארכאפט מיט ציונות ער האט זיך געוואלט חבר'ן מיט די יונגע חברה וואס זיי נוצן אויס די הייליגקייט פון ארץ ישראל אויף קרומע וועגן,
ווען זיי זענען אנגעקומען מיט די שיף קיין חיפה ווי אלע שיפן קומען אן קיין ארץ ישראל האט זיך ר' יוסף שמערל אראפ געווארפן אויף די ערד און געקושט די ערד ווייל זי איז הייליג, האט אים אליעזר געזאגט אין דעם לאנד פאלט מען נישט אראפ דא גייט מען מיטן קאפ ארויף, האט ר' יוסף שמערל שוין געזעהן ווי ער האלט מיט דעם אליעזר האט ער זיך מיט אים שוין נישט געקענט ארום טאנעהן נאר ער האט אים געזאגט די ביימער פון שבועות איז א זכר צו מעמד הר סיני א מענט'ש איז געגליכן צו א בוים אזוי ווי ס'שטייט כי האדם עץ השדה געדענק אין וואס פאר א זכות ביזטו געראטעוועט געווארן וועגן די ביימער פון שבועות, פארשטייט זיך אז נישט וועגן דעם וועג וואס די פלאנירסט זיך צו פירן ביזטו געראטעוועט געווארן, איך האף אז די ביימער וועלן דיך נאך געבן א גוטן שאקל אויף'ן גוטן וועג איך בעט דיך קער דיך צוריק פון דיין קרומען וועג.
און דער שמש איז זיך געגאנגען זיין וועג און אליעזר זיין וועג, אליעזר איז פריי געווארן און ער האט זיך געטוישט זיין לעצטן נאמען פון ווייס אויף ליבני ווייל ליבני איז פון לשון לבן ווייס און ער האט ליידער עובר געווען אויף הארבע עבירות, און ווען ער איז אריבער נעבן א ישיבה פון פרומע אידן אדער ווען ער האט געזעהן פאר זיינע אויגן א פרומער איד ספעשל אויב ער האט געהאט אנגעטוהן בגדי שבת האט ער זיך צושריגן אויף אים מיט געפערליכע קולות ער האט אים ממש געוואלט צורייסן,
זיין וואוינונג איז אויסגעקומען נישט ווייט פון פרומע אידן נעבן בני ברק, ער איז געווען רייך ס'האט אים נישט געפעלט קיין געלט און וואס ער האט נאר געוואלט האט ער געהאט,
איינמאהל ערב שבועות איז אים אויסגעקומען אריבער צו פארן אין בני ברק האט ער דערזעהן ווי יונגע איידעלע בחורים שלעפן ביימער און שיינע בלומען האט דאס אים געגעבן א ציפ אין הארץ און ער איז שנעל אוועק געפארן פון דארט ווייל ער האט געמיינט אז פון פיל כעס וועט ער קראנק ווערן,
ווען ער איז אהיים געקומען האט אים אפגעווארט ביים טיר זיין קליין קינד ירבעם (אונז געבן נישט דעם נאמען ווייל ער איז געווען א קעניג וואס ער האט געמאכט זינדיגן די אידן) און ער האט געזאגט פאר זיין טאטן אז היינט האט ער באקומען אין קינדער גארטן בלומען וועגן מארגן גייט זיין חג הביכורים, און זיין זוהן פון פינעף יאהר נמרוד (אויך א נאמען וואס אונז געבן נישט ווייל נמרוד איז געווען א רשע) האט אים געזאגט אז היינט איז ער געווען חס ושלום דער באשעפער אין זיין קלאס, איך האב געשריגן אנכי ה'....... און אלע קינדער האבן גענטפערט נעשה ונשמע האט ער זיך האלב צושמייכלט און האלב אויפגערעגט צו וואס מ'זאגט פאר קינדער בכלל וועגן יום טוב שבועות, אליעזר ליבני איז געגאנגען אביסל שלאפן, ווען ער האט זיך דערוועקט איז שוין געווען ביינאכט האט ער געטראכט איך וועל ארויס גיין כאפן א שפאציר מיט מיין מאשין (ד.מ. א קאר) שעפן אביסל פרישע לופט, ווען ער איז אריין אין זיין מאשין האט ער געטראכט ביי זיך לאמיר אביסל אויפרעגן די פרומע אידן אין בני ברק, ביי זיי איז דאך יעצט יום טוב שבועות איך וועל דארטן פאר'ן מיט מיין מאשין איך וויל זעהן ווער ס'וועט מיר זאגן א ווארט,
ער האט טאקע אזוי געטוהן ער איז אנגעקומען פונקט ווען אלע זענען געווען אין גאס גייענדיג צו זאגן תיקון ליל שבועות אדער צום טיש פון זייערע רבי'ס, און פון אלע זייטן האט מען אנגעהויבן צו שרייען אויף אים יום טוב !!!!!!!!! יום טוב !!!!!!!!!! מענט'שן האבן זיך ארום גענומען פארשפארן די גאס דורך דעם וואס זיי האבן זיך אוועק געשטעלט אינמיטן די גאס ער זאל נישט קענען אריבער פארן, אליעזר ליבני האט מחליט געווען איך וועל זיי ווייזן אז זיי זענען נישט מחליט ווער מעג דא פארן און ווער נישט, און ער האט געגעבן א דריי דעם רעדל ארויף צו פאר'ן אויפ'ן פלאץ ווי די מענט'שן גייען (אויפ'ן סיידוואק) אבער נישט קוקנדיג האט ער אריין געזעצט אין א דיקן בוים אז ער האט שוין מיט זיין מאשין ווייטער נישט געקענט פאר'ן, אויפגערעגטערהייט איז ער ארויס געשפרונגען פון זיין מאשין און ער האט געוואלט באפאלן די ערליכע אידן און זיי צורייסן אויף שטיקער, איז אים אקעגן געקומען א עלטערער מענט'ש מיט א לאנגן ווייסן בארד מיט א שמייכל אויף'ן פנים און ער האט אים פרובירט צו נעמען אין א זייט אים בארוהיגן אבער ער האט זיך פרובירט אויסצורייסן פון יענעם אבער יענער האט זיך געשטארקט אויף אים מיט זיין מויל און מיט איידלקייט האט ער אים גענומען אין א זייט און גענומען שמועסן מיט אים, דער אלטער זאגט אים זאלסט וויסן אז היינט איז דער יום טוב שבועות די ביימער האבן אויך א שייכות צו דעם יום טוב און א מענט'ש איז אזוי ווי א בוים אזוי ווי ס'שטייט כי האדם עץ השדה, און דער אלטער האט געוויזן אויף'ן בוים וואס ער האט אריין געקראכט אין דעם, און ער זאגט אים מסתמא האט דער בוים עפעס א חשבון מיט דיר וואס ער האט געמאכט זיך אנקלאפן מיט דיר איז צו וואס ביזטו ברוגז אויף די מענט'שן,
אליעזר ליבני האט געשוויגן ווייל ער האט פארשטאנען אז דער אלטער מענט'ש רעדט ריכטיגע רייד און אין קאפ האבן אנגעהויבן ארום צולויפן מחשבות אז היינט ביינאכט איז טאקע די נאכט וואס ער איז געראטעוועט געווארן פון די נאצי'ם ימח שמם, און אליעזר ליבני האט אראפגעלאזט זיין קאפ און געזאגט צום אלטן מענט'ש יא יא איך האב שוין טאקע אמאהל געהערט די זעלבע ווערטער ווען איך בין אנגעקומען קיין ארץ ישראל פון דעם שמש פון אונזער שטעטל ער האט געהייסן ר' יוסף שמערל, פלוצלונג געט זיך דער אלטער א צושריי... אליעזר... וויי איז מיר אז איך זעה דיך אזוי ווי דו זעהסט אויס אזוי ווייט ביסטו שוין פארקראכן איך בין דאך יוסף שמערל וואס איך האב דיר געראטעוועט וויי איז צו מיר אז איך האב געראטעוועט אזא איינעם וואס טוהט דערצערענען דעם אויבערשטן,
א שטיק צייט זענען זיי ביידע געשטאנען און נישט געקענט עפענען זייער מויל אליעזר האט פארגאסן אסאך טרערן און צום סוף רופט זיך אן ר' יוסף שמערל וואס ס'איז געווען איז געווען און יעצט קום מיט מיר און מיר וועלן זאגן תיקון ליל שבועות, אליעזר ליבני איז נאכגעגאנגען ר' יוסף שמערל, און ר' יוסף שמערל האט ארויס גענומען זיין קאפל פון אונטער זיין שטריימל און ער האט דאס אנגעטוהן פאר אליעזר'ן,
אליעזר האט זיך געטראפן אין שול אזוי ארומקוקנדיג האט ער געזעהן די שיינקייט פון שול מיט די באצירטע ביימער און בלומען האט ער געפילט אז די ברכה פון דעם אלטן מענט'ש איז מקויים געווארן אז דער בוים וועט אים נאך אויפוועקן צום ריכטיגן וועג,
צוביסלעך האט ער געפילט ווי דער כעס צו ערליכע אידן צוגייט און דער אליעזר ליבני ווערט פארשוואונדן און אנשטאט אים קומט צוריק דער אליעזר ווייס צוריק לעבן ווי א איד, ר' יוסף שמערל האט אים געזאגט מארגן קומסטו דאווענען מיט דיינע קינדער צוזאמען, האט אליעזר אויסגעבראכן מיט א געוויין און ער זאגט אים ניין, איך קען זיי נישט א הער ברענגען דו ווייסט וואס פאר א נעמען איך האב זיי געגעבן ירבעם.. נמרוד.. איך קען זיי נישט א הער ברענגען מיט אזעלכע נעמען, האט אים ר' יוסף שמערל געזאגט דו ביזט נישט באלעבאס אויף די נשמות פון דיינע טייערע קינדערלעך און מארגן צופרי וויל איך זיי זעהן צוזאמען מיט דיר און צו מארגן'ס איז טאקע אליעזר ווייס געקומען מיט זיינע קינדער אין שול און זיי האבן טאקע געהערט אין שול ווער ס'האט געגעבן די הייליגע תורה און זיי האבן אויך געהערט וועגן די ביכורים וואס מ'האט געברענגט צום בית המקדש, היינט צו טאג זיצט אליעזר ווייס אין איינע פון די שולן אין בני ברק און זיינע קינדער הייסן איינער אפרים אויף זיין טאטן'ס נאמען און איינער חיים אויף זיין שווער'ס נאמען און זיי לערנען פלייסיג די הייליגע תורה אין גרויסן זכות פון איינהאלטן א מנהג פון באשיינען דעם שול לכבוד יום טוב און לכבוד התורה
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: סיפורי צדיקים לחג השבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

Ban Mazel האט געשריבן:די ביימער האבן געראטעוועט

מיט נקודות
סְ'אִיז גֶעוֶוען אִין דִי צַייטְן פוּן דִי צְוֵוייטֶע וֶועלְט מִלְחָמָה וֶוען דִי אִידְן הָאבְּן שׁוֹין גֶעפִילְט דִי טְרִיט פוּן דִי בִּיטֶערֶע דַייטְ'שְׁן יִמַח שְׁמָם וְזִכְרָם אוּן זֵיי הָאבְּן גֶעצִיטֶערְט פוּן יֶעדְן טְרִיט אוּן שְׁרִיט וַוייל זֵיי הָאבְּן זִיך שׁוֹין אָנְגֶעהֶערְט פוּן וָואס זֵיי הָאבְּן גֶעטוּהְן אִין אַנְדֶערֶע פְּלֶעצֶער, אִיז וֶועגְן דֶעם הָאט זִיך אָנְגֶעהוֹיבְּן אַנְדֶערְשׁ צוּ פִירְן דָאס גַאנְצֶע לֶעבְּן, בַּיינַאכְט הָאט מֶען אוֹיפְגֶעהֶערְט אַרוּם צוּגֵיין אִין דִי גַאסְן יֶעדֶער הָאט זִיך בַּאהַאלְטְן מִיט פַארְמַאכְטֶע שְׁלֶעסֶער בַּיי זִיך אִינְדֶערְהֵיים,
סְ'אִיז גֶעוֶוען פַאר דֶעם הֵיילִיגְן יוֹם טוֹב שְׁבוּעוֹת וָואס אִין אַ גֶעוֶוענְלִיכֶע יָאהְר פְלֶעגְט דֶער שַׁמֶשׁ ר' יוֹסֵף שְׁמֶערְל אַרוּם גֵיין מִיט דִי קִינְדֶער שְׁנַיידְן בֵּיימֶער מִיט שֵׁיינֶע בְּלוּמֶען צוּ לֵייגְן אִין שׁוּל, אוֹיך דָאס יָאהְר הָאט דֶער שַׁמֶשׁ פְּרוּבִּירְט אַרוּם צוּ גֵיין אִיבֶּער דִי הֵייזֶער עֶר הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט אוֹיפְגֶעבְּן אוּן עֶר הָאט זִיך גֶעבֶּעטְן בַּיי דִי עֶלְטֶערְן גֶעט מִיר עֶנְקֶערֶע קִינְדֶער צוּ צַאם קְלוֹיבְּן בֵּיימֶער אִין וַואלְד זַייטְ'ס עֶנְק נִישְׁט מְיַיאֵשׁ סְ'קוּמְט דֶער הֵיילִיגֶער יוֹם טוֹב, אָבֶּער זַיינֶע וֶוערְטֶער זֶענֶען גֶעפַאלְן אוֹיף פַארְשְׁטָאפְּטֶע אוֹיֶערְן מְ'הָאט אִים בִּכְלַל נִישְׁט גֶעֶנְטְפֶערְט זֵיי הָאבְּן אוֹיף אִים פַארְקְלַאפְּט דִי טִיר אוּן גֶעשְׁרִיגְן גֵיי דִיר פוּן דָא דוּ וִוילְסְט נָאך אַיינְשְׁטֶעלְן אוּנְזֶערֶע קִינְדֶער אִין אַ סַכָּנָה, אַנְדֶערֶע הָאבְּן אִים גֶעשְׁרִיגְן וָואס אִיז מִיט דִיר בִּיסְט לַיידֶער אִינְגַאנְצְן צוּדְרֵייט גֶעוָוארְן,
אָבֶּער ר' יוֹסֵף שְׁמֶערְל הָאט זִיך גֶעהַאלְטְן בַּיי זַיין'ס אוּן עֶר הָאט זֵיי גֶעֶנְטְפֶערְט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זי"ע הָאט אוֹיך גֶענוּמֶען קִינְדֶער אִין דִי וֶועלְדֶער אוּן סְ'אִיז זֵיי גָארְנִישְׁט גֶעשֶׁעְהְן, הָאבְּן זֵיי אִים צוּרִיק גֶעשְׁרִיגְן וָואס הַאקְסְטוּ אִין קָאפּ דוּ גְלַייכְסְט דִיך צוּ צוּם בַּעַל שֵׁם טוֹב זי"ע, אַזוֹי אִיז עֶר אַרוּם גֶעגַאנְגֶען פוּן אֵיינֶעם צוּם צְוֵוייטְן אוּן קֵיינֶער הָאט אִים נִישְׁט אוֹיסְגֶעהֶערְט אוֹיסֶער אֵיין מֶענְטְ'שׁ מִיטְ'ן נָאמֶען ר' אֶפְרָיִם וַוייס וָואס עֶר הָאט יָא מַסְכִּים גֶעוֶוען צוּ שִׁיקְן זַיין זוּהְן אֶלִיעֶזֶר מִיטְ'ן שַׁמֶשׁ צוּ גֵיין אִין וַואלְד בְּרֶענְגֶען בֵּיימֶער לְכָּבוֹד יוֹם טוֹב,
דִי גַאנְצֶע צַייט הָאט רְ' יוֹסֵף שְׁמֶערְל אָנְגֶעכַאפְּט אֶלִיעֶזֶר'ס הַאנְט אוּן גֶעגַאנְגֶען מִיט אִים, זֵיי הָאבְּן צְוִוישְׁן זִיך נִישְׁט גֶערֶעדְט דִי גַאנְצֶע צַייט פוּן פַּחַד, אָבֶּער בֵּיידֶע זֶענֶען גֶעגַאנְגֶען מִיט דִי זֶעלְבֶּע מַחְשָׁבָה, אֶלִיעֶזֶר הָאט זִיך גֶענוּמֶען צוּ דֶער אַרְבֶּעט עֶר אִיז אַרוֹיף גֶעקְרָאכְן אוֹיף'ן בֹּים אוּן עֶר הָאט שׁוֹין כִּמְעַט אָפְּגֶעשְׁנִיטְן אַ הַאלְבְּן צְוַוייג פְּלוּצְלוּנְג דֶערְזֶעהְן זֵיי פוּן דֶערְוַוייטְנְס אַ גְרוּפּ מֶענְטְ'שְׁן הָאט רְ' יוֹסֵף שְׁמֶערְל שְׁנֶעל גֶעכַאפְּט דֶעם הַאק אִין דִי הַאנְט טָאמֶער עֶר וֶועט מוּזְן זִיך אַקֶעגְן שְׁטֶעלְן אוּן זִיך שְׁלָאגְן מִיט זֵיי זָאל עֶר הָאבְּן מִיט וָואס צוּרִיק צוּ גֶעבְּן,
וִוי אִיבֶּערַאשְׁט אִיז רְ' יוֹסֵף שְׁמֶערְל גֶעוָוארְן וֶוען אֵיינֶער פוּן דִי גְרוּפּ אִיז צוּ גֶעקוּמֶען צוּ אִים אוּן אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ רֶעדְן מִיט אִים אוֹיף אִידִישׁ, רְ' אִיד וָואס זוּכְט אִיר דָא אִין אַזַא צַייט וֶוען דִי פַארְשָׁאלְטֶענֶע נַאצִי'ס דְרֵייֶען זִיך אַרוּם סְ'אִיז דָאך מַמֶשׁ אַ סַכָּנָה, הָאט דֶער שַׁמֶשׁ זֵיי צוּרִיק גֶעפְרֶעגְט וֶוער זֶענְט עֶטְץ? אוּנְז זֶעמֶער פַארְטִיזַאנֶער הָאבְּן זֵיי אִים גֶעֶנְטְפֶערְט אוּנְז גֵיֶיען יֶעצְט צוּם וַואלְד, (פַּארְטִיזַאנֶערְ'ס זֶענֶען גוֹיִים וָואס הָאבְּן זִיך גֶעשְׁלָאגְן מִיט דִי דַייטְ'שְׁן) דֶער שַׁמֶשׁ הָאט זֵיי דֶערְצֵיילְט וֶועגְן וָואס עֶר אִיז יֶעצְט דָא אִין וַואלְד, אַז סְ'קוּמְט דֶער הֵיילִיגֶער יוֹם טוֹב שְׁבוּעוֹת אוּן עֶר וִויל שֵׁיינֶע בֵּיימֶער צוּ בַּאשֵׁיינֶען זֵיֶיער שׁוּל,
הָאבְּן זֵיי זִיך צוּשְׁמֵייכְלְט אוּן גֶעטְרַאכְט בַּיי זִיך אַז אִין אַזַא צַייט הָאט דֶער שַׁמֶשׁ נִישְׁט קֵיין אַנְדֶערֶע דַאַגוֹת, הָאבְּן זֵיי אִים גֶעזָאגְט אוּנְז זֶעהְן אַז דוּ בִּיזְט אַ פֶעסְטֶער מֶענְטְ'שׁ דוּ שְׁטֶעלְסְט דִיך אֵיין דַיָין לֶעבְּן פַאר דַיינֶע זַאכְן, דוּ וֶועסְט אוּנְז זֵיֶיער גוּט קֶענֶען הֶעלְפְן מִיט אוּנְזֶערֶע מִלְחָמוֹת, אוּן זֵיי הָאבְּן מִיט גֶעוַואלְד גֶעצְוִוינְגֶען רְ' יוֹסֵף שְׁמֶערְל מִיט אֶלִיעֶזֶרְ'ן צוּ מִיט גֵיין מִיט זֵיי, אוּן עֶר הָאט זִיך בְּשׁוּם אוֹפָן נִישְׁט גֶעקֶענְט אַרוֹיס דְרֵיֶיען פוּן זֵיי אוּן גֶעמוּזְט מִיט גֵיין מִיט דִי פַּארְטִיזַאנֶערְ'ס,
אִין יֶענֶע נַאכְט הָאבְּן דִי פַארְשָׁאלְטֶענֶע נַאצִי'ס נֶעבֶּעך אוֹיסְגֶעהַארְגֶעט יֶענֶעם שְׁטֶעטְל רַחְמָנָא לִיצְלָן אוּן קֵיינֶער אִיז נִישְׁט גֶעבְּלִיבְּן פוּן זֵיי נָאר רְ' יוֹסֵף שְׁמֶערְל מִיט זַיין בַּאגְלֵייטֶער אֶלִיעֶזֶר וַוייס, זֵיי הָאבְּן זִיך אַרוּם גֶעוַואלְגֶערְט אַפָּאהְר יָאהְר פוּן אֵיין פְּלַאץ צוּם צְוֵוייטְן זֵיי הָאבְּן זִיך נִישְׁט אַוֶועק גֶערִירְט אֵיינֶער פוּן דֶעם אַנְדֶערְן נָאר אִיבֶּערְאַל גֶעגַאנְגֶען צוּזַאמֶען, בִּיז סְ'אִיז עֶנְדְלִיך גֶעקוּמֶען דֶער טָאג וָואס דֶער בַּאשֶׁעפֶער הָאט גֶעהָאלְפְן אַז מְ'הָאט בַּאזִיגְט דִי דַייטְ'שְׁן יִמַח שְׁמָם אוּן דִי אִידְן הָאבְּן אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ טְרַאכְטְן פוּן אַרוֹיף גֵיין וואוֹינֶען קֵיין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל,
רְ' יוֹסֵף שְׁמֶערְל הָאט גֶעצִיטֶערְט אוּן גֶעוֵויינְט וֶוען עֶר הָאט דֶערְמַאנְט דִי וָוארְט אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, אָבֶּער דֶער יוּנְגֶער אֶלִיעֶזֶר הָאט גֶעהַאט גַאנְץ אַ אַנְדֶער מֵיינוּנְג אִיבֶּער אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל עֶר אִיז שׁוֹין גֶעוָוארְן פַארְכַאפְּט מִיט צִיוֹנוּת עֶר הָאט זִיך גֶעוָואלְט חַבֶרְ'ן מִיט דִי יוּנְגֶע חֶבְרָה וָואס זֵיי נוּצְן אוֹיס דִי הֵיילִיגְקֵייט פוּן אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל אוֹיף קְרוּמֶע וֶועגְן,
וֶוען זֵיי זֶענֶען אָנְגֶעקוּמֶען מִיט דִי שִׁיף קֵיין חַיפֶה וִוי אַלֶע שִׁיפְן קוּמֶען אָן קֵיין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל הָאט זִיך רְ' יוֹסֵף שְׁמֶערְל אַרָאפּ גֶעוָוארְפְן אוֹיף דִי עֶרְד אוּן גֶעקוּשְׁט דִי עֶרְד וַוייל זִי אִיז הֵיילִיג, הָאט אִים אֶלִיעֶזֶר גֶעזָאגְט אִין דֶעם לַאנְד פַאלְט מֶען נִישְׁט אַרָאפּ דָא גֵייט מֶען מִיטְן קָאפּ אַרוֹיף, הָאט רְ' יוֹסֵף שְׁמֶערְל שׁוֹין גֶעזֶעהְן וִוי עֶר הַאלְט מִיט דֶעם אֶלִיעֶזֶר הָאט עֶר זִיך מִיט אִים שׁוֹין נִישְׁט גֶעקֶענְט אַרוּם טַאנֶעהְן נָאר עֶר הָאט אִים גֶעזָאגְט דִי בֵּיימֶער פוּן שְׁבוּעוֹת אִיז אַ זֵכֶר צוּ מַעַמָד הַר סִינַי אַ מֶענְטְ'שׁ אִיז גֶעגְלִיכְן צוּ אַ בּוֹים אַזוֹי וִוי סְ'שְׁטֵייט כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָׂדֶה גֶעדֶענְק אִין וָואס פַאר אַ זְכוּת בִּיזְטוּ גֶערַאטֶעוֶועט גֶעוָוארְן וֶועגְן דִי בֵּיימֶער פוּן שְׁבוּעוֹת, פַארְשְׁטֵייט זִיך אַז נִישְׁט וֶועגְן דֶעם וֶועג וָואס דִי פְּלַאנִירְסְט זִיך צוּ פִירְן בִּיזְטוּ גֶערַאטֶעוֶועט גֶעוָוארְן, אִיך הָאף אַז דִי בֵּיימֶער וֶועלְן דִיך נָאך גֶעבְּן אַ גוּטְן שָׁאקְל אוֹיף'ן גוּטְן וֶועג אִיך בֶּעט דִיך קֶער דִיך צוּרִיק פוּן דַיין קְרוּמֶען וֶועג.
אוּן דֶער שַׁמֶשׁ אִיז זִיך גֶעגַאנְגֶען זַיין וֶועג אוּן אֶלִיעֶזֶר זַיין וֶועג, אֶלִיעֶזֶר אִיז פְרַיי גֶעוָוארְן אוּן עֶר הָאט זִיך גֶעטוֹישְׁט זַיין לֶעצְטְן נָאמֶען פוּן וַוייס אוֹיף לִיבְנִי וַוייל לִיבְנִי אִיז פוּן לָשׁוֹן לָבָן וַוייס אוּן עֶר הָאט לַיידֶער עוֹבֵר גֶעוֶוען אוֹיף הַארְבֶּע עַבֵירוֹת, אוּן וֶוען עֶר אִיז אַרִיבֶּער נֶעבְּן אַ יְשִׁיבָה פוּן פְרוּמֶע אִידְן אָדֶער וֶוען עֶר הָאט גֶעזֶעהְן פַאר זַיינֶע אוֹיגְן אַ פְרוּמֶער אִיד סְפֶּעשְׁל אוֹיב עֶר הָאט גֶעהַאט אָנְגֶעטוּהְן בִּגְדֵי שַׁבָּת הָאט עֶר זִיך צוּשְׁרִיגְן אוֹיף אִים מִיט גֶעפֶערְלִיכֶע קוֹלוֹת עֶר הָאט אִים מַמָשׁ גֶעוָואלְט צוּרַייסְן,
זַיין וואוֹינוּנְג אִיז אוֹיסְגֶעקוּמֶען נִישְׁט וַוייט פוּן פְרוּמֶע אִידְן נֶעבְּן בְּנֵי בְּרַק, עֶר אִיז גֶעוֶוען רַייך סְ'הָאט אִים נִישְׁט גֶעפֶעלְט קֵיין גֶעלְט אוּן וָואס עֶר הָאט נָאר גֶעוָואלְט הָאט עֶר גֶעהַאט,
אֵיינְמָאהְל עֶרֶב שְׁבוּעוֹת אִיז אִים אוֹיסְגֶעקוּמֶען אַרִיבֶּער צוּ פָארְן אִין בְּנֵי בְּרַק הָאט עֶר דֶערְזֶעהְן וִוי יוּנְגֶע אֵיידֶעלֶע בַּחוּרִים שְׁלֶעפְּן בֵּיימֶער אוּן שֵׁיינֶע בְּלוּמֶען הָאט דָאס אִים גֶעגֶעבְּן אַ צִיפּ אִין הַארְץ אוּן עֶר אִיז שְׁנֶעל אַוֶועק גֶעפָארְן פוּן דָארְט וַוייל עֶר הָאט גֶעמֵיינְט אַז פוּן פִיל כַּעַס וֶועט עֶר קְרַאנְק וֶוערְן,
וֶוען עֶר אִיז אַהֵיים גֶעקוּמֶען הָאט אִים אָפְּגֶעוַוארְט בַּיים טִיר זַיין קְלֵיין קִינְד יְרָבְעָם (אוּנְז גֶעבְּן נִישְׁט דֶעם נָאמֶען וַוייל עֶר אִיז גֶעוֶוען אַ קֶענִיג וָואס עֶר הָאט גֶעמַאכְט זִינְדִיגְן דִי אִידְן) אוּן עֶר הָאט גֶעזָאגְט פַאר זַיין טַאטְן אַז הַיינְט הָאט עֶר בַּאקוּמֶען אִין קִינְדֶער גָארְטְן בְּלוּמֶען וֶועגְן מָארְגְן גֵייט זַיין חַג הַבִּיכּוּרִים, אוּן זַיין זוְּהן פוּן פִינֶעף יָאהְר נִמְרוֹד (אוֹיך אַ נָאמֶען וָואס אוּנְז גֶעבְּן נִישְׁט וַוייל נִמְרוֹד אִיז גֶעוֶוען אַ רָשָׁע) הָאט אִים גֶעזָאגְט אַז הַיינְט אִיז עֶר גֶעוֶוען חַס וְשָׁלוֹם דֶער בַּאשֶׁעפֶער אִין זַיין קְלַאס, אִיך הָאבּ גֶעשְׁרִיגְן אָנֹכִי ה'....... אוּן אַלֶע קִינְדֶער הָאבְּן גֶענְטְפֶערְט נַעַשֶׂה וְנִשְׁמַע הָאט עֶר זִיך הַאלְבּ צוּשְׁמֵייכְלְט אוּן הַאלְבּ אוֹיפְגֶערֶעגְט צוּ וָואס מְ'זָאגְט פַאר קִינְדֶער בִּכְלַל וֶועגְן יוֹם טוֹב שְׁבוּעוֹת, אֶלִיעֶזֶר לִיבְנִי אִיז גֶעגַאנְגֶען אַבִּיסְל שְׁלָאפְן, וֶוען עֶר הָאט זִיך דֶערְוֶועקְט אִיז שׁוֹין גֶעוֶוען בַּיינַאכְט הָאט עֶר גֶעטְרַאכְט אִיך וֶועל אַרוֹיס גֵיין כַאפְּן אַ שְׁפַּאצִיר מִיט מַיין מַאשִׁין (ד.מ. אַ קַאר) שֶׁעפְּן אַבִּיסְל פְרִישֶׁע לוּפְט, וֶוען עֶר אִיז אַרַיין אִין זַיין מַאשִׁין הָאט עֶר גֶעטְרַאכְט בַּיי זִיך לָאמִיר אַבִּיסְל אוֹיפְרֶעגְן דִי פְרוּמֶע אִידְן אִין בְּנֵי בְּרַק, בַּיי זֵיי אִיז דָאך יֶעצְט יוֹם טוֹב שְׁבוּעוֹת אִיך וֶועל דָארְטְן פַארְ'ן מִיט מַיין מַאשִׁין אִיך וִויל זֶעהְן וֶוער סְ'וֶועט מִיר זָאגְן אַ וָוארְט,
עֶר הָאט טַאקֶע אַזוֹי גֶעטוּהְן עֶר אִיז אָנְגֶעקוּמֶען פּוּנְקְט וֶוען אַלֶע זֶענֶען גֶעוֶוען אִין גַאס גֵיֶיענְדִיג צוּ זָאגְן תִּיקוּן לֵיל שְׁבוּעוֹת אָדֶער צוּם טִישׁ פוּן זֵיֶיערֶע רֶבִּי'ס, אוּן פוּן אַלֶע זַייטְן הָאט מֶען אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ שְׁרַיֶיען אוֹיף אִים יוֹם טוֹב !!!!!!!!! יוֹם טוֹב !!!!!!!!!! מֶענְטְ'שְׁן הָאבְּן זִיך אַרוּם גֶענוּמֶען פַארְשְׁפַּארְן דִי גַאס דוּרְך דֶעם וָואס זֵיי הָאבְּן זִיך אַוֶועק גֶעשְׁטֶעלְט אִינְמִיטְן דִי גַאס עֶר זָאל נִישְׁט קֶענֶען אַרִיבֶּער פַארְן, אֶלִיעֶזֶר לִיבְנִי הָאט מַחְלִיט גֶעוֶוען אִיך וֶועל זֵיי וַוייזְן אַז זֵיי זֶענֶען נִישְׁט מַחְלִיט וֶוער מֶעג דָא פַארְן אוּן וֶוער נִישְׁט, אוּן עֶר הָאט גֶעגֶעבְּן אַ דְרַיי דֶעם רֶעדְל אַרוֹיף צוּ פַארְ'ן אוֹיפְ'ן פְּלַאץ וִוי דִי מֶענְטְ'שׁן גֵיֶיען (אוֹיפְ'ן סֵיידְוָואק) אָבֶּער נִישְׁט קוּקְנְדִיג הָאט עֶר אַרַיין גֶעזֶעצְט אִין אַ דִיקְן בּוֹים אַז עֶר הָאט שׁוֹין מִיט זַיין מַאשִׁין וַוייטֶער נִישְׁט גֶעקֶענְט פַארְ'ן, אוֹיפְגֶערֶעגְטֶערְהֵייט אִיז עֶר אַרוֹיס גֶעשְׁפְּרוּנְגֶען פוּן זַיין מַאשִׁין אוּן עֶר הָאט גֶעוָואלְט בַּאפַאלְן דִי עֶרְלִיכֶע אִידְן אוּן זֵיי צוּרַייסְן אוֹיף שְׁטִיקֶער, אִיז אִים אַקֶעגְן גֶעקוּמֶען אַ עֶלְטֶערֶער מֶענְטְ'שׁ מִיט אַ לַאנְגְן וַוייסְן בָּארְד מִיט אַ שְׁמֵייכְל אוֹיף'ן פָּנִים אוּן עֶר הָאט אִים פְּרוּבִּירְט צוּ נֶעמֶען אִין אַ זַייט אִים בַּארוּהִיגְן אָבֶּער עֶר הָאט זִיך פְּרוּבִּירְט אוֹיסְצוּרַייסְן פוּן יֶענֶעם אָבֶּער יֶענֶער הָאט זִיך גֶעשְׁטַארְקְט אוֹיף אִים מִיט זַיין מוֹיל אוּן מִיט אֵיידְלְקֵייט הָאט עֶר אִים גֶענוּמֶען אִין אַ זַייט אוּן גֶענוּמֶען שְׁמוּעֶסְן מִיט אִים, דֶער אַלְטֶער זָאגְט אִים זָאלְסְט וִויסְן אַז הַיינְט אִיז דֶער יוֹם טוֹב שְׁבוּעוֹת דִי בֵּיימֶער הָאבְּן אוֹיך אַ שַׁיְיכוּת צוּ דֶעם יוֹם טוֹב אוּן אַ מֶענְטְ'שׁ אִיז אַזוֹי וִוי אַ בּוֹים אַזוֹי וִוי סְ'שְׁטֵייט כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָׂדֶה, אוּן דֶער אַלְטֶער הָאט גֶעוִויזְן אוֹיף'ן בּוֹים וָואס עֶר הָאט אַרַיין גֶעקְרַאכְט אִין דֶעם, אוּן עֶר זָאגְט אִים מִסְתָּמָא הָאט דֶער בּוֹים עֶפֶּעס אַ חֶשְׁבּוֹן מִיט דִיר וָואס עֶר הָאט גֶעמַאכְט זִיך אָנְקְלַאפְּן מִיט דִיר אִיז צוּ וָואס בִּיזְטוּ בְּרוֹגֶז אוֹיף דִי מֶענְטְ'שְׁן,
אֶלִיעֶזֶר לִיבְנִי הָאט גֶעשְׁוִויגְן וַוייל עֶר הָאט פַארְשְׁטַאנֶען אַז דֶער אַלְטֶער מֶענְטְ'שׁ רֶעדְט רִיכְטִיגֶע רֵייד אוּן אִין קָאפּ הָאבְּן אָנְגֶעהוֹיבְּן אַרוּם צוּלוֹיפְן מַחְשָׁבוֹת אַז הַיינְט בַּיינַאכְט אִיז טַאקע דִי נַאכְט וָואס עֶר אִיז גֶערַאטֶעוֶועט גֶעוָוארְן פוּן דִי נַאצִי'ם יִמַח שְׁמָם, אוּן אֶלִיעֶזֶר לִיבְנִי הָאט אַרָאפְּגֶעלָאזְט זַיין קָאפּ אוּן גֶעזָאגְט צוּם אַלְטְן מֶענְטְ'שׁ יָא יָא אִיך הָאבּ שׁוֹין טַאקֶע אַמָאהְל גֶעהֶערְט דִי זֶעלְבֶּע וֶוערְטֶער וֶוען אִיך בִּין אָנְגֶעקוּמֶען קֵיין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל פוּן דֶעם שַׁמֶשׁ פוּן אוּנְזֶער שְׁטֶעטְל עֶר הָאט גֶעהֵייסְן רְ' יוֹסֵף שְׁמֶערְל, פְּלוּצְלוּנְג גֶעט זִיך דֶער אַלְטֶער אַ צוּשְׁרַיי... אֶלִיעֶזֶר... וֵויי אִיז מִיר אַז אִיך זֶעה דִיך אַזוֹי וִוי דוּ זֶעהסְט אוֹיס אַזוֹי וַוייט בִּיסְטוּ שׁוֹין פַארְקְרָאכְן אִיך בִּין דָאך יוֹסֵף שְׁמֶערְל וָואס אִיך הָאבּ דִיר גֶערַאטֶעוֶועט וֵויי אִיז צוּ מִיר אַז אִיך הָאבּ גֶערַאטֶעוֶועט אַזַא אֵיינֶעם וָואס טוּהְט דֶערְצֶערֶענֶען דֶעם אוֹיבֶּערְשְׁטְן,
אַ שְׁטִיק צַייט זֶענֶען זֵיי בֵּיידֶע גֶעשְׁטַאנֶען אוּן נִישְׁט גֶעקֶענְט עֶפֶענֶען זֵיֶיער מוֹיל אֶלִיעֶזֶר הָאט פַארְגָאסְן אַסַאך טְרֶערְן אוּן צוּם סוֹף רוּפְט זִיך אָן רְ' יוֹסֵף שְׁמֶערְל וָואס סְ'אִיז גֶעוֶוען אִיז גֶעוֶוען אוּן יֶעצְט קוּם מִיט מִיר אוּן מִיר וֶועלְן זָאגְן תִּיקוּן לֵיל שְׁבוּעוֹת, אֶלִיעֶזֶר לִיבְנִי אִיז נָאכְגֶעגַאנְגֶען רְ' יוֹסֵף שְׁמֶערְל, אוּן רְ' יוֹסֵף שְׁמֶערְל הָאט אַרוֹיס גֶענוּמֶען זַיין קַאפְּל פוּן אוּנְטֶער זַיין שְׁטְרַיימְל אוּן עֶר הָאט דָאס אָנְגֶעטוּהְן פַאר אֶלִיעֶזֶרְ'ן,
אֶלִיעֶזֶר הָאט זִיך גֶעטְרָאפְן אִין שׁוּל אַזוֹי אַרוּמְקוּקְנְדִיג הָאט עֶר גֶעזֶעהְן דִי שֵׁיינְקֵייט פוּן שׁוּל מִיט דִי בַּאצִירְטֶע בֵּיימֶער אוּן בְּלוּמֶען הָאט עֶר גֶעפִילְט אַז דִי בְּרָכָה פוּן דֶעם אַלְטְן מֶענְטְ'שׁ אִיז מְקוּיֶים גֶעוָוארְן אַז דֶער בּוֹים וֶועט אִים נָאך אוֹיפְוֶועקְן צוּם רִיכְטִיגְן וֶועג,
צוּבִּיסְלֶעך הָאט עֶר גֶעפִילְט וִוי דֶער כַּעַס צוּ עֶרְלִיכֶע אִידְן צוּגֵייט אוּן דֶער אֶלִיעֶזֶר לִיבְנִי וֶוערְט פַארְשְׁוואוּנְדְן אוּן אַנְשְׁטָאט אִים קוּמְט צוּרִיק דֶער אֶלִיעֶזֶר וַוייס צוּרִיק לֶעבְּן וִוי אַ אִיד, רְ' יוֹסֵף שְׁמֶערְל הָאט אִים גֶעזָאגְט מָארְגְן קוּמְסְטוּ דַאוֶוענֶען מִיט דַיינֶע קִינְדֶער צוּזַאמֶען, הָאט אֶלִיעֶזֶר אוֹיסְגֶעבְּרָאכְן מִיט אַ גֶעוֵויין אוּן עֶר זָאגְט אִים נֵיין, אִיך קֶען זֵיי נִישְׁט אַ הֶער בְּרֶענְגֶען דוּ וֵוייסְט וָואס פַאר אַ נֶעמֶען אִיך הָאבּ זֵיי גֶעגֶעבְּן יְרָבְעָם.. נִמְרוֹד.. אִיך קֶען זֵיי נִישְׁט אַ הֶער בְּרֶענְגֶען מִיט אַזֶעלְכֶע נֶעמֶען, הָאט אְים רְ' יוֹסֵף שְׁמֶערְל גֶעזָאגְט דוּ בִּיזְט נִישְׁט בַּאלֶעבָּאס אוֹיף דִי נְשָׁמוֹת פוּן דַיינֶע טַיֶיערֶע קִינְדֶערְלֶעך אוּן מָארְגְן צוּפְרִי וִויל אִיך זֵיי זֶעהְן צוּזַאמֶען מִיט דִיר אוּן צוּ מָארְגְן'ס אִיז טַאקֶע אֶלִיעֶזֶר וַוייס גֶעקוּמֶען מִיט זַיינֶע קִינְדֶער אִין שׁוּל אוּן זֵיי הָאבְּן טַאקֶע גֶעהֶערְט אִין שׁוּל וֶוער סְ'הָאט גֶעגֶעבְּן דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה אוּן זֵיי הָאבְּן אוֹיך גֶעהֶערְט וֶועגְן דִי בִּיכּוּרִים וָואס מְ'הָאט גֶעבְּרֶענְגְט צוּם בֵּית הַמִקְדָשׁ, הַיינְט צוּ טָאג זִיצְט אֶלִיעֶזֶר וַוייס אִין אֵיינֶע פוּן דִי שׁוּלְן אִין בְּנֵי בְּרַק אוּן זַיינֶע קִינְדֶער הֵייסְן אֵיינֶער אֶפְרָיִם אוֹיף זַיין טַאטְן'ס נָאמֶען אוּן אֵיינֶער חַיִים אוֹיף זַיין שְׁוֶוערְ'ס נָאמֶען אוּן זֵיי לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה אִין גְרוֹיסְן זְכוּת פוּן אַיינְהַאלְטְן אַ מִנְהָג פוּן בַּאשֵׁיינֶען דֶעם שׁוּל לְכָּבוֹד יוֹם טוֹב אוּן לְכָּבוֹד הַתּוֹרָה
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: סיפורי צדיקים לחג השבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

פדף אויב שייך ביטע
א דאנק
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
פייף דיך אן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 14, 2018 1:05 pm

Re: סיפורי צדיקים לחג השבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייף דיך אן »

שמו האט געשריבן:פדף אויב שייך ביטע
א דאנק

גא"מ
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”