ליקוטים וענינים על שבת החודש

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ליקוטים וענינים על שבת החודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

החודש הזה לכם ראש חדשים ראשון הוא לכם לחדשי השנה
עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך סימן תק"פ, אז עס זענען פארהאנען מענטשען וואס פאסטען אין ראש חודש ניסן ווייל אין דעם טאג זענען געשטארבן די צוויי קינדער פון אהרן, אבער גאנץ חודש ניסן איז די הלכה אז מ'טאר נישט פאסטען, א חתן וואס האט חתונה ראש חודש ניסן פאסט ער אין דעם יום החופה, אבער אויב האט מען חתונה אין גאנץ חודש ניסן דארף מען נישט צו פאסטען אין דעם יום החופה, ווידער איז אבער אויב האט איינער חתונה דורך די ראשי חדשים פון יאר דארף ער נישט פאסטען אבער סתם אזוי אינמיט'ן יאר ווען עס איז נישט ראש חודש דארף ער יא פאסטען. קען מען זאגן אז דאס איז מרומז דא אין פסוק, "החודש הזה" דער דאזיגע חודש ניסן, "לכם" איז צו אייך, "ראש חדשים", אזוי ווי אלע ראשי חדשים פון א גאנץ יאר, און מען טאר נישט פאסטען, אבער "ראשון", דער ערשטע טאג פון דעם חודש, "הוא לכם" איז דאס צו אייך, "לחדשי השנה", אזוי ווי די חדשים פון יאר וואס מען מעג יא פאסטען.
(הגר"א מווילנא זצ"ל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ראשון הוא לכם לחדשי השנה
עס שטייט אין מדרש אז השי"ת ווערט אנגערופען "ראשון", און רש"י זאגט אין פרשת בשלח אויף דעם פסוק "כי יד על כס י-ה" אין שמו שלם ואין הכסא שלם עד שימחה שמו של עמלק, אז דער נאמען פון השי"ת איז נישט גאנץ עס פעלט די "ו" און די "ה", און די כסא איז נישט גאנץ, עס פעלט די "א", (די ווארט כס פעלט אן "א", און די ווארט "י-ה", פעלט די "ו" און די "ה",) ביז עס וועט אויסגעמעקט ווערן די נאמען פון עמלק. און די חז"ל זאגן אז "בניסן עתידין להגאל", אז אין חודש ניסן וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן. דאס זאגט דא דער פסוק, "ראשון" דער באשעפער וואס ווערט אנגערופען ראשון "הוא" לכם האט אייך איבער געגעבן די אותיות פון דער ווארט "הוא", אין אייערע הענט די "ה" און "ו" פון דעם שם הקדוש, און די "א" פון דעם כסא, אז איהר זאלט זעהן אז עס זאל שוין זיין די גאולה שלימה.
(ויגד יעקב)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כאשר שמענו כן עור נחזה
אדם הראשון פאר ער האט געזינדיגט איז ער געווען אין די מדריגה אז השי"ת האט גערעדט צו אים פנים אל פנים און ער האט געקענט זען די רייד אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ביי מתן תורה, וכל העם "רואים" את הקולות אז דאס פאלק האט געזען די קולות, אבער נאך דעם חטא איז ער געפאלן פון די דאזיגע מדריגה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק אדם האט געזאגט את קולך "שמעתי" בגן איך האב געהערט דיין קול, אבער געזען האט ער שוין נישט. און עס איז ידוע אז אין די צייט פון ביאת המשיח וועט אלעס זיין אזוי ווי אדם הראשון איז געווען פאר דעם חטא. דאס זאגן מיר דא ביי יוצר, כאשר שמענו אזוי ווי מיר האבן ביז יעצט געהערט, וועלן מיר זוכה זיין כן עוד נחזה וועלן מיר נאך אזוי אויך זען, און מיר אלע וועלן זיין אין די מדריגה אזוי ווי מיר זענען געווען בשעת מתן תורה.
(תפארת שלמה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

החודש אשר ישועות בו מקיפות
מיר זאגן אין די יוצר "החודש אשר ישועות בו מקיפות", זאגט דער אפטער רב זי"ע אז דער ווארט "מקיפות" איז א לשון פון בארגן, אז השי"ת טוט אונז אויס בארגן ישועות, די כוונה דערפון איז, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה", זאגט רש"י פשט אז די יודען זענען ארויס פון מצרים אין דעם זכות וואס זיי וועלן מקבל זיין די תורה אויף דעם הר סיני. קומט אויס אז השי"ת האט אויס געבארגט א זכות פאר די יודען, נאך פאר זיי האבן זוכה געווען דערצו. אזוי אויך שטייט אין זוהר הקדוש אז השי"ת וויל מזכה זיין די יודען מיט א זכות, טוט ער זיי מזכה זיין מיט דעם זכות פון די מצוות און מעשים טובים וואס זיי דארפן ערשט טוהן. דאס איז דער פשט פון די ווערטער וואס מיר זאגן דא אין יוצר, מבשר עם זכיות השי"ת האט מבשר געווען פאר זיין פאלק יודען, די זכיות וואס זיי האבן נאך נישט געטוהן, אז זיי וועלן מקבל זיין די תורה אויף דעם בארג סיני, און אין דעם זכות האט ער זיי אויסגעלייזט.
(הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זצ"ל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

החדש הזה לכם
החרש היה לבם


די גמרא דערציילט אין מסכת שבת דף קמ"ז ע"ב אז רבי אלעזר בן ערך איז אמאהל געקומען אין די מדינה פרוגיתא און ער האט געטרינקען אסאך פון דעם גוטען וויין פון די מדינה פרוגיתא, און ער האט אויך געטרינקען פון די וואסער פון די טייך דומסית, במשך די צייט וואס ער איז דארט געווען האט ער פארגעסען וואס ער האט געלערנט, און ווען ער איז צוריק אהיים געקומען און ער האט זיך געשטעלט ליינען אין די ספר תורה די פרשה פון "החדש הזה לכם" האט ער געזאגט "החרש היה לבם" ווייל ער האט אפילו פארגעסען די אותיות.

לכאורה דארף מען פארשטיין, וואס וויל אונז די גמרא דערציילען אז רבי אלעזר בן ערך האט זיך פונקט טועה געווען ביי די ווערטער פון "החדש הזה לכם" ? און וואס מיינט די גמרא צו דערציילען אז ער האט זיך טועה געווען און געזאגט די ווערטער "החרש היה לבם", די גמרא וואלט געקענט זאגען פשוט, אז רבי אלעזר בן ערך האט פארגעסען די אותיות.

מען קען דאס מסביר זיין, די משנה זאגט אין מסכת אבות (פרק ד' משנה ב') "שמצוה גוררת מצוה" ווייל איין מצוה שלעפט מיט זיך נאך אן אנדערע מצוה. פרעגען אלע מפרשים די קשיא, אז אויב איין מצוה שלעפט די אנדערע, וואלט געדארפט צו זיין אז איינמאהל א מענטש טוט א מצוה, וואלט ער ווען געדארפט שטענדיג טוהן מצוות, ווייל די ערשטע מצוה ברענגט א צווייטע, און די צווייטע ברענגט א דריטע א. א. וו. ?

ענטפערן די מפרשים, אז די סגולה פון "מצוה גוררת מצוה" איז נאר אויב די מצוה ווערט געטוהן ווי עס באדארף צו זיין, מיט א חשק, און די הארץ זאל גלוסטען צו טוהן די מצוה, דעמאלטס שלעפט עס צו נאך מצוות. און די צווייטע מצוה דארף אויך געטוהן ווערען מיט כוונת הלב כדי עס זאל צוברענגען נאך מצוות. אבער אויב מען טוט נישט די מצוה מיט חשק, און נישט מיט כוונה, דעמאלטס ברענגט עס נישט צו מער מצוות.

דאס קען זיין פשט אין די גמרא, "החדש הזה לכם" איז דאך די ערשטע מצוה וואס די אידען זענען באפוילען געווארען, און אויב מען וועט מקיים זיין די ערשטע מצוה, וואלט געדארפט צו זיין אז מען זאל נאר טוהן מצוות, ווייל "מצוה גוררת מצוה", וויבאלד מען האט מקיים געווען די ערשטע מצוה פון החודש הזה לכם.

וועגען דעם האט רבי אלעזר בן ערך געליינט "החרש היה לבם" אז די הארץ איז געווען טויב, עס איז געווען פארשטאפט, נישט מיט חשק און נישט מיט כוונה, מרמז צו זיין אז אויב מען טוט נישט די ערשטע מצוה מיט חשק דעמאלטס האט עס מער נישט די סגולה פון מצוה גוררת מצוה.

קדושת ציון
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ראשון הוא לכם


ביי אונז אידען הייבט זיך אהן די יאהר ראש השנה וואס דאס איז חודש תשרי, דארף מען לכאורה פארשטיין פארוואס ציילען מיר די חדשים פון ניסן, עס וואלט געדארפט זיין אז תשרי זאל זיין די ערשטע חודש ?

מען קען דאס מסביר זיין מיט א משל צו א קעניג וואס עס איז איהם געבוירען געווארען א זוהן, און לכבוד די גרויסע שמחה האט דער קעניג געמאכט א גרויסע סעודה פאר אלע מענטשען פון זיין לאנד, זיך מיט צו פרייען מיט איהם אין זיין שמחה. יעדעס יאהר ווען עס איז אנגעקומען צו דעם געבורטס טאג פון זיין זוהן האט דער קעניג ווייטער געמאכט א סעודה, דערמאנענדיג זיך די גרויסע שמחה וואס ער האט געהאט אין דעם טאג וואס זיין זוהן איז געבוירען געווארען.

עס האט אבער פאסירט א גרויסען אומגליק מיט דעם קעניג'ס זוהן, וואס די שונאים פון קעניג האבען גענומען זיין באליבטען קינד אין געפענגעניש. במשך די לאנגע צייט וואס זיין זוהן איז געווען אין געפענגעניש האט דער קעניג געהאט גרויס צער. נאך א לענגערע צייט האט דער קעניג באזיגט זיינע שונאים, און האט געראטעוועט זיין זוהן.

פון יענעם טאג און ווייטער האט דער קעניג געמאכט יעדעס יאהר אויף דעם טאג וואס זיין זוהן איז געראטעוועט געווארען א גרויסע סעודה, ווייל ער האט געהאט מער שמחה אין דעם טאג, מער ווי ער האט געהאט ווען ער איז געבוירען געווארען.

דאס זעלבע איז ביי אונז אידען, קודם האט מען געציילט די חדשים פון תשרי, ווייל דעמאלטס איז די וועלט באשאפען געווארען, (לויט ר' אליעזר) און אדם הראשון איז געבוירען געווארען. אזוי ווי מיר געפונען ביי דער מבול (בראשית ז' י"א) "בחדש השני בשבעה עשר יום לחדש", וואס בחדש השני מיינט חודש חשון. שפעטער ווען מיר זענען אויס געלייזט געווארען פון מצרים, האט השי"ת אונז באפוילען אז מיר זאלען רעכענען די חדשים פון ניסן. כדי צו געדענקען די אלע גרויסע וואונדערליכע נסים וואס השי"ת האט געטוהן ווען ער האט אונז ארויס געצויגען פון מצרים.

וואס דורך דעם וואס מען רופט עס דעם ערשטען חודש, און דער צווייטער חודש א. א. וו. וואס דאס מיינט דעם ערשטען חודש פון יציאת מצרים, דעם צווייטען חודש פון יציאת מצרים וועט מען שטענדיג געדענקען און זיך דערמאנען אין אלע נסים וואס השי"ת האט געטוהן בשעת יציאת מצרים.

מיט דעם פארשטייען מיר פארוואס די תורה זאגט "ראשון הוא לכם" פאר אייך אידען איז עס דעם ערשטען חודש (פון יציאת מצרים) אבער נאר "לחדשי השנה", עס איז נאר די ערשטע פון די חדשים, אבער עס איז נישט דעם ערשטען חודש פון דעם יאהר, פון בריאת העולם, ווייל די יאהרען הייבען זיך אהן אין תשרי.

מיט דעם איז אויך זייער פארשטענדיג פארוואס האבען די אידען וואס זענען ארויף געקומען פון גלות בבל קיין ארץ ישראל מיט גענומען מיט זיך די אלע נעמען פון די חדשים פון די גוים. ווייל ביז מען איז ארויס פון גלות בבל האבען די חדשים נישט געהאט קיין נעמען (ביי די אידען) נאר מען האט געציילט די חדשים פון יציאת מצרים. אבער ווען מען איז ארויס פון גלות בבל, האבען די אידען געוואלט מאכען א זכר צו דעם וואס מען איז ארויס פון גלות בבל, דעריבער האבען זיי גערופען די חדשים מיט די פרס'ישער נאמען, וואס דורך דעם וועט מען זיך דערמאנען אז מיר זענען דארט (אין בבל) געווען אין גלות און מיר זענען ארויס.

אזוי ווי דער נביא זאגט (ירמיה ט"ז פסוק י"ד ט"ו) "ולא יאמר עוד" עס וועט מער נישט געזאגט ווערען "חי ה' אשר העלה את בני ישראל מארץ מצרים" אזוי ווי השי"ת וואס לעבט, וואס האט ארויף געברענגט די אידען פון מצרים - נאר עס וועט געזאגט ווערען - "אשר העלה את בני ישראל מארץ צפון" וואס ער האט ארויף געברענגט די אידען פון צפון לאנד "ומכל הארצות אשר הדיחם שמה" און פון אלע לענדער וואס ער האט זיי פארשטויסען דארט.

און וויבאלד די תורה האט פארלאנגט אז מען זאל ציילען די חדשים פון יציאת מצרים, איז אויב איינער וויל שרייבען דעם טאג פון די חודש אין English זאל ער נישט שרייבען 3/29/08 ווייל מען טאר נישט אנרופען March דעם דריטען חודש, ווייל דער דריטער חודש איז דאך סיון, נאר ער זאל בעסער ארויס שרייבען די נעמען פון די חדשים אין English March 29, ‘08.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

החודש הזה לכם


רש"י זאגט וויבאלד אהרן האט זיך אויך מטריח געווען צו מאכען אלע מופתים אין מצרים פונקט ווי משה רבינו, דעריבער האט דער אויבערשטער איבער געגעבען די ערשטע מצוה סיי פאר משה און סיי פאר אהרן.

מען קען אפשר זאגען נאך א טעם פארוואס דער אויבערשטער האט געזאגט פונקט די מצוה פאר משה און אהרן, מיט דעם וואס די גמרא זאגט אין מסכת סנהדרין (דף י"ח ע"ב) ביי עיבור השנה (אויב מען זאל מאכען צוויי חודש אדר, אז די יאהר זאל האבען 13 חדשים) טאר נישט זיין צווישען דער בית דין וואס וויל מעבר זיין די יאהר, נישט א כהן גדול און נישט א מלך.

א כהן גדול טאר נישט זיין איינע פון דער בית דין, ווייל א כהן גדול וועט נישט וועלען אז מען זאל מעבר זיין די יאהר. וויבאלד אויב מען וועט מעבר זיין די יאהר, וועט אויסקומען יום כיפור, וואס דעמאלטס דארף זיך דער כהן גדול טובל'ן יום כיפור 5 מאהל, מיט א חודש שפעטער. וועט עס שוין זיין אביסל קאלט, וועט ער נישט וועלען מען זאל מעבר זיין די יאהר.

א מלך טאר נישט זיין, ווייל ער וועט וועלען מען זאל מעבר זיין די יאהר, ווייל ער צאהלט א יערליכע געהאלט אויף אויסצוהאלטען זיין מילטיער, אויב דער יאהר וועט זיין דרייצען חדשים פארדינט ער איין חודש.

אבער ביידע צוזאמען סיי דער כהן גדול און סיי דער מלך, מעגען זיין ווען מען איז מעבר די יאהר, דער מלך וועט יא וועלען מעבר זיין דעם יאהר, און דער כהן וועט נישט וועלען, וועט ארויסקומען א ריכטיגער פסק.

משה רבינו האט דאך געהאט א דין פון א מלך, און אהרן איז דאך געווען א כהן גדול, דעריבער האט מען די פרשה פאר זיי ביידע צוזאמען. "החודש הזה" אויב איהר ווילט מעבר זיין דאס יאהר, איז נאר אויב עס איז "לכם" - נאר ווען איהר ביידע וועלען זיין צוזאמען, אבער נישט ווען נאר איינער פון אייך וועלען דארט זיין.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שמות החודש


דער חודש האט דריי נעמען:
1) ראש חדשים - החדש הראשון.
2) חדש האביב.
3) ניסן.

1) די תורה רופט דעם חודש "החדש הראשון" דער ערשטער חודש, ווייל ניסן איז די ערשטע פון אלע חדשים פון יאהר, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, "החדש הזה לכם ראש חדשים", און חודש אייר איז די צווייטע א. א. וו.

2) א צווייטע נאמען רופט עס די תורה, "חודש האביב", ווייל ווען די גערשטען (שעורה) זענען אין די זאנגען הייסן די זאנגען "אביב", אזוי ווי עס שטייט אין סוף פרשת וארא "כי השעורה אביב". און אין חודש ניסן ווערען געצייטיגט די שעורים וועגען דעם הייסט דער חודש "אביב".

א רמז איז דא אין דעם נאמען אביב אז עס איז דער הויפט פון אלע חדשים, ווייל אביב איז די אותיות אב י"ב, דער הויפט (טאטע) פון אלע צוועלעף חדשים.

3) א דריטע נאמען האבען אידן געגעבען פאר דעם חודש, "ניסן". ווען די אידען זענען ארויס פון גלות בבל קיין ארץ ישראל האבען זיי מיט גענומען מיט זיך די פרס'ישע נעמען פון די חדשים. דער ערשטע חודש "ניסן" דער צווייטע חודש "אייר" א. א. וו.

א פשוט'ער טעם פארוואס עס הייסט ניסן, ווייל ניסן איז א לשון פון "נס" (נסים). ווייל אין דעם חודש איז געווען איינמאהל די גאולה אין מצרים, און אין דעם חודש וועלען מיר אויס געלייזט ווערען א צווייטע מאהל "בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל" במהרה בימינו אמן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

טעם הקריאה


דער טעם פארוואס די חכמים האבען מתקן געווען צו ליינען די פרשה פון החודש הזה, ווייל דאס איז א זכר צו קידוש החודש, וואס בית דין האט מקדש געווען יעדן חודש ווען די נייע לבנה איז געזעהן געווארען, וואס ווערט דערמאנט אין דער דאזיגע פרשה. און די חכמים האבען באשטימט צו ליינען די פרשה נאהנט צו ראש חודש ניסן, וועגען די חשיבות פון חודש ניסן, וואס איז דער הויפט און די ערשטע פון אלע חדשים, וואס ניסן איז אזוי ווי א קעניג איבער אלע חדשים ("החדש הזה לכם" די ווארט "לכם" איז די אותיות "מלך") דעריבער איז עס א מצוה צו מקדש זיין דעם חודש מער ווי אלע אנדערע חדשים.

אבער דאס ליינען "פרשת החודש" איז נישט די מצוה פון קידוש החודש, ווייל קידוש החודש האט געמוזט זיין ביי בית דין דורך עדים וואס האבען געזעהן די נייע לבנה. מיר ווילען נאר אפגעבען מער חשיבות פאר חודש ניסן, מער ווי אלע אנדערע חדשים.

נאך א טעם, ווייל אין די צייטן ווען די בית המקדש איז געשטאנען האט מען געליינט די פרשת החודש אז אלע אידען זאלען וואוסען אז חודש ניסן איז שוין דא, און מען דארף שוין באלד עולה רגל זיין, דאס מיינט, ארויף גיין לכבוד יום טוב קיין ירושלים צום בית המקדש, און מקריב זיין ערב פסח דעם קרבן פסח. היינטיגע צייטען וואס מיר האבען שוין נישט דעם בית המקדש, ליינט מען דאס אלס זכר צו דעם וואס מען האט דאס געליינט ווען דאס בית המקדש איז געשטאנען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עיקר המצוה:
ווייל אין דעם שבת ליינט מען די פרשה פון "החודש הזה לכם", וואס שטייט אין פרשת בא, וואו די תורה הקדושה האט באפוילן די אידן אויף די מצוה פון ראש חודש און קידוש לבנה, פון רעכענען די חדשים פון יאר אנגעפאנגען פון חודש ניסן אז חודש ניסן הייסט דער ערשטע חודש, און דער עיקר פרשה איז אויף די מצוה פון קרבן פסח.

סדר התפלה:
ביי חזרת הש"ץ פון שחרית זאגט מען יוצר לפרשת החודש, אויך ביי מוסף איז דא יוצר. מען זאגט נישט אב הרחמים פאר מוסף.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

טעמי המצוה:
און די צייטן ווען די בית המקדש איז געשטאנען האט מען געליינט די פרשת החודש וואס דאס גייט ארויף אויף חודש ניסן, אז אלע אידן זאלן וויסן אז חודש ניסן איז שוין דא, און מען זאל עולה רגל זיין, דאס מיינט ארויף גיין קיין ירושלים צום בית המקדש, און מקריב זיין ערב פסח, דעם קרבן פסח, וואס מען האט געגעסן אין די סדר נאכט מיט מצה און מרור.
היינטיגע צייטן ווען מיר האבן נישט קיין בית המקדש, ליינט מען דעם פרשה אלס זכר צו וואס מען האט געטוהן אין די צייטען ווען די בית המקדש איז געשטאנען.

נאך א טעם ווייל אין די פרשה שטייט די דינים פון פסח און וויבאלט ביי פסח איז דא זעהר אסאך וויכטיגע דינים, מער ווי אן אנדערע יו"ט ווי למשל: ווי אזוי בודק חמץ צו זיין, כשר'ן, גליען, באקן מצות, ווי אויך די דינים פון סדר און פון יו"ט, און אן א שיעור דינים איז דא אויף די חמץ אליין, וואס זענען זייער הארב און קאמפליציערט, מער ווי אלע אנדערע ימים טובים, דערפאר דערמאנט מען מער ווי ביי אלע אנדערע ימים טובים, אז מען זאל זיך דערמאנען און איבער לערנען די אלע נוטיגע הלכות.

נאך א טעם ווייל דאס ליינט מען לכבוד דעם חודש ניסן, ווייל אין די פרשה שטייט "החודש הזה לכם ראש חדשים",אז דער חודש ניסן איז דער הויפט און דער קעניג פון אלע חדשים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קריאת התורה:
צום ליינען נעמט מען ארויס צוויי ספרי תורות, און די ערשטע ספר תורה ליינט מען די פרשה פון די וואך און זיבן מענטשען זענען עולה,און דעם צווייטען ספר תורה ליינט מען מפטיר די פרשה פון "החודש הזה לכם".
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

ארויף געברענגט!
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אזוי ווי איך האב געשריבן אין פרשת פרה,
דעם ירושלמי אין מגילה, אז די ד' פרשת שקלים, זכור, פרה, חודש, זענען קעגן די ד' כוסות,
קומט דאך אויס אז שבת החודש איז נגד די פערדע כוס - הלל,

ווער קען צולייגן עפעס א רמז אויף דעם?
פארשטייט זיך בפשטות אויפן פערדן כוס זאגט מען דאך למכה מצרים וגו' ויוצא ישראל מתוכם כיל"ח, ווי אויך נשמת ממצרים גאלתנו, אבער בעצם מיטן חידוש החודש פון חודש ניסן די קריאה פון פרשת החודש מיט די הכנה צו קרבן פסח, ווי איז דאס מרומז אינעם פערדן כוס?
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

כוס רביעי הוא נגד ולקחתי אתכם לי לעם,
וזה אפ"ל הכוונה דכל ענין של קביעת החדשים והמועדים, הוא מיוחד לעם ישרא' המיוחדים להשי"ת, ובנו תלה השי"ת הזמנים, "מקדש ישראל והזמנים"...
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

בפרשת החודש בא ניצוץ אור חדש שיוכל להיות כברי' חדשה (שפתי צדיק)
שויתי השם לנגדי תמיד
לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטובה ולברכה »

גבאי ביהמד האט געשריבן:ארויף געברענגט!
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: ליקוטים וענינים על שבת החודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: ליקוטים וענינים על שבת החודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

Zeltzer האט געשריבן:יוצרות לשבת החודש


הערליך!

ייש"כ
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: ליקוטים וענינים על שבת החודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

די 3 מעשיות וואס מען דערציילט שבת החדש קען איינער ארויף לייגן
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ליקוטים וענינים על שבת החודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:די 3 מעשיות וואס מען דערציילט שבת החדש קען איינער ארויף לייגן

viewtopic.php?f=3&t=7184&start=25
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
וועלוועל קליינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm

Re: ליקוטים וענינים על שבת החודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלוועל קליינער »

שמעתי מכ"ק אדמו"ר מספינקא זצוק"ל (מוומב"ג) פעם בס"ג שבת החודש.
מען האט געזאגט ביים דאווענען "בארת זה מזה לחוזה".
קען זיין א רמז, אז עס איז באקאנט, אז דער הייליגער רבי פון לובלין זי"ע האט געזעהן די ערשטע צוועלף טעג פון ניסן, די גאנצע יאר, א' ניסן האט ער געזעהן דאס גאנצע חודש ניסן, ב' ניסן דאס גאנצע חודש אייר, ג' ניסן דאס גאנצע חודש סיון א.א.וו. (דאס לעצטע יאר האט ער נאר געזעהן ביז חודש אב כידוע, ווייל ער איז נפטר געווארן ת"ב).
דאס איז דער רמז, בארת - האסט געגעבן צו פארשטיין, ז"ה די 12 חדשים, מז"ה די 12 טעג פון חודש ניסן, לחוז"ה, פארן חוזה פון לובלין.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראלל
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: ליקוטים וענינים על שבת החודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:די 3 מעשיות וואס מען דערציילט שבת החדש קען איינער ארויף לייגן

viewtopic.php?f=3&t=7184&start=25

יישר כח
אמונת אומן
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:21 pm

Re: ליקוטים וענינים על שבת החודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונת אומן »

בס' גדולת מרדכי פרשת החודש (להרה"ק רבי מרדכי מאליק זי"ע) בשם הרב הקדוש והטהור מו"מ ר'ברוך ממעזיבוז חודש ישועות בו מקיפות, לשון חנוני מקיף אשר ברחמיו הגדולים הגם שפגמו ר"ל עד הנה ר"ל הוא מקיף את הישועות על להבא על המצות שיעשו בחודש הזה.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: ליקוטים וענינים על שבת החודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

אמונת אומן האט געשריבן:בס' גדולת מרדכי פרשת החודש (להרה"ק רבי מרדכי מאליק זי"ע) בשם הרב הקדוש והטהור מו"מ ר'ברוך ממעזיבוז חודש ישועות בו מקיפות, לשון חנוני מקיף אשר ברחמיו הגדולים הגם שפגמו ר"ל עד הנה ר"ל הוא מקיף את הישועות על להבא על המצות שיעשו בחודש הזה.

אין ישמח ישראל שטייט אויך די זעלבע זאך (החודש ב') בשם הרה“ק ר' איציקל ווארקער זי“ע און ער זאגט א פשוטע טעם ווייל ביי יציאת מצרים איז אויך געווען די זעלבע זאך בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה אפילו מען האט נאך דעמאלטס נישט געהאט קיין זכותים ממילא איז זיך מתעורר יעדע יאר חודש ניסן די כח (און בעצם די ווארט שטייט אין נאך כמה ספרי קודש)
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”