ליקוטים וענינים על שבת פרה

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ליקוטים וענינים על שבת פרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די דריטע פרשת פון די "ארבע פרשיות" ווערט אנגערופען "פרשת פרה". וואס אין דעם שבת ליינט מען די פרשה פון פרה אדומה, וואס שטייט אין פרשת חקת, וואו די תורה הקדושה האט באפוילען צו ברענגען א רויטע קי, זיך צו רייניגען מיט'ן אש פון דער קי, ווען דאס בית המקדש איז געשטאנען. דעריבער ווערט אנגערופען דער שבת "פרשת פרה".

מען האט מתקן געווען צו ליינען די פרשה פון פרה אדומה, כדי צו דערמאנען און צו וואוסען טוהן פאר אלע מענטשען וואס זענען טמא געווארען פון א מת, זיך צו רייניגען פון זייער טומאה, כדי ער זאל קענען מקריב זיין דאס קרבן פסח אין צייט. אויב איינער איז געווען טמא האט ער נישט געטארט מקריב זיין דעם קרבן פסח ביז ער רייניגט זיך מיט די אש פון דער פרה אדומה. דעריבער האט מען דעמאלס געליינט די פרשה פון פרה אדומה, אז מען זאל זיך דערמאנען, אז אויב מען איז טמא זאל מען זיך ריין מאכען מיט די אש פון דער פרה אדומה באצייטענס, און דורכדעם וועלען זיי אויך מעגען מקריב זיין דעם קרבן פסח.

היינטיגע צייטען ווען מען איז נישט מקריב קיין קרבן פסח, גייט דאך נישט אן דער דין פון טמא און טהור, און עס גייט נישט אן די פרשה פון פרה אדומה, דאך ליינט מען די פרשה, פאר א זכר לבית המקדש. אויך ווייל ווען דאס בית המקדש איז חרוב געווארען האט השי"ת אונז צוגעזאגט, אז מיט דעם וואס מען וועט לערנען, זאגען און ליינען אלע פרשיות פון די קרבנות, וועט השי"ת דאס רעכענען גלייך ווי מען וואלט מקריב געווען דעם קרבן. דאס זעלבע איז מיט דעם וואס מען ליינט די פרשה פון פרה אדומה רעכענט דאס השי"ת גלייך ווי מען וואלט זיך גערייניגט מיט די אש פון די פרה אדומה, אזוי ווי עס שטייט "ונשלמה פרים שפתינו".

דערמיט וואס מען ליינט די פרשה פון פרה אדומה איז מען אויך מתפלל צו השי"ת, אז ער זאל אונז שוין רייניגען מיט דעם אש פון די פרה אדומה וואס משיח צדקינו וועט מאכען במהרה בימינו אמן.

די הפטרה פון פרשת פרה איז אין יחזקאל ל"ו, ווי דער נביא זאגט נאך פון השי"ת "וזרקתי עליכם מים טהורים", ווען משיח וועט קומען וועט אונז השי"ת צוזאמען נעמען פון אלע פעלקער וואו די אידען זענען צעשפרייט אין גלות, און השי"ת וועט אויף אונז שפריצען פון דעם ריינעם וואסער און ער וועט אונז רייניגען.

דער מחבר פסק'נט אין שלחן ערוך אורח חיים סימן תרפ"ה סיעף ז' "יש אומרים שפרשת זכור ופרשת פרה אדומה חייבים לקרותם מן התורה" אז עס איז א מצוה מן התורה צו ליינען די פרשה פון פרה אדומה. זאגט אויף דעם דער מגן אברהם "לא ידענא היכא רמיזא" איך ווייס נישט וואו עס איז דא א רמז אויף דעם אין די תורה אז מען דארף ליינען פרשת פרה אדומה.

מען קען אפשר זאגען אז עס איז מרומז אין די תורה צו ליינען פרשת פרה אדומה, מיט דעם וואס עס שטייט אין פסוק (פרשת חקת) "זאת חקת התורה אשר צוה ה' לאמר", וואס "לאמר" איז טייטש אז משה רבינו זאל דאס זאגען פאר די אידען. לכאורה איז דאס ווארט "לאמר" איבריג, ווייל עס שטייט דאך גלייך ווייטער "דבר אל בני ישראל", נאר "לאמר" קומט מרמז זיין, אז השי"ת האט באפוילען זאת חקת התורה דאס איז א געזעטץ פון די תורה "לאמר" אז מען זאל ליינען די פרשה אפילו בזמן הזה, וואס מיר קענען נישט מאכען א פרה אדומה, דארף מען אויך צו ליינען די פרשה.

מען קען זאגען נאך א רמז, מיט דעם וואס עס שטייט אין פסוק (י') "והיתה לבני ישראל לחקת עולם", דרש'נט דער ספרי, אז זיך צו רייניגען מיט די אש פון פרה אדומה, דארף מען נישט קיין בית המקדש, ווייל אויך אין די צייטען פון די אמוראים האבען זיי זיך גערייניגט מיט די אש. און ביים סוף פון פרשה (פסוק כ"א) שטייט נאכאמאהל "והיתה להם לחקת עולם", וואס דאס איז לכאורה איבריג ? קען זיין אז דאס קומט מרמז זיין אז מען זאל ליינען די פרשה פון פרה אדומה, אפילו ווען מען קען זיך נישט רייניגען מיט די פרה אדומה.

מען קען זאגען נאך א רמז, מיט דעם וואס רש"י זאגט בשם ר' משה הדרשן, אז דער פרה אדומה איז געקומען מכפר זיין אויף די מעשה העגל. און מיר האבען שוין געשריבען ביי פרשת זכור אז דעריבער איז א חיוב צו ליינען פרשת זכור מן התורה, ווייל עס שטייט אין סוף פרשת כי תצא, "זכור" את אשר עשה לך עמלק וכו' תמחה את זכר עמלק מתחת השמים "לא תשכח" - אז עס שטייט שוין "לא תשכח" - ווייס איך שוין אז איך טאר נישט פארגעסען, איך דארף טראכטען אין מיין הארץ וואס עמלק האט געטוהן, פארוואס דארף די תורה נאכאמאל ארויס שרייבען "זכור" געדענק ? - פון דעם לערנען ארויס חז"ל אין מס' מגילה (דף י"ח ע"א) אז זכור איז טייטש מיט די מויל, אז מען דארף ארויס זאגען מיט די מויל, וואס עמלק האט געטוהן, און דאס וועט העלפען אז מען זאל נישט פארגעסען.

מיר געפונען אויך אין פרשת עקב (ט' פסוק ז') "זכר אל תשכח את אשר הקצפת את ה' אלקיך במדבר", געדענק - דו זאלסט נישט פארגעסען אז דו האסט דערצערענט השי"ת דיין ג-ט. שטייט דאך דא אויך א דאפעלטע לשון - "לא תשכח" ווייס איך שוין אז איך טאר נישט פארגעסען, אז איך דארף שטענדיג געדענקען וואס מיר האבען דערצערענט השי"ת מיט מאכען דעם עגל, פארוואס דארף די תורה נאכאמאהל זאגען "זכר" געדענק ?

מוז זיין, אז די תורה האט געוואלט אז מען זאל ארויס זאגען מיט'ן מויל די פרשה פון חטא העגל. נאר וויבאלד עס איז א שאנד פאר כלל ישראל צו ליינען די פרשה פון עגל, דעריבער ליינט מען עס נישט.

מען האט אבער געוואלט אז מען זאל געדענקען די מעשה העגל, דעריבער האט מען מתקן געווען צו ליינען די פרשה פון פרה אדומה, וואס דאס איז געקומען פאר א כפרה אויף די מעשה העגל אזוי ווי רש"י ברענגט בשם ר' משה הדרשן.

קומט אויס אז מיט דעם וואס מיר ליינען די פרשה פון פרה אדומה זענען מיר מקיים די מצוה פון געדענקען די מעשה העגל. איז שוין זייער פארשטענדיג פארוואס עטליכע פוסקים זאגען אז ליינען פרשת פרה אדומה איז מן התורה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויקחו אליך פרה אדומה תמימה

רש"י זאגט אז וועגען דעם האט דער קי געדארפט זיין רויט, ווייל א חטא ווערט אנגערופען "אדום" (רויט). נאך זאגט רש"י וועגען דעם האט עס געדארפט זיין תמימה, וויבאלד די אידען זענען געווען תמימים (פאר דעם חטא העגל) און זיי זענען געווארען בעלי מומין.

פרעגען אויף דעם די מפרשים, אויב מען ברענגט דער פרה אדומה פאר א זכר אויף דעם וואס די אידען האבען געזינדיגט, און וועגען דעם דארף עס זיין רויט, וועט שווער זיין פארוואס דארף עס זיין תמימים, בשעת די אידען האבען געזינדיגט זענען זיי דאך נישט געווען תמימים ?

אויך דארף מען פארשטיין, ווי אזוי קען זיין אז דער זעלבע אש וואס איז מטהר דעם מענטש פון זיין טומאה, זאל מטמא זיין דעם מענטש וואס איז מטהר דעם טמה'נע מענטש ?

מען קען דאס מסביר זיין מיט דעם וואס די גמרא זאגט אין מסכת עבודה זרה דף ד' ע"ב "אמר ריב"ל לא עשו ישראל את העגל", רבי יהושע בן לוי האט געזאגט די אידען האבען נישט געמאכט דעם עגל {ווייל זיי האבען געוואלט דינען עבודה זרה}, "אלא כדי ליתן פתחון פה לבעלי תשובה" נאר השי"ת האט אויף זיי געשטארקט דעם יצר הרע זיי זאלען מאכען דעם עגל און זיי וועלען תשובה טוהן, וועט זיי השי"ת מוחל זיין, וועלען וויסען אלע מענטשען אז ווען מען זינדיגט און מען טהוט תשובה איז השי"ת מוחל.

די גמרא זאגט אין מסכת יומא (פ"ו) אז אויב מען טוהט תשובה מיראה, ווערען אלע עבירות וואס מען האט געטוהן במזיד גערעכענט ווי א שוגג. אויב מען טוהט אבער תשובה מאהבה ווערען אלע עבירות וואס מען האט געטוהן במזיד גערעכענט ווי א מצוה. זאגט אויף דעם דער ישמח משה, אז ווען א רבים טוהן תשובה אפילו זיי טוהן נאר תשובה מיראה, דאך ווערען אלע עבירות גערעכענט ווי א מצוה, וויבאלד עס איז דא א רבים וואס טוהט תשובה, איז אין זכות פון די רבים ווערט עס גערעכענט פאר א מצוה.

קומט אויס אז נאך דעם וואס די אידען האבען תשובה געטוהן אויף די מעשה העגל איז דאך געווארען פון די עבירה א מצוה. [וויבאלד א רבים האבען תשובה געטוהן].

מיט דעם פארשטייט מען פארוואס די תורה האט פארלאנגט אז די קי זאל זיין רויט וואס דאס ווייזט אויף חטא, און עס זאל אויך זיין תמימים, אונז צו ווייזען אז די זעלבע זאך וואס איז געווען אן עבירה (רויט) קען ווערען אז עס זאל ברענגען "תמימות" - גאנצקייט (מצוות) דארך דעם וואס מען טוהט תשובה מאהבה.

נאך פאר די אידען האבען געזינדיגט ביים חטא העגל זענען זיי דאך געווען טהורים, השי"ת האט נאר געשטארקט דעם יצר הרע אויף זיי, אז זיי זאלען ווערען טמא דארך דעם עגל [לטמא טהורים] כדי די שפעטערדיגע זינדיגע (טמה'נע) מענטשען זאלען תשובה טוהן [לטהר טמאים]. קומט אויס אז די גאנצע עבירה פון חטא העגל וואס איז געווען "לטמא טהורים", איז אונז צו לערנען "לטהר טמאים".

דער פרה אדומה וואס קומט וועגען חטא העגל זאל אויך זיין גלייך צום עגל, וועגען דעם איז דער פרה אדומה אויך "מטמא טהורים", און אויך "מטהר טמאים".
(שמן ראש)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זאת חקת התורה
רש"י זאגט בשם ר' משה הדרשן, אז דער טעם פון פרה אדומה קומט מכפר זיין אויפ'ן חטא העגל.

לכאורה איז דאס שווער צו פארשטיין, ווייל די פרשה פון פרה אדומה איז דאך געזאגט געווארען אין מרה, נאך פאר דעם חטא העגל, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (פרשת בשלח ט"ו כ"ה) "שם שם לו חק ומשפט" זאגט רש"י אז מען האט דארט געלערענט מיט די אידען די דינים פון פרה אדומה. וועט שווער זיין, ווי קען מען זאגען אז דער פרה אדומה קומט מכפר זיין אויפ'ן חטא העגל.

פארקערט וועט אויך שווער זיין, ווי קען מען זאגען אז די פרשה פון פרה אדומה איז געלערענט געווארען נאך פאר דעם חטא העגל, אין מרה. עס האט דאך נישט אויסגעפעלט קיין פרה אדומה, וויבאלד ביז דעם חטא העגל איז דאך קיינער נישט געשטארבען.

מוז מען זאגען אז לעולם איז געלערענט געווארען די דינים פון פרה אדומה אין מרה, נאך פאר דעם חטא העגל, און עס איז אמת אז קיינער איז געשטארבען. נאר צוליב דעם האט מען געלערענט מיט די אידען די דינים פון פרה אדומה, אויב מען וועט אנרירען אין א טויטע גוי. {א גוי קען נאר מטמא זיין ווען מען רירט איהם אהן - אבער א גוי קען נישט מטמא זיין באהל}.

שפעטער ווען עס איז שוין געווען דער חטא העגל, און עס זענען שוין געשטארבען פון די אידען, האט מען נאכאמאהל געלערענט די דינים פון פרה אדומה, כדי צו לאזען הערען דעם דין אז א איד איז מטמא אנדערש ווי א גוי, א איד איז מטמא אויך באהל.

מיט דעם וועט פארענטפערט זיין די קשיא וואס אלע מפרשים פרעגען, ווי קען רש"י זאגען אז דער פרה אדומה קומט מכפר זיין אויפ'ן עגל, רש"י האט דאך אליינס געזאגט אז דער פרה אדומה איז א חוק "ואין לך רשות להרהר אחריה" ?

און אויך איז דא א קשיא, אין פסוק ב' שטייט "זאת חקת התורה" אז עס איז א חוק. און אין פסוק י"ד שטייט "זאת התורה" און עס שטייט נישט "חקת" ?

מוז מען זאגען אז ביז פסוק י"ד איז געזאגט געווארען אין מרה, נאך פאר דעם חטא העגל, (איז דאך נישט שייך צו זאגען דעם טעם פון ר' משה הדרשן) דעריבער שטייט "חקת".

אבער פון פסוק י"ד און ווייטער רעדט זיך פון טומאת אהל, אזוי ווי עס שטייט "אדם כי ימות באהל" מוז דאך דאס זיין נאך דעם חטא העגל, ווען אידען זענען שוין געשטארבען. {ווייל נאר א איד איז מטמא באהל}, דעריבער שטייט שוין נישט "חקת" - ווייל מען קען שוין זאגען דעם טעם פון ר' משה הדרשן.
חתם סופר
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זאת חקת התורה


רש"י זאגט, אז דער פרה אדומה איז א חק, ואין לך רשות להרהר אחריה" איז ווי קען רש"י שפעטער צו ברענגען דעם טעם פון ר' משה הדרשן אז דער פרה אדומה קומט מכפר זיין אויפ'ן חטא העגל ?

און בכלל איז שווער צו פארשטיין דעם טעם פון ר' משה הדרשן, פארוואס האט נאך אויסגעפעהלט א כפרה אויף די מעשה העגל, עס שטייט דאך אין פסוק (שמות ל"ב ל"ה) "ויגף ה' את העם על אשר עשו את העגל", אז אלע מענטשען וואס האבען געמאכט דעם עגל זענען געשטארבען אין די מגפה, איז פאר וועם האט נאך אויסגעפעהלט א כפרה ?

מוז מען זאגען אז בשעת די מגפה זענען נאר געשטארבען די וואס האבען בפועל געדינט צו דעם עגל, אבער אלע אנדערע אידען וואס האבען נאר געדינט צום עגל במחשבה, וואס ביי עבודה זרה איז דער אויבערשטער יא מצרף מחשבה רעה למעשה, איז פאר די אלע וואס האבען געדינט במחשבה האט נאך אויסגעפעלט א כפרה. איז שוין זייער פארשטענדיג דעם טעם פון ר' משה הדרשן אז דער פרה אדומה קומט מכפר זיין אויף די מעשה העגל, פאר די וואס האבען געדינט במחשבה.

דאס קען זיין פשט אין די ווערטער פון רש"י, "מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה" די גוים פרעגען פארוואס פעלט בכלל אויס א כפרה, מען האט דאך נאר געזינדיגט במחשבה, און מחשבה רעה אין הקב"ה מצרף למעשה ?

אויף דעם ענטפערט מען "גזרה היא מלפני" דאס איז א גזירה - אז - "אין לך רשות להרהר אחריה", מען טאר נישט אפילו טראכטען (מחשבה) פון דינען עבודה זרה. ווייל ביי עבודה זרה איז טראכטען פון דינען, אזוי ווי מען וואלט געדינט.

כתב סופר
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אשר לא עלה עליה עול


טאמער האט מען שוין אויף דער פרה אדומה אמאהל ארויפגעלייגט א יאך איז זי פסול.

דער פסיקתא ברענגט א מעשה, איינמאל האבען די אידישע קינדער געדארפט א פרה אדומה און זיי האבען נישט געטראפען, ענדליך האבען זיי איינס געטראפען ביי עפעס א גוי, זענען זיי צו איהם געגאנגען און האבען צו איהם געזאגט "פארקויף אונז די קי וואס דו האסט". האט דער גוי געזאגט "געבטס מיר וויפיל דאס קאסט און נעמטס ענק דער קי". וויפיל קאסט דאס שוין, א דריי פיר גילדן, מיר וועלען דיר דאס געבען, האבען זיי געזאגט צו אים.

ביז זיי זענען געגאנגען נעמען דאס געלט האט זיך דער גוי געכאפט צו וואס זיי דארפען דאס, ווען זיי זענען צוריק געקומען מיט'ן געלד האט ער זיי געזאגט, איך פארקויף נישט פאר אייך די קי. האבען זיי געזאגט אפשר ווילסטו מער געלד וועלען מיר דיר געבען וויפל דו ווילסט. און דער רשע ווי מער מען האט איהם געהעכערט דעם פרייז, האט ער נישט געוואלט. זיי האבען געזאגט מען געבט דיר פינף גולדן, האט ער נישט געוואלט. צען, צוואנציג, אזוי איז עס געגאנגען ביז טויזענט גולדן, האט ער שוין ענדליך מסכים געווען, זענען זיי געגאנגען ברענגען דאס געלד.

וואס האט דער רשע געטוהן, ער האט געזאגט צו זיין חבר א גוי קום וועל איך דיר ווייזען ווי אזוי איך וועל אויסשפילען די אידען. דאס גאנצע וואס זיי באצאלען מיר אזא פרייז איז ווייל די קי האט נאך נישט געהאט אויף זיך קיין יאך, איך וועל ארויף לייגען אויף איר א יאך זיי וועלען פון גארנישט וויסען און איך וועל זיי גוט אויסשפילען. ער האט טאקע אזוי געטוהן דער יאך איז געלעגען אויף איר אגאנצע נאכט.

דעם אנדערען טאג זענען די אידען געקומען און זיי האבען איהם געוויזען די טויזענט גאלדענע מטבעות, ער איז באלד אריינגעגאנגען, און האט אראפ גענומען דעם יאך און ארויס געברענגט דעם קי. די אידען האבען אבער געהאט צוויי סימנים אויף א קי צו וויסען אויב עס האט געהאט א יאך אדער נישט. איין סימן: עס איז דא צוויי אויפגעשטעלטע הארלעך ביים האלז, וואס נאכדעם ווי מען לייגט ארויף דעם יאך ווערען זיי איינגעבויגען. דער צווייטער סימן: קען מען דערקענען אויף די אויגן. האבען די אידען באקוקט די צוויי סימנים און זיי האבען צו איהם געזאגט, "נעם דיר דיין קי, אונז דארפען זי נישט, מיט אונז וועסטו קיין געשעפט נישט מאכען". אזוי ווי דער גוי האט געזעהן אז מען האט איהם צוריק געגעבען דעם קי און ער האט פארלוירען אזוי פיל געלד, האט ער מיט דעם זעלבען מויל וואס ער האט געשפעט פון די אידען, געזאגט: "געלויבט איז דער אויבערשטער וואס האט אויסגעוועלט דאס פאלק". און ער איז צוריק אריין אין זיין שטוב און האט זיך דערווארען. כן יאבדו כל אויביך ה'.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די תלמידים פון רבי אליעזר האבן אים געפרעגט - וואס מיינט כיבוד אב ואם ?
האט זיי רבי אליעזר געזאגט; גייט זעהן ווי דער גוי "דמה בן נתינה" פון די שטאט
אשקלון
איז מכבד זיין טאטן...! און רבי אליעזר האט דערציילט די מעשה.
אין צייטן פון צווייטן בית המקדש איז פארלוירן געווארן איין שטיין פון דעם "חושן"
האבן די חכמים געהייסן אויסרופן "ווער עס האט אזא שטיין "ישפה" זאל קומען צו די
חכמים און מען וועט אים באצאלן וויפיל ער וועט בעטן. איז געווען נאר איין גוי מיטן
נאמען "דמה בן נתינה" און ער האט געהאט אזא שטיין.
זענען די חכמים אריבער געגאנגען צו זיין הויז און אים געבעטן ער זאל זיי
פארקויפן דעם טייערן שטיין, "דמה" האט מסכים געווען דאס צו פארקויפן פאר די פרייז
פון טויזענט דינרים. איז דמה אריין געגאנגען נעמען דעם שטיין האט ער געזעהן אז זיין
טאטע שלאפט און זיינע פיס ליגן אויפן קאסטן ווי דער שטיין ליגט, איז דמה צוריק
געגאנגען צו די חכמים און געזאגט; אנטשולדיגט מיר איך קען נישט געבן דעם שטיין....
האבן די חכמים געמיינט אז ער וויל בעטן א העכערע פרייז, האבן זיי געזאגט; מיר וועלן
דיר באצאלן צען טויזענט דינרים ! אבער ער האט נישט געוואלט, און די חכמים זענען
אוועק געגאנגען פון אים.
ווען דמה'ס טאטע האט זיך אויפגעוועקט, איז דמה געגאנגען און געברענגט דעם
שטיין פאר די חכמים, האבן די חכמים אים געוואלט געבן צען טויזנט דינרים, האט דמה
געזאגט; ניין - איך דארף נישט נאר טויזענט דינרים.... ווייל איך האב עס געוואלט
פארקויפן פאר די פרייז פון טויזענט דינרים, נאר איך האב עס נישט געקענט געבן ווייל
מיין טאטע איז געשלאפן, אבער די פרייז בלייבט די אלטע, איך וויל נישט פארקויפן די
מצוה פון "כיבוד אב ואם" פאר קיין געלט ! יענע יאר האט אים דער באשעפער באצאלט
שכר, און עס איז געבוירן געווארן ביי דמה אין שטאל, א "פרה אדומה" וואס דאס איז
אינגאנצן נישט געווען צו געפונען אין יענע צייט, ווען די אידן האבן געהערט אז עס איז
דא א פרה אדומה ביי דמה בן נתינה זענען זיי געגאנגען צו אים און עס אפגעקויפט פאר
מער פון צען טויזענט דינרים. (דברים רבה פ"א ט"ו)
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

אפירגעברענגט לכבוד שבת פרה שתס"ט
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

וזרקתי עליכם מים טהורים.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

שטייט אין ירושלמי מגילה, אז די ד' פרשיות זענען ווי די ד' כוסות, דהיינו אז צווישן די ערשטע און די צווייטע קען מען מפסיק זיין, ווידער צווישן פרה און חודש קען מען נישט מפסיק זיין, פונקט ווי די כוסות ג' און ד',

לפי זה איז שבת פרה קעגן דעם כוס ג' שבסימן ברך, האט איינער אפשר א המצאה פארוואס פרשת פרה איז דומה צו ברכת המזון שבכוס ג' ???
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

פשטות
כוס ג' איז קעגן דעם בן התם, און פרה אדומה דארף זיין תמימה.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

בפשטות?
פאר א וואך נאך פורים איז דאס פשטות, תם פון די הגדה מיט תמימה פון פרה אדומה, תם תם לגז"ש.....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

נאך א בפשטות'דיגן טעם..

ביים בענטשן זאגט מען נודה לך וכו' ועל "חקיך" שהודעתנו, און און פרה אדומה איז דאך א חק בלי טעם.
אוועטאר
geek
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך geek »

אפירגעברענגט לכבוד פרשת חקת תשע"ב
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

מאיר האט געשריבן:אפירגעברענגט לכבוד שבת פרה שתס"ט

שבת פר' פרה תשע''ג
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
Elvin
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elvin »

מה פתאום האט געשריבן:נאך א בפשטות'דיגן טעם..

ביים בענטשן זאגט מען נודה לך וכו' ועל "חקיך" שהודעתנו, און און פרה אדומה איז דאך א חק בלי טעם.

גוט <:>P{ <:>P{ <:>P{ <:>P{
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

שאץ מאץ האט געשריבן: זונטאג מארטש 07, 2010 1:32 pm
שטייט אין ירושלמי מגילה, אז די ד' פרשיות זענען ווי די ד' כוסות, דהיינו אז צווישן די ערשטע און די צווייטע קען מען מפסיק זיין, ווידער צווישן פרה און חודש קען מען נישט מפסיק זיין, פונקט ווי די כוסות ג' און ד',

לפי זה איז שבת פרה קעגן דעם כוס ג' שבסימן ברך, האט איינער אפשר א המצאה פארוואס פרשת פרה איז דומה צו ברכת המזון שבכוס ג' ???
עיין בספה“ק ישמח ישראל פרשת פרה אות ג' https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=331
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”