פרשת שמיני

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

פרשת שמיני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך האב היינט געלערנט חומש רש"י אביסל, און עס איז מיר שווער געווארן א רש"י, און היות איך האב נישט געהאט צייט צו קוקן אין די מפרשים פרעג איך עס דא.

רש"י אויף די ווערטער 'קרבן העם' אין פסוק ז' זאגט: כל מקום שנאמר עגל, בן שנה הוא מכאן אתה למד.

אין דעם פסוק שטייט נישט קיין ווארט איבער קיין עגל, און אז דאס ברויך זיין א בן שנה, לכאורה גייט רש"י ארויף אויף פסוק ג' וואס דארט זאגט דער פסוק: קחו שעיר עזים לחטאת 'ועגל וכבש בני שנה' תמימים לעולה.

איז מיר שווער פארוואס זאגט עס רש"י הערשט אין פסוק ז'?
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

איך האב אויך נישט געהאט קיין צייט דערפאר האב איך געמאכט א חיפוש אין מיין תורה לייבערי און ער האט מיר אויסגעשפיגן א גור ארי' איך ברענג אראפ דעם לשון:

(2) ספר גור אריה על ויקרא פרק ט פסוק ז
ומפני שפירש רש"י "חטאתך" 'עגל בן בקר', הוסיף 'בן בקר', דמשמע דעגל בן בקר אינו סתם עגל, והוא יותר משנה, שלכך קראו "בן בקר", וסתם עגל הוא בן שנה (ר"ה י.). ולפיכך אצל עגל וכבש לא הוצרך רש"י לפרש "ועגל וכבש בני שנה" (פסוק ג) . וקשיא, דמן הכתוב משמע להפך, דהא הכתוב אמר "ועגל וכבש בני שנה", דמשמע דסתם עגל הוא יותר מבן שנה - עד שהוצרך לכתוב "ועגל וכבש בני שנה" (קושית הרא"ם), ולפיכך פירש רש"י 'כל מקום שנאמר עגל וכבש סתם בני שנה הם', ומה שכתב כאן "עגל וכבש בני שנה", אין הפירוש שיש סתם עגל וכבש שהוא יותר מבן שנה, רק כך פירושו; עגל וכבש - שהם לעולם בני שנה, ומה שכתב "בני שנה" אינו רק ביאור לעגל וכבש, שכל עגל וכבש הם בני שנה. ולפיכך אמר 'ומכאן אתה למד שסתם עגל וכבש בני שנה', דהא הכא לא צריך לפרש ולומר שיהיה בני שנה, שהרי יש לי ללמוד שהוא בן שנה מדכתיב (פסוק ב) "בן בקר" אצל עגל של אהרן, וזה בודאי יותר משנה, וממילא גבי ישראל שכתיב סתם "עגל" - הוא בן שנה, כיון דלא כתיב "בן בקר", אלא שהוא ביאור, כלומר שכל עגל וכבש בני שנה הם, ואם כן למדנו מזה בכל מקום שכתב סתם עגל וכבש - שהם בני שנה, וזה פשוט. והשתא יתורץ הקושיא, דמה ענין זה לכאן שפירש 'כל מקום שנאמר עגל וכבש בני שנה הם', דאין כאן מקומו כלל. ועוד, מנא לן שכל מקום שכתב עגל וכבש הם בני שנה, דלמא דווקא כאן דגלי, ולא בכל מקום, אלא כמו שאמרנו למעלה, ופשוט הוא:
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יישר כח לאז געמאכט.
ארשיווא
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 23, 2008 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארשיווא »

מעלת כבוד המערכת היות שקשה עלי הקריאה ביודיש האם אפשר גם הביא כמה דרושים ופרפראות ע להפרשה בלשה"ק ובפרט מספרי דרוש שלא נמצאים בהישג יד כאו"א שנדפסו בשנות ה"א ש -ת -תק' וכו' ויהיה לכם לזכות גדול יישר כח
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

מעלת כבוד הרב ארשיווא ני"ו

אין כאן מערכת מיוחד דברים כאלו, אלא צרת רבים חצי נחמה, אשר איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק, ובכך נבנה נדבך ע"ג נדבך, והוי בנין שלם.

אנא תתחיל בזה, קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא, ואם ישבע רצון הגולשים כאן ויראו תועלת בזה, אולי יוסיפו נדבכים, ויתהוה בנינים שלימים

הכ"ד הק' אלעקסיי
זעירא דמן חברייא
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זה הדבר אשר צוה ה' תעשו
לכאורה דארף מען פארשטיין, וואס האט משה רבינו נאך דא געדארפט באפעלען פאר כלל ישראל אז זיי זאלען טוהן, עס האט דאך שוין גארנישט אויסגעפעלט צו טוהן, ווייל זיי האבען דאך שוין אלעס געמאכט ? און אויך איז שווער, וואס איז דען שייך געווען פאר כלל ישראל צו טוהן, די גאנצע עבודה האט דאך געדארפט זיין דורך אהרן הכהן ?
מען קען דאס פארענטפערען, מיט דעם וואס רש"י זאגט אויף דעם פסוק "ויצאו ויברכו את העם", אז אלע זיבען טעג פון די שבעת ימי המלואים וואס משה האט אויפגעשטעלט און צענומען די משכן, האט זיך די שכינה נישט באוויזען. האבען די אידען געזאגט פאר משה, מיר האבען זיך אזוי מטריח געווען צו בויען דעם משכן, כדי די שכינה זאל רוהען צווישען אונז, אזוי וועלען מיר וואוסען אז דער אויבערשטער האט מוחל געווען אונזערע עבירה פון דעם עגל. האט משה רבינו געזאגט פאר כלל ישראל, אהרן מיין ברודער איז אסאך חשובער פון מיר, זאל אהרן טוהן די עבודה, וואס אין זיין זכות וועט די שכינה קומען רוהען צוויעשן אייך.

דאס קען זיין די כוונה פון משה רבינו, "זה הדבר", דאס וואס איך זאג פאר אייך, אז מיין ברודער איז אסאך חשובער פון מיר, "אשר צוה ה' תעשו", דאס האט דער אויבערשטער באפוילען פאר אייך צו טוהן, אז יעדער איינער זאל האלטען זיין חבר פאר אסאך חשובער פון זיך אליין, און יעדער איינער זאל זיך מבטל זיין פאר זיין חבר אזוי ווי איך טוה מיט מיין ברודער אהרן, וועט דורך דעם זיין אז "וירא אליכם כבוד ה'" וועט די שכינה רוהען צווישען אייך.
מיט דעם פארשטייט מען אויך וואס דער תרגום יונתן בן עוזיאל זאגט אויף דעם פסוק זה הדבר, "אעברו ית יצרא בישא מן לבכון", מען זאל אפטוהן דעם יצר הרע פון פארשעמען א חבר, עס שטייט נישט מען זאל אפטוהן דעם יצר הרע, ווייל די עיקר וואס דער יצר הרע וויל, מען זאל פארשעמען דעם חבר און זיך גרויס מאכען, אויף דעם האט משה רבינו געזאגט, אויב מען וויל עס זאל זיין השראת השכינה, דארף זיין פונקט פארקערט, זיך קליין מאכען און דעם חבר האלטען גרעסער פון זיך.
(דברי ישראל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זה הדבר אשר צוה ה' תעשו
אלע מפרשים פרעגען די קשיא ווי אזוי האט אהרן געקענט ברענגען א עגל פאר זיין קרבן חטאת, כדי מכפר צו זיין אויף די עגל וואס אהרן האט געמאכט, איז יעצט שווער, מיר וואוסען דאך אז "אין קטיגור נעשה סניגור" אז א קריגער קען נישט ווערען א פארטיידיגער, איז ווי אזוי האט אהרן געקענט מקריב זיין די זעלבע מין בהמה מיט וואס ער האט געטוהן די עבירה ?

צו פארענטפערן די קשיא וועלען מיר מקדים זיין א גמרא אין מסכת קידושין, די גמרא לערענט ארויס אז פונקט ווי מען קען גט'ן א פרוי מיט א שטר, אזוי אויך קען מען מקדש זיין א פרוי מיט א שטר, ווייל איך גלייך צו גט'ן א פרוי צו מקדש זיין א פרוי.
פרעגט די גמרא זאל מען אויך קענען געבען א גט מיט געלט, פונקט אזוי ווי מען קען מקדש זיין א פרוי מיט געלט ? ענטפערט די גמרא אין סניגור די פארטיידיגער, מיט וואס מען האט מקדש געווען די פרוי, נעשה קטיגור קען נישט ווערען די קריגער צו גט'ן די פרוי.

פרעגט אויף דעם די גמרא דעמאלטס ביי שטר זאל איך אויך זאגען דע זעלבע זאך, אז מען זאל נישט קענען מקדש זיין מיט א שטר ווייל אין קטיגור נעשה סניגור ?

ענטפערט די גמרא מילי דהאי שטרא לחוד ומילי דהאי שטרא לחוד, וויבאלד די ווערטער פון שטר קידושין איז גאנץ אנדערש פון די ווערטער פון א גט, ווייל אין שטר קידושין שטייט "הרי את מקודשת לי" - און אין א גט שטייט די ווערטער "הרי את מותרת לכל אדם" קומט אויס אז די צוויי שטרות זענען נישט די זעלבע זאך, איז נישט שייך צו זאגען אין קטיגור נעשה סניגור. אבער ביי געלט איז עס די זעלבע זאך סיי ביי קידושין און סיי ביי גט, מען זעהט נישט קיין חילוק אויף די געלט צו דאס איז פאר קידושין אדער פאר א גט, ממילא קען מען זאגען אין סניגור נעשה קטיגור.
דאס קען זיין פשט אין די פסוק "זה הדבר" - דאס איז די רייד - משה רבינו האט באפוילען אהרן אז ער זאל ארויס זאגען מיט זיין מויל "אשר צוה ה'" - אז ער איז מקריב דעם עגל לשם שמים, ווייל דער אויבערשטער האט אזוי באפוילען. ממילא וועט שוין נישט זיין די זעלבע ווערטער פון "אלה אלהיך ישראל" וואס מען האט געזאגט בשעת מען האט געמאכט דעם עגל, איז שוין נישט שייך צו זאגען אין קטיגור נעשה סניגור, וויבאלד עס איז שוין דא אנדערע ווערטער, פונקט ווי ביי שטר. ממילא האט אהרן שוין געקענט מקריב זיין דעם עגל פאר א קרבן חטאת.
(בני יששכר)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זה הדבר אשר צוה ה' תעשו וירא אליכם כבוד ה'
מען קען מרמז זיין דא אין פסוק די רייד פון דעם הייליגן רמ"א אנהייב שולחן ערוך , וואס זאגט אז שויתי ה' לנגדי תמיד איז א גרויסע כלל אין די תורה ווייל ווער עס שטעלט זיך פאר שטענדיג פאר זיינע אויגען אז השם יתברך איז פאר אים און זעהט אלעס וואס ער טוט און ווייסט וואס ער טראכט וועט דאך נישט זונדיגען . פונקט ווי א מענטש פירט זיך אויף זייער שיין ווען ער געפונט זיך אין פאלאץ פון דעם קעניג איז דאך א וודאי אז ווען מען ווייסט אז דער רבונו של עולם , דער מלך מלכי המלכים קוקט אויף אים שטענדיג וועט ער זיך גוט אויפפירן .

דאס זאגט דער פסוק זה הדבר אשר צוה ה' תעשו , איר זאלט טוהן וואס השי"ת הייסט, נישט טוהן קיין עבירות , איז די עצה אז וירא אליכם כבוד עס זאל זיך באווייזען צו אייך דער כבוד פון אויבערשטען איר זאלט וויסן אז השי"ת שטייט פאר אייך .
דער זעלבער ענין איז אויך מרומז אין פסוק (בראשית י"ז , א') התהלך לפני והיה תמים השי"ת האט געלערנט אברהם אבינו "התהלך" זאלסט כסדר גיין מיט די מחשבה , אז "לפני" דו שטייסט פאר מיר שויתי ה' לנגדי תמיד דעמאלט "והיה תמים" וועסט דו זיין גאנץ ערליך .
(תפארת בנים- ובעיקר הדברים כבר קדמו האור החיים הקדוש )
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וישמע משה וייטב בעניו (י-כ)
ווען אהרן הכהן האט געשוויגען ביי די מיתה פון נדב ואביהו, וואלט מען געקענט אויסטייטשען אז ער האט געשוויגען נישט ווייל ער איז דאס מקבל באהבה, נאר אפשר פון צובראכנקייט. ער איז אזוי מיואש אז ער קען נישט קאנצענטרירען זיינע מחשבות צו ענטפערן א גוטע טענה. יעצט אבער, האט משה רבינו געזעהן אז אהרן האט אזוי גוט געענפערט, און געקענט מאכען א צווישען שייד לגבי דער הלכה, נאך בעסער פון איהם, האט ער געזעהן אז ער איז בכלל נישט אינערליך פארביטערט, נאר ער איז מקבל די יסורים באהבה, "וישמע משה" אזוי ווי משה האט געזעהן אז אהרן הכהן האט אזוי גוט גע'טענה'ט, "וייטב בעיניו" איז איהם שוין געפאלען דאס שטיל שווייגען ביי דער מיתת נדת ואביהו.

(תורת משה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויאמר משה אל אהרן קרב אל המזבח (ט-ז)
לפי שהיה אהרן בוש וירא לגשת אמר לו משה למה אתה בוש לכך נבחרת (רש"י) "כל המתבייש לא במהרה הוא חוטא" איינער וואס האט די מדה פון בושה וועט קיינמאל נישט זינדיגען, ווייל אייביג וועט ער זעהן אין זיך זיינע עבירות, און אפילו גאר קליינע עבירות וועט ביי איהם זיין ווי גרויסע עבירות, און ממילא וועט אלע זיינע יארען זיין מיט תשובה. אהרן הכהן האט געהאט דער גרויסע מדה פון בושה, וועגן דעם איז ער געווארן אויסגעוועלט צו טוהן די עבודה. דאס האט איהם משה רבינו געזאגט, "למה אתה בוש, לכך נבחרת" טאקע ווייל די האסט די געוואלדיגע מדה פון בושה ביסטו דער וואס איז ראוי צו טוהן די עבודה. ווייל איינער וואס האט די מדה פון בושה וועט אייביג זיין פארנומען מיט תשובה. מיט דעם קען מען אויך פארשטיין וואס עס שטייט ווייטער אין פסוק "ויקרב אהרן אל המזבח" וויבאלד אהרן הכהן האט געהערט אז דאס איז די בעסטע מדה, האט ער זיך באלד דערנענטערט צו די מזבח, דאס הייסט ער האט כסדר געטראכט אז ער דארף גיין צו די מזבח פאר א כפרה, ווייל ער האט כסדר געטראפען און זיך חסרונות.
(נועם אלימלך)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וידבר ה' אל משה ואל אהרן לאמר אליהם (יא-א)
ווען בת פרעה האט געוואלט געבן משה רבינו גוישע מילך, האט ער נישט געוואלט טרינקען, אזוי ווי רש"י זאגט דארט, אז וויבאלד ער גייט שפעטער רעדען צו די שכינה קען ער נישט ארייננעמען און זיך א טמא'נע זאך. וועגען דעם טאהר מען נישט עסען קיין בהמות וחיות טמאות, ווייל עס שטייט אז לעתיד לבוא וועט די אייבערשטער רעדען מיט יעדע יוד, וועגען דעם זאגט די תורה "לאמר אליהם" וויבאלד די שכינה הק' וועט רעדען מיט זיי, דאס הייסט מיט אלע יודען, לעתיד לבא, וועגען דעם זאלען זיי נישט עסען קיין דבר טמא.
(קדושת לוי)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קרב אל המזבח
זאגט רש"י, אז אהרן האט זיך געשעמט און מורא געהאט נאהנט גיין צו די מזבח, האט איהם משה געזאגט, "פארוואס שעמסטו דיך" ? צו דעם ביסטו אויסגעוועהלט געווארען.

מען קען מסביר זיין די ווערטער פון רש"י, מיט דעם וואס עס שטייט אין פרשת שמות, ווען דער אויבערשטער האט געבעטען משה רבינו גיין צו פרעה, ער זאל ארויס לאזען די אידען פון מצרים, האט משה נישט געוואלט אננעמען די שליחות. האט זיך דער אויבערשטער דערצערענט אויף משה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (שמות ד' י"ד) "ויחר אף ה' במשה", און דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה, "הלא אהרן אחיך הלוי", זאגט רש"י, אז דער אויבערשטער האט אזוי געמיינט צו זאגען פאר משה, אין אמת'ן וואלט אהרן דיין ברודער געדארפט זיין א לוי, און דו משה א כהן, נאר וויבאלד דו האסט נישט געוואלט אננעמען מיין שליחות, וועסטו משה זיין דער לוי, און אהרן וועט זיין דער כהן.

זעהן מיר פון דעם, אז דורך דעם וואס משה האט נישט אנגענומען די שליחות, איז ער געשטראפט געווארען אז ער קען נישט זיין א כהן. דאס קען זיין די כוונה פון די ווערטער פון רש"י, "למה אתה בוש", פארוואס שעמסטו דיך, "לכך נבחרת", וועגען דעם ביסטו דאך אויסגעוועהלט געווארען פאר כהן, ווייל איך האב זיך געשעמט, און אויב דו וועסט זיך יעצט אויך שעמען, וועסטו אויך נישט קענען זיין דער כהן.

(שו"ת מים חיים)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קרב אל המזבח
זאגט רש"י, אז אהרן האט זיך געשעמט און מורא געהאט נאהנט גיין צו די מזבח, האט איהם משה געזאגט, "פארוואס שעמסטו דיך" ?
לכאורה דארף מען פארשטיין די ווערטער פון רש"י, ווייל קודם זאגט רש"י צוויי טעמים פארוואס אהרן האט נישט געוואלט נאהנט גיין צו די מזבח, איינס איז, ווייל ער האט זיך געשעמט, און נאך א טעם, ווייל ער האט מורא געהאט. און צום סוף פרעגט נאר משה פון אהרן "למה אתה בוש" פארוואס שעמסטו דיך, און משה דערמאנט נישט די אנדערע סיבה אז אהרן האט מורא געהאט ?

מען קען דאס פארענטפערן, מיט דעם וואס די גמרא זאגט אין מסכת ברכות (י"ב ע"ב) "כל העושה דבר עבירה ומתבייש בו", דער וואס טוט א עבירה און ער שעמט זיך דערמיט, "מוחלין לו על כל עוונותיו", איז מען איהם מוחל זיינע עבירות. זעהן מיר פון דעם אז דורך דעם וואס מען שעמט זיך מיט די עבירה, איז מען איהם מוחל.

דאס קען זיין די כוונה פון די ווערטער פון משה רבינו, אמת טאקע אהרן האט מורא געהאט נאהנט צו גיין צו די מזבח, ווייל ער האט געזינדיגט מיט מאכען דעם עגל, אבער וויבאלד משה האט געזעהן אז אהרן שעמט זיך דערמיט, איז שוין פארגעבען געווארען די עבירה פאר אהרן, האט ער דאך שוין נישט פון וואס מורא צו האבען. וועגען דעם האט משה רבינו געזאגט "לכך נבחרת", ווייל דו שעמסט דיך ביסטו אויסגעוועהלט געווארען, ווייל מען האט שוין מוחל געווען פאר דיר די עבירה פון עגל.

(אוצרות חיים)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קרב אל המזבח
זאגט רש"י לפי שהי' אהרן בוש וירא לגשת (ווייל אהרן האט זיך געשעהמט און מורא געהאט צו גענענען אמר לו משה למה אתה בוש לכך נבחרת האט אים משה געזאגט פארוואס שעהמסטו דיך? וועגען דעם ביסטו אויסגעוועהלט געווארען , איז שווער ווייל מען האט אים אויסגעוועהלט וועגען דעם דארף ער זיך שוין נישט שעמען וואס האט איינס צוטוהן מיטען צווייטען ?
נאר דער מענטש וואס האלט זיך קליין און האט א צובראכען הארץ איז זיין עבודה באוויליגט פאר'ן באשעפער, דאס האט אים משה רבינו געזאגט ווייל די שעמהסט דיך און פילסט אז די ביסט נישט ראוי צו זיין דער כהן גדול טאקע דערפאר וויל דיך השי"ת האבען פאר דעם כהן גדול.
(דגל מחנה אפרים בשם האר"י ז"ל והבעל שם טוב ז"ל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קרב אל המזבח וגו' (ט' ז')
זאגט רש"י ווייל אהרן האט זיך געשעהמט און מורא געהאט צו גענענען האט אים משה רבינו געזאגט "למה אתה בוש לכך נבחרת" פארוואס שעמהסט דו זיך , וועגין דעם ביסט דו אויסגעוועהלט געווארן די ווערטער "לכך נבחרת" דארף א ביאור.
מען קען זאגן פשט לויט ווי די גמרא זאגט (זבחים ק"ב וכ"ה בפירש"י) אויף דעם פסוק (שמות ד' , י"ד) הלא אהרן אחיך הלוי אז באמת וואלט אהרן געדארפט זיין דער לוי און משה רבינו כהן גדול נאר וויבאלד משה רבינו האט זיך אזוי פיל איינגעשפארט ביים סנה נישט צו גיין קיין מצרים האט ער פארלוירן די כהונה און אהרן איז געווארן כהן גדול און משה רבינו איז געווארן דער לוי כאטש משה רבינו האט נישט געוואלט אנעמען דאס גרויסקייט וועגין זיין גרויס ענוה פונדעסטוועגן האט ער זיך נישט געטארט איינשפארין.
יעצט, ווען אהרן האט זיך געשעהמט צו ווערין דער כהן גדול האט ער זיך אנגעהויבען איינצושפארין נישט צו זיין כהן גדול האט אים משה רבינו געזאגט , "למה אתה בוש לכך נבחרת" , דו ביסט דאך אויסגעוועהלט געווארען צו זיין כהן גדול ווייל איך האב מיך איינגעשפארט , און אפגעזאגט דאס גרויסקייט , יעצט ווילסט דו דאס זעלבע טוהן?. ממילא זאגט נישט אפ.
( פנים יפות)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בקרבי אקדש
נאך דעם וואס נדב און אביהוא זענען געשטארבען, האט משה רבינו געזאגט צו אהרן "הוא אשר דבר ה' בקרבי אקדש", איז רש"י מסביר משה האט געזאגט צו אהרן, איך האב געוואוסט אז דער אויבערשטער וועט הייליגען זיין משכן, דורך דעם וואס איינע פון זיינע באליבטע וועלען שטארבען, איך האב געמיינט אז עס וועט זיין אדער מיר אדער דיר אהרן, יעצט אבער אז איך זעה אז זיי זענען געשטארבען, זעה איך אז זיי זענען גרעסער פון מיר און פון דיר.
פרעגען אויף דעם אלע מפרשים, פון ווי ווייס איך אז נדב און אביהוא זענען גרעסער פון משה און אהרן, אפשר זענען זיי גלייך צו די גרויסקייט פון משה און אהרן ?

מען קען דאס מסביר זיין מיט דעם וואס דער פסוק זאגט (ישעי' נ"ז א') "כי מפני הרעה נאסף הצדיק" פון וועגען די שלעכטס איז אוועק גענומען געווארען דער צדיק. מען קען זאגען צוויי פשטים אין פסוק: 1) אז דער צדיק ווערט אוועק גענומען כדי צו זיין א כפרה פאר דעם דור, 2) דער צדיק ווערט אוועקגענומען כדי ער זאל נישט זעהן דאס שלעכטס וואס גייט קומען אויף דעם דור. דער חילוק צווישען ביידע פשטים איז, אויב איין צדיק שטארבט קען מען זאגען אז ער איז געשטארבען כדי מכפר צו זיין אויף זיין דור, אבער אויב מער פון איין ציק שטארבט דעמולטס מוז זיין אז דער אויבערשטער האט זיי אוועק גענומען כדי זיי זאלען נישט זעהן דאס שלעכטס וואס גייט קומען.

לויט דעם קען מען זאגען אזוי פשט אין רש"י, איך האב געמיינט אז עס וועט זיין אדער מיר אדער דיר אהרן, ווייל איך האב געמיינט אז פשט אין פסוק איז "כי מפני הרעה נאסף הצדיק" אז דער צדיק ווערט אוועק גענומען כדי צו זיין א כפרה פאר דעם דור. אבער כדי דאס שטארבען פון דעם צדיק זאל זיין א כפרה אויף זיין דור, וואלט גענוג געווען אויב איין צדיק שטארבט. יעצט אבער אז איך זעה אז צוויי צדיקים זענען געשטארבען מוז זיין אז פשט אין פסוק איז, צדיקים שטארבען זיי זאלען נישט זעהן דאס שלעכטס וואס וועט קומען, אויב אזוי וואלט ווען געדארפט אלע צדיקים פון דעם דור שטארבען. יעצט אבער אז איך זעה אז נאר נדב און אביהוא זענען געשטארבען מוז זיין אז זיי זענען גרעסער פון מיר און פון דיר.
(חנוכת התורה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יין ושכר אל תשת
ושכ"ר א"ל איז נוטריקון ואם שתה כדי רביעית אסור להתפלל תש"ת איז נוטריקון תפילת שיכור נארישקייט אויב א שכור דאווינט איז זיין דאווענען אומווערדיג, אויך איז א"ל נוטריקון אסור להורות אז אויב מען טרונקט א רביעית וויין טאר מען נישט פסק'ענען - ווען איינער איז נישט שכור ער האט נאר געטרונקען א רביעית וויין (שתוי) ער קען נאך רעדען צום קעניג איז זיין דאווענען א דאווענען ער האט יוצא געוועהן דעם חיוב תפלה תש"ת איז נוטריקון תפלת שתוי תפלה די תפלה פון דעם וואס האט זיך אנגעטרונקען איז יא א דאווענען ווייל ער איז דאך נישט שיכור.
(טור סימן צ"ט ובפרישה והבעה"ט)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יין ושכר אל תשת אתה ובנך אתך בבאכם אל אהל מועד ,
עס איז שווער פארוואס שטייט נישט שתויי יין לא יכנסו לאהל מועד לעבוד עבודה דער איסור איז דאך צו טוהן די עבודה ווען מען האט געטרונקען וויין, וואס איז דער לשון "בבואכם"? נאך איז שווער וואס מיינט אתך?
די משנה זאגט אין תענית (פ"ב מ"ו) אז די כהנים פון דעם משמר פון די וואך אבער עס איז נישט זייער טאג (נישט זייער בית אב טוט די עבודה דעם טאג) מעגען טרונקען וויין ביינאכט אבער נישט בייטאג ווייל עס קען זיין אז בייטאג וועט זיין א סאך קרבנות און דער בית אב וואס דינט יענעם טאג וועלין נישט קענען מקריב זיין אלע קרבנות , וועלען זיי רופען אנדערע כהנים פון דעם משמר ממילא קענען די אנדערע כהנים פון דעם משמר אויך נישט טרונקען וויין ווייל טאמער וועט מען זיי רופען , אבער ביינאכט וואס עס איז דא ווייניג ארביט האב איך נישט קיין מורא אז מען וועט רופען די אנדערע כהנים מעגען די כהנים פון דעם משמר יא טרונקען
דאס איז מרומז אין פסוק אז איר כהנים זאלט נישט טרונקען וויין בבואכם ווען ס'איז שייך איר (אנשי משמר) זאלט אויך קומען דאס מיינט אתך ווען עס איז מעגליך זיי זאלין ארבייטען אתך מיט דיר צו זאמען, אבער אויב זיי זענען אין א אנדערען משמר מעגין זיי יא טרונקען.
(רבינו בחיי, נחל קדומים, באר מים חיים, חתם סופר)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ראשיכם אל תפרעו
ברענגט דער בעל הטורים א מסורה צוויי מאהל דאס ווארט "תפרעו" איינמאל דא און נאכאמאל אין משלי "שמעו מוסר וחכמו ואל תפרעו" - הערטס צו מוסר וועט איר זיין קלוג, און פארשטערטס נישט פון טון די מוסר רייד, קען מען דאס פארשטיין לויט די גמ' אויפן פסוק "וידבר ד' אל משה לך רד" אז דער אייבערשטער האט געזאגט צו משה רבינו, נידער אראפ פון דיין גרויסקייט, ווייל איך האב דיר געגעבען גדולה, נאר צוליב די יודען, יעצט אז זיי האבען געזינדיגט וואס דארפסטו גרויסקייט, זעהט מען אז די גרויסע מדריגות פון די מנהיגי ישראל, ווענדט זיך אין דעם התנהגות פון די אידען, דאס זאגט דא די מסורה "שמעו מוסר וחכמו ואל תפרעו" אויב איר וועט זיך נישט שטערען פון הערען מוסר וואס איז אייך מונע פון עבירות און זיך פירען בדרך הישר, דאן זענט איר פארזיכערט אז ראשיכם אל תפרעו אז עס וועט נישט פארשטערט ווערען די גרויסע מדריגות פון די ראשי העם די מנהיגי ישראל.
ליקוטי כרם שלמה
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וישמע משה וייטב בעניו. (י כ)
ווען אהרן הכהן האט געשוויגען ביי די מיתה פון נדב ואביהו, וואלט מען געקענט אויסטייטשען אז ער האט נישט געשוויגען ווייל ער איז דאס מקבל באהבה, נאר אפשר שווייגט ער פון ביטערקייט. יעצט אבער האט משה רבינו געזעהן אז אהרן האט אזוי גוט געענפערט און ער האט געקענט מאכען א צווישען שייד לגבי דער הלכה נאך בעסער פון איהם, האט משה געזעהן אז אהרן איז בכלל נישט אינערליך פארביטערט, נאר ער איז מקבל די יסורים באהבה.
דאס זאגט דער פסוק: "וישמע משה" אזוי ווי משה האט געהערט אז אהרן הכהן האט אזוי גוט גע'טענה'ט, "וייטב בעיניו" איז איהם שוין געפאטלען דאס שטיל שווייגען ביי דער מיתת נדת ואביהו.
תורת משה
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וידבר ה' אל משה ואל אהרן לאמר אליהם. דברו אל בני ישראל לאמר זאת החיה אשר תאכלו מכל הבהמה אשר על הארץ וגו': (יא א-ב)
לכאורה זענען די ווערטער "לאמר אליהם" איבריג, ווייל עס שטייט גלייך נאכדעם "דברו אל בני ישראל לאמר" (עיין רש"י). קען מען זאגן פשט, אז מען זעט אז ווען בתיה בת פרעה האט געוואלט געבן משה רבינו צו טרינקן גוי'שע מילך, האט ער נישט געוואלט טרינקען, אזוי ווי רש"י זאגט (שמות ב ז) אז ער האט נישט געוואלט טמא מאכן זיין מויל "לפי שהיה עתיד לדבר עם השכינה". און דאס איז אויך דער טעם פארוואס מען טאר נישט עסען קיין בהמות וחיות טמאות, ווייל עס שטייט אז לעתיד לבוא וועט דער אייבערשטער רעדן מיט יעדען יוד.
מיט דעם פארשטייען מיר שוין זייער גוט אז אנהייב דער פרשה פון עסן די כשר'ע און נישט עסן די טמא'נע חיות און בהמות זאגט דער פסוק: "לאמר אליהם", אז וויבאלד די שכינה הק' וועט רעדען מיט זיי, דאס הייסט מיט אלע יודען לעתיד לבא, וועגען דעם זאלען זיי נישט עסען קיין דבר טמא.
קדושת לוי
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זאת החיה אשר תאכלו וכו' אשר על הארץ
לכאורה דארף מען פארשטיין, פארוואס דארף די תורה זאגען "אשר על הארץ", זיכער זענען די חיות און בהמות פון די ערד, ווייל אין הימעל איז נישט דא קיין חיות און בהמות ?

מען קען דאס פארענטפערן מיט דעם וואס די גמרא דערציילט אין מסכת סנהדרין (דף נ"ט ע"ב) רבי שמעון בן חלפתא איז אמאהל געגאנגען אין וועג, און עס האט איהם באגעגענט לייבען וואס האבען געברומט און זיי האבען איהם געוואלט אויף עסען, האט רבי שמעון געזאגט די פסוק (תהלים ק"ד) "הכפירים שאגים לטרף ולבקש מקל אכלם" - די לייבען ברימען נאך רויב (עסען) און בעטען פון דער אויבערשטער זייער שפייז, איז געשעהן א נס און עס איז אראפ געקומען פון הימעל צוויי גרויסע שטיקער פלייש, איין שטיק פלייש האבען די לייבען אויף געגעסען, און איין שטיק פלייש האבען זיי איבער געלאזט.

רבי שמעון האט גענומען די שטיק פלייש וואס די לייבען האבען איבער געלאזט, און אריין געברענגט אין בית המדרש. אין בית המדרש האט מען נישט געוואוסט צו די פלייש איז פון א בהמה וואס איז טמא, אדער פון א בהמה וואס איז טהור. האט רבי שמעון געזאגט, פון הימעל וועט נישט אראפ קומען אזאך וואס איז טמא, ממילא קען מען עסען די פלייש.

דאס קען זיין קומט דער פסוק מרמז זיין מיט די ווערטער "אשר על הארץ", אז נאר ביי די חיות און בהמות וואס קומען פון די ערד, דארף עס האבען די סימני טהרה אז מען זאל עס מעגען עסען. אבער די אלע חיות און בהמות וואס קומען פון די הימעל, זענען טהור - און זיי דארפען נישט האבען קיין סימני טהרה אז מען זאל זיי מעגען עסען.
(כרם הצבי)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

את הגמל כי מעלה גרה הוא
די קעמעל האט איין כשר'ן סימן, זי אז מעלה גרה, אבער זי האט נישט קיין געשפאלטענע קלויען דעריבער איז זי טמא. דאס זעלבע איז ביי די "שפן" און ביי די "ארנבת". ביי די חזיר שטייט פארקערט "ואת החזיר כי מפריס פרסה הוא" זי האט געשפאלטענע קלויען, אבער זי איז נישט מעלה גרה.
לכאורה דארף מען פארשטיין די לשון פון פסוק, דאס ווארט "כי" מיינט דאך "ווייל" – די תורה וויל זאגען אז מען טאר נישט עסען די בהמות ווייל עס האט נישט די כשר'ע סימן. אבער די תורה האט געשריבען דאס ווארט "כי" ביי די כשר'ע סימן, עס וואלט געדארפט שטיין ביי דעם נישט כשר'ע סימן, אז "ווייל" עס האט א נישט כשר'ע סימן טאר מען דאס נישט עסען. לויט ווי אזוי עס שטייט יעצט אין פסוק איז משמע "ווייל" עס האט א כשר'ע סימן טאר מען דאס נישט עסען ?
מען קען דאס מסביר זיין, א בהמה וואס האט איין כשר'ע סימן איז נאך ערגער ווי א בהמה וואס האט נישט ביידע כשר'ע סימנים, ווייל מיט דעם וואס עס האט איין כשר'ע סימן קען די בהמה אויספאפען מענטשען דורך ווייזען איהר כשר'ע סימן אז מען זאל מיינען אז זי איז גאר א כשר'ע בהמה, וואס דער אמת איז נישט אזוי. אזוי ווי דער חזיר וואס הייבט אויף שטענדיג איהרע פוס צו ווייזען איהר כשר'ע סימן כדי מען זאל מיינען אז זי איז א כשר'ע בהמה. (עיין רש"י בראשית כ"ו פסוק ל"ד ד"ה בן ארבעים שנה). דעריבער שרייבט די תורה "כי" ביי דעם כשר'ע סימן צו ווייזען אז דאס איז נאך א גרעסערע טעם פארוואס די בהמה איז נישט כשר.
און דאס זעלבע איז ביי מענטשען, א מענטש וואס איז פארדארבען אינעווייניג, און פון דרויסען גייט ער אנגעטוהן ווי אן ערליכער איד, דער מענטש איז נאך ערגער ווי א מענטש וואס מען דערקענט אויף איהם אז ער איז פארדארבען. ווייל דער מענטש וואס זעהט נאר אויס ווי אן ערליכער איד, דער קען נאך פארדארבען אסאך אנדערע מענטשען וואס מיינען אז ער איז אן ערליכער איד און זיי היטען זיך נישט אפ פון איהם. אבער ביי א מענטש וואס מען דערקענט אויף איהם אז ער איז נישט ווי עס באדארף צו זיין, פון איהם וועלען זיך אלע ערליכע אידען דערווייטערען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויהי ביום השמיני.
אין דער טאג פון הקמת המשכן איז דאך געוועהן א גרויסער שמחה אזוי ווי ביי בריאת העולם ווייל דא שטייט ויהי און ביי בריאת העולם שטייט ויהי ערב ויהי בוקר, און דאס וואס מיר ווייסן דאך אז "אין ויהי אלא לשון של צער", נאר ווייל אין יענעם טאג איז אויך נדב ואביהו נפטר געווארן איז ממילא שטייט "ויהי" א לשון פון צער.
(ילקוט שמעוני)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויקרבו וינשאם בכתנתם.
דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף נדב ואביהו אז נאך זייער מיתה זאלען זיי נישט מער פארשמעט ווערן, וועגן דעם אפי' זייער גוף איז פארברענט געווארן איז זייערע קליידער נישט פארברענט געווארן.
(ילקוט שמעוני)
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”