פרשת ויצא - יעקב אבינו גייט ארויס אדער אנטלויפט?!

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

פרשת ויצא - יעקב אבינו גייט ארויס אדער אנטלויפט?!

תגובהדורך שלום ואחדות » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 4:52 pm

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

אין די לעצטע וואכן האבן מיר בסייעתא דשמיא אויסגעשמועסט און פרובירט ריכטיג אדורך צולערנען דאס לעבן פון אברהם אבינו און דער מידה פון חסד, דערנאך דאס לעבן פון יצחק אבינו און דער מידה פון גבורה, און אט קומען מיר צו צום לעבנס געשיכטע פון יעקב אבינו און די הערליכע מידה פון תפארת. דערמיט קומען מיר צו די וואכנדיגע פרשה: וַיֵּצֵא יַעֲקֹב מִבְּאֵר שָׁבַע וַיֵּלֶךְ חָרָנָה וכו' יעקב אבינו לאָזט זיך ארויס אין וועג וכו'.

לאמיר זיך דערהייבן און כאַפן א בליק פון דער הייך אויף די ראשי פרקים פון די ענינים וואס ווערן דערמאַנט דורכאויס אונזער גאנצע פרשה:
1. וַיֵּצֵא יַעֲקֹב מִבְּאֵר שָׁבַע וַיֵּלֶךְ חָרָנָה - יעקב אבינו לאָזט זיך ארויס אין וועג, און דער באשעפער איז אים מבטיח אין חלום צו זיין מיט אים.
2. עוֹדֶנּוּ מְדַבֵּר עִמָּם וְרָחֵל בָּאָה עִם הַצֹּאן – שטייענדיג ביים ברונע טרעפט זיך יעקב מיט רחל.
3. וַיַּעֲבֹד יַעֲקֹב בְּרָחֵל שֶׁבַע שָׁנִים וַיִּהְיוּ בְעֵינָיו כְּיָמִים אֲחָדִים בְּאַהֲבָתוֹ אֹתָהּ - יעקב נעמט זיך אונטער צו אַרבעטן זיבן יאר פאַר רחל, דערנאך פאָפט אים לבן אויס און געבט אים לאה, און יעקב דארף ארבעטן פרישע זיבן יאר.
4. וַתַּהַר לֵאָה וַתֵּלֶד בֵּן וַתִּקְרָא שְׁמוֹ רְאוּבֵן וכו' - לאה, בלהה און זלפה ווערן געבענטשט מיט קינדער.
5. וַיִּזְכֹּר אֱלֹהִים אֶת רָחֵל וַיִּשְׁמַע אֵלֶיהָ אֱלֹהִים וַיִּפְתַּח אֶת רַחְמָהּ – די מאמע רחל ווערט געהאָלפן מיט א קינד, יוסף, נאך לאנגע קינדערלאזע יארן.
6. וַיֹּאמֶר יַעֲקֹב אֶל לָבָן שַׁלְּחֵנִי וְאֵלְכָה אֶל מְקוֹמִי וּלְאַרְצִי – יעקב אבינו גייט צוריק מיט זיינע משפחות קיין ארץ כנען, בשעת לבן לויפט אים נאך. דער אויבערשטער וואָרנט לבן ער זאל נישט טשעפען יעקב.
7. וְיַעֲקֹב הָלַךְ לְדַרְכּוֹ וַיִּפְגְּעוּ בוֹ מַלְאֲכֵי אֱלֹקִים – יעקב קומט אָן קיין ארץ ישראל און דאָרט באַגעגנט ער זיך מיט מלאכי אלקים.

אז מען באטראכט די וואכעדיגע פרשה פרעגט זיך עטליכע שאלות: א. די פרשה ווערט גערופן "ויצא – און ער איז ארויסגעגאנגען", לאמיר זיך אָפשטעלן און אריינטראכטן וואס איז די עומק פון דעם נאמען פון די פרשה אז די גאנצע פרשה זאל גערופן ווערן מיט דעם וואָרט? בפרט אז באופן פשוט טוט דאך יעקב אנטלויפן פון עשיו, נו וואלט דאך געדארפט שטיין א לשון פון 'ויברח'?
ב. בפשטות ווען מען בליקט אדורך די פרשה זעט אויס ווי עס רעדט פון באזונדערע געשעענישן. לאמיר זיך אבער פארטיפן און זיך פרעגן: איז פארהאן עפעס א שייכות צווישן די עניני הפרשה און אויב יא וואס איז עס?
ג. אָנהייב פרשה באגעגענען מיר זיך מיט דער באקאנטער מעשה פון יעקב אבינו'ס חלום און דער לייטער צום הימל אויף וועלכן מלאכים זענען געגאנגען ארויף און אראפ. לאמיר זיך אָפשטעלן און פרובירן אפלערנען וואס דער לייטער באדייט, און פארוואס דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו יעקב אבינו. אזוי אויך דארף מען פארשטיין פארוואס צו די אנדערע אבות האט זיך הקב"ה באוויזן מיט א בחינה פון 'וירא', און דא ביי יעקב אבינו טרעפן מיר א 'חלום'?

איידער מיר טרעטן צו צום שמועס, לאמיר באמערקן נאך איין נקודה. ווען יעקב אבינו באגעגנט זיך מיט רחל אמנו זאגט דער פסוק וַיִּשָּׂא אֶת קֹלוֹ וַיֵּבְךְּ, און רש"י (ביים צווייטן פשט) ברענגט דעם מדרש אז אליפז האט אים אלעס צוגענומען, יעקב איז געשטאנען מיט ליידיגע הענט און דעריבער האט ער געוויינט. ס'פרעגט זיך: א. וואס איז פשט פון דעם אז יעקב אבינו וויינט פונקט אין דעם מינוט וואס ער טרעפט זיך מיט מאמע רחל? ב. אז מען כאפט א בליק אין מדרש איז דאס לשון: חָזַר וְאָמַר מָה אֲנָא מוֹבֵד סִבְרִי מִן בָּרְיִי, חַס וְשָׁלוֹם, לֵית אֲנָא מוֹבֵד סִבְרִי מִן בָּרְיִי, אֶלָּא עֶזְרִי מֵעִם ה' – יעקב אבינו האט צוריקגעצויגן און געזאגט: "וואס, איך וועל פארלירן מיין האפענונג אין באשעפער? חס ושלום, איך פארליר נישט מיין אמונה אין הקב"ה, נאר מיין הילף וועט קומען פון באשעפער. פון דעם לשון 'חזר ואמר' זעט אויס ווי יעקב האט געדארפט 'צוריקציען' און ער האט קודם געהאַלטן ביים פארלירן האָפענונג. ווי פארשטענדליך דארפן מיר זיך פארטיפן ווייל ס'קען דאָך נישט זיין אז יעקב אבינו זאל האבן א ספק אין די אמונה אין באשעפער. - פארשטייט זיך אז אין יעדע אות און נקודה אין דער פרשה ליגט א אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען ניטאמאל באגרייפן, און אוודאי האבן מיר נישט קיין השגה אין די הייליגע אבות ואמהות, לאמיר אבער פרובירן אויף אונזער מדריגה - ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

ס'איז געווען א ישיבה אין מאנסי, וואס דער מגיד שיעור האט געהייסן אלע בחורים אז זיי זאלן אראפשרייבן עפעס א מוסר השכל אדער געדאנק וואס מען קען זיך לערנען יעדן צופרי גייענדיג אין ישיבה. יעדער איז אויפגעקומען מיט אַן אנדערע געדאנק, איינער האט געשריבן ווי אזוי צו זיין פארזיכטיג ביים אריבערגיין די גאס, א צווייטער האט געשריבן ווי אזוי מען דארף זיך היטן די אויגן ביים גיין אין גאס, און אזוי ווייטער.

עס זענען געווען צוויי בחורים וואס האבן געוואוינט ממש א גאס אוועק פון ישיבה. זיי זענען געגאנגען צום מגיד שיעור און געזאגט אז זיי קענען נישט טרעפן וואס צו שרייבן איבער דעם קורצן וועג צום ישיבה. דער מגיד שיעור האט זיי געזאגט ס'איז נישט פארהאן אזא זאך אז מען קען נישט טרעפן עפעס א מוסר השכל, און דערנאך האט ער צוגעלייגט אז וויבאלד זיי קומען צוזאמען קענען זיי שרייבן עפעס אינאיינעם, "אבער עס מוז זיין א גוטס" עפעס וואס האט א שייכות מיט'ן קומען אין ישיבה.

דעם נעקסטן צופרי לאָזן זיי זיך צוזאמען אויפ'ן וועג ארויס אין דעם שטילער מאנסיער גאַס, זיי קוקן זיך ארום און זעען גארנישט וואס זיי זאלן קענען באַשרייבן. ווען זיי דרייען זיך איין, באמערקן זיי א קליינע הייזקע, און ביים פאָרטש אין פאָרנט זיצט אַן עלטערער איד מיט א הדרת פנים ביי דער גמרא. דער איד האט זיי וואַרעם באַגריסט, און זיי האבן באשלאסן אויפ'ן ארט אז זיי גייען באשרייבן דעם עלטערן זקן וואס זיצט אויפ'ן פאָרטש און באגריסט זיי אזוי שיין.

נאכן טאג אין ישיבה - זענען זיי אריין אין שטוב און דערציילט פאר דעם איד און זיין עלטערע פרוי איבער זייער פראיעקט, און זיי האבן געבעטן אויב זיי קענען שמועסן מיט אים עטליכע מינוט. דער איד האט מיט א ווארעמע שמייכל מסכים געווען אבער איידער ער האט אנגעהויבן רעדן האט ער געפרעגט א פראגע. "בחורים טייערע, פארוואס האט אייך געצויגן צו קומען שמועסן מיט מיר און וועט דאס נוצן פאַר אייער פראיעקט?"

די בחורים האבן געענטפערט: "מיר האבן געזען ווי איר זיצט מיט אזא רואיגקייט אין פארטש, פארנט פון א בא'טעמ'טע הייזקע מיט א הערליכן גאָרטן, און איר לערנט גמרא הויך אויפ'ן קול מיט א קאווע אין די זייט, קינדער און אייניקלעך טוען כסדר קומען און גיין. ס'איז עפעס הערליך, ס'מאַכט א מורא'דיגע איינדרוק און מיר זענען זיכער אז איר האט אסאך וואס צו דערציילן, וואו איר האט געלערנט, וואו איר זענט אויפגעוואַקסן און אזוי ווייטער."

יעצט האט דער איד אָנגעהויבן דערציילן זיין לעבנס געשיכטע: וויסן זאלט איר אז איך בין אסאך דורכגעגאנגען אין מיין לעבן. איך בין געבוירן אין א שטעטל אין אייראפע, און אלס יונג בחור האט אויסגעבראָכן די מלחמה. אין לאַגער בין איך געווען פאר עטליכע 'לאנגע' יאר, פארלוירן מיין טאטע מאמע און גאנצע משפחה. איך בין איבערגעבליבן איינזאם אליין און צובראכן, אבער איך האב זיך געשטאַרקט און געפאָרן קיין ארץ ישראל. דארט אין ארץ ישראל זענען מיר אָנגעקומען אין א נישט ערליכע קיבוץ, און עס האט געפאָדערט אסאך מסירת נפש צו פארלאזן דעם קיבוץ כדי צו קענען בלייבן אפגעהיטן און ערליך. איך האב חתונה געהאט מיט אַן ערליכע פרוי, און מיר האבן צוזאמען אויפגעשטעלט א שטוב. אבער עס איז נישט געגאנגען אזוי גרינג. מיר האבן נישט געהאַט קיין פרנסה און פאר נאך פארשידענע סידות האבן מיר בלית ברירה זיך אריבער געצויגן קיין קאנאדא.

דער איד האט ווייטער דערציילט זיין לעבנס געשיכטע: "אין קאנאדא זענען מיר געווען א שטיק צייט, אבער דאַן האט זיך ארויסגעוויזן אז מ'קען נישט טרעפן דארטן קיין פאסיגע מוסדות פאר די קינדערלעך. האבן מיר זיך ווידער צאַמגעפאַקט די פעק און געפאָרן קיין אמעריקע, וואו מיר האבן זיך באזעצט אין די איסט סייד, שפעטער איז די אידישע געגנט אין איסט סייד צופאַלן, האבן מיר זיך אריבערגעצויגן קיין מאנסי."

דא האט זיין פרוי איבערגעהאַקט און מיט א צובראכענע שטימע דערציילט: "אינצווישן האבן מיר פארלוירן א קינד, פערל האט זי געהייסן, דאס האט אונז פארשאפט גרויס צער... אבער ברוך ה' מיר האבן זיך געשטאַרקט און מיט אמונה און בטחון זענען מיר ווייטער אנגעגאנגען און אויפגעצויגן א דור פון קינדער און אייניקלעך וועלכע גייען אין ערליכע דרכים."
האט דער איד אויסגעפירט: "איך וויל איר זאלט טאקע דאס באשרייבן. איר זעט א הערליכע בילד פון אן עלטערער איד מיט א הדרת פנים וואס זיצט און לערנט, מען ווייסט אבער נישט וויפיל מסירת נפש און יסורים מיר זענען דורך כדי צו קענען דערגרייכן דעם הערליכן בילד."

די צוויי בחורים זענען געבליבן אָן ווערטער. און מיט איידלקייט געשריבן ראשי פרקים פון דעם שמועס.
זיי האבן זיך שוין געוואלט אויפהייבן און גיין אבער דער איד האט זיי צוגערופן און מיט טרערן אין די אויגן געזאגט: "איך וויל איר זאלט צולייגן די וויכטיגע כוחות וואס האבן מיר באגלייט אלע יארן. איידער איך האב זיך געזעגנט פון מיין טאטן האט ער מיך צוגערופן און מיך געגעבן חיזוק און געזאגט, "קינד מיינס, איך בין מיט דיר, און אפילו אויב מיר וועלן זיך קיינמאל נישט טרעפן זאלסטו וויסן אז איך בין מתפלל פאר דיר און איך וועל דיר שטענדיג אינזין האבן. און איך בעט דיר אויך זאלסט טראכטן פון מיר און דאס וועט דיר באגלייטן." נאך א זאך, האט דער איד צוגעלייגט, "איר דארפט אראפשרייבן דעם גרויסן טייל פון מיין חשוב'ע אשת חיל, וואס איז געשטאנען צו מיין זייט די אלע יארן, איר קענט זיך נישט פארשטעלן וויפיל הייסע תפילות און טרערן מיר האבן צוזאמען געגאסן אז דעם הערליכן בילד וואס איר זעט ב"ה זאל צושטאנד קומען." און אזוי האבן זיך די בחורים געזעגנט פון דעם עלטערן איד, מיט א נייעם בליק אויף די לעבן פון א איד, וואס איז זיי געבליבן איינגעקריצט אין די ביינער פאר לאנגע יארן.

טייערע ברידער: די צען נסיונות פון אברהם איז אונז גאנץ באקאנט, אזוי אויך די עקידה פון יצחק דערמאנען מיר כסדר, אבער ווען ס'קומט צו יעקב אבינו רעדן מיר נישט אזויפיל איבער זיינע נסיונות און שוועריגקייטן. ווען מיר טראכטן פון יעקב אבינו קומט ארויף א בילד ווי דער הייליגער צדיק זיצט מיט די געהויבענע שבטים ארום גענומען, און סרח בת אשר שפילט מיטן פידל.

צומאל שטעלט מען זיך נישט אָפ אריינטראכטן וואספארא שווערע לעבן אונזער הייליגער טאטע יעקב איז אריבער, אבער אז מען וועט קוקן וועט מען באמערקן אז אנדערש ווי ביי אנדערע אבות איז יעקב'ס לעבן אויסגעשפרייט אויף גאנצע זיבן פרשיות. די פרשיות זענען אנגעפילט מיט די נסיונות און איבערלעבענישן וואס יעקב איז אדורך ביז ער איז אנגעקומען צום הערליכן בילד.

לאמיר כאפן א בליק אויף דאס לעבן פון יעקב אבינו. זייענדיג א ערליכע בן תורה וואס זיצט באהלה של תורה אין ישיבת שם ועבר, האט ער פלוצלינג געדארפט אנטלויפן פונדערהיים, ווייל זיין אייגענער ברודער וויל אים הרג'נען. ער לאָזט זיך ארויס אויפ'ן וועג מיט זיין פעקל האב און גוטס, און אינמיטן וועג קומט אָן אליפז און בארויבט אים אלעס. יעקב אבינו בלייבט איבער נאר מיט'ן שטעקן, ווי ער זאגט אויפ'ן וועג צוריק: כי במקלי עברתי את הירדן - א בלוטיגער ארימאַן קומענדיג פון די שטוב פון יצחק וואס איז געווען זייער רייך... אנקומענדיג קיין חרן, צו לבן, האט זיך ערשט אנגעהויבן זיינע שוועריגקייטן. צוואנציג לאַנגע יאָר האט ער געארבעט פאר דעם באטריגער און שווינדלער לבן, וועלכער האט אים אויסגענארט און אונטערגעשטעלט פיסלעך אויף טריט און שריט. ער האט אים חתונה געמאכט מיט לאה ווען ער האט געוואלט חתונה האבן מיט רחל, און ער האט אים אויסגענאַרט ביי די ארבעט, כאטש יעקב האט אריינגעארבעט אין היצן און אין קעלט, בייטאג און ביינאכט... ווען ער איז שוין ענדליך אויפ'ן וועג אהיים, לויפט אים לבן נאך און וויל אים שעדיגן. דער אויבערשטער באשיצט אים און לבן גייט צוריק, אבער דא פאלט ער אריין אין א פרישע צרה; זיין ברודער עשו נקמה נעמען אין אים. ענדליך ווען ער ווערט שוין פטור פון עשו, האט מען פארכאפט דינה אין שכם. דערנאך ווערט זיין באליבטער יוספ'ל פארלוירן פאר גאנצע איין און צוואנציג יאר - א צער וואס מען קען זיך אפילו נישט פארשטעלן.

דאס זענען פילע נסיונות וואס יעדע איינס וואלט געקענט צוברעכן א מענטש. אבער אז מען קוקט אריין אין די פסוקים זעט מען ווי יעקב אבינו האט זיך קיינמאל נישט פארלוירן, נאר אייביג זיך געפירט מיט'ן גרעסטן מאס רואיגקייט, אפילו ווען ער האט געהאנדלט מיט די ערגסטע מענטשן.

יעצט אז מען שטעלט זיך אפ באמערקט זיך אז די נסיונות פון יעקב אבינו דרייען זיך אלע ארום דעם אידישן שטוב און חינוך פון די קינדערלעך. אלעס דרייט זיך ארום דעם טאטן, דער מאמען, די ברידער, די אמהות, אליפז, יוסף, דינה. יא, דעם הערליכן בילד פון די צוועלף געטליכע שבטי קה וואס מיר רעדן און באזינגען, האט מען מיט מסירת נפש געפלאַנצט, געוואסערט און געפלעגט ביז עס איז אויסגעוואַקסן אזא הערליכער ביימל.

די הערליכע בילד פון יעקב אבינו און זיינע הייליגע קינדער וועלכע זיצן ארום אים כשתילי זתים סביב, פון וועמען גאנץ כלל ישראל איז ארויסגעקומען, פאנגט זיך נישט אָן ביי פרשת ויחי. ס'פלעכט זיך טריט ביי טריט פרשה נאך פרשה. אין די איצטיגע פרשיות האלטן מיר מיט די אינערליכע געראנגלען און שוועריגקייטן וואס יעקב איז אדורך ביז דעם ענדגילטיגן פלאן. אזוי ארום אז ווען ער איז אראפ קיין מצרים מיט די זיבעציג נפשות, זענען שוין די יסודות געווען פעסט געבויט.

ברידער ווען מיר לערנען איבער די נסיונות פרעגט זיך: אויב אזוי פון וואו האט יעקב אבינו גענומען די כוחות זיך צו פארמעסטן מיט אזעלכע שוועריגקייטן? און אט דעם ענטפער געפינען מיר באלד אנהייב פרשה. דער פסוק הייבט אָן: ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה. פרעגט דער הייליגער שפת אמת, עס וואלט געדארפט שטיין "וברח יעקב", ווייל ער איז דאך אנטלאפן פון עשו, פארוואס שטייט "ויצא", וואס קוקט אויס ווי ס'איז געווען א פשוט'ע נסיעה? ענטפערט דער שפת אמת: "אמנם הבוטח בה' באמת, מבין ויודע כי מה' מצעדי גבר, ואינו תולה שום דבר במקרה, וזה היה בחינתו של יעקב אע"ה איש תם." - "דער וואס פארזיכערט זיך באמת אין באשעפער, ווייסט און פארשטייט אז יעדע טריט קומט פון באשעפער, און ער איז נישט תולה קיין שום זאך אין א צופאל. דאס איז געווען די בחינה פון יעקב איש תם." יעקב אבינו איז נישט "אנטלאפן" פון עשו, ווייל א איד אנטלויפט נישט. ער איז געגאנגען אויפ'ן וועג וואס דער אויבערשטער האט אים צוגעפירט, און ער האט געוואוסט אז דאס איז די בעסטע פאר אים, אט אין דעם וועג ליגט באהאלטן טיפע אוצרות.

יעקב אבינו שטארקט זיך מיט אלע כוחות זיך צו מחזק זיין אין אמונה, און אויפ'ן וועג חלומ'ט ער א הייליגע חלום. א חלום איז נישט אזוי קלאר, אבער עס איז דאך א געטליכע מראה. ער זעט א לייטער און מלאכים גייען ארויף און אראפ. שרייבט דער בן איש חי: א לייטער באשטייט פון א רייע טרעפ, וואס מען קען שטעלן אויף וועלכע זייט מען וויל, און מען וועט קענען ארויפגיין. די נידריגסטע טרעפל און די העכסטע טרעפל זענען אייניג. אויב דרייט מען ארום דאס לייטער איז עס די העכסטע, ווייל ביי א איד איז נישטא אזא זאך ווי א "נידריגע" פלאץ; אדרבה, די נידריגסטע ארט קען זיין די העכסטע פלאץ. דערנאך ווען יעקב אבינו כאַפט זיך אויף פון שלאף רופט ער אויס: אכן יש ה' במקום הזה ואנכי לא ידעתי! זאגט דער דברי ישראל פון מאדזשיץ: יעקב אבינו האט געזאגט, עס איז דאך דא א באשעפער אויף דער וועלט, איז וואס האב איך מיך צו זארגן און טראכטן און וועלן פארשטיין פון וואו איך וועל לעבן און ווי אזוי איך וועל מצליח זיין אין אזא שווערן מצב. איך דארף גארנישט וויסן מער, אויסער אז איך פארלאז מיך אויפ'ן גרויסן באשעפער... יעקב אבינו האט דערהערט אז די נידריגסטע פלאץ פון א איד איז די העכסטע טרעפל, אלעס איז א חלק פון דעם הערליכן בילד וואס ווערט אויסגעמאלן, מען דארף זיך אינגאנצן פארלאזן אויף הקב"ה...

אין די ספרים הק' ווערט געברענגט אויפ'ן פסוק וַיֵּצֵא יַעֲקֹב מִבְּאֵר שָׁבַע אז באר "שבע" איז מרמז אויף דעם זיבעטן טאג פון דער וואך שבת קודש – וואס בפשטות מיינט עס אז יעקב אבינו איז ארויס פון בית המדרש וואס איז בבחינת שבת/מנוחה – וילך חרנה און זיך אריינגעלאזט אין די וועלט פון חרן. בדרך רמז קען מען צולייגן אז עס שטעלט זיך ארויס אז יעקב ארבעט צוויי מאל 'זיבן', וויבאלד לבן האט אים אויסגעפאפט, און דערנאך זענען פארהאן 'זיבן' פרשיות, אנגעפאנגען פון תולדות ביז ויחי, וואס דערציילן אונז איבער די דראמאטישע לעבן פון יעקב אבינו. כדי צו בויען דארף מען ארויסגיין פון דעם גרויסן בחינה פון שבע-שבת, וואס דאס ווייזט אויף א הויכע מדריגה, ווען אלעס איז רואיג און מען קען געניסן פון א לעבן אנגעפילט מיט רוחניות, און אריבער גיין זיבן איינמאל און נאכאמאל, ביז מען קומט צוריק צום זיבעטן פרשה פון ויחי יעקב - אט דארט איז נאכאמאל בבחינת שבת – דארט זענען מיר צוריק צום הערליכן בילד ווי יעקב זיצט מיט אלע קינדער ארום און טוט בענטשן די הייליגע שבטי קה!

דערמיט לאמיר צוריקגיין צום מדרש. ווען אליפז האט בארויבט יעקב שטייט: חָזַר וְאָמַר מָה אֲנָא מוֹבֵד סִבְרִי מִן בָּרְיִי, חַס וְשָׁלוֹם, לֵית אֲנָא מוֹבֵד סִבְרִי מִן בָּרְיִי, אֶלָּא עֶזְרִי מֵעִם ה'. ווי דערמאנט, איז שווער צו זאגן אז יעקב האט צוריקגעצויגן, ווייל ס'איז משמע אז קודם האט ער חלילה זיך נישט פארלאזט אויפ'ן באשעפער. עס זענען טאקע דא וואס נעמען ארויס דאס ווארט "חזר" צוליב דעם.

דער שם משמואל פון סאכאטשוב זאגט אבער מורא'דיגע ווערטער: דער עיקר עבודה פון אמונה איז אז ווען א מענטש טראכט אריין אין זיין מצב און ער זעט אז ס'איז זייער ביטער, "ומבין שאין לו על פי דרך הטבע שום רווח והצלה" - ער פארשטייט אז בדרך הטבע איז נישטא קיין שום וועג פאר א ישועה. פונדעסטוועגן זאגט ער נאכאמאל צו זיך: "אף שאין לי תקוה עפ"י דרך הטבע, מ"מ הנני מייחל ומקוה לתשועת ה' ובוטח בעזר השי"ת מאתו למעלה מן הטבע." - אפילו איך האב נישט קיין האפענונג בדרך הטבע, מיט דעם אלעם האָף איך און איך קוק ארויס צום ישועת ה', און איך פארזיכער זיך אז דער אויבערשטער וועט העלפן למעלה מדרך הטבע. און דאס, פירט אויס דער שם משמואל, איז א געוואלדיגע מדריגה, "כיתרון האור מן החושך", ווייל נאכ'ן אַנערקענען דעם חושך, די טונקלקייט, לייכט עס נאכאמאל אויף, און מען זאגט צו זיך מיט א שטארקייט: עזרי מעם ה' עושה שמים וארץ – בדרך רמז סֻלָּם מֻצָּב 'אַרְצָה' וְרֹאשׁוֹ מַגִּיעַ 'הַשָּׁמָיְמָה' – אט דאס זעט יעקב אבינו און אט דאס פלאנצט ער אין אונז אריין, אלעס פון א איד'ס לעבן, איעדע מינוט, איעדע קלענסטע און נידריסטע זאך איז א חלק פון דעם 'הַשָּׁמָיְמָה', אלעס איז געקניפט און געבינדן, יעדע פעולה אונזערע באלייכט וועלטן.

דערפאר איז פארשטענדליך פארוואס יעקב האט געוויינט ווען ער האט געטראפן די מאמע רחל. ווייל ווען ער האט פארלאזט זיינע עלטערנ'ס הויז, און ער איז באראבעוועט געווארן, בלייבנדיג בעירום ובחוסר כל, האט ער ערשט דעמאלטס פארשטאנען וואספארא נסיונות עס זענען פארהאן ווען עס קומט אויפצושטעלן א אידישע שטוב, און וואספארא שטארקע בטחון מען דארף האבן כדי צו קענען דורכשפרייזן די אלע שוועריגקייטן מיט א פעסטקייט. און אזוי האט זיך טאקע אנגעהויבן דאס לעבן פון יעקב אבינו, מיט אן אייזערנע בטחון אז: עזרי מעם ה'.

מיר זעען טאקע סוף פרשה אז יעקב אבינו האט זיך באגעגנט מיט אמת'ע מלאכים, שוין נישט אין חלום. ווייל נאך די לאנגע יארן ביי לבן האט ער שוין געזען מיט א קלארקייט ווי ביי יעדע שוועריגקייט האט אים דער אויבערשטער געהאלפן אויף טריט און שריט. פון דעם נידריגן מצב, שטייענדיג איינזאם אליין אויפ'ן לאנגן וועג, אָן קיין פרוטה צו דער נשמה, איז יעקב אבינו אהיימגעקומען מיט די הייליגע אמהות און די הייליגע שבטי קה. כאטש עס האט אים נאך אפגעווארט אסאך שוועריגקייטן, האט יעקב געוואוסט מיט א קלארקייט אז: עזרי מעם ה' עושה שמים וארץ.

ברידער! דאס איז די הייליגע תפלה פון ערבית וואס יעקב אבינו האט מתקן געווען. די תפלה וואס מיר דאווענען ווען ס'איז נאכט און טונקל אינדרויסן, ווען ס'זעט אויס אזוי די טאג ענדיגט זיך, אבער דער איד ווייסט אז באמת טוט זיך דעם אידישן טאג אנפאנגן פון ביינאכט ווייל אט דעמאלטס טאקע ווען ס'איז טונקל טוען מיר גרייטן און פלאֶנצן דעם ליכטיגן מארגן... ווען מיר שטעלן זיך אפ און טראכטן אריין וויפיל מינוטן האבן מיר וואס מיר באמערקן נישט די גרויסע חשיבות דערפון, נו וואס קען איך שוין אויפטוען אין אפאר מינוט? וואס וועל איך שוין מתקן זיין מיט איין מצוה'לע? 'איין' שמועס? מיט איין גוט ווארט? וואס איז שוין א חילוק?! ברידער יעדע קלענסטע זאך קען זיין די העכסטע טרעפל אונזערע, איעדע קלענסטע פעולה קען זיין דאס וואס פארבינד שמים מיט ארץ – ס'איז אלעס א חלק פון דעם גרויסן הערליכן בילד וואס מיר וועלן צום סוף זעהן, לאמיר נישט זיין נעריש און אריבער לאזן טייערע און הייליגע געלעגנהייטן וואס מיר האבן און פארגעסן אז אט 'יעצט' איז די צייט וואס מיר פלאַנצן, אט יעצט איז די צייט פון 'הזורעים בדמעה'... און טאקע ווי יעקב אבינו מיט א כסדר'דיגע חיזוק אין אמונה און בטחון, אויסשרייען צו זיך און די שטוב "אפילו איך האב נישט קיין האפענונג בדרך הטבע, מיט דעם אלעם האָף איך און איך קוק ארויס צום ישועת ה', און איך פארזיכער זיך אז דער אויבערשטער וועט העלפן למעלה מדרך הטבע", ויה"ר אז מיר וועלן טוען אונזער חלק וועלן מיר זוכה זיין צו דעם ברינה יקצורו, זעהן דעם הערליכן בילד בקרוב ממש בביאת מלך המשיח
בב"א.

לסיכום געדענק!
● דאס אידישע לעבן פלעכט זיך טריט ביי טריט, פון די אלע שוועריגקייטן און נסיונות קומט ארויס צום סוף א הערליך בילד.
● חזר ואמר עזרי מעם ה' – יעדעס מאל מען פאלט אריין אין א שווערן מצב דארף מען זיך פון פריש מחזק זיין, און דאס איז די עיקר עבודה פון בטחון.
● ויקץ יעקב – מיר דארפן זיך ערוועקן און געדענקן אז דאס איינציגסטע וואס מיר פארמאגן איז זכות אבות און די כח התפלה!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

שלום ואחדות
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

תגובהדורך שלום ואחדות » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 4:53 pm



צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט