פרשת תולדות - טיף אין אונז ליגט א קוואל!

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

פרשת תולדות - טיף אין אונז ליגט א קוואל!

תגובהדורך שלום ואחדות » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 4:29 pm

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

פרשת תולדות טוט אונז דערציילן עפעס א קליין ביסל פון דאס לעבן פון אונזער הייליגער טאטע יצחק. די פרשה הייבט זיך אן מיט די ווערטער: וְאֵלֶּה תּוֹלְדֹת יִצְחָק בֶּן אַבְרָהָם אַבְרָהָם הוֹלִיד אֶת יִצְחָק – ס'באמערקט זיך גלייך אז די ערשטע זאך וואס יצחק לערנט אונז איז - אז ווען מען קוקט אויף אים זעט מען דעם אַבְרָהָם הוֹלִיד אֶת יִצְחָק - ער איז א קינד פון אברהם אבינו.

איידער מיר לאזן זיך אריין אין די וואכעדיגע פרשה, לאמיר זיך דערהייבן און כאַפן א בליק פון דער הייך אויף די ראשי פרקים פון די ענינים וואס ווערן דערמאנט דורכאויס אונזער גאנצע פרשה:
1. וְאֵלֶּה תּוֹלְדֹת יִצְחָק בֶּן אַבְרָהָם אַבְרָהָם הוֹלִיד אֶת יִצְחָק – יצחק און רבקה בעטן פאר קינדערלעך און יעקב און עשיו ווערן געבוירן.
2. וַיָּזֶד יַעֲקֹב נָזִיד וַיָּבֹא עֵשָׂו מִן הַשָּׂדֶה וְהוּא עָיֵף – עשיו פארקויפט די בכורה פאַר יעקב ביליגערהייט, פאַר א טאָפ לינזן.
3. וַיְהִי רָעָב בָּאָרֶץ מִלְּבַד הָרָעָב הָרִאשׁוֹן אֲשֶׁר הָיָה בִּימֵי אַבְרָהָם וכו' –ס'איז דא א הונגער אין כנען, און הקב"ה זאגט פאר יצחק אז ער זאל נישט גיין קיין מצרים, און השי"ת בענטשט אים.
4. וַיַּחְפְּרוּ עַבְדֵי יִצְחָק בַּנָּחַל וַיִּמְצְאוּ שָׁם בְּאֵר מַיִם חַיִּים – די עבדים פון יצחק אבינו גראָבן קוועלער.
5. וַיְהִי כִּי זָקֵן יִצְחָק וַתִּכְהֶיןָ עֵינָיו מֵרְאֹת וַיִּקְרָא אֶת עֵשָׂו בְּנוֹ הַגָּדֹל וַיֹּאמֶר אֵלָיו בְּנִי וַיֹּאמֶר אֵלָיו הִנֵּנִי וכו' – יצחק אבינו בעט עשיו צו עסן און דערנאך באקומט יעקב די הייליגע ברכות.

אז מען באטראכט די וואכעדיגע פרשה פרעגט זיך עטליכע שאלות:
א. ווי באַקאַנט איז אברהם אבינו די הייליגע מידה פון חסד, אונזער טאטע אברהם געבט, טיילט און פאַרשפרייט ליכטיגקייט, יצחק אבינו איז די מידה פון גבורה, וואס דאס מיינט צמצום-איינגעהאַלטנקייט, יעצט ווי באקאַנט טרעפן מיר אברהם'ס חסד קלאָר אין די פרשיות אבער ווען ס'קומט צו יצחק אבינו'ס מידה פון גבורה איז עס נישט אזוי אָפען און קלאר, לאמיר זיך דערין פארטיפן?

ב. בפשטות ווען מען בליקט אדורך די פרשה זעט עס אויס ווי מען רעדט פון פאַרשידענע נקודות און פאסירונגען איבער פילע באזונדערע ענינים, לאמיר זיך פארטיפן און פרעגן: איז פארהאן עפעס א שייכות צווישן די ענינים? און אויב יא, וואס איז עס?

ג. צווישן די פילע ענינים וואס מיר טרעפן אין די פרשה איז פארהאן עפעס א מעשה מיט בארות-קוועלער. ווי נאר יצחק איז אָנגעקומען קיין גרר האבן זיך זיינע קנעכט גענומען גראָבן וואסער ברונעס, די פלשתים פאַרטראָגן עס נישט און קורץ דערנאך פאַנגט זיך אָן א גאנצע קריגעריי צווישן די לאקאלע פאַסטוכער און די פאַסטוכער פון יצחק אבינו. וַיַּעְתֵּק מִשָּׁם וַיַּחְפֹּר בְּאֵר אַחֶרֶת – יצחק האט זיך אינגאַנצן אוועקגעצויגן פון די חברה, און אויפ'ן נייעם פלאץ האט ער געגראבן אַן אנדערער ברונע, און אזוי דערציילט די תורה ווייטער פילע דעטאלן איבער די ברונעס. ס'פרעגט זיך באלד, וואס איז דער וויכטיגקייט פון די בארות אז די תורה ווידמעט אזויפיל פסוקים דערויף? איבריג צו זאָגן אז אין די פסוקים ליגט א אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען נישט קומען נאנט צו איר עומק און פארשטאנד, ווי דער הייליגע רמב"ן שרייבט אז די פרשה פון די בארות איז א דבר ענין נסתר בתוכו – גאָר א באַהאַלטענע זאך. אבער דאך וועלן מיר פרובירן אויף אונזער מדריגה בסייעתא דשמיא צוזאמען אפלערנען די פרשה און פסוקים און פרובירן ארויסנעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

ר' שמואל איז געווען א איד וועלכער איז געקומען פון דער קאמוניסטישער רוסלאנד און האט אויפגעשטעלט א ערליכע אידישע שטוב מיט קינדער און אייניקלעך אין אמעריקע. אויף דער עלטער האבן זיינע אייניקלעך געבעטן ...זיידי דערצייל אונז עפעס פון דיינע איבערלעבענישן אונטער די קאמוניסטישע נעגל וואס האט געלאָזט אויף דיר אַן השפעה... אָט איז דאס מעשה וואס ר' שמואל דערציילט:

געווען בין איך א יונגער בחור אין רוסלאנד אונטער די קאמוניסטן, ווען איך האב ליידער פארלוירן מיין טאטע און מאמע. זייענדיג א קיילעכיגער יתום'ל, האב איך זיך ארומגעדרייט איינער אליין אויף די קאלטע רוסישע גאַסן, ביז די קאמוניסטן האבן מיר אָנגעטראָפן און אריינגעשטעלט אין דער רויטן ארמיי. אין דער ארמיי האב איך ליידער פארגעסן פון אידישקייט, און אזוי צוביסלעך בין איך געפאלן מדחי אל דחי. אזוי בין איך ארומגעגאַנגען מיט די סאָלדאַטן, איך האב זיך אָנגעפאַנגען איינגעוואוינען צו דאס סאָלדאַטישן לעבנסשטייגער, און אין איעדן שטאט וואו מיר זענען אָנגעקומען פלעגן מיר אריינגיין אין סיי וועלכן געשעפט און נעמען אדער כאַפן וואס אימער מיר האבן געוואלט.

איינמאל זענען מיר אָנגעקומען אין א קליין שטעטל, מיר זענען אריין אין א בעקעריי און גענומען א גאנצע הויפן ברויט פאר זיך און פאר אלע חברים. מיר זענען ארויס פון געשעפט און אָנגעהויבן צוריקגיין צו אונזער הויפט קוואַרטיר, ווען אויפ'ן וועג באמערקט איך אַן איינגעבויגענע צובראכענע פרוי גיין אין גאַס, שטופנדיג א וועגעלע. איך האב באַלד פאַרשטאַנען אז זי איז א אידישע פרוי, און כאטש ס'איז געווען א גרויסע סכנה זיך צו אַנטפלעקן אלס א איד, האב איך איר זייער געוואָלט העלפן.

איך האב זיך פון מיינע חברים אָפגעטיילט און אָנגעהויבן גיין נעבן איר, און ווען איך בין איר אדורכגעגאנגען האב איך געכאפט א ברויט'ל און עס אין איר וועגעלע אריינגעוואָרפן. ווי נאר זי האט דאס דערזען האט זי עס געגעבן א שטופ ארויס פון דעם וועגעלע. גלייך האב איך געטראכט אז אפשר האט זי מורא פון מיר, ווי נישט בין איך געווען א רוסישע סאלדאט, האב איך עס נאכאמאל צוריק אריינגעלייגט. אבער צו מיין וואונדער האט זי עס נאכאמאל ארויסגעשטופט. איך בין געווארן זייער צוטומלט, האב איך איר געגעבן א זאג שטילערהייט פאַר דעם פרוי: "האט נישט קיין מורא, איך בין אויך א איד, איר קענט נעמען דעם ברויט."

די פרוי האט געגעבן א קוק אויף מיר און שנעל געענטפערט: "קינד מיינס, איך זע אז דו ביסט א איד. ס'איז פסח היינט, מ'טאר נישט עסן קיין ברויט."

ר' שמואל ווישט זיינע טרערן און דערציילט: הערנדיג די ווערטער בין איך געווארן אינגאנצן צוטרייסלט. די פרוי האט זיך איינגעשטעלט איר לעבן אין א סכנה, זי האט דאָך נישט געוואוסט אויב איך 'אלץ סאלדאט' בין א שפיאן פון די רעגירונג אדער עפעס גלייכן, ווי אסאך האבן ליידער געטון אין יענע צייט. זי האט מיר געקוקט אין די אויגן אריין און מיט די גרעסטע תמימות גערעדט ווערטער גלייך צום נשמה, די ווערטער האבן מיר אזוי אויפגעשאקלט, אז זייט דעמאלט האב איך אנגעהויבן נאכגיין די ימים טובים און קוקן אויפ'ן לוח ווען עס איז א אידישער יום טוב. זייענדיג אין מיליטער האב איך נישט געקענט צופיל אפהיטן, אבער אויףף דער מינוט וואס מיר זענען ארויס פון מיליטער, האב איך זיך צוריקגעקערט צו אידישקייט און אויפגעשטעלט א הערליכע אידישע שטוב, אלעס א דאנק די אידישע פרוי וואס האט גענומען די קוראזש צו זאגן פאר עפעס א אידישן סאלדאט, פארווארפן אין א רוסישער שטעטל, אז ס'איז פסח היינט!
די אידישע פרוי האט נישט מורא געהאט פון דעם אוניפארם פונעם סאלדאט און זיינע מונדירן, זי האט אריינגעקוקט אין זיין אידישע נשמה, און אנגעצינדן דעם פינק, און אזוי האט זי צוריקגעברענגט א לעכטיגע אידישע נשמה צו אידישקייט.

טייערע ברידער! מיר אלע דרייען זיך אָפטמאל ארום מיט אוניפארמען. מיר קוקן נישט אויס ווי רוסישע סאלדאטן, מיט הויכע שטיוול און מיליטערישע מאנטלען, אבער יעדער מענטש טראָגט אויף זיך א געוויסע אוניפארם וואס שטעלט אים אריין אין א געוויסע קאטעגאריע, און פסק'נט אפ וואספארא סארט מענטש אדער קינד ער איז. דער אוניפארם איז באזירט אויף חיצוניות; פון וועלכע משפחה מען קומט, אין וועלכע קהילה מען באלאנגט, וואספארא סארט כשרונות מען האט, וויפיל געלט מען פארמאגט, און אזוי ווייטער. אסאך מאל קען מען ווערן אזוי אריינגעטון אין דעם אוניפארם אז מיר פארגעסן אז אונטער די "מונדירן" באהאלט זיך א לעכטיגע אידישע נשמה וואס מען קען אויפוועקן מיט איין ווארט אין די ריכטיגע צייט.
צומאל ווערן מיר אזוי אריינגעטון אין דער חיצוניות'דיגער בילד מיט וועלכע מיר באצייכענען זיך, אז מיר פארגעסן די אויסטערלישע כוחות עצומות וואס מיר פארמאגן אינעווייניג… אינעווייניג... טיף אין אונזער עקזיסטענץ איז פארהאן א געוואלדיגע אוצר, א קוואל פון פרישע וואסער וועלכע קען שטילן דעם דארשט פון טויזנטער מענטשן; מען דארף עס נאר אויפגראבן כדי דער קוואל זאל אנהייבן פליסן מיט פרישע, ריינע וואסער.

אין מדרש (ב"ר ס"א) געפינען מיר: ובמושב לצים - זה אבימלך. אבימלך און זיין פאלק, די פלשתים, רעפרעזענטירן די מידה פון ליצנות. אז מען הערט דאס ווארט 'ליצנות' קומט ארויף אין קאפ בילד פון א בדחן וואס שטעלט זיך מאכן וויצן. אבער דאס איז נישט ליצנות; דאס איז בדחנות וואס מאכט פרייליך מענטשן. ליצנות איז נישט דווקא וויצן, נאר עס באדייט 'אוועקמאכן'. דער רד"ק שרייבט אויפ'ן פסוק ובמושב לצים לא ישב (תהלים א א): הלצים הם ערומים בדעת לרעה, ומתגאים ומדברים רעות על בני אדם, ונותנים דופי בהם ומגלים סוד זה לזה - "די לצים זענען קלוג אויף שלעכטס, זיי האלטן זיך גרויס און זיי רעדן שלעכטס אויף מענטשן, זיי בארעדן אנדערע און אנטפלעקן יענעם'ס סודות." ווען יצחק אבינו שטעלט זיך גראָבן א קוואַל, קומען די פלשתים און מאכן ליצנות. זיי מאכן אים אוועק און זיי פאַרשטאָפן זיינע קוועלער. זיי קענען נישט פארנעמען דעם געדאנק אז דער הייליגער יצחק גראָבט טיף און זוכט אויף די אינערליכע 'נשמה' פון יעדע זאך און טוט עס אויסגלאנצן און אויסארבעטן אזוי אז עס זאל ווערן א פרישע קוואל מים חיים, און דערפאר האט יצחק געמוזט אוועקגיין פון זייער געזעלשאפט.

די מידה פון גבורה קוקט אויס ווי א שטרענגע מידה, ס'איז "שטארקייט". אבער באמת טראגט די מידה פון גבורה סאך א טיפערע באדייט. חסד מיינט אז מען שפרייט זיך אויס און מען איז משפיע אויף איבעראל; גבורה באדייט אז מען איז זיך מצמצום - מען טוט זיך קאנצענטרירט זיך אויף איין ארט און מען זוכט אויף די טיפע, באהאלטענע שטראלן וואס באהאלטן זיך דארטן און מען לייכט עס אויף. דער נאטור פון דעם מענטש איז צו ווערן צוגעצויגן צו חיצונית. אז עפעס קוקט אויס שיין און גלאנציג פונדרויסן, ווערט מען צוגעצויגן דערצו. ליצנות איז אויך א חיצוניות'דיגע וועג פון אנקוקן א מענטש. מען נעמט איין פעלער פון א מענטש און מען בלאזט עס אויף און דערמיט מאכט מען אוועק דעם מענטש. די מידה פון יצחק אבינו איז "גבורה", זיך נישט דערשרעקן פון די דרויסנדיגע שוועריגקייטן, נאר קאנצענטרירן אלע כוחות אריינצוטראכטן אין אַן ענין, זיך פארטיפן און ארויסנעמען די אינערליכע נשמה וואס איז באהאלטן אין דער גאנצער בריאה.

יצחק אבינו האט געלעבט און געגלייבט אז אונטער די האַרטע ערד באהאלט זיך א פיינע קוואל פון מחיה'דיגע קאלטע וואסער, ער האט געגראבן איין מאל און נאכאמאל. אפילו ווען ער האט שוין ענדליך געטראפן וואסער, האבן די פלשתים, די ליצני הדור, ווידער פארשטאפט דעם קוואל. אבער יצחק האט זיך נישט דערשראקן, ער האט ווידער גענומען דעם שאָוול אין דער האנט און נאכאמאל געגראבן, ביז ער האט מצליח געווען אויף אן אויסטערלישער פארנעם.

די גאנצע פרשה דרייט זיך ארום די צוויי קינדער פון יצחק: יעקב און עשיו. אין די ספרים הקדושים טרעפן מיר אז עשיו איז נישט געווען א פשוט'ער שייגעץ, מיר זעען אפילו אין דער פרשה אז יצחק האט געגעסן פון זיינע פלייש. דאס מיינט אז דער הייליגער צדיק יצחק אבינו האט זיך פארלאזט אויף די שחיטה פון עשיו. אזוי אויך טרעפן מיר אז ווען יעקב האט אויסגעכאפט די ברכות, האט עשיו געשריגן מיט יאמערליכע קולות. נו, וואס טוט זיך דא מיט דעם קינד? איז ער אַן 'עשיו' אדער נישט? דער תירוץ איז פשוט. עשיו איז טאקע א קינד פון יצחק אבינו, ער ווייסט וואס עס מיינט צו זיין אַן ערליכער איד, אבער ווען עס קומט א נסיון, ער איז אויסגעהונגערט און די תאוה ברענט, פאלט ער דורך און ער ווערט אַן עשיו.

יצחק אבינו האט פארמאגט די הייליגע מידה פון גבורה. דווקא די מידה האט ער גענוצט כדי אריינצוקוקן אין עשיו און זען וואס דארט טוט זיך. ער האט געוואוסט מיט א קלארקייט אז דער הייליגער יעקב אבינו וועט אויסוואקסן אזוי אויך, אבער עשיו האט געדארפט א באזונדערע שפראך וואס נאר יצחק האט פארשטאנען דערצו, א שפראך פון אריינקוקן אין זיין טיפקייט, א שפראך פון וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו...

ברידער! דא ווערט דאך אבער שווער, למעשה איז דאך עשיו אוועקגעפאלן און ער איז געבליבן עשיו הרשע? קען דען זיין אז די אלע כוחות פון יצחק אבינו זענען חלילה געגאנגען לאיבוד? דער שפת אמת שרייבט דערויף מורא'דיגע ווערטער. ער זאגט אז דורך דעם וואס יצחק אבינו האט זיך אָנגעשטרענגט און פרובירט צו מקרב זיין עשיו צו די קדושה, איז דער כח אריבערגעגאנגען צו יעקב אבינו, און אפילו א אידיש קינד איז גענצליך דערווייטערט פון די קדושה, וועט אים ביישטיין דער כח פון יצחק אבינו אז אפילו אין דעם וויסטן און טונקעלן פלאץ זאל ער טרעפן די ליכטיגקייט.

אבער באמת גייט עס א טריט ווייטער. דער הייליגער מאור עינים ברענגט פונעם אר"י הק' אז עשו האט פארמאגט אין זיך די נשמה פון דעם גרויסן תנא, רבי עקיבא, און דאס האט יצחק געזען און אים מקרב געווען, אזוי אז שפעטער איז ארויסגעקומען פון די אייניקלעך פון עשיו הרשע די גרויסע תנאים, רבי עקיבא, רבי מאיר, און שמעיה ואבטליון, וועלכע האבן געשטאמט פון גרים.

דער הייליגער איזשביצער לייגט צו אין מי השילוח א מבהיל'דיגע נקודה. ער שרייבט: "בכל עת שהביט יצחק על עשיו והוטב בעיניו, מזה נצמח שיצא ממנו נשמת גרים" - יעדעס מאל וואס יצחק האט זיך איינגעקוקט אויף עשיו און געזען דאס גוטס אין אים, האט דאס געברענגט אז עס זאל ארויסקומען פון עשיו די נשמות פון גרים. אין אנדערע ווערטער, יעדעס מאל וואס יצחק האט געקוקט אויף דעם שוואַכן זון, דעם עשיו, און געזען עפעס גוטס אין אים, האט דאס געלאזט א געוואלדיגע השפעה אויף אים, און טויזענטער יארן שפעטער זענען ארויסגעקומען פון אים אזעלכע גרויסע אורות, די נשמות פון הייליגע תנאים וואס מיר קענען נישט משיג זיין ווי גרויס זיי זענען געווען - דאס איז אלס געקומען א דאנק די 'גוטע בליקן' וואס יצחק האט געשאנקען אין עשיו'ס ריכטונג.

מיר זעען טאקע אז דער הייליגער תנא רבי עקיבא לערנט אונז: אַשְׁרֵיכֶם יִשְׂרָאֵל לִפְנֵי מִי אַתֶּם מִטַּהֲרִין וּמִי מְטַהֵר אֶתְכֶם אֲבִיכֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם... מַה מִּקְוֶה מְטַהֵר אֶת הַטְּמֵאִים אַף הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל. רבי עקיבא לערנט אז יעדער מענטש איז א קוואל וועלכער קען אנהייבן שפרודלען און רינען ווען מיר ווערן גערייניגט דורכ'ן באשעפער.

דערמיט קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה:
1. וְאֵלֶּה תּוֹלְדֹת יִצְחָק בֶּן אַבְרָהָם אַבְרָהָם הוֹלִיד אֶת יִצְחָק – יצחק און רבקה בעטן פאר קינדערלעך, און יעקב און עשיו ווערן געבוירן. יעקב איז אַן ערליכער און עשיו איז אַן איש יודע ציד, ער דרייט זיך אין פעלד... יצחק האט ליב עשיו – ער זיכט און פלאַנצט אריין אין אים קדושה ווי פריער געשמועסט.
2. וַיָּזֶד יַעֲקֹב נָזִיד וַיָּבֹא עֵשָׂו מִן הַשָּׂדֶה וְהוּא עָיֵף – מכירת הבכורה – עשיו פארקויפט פאר יעקב די בכורה. די תורה ווייזט אונז די מידה פון עשיו, ווי ער ווערט פארלוירן און פאלט אריין אין די הענט פון יצר הרע ווען עס קומט א שווערע מינוט.
3. וַיְהִי רָעָב בָּאָרֶץ מִלְּבַד הָרָעָב הָרִאשׁוֹן אֲשֶׁר הָיָה בִּימֵי אַבְרָהָם וכו' – ס'איז א פארהאן א הונגער, ס'איז אלעס אויסגעטרוקנט, אבער דער אויבערשטער זאגט אָן פאר יצחק ער זאל בלייבן אויף זיין ארט און טרעפן די ברכה ביי זיך, ווייל דאס איז מידת הגבורה אז דא אין דעם פלאץ טיף באהאלטן ליגט ברכה.
4. וַיַּחְפְּרוּ עַבְדֵי יִצְחָק בַּנָּחַל וַיִּמְצְאוּ שָׁם בְּאֵר מַיִם חַיִּים – די עבדים פון יצחק אבינו גראבן קוועלער, מען גראבט און מען גראבט ביז מען טרעפט פרישע קוואל וואסער.
5. וַיְהִי כִּי זָקֵן יִצְחָק וַתִּכְהֶיןָ עֵינָיו מֵרְאֹת וַיִּקְרָא אֶת עֵשָׂו בְּנוֹ הַגָּדֹל וַיֹּאמֶר אֵלָיו בְּנִי וַיֹּאמֶר אֵלָיו הִנֵּנִי וכו' – יצחק אבינו אויף די עלטערע יארן זענען שוין זיינע פיזישע אויגן געווען שוואך,

אבער זיינע רוחניות'דיגע הימלישע אויגן האבן געזען מסוף העולם ועד סופו. און אין אזא מדריגה האט ער געזען ממש בלויז גוטס אויף עשיו, און ער האט אים געוואלט בענטשן. די ברכה איז טאקע אריבער צו יעקב אבינו, און א דאנק דעם קענען מיר אלע אויפזוכן דעם הייליגן פינק אין דער פינסטערניש, אבער אפילו אויף עשיו האט דאס געלאזט א געוואלדיגע השפעה.
מעשה אבות סימן לבנים... די תוה"ק לערנט אונז ווי אזוי מען דארף זיך אויפפירן ווען מען האנדלט מיט א טרוקענער, הארטער באדן, סיי ביי זיך און סיי ביי א צווייטן. די עצה איז צו גראָבן און גראָבן און נישט אויפגעבן, ביז מען טרעפט דעם קוואל, און זיך נישט דערשרעקן פון לצים און ציניקער וואס מאכן אלעס אוועק און פארשטאפן קוועלער. ווייל מיר גלייבן באמונה שלימה אז אונטער די זאמד און שטיינער באהאלט זיך א שפרודלדיגער קוואל פון אהבה און יצירה, א קוואל וואס פארמאגט כוחות עצומות, א קוואל וואס איז פיל מיט קדושה און טהרה ריינע מים חיים, יא ברידער מיר אלע פארמאגן דעם קוואל.

מיר וועלן ענדיגן מיט א מעשה פון א כלי ראשון. א יונגערמאן וועלכער איז היינט פון די חשוב'ע מרביצי התורה און תלמידי חכמים האט דערציילט אַן אינטערעסאנטע געשיכטע. אלס בחור איז ער געווען זייער א דורכשניטליכער בחור, וועלכער האט זיך בכלל נישט אויסגעצייכנט. אבער ער האט געהאט איין מגיד שיעור וועלכער האט אים כסדר מחזק געווען און געשטיצט מיט ווארעמע ווערטער. ווען ער איז געווארן א חתן, האט זיין פאטער געלאדנט דעם מגיד שיעור צו דער שבת'דיגער סעודה.

ביים סעודה האט דער מגיד שיעור זיך אויפגעשטעלט רעדן און געזאגט: "רבותי, דא זיצן די נאנטע בני המשפחה פונעם חתן, די געשוויסטער און די עלטערן און אנדערע קרובים. דער מציאות אז ביי א משפחה מיטגליד איז אסאך מאל שווער צו זען זיינע אינערליכע מעלות און כוחות. דערפאר וויל איך זאגן אז אלס מגיד שיעור, א דרויסנדיגער, זע איך אז אונזער חתן פארמאגט געוואלדיגע כוחות, און איין טאג וועט ער זיין א מרביץ תורה."

דער יונגערמאן פארציילט: בשעת איך האב דאס געהערט האב איך געטראכט אז דער מגיד שיעור איז אינגאנצן פאַרפאָרן פון ענין. ס'איז נישט מעגליך אז איך זאל אמאל אויסוואקסן א מרביץ תורה. אבער פון דער אנדערער זייט האט מיך עס געגעבן א מורא'דיגע שטופ און חיזוק. קוק, איינער גלייבט אין מיר, איינער האלט אז איך האב עפעס און איך קען!

טייערע ברידער! ווען מיר גלייבן און לעבן טיפקייט, ווען מיר לעבן מידת הגבורה וואס דאס מיינט מיר זענען זיך מצמצום די אויגן - מיר קוקן נישט רעכטס און ליקס נאר טיף אריין אין זיך. מיר טוען איינערקענען און גראָבן פאר דעם אינערליכן קוואל, ווערט דאס פלוצלינג א איד'ס אויגן און ווען ס'קומט צו א צווייטן, ווען ס'קומט צו אונזערע קינדער האבן מיר אט די זעלבע אויגן, מיר קוקן מיט א בליק וואס זאגט "איך ווייס און גלייב אז דו קענסט, איך בין זיכער אז דו וועסט מצליח זיין יא קינד מיינס די פארמאגטס א קוואל, פאנג אָן גראָבן און באלד וועט זיך גיסן, און יא צומאל ווען מען גראבט ווערט מען שמוציג, צומאל קלאפט מען אריין און א שטיין אבער ווען דער איד ווייסט אז צום סוף וועלן מיר אָנקומען צום קוואל שטעלט מען זיך נישט אָפ, מען גראָבט און גראָבט טיפער און טיפער".

שטייענדיג יעצט חודש כסלו, דער חודש ווען מיר צינדן אָן די הייליגע חנוכה ליכט, יא אין דעם קאַלטן, ווינטערדיגן פינסטערניש זיכן מיר דעם ליכטל פון חיזוק וואס קען אויפלעבן א מענטש און אויפגראָבן דעם הערליכן קוואל - אט דאס איז די אמת'ע מידת גבורה פון יצחק אבינו. ויה"ר אז מיר זאלן זוכה זיין כאטש אביסל אויפצומאכן אונזערע אויגן און באמערקן די קוואל מים חיים וואס ליגט אין אונז – אין אונזערע קינדערליך עדי נזכה צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• יעדער פון אונז פארמאגט א קוואַל פון מים חיים.
• נישט קוקן חיצוניות'דיג, נאר גראָבן און גראָבן טיף אינעווייניג אינעם נשמה.
• אויף אונז און אונזערע קינדער ליגט די עבודה פון זעהן פנימיות, קוקן אויף אנדערע 'מיט א טיפערן בליק'...

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
לעצט פאראכטן דורך שלום ואחדות אום דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 7:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

תגובהדורך שלום ואחדות » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 4:29 pm



צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo און 4 געסט