פרשת וירא - אונזער די. ען. עי. א טאטע א שטיק חסד!

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

פרשת וירא - אונזער די. ען. עי. א טאטע א שטיק חסד!

תגובהדורך שלום ואחדות » פרייטאג נובעמבער 15, 2019 12:03 am

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אין א המשך צו אונזער לעצטע וואכעדיגע שמועס, ווי מיר האבן בסייעתא דשמיא אזוי קלאר געזעהן דעם מעשה אבות סימן לבנים, ווי מיט איעדע טריט און שריט טוט אונזער באליבטע טאטע צוגרייטן און אויסטרעטן דעם וועג פאַר אונז זיינע טייערע קינדערלעך, מיר האבן באמערקט אז כמעט איעדע נסיון וואס מיר גייען טעגליך אריבער איז אונזער טאטע פאַר אונז אריבער געגאנען און דערמיט געטוען משפיע זיין כוחות אז מיר זאלן קענען ביישטיין און איבערקומען איעדע שוועריגקייט.

דערמיט קומען מיר צו אונזער פרשה, און מיר זענען ממשיך לערנען וואס מיינט זיין א טאטע און וואס איז דער עיקר עבודה וואס אונזער טאטע פלאַנצט אין אונז אריין, לאמיר זיך דערהייבן און כאפן א בליק פון דער הייעך אויף די ראשי פרקים פון די ענינים וואס ווערן דערמאנט אין אונזער גאנצע פרשה:

א. וַיֵּרָא אֵלָיו ה' בְּאֵלֹנֵי מַמְרֵא – הקב"ה באווייזט זיך צו אברהם אבינו, דערנאך די באזוך פון די מלאכים ביי אברהם אין שטוב.
ב. וַיֹּאמֶר שׁוֹב אָשׁוּב אֵלֶיךָ כָּעֵת חַיָּה וְהִנֵּה בֵן לְשָׂרָה אִשְׁתֶּךָ - די פרייליכע בשורה אז אט וועלן זיי זוכה זיין צו א קינד 'יצחק'.
ג. וַיֹּאמֶר ה' זַעֲקַת סְדֹם וַעֲמֹרָה כִּי רָבָּה וְחַטָּאתָם כִּי כָבְדָה מְאֹד – די מעשה מיט סדום, אברהם בעט זיך ביי הקב"ה בזכות פון צדיקים, לוט ווערט געראטעוועט און אזוי ווייטער.
ד. וַיִּשְׁלַח אֲבִימֶלֶךְ מֶלֶךְ גְּרָר וַיִּקַּח אֶת שָׂרָה - דער קעניג אבימלך פאַרכאַפט שרה אמנו.
ה. וַתֹּאמֶר לְאַבְרָהָם גָּרֵשׁ הָאָמָה הַזֹּאת וְאֶת בְּנָהּ – די פאַרטרייבונג פון הגר און ישמעאל, דער מלאך ראטעוועט ישמעאל.
ו. וַיְהִי אַחַר הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה וְהָאֱלֹהִים נִסָּה אֶת אַבְרָהָם וַיֹּאמֶר אֵלָיו אַבְרָהָם וַיֹּאמֶר הִנֵּנִי – די געוואלדיגע אומבאשרייבליכע נסיון פון דער עקידת יצחק.

אז מען באטראכט די וואכעדיגע פרשה פרעגט זיך: א. באופן פשוט זעהן די אלע ענינים פון אונזער פרשה אויס ווי באזונדערע נקודות אדער געשעהנישן, פרעגט זיך: איז פארהאן עפעס א טיפע שייכות צווישן די אלע און אויב יא לאמיר זיך פארטיפן דערין. ב. ס'איז איבריג צו זאגן אז איעדע אות און ווארט אין די תוה"ק איז קודש קדשים און דארף ווערן ריכטיג אָפגעלערנט און דערפאר טרעפן מיר טאקע אז בדרך כלל איז די תוה"ק גאר צום נקודה און קורץ - אבער פלוצלינג דא ביי דעם באזוך פון די מלאכים ביי אברהם אין שטוב געפינען מיר עפעס א אויסטערלישע אריכות הלשון, די פסוק גייט אריין אין א לענגערע שמועס איבער אלעס וואס האט זיך דארט אפגעשפילט ..וַיָּרָץ לִקְרָאתָם ..וַיְמַהֵר אַבְרָהָם ..וְאֶל הַבָּקָר רָץ אַבְרָהָם ..וַיִּקַּח בֶּן בָּקָר רַךְ וָטוֹב ..וַיְמַהֵר לַעֲשׂוֹת אֹתוֹ וכו'? די זעלבע שאלה פרעגט זיך אביסל שפעטער אין די פרשה ביי די מעשה מיט סדום, אברהם בעט זיך ביי השי"ת ..הַאַף תִּסְפֶּה צַדִּיק עִם רָשָׁע ..אוּלַי יֵשׁ חֲמִשִּׁים צַדִּיקִם ..אוּלַי יִמָּצְאוּן שָׁם שְׁלשִׁים וכו' אונזער טאטע אברהם האט געלעבט און געטוען חסד, געדאווענט און איינגעריסן פאר די וועלט זיין גאנץ לעבן ביז אהער, פארוואס עפעס דוקא דא אין אונזער פרשה פארציילט עס אונז די תוה"ק מיט אלע פונקטליכע דיטאלן? און אזוי פרעגט זיך פיל נאך, לאמיר זיך פארטיפן און ריכטיג אפלערנען די פרשה, פארשטייט זיך אז איעדע אות און נקודה אין די פרשה האט א אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען נישט קומען נאנט צו איר עומק און פארשטאנד, לאמיר אבער פרובירן אויף אונזער מדריגה ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

ברידער טייערע ליינט א מעשה וואס האט ווירקליך פאסירט אין א חשובע תלמוד תורה אין ניו יארק. - דארט אין יענעם חדר איז געווען איינגעפירט אז איעדן פרייטאג אויפן וועג אהיים פון חדר פלעגן די קינדערלעך איינקויפן בלומען לכבוד שבת און דערמיט געטוען אויסגיסן זייער געפילן פאר זייער עלטערן פאר זייער איבערגעגבנקייט במשך דעם וואָך, אזוי איז עס אָנגעגאנען פאַר יארן ביז יענעם פרייטאג.
געווען איז דאס פרייטאג ערב חנוכה - ר' הערשל דער בלומען סוחר זיצט ווי געווענדליך פאָרענט פון די תלמוד תורה ארום גענומען מיט זיינע קעסטעלעך אָנגעפילט מיט הערליכע בלומען אלעס איז שוין גרייט לכבוד שבת קודש, אין האַנט האַלט ער זיין קליינע משניות און אזוי בעט ער השי"ת אז ער זאל מצליח זיין אלעס צו פארקויפן צו קענען ברענגן פרנסה אין שטוב.

אזוי זיצנדיג דארט באמערקט ר' הערשל ווי איינע פון די עלטערע קינדער זלמי שאלאמאן שטייט פון דער ווייטענס און קוקט אויף די קעסטעלעך מיט בלומען דערנאך קוקט זלמי צום הויפט אריינגאנג פון חדר - עפעס אהער און אהין... זלמי קומט אביסל נענטער און דערנאך לויפט ער צוריק אוועק... פאר ר' הערשל האט עס עפעס נישט גוט אויסגעזעהן און ער האט זיך אויפגעשטעלט האבנדיג א שפיר אז אפשר ווילן די קינדער עפעס שעדיגן אדער ווי מען רופט עס מאכן לעבעדיג דערנאך באמערקט ער ווידער ווי זלמי קומט צו די בלומען און אזוי שטייענדיג דארט קומט ער ווידעראמאל צוריק צום טיר פון חדר און דערנאך פלוצלינג לויפט ער אוועק... אזוי איז עס געגאנגען עטליכע מאל אהין און צוריק, אהער און אהין ר' הערשל האט פשוט נישט געוויסט וואס צו טראכטן וואס וויל זלמי פון מיר?!?! פלוצלינג געבט זלמי א לויף צו מיט א פופציגער אין האַנט – און מיט איין אטעם כאַפט ער א פעקל בלומען וואס קאָסט פינעף דאללער און נאך איידער ר' הערשל האט אים געקענט געבן טשעינדזש (רעשט) איז זלמי אַנטלאָפן איבערלאזנדיג ר' הערשל פאַרגליווערט וואס האט דא פאסירט?! וואס האט דער קינד געוואָלד? אפשר אָפצאָלן א חוב אדער עפעס א גניבה שטיקל דער גאנצע געשעהעניש האט פשוט נישט
געהאט א געהעריגע אָפטייטש.

זינטאג אינדערפרי איז ר' הערשל ביים מנהל אין אפיס – ער האט פארציילט דעם גאנצע מאָדנע מעשה מיט אלע פונטליכע דיטאלן און געגעבן די 45$ פארן מנהל צוריק צוגעבן פאר זלמי. דער מנהל האט קיין סאַך נישט פארברענגט נאר תיכף אריינגערופן זלמי און מיט א שטרענגע טאָן אים פאָרגעהאַלטן זאגנדיג: זאג מיר פונטליך וואס איז פארגעקומען דעם פרייטאג? וואס איז פשט פון די גאנצע מעשה? זלמי'ס פנים האט געטוישט קאלירן פון רויט צו ווייס און דערנאך מיט אַן אראפגעלאזטע קאָפ האט ער געזאגט ס'איז געווען "חיים גרינשטיין וואס האט פארלוירן זיין מאמע" די מנהל האט נישט פארשטאנען, וואס איז געווען חיים גרינשטיין?!?! וואס האט פארלוירן די מאמע מיט בלומען א שייכות.

זלמי האט זיך בארואיגט און דערציילט: חיים גרינשטיין וואוינט אויפן זעלבן גאס ווי איך, איעדן פרייטאג פלעגן מיר קויפן בלומען צוזאמען און דערנאך אהיים שפאצירט, די לעצטע פאָר חדשים ווען זיין מאמע איז געווען אין שפיטאל פלעגן מיר קויפן בלומען און אויפן וועג אהיים ארויף גיין איר באזיכן... מיט א הייסע טרער האט זלמי געזאגט חיים פלעגט איבער געבן די בלומען פאר זיין מאמע און איר וואונטשן א הארציגע שבת קודש ..ווי דער מנהל ווייסט איז חיים עטליכע טעג נאָכן זיצן שבעה פון זיין אומפארגעסליכן מאמע, איך האב געטראכט ווי אין די וועלט קען איך קויפן בלומען ווען מיין חבר האט נישט פארוועם?!?! נאכן טראכטן דערוועגן האב איך מחליט געווען אז כ'וועל קויפן בלומען ווען חיים באמערקט נישט, כ'בין געגאנען און כסדר געקוקט צו חיים קומט שוין ארויס פון בנין, אזוי איז עס געווען עטליכע מאל אהער און אהין, אבער ביים לעצטן מאל ווען כ'בין שוין ענדליך געשטאנען נעבן ר' הערשל האב איך באמערקט אז אט קומט חיים – מיין הארץ האט פארפאסט א קלאפ און געטראכט צו זיך אז ענדערש וועל איך פארלירן די געלט ווי איידער וויי טוען א חבר"...

ברידער טייערע אין איעדע פון אונז איז פארהאן א פלאץ וואס איז הייליג, ריין און סענסענטיוו פאר א צווייטן, א פלאץ ווי א אידיש קינד פארמאגט הארץ, געפיל און מסירת נפש צו געבן און משפיע זיין פאר א צווייטן, אט דאס האט אונזער טאטע אברהם אין אונז אריינגעפלאַנצן - אונזער טאטע האט אין אונז אריינגעווארצלט אז איעדע איד איז א "איש חסד", איעדע איד האט א הארץ וואס איז פול מיט דעם הייליגן מידה פון חסד, מיר אידישע קינדער שטייען אינעם שאטן פון אבינו שבשמים דער גומל חסדים טובים לעמו ישראל און אונזער ארבעט איז צו פארשפרייטן הקב"ה'ס חסדים איבער די וועלט, צו דערפרייען און אויפרישן די וועלט ביז מיר וועלן אנקומען אז דער וועלט וועט זיין אזוי באלאכטן אז פון אלע ווינקלן וועט זיך ארויס זעהן דעם כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים אט דאס איז דער עבודה פון א אידיש קינד אין דעם לאנגן שווערן גלות...

אין חסד איז פארהאן צוויי סארטן, ס'איז פארהאן א מציאות פון חסד וואס מיר טוען ווען מיר זענען אָנגעוואַרעמט, ווען מיר האבן רחמנות אדער מיר שפירן עפעס א געפיל צום צוועק, ס'איז געוואלדיג הייליג און טייער, אבער דערנאך איז פארהאן חסד וואס א איד טוט בלויז ווייל מיר זענען אין דעם שאטן פון הקב"ה, מיר פארשטייען און דערהערן אז מיר זענען שלוחים פון הקב"ה צו געבן און געבן, משפיע זיין פאר זיך, משפחה און פאר די וועלט... א 'איש חסד' ווארט נישט אז יענער זאל זיך בעטן פאר הילף – יענער זאל קלאַפן ביים טיר, נאר איז פארנומען זיכן דעם יענער וואס דארף הילף, ער קוקט ארויס אפשר קען מען דערפרייען א הארץ, אפשר קען מען זאגן א גוט ווארט, אפשר קען מען מחזק זיין א איד, ווי קען מען העלפן איינעם, "ווייל חסד איז נישט עפעס וואס מען טוט, חסד איז עפעס וואס מען לעבט".

דערמיט קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה און אט טוט זיך פלעכטן א הערליכע פרשה וואס אונזער טאטע לעבט איבער און דערמיט דערהערן מיר וואס מיינט א איד חסד – וואס איז דאס טיפקייט פון א אידיש קינד.
א. וַיֵּרָא אֵלָיו ה' בְּאֵלֹנֵי מַמְרֵא – הקב"ה באווייזט זיך צו אברהם אבינו, דערנאך די באזוך פון די מלאכים ביי אברהם אין שטוב – די תוה"ק לערנט אונז אז אברהם האט נישט נאר געטוען חסד ער איז געווען חסד, ער האט געלעבט און געאטעמט חסד, ער איז געווען די מידה פון חסד אליין! ווען די תוה"ק שילדערט אונז אין פונקטליכע דיטאלן ווי אברהם זיצט שוואַכערהייט אין די גרעסטע היצן און וואַרט פאר אורחים, לויפט נאך דריי ביליגע אראבער און בעט זיך ביי זיי אִם נָא מָצָאתִי חֵן בְּעֵינֶיךָ אַל נָא תַעֲבֹר מֵעַל עַבְדֶּךָ, אונזער פאטער אברהם נידערט זיך צום נידריגסטן שטאַפל ווייל דאס איז זיין לעבן, געבן צו עסן, דערקוויקן דאס הארץ פאר א צווייטן, מחי' זיין א נשמה איז זיין לעבן, און דאס טוט מען נישט דורך שלוחים און נישט דורך איינגעשטעלטע נאר ער אליין לויפט ברענגט מאכט און טוט, וַיָּרָץ לִקְרָאתָם ..וַיְמַהֵר אַבְרָהָם ..וְאֶל הַבָּקָר רָץ אַבְרָהָם ..וַיִּקַּח בֶּן בָּקָר רַךְ וָטוֹב ..וַיְמַהֵר לַעֲשׂוֹת אֹתוֹ וכו', די פסוק איז מאריך אונז צו דערציילן אז כאטש אברהם האט געהאט איעדע און גרעסטע תירוץ אויף די וועלט, ער זיצט מיט הקב"ה, ער האלט נאך די מצוה פון ברית מילה און אזוי ווייטער אעפ"כ איז ער נישט מוותר אויף קיין איין קליינע דיטאל פון צושטעלן דאס שענסטע ווייל ס'איז די מידה פון חסד אליין!
ב. וַיֹּאמֶר שׁוֹב אָשׁוּב אֵלֶיךָ כָּעֵת חַיָּה וְהִנֵּה בֵן לְשָׂרָה אִשְׁתֶּךָ - די פרייליכע בשורה אז אט וועלן זיי זוכה זיין צו א קינד 'יצחק'. – שטייט אין פסוק אז הקב"ה האט געפרעגט אברהם פארוואס האט שרה געלאַכט, פרעגט זיך פארוואס איז דאס א שאלה צו אברהם, ער האט דאך נישט געלאכט - ס'איז שרה? נאר פשט איז ווי מיר שמועסן, אברהם דער איש חסד שטעלט זיך ארויס אלץ דער משפיע אין שטוב, דערפאר סיי וואס ס'זאל זיך נאר מאכן אין שטוב האט עס מיט אים ווייל ער איז דער וואס טיילט און געבט אָן אויפהער און אויב איז דא סיי וועלכע נקודה איז אברהם גרייט צו הערן און פאַרזאָרגן. – ווייל דאס איז א איד חסד!
ג. וַיֹּאמֶר ה' זַעֲקַת סְדֹם וַעֲמֹרָה כִּי רָבָּה וְחַטָּאתָם כִּי כָבְדָה מְאֹד – די מעשה מיט סדום, אברהם בעט זיך ביי הקב"ה בזכות פון צדיקים, לוט ווערט געראטעוועט און אזוי ווייטער. – זייענדיג דער צדיק און איש חסד פון דעם דור, זייענדיג דער משפיע און פארזארגער זאגט הקב"ה ווי קען מען באהאלטן דאס איבערדרייען סדום פון אברהם – אין אנדערע ווערטער אויב איז פארהאן איינער וואס זארגט צוריק צו ברענגן די וועלט צו איר תיקון דעמאלטס איידער מען מאכט חרוב דארף מען אים פרעגן און דערפאר זאגט די פסוק אז הקב"ה האט מודיע געווען פאר אברהם – און כאטש אברהם לעבט דאס פארקערטע פון סדום וואלט דאך געדארפט זיין עפעס אַן הרגשה פון ..נו זאל דאס פלאץ איבערגעדרייט ווערן, אבער ברידער פאר א אמתע בעל חסד עקזעסטירט דאס נישט, פאר אברהם וואס איז דער מידת החסד אליין איז אזא מציאות נישט פארהאן, און מיט די גרעסטע רחמנות און מיטגעפיל ווי ס'וואלט געווען זיין אייגן בעט זיך אברהם, און ווי די פסוק זאגט אונז נישט סתם געגעבטן נאר איינמאל, נאכאמאל און נאכאמאל ווייל אט אזוי לעבט דער מידה פון חסד! איינער אליין איז געווען לוט, זייענדיג א ברידער פון אברהם האט די השפעה אויף אים עושה רושם געווען און ער נעמט יא אריין אורחים, ער איז מקיים די מצוה מיט מסירת נפש און טאקע בזכות זה איז ער זוכה געראטעוועט צו ווערן, "ווייל חסד איז לעבן, און לעבן איז חסד"!
ד. וַיִּשְׁלַח אֲבִימֶלֶךְ מֶלֶךְ גְּרָר וַיִּקַּח אֶת שָׂרָה - דער קעניג אבימלך פאַרכאַפט שרה אמנו. - השי"ת ווארענט אבימלך וכו', אבימלך רופט אברהם און זאגט מֶה עָשִׂיתָ לָּנוּ וּמֶה חָטָאתִי לָךְ פארוואס האסטו מיר געזאגט אז זו איז דיין שוועסטער און דערמיט געברענגט אויף אונז די גרויסע זינד?! בהשקפה ראשונה זעט דאך אויס אז די טענה פון אבימלך איז א ריכטיגע, אברהם איז דער וואס האט געזאגט אז שרה איז זיין שוועסטער? נאר חז"ל זאגן אונז אז השי"ת האט טאקע נישט געווארענט אבימלך פארן נעמען שרה, די ווארענונג איז געווען אויפן עצם נידריגן געדאנק אז ווען א גאסט קומט אין שטאט ווערט ער צום אלעם ערשט געפרעגט דעם גרויסע פראגע: ביסט חתונה געהאט אדער נישט? אין אנדערע ווערטער ביסט עפעס ווערט פאר אונז, קענען מיר עפעס נהנה זיין פון דיר? וואס דאס שטימט גאנץ גוט מיט די סדום'ישע אידילוגיא... די שטוב מענטשן פון אבימלך האבן געלעבט דעם 'זיך', אלעס וואס עקזעסטירט איז פאר מיר, און אזא לעבן הייסט פשוט נישט געלעבט, און דאס זאגט די פסוק הִנְּךָ מֵת אט וועסטו שטארבן, ווייל אזוי לעבט מען נישט.
פונקט דאס פארקערטע ווי אָנפאַנג פרשה ווען אונזער פאטער אברהם לערנט אונז אז ווען א גאַסט קומט אין א שטאט טוט מען אויפנעמען מיט די גרעסטע ווארעמקייט, הארץ און געפיל... מען געבט און געבט!
ה. וַתֹּאמֶר לְאַבְרָהָם גָּרֵשׁ הָאָמָה הַזֹּאת וְאֶת בְּנָהּ – די פאַרטרייבונג פון הגר און ישמעאל, דער מלאך ראטעוועט ישמעאל. - אברהם אבינו דער אמתע בעל חסד טוט אלעס וואס הקב"ה הייסט מיט די גרעסטע התבטלות. אז מיר קוקן אביסל טיפער באַמערקט זיך עפעס א אויסטערלישע לימוד באהאלטן אין די מעשה מיט ישמעאל, רש"י הקדוש ברענגט די מדרש ווי די מלאכים האבן געזאגט פאר השי"ת: רבש"ע דער וואס זיינע קינדער וועלן לאזן די אידישע קינדער אויסגיין פאר דאָרשט - אים טוט מען ראטעווען פון דארשט (מיטן באר)? האט הקב"ה געענטפערט: באשר הוא שם – לפי מעשיו של עכשיו מ'קוקט אויף 'יעצט', יעצט טוט ער עס נישט – וואס ס'וועט זיין וועט זיין, ס'איז נישט פארהאן קיין שום חשבונות פון שפעטער, וואס דאס איז ווייטער ווי מיר שמועסן א יסוד עצום אין מידת החסד, דער בעל חסד פירט נישט קיין חשבונות מען געבט און געבט אָן אויפהער וויפיל מ'קען, ווייל דאס הארץ פונעם בעל חסד גיסט כסדר איבער מיט השפעות.
ו. וַיְהִי אַחַר הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה וְהָאֱלֹהִים נִסָּה אֶת אַבְרָהָם וַיֹּאמֶר אֵלָיו אַבְרָהָם וַיֹּאמֶר הִנֵּנִי – די געוואלדיגע אומבאשרייבליכע נסיון פון דער עקידת יצחק - און דא קומען מיר צום אחרון חביב, אברהם אבינו נאכן ווארטן אזוי לאנג פאר קינדער'לעך איז ער ענדליך זוכה צו האבן מיט שרה אמנו א יצחק'ל, ענדליך זעט ער א טראפעלע ליכטיגקייט, אה! ענדליך וועט זיך אָנפאַנגן בויען א כלל ישראל, פלוצלינג זאגט השי"ת און בעט אים והעלהו שם לעולה, ברענג אים אויף פאר א קרבן, ווי קענען מיר דאס פארשטיין, אפילו דער גרעסטער אכזר וואלט דאס נישט געקענט, און דא רעדן מיר פון די גרעסטע בעל חסד אין היסטאריע, אבער אברהם אבינו נעמט זיך צוזאם און וישכם אברהם בבקר מיט א זריזות ווייל אויב דאס איז רצון ה' שטייט גארנישט אין וועג, אויב דאס איז דער רצון ה' טוט מען דאס מיט די גרעסטע התבטלות לה', און דערמיט דערהערן מיר אז חסד איז נישט נאר רחמנות – חסד איז ווען מען איז משפיע פאר די וועלט און אמתע השפעות איז טאקע נאר ווען דער איד לעבט דעם רצון ה', ווען דער איד איז גרייט צו לייגן זיינע געפילן אין א זייט און טוען פאר די וועלט ווייל דאס איז דער רצון ה', כאטש ס'איז נישט געשמאַק אדער באַטעמט, כאטש ס'וועט קיין כבוד נישט זיין טוט מען עס ווייל אבינו שבשמים וואס איז דער גומל חסדים טובים לעמו ישראל האט אזוי געהייסן און געפירט דאס הייסט "חסד וואס איז נאר לשם חסד".

טייערע ברידער, די תוה"ק אין אונזער פרשה לערנט אונז "חסד איז נישט עפעס א שיינע מידה, חסד איז אלעס וואס מיר זענען, חסד איז אונזער מציאות, ס'ליגט אונז אין די בלוט", מיר דארפן געדענקן אז חסד איז ווער מיר זענען, לאמיר נישט ווארטן ביז יענער קומט בעטן אדער וויינען, לאמיר זיך ארויס לאזן אין א ווילדן געיעג זיכן חסדים, ווי פארשטענדליך די ערשטע פלאץ אנצופאנגען זיכן איז אין די אייגענע שטוב, מיט די אייגענע טייערע בני בית און קינדערלעך, לאמיר געבן א טראכט וויפיל טויזענטע מצוות פון גמילות חסדים מען קען זיך איינקויפן אין די אייגענע ד' אמות, און דערנאך זיך ארויס לאזן אויף די גאסן, זיכן צו טוען פאר א צווייטן, און טאקע חסד לשם חסד – ס'איז נישט פאר זיך, אז מיר זאלן שפירן דערהויבן אדער גוט ס'איז דער רצון ה', מיט אַן אמת ווייל דאס איז ווער מיר זענען, פון אין דאס אידיש הארץ דארף זיך ארויסגיסן פאר אנדערע, דאס אידיש הארץ דארף משפיע זיין ליכטיגקייט פאר די וועלט... ברידער ווען מיר מיינע עס אמתדיג טאר מען נישט פארגעסן: אז ס'קען אמאל אויסזעהן ווי ביליגע אראבער אבער אין אמתן ברענגן זיי געוואלדיגע בשורות טובות!

אונזער טאטע אברהם האט אט ביי דעם לעצטן נסיון ווען ס'האט אויסגעזעהן אז דאס האט שוין נישט מיט מידות החסד, "א אייגענע טייערע אויסגעבעטן קינד פאר א קרבן" ס'לייגט זיך נישט אויפן מענטשליכן פארשטאנד האט מען אבער פון הימל געפירט אז יענעם חסד איז געווען דאס גרעסטע חסד זיינע, דערמיט האט אברהם פאר אונז געגרייט צידה לדרך פאר דעם לאנגע גלות, במשך הדורות דארפן מיר כסדר צוקומען צו דעם גרויסן זכות העקידה, ברידער די חסדים וואס קומען אָן שווער, ווען מיר פארשטייען נישט, ווען מיר שפירן נישט געשמאק אט דאָרט ליגט באַהאלטן השפעות וואס מיר קענען בכלל נישט משיג זיין, בלייבט נאר איבער צו ענדיגן מיט די הייליגע תפלה וואס מיר בעטן טעגליך ותתנהג עמנו במידת 'החסד' ובמידת 'הרחמים' עדי נזכה לביאת מלך המשיח בב"א

לסיכום געדענק:
• חסד איז נישט עפעס וואס מען טוט, חסד איז עפעס וואס מען לעבט.
• לאמיר גיין אין די וועגן פון הקב"ה און לעבן דעם גומל חסדים טובים לעמו ישראל.
• אלו דברים שאין להם שעור.. שאדם אוכל פרותיהם בעולם הזה והקרן קימת לו לעולם הבא.. וגמילות חסדים!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

תגובהדורך שלום ואחדות » פרייטאג נובעמבער 15, 2019 12:03 am



צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מענטשאלע און 2 געסט