בלאט 1 פון 1
אמעריקאנער ערבות
געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 19, 2019 3:43 pm
דורך שאו ידיכם קודש
כידוע אז אין אר"י און אין אמעריקא ניצט מען אנדערע סארט ערבות, לעצטענס האב איך געהערט כמה מרננים אקעגן די ערבות וואס מ'ניצט זיך אין אמעריקא אז כביכול איז עס נישט קיין ערבי נחל וואס די תורה האט גערעדט דערפון. בפשטות אין לדברים כל שחר און ס'הייבט זיך נישט אהן וואס זיי טענה'ן, אבער איך זיך צו מברר זיין וויאזוי הייסט די סארט ערבות אויף עינגליש.
א דאנק
געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 19, 2019 11:13 pm
דורך חוח בין השושנים
כקען נישט די נושא, אבער וויקיפעדיע זאגט אז ס'קומט פונעם willow tree.
==
ביטע נישט ניצן דעם העברעאישן "כביכול" אויף חולי חולין. ביי שלומי אמוני ישראל איז עס מיוחד פארן כביכול.
דא נוצט מען: מכלומר'שט, אדער כאילו.
געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2019 1:52 am
דורך א גוטע ניק
אין ווילא טרי איז דא אסאך מינים
געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 10:40 am
דורך שאו ידיכם קודש
חוח בין השושנים האט געשריבן:כקען נישט די נושא, אבער וויקיפעדיע זאגט אז ס'קומט פונעם willow tree.
Willow דאס איז די טייטש פון ערבות, אדער מער מדויק Salix.
אבער אין די ערבות משפחה איז דא הינדרעטע סארט מיני ערבות, אין אר"י דאכט זיך ניצט מען דער (White willow (Salix alba [אדער גאר דער Salix acmophylla]. די סארט ערבות וואקסט פון זיך אליינס אין די "מוצא" געגענט, וואו מ'פלעגט נעמן די ערבות בזמן שביהמ"ק היה קיים, אזוי ווי ס'שטייט אין משנה "מצות ערבה כיצד מקום היה למטה מירושלים ונקרא מוצא ויורדין לשם ומלקטין משם מורביות של ערבה".
אויב איך האב נישט קיין טעות די ערבות וואס מ'נוצט אין אמעריקא קומט פון א נידריגע Bush, נישט פון א גרויסע בוים, און ס'איז בכלל נישט שייך צו נעמן קיין "מורביות" - גרויסע צווייגן און עס זוקף זיין בצידי המזבח עד כדי כך אז ס'זאל זיין "ראשיהן כפופין על גבי המזבח".
געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 11:29 am
דורך ישרן
שאו ידיכם קודש האט געשריבן:חוח בין השושנים האט געשריבן:כקען נישט די נושא, אבער וויקיפעדיע זאגט אז ס'קומט פונעם willow tree.
Willow דאס איז די טייטש פון ערבות, אדער מער מדויק Salix.
אבער אין די ערבות משפחה איז דא הינדרעטע סארט מיני ערבות, אין אר"י דאכט זיך ניצט מען דער (White willow (Salix alba [אדער גאר דער Salix acmophylla]. די סארט ערבות וואקסט פון זיך אליינס אין די "מוצא" געגענט, וואו מ'פלעגט נעמן די ערבות בזמן שביהמ"ק היה קיים, אזוי ווי ס'שטייט אין משנה "מצות ערבה כיצד מקום היה למטה מירושלים ונקרא מוצא ויורדין לשם ומלקטין משם מורביות של ערבה".
אויב איך האב נישט קיין טעות די ערבות וואס מ'נוצט אין אמעריקא קומט פון א נידריגע Bush, נישט פון א גרויסע בוים, און ס'איז בכלל נישט שייך צו נעמן קיין "מורביות" - גרויסע צווייגן און עס זוקף זיין בצידי המזבח עד כדי כך אז ס'זאל זיין "ראשיהן כפופין על גבי המזבח".
מאכסט הנחות כאילו מסיני.
א) ווער זאגט אז דאס איז דער מוצא שכתובה במשנה? האם יש מסורת ברורה ע"ז?
ב) אפילו נניח אז יא, ווער זאגט אז די ערבות וואס וואקסן דארט זענען די זעלבע מימי חז"ל? (כפי ידיעתי איז די גאנצע אגריקולטור אין א"י ממש א נייע זאך)
און די גאנצע ישוב אין א"י איז נישט זייער אלט, אויב אזוי קען נישט זיין קיין צו אלטע מסורה אויף דעם.
דארף מען מברר זיין וויאזוי האבן אויסגעקוקט די ערבות אין אייראפע.
געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 11:32 am
דורך ישרן
שאו ידיכם קודש האט געשריבן:אויב איך האב נישט קיין טעות די ערבות וואס מ'נוצט אין אמעריקא קומט פון א נידריגע Bush, נישט פון א גרויסע בוים, און ס'איז בכלל נישט שייך צו נעמן קיין "מורביות" - גרויסע צווייגן און עס זוקף זיין בצידי המזבח עד כדי כך אז ס'זאל זיין "ראשיהן כפופין על גבי המזבח".
האסט יא א טעות. איך האב אליינס געזעהן אן ערבה בוים אין די קעטסקילס עס איז א געהעריגע גרויסע בוים.
געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 12:30 pm
דורך farshlufen
די נידריגע ערבות ביימער קענען געהעריג וואקסן הויך, מ'פלעגט זיי נאר אזוי אז זיי זאלן זיי נידריג, איר קאנט אליין פרובירן, פלאנצט איין א צווייג און ס'וואקסט געהעריג הויך.
געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 12:42 pm
דורך ישרן
אגב איך וואלט נישט געווען שאקירט ווען קומענדיגע יאר פארקויפט מען דא א"י ערבות פאר $20 א ריטל. מ'קען קיינמאל נישט וויסן וועלכע אגענדע טרייבט געוויסע מענטשן צו שרייבן געוויסע זאכן.
געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 2:01 pm
דורך שם התלמוד
בארא פארק ביי קראלי ביהמ״ד איז דא א הויכע ערבות בוים
געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 2:13 pm
דורך קאטטשקעלע
חס ושלום אפילו צו טראכטן אז די גדולי ישראל פון די לעצטע 70 - 80 יאר האבן נישט געניצט כשר'ע ערבות זיכט אנדערע מצות
חוץ מזה האבן די ערבות אלע סמנים פון ערבות המבאור בשו"ע
געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 2:18 pm
דורך קאטטשקעלע
ישרן האט געשריבן:אגב איך וואלט נישט געווען שאקירט ווען קומענדיגע יאר פארקויפט מען דא א"י ערבות פאר $20 א ריטל. מ'קען קיינמאל נישט וויסן וועלכע אגענדע טרייבט געוויסע מענטשן צו שרייבן געוויסע זאכן.
עס איז זייער נישט קיין שיינע ערבות
געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 2:22 pm
דורך ישרן
קאטטשקעלע האט געשריבן:ישרן האט געשריבן:אגב איך וואלט נישט געווען שאקירט ווען קומענדיגע יאר פארקויפט מען דא א"י ערבות פאר $20 א ריטל. מ'קען קיינמאל נישט וויסן וועלכע אגענדע טרייבט געוויסע מענטשן צו שרייבן געוויסע זאכן.
עס איז זייער נישט קיין שיינע ערבות
אבער עס איז דאך פון "מוצא" מזמן שבית המקדש הי' קיים!
איך הער שוין די קולות אויף דרייצנטע עוועניו
40 dollars a set מוצא ערבות!!!
געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 2:29 pm
דורך שמן
געהערט אמאל א גוט ווארט, אז אלס איז שענער אין ארץ ישראל חוץ די ערבות, ווייל אין בו טעם וריח איז אמעריקא שענער
געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 2:58 pm
דורך מים חיים
שמן האט געשריבן:געהערט אמאל א גוט ווארט, אז אלס איז שענער אין ארץ ישראל חוץ די ערבות, ווייל אין בו טעם וריח איז אמעריקא שענער