בלאט 1 פון 1

די בלעטער פון הדס זאלן נישט אראפפאלן

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 9:55 am
דורך יידישע קהילות
מאנכע מענטשן זענען זיך טועה אז משולשים ביי הדס איז דער עיקר אז עס איז געוואקסן משולש און עס מעג אראפפאלן בלעטלעך.
דאס איז א טעות.
די בלעטער דארפן בלייבן די גאנצע צייט.
נאר עס איז כשר אויב עס בלייבט רוב.
אויב דו צאלסט עקסטרע 20-30 דאללער צו קויפן "כולו" משולש שיעור חזו"א, און דערנאך ביים אריינלייגן אדער ביים אויספאקן פאלן אראפ בלעטער אינמיטן דעם שיעור הדס, ביסטו צוריק צום "רובו משולש".

ווער עס קען ווערט געבעטן צו געבן עצות וויאזוי די בלעטער זאלן נישט אראפפאלן ביים בינדען דעם לולב.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 10:35 am
דורך חוח בין השושנים
כ'מיין אז אויב ס'בלייבט דריי טפחים אינדרויסן, העכער די קיישעלע, וואס זענען 'כולו משולש', איז עס למהדרין מן המהדרין, אפילו אויב אינעם קיישעלע איז אלעס אראפגעפליקט.
אבער ס'מוז בלייבן דריי טפחים אינדרויסן.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 10:54 am
דורך יידישע קהילות
חוח בין השושנים האט געשריבן:כ'מיין אז אויב ס'בלייבט דריי טפחים אינדרויסן, העכער די קיישעלע, וואס זענען 'כולו משולש', איז עס למהדרין מן המהדרין, אפילו אויב אינעם קיישעלע איז אלעס אראפגעפליקט.
אבער ס'מוז בלייבן דריי טפחים אינדרויסן.

אוודאי אויב עס בלייבט *גאנצע* 3 טפחים משולש איז עס כולו משולש. אבער ביי רוב מענטשן איז דאס נישט די מציאות נאכן אריינלייגן און איינפאקן די לולב.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 11:05 am
דורך חוח בין השושנים
יידישע קהילות האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:כ'מיין אז אויב ס'בלייבט דריי טפחים אינדרויסן, העכער די קיישעלע, וואס זענען 'כולו משולש', איז עס למהדרין מן המהדרין, אפילו אויב אינעם קיישעלע איז אלעס אראפגעפליקט.
אבער ס'מוז בלייבן דריי טפחים אינדרויסן.

אוודאי אויב עס בלייבט *גאנצע* 3 טפחים משולש איז עס כולו משולש. אבער ביי רוב מענטשן איז דאס נישט די מציאות נאכן אריינלייגן און איינפאקן די לולב.

גאנצע 3 טפחים איז ווייניגער פון 12 אינטשעס.
ביי רוב מענטשן שטעקט זיך עס ארויס ווייניגער?

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 11:11 am
דורך קאטשקע אויפן וואסער
יידישע קהילות, אן עצה האב איך נישט מיטצוטיילן.

אבער איך האב געהערט פון א מורה הוראה מובהק, אז מען זאל בעסער נישט טוישן די הדסים אין חוה"מ, ווייל נאכדעם וואס די קיישל איז אנגעפולט מיט הדסים בלעטער פון די ערשטע הדסים (וואס רוב זענען אראפגעפאלן ביים 'ארויסציען' די הדסים), וועלן זיך כמעט אלע בלעטער פון די נייע הדסים גלייך אראפרייסן.
ער האט מסביר געווען, אז עס איז כמעט נישט במציאות מען זאל דארפן טוישן הדסים אינמיטן סוכות צוליב אויסגעטריקנטקייט, ממילא זאל מען ענדערש מוותר זיין דערויף.

געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 12, 2019 11:44 pm
דורך גמרא קאפ
ווען מען דרוקט צאם די קיישעלע מלמעלה למטה ווערט עס אביסל ברייטער

געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2019 12:59 am
דורך שאינו יודע
איך האב קיינמאל נישט געזען די בלעטער אראפפאלן

געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2019 1:27 am
דורך אביונה
דרוק אראפ די קיישעלע אינגאנצן ביז אינטן ווי ווייט מעגליך ביים אריינלייגן דעם הדס, און שטופ עס אריין זייער פאמעליך,
רעקאמענדירט איז די סארט קיישעלע וועלכע קומט עקסטערע בייטלעך פאר יעדן הדס באזונדער, [די מיט די פינף פינגער'ס], נישט די צוויי בייטלעך סארט

געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2019 2:00 am
דורך nmi
אביונה האט געשריבן:דרוק אראפ די קיישעלע אינגאנצן ביז אינטן ווי ווייט מעגליך ביים אריינלייגן דעם הדס, און שטופ עס אריין זייער פאמעליך,
רעקאמענדירט איז די סארט קיישעלע וועלכע קומט עקסטערע בייטלעך פאר יעדן הדס באזונדער, [די מיט די פינף פינגער'ס], נישט די צוויי בייטלעך סארט

איך האב די 2 סארט און כ'דריק עס אויך אראפ און ס'פאלט קיינמאל נישט אראפ קיין בלעטלעך דערפון

געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2019 2:39 am
דורך מיושב'דיגער
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:יידישע קהילות, אן עצה האב איך נישט מיטצוטיילן.

אבער איך האב געהערט פון א מורה הוראה מובהק, אז מען זאל בעסער נישט טוישן די הדסים אין חוה"מ, ווייל נאכדעם וואס די קיישל איז אנגעפולט מיט הדסים בלעטער פון די ערשטע הדסים (וואס רוב זענען אראפגעפאלן ביים 'ארויסציען' די הדסים), וועלן זיך כמעט אלע בלעטער פון די נייע הדסים גלייך אראפרייסן.
ער האט מסביר געווען, אז עס איז כמעט נישט במציאות מען זאל דארפן טוישן הדסים אינמיטן סוכות צוליב אויסגעטריקנטקייט, ממילא זאל מען ענדערש מוותר זיין דערויף.


וואס איז א גיטע וועג צי האלטען די הדסים פריש? איך דארף עס אייביג טוישען במשך יו"ט

געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2019 3:27 am
דורך א גוטן
גרייט צו פאר יו״ט 1) נאסע פעיפער טאול 2) די בעג פון די הדסים אדער ערבות. נעם די קיישעלע מיט די הדסים און ערבות און וויקעל עס איין אין די נאסע פעיפער טאול. לייג עס אריין אין די בעג און האלט עס אין פרידיזשער. נעם ארויס די קיישעלע יו״ט צופרי פארן גיין אין ביהמ״ד און מאך זיכער צוריק צולייגען די נאסע פאפיר אין די בעג אין פריזשידער כדי עס זאל נישט אויסטריקענען. ווען די קומסט אהיים מאך זיכער צוריק איינציוויקלען די קיישעלע מיט די הדסים און ערבות ווי שנעלער און האלט עס אין פריזשידער. איך טוה שוין אזוי יארן און מיינע הדסים און ערבות האלטן זיך פריש ביז הושענה רבה.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2019 1:23 pm
דורך מיושב'דיגער
א גוטן האט געשריבן:גרייט צו פאר יו״ט 1) נאסע פעיפער טאול 2) די בעג פון די הדסים אדער ערבות. נעם די קיישעלע מיט די הדסים און ערבות און וויקעל עס איין אין די נאסע פעיפער טאול. לייג עס אריין אין די בעג און האלט עס אין פרידיזשער. נעם ארויס די קיישעלע יו״ט צופרי פארן גיין אין ביהמ״ד און מאך זיכער צוריק צולייגען די נאסע פאפיר אין די בעג אין פריזשידער כדי עס זאל נישט אויסטריקענען. ווען די קומסט אהיים מאך זיכער צוריק איינציוויקלען די קיישעלע מיט די הדסים און ערבות ווי שנעלער און האלט עס אין פריזשידער. איך טוה שוין אזוי יארן און מיינע הדסים און ערבות האלטן זיך פריש ביז הושענה רבה.


ייש"כ. וועל מיר עס פראבירן אין בל"נ באריכטן נאך יו"ט אויב עס האט געהאלפען.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 12:13 am
דורך וויל וועלן
יידישע קהילות האט געשריבן:מאנכע מענטשן זענען זיך טועה אז משולשים ביי הדס איז דער עיקר אז עס איז געוואקסן משולש און עס מעג אראפפאלן בלעטלעך.
דאס איז א טעות.
די בלעטער דארפן בלייבן די גאנצע צייט.
נאר עס איז כשר אויב עס בלייבט רוב.
אויב דו צאלסט עקסטרע 20-30 דאללער צו קויפן "כולו" משולש שיעור חזו"א, און דערנאך ביים אריינלייגן אדער ביים אויספאקן פאלן אראפ בלעטער אינמיטן דעם שיעור הדס, ביסטו צוריק צום "רובו משולש".

ווער עס קען ווערט געבעטן צו געבן עצות וויאזוי די בלעטער זאלן נישט אראפפאלן ביים בינדען דעם לולב.


מיינע הדסים היי יאר האבן אן היבש דיקן שטאם, האב איך אריינגלייגט דעם עק אין א פלאסטישן זעקל, און עס אזוי אריינגעשטופט אינעם קיישעלע, און קיין איין בלעטל איז ב"ה נישט אראפגעקומען.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:29 pm
דורך עושר וכבוד
אויב ס'פאלט ארויס א בלעטל פון ערגעץ אויבן פונעם הדס, איז לכאורה די בעסטע אראפצונעמען די אנדערע צוויי בלעטליך פון יענע שורה. בין איך גערעכט?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 9:29 pm
דורך יידישע קהילות
עושר וכבוד האט געשריבן:אויב ס'פאלט ארויס א בלעטל פון ערגעץ אויבן פונעם הדס, איז לכאורה די בעסטע אראפצונעמען די אנדערע צוויי בלעטליך פון יענע שורה. בין איך גערעכט?

זיכער נישט.
ווילאנג עס איז נאך דא רוב פון די "עבות" ד.ה. צוויי בלעטלעך איז עס נאך א חלק פון דעם כשר'ן הדס.

Re:

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2022 10:06 pm
דורך יעדער
מיושב'דיגער האט געשריבן:
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
יידישע קהילות, אן עצה האב איך נישט מיטצוטיילן.

אבער איך האב געהערט פון א מורה הוראה מובהק, אז מען זאל בעסער נישט טוישן די הדסים אין חוה"מ, ווייל נאכדעם וואס די קיישל איז אנגעפולט מיט הדסים בלעטער פון די ערשטע הדסים (וואס רוב זענען אראפגעפאלן ביים 'ארויסציען' די הדסים), וועלן זיך כמעט אלע בלעטער פון די נייע הדסים גלייך אראפרייסן.
ער האט מסביר געווען, אז עס איז כמעט נישט במציאות מען זאל דארפן טוישן הדסים אינמיטן סוכות צוליב אויסגעטריקנטקייט, ממילא זאל מען ענדערש מוותר זיין דערויף.
וואס איז א גיטע וועג צי האלטען די הדסים פריש? איך דארף עס אייביג טוישען במשך יו"ט
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=28076