איבער מוצאי שבת נחמו - מוסר

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

איבער מוצאי שבת נחמו - מוסר

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » מוצ"ש אוגוסט 03, 2019 11:28 pm

בס"ד
חז"ל זאגען קינה לאסף מיבעי ליה, נאר שפך חמתו על עיצים ואבנים, פרעגען אלע - איז דען שייך ביים רבוש"ע אזא זאך, אז ער האט זיך כאילו בארואיגט מיט דעם, ואענה גם אני חלקי, ווען די אידען האבען נעבעך געזינדיגט איז געוועהן א מוראדיגע תביעה, וויא איז מעגליך אז עס דא א ביהמ"ק מיט די עבודה וואס פארשפרייט קדושה וטהרה אויף די גאנצע וועלט מיט אזא מעכטיקייט, היתכן אז די אידען זענען זיך נישט מתגבר אויפ'ן יצר הרע, איז יעצט אז די ביהמ"ק איז חרוב איז דאך שוין נישט שייך די טענה, ואולי פאר די סיבה האט מרע"ה צובראכען די לוחות,
אויך געפינען מיר אז מיתת צדיקים איז מכפר, יתכן פאר די זעלבע טעם, זיי האבען נישט קיין מוכיח בשער, והבן,
אבער די חז"ל זאגען אז ווער עס טרויערט נישט אויפן חורבן אינו זוכה ורואה בשמחתה, קען זיין ווייל דאס צייגט אז ער איז צופרידען אז עס איז נישטא א ביהמ"ק -חלילה- אויב אזוי מדה כנגד מדה וועט ער נישט זוכה זיין עס צו זיין,
יעצט איז אזוי, קלאגען אויף חורבן ביהמ"ק איז מען יעדען טאג מחויב, פארשידענע זאכען הארבען חז"ל מחייב געוועהן כדי מען זאל נישט פארגעסען דעם חורבן, וויא אויך איז מען יעדע תפלה און בענטשען איז מען מתפלל אויף ירושלים, נאר אין די דריי וואכען ובפרט תשעה באב ברויך זיך מען מצער זיין וויא א גאנץ יאר און מער מתאמץ זיין בתפלה,
קעגען וואס שרייב איך עס? עס איז נהוג ביי אסאך אירע אז מוצאי שבת נחמו ווער פארוואנדעלט אין א פעסטיוועלת עס קוקט אויס מען איז שוין ארויס פון גלות, מען ערלויבט זיך זאכען וואס איז ממש הוללות רח"ל, אוי ואבוי,
אמת אז בשמחה מוז מען זיין, מען גלייבט אז מיר האבען געפויעלט וויא דער טייטש פון נחמו איז, טרייסטס ענק ווייל השי"ת האט מוחל געוועהן וכו' און בקרוב ממש וועלען מיר אויסגילייזט ווערען, אבער רבותי שמחה איז נאר אויב עס איז על פי תורה, גיין צו סקולענער סעדות הודאה וכו' צו מען מאכט א שיינע גרויסע מלוה מלכה, אולי מעג זיין מוזיק אויך מיט "ערליכע זינגערס" אבער הוללות איז דאך אסור מיט אלע איסורים,
פארוואס שרייב איך עס? בין איך דען בעסער? איך האב דאך אויך מיין פעקעל, וועל איך ענק זאגען, עס איז געווארען א מצב אז מען שפירט גארנישט אז עס איז נישט אויסגעהאלטען, ווען איך בין געוועהן יונג האט מען חאטש געוואוסט אז עס איז נישט אזוי אויסגעהאלטען נאר דער יצר פלאקערט נעבעך, היינט איז מען אלעס מקדש און מטהר, איך וויל נישט אריינ גיין אין אן אריכות, איך לאז איבער פאר אנדערע וועלעכע טויגען בעסער צו שרייבען און ארויסברענגען דען חומר הענין, איך וויל עס נאר בארירען און השי"ת זאל העלפען אז איך זאל זיין א נאה דורש און א נאה מקיים,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג אוגוסט 04, 2019 2:31 am

זייער ריכטיג. הלוואי זאל מען זיך כאטש שעמען עס צו אדווערטייזן.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » זונטאג אוגוסט 04, 2019 3:29 am

ר' טובי' מאיר, פארוואס האסטו געעפנט נאך אן אשכול?

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

נורא נוראות

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:23 pm

בס"ד
הגאון יעב"ץ זצ"ל בסידורו בית יעקב (דיני ת"ב חלק ו' אות ט"ז) כותב דברים
נוראים וכדאי להעתיק לשונו: וכאן מקום שראוי להרחיב בו
הדיבור. אלמלא לא היה אלא עוון זה בידינו שאין אנו מתאבלים על
ירושלים כראוי די להאריך גלותנו! והיא בעיני הסיבה הקרובה היותר גלויה
עצומה וחזקה לכל השמדות המופלגות הגדולות הנוראות המבהילות
הרעיונים אשר מצאונו בגלות בכל מקומות פזורנו על צווארנו נרדפנו.
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:05 am

רחמנה ליצלן די דורות פאלן ליידער אינדערהיים איז נישט געווען אזאלכע זאכן


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט