פרשת פנחס - פארוואס ציילט מען די אידישע קינדער?!

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

פרשת פנחס - פארוואס ציילט מען די אידישע קינדער?!

תגובהדורך שלום ואחדות » דאנארשטאג יולי 25, 2019 6:56 pm

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אין קורצן: לעצטע וואך אין די פרשה שטעלט זיך ארויס די שטארקע ליבשאפט וואס הקב"ה האט צו אונז זיינע טייערע קינדערלעך, און צוליב דעם לאזט השי"ת נישט אז דער רשע בלעם זאל זיי שעלטן, נאר דאס פארקערטע ער שרייט אויס מיט התרגשות מה טובו אהליך יעקב ווי שיין און גוט זענען די שטיבער פון יעקב וכו'. אבער דער רשע געבט נישט אויף און זאגט פאַר בלק ס'איז פארבליבן איין עצה "אלוקיהם של אלה שונא זימה" - דער אידישע גאט האט פיינט אומווערדיגקייט, איינע פון די יסודות פון אידישקייט איז קדושה-הייליגקייט, זיי זיי מכשיל אין עניני קדושה ר"ל, געזאגט און געטוען די רשעים שיקן זייער אייגענע טעכטער מכשיל צו זיין די אידן און ליידער האט זייער פלאַן געארבעט און די בנות מואב האבן געשלעפט די אידן צו גילוי עריות און פון דארט איז שוין געגאנגען גרינג צו עבודה זרה פון בעל פעור וכו'. די שרעקליכע זינד האט ווי באקאנט געברענגט די ביטערע גזירה וכו', צווישן די גאנצע צומישעניש שטעלט זיך ארויס איינע פון די יונגערע פון די חבורה פנחס בן אלעזר הכהן ער קען נישט צוקוקן דעם שרעקליכן חילול ה' וואס דא קומט פאָר, די שרעקליכע פירצה מיט די בנות מואב, ער זעט די סכנה וואס ליגט אויף כלל ישראל און מיט מסירת נפש - מיט א הארץ וואס ברענט פאר כבוד שמים שפרינגט ער אויף, טוט דעם העלדישן אַקט און טוט אָפשטעלן דעם שרעקליכן מצב. פנחס איז זוכה צו דעם לכן אמור לו הנני נותן לו את בריתי שלום.

דערמיט קומען צו דער ענין פון אונזער שמועס: עטליכע פסוקים שפעטער טרעפן מיר די פסוק זאגט: וַיְהִי אַחֲרֵי הַמַּגֵּפָה וַיֹּאמֶר ה' אֶל מֹשֶׁה וְאֶל אֶלְעָזָר בֶּן אַהֲרֹן הַכֹּהֵן לֵאמֹר שְׂאוּ אֶת רֹאשׁ כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל – שטייענדיג נאך דעם שרעקליכן מגפה, דערנאך וואס אזוי פיל אידישע קינדער זענען אוועקגעריסן געווארן - זאגט הקב"ה שאו את ראש כל עדת בני ישראל "מען זאל ציילן די אידישע קינדער", לאמיר זיך אָפשטעלן און באַטראַכטן עטליכע נקודות:
א. דער ענין פון ציילן די אידישע קינדער טרעפן מיר דריי מאל: א - גלייך נאך די חטא העגל האבן מיר פרשת כי תשא את ראש. ב – נאך די הקמת המשכן פרשת במדבר פאַנגט זיך אָן מיט א שאו את ראש. ג - דא אין אונזער פרשה אחרי המגפה די פסוק זאגט שאו את ראש, לאמיר זיך פארטיפן פארוואס דוקא ביי די דריי פלעצער האט זיך אויסגעפעלט צו ציילן די אידישע קינדער? ב. וואס איז בכלל דער ענין און תכלית פון 'ציילן' די אידישע קינדער? ג. פארוואס רופט זיך דער ענין פון ציילן די בני ישראל מיטן לשון פון 'שאו את ראש' הייב אויף דעם קאפ פון די אידישע קינדער, בפשטות וואלט געדארפט שטיין א לשון פון וספרתם וכדומה? לאמיר זיך אפשטעלן אין זיך פארטיפן אין דעם ענין פון ציילן די אידישע קינדער, פארשטייט זיך אז די אלע ענינים פארמאגן א אומגעהויערע טיפקייט, מיר וועלן אבער פרובירן אויף אונזער מדריגה, אלעס מיטן תכלית צו קענען בסייעתא דשמיא ארויסנעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאַרן טאג טעגליכן לעבן.

איידער מיר טרערן צו צום שמועס לאמיר באמערקן: אז מען באטראכט די נעמען פון די לעצטע דריי פרשיות קרח – חקת – בלק באמערקט זיך קלאָר אז אלע פאַרמאָגן נאר דריי אותיות און אויך דעם הייליגן אות 'ק', אבער ס'איז פארהאן א חילוק, ביי קרח ליגט דער 'ק' אין אָנפאַנג פונעם וואָרט, ביי חקת ליגט דער 'ק' אינדערמיט און ביי בלק זיצט דער 'ק' ביים סוף, האבן צדיקים געזאגט: ווי באקאנט איז דער אויס 'ק' מרמז אויף קדושה-הייליגקייט, קרח - האט געניצט און געקוקט אויף קדושה נאר פונעם עבר/פריער ער האט זיך כסדר אהערגעשטעלט און געטעהנט מיט די כח פון זיין הייליגע יוחס. חקת - איז מרמז אויף דעם הווה/יעצט די פרשה לערנט אונז וואס א איד דארף 'יעצט' טוען זייענדיג טמא כדי צוריק צו ווערן טהור – קדוש. בלק – צוזאמען מיט זיין חבר בלעם האבן נאר געקוקט אויפן עתיד/שפעטער זיי האבן כסדר געפלאַנט וואס מ'גייט טוען צו די הייליגע אידן וכו'.

האבן צדיקים אויסגעפירט: אז די תוה"ק לערנט אונז אז די אלע דריי קרח חקת בלק זענען נישט ריכטיג, ביים ערליכע איד איז נישט פארהאן דעם געדאנק ווי נאר פריער אדער נאר דעם שפעטער/מארגן און אויך נישט נאר דעם יעצט, ביים עובד ה' קוקט מען כסדר מיט א העכערע בליק וואס דאס מיינט האבן קלאָר פאר די אויגן אלע דריי צוזאמען מען געדענקט דעם נעכטן, מען טראַכט פון דעם יעצט און מען בעט און פלאַנט אויף דעם מארגן אלע דריי זענען געקניפט און געבינדן, די וועלט איז נישט שווארץ אדער ווייס, ס'איז נישט אדער דעם נעכטן אדער דעם מארגן, מיר לעבן מיט א העכערע בליק און פונקט ווי ביי פיזישע זאַכן ווי העכער א מענטש הייבט זיך אויף קען ער זעהן מער - אט דאס זעלבע איז מיטן עובד ה' די העכער די אויגן גייען מיינט עס אז מען זעט מער, מען קען פארנעמען נישט נאר דעם 'יעצטיגן' מצב נאר מען קען געדענקן דעם נעכטן און אויך פלאַנן דעם מארגן, כאטש מען גייט אריבער א שווערע מינוט געדענקט מען אז ס'איז פארהאן א עתיד ס'שטייט פאר מיר א הערליכע לעכטיגע צוקומפט.

דערמיט קומען מיר צוריק צו דער ענין פון אונזער פרשה, חז"ל זאגן אונז א כלל דבר שבמנין לא בטל א זאך וואס ווערט געציילט ווערט נישט בטל, ווייל דאס עצם ציילן זאגט אז ס'איז א דבר חשוב, א מענטש ציילט נאר א זאך וואס האט ביי אים א חשיבות, ווי למשל ווען ס'קומט צו געלט אדער דיימאנטן וכדומה, אבער ווען ס'קומט צו ביליגע זאכן וועט ער נישט ציילן ווייל א פונקטליכע חשבון איז פשוט נישט נוגע, וואס דאס מיינט אז דאס עצם ציילן זאגט אז דאס וואס ווערט געציילט איז א דבר חשוב, דערמיט דערהערן מיר אז 'ציילן' די אידן איז נישט געווען סתם א ענין פון האבן א חשבון ווי מען האַלט אויף די וועלט, ס'איז א ענין וואס די תוה"ק רופט מיטן לשון פון שאו את ראש מען דארף ציילן און רעכענען די אידישע קינדער און דערמיט זיי דערהייבן צו העכערקייט, דאס ציילן ברענגט ארויס אונזער חשיבות.

ברידער ס'גייט א טריט ווייטער, דאס עצם ווארט 'רעכענען' ווערט געניצט סיי אויף צו ציילן און מאכן א חשבון, אויך ווערט עס געניצט ווען מיר ווילן זיך אויסדריקן מיט א לשון פון "איך רעכען מיך אויף דיר", וואס דאס מיינט אז מיר ערווארטן און טוען זיך פארלאזן אויף איינעם אדער אויף עפעס א זאַך, אט דאס איז די 'ציילונג' וואס די תוה"ק טוט אונז כסדר זאגן, ס'איז נישט א ענין פון פשוט מאכן חשבונות און סך הכל'ס, ס'איז א ענין פון ארויסברענגן א איד זיך צו דערהייבן און וויסן אז מען טוט זיך 'רעכענען' אויף אים און אויף די גאנצע משפחה אדער שבט זיינע, און טאקע דערפאר גייט די תוה"ק אריין אין א פונקטליכע חשבון פון איעדע משפחה באזונדער, און דערמיט ווערט קלאר פאר אונז אז איעדע איד איז א וועלט פאר זיך, איעדע איד איז איינער וואס השי"ת רעכענט זיך אויף אים, כביכול הקב"ה רעכענט זיך אז מיר זיינע געטרייע קינדער וועלן דערהערן ווי חשוב און טייער מיר זענען, מיר וועלן זיך דערהייבן, דערהערן און געדענקן אז מיר זענען א חלק אלוקי ממעל, אָנגעפילט מיט הימעלישע כוחות, און אז מען רעכנט זיך אויף אונז אז מיר וועלן טוען אונזער שליחות פון אָנפילן די וועלט מיט ליכטיגקייט, און דאס קענען מיר נאר טוען ווען דער איד פארשטייט אז דאס ציילן איז א ענין פון שאו את ראש ס'איז א ענין פון זיך דערהייבן און אנפאנגן האבן אויגן וואס זעהן דעם גרעסערן בילד, אויגן וואס פארשטייען אז ס'איז פארהאן א פארדעם, א יעצט און אט ווען זיין א עתיד, מיר זענען א חלק פון א גרעסערע געשעהניש, דער איד פארלירט זיך נישט נאר געדענק אז מיר זענען אויף די וועלט מיט א ציל און תכלית און אידערע האט זיין פונקטליכע תפקיד מיוחד און מען רעכנט זיך אויף איעדעס איינציג אידיש קינד פון דעם גרויסן משפחת כלל ישראל.

דערמיט דערהערט זיך געשמאק פארוואס מיר טרעפן דער ענין פון ציילן די אידישע קינדער ביי 'די' דריי מאל: דאס ערשטע גלייך נאך די חטא העגל – ס'איז נישט פארהאן די ווערטער ווי אזוי די אידישע קינדער שטייענדיג נאך דעם שרעקליכן חטא העגל האבן אויסגעזעהן, וואסערע אראפגעלאזטע מצב האט זיי ארום גענומען, זיי זענען געווען פארשעמט און צובראכן פון זיך אליין און יענעם מינוט פרעגט זיך ווי הייבט מען זיך פון אזא מצב צוריק אויף?! זאגט הקב"ה אונזער באליבטע טאטע כי תשא את ראש קינדער'לעך טייערע הייבט אייך אויף דעם קאפ, מען גייט אייך 'רעכענען' וואס דאס זאגט פארן איד'לע געדענק אז מען רעכענט זיך אויף דיר, יא אמת א שרעקליכע זינד איז פארגעקומען, יא אמת אז מען איז אדורך געפאלן אבער די וועלט שטעלט זיך נישט אָפ, מען דארף זיך אויפהייבן און זעהן דעם גרעסערן בילד זיך דערמאנען אויף צוריק אז מיר זענען קינדער פון הקב"ה און אט שטייט פאר אונז דעם געלעגנהייט פון חרטה ותשובה, אידעלע טייערע שטעל דיך נישט אפ מען רעכנט זיך אויף דיר, הקב"ה אונזער טאטע ווארט אויף דיר, טו תשובה און קום צוריק אהיים.

די צווייטע מאל וואס מען האט געציילט די אידן איז געווען נאך הקמת המשכן – מען האט אויפגעשטעלט די משכן, די געפילן זענען געוואלדיג דערהויבן, די אידישע קינדער שוועבן אין זיבעטן הימל מיט די גרעסטע השראת השכינה פאַר די אויגן אט אין דעם מינוט איז פארהאן ממש די פארקערטע סכנה, א סכנה אז דער איד וועט פארגעסן אז אויך אין דעם הייליגן פלאץ בלייבט מען נישט אויף אייביג, נישט אייביג איז יום כיפור, נישט אייביג וועלן מיר זוכה זיין צו האבן פאַר די אויגן די גרעסטע אפענע השראת השכינה, מען ציילט די אידישע קינדער זיי ווידער צו דערמאנען אידעלע הייב דיך אויף און געדענק נישט אייביג איז די זעלבע ס'איז פארהאן א מארגן דער טאג וואס מען שטייט נישט ביים הייליגן משכן, דער טאג נאך יום טוב ווען מען גייט צוריק צום ארבעט אט היינט ווען ס'איז לעכטיג זאלסטו געדענקן און אריינקריצן אין הארץ אז מען רעכנט זיך אויף דיר אין איעדע מצב, דערהייב זיך זעה דעם גרויסן בילד!
דאס דריטע מאל איז ביי אונזער פרשה, שטייענדיג נאך דעם שרעקליכן מגפה וואס האט געקאסט דאס לעבן פון טויזענטע, שטייענדיג דערנאך וואס מיר זענען ליידער אדורך געפאלן אין די יסודות פון אידישקייט, 'קדושת ישראל' איז געבראכן געווארן אויף אזא נידריגע פארנעם, מיר זענען אריין געפאלן אין דעם נעץ פון די בנות מואב האבן זיך די אידישע קינדער געטראפן אינגאנצן צומישט, פארלוירן, צובראכן און צוקלאפט ווי הייבט מען זיך צוריק אויף?! ווי גייט מען ווייטער? ווי קען זיין אז א פאלק וואס הקב"ה האט אונז געטראגן און באגלייט זאל אזוי נעריש איבערלאזן אלעס פאר אביסל שמוץ ה"י?! זיי האבן זיך נישט געקענט אויפהייבן די קאפ, אבער ווידער שטייט אונזער באליבטע טאטע אבינו שבשמים ביי אונזער האנט און זאגט 'שאו את ראש' קינד מיינס הייב זיך אויף די קאפ און ווייס אז כאטש וואס די ביסט אדורך געפאלן ביסטו מיין קינד, און די וועלט 'רעכענט' זיך אויף דיר, ס'איז צייט זאלסט אנערקענען דיינע כוחות, זעהן דעם גרעסערן בילד און טוען צו די זאך, מען דארף זיך ריקן פאראויס, א איד בלייבט קיינמאל נישט שטיין, א איד פאלט נישט אריין אין קיין עצבות נאר מיט שטארקייט געדענקט מען פון ווי מיר קומען, ווער מיר זענען און ווי אהין מיר גייען.

אט דעם זעלבן יסוד טרעפן מיר אָנפאַנג פרשה, בלעם דער רשע באטראכט דעם גרעסערן בילד און מאכט א פלאַן ווי אזוי מען קען מכשיל זיין די אידישע קינדער – פון די צווייטע זייט להבדיל שטייט דער צדיק פנחס און אפשר האט ער נישט קיין פונקטליכע פלאן, ער איז נישט זיכער און פרעגט משה רבינו וואס די הלכה איז אבער איין זאַך ווייסט ער קלאר אז די וועלט רעכנט זיך אויף אים, ער מוז אפשטעלן דעם שרעקליכן מצב, וואס די תוה"ק לערנט אונז איז אז דער מענטש האט געוואלדיגע כוחות, אין איעדע פון אונז ליגט אויסטערלישע מעגליכקייטן דער רשע האט עס געניצט אראפ צוברענגן דעם פאלק און אויסגיסן א טינקלקייט אויף די וועלט, פון די צווייטע זייט להבדיל דער צדיק האט גענומען אט די זעלבע כוחות און געברענגט ליכטיגקייט אויף די וועלט, ער האט פארשטאנען אז כ'בין א חלק אלוקי ממעל און די וועלט 'רעכנט' זיך אויף מיר און מיט א 'שאו את ראש' מיט אן אויפגעהויבענע קאפ האט ער געטוען דאס העלדישע אַקט און צוריק געברענגט רואיגקייט פאר די אידישע קינדער, אט דאס איז דער יסוד פון שאו את ראש, ווען ס'מאכט זיך א שווערע צייט און דער אידעלע שפירט פארלוירן און טינקל איז די ארבעט זיך צו דערהייבן צו העכערקייט און דערהערן אז די וועלט ווארט און רעכנט זיך אויף 'מיר', יא! מיטן פינגער דארפן מיר ווייזן צום הארץ און אויסרופן יא! איך קען באלייכטן די וועלט, יא! איך מאך א חילוק אויף די וועלט, איך בין א "פרינץ" א באליבט קינד פון מיין טאטע אין הימל, איך האב אין מיר דעם פלאם פון פנחס און ווען איך באמערק עפעס וואס דארף תיקון אדער חיזוק ווער איך נישט דערשראקן אדער פארלוירן נאר איך נעם אינערליכע הייליגע כוחות וואס איך פארמאג און שפירנג אריין צו טוען אלעס וואס איך קען צוריק צוברענגן ליכטיגקייט, ווייל איך ווייס אז הקב"ה ווארט און רעכנט זיך אויף מיר... ברידער'לעך לאמיר אָנפילן די וועלט מיט דעם כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק: מען האט דריי מאל געציילט:
• חטא העגל - אמת א שרעקליכע זינד איז פארגעקומען, אט שטייט פאר אונז דעם געלעגנהייט פון חרטה ותשובה.
• הקמת המשכן - אט היינט ווען ס'איז לעכטיג געדענק אז מען רעכנט זיך אויף דיר אין איעדע מצב, דערהייב זיך זעה דעם גרויסן בילד!
• פרשת פנחס – פנחס לערנט אונז אז דער איד דארף לעבן מיט די קלארקייט אז הקב"ה ווארט און רענכט זיך אויף אונז צו באלייכטן די וועלט אויף אייביג!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
לעצט פאראכטן דורך שלום ואחדות אום דאנארשטאג יולי 25, 2019 7:03 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

שלום ואחדות
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

תגובהדורך שלום ואחדות » דאנארשטאג יולי 25, 2019 6:57 pm



צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט