פרשת בלק - כ'הער וואס די זאגסט, אבער איך בין אנדערש

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

פרשת בלק - כ'הער וואס די זאגסט, אבער איך בין אנדערש

תגובהדורך שלום ואחדות » דאנארשטאג יולי 18, 2019 4:40 pm

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די וואך אינעם פרשה פארציילט אונז די תוה"ק די פאסירונג פון בלק און זיין שותף בלעם, בלק דער קעניג פון מואב בעט זיך ביי בלעם דער גרויסע נביא ביי די אומות העולם אז ער זאל דעם הייליגן אידישן פאלק שעלטן, די תוה"ק גייט אריין אין אַן אריכות און פארציילט אונז אלע דעטאלן און שמועסן וואס איז פארגעקומען צווישן בלק און בלעם, און צווישן בלעם מיט השי"ת ..בלעם בעט זיך ביי השי"ת אז ער זאל אים לאזן גיין שעלטן דעם פאלק, און השי"ת זאגט אים צוריק לֹא תָאֹר אֶת הָעָם כִּי בָרוּךְ הוּא, שעלט נישט דעם פאלק ווייל ער איז געבענטשט, בלק פון די אנדערע זייט לאָזט נישט נאָך, נאר מיטשעט ווייטער בלעם, ער שיקט כל מיני מכובד'דיגע מענטשן זאלן אים צורעדן אז ער זאל יא שעלטן דעם אידישן פאלק, בלעם ענטפערט אבער מיט א געמאכטע תמימות לֹא אוּכַל לַעֲבֹר אֶת פִּי ה' אֱלֹקָי איך קען נישט עובר זיין אויפן דבר ה', אבער דער בעל תאווה שטייט אויף דעם נעקסטן אינדערפרי (כב כא) וַיָּקָם בִּלְעָם בַּבֹּקֶר וַיַּחֲבשׁ אֶת אֲתֹנוֹ וַיֵּלֶךְ עִם שָׂרֵי מוֹאָב, וַיִּחַר אַף אֱלֹקִים כִּי הוֹלֵךְ הוּא וכו' בכבודו ובעצמו שפאַנט ער איין דעם אייזל זיינע, און ער איז אונטערוועגנס צוזאמען מיט די הערן פון מואב...

זאגט רש"י בא"ד אמר הקב"ה רשע כבר קדמך אברהם אביהם וכו', הקב"ה האט געזאגט ..דו רשע שפאַנסט איין דיין אייזל, זייער טאטע אברהם האט דאס שוין אסאך פאר דיר דאס געטוען ווי ס'שטייט אין פסוק ביי די עקידת יצחק וישכם אברהם בבקר ויחבוש את חמורו...

די משנה אבות (ה יט) לערנט אונז: כל מי שיש בידו שלשה דברים הללו מתלמידיו של אברהם אבינו, ושלשה דברים אחרים מתלמידיו של בלעם הרשע - דער וואס פארמאגט די דריי זאכן איז פון די תלמידים פון אברהם אבינו און דער וואס האט די אנדערע דריי איז פון די תלמידים פון בלעם הרשע, און די משנה רעכנט אויס: עין טובה - א גוט אויג, ורוח נמוכה – א נידריג געמיט, ער האלט זיך קליין, ונפש שפלה – און א באשיידן הארץ, מתלמידיו של אברהם אבינו. עין רעה – א שלעכט אויג, ורוח גבוהה – א הויכ'ן געמיט, ער האַלט זיך גרויס, ונפש רחבה – א ברייט האַרץ, ער געבט זיך נאָך די גליסטענישן וכדומה, מתלמידיו של בלעם הרשע.

וואס מיר דארפן פארשטיין איז גאנץ קלאר:
א. ווי קען מען בכלל פאַרגלייכן אברהם און להבדיל בלעם וואס פאר א שייכות איז פאַרהאַן צווישן זיי, לכאורה איז עס צוויי אנדערע וועלטן אברהם איז די העכסטע און בלעם איז די נידריגסטע, פארוואס זענען זיי בכלל צוזאמען געשטעלט?
ב. וואס איז פשט פון דעם לשון 'מתלמידיו של בלעם הרשע', בפשטות א רשע איז איינער וואס פירט זיך נישט ווי מען דארף, ער פירט זיך נגד התורה איז אויב אזוי וואס מיינט זיין א 'תלמיד' פון אים – דאס אז די משנה רופט עס זיין א תלמיד מיינט עס אז בלעם האט געהאט עפעס א דרך החיים – א וועג פון טראכטן וואס ער האט אויסגעטראפן און אויף דעם זאגט די משנה אז אויב גייט מען אין די וועג איז מען זיינס א תלמיד, נו אויב אזוי פרעגט זיך וואס איז די יסוד הנקודה פון בלעם וואס דערפון דארפן מיר זיך גאר שטארק דערווייטערן? בפרט אז מען קוקט זיך ארום ס'זענען געווען אסאך שלעכטע רשעים אין אונזער אידישע היסטוריא, פארוואס פאררופן זיך די וואס האבן די דריי שלעכטע מידות דוקא בלעם'ס 'תלמידים'?
איידער מיר טרעטן צו צום שמועס דארפן מיר באַמערקן נאָך איין נקודה. חז"ל זאגן אונז ולא קם נביא עוד בישראל כמשה, בישראל לא קם, אבל באומות העולם קם, ואיזה? זה בלעם – ס'איז נישט געווען ביי כלל ישראל נאך אזא נביא ווי משה רבינו, ביי די אידן נישט אבער ביי די גוים יא - און ווער איז דאס? בלעם, דאס מיינט אז בלעם איז געווען אזוי גרויס אין נבואה ווי משה רבינו, לכאורה דארף מען פארשטיין דא שטייט א מענטש א נביא ער רעדט צו השי"ת דער מלך פון די וועלט, דאס מיינט אז ער ווייסט אז ס'איז פארהאן א גאט אויף די וועלט, און נישט נאר וואס ער ווייסט, איז ער אויך א נביא ער רעדט מיט השי"ת כסדר, פרעגט זיך די שווערע פראגע אויב אזוי ווי קומט צו בלעם אזא רשעות אז חז"ל געבן אים די הערליכע טיטול פון "בלעם הרשע", און וואס איז פשט אז דערנאך וואס הקב"ה זאגט אים ניין טוט ער זיך נישט צוהערן? און דערמיט קומען מיר צום גרעסטן שאלה וואס ס'פרעגט זיך הויעך און קלאר ווי קען זיין אז ווען בלעם האט זיך באגעגנט מיט דער אייזל און ס'האט גערעדט צו אים כאַפט ער נישט קיין התפעלות – מיר וואלטן ערווארטעט אז ער זאל פאַלן חלשות פון שאָק און שוידער אבער ניין ער ענטפערט צום אייזל ווי ער וואלט ווען גערעדט צו א פשוטע בשר ודם ווי קען דאס בכלל זיין?!

לאמיר זיך פארטיפן און ריכטיג אָפלערנען פשט אין דעם ענין פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט קיין השגה אין די אומגעהויערע טיפקייט וואס ליגט אין די ענינים נאר א קליין ביסל אויף אונזער מדריגה און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכע לעבן.

חודש אלול תשע"ח – זיצנדיג אויפן בּאָס מיט די דערהויבענע חברייה קדישא אויפן וועג צוריק פון א נסיעה צו מקומות הקדושים רופט זיך ישוע'לע אָן: אוי באשעפער די לעכטיגע דערהויבענע נסועה איז געענדיגט צוריק צו 'ריעלאטי' – צוריק צו טעגליכע לעבן, פלוצלינג פון עטליכע רייעס אונטער אים רופט אביגדור אויס: יושע'לע מאכסט א טעות די האַלטס אז יעצט פאָר מיר אונז צו 'ריעלאטי' – אמתע ריאלעטעט איז אין די הייליגע דערהויבענע שטעט מזיבוז, בארדיטשוב און ליזענסק דארט איז לעבן א פאקט, מ'לעבט אין א וועלט פון דערהויבנקייט יעצט אויפן וועג אהיים פאָר מיר אריין אין גלות אמעריקע – דעס רופסטו צוריק צו ריעלאטי טו מיר א טובה אויך מיר ריעלאטי?!

צווישן די פילע אידן אויפן נסיעה איז געזעצן א חשובע משפיע און זיך צוגעהערט צו די קאמענטארן און פלוצלינג אויסגערופן: טייערע חברים די אמת איז אז "נישט דאָרט די הייליגע שטעט'לעך איז ריעלאטי און נישט דא אין אמעריקא איז גלות" - ווי הקב"ה לייגט א איד איז עס זיין ריעלאטי וואס אונזער ארבעט איז טאקע צו נעמען דעם פלאץ און עס הייליג מאכן, ווען א איד זאגט ..דאָרט אויף דעם פלאץ אדער אויף דעם מצב איז פארהאן 'העכערקייט' אבער אין דעם אנדערן פלאץ איז עס נישט פארהאן האט ער דערמיט אוועקגענומען הייליגקייט פון דעם פלאץ, ווייל די אמת איז אז הקב"ה איז איבעראל, דער אפטייטש פון די ווארט "ריעלאטי איז: אז הקב"ה איז מלא כל הארץ כבודו אין איעדע פלאץ און מצב איז אונזער ארבעט אָנצופילן מיט העכערקייט און דערהויבנקייט, מיר טארן נישט אויף קיין שום וועג לאזן די ווארט העכערקייט און דערהויבקייט ליגן אין עפעס א ווייטע שטעטל אין אוקריינע אדער אין ירושלים נאר דער אידעלע דארף פארשטיין אז ווי ער גייט אין שטייט האבן מיר די מעגליכקייט צו מאכן דעם פלאץ דערהויבן און הייליג און דאס איז אונזער ארבעט און אמתע פאקטישע ריעלאטי!

לאמיר זיך אויסשמועסן: ס'מאַכט זיך כסדר אז ווען מיר לערנען עפעס א געשמאַקע שטיקל, הערן א געלונגענע דרשה, א לעכטיגע חידוש און דאס האַרץ צינד זיך אָן, דער אידעלע ווערט נתעורר און פאַנגט אָן קוקן אויף זיך און פרעגן ..איין מינוט ווי קוק איך אויס - ס'איז צייט פאַר א טויש וכדומה, מיר פאַנגן אָן שפירן אז אויב איז אמת דער געדאנק דארפן מיר שוין איבערדרייען דאס לעבן, מ'דארף זיך נעמען צו די ארבעט, אבער פלוצלינג קומען מחשבות פון די פארקערטע זייט און זאגן: וואס יעצט גייסטו זיך טוישן, יעצט איז שוין אביסל צו שפעט אדער צו שווער, ס'איז גאנץ באקוועם אזוי ווי ס'איז, אבער די הייליגע ווערטער שטייען פאר די אויגן און רייסן דאס הארץ, ס'רופט דעם אידעלע פאר א טויש, אט דא ביי דעם צומישעניש קומען מיר אויף מיט א געלונגענע עצה און מיר טוען אָנפאַנגן דערווייטערן דעם גאנצן געדאנק מיט ווערטער ...ער זאגט טאקע גוט אבער ס'איז נישט פאַר מיר, ס'איז עפעס העכערע דערהויבענע הייליגע זאַכן, ס'באַלאַנגט פאַר בני עלייה, כ'בין נישט פון די חברה עובדי ה', רעד צו מיר מיין שפראך, עפעס צום זאַך... מיט די אלע ווערטער טוען מיר אוועק שטיפן און דערווייטערן דעם געדאנק פון זיך, מיר מאַכן זיך כאילו די ווערטער פונעם הייליגן מחבר, משפיע אדער בעל דרשן זאל ווערן עפעס א ווייטע דערהויבענע דערהער וואס האט נישט מיטן ריאלעטעט וואס דערנאך זענען מיר שוין פטור ווייל ס'רעדט נישט צו מיר, צומאל זאגן מיר עס נאך מיט אזא פאַלטשן עניות כאילו מיר האלטן זיך קליין ווען באמת קומט עס פון א געוויסע גאווה און תאווה דער מענטש האַלט זיך באקוועם און איז נישט גרייט זיך צו טוישן זיין לעבנסשטייגער, ער איז נישט גרייט אויפצוגעבן אדער אויסרופן אז מיין יעצטיגע מצב איז נישט ווי ס'דארף צו זיין און איך מוז זיך טוישן פאר איעדן פרייז, ס'איז אים גרינגער צו זאגן אז ס'איז העכער און דערהויבן און דערמיט זיך אינגאנצן פטר'ן.

דערמיט טייערע ברידער קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה, אונזער פאטער אברהם טרעפט זיך אויף א וויסטן וועלט וואס הייליגקייט און העכערקייט איז עפעס גאָר ווייט, די וועלט ווייסט נישט אז ס'איז פאַרהאַן א מלך העולם, דאס גאַנצע געדאַנק פון געטליכקייט איז עפעס א ווייטע 'דערהויבענע' זאַך וואס האט גארנישט מיט די פשוטע מענטשן, אבער אברהם זייענדיג א קליין קינד מיט זיינע געוואלדיגע מידות טובות, זיין גוט אויג, באגלייט מיט א א נידריג געמיט און א באשיידן הארץ באמערקט ער גלייך אז ס'איז פארהאן א בורא ומנהיג און נישט סתם עפעס א ווייטע הימלישע באשעפער – נאר א מלך וואס איז אונזער באליבטע טאטע, וואס לעבט מיט אונז אויף טריט און שריט מיט די גרעסטע השגחה פרטית, ער האט פארשטאנען אז די גאנצע תכלית פון די וועלט איז צוזאם צונעמען ביידע וועלטן שמים מיט ארץ און מאכן איינס, רוחניות/הייליגקייט איז איינס מיט גשמיות כִּי כֹל בַּשָּׁמַיִם וּבָאָרֶץ לְךָ ה' הַמַּמְלָכָה, העכערקייט איז נישט עפעס וואס טוט בלייבן אין די הייעך און נידריגקייט איז נישט עפעס וואס בלייבט נידריג נאר פונקט פארקערט די ארבעט אויף די וועלט איז צוזאמען צוברענגן די צוויי, צו נעמען די פשוטע גשמיות'דיגע זאכן און עס מאכן הייליג-קודש, נעמען העכערקייט און דערהויבנקייט און עס אריין ברענגן אין די וועלט וואס מיר לעבן, אריינברענגן ליכטיגקייט אינעם טעגליכן לעבן, און מאכן העכערקייט די פשוטע לעבנס-שטייגער פון א איד, איעדע זאך אדער פעולה וואס א איד טוט קען ווערן די הייליגסטע זאַך, אברהם'ס גאנצע לעבן איז געווען צו מאכן דעם איד'ס טעגליכע לעבן דערהויבן, איעדעס מאל א איד זעצט זיך עסן פארבינדט ער זיך צו די הייליגסטע גרעסטע עבודות, איעדע מאל א איד נעמט אריין א אורח אין שטוב האט ער שייכות מיט די גרעסטע ענינים און אזוי ווייטער און ווייטער אויף איעדע ריר פון אונזער פאָטערס לעבן זעט מען אט דעם זעלבן יסוד, פלוצלינג ווערט דאס נעכטיגע 'העכערקייט' דעם איד'ס הייניטיגע לעבן, אפשר ווען איינער קוקט פון דרויסן זעט עס אויס הויעך אבער ביים אידעלע איז דאס די פשוטע ריאלעטעט פון לעבן, ס'איז פשוט די אמתע מציאות פון די וועלט, אלעס אויף די וועלט איז הייליג און דערהויבן ס'איז מלא כל הארץ כבודו...

פון די צווייטע זייט ערוועקט זיך א בלעם הרשע וואס איז ממש דאס פארקערטע ער פארמאגט א שלעכט אויג, האַלט זיך גרויס, און א ברייט האַרץ, ער געבט זיך נאָך די גליסטענישן וכדומה אלעס וואס ער זעט פאר זיך איז זיין אייגן וועלט, זיינע אייגענע תאוות זענען די וויכטיגסטע און איינציגסטע זאַך אויף די וועלט, יא אמת אז ס'איז פארהאן א ענין וואס רופט זיך געטליכקייט, אבער ער מאכט זיכער אז ס'איז עפעס א ווייטע דערהויבענע העכערע זאך וואס צומאל האט ער טאקע שייכות דערמיט, צומאל רעדט ער מיט הקב"ה אבער דאס איז נישט ווער ער איז, דאס איז נישט זיין תכלית און מציאות אויף די וועלט, ס'איז דער 'גוטע מינוט' וואס מען קען רעדן מיט השי"ת אבער גלייך דערנאך גייט ער צוריק צו זיין ריעלאטי וואס איז תאוות, חמדות, כבוד און געלט, ער פארשטייט נישט בכלל דער געדאנק אז העכערקייט דארף ווערן א חלק פון אונזער לעבן – נאר פונקט פארקערט ער מאכט זיכער אז ס'בלייבט גאר הויעך און הייליג און ממילא דערפאר האט עס נישט קיין שייכות מיטן טעגליכן לעבן, ס'איז אים גארנישט מחייב, נאך אלעם איז עס נישט פאַר אונז ה"י. דערפאר טאקע ווען הקב"ה זאגט אים נישט צו גיין שעלטן די אידישע קינדער מיינט עס פאַר אים גארנישט ווייל דער בעל גאווה דערהייבט נישט די דבר ה', ביי אים איז דאס עפעס א העכערע דערהויבענע זאך וואס מיינט גארנישט פאר 'זיין' לעבן, ער גייט ווייטער מיט זיינע תאוות און פלענער, מען פרעגט, אבער וואס הקב"ה ענפערט איז נישט ממש א פאַקט ה"י, זיין איינציגסטע פאקט איז דער 'זיך' זיין וועלט מיט זיינע פארדארבענע מידות...

דערמיט איז שוין גאר פארשטענדליך פארוואס בלעם דעהערט נישט ווי אזוי דער אייזל רעדט צו אים, זייענדיג אין זיין פאַרדאָרבן וועלט, הערט ער דעם אייזל רעדן אבער ער כאפט נישט קיין שום התפעולת ווייל ביי אים איז עס נאר א 'גוטע העכערע מינוט', ס'איז געשעהן א דערהויבענע מופת ס'האט אבער מיט אים נישט קיין שייכות ווייל זיין גאנצע לעבן איז אויסגעשטעלט אויף א וועג פון קוקן אויף אלעס אין די וועלט מיט אויגן ווי העכערקייט מיט פשוטע לעבן האבן נישט קיין קשר, ס'איז פארהאן 'מיין וועלטל' און דערנאך איז פארהאן עפעס א העכערע וועלט פון געטליכקייט און הייליגקייט די צוויי האבן גארנישט קיין שייכות, וואס די תוה"ק לערנט אונז אין אונזער פרשה איז: אז ווען דער איד כאַפט נישט אז איעדע זאך אויף די וועלט איז הייליג און העכער, אין איעדע ברעקל פון די וועלט איז פארהאן געטליכקייט, קען ער שטיין פאר די גרעסטע נס (נישט קלענער ווי אַן אייזל וואס רעדט) און ער וועט דארט אויך גארנישט באמערקן אדער כאַפן ה"י, אדער וועט ער יא באמערקן וועט עס אים גארנישט מחייב זיין ווייל דער בעל גאווה וועט עס גלייך מאכן פאר א ריזיגע מופת אדער עפעס גאר א דערהויבענע זאַך און ממילא האט עס נישט מיט אים ..ס'האט זיך געמאכט א גוטע הייליגע מינוט אבער ס'איז נישט דער נייע מציאות פון מיין לעבן, 'איך' בין ווער איך בין... ווי אנדערש איז דער תלמיד פון אברהם וואס מיט די מידה פון רוח נמוכה – זיך האלטן קליין, נפש שפלה – האבן א באשיידן הארץ דערהערט מען אז אלעס אויף די וועלט איז העכער און הייליג און דערפאר טוט אלעס אויף די וועלט רעדן צום אידעלע, אלעס וואס מיר זעהן אדער באמערקן ווערט א חלק פון אונזער שליחות און תפקיד מיוחד, ס'איז א חלק פון אונזער שטייגן, ס'איז א חלק פון אונזער עבודה צו ערפילן די וועלט מיט כבוד ה'.

דערמיט דערהערן מיר בסייעתא דשמיא פשט אין די משנה אין מסכת אבות עֲשָׂרָה דְבָרִים נִבְרְאוּ בְעֶרֶב שַׁבָּת בֵּין הַשְּׁמָשׁוֹת, צען זאַכן זענען באַשאַפן געווארן ערב שבת בין השמשות – צווישן די צען זאכן וואס די משנה רעכנט אויס איז וּפִי הָאָתוֹן - די מויל פונעם אייזל וואס האט גערעדט צו בלעם ווי די תוה"ק דערציילט אונז, וְאֵילוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ – די ווידער פון אברהם אבינו וואס ער האט מקריב געווען אַנשטאָט יצחק אבינו, בפשטות פרעגט זיך וואס האט די פי האתון און די אילו של אברהם א שייכות מיט ערב שבת בין השמשות?!

אין די ספרים (עיין מהר"ל) איז פארהאן א יסוד וואס זאגט אז ערב שבת בין השמשות איז א צייט וואס איז נישט חול-וואכן אויך איז עס נישט קודש-הייליג ס'איז א מציאות פאר זיך פונקט אינצווישן, יעצט ווי פריער געשמועסט אונזער הייליגע טאטע אברהם האט געזעהן די גאנצע וועלט אלץ א פלאץ וואס איז אדער חול אדער קודש נאר די גאנצע וועלט איז א פלאץ וואס די ארבעט איז צו נעמען חול און עס מאכן קודש, נעמען די פשוטע גשמיות און עס מאכן פאר די הייליגסטע, אט שטייט ער נאכן עקידה און ער באמערקט א פשוטע איל-ווידער אבער אברהם מיט זיינע הייליגע אויגן באמערקט גלייך אז ס'איז גארנישט אזוי פשוט, ס'איז בין השמשות און ער פארשטייט גלייך אז אויף אים ליגט א חיוב צו כאפן דעם איל און עס שחטן ווי די פסוק זאגט תחת בנו-אנשטאט יצחק אבינו און דערמיט עס געמאכט פאר די הייליגסטע – ברידער דאס איז אברהם אבינו ער זעט די גאנצע וועלט בין השמשות'דיג דערפאר האט הקב"ה אים געשיקט ערב שבת בין השמשות דעם געוואלדיגן זכות צו לערנען פאר אונז אז איעדע מינוט פאר איד'ס אויגן איז בין השמשות ס'איז אונזער פליכט צו נעמען איעדע וואכעדיגע זאך און עס מאכן קודש-הייליג.

פון די אנדערע זייט לערנט אונז די משנה איבער בלעם הרשע, ביי אים איז ממש פארקערט, הקב"ה ברוב רחמיו וויל אים אפשטעלן פון זיין שרעקליכן געלויף צו שעלטן די אידישע קינדער טוט הקב"ה אים שיקן א קלארע מעסעדזש, דער אתון-אייזל איז א 'חמור' וואס איז די קלאָרסטע אויסדריק פון א פשוטע נישט הייליגע זאַך (עם הדומה לחמור – ביי די שפראך פון מענטשן וד"ל) פון די אנדערע זייט ווי באקאנט איז דיבור דאס רעדן פון א מענטש מרמז אויף דעת–פארשטאנד העכערקייט, הקב"ה האט גענומען די טריקענסטע זאַך אויף די ווילט דער 'חמור' און עס פאַרבינדן מיט די הייליגסטע, זי האט באקומען די כח הדיבור-רעדן, און אנדערע ווערטער וואס הקב"ה איז מרמז פאר בלעם הרשע אז ס'איז נישט פארהאן קיין צוויי וועלטן ווי דו רשע קוקסט עס אָן, ס'איז נישט שווארץ אדער ווייס, שמים אדער ארץ, מיין וועלט און דערנאך איז דא הקב"ה'ס וועלט ר"ל, די גאנצע וועלט איז א בין השמשות'דיגע וועלט, די ארבעט איז צוזאם צוברענגן דעם חול מיטן קודש, צו ממשיך זיין קדושת שבת אויף די גאנצע וואָך אט דאס אייזל ווערט באשאפן בין השמשות ווייל ס'האט אין זיך די צוויי וועלטן.

ברידער! די יסוד הערט זיך גאנץ געשמאק און פשוט אבער ווען מיר דערהערן עס מיט א קלארקייט דארף עס אונז טוישן דאס לעבן, דער איד דארף זיך פרעגן מיט אַן אמת בין איך א תלמיד פון אברהם אדער חלילה, זיך פרעגן איינמאל פאר אלעמאל "וואס איז מיין ריעלאטי – ווי לעב איך – ווי קוק איך אויף די וועלט" איז ביי מיר פארהאן א געשמאקע היינטיגע וועלט און 'אויך' עפעס א העכערע דערהויבענע הייליגע וועלט ווי דארט זענען פארהאן בני תורה, כולל אינגעלייט, בלעטער גמרא, צניעות, חסד און שיעורים אדער פארשטיי איך אז אין אמת'ן איז נישט פארהאן אזא מציאות ווי צוויי וועלטן, אלעס אויף די וועלט איז הייליג און דערהויבן ס'קען זיין אז איך בין נאך נישט דאָרט, ס'קען זיין אז איך בין נאך אויפן וועג אהין אבער דארט איז די פלאץ ווי איך דארף אָנקומען, נישט קיין חילוק ווי באקוועם און געשמאק דער לעבן איז מיר יעצט אויף דעם פלאץ - בין איך גרייט צו גיין און לויפן צו ווערן נענטער צו אבינו שבשמים, ווען איך הער אדער לערן עפעס א אמתע גוטע געדאנק טו איך בשום אויפן נישט זאגן ס'מיינט נישט מיר, ס'האט נאר מיט דערהויבענע בני עלייה, רעד צו מיר מיין שפראך וכדומה, אויב איז עס די אמתע דעת תורה האט עס מיט מיר... אמת אז שטייגן דארף מען צוביסלעך איין טריט אויף אמאל אבער אוועק מאכן אדער זיך דערווייטערן דורך פאַלטשע עניות זאגנדיג ס'איז העכערע זאכן, ס'איז גרויסע מדריגות – איך בין דאך א פשוטע מענטש און דערמיט זיך פטר'ן דאס נישט...

צומאל איז עס פשוט צו שווער פארן מענטש צו אַנערקענען אז דער באקוועמע פלאץ ווי ער איז שוין א שטיקל צייט (אדער גאר אסאך יארן) איז נישט דאס ריכטיגע און צוליב פחד מאכט ער אלעס העכער און דערהויבן און כסדר רופט אויס צו זיך און ארומיגע ..כ'בין נישט פון די סארט, כ'בין נישט געמאכט פארדעם, טייערע ברידער זיי אמתדיג צו זיך איעדע אידיש קינד איז א חלק אלוקי ממעל מיר פארמאגן כוחות וואס לאזט זיך נישט באשרייבן, מיר זענען אלע פון די זעלבע סארט, אמת אז איעדער פון אונז האט זיין תפקיד מיוחד אבער נישט פון די סארט – פון וועלכע סארט רעדסטו?! נאר למשל וויפיל בחורים זיצן אין ישיבה און ווען דאס לערנען גייט אביסל שווער הערט מען פלוצלינג ווערטער ווי ..ס'איז נישט פאר מיר, כ'בין נישט געמאכט פאר דעם.. ה' ירחם... אמת אז ס'איז פארהאן איינער וואס קען בעסער, איינער וואס האט מער כשרון אבער זאגן ווערטער ווי כ'בין נישט געמאכט פארדעם?!?! ס'איז נישט פאר מיר?!?! תוה"ק האט שייכות מיט איעדע פון אונז, העכערקייט און הייליגקייט האט שייכות מיט איעדע פון אונז... אהבת ה' און אהבת הבריות האט שייכות מיט איעדע איד... ווייל ברידער געדענק מיר זענען הקב"ה'ס באליבטע קינדערליך וואס בשום אויפן לאזט אונזער טאטע נישט אז איינער זאל אונז אָפשטעלן אדער אָפשוואַכן, דער רשע בלעם וויל אונז שעלטן און פון זיין מויל קומט ארויס פונקט דאס פארקערטע מַה טֹּבוּ אֹהָלֶיךָ יַעֲקֹב מִשְׁכְּנֹתֶיךָ יִשְׂרָאֵל און דערמיט דערהערן מיר נאכאמאל ווי שטארק אבינו שבשמים האט אונז ליב, ברידער אט שטייען מיר שוין ביים שוועל פונעם גאולה לאמיר זיך שטארקן ביז אט וועלן מיר שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג בביאת מלך המשיח בב"א.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

שלום ואחדות
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

תגובהדורך שלום ואחדות » דאנארשטאג יולי 18, 2019 4:41 pm


אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג יולי 18, 2019 5:50 pm

׳שלום ואחדות׳ מאכט שלום און איז מאחד דעם טיפערן נישט אזוי מערקעוודיגן ׳ריאליטעט׳ מיטן טריקענעם, פאקטישן פשוט׳ן ׳ריאליטי׳ - זייער גוט און קלאר ארויסגעברענגט; ישר כח!
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

שלום ואחדות
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

תגובהדורך שלום ואחדות » פרייטאג יולי 19, 2019 6:37 am

ישר כח ברידער!

פויגל מילך
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 8:20 am

תגובהדורך פויגל מילך » פרייטאג יולי 19, 2019 12:11 pm

קאנראל פי

וועמער זיך דערקוויקן שבת נאכמיטאג


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט