פרשת בחקותי - פארוואס וויל צבי צוריק גיין ארבעטן אין מארק?!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

פרשת בחקותי - פארוואס וויל צבי צוריק גיין ארבעטן אין מארק?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די פסוק פאנגט אָן: אִם בְּחֻקֹּתַי תֵּלֵכוּ וְאֶת מִצְוֹתַי תִּשְׁמְרוּ וַעֲשִׂיתֶם אֹתָם, וְנָתַתִּי גִשְׁמֵיכֶם בְּעִתָּם וְנָתְנָה הָאָרֶץ יְבוּלָהּ וְעֵץ הַשָּׂדֶה יִתֵּן פִּרְיוֹ - אויב אין מיינע וועגן וועט איר גיין, דאס הייסט אז מיר וועלן זיך פירן אויף דעם דרך התורה און טוען השי"ת רצון, לעבן א לעבן פון תורה ומצוות, וועלן מיר זוכה זיין צו דער ברכה אז ס'וועט זיין רעגן אין די ריכטיגע צייט, די ערד וועט ארויס געבן גוטע און צייטיגע פירות וכו'.

ס'איז באקאנט די הייליגע ווערטער פון רש"י אם בחקתי תלכו - שתהיו עמלים בתורה אויב מיר וועלן זיך פלאָגן אויף תורה וועלן מיר זוכה זיין צו די אלע ברכות וואס די פסוק רעכנט אונז אויס. ווי פארשטענדליך דארפן מיר זיך אפשטעלן און זיך פארטיפן אין די הייליגע ווערטער 'שתהיו עמלים בתורה'
א. וואס מיינט דאס פלאָגן אויף תורה? ב. וואספארא שייכות האט עס מיט די ברכות – פארוואס ווען א מענטש 'פלאָגט' זיך איז מען זוכה צו די ברכות?
ג. די לשון תלכו-גיין דארף אויך א הסבר, בפשטות וואלט געדארפט שטיין אם בחקתי תקיימו/תעשו אויב איר וועט מקיים זיין/טוען, וואס איז פשט פון דעם לשון תלכו?
לאמיר גיין א טריט ווייטער און פארשטיין וואס איז פשט פון די אלע ברכות, מען רעדט דאך פון דער מלך העולם, אונזער באליבטע טאטע וואס באשאפט און פירט די גאנצע וועלט נו וואלטן מיר געטראכט אז די ברכה וועט זיין "ס'וועט זיך גיסן השפעות בלי גבול וסוף, די אידישע קינדער וועלן האבן און פארמאגן אלעס אויף די וועלט", אבער ניין אין פסוק געפינען מיר אז די ברכה פאנגט זיך אָן מיט רעגן און רש"י איז מסביר אז די רעגן וועט זיין אויף די ריכטיגע מינוט למשל ליל שבת ווען אידישע קינדער זענען אין שטוב –פארוואס זענען די ברכות געגעבן אויף די קליינע דיטאלן? פארשטייט זיך אז אין די אלע ענינים ליגט א אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר האבן נישט קיין שום השגה דערין לאמיר זיך פארטיפן אויף אונזער מדריגה און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

..בייגעלעך בייגעלעך ווער וויל קויפן בייגעלעך, שרייט צבי'קא מיט זיין אויסגעריסענעם שטים בענדל, ווי נישט שטייט ער שוין אויפן מאַרק מיט זיין שטרויענעם קאָרבעלע פאר באלד זעקס שעה, דער זון באַקט פון זיין שטערן הערט נישט אויף טראָפן, די בייגעלעך זענען שוין אינגאנצן פארטריקענט, אבער אהיים גיין צו זיין ווייב און קינדערלעך פאַרן האבן כאטש גאנצע זיבן רובל קומט אים נישט אין באטראכט, צביקא'ס ליפן שטעלן זיך נישט אָפ ס'שעפשט הייסע תפילות צום טאטע אין הימעל אז 'איינער' כאטש איינער זאל זיך אפשטעלן קויפן די ווייב'ס געלונגענע בייגעלעך...

פלוצלינג באמערקט ער ווי ר' וואלף די שטאט'ס גביר שפאצירט זיך רואיגערהייט פארענט פון מארק, מיט זיינע לעצטע כוחות פאנגט ער אָן שרייען ..בייגעלעך בייגעלעך!! ב"ה ס'איז געלונגען ר' וואלף האט געהערט און אט קומט ער טאקע אריבער קויפן א בייגעלע, ווי נאר ר' וואלף איז נענטער געקומען זעט ער אז ס'האנדלט זיך נישט דא מיט עפעס א פשוטע בייגל פארקויפער, זאג נאר אינגערמאן ווי רופט מען אייך? צבי'קא, וויפיל פארדינט איר שטייענדיג אזוי א גאנצע טאג? מיט השי"ת הילף אויב אלעס וועט אויסגיין - זיבן רובל! מיין טייערע די זעסט מיר אויס צו זיין גאר א טויגליכער זיי מוחל און קום אריבער צו מיר אין געשעפט אריין אויף 41 וואלהויף שטראסע, איך וועל פאר דיר מסדר זיין א גוטן פאזיציא און פארשטייט זיך דער עיקר פון זיבן רובל א טאג וועט ווערן זיבעציג א וואך...

הודו לה' כי טוב! מיט איין שמחה באדאנקט זיך צבי און נאך פאר וואס ווען ווי זיצט ער שוין ביי ר' וואלף אין געשעפט, ווען דער טאג איז געקומען צו אַן ענדע האט ער זיך אהיים געיאָגט מיט די פרייליכע נייעס צו זיין אשת חיל ..השי"ת האט געשיקט א מלאך, געענדיגט מיט די בייגעלעך, ר' וואלף צאלט, מען גייט מאכן געלט ס'איז געוואלדיג הודו לה', זיין משפחה פארשטייט ניטאמאל א ווארט וואס ער זאגט אבער איין זאך ווייסן זיי אז ב"ה די מצב הפרנסה גייט זיין גרינגער און רואיגער.

עטליכע וואכן זענען אדורך און איין טאג זאגט צבי'קא: ישר כח ר' וואלף פאר אלעס, אבער ס'איז מיר בעסער אין מארק, ס'איז מיר געשמאקער דארט, ר' וואלף פאנגט נישט אָן צו פארשטיין דעם צבי'קא ווי קען זיין אז שטיין אויף די זון אין א טויזענט דעגרי מיט אפאר פארטריקענטע בייגעלעך זאל זיין געשמאקער ווי פארדינען זיבעציג רובל אין א שיינעם געשעפט??!! צבי'קא איז מסביר פאר ר' וואלף: כ'וועל אייך זאגן דעם אמת, פון אנפאנג ווען איר האט מיך געריפן צו אייך אין געשעפט האב איך טאקע געמיינט אז איך בין אויפגעראכטן געווארן, אבער מיט די צייט האב איך אנגעפאנגן צוריק בענקן נאך די פשוטע מארק ארבעט, ווייל א טאג אין מארק איז נישט א טאג אין געשעפט, א טאג אין מארק פאַנגט זיך אָן פאַרטאָגס ביים מנין ותיקין און דערנאך ווען איך און מיין טייערע אשת חיל שטייען אויף פרי באַקן די בייגעלעך, מיט הייסע טרערן זענען מיר מפריש א קליין שטיקל פאַר חלה באגלייט מיט א תפילה צום בורא עולם אז די בייגעלעך זאלן געלונגען און מיר זאלן האבן פרנסה... ווען איך קום שוין ענדליך אָן אין מארק הערן מיינע ליפן נישט אויף צו שעפשען תפילות צום בורא עולם אז איינער זאל צוקומען קויפן איך בעט דאווען און האף, און ווען איינער קומט שוין צו בעט איך זיך ביים זן ומפרנס אז ער זאל נישט האנדלן אויפן פרייז נאר צאלן דאס גאנצע, און ווען ער קויפט דאנק איך השי"ת און אויב נישט רוף איך אויס גם זו לטובה... שטייענדיג אין מאַרק האב איך די געוואלדיגע געלעגנהייט צו טרעפן מיינע טייערע אידישע ברידער און זיי דערפרייען מיט א זיסע גוט מארגן, א גוט ווארט און אביסל געבן און שעפן חיזוק, אין א שווערע טאג פלעגן מיר זיך צוזאמען מחזק זיין - אין א גוטן טאג האבן מיר צוזאמען געדאנקט השי"ת... בקיצור דער טאג אין מארק טוט מיך פארבינדן מיטן בורא עולם, ס'ברענגט אין מיר אריין א נאנטן כסדר'דיגע קשר מיטן הייליגע טאטע אין הימל, אנדערש האב איך געשפירט ביי אייך אין געשעפט ווען איך האב געארבעט איינער אליין, אמת אז ביי דיר איז עס געווען אסאך באקוועמער, ווען דער סוף וואך איז געקומען נישט קיין חילוק וואס ווען ווי האב איך באקומען מיין געלט ווי א זייגער, אבער צוביסלעך האב איך פארלוירן דעם הרגשה אז ס'איז אלעס בורא עולם ער געבט און טיילט, איך האב פארלוירן דעם כסדר'דיגן קאנטאקט, דערפאר ר' וואלף וויל איך פארבלייבן טאקע דא אין מארק אמת אז ס'איז שווער אבער ס'איז געשמאק איך בין פארבינדן מיטן בורא עולם!

ס'ליינט זיך מיט א שמייכל אבער ס'האט אין זיך אזא שטאַרקע אמת, ס'איז כסדר ביי אונז פארהאן מצבים ווי מיר פרובירן צו זיכן פארזיכערטקייט און רואיגקייט, "מיר טוען השתדלות אז מיר זאלן נישט דארפן קיין השתדלות" און קענען לעבן 'רואיג אָן קיין דאגות', דער מענטש זיכט צו זיין אין א פארזארגטן פלאץ ווי מען דארף נישט אנקומען צו קיינעם, פון די צווייטע זייט איז כסדר ביי אונז פארהאן זאכן וואס גייען נישט די וועג ווי דער מענטש האט ערווארטעט און געפלאַנט, מען פארהאַנקעט זיך אין שוועריגקייטן, די שאלה איז אבער ווי אזוי נעמען מיר אויף די אלע מצבים? ווי אזוי לעבן מיר עס אריבער? ווי אזוי קוקן מיר אויף דאס לעבן בכלל? וואס מיינט זיין פארזיכערט און וואס טייטשט שוועריגקייטן?!

מ'קען שטיין אין מארק און זיך עסן די געזונט – זיין צובראכן און צוקלאַפט שפירן פארגעסן און נאָכגעלאָזט אדער קען מען דארט אויפן זעלבן מאַרק זיך פארבינדן און דאנקן הקב"ה אויף טריט און שריט, די שאלה איז ווי אזוי לעבט דער איד – ווי שטארק איז דער קשר צו אבינו שבשמים, ווען א איד בויעט א קשר און טוט זיך פארבינדן מיט השי"ת, ווען מיר זענען זוכה צו לעבן א לעבן פון תורה ומצוות און דביקות בה' זענען מיר זוכה אז איעדע טריט וואס מיר געבן איז באגלייט מיט השראת השכינה, און ס'נעמט נישט לאנג און מען פאַנגט עס אָן צו שפירן, דער אידעלע פאנגט אָן אַנערקענען אז איעדע מינוט איז א חלק פון אונזער שליחות אויף די וועלט, און כסדר קוקן מיר זיך ארום פרעגנדיג וואס איז אונזער אויפגאבע אין דעם פלאץ און אין דעם מינוט? וואס וויל הקב"ה פון מיר 'יעצט אין דעם מצב'? מיר ווייסן מיט א קלארקייט אז מיר פירן נישט און מאכן נישט – נאר פארקערט אין איעדע שוועריגקייט פאַנגן מיר אָן זעהן און שפירן אונזער גרויסע טאטע הקב"ה.

די תוה"ק אין אונזער וואכעדיגע פרשה לערנט אונז אט דעם יסוד מיט די גרעסטע קלארקייט אם בחקותי תלכו אויב מיט מיינע חוקים וועט איר גיין – ווי באקאנט 'חק' מיינט זאכן וואס זענען נישט פארשטענדליך – 'תלכו' איז א לשון פון גיין – וואס מיינט זיך נישט אָפשטעלן נאר 'גיין' – בדרך כלל ווען א מענטש פארשטייט נישט אדער עפעס זעט אים אויס נישט קלאר שטעלט ער זיך אָפ אנדערש איז אבער ווען ס'קומט צו א תורה'דיגע לעבן, ווען ס'קומט צו לעבן א לעבן געבינדן מיט השי"ת דארט שטעלט מען זיך נישט אָפ – נאר מיט די גרעסטע מאס אמונה און בטחון באגלייט מיט התבטלות צו השי"ת גייט מען ווייטער טריט נאך טריט, מען פארשטייט אז הקב"ה איז מיט אונז איעדע רגע און מיר ווערן באגלייט מיט די גרעסטע השגחה פרטית... זאגט אונז די פסוק אויב אין מיינע וועגן וועט איר 'גיין' – זיך נישט אפשטעלן נאר מיט דביקות און אהבת ה' בלייבן גיין טריט נאך טריט וועלן מיר זוכה זיין צו אלע ברכות.

זאגט די הייליגע רש"י שתהיו עמלים בתורה פלאָג זיך אין די תוה"ק, ווי איז דען פארהאן א גרעסערע 'פלאָג' ווי ווען א איד דארף זיך צוגעוואוינען אריינצוברענגן א תורה'דיגע לעבנס שטייגער אין א וועלט ווי מיר לעבן וואס די גאנצע לופט בלאָזט ממש אין די פארקערטע ריכטונג, ווען די וואָרט הצלחה ליגט אויף געלט, ווען דער מוצלח מיינט איינער וואס האט געבויעט א גרויסן בנין און ס'זעט אויס היבש פארזיכערט.... עמלים מיינט זיך פלאָגן צו לעבן די תוה"ק, פארשטיין אז אין איעדע טריט פון לעבן קען מען אריינברענגן די תורה הקדושה, צו זאל עס זיין ביי די ארבעט, מיט חברים, אין שטוב, צווישן די קינדערלעך אין איעדע פרט ופרט פון א מענטש'ס לעבן איז פארהאן די מעגליכקייט איבערצודרייען די מצב צו א תורה'דיגע מצב צו א מינוט פון גיין מיט השי"ת, און דאס נעמט א פלאג ס'איז נישט גרינג – אבער דאס איז א געבענטשט לעבן... ס'ווערט א לעבן וואס איז זיס און געשמאק דער איד איז כסדר פארבינדן מיטן מלך העולם וואס פארזארגט אים אויף טריט און שריט, קיינער קען פון אים נישט צונעמען אדער צוגעבן אלעס ווערט געפירט מיט א געוואלדיגע פונקטליכקייט, ס'איז די גרעסטע מנוחה און הרחבת הדעת וויסנדיג אז איך בין אמתדיג פארזיכערט ווייל דער מלך העולם פארזארגט מיר!

און דאס זאגט אונז די תוה"ק וְנָתַתִּי גִשְׁמֵיכֶם בְּעִתָּם וְנָתְנָה הָאָרֶץ יְבוּלָהּ וְעֵץ הַשָּׂדֶה יִתֵּן פִּרְיוֹ די תוה"ק רעדט נישט פון ברכות וואס הקב"ה וועט אונז געבן בתורת שכר וואס דאס וועלן מיר ב"ה באקומען בלי גבול עפעס וואס מיר קענען בכלל נישט משיג זיין, די ברכה וואס די תוה"ק זאגט אונז אין אונזער פרשה איז א דירעקטע תוצאה וואס מיר זענען זוכה ווען מיר לעבן מיט הקב"ה, רעגן איז נאר דער סימבאל פון פרנסה, ס'איז דער השפעה וואס געבט חיות פאר די גאנצע וועלט, ווען א איד לעבט מיט השי"ת אין כסדר'דיגע קאנטאקט זענען מיר זוכה אז ווען מיר באטראכטן די רעגן טראָפן באמערקט זיך אז ס'איז 'בעתם' מיט די גרעסטע פונקטליכקייט, דער איד עפענט זיך די אויגן און באמערקט אז אלעס וואס ער זעט איז מיט די גרעסטע פונקטליכקייט און פארזיכערטקייט, און ווי מער מיר לעבן דעם עמלים בתורה – מיר פלאָגן זיך אריינצוברענגן די הייליגע תורה אין אונזער טעגליכע לעבן וועלן מיר מער זוכה זיין צו לעבן מיט די געוואלדיגע ברכות ווייל ווי איז דען שייך צו זיין מער געבענטשט אדער פארזיכערט ווי לעבן דער געדאנק אז הקב"ה פירט און באגלייט מיר אויף טריט און שריט ס'איז א לעבן וואס פארמאגט נישט דאגות, חשבונות און מחשבות נאר מיט די גרעסטע רואיגקייט פארלאזט מען זיך אויף אבינו שבשמים!

אנדערש איז חלילה אויב דער איד דרייט זיך חלילה אוועק דעמאלטס קומט דאס פאַרקערטע ה"י, ווי די פסוק זאגט וְהִפְקַדְתִּי עֲלֵיכֶם בֶּהָלָה אֶת הַשַּׁחֶפֶת וְאֶת הַקַּדַּחַת מְכַלּוֹת עֵינַיִם וּמְדִיבֹת נָפֶשׁ וּזְרַעְתֶּם לָרִיק זַרְעֲכֶם וַאֲכָלֻהוּ אֹיְבֵיכֶם באופן פשוט זעט עס עפעס אויס ווי א העכערע שווערע זאַך וועט קומען אויף די אידישע קינדער, אבער אז מען טוט פארטייטשן די ווערטער ריכטיג שטעלט זיך ארויס אז די אלע שווערע פסוקים רעדן פון גאנץ פשוטע באקאַנטע שווערע זאכן וואס מיר לעבן ליידער מיט היינטיגע צייטן, בהלה – לעבן אין פחד און שרעק, לעבן אין א צומישעניש מיט זארג (ענגזייעטי), שחפת – צובראכן און צוקלאפט, אראפגעלאזט און נאכגעלאזט (דיפרעסט), קדחת – א היץ, דער מענטש קאכט און איז גענצליך אומרואיג (פיבער), מכלות עינים – די אויגן ווערן פארטינקלט, דער מענטש ווייסט נישט וואס איז ריכטיג און וואס איז נישט, וואס יא און וואס נישט און אזוי ווייטער ה"י, ווען מיר מאַכן נאר אביסל אויף די אויגן כאַפט א פחד און א שרעק ווען מיר קוקן ארויס אין די וועלט און ס'באמערקט זיך אז אט דאס לעבן מיר היינטיגע צייטן, פון איין זייט זענען פארהאן מענטשן וואס לעבן מיט הקב"ה – מיט אמונה און בטחון, כסדר פרייליך און צופרידן, פון דער צווייטע זייט זענען נעבעך פארהאן אזוי פיל וואס ליידן אויף כל מיני נפשיות'דיגע שוועריגקייטן, מען איז כסדר צובראכן און צוקלאפט, אומצופרידן און אפגעשוואַכט ה"י...

פלוצלינג ווערט קלאָר פאר די אויגן אז ס'איז נישט פארהאן קיין מיטל וועג ס'איז אדער אדער, איינע פון די צוויי מהלכים אין לעבן, אדער לעבט א איד מיט השי"ת ער איז דבוק בה', ער ווייסט קלאר אז אלעס וואס ער פארמאגט יא אדער נישט איז מיט די גרעסטע פונקטליכקייט פון אונזער גרויסע טאטע אין הימל ער דרייט זיך ארום ליסטיג און פרייליך ווייל הקב"ה פאַרזאָרגט אים, אדער איז פאַרהאַן א לעבן ווי דער מענטש פרובירט מאכן שבת פאר זיך, ער פרובירט זיך אליין צו פארזיכערן און דאס קומט מיט דעם שווערן פרייז ווי די תוה"ק זאגט אונז, ס'איז צייט מיר זאלן זיך נעמען אין די הענט אריין און אויפמאכן די קאָפ און מח צו באמערקן מיט א קלארקייט אז ה' הוא האלקים ואין עוד מלבדו ס'איז נישט פארהאן א גרעסערע גליק וואס מיר קענען זיך איינקויפן ווי צו זיין פארבינדן מיט א שטארקע נאנטע קשר מיט השי"ת, ווען מיר טוען אויסשרייען פאר זיך און פאר די ארומיגע אז אלעס וואס פאסירט ווערט געפירט אויף טריט און שריט דורך אונזער באליבטע טאטע מיט די גרעסטע פונקטליכקייט, רעדן צו הקב"ה און דאנקן ווערט א חלק פון די געשפרעך אַה! איז עס געשמאק די גאנצע שטוב ווערט אנגעפילט מיט מנוחה, שמחה און שלווה – אין דעם וועלט פון דביקות בה' קען קיינער נישט צונעמען, צושטערן, צוברעכן, אָפרעדן, און אויפרעגן ס'איז א פלאץ וואס דער איד ווייסט אז אלעס איז א חלק פון מיין שליחות אויף די וועלט, אלעס איז א חלק פון א גרעסערע בילד וואס איך בין דא נאר נאר פאר א קורצע שטיקל צייט אויפצוטוען, בויען און מתקן זיין הקב"ה'ס וועלט. ווען א איד דערהערט דעם יסוד זינגט זיך טאג און נאכט א איד צו זיין איז טייער א איד צו זיין איז גוט – איך דאנק דיר באשעפער – אשרינו שזכינו!

לסיכום געדענק:
• די גרעסטע ברכה איז ווען א איד לעבט דעם געדאנק:
אז הקב"ה פירט און באגלייט מיר אויף טריט און שריט.
• די גרעסטע ברכה איז ווען א איד לעבט דעם געדאנק:
אז איך בין כסדר אויף א שליחות מקדש צו זיין שמו יתברך.
• די גרעסטע ברכה איז ווען א איד לעבט דעם געדאנק:
אלעס ווערט געפירט מיט די גרעסטע פונקטליכקייט – הקב"ה פארזארגט מיר.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

זייער שיינע חיזוק פון די וואכעדיגע סדרה. יישר כוח. תזכו למצוות.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”