פראקטישע דברי הכנה פאר א דערהויבענער פורים!

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

פראקטישע דברי הכנה פאר א דערהויבענער פורים!

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג מארטש 18, 2019 8:07 am

בחסדי ה' שטייט מען שוין סמוך ונראה צום גרויסן הייליגן טאג - דער יו"ט פורים!

ס'איז געווען צדיקים וואס האבן זיך געגרייט צו דעם טאג מיט א געוואלדיגע ערענסטקייט, און מיט א שטארקע הכנה, וואוסענדיג וואס דער גרויסער טאג באדייט אלץ, און וואס מ'קען מיטנעמען פון דעם הייליגן יו"ט ווען מ'נוצט עס אויס ווי סדארף צו זיין.

פון איין טאג איז פורים דער פרייליכסטער טאג פון יאר! פון די אנדערע זייט דארף מען געדענקן אז ס'איז פון די דערהויבענסטע טעג פונעם מעגל השנה, און אויף א געוויסע בחינה איז עס גרעסער פון יום הקדוש! ווי ס'איז באקאנט פונעם תיקוני זוהר, ס'איז א בחינה פון וגילו ברעדה, און נעמליך איז עס א חכמה ואינה מלאכה צו קענען באלאנסירן צווישן די צוויי, און אויסנוצען דעם טאג ווי ס'דארף צו זיין.

אבער ווען מ'גייט צו מיט די ריכטיגע דברי הכנה, איז די גאנצע זאך אנדערש, מ'ווייסט וואס דער פורים באדייט, און מ'ווייסט וואס מ'וויל ארויסנעמען פונעם פורים, און מ'לעבט מיט מיטן טאג מיט אן אמת'ע פרייליכקייט און צופרידנקייט.

*

וועלן מיר אנהויבן מיט א שטיקל שם משמואל וואס איז ידוע לכל בי בר רב, פאר יעדער וואס האט נאר אמאל געקוקט אין די ליקוטים אויף פורים וכדומה, ס'איז אבער ווערט צו חזר'ן דאס ווארט יעדעס יאר באזונדער, און נישט מסיח דעת זיין דערפון די גאנצע 24 שעה פון פורים!

ער שטעלט זיך אויף די ווערטער אין די מגילה "ובבוקר אמור למלך וכו'" אז זייט ווען "זאגט" מען פאר א קעניג וואס צו טון??? ס'וואלט ווען געדארפט שטיין "תבקש" אדער "תשאל" א.א.וו. ענטפערט ער לויט ווי ס'ווערט געברענגט אז המן הרשע איז דעמאלטס געווען אין א גרעסערע בחינה פונעם קעניג אחשורוש, און ער האט פשוט געקענט "זאגן" פאר אחשורוש וואס טון טון! אן צו דארפן פרעגן אדער בעטן.

פירט ער אויס בלשונו הק': ומכאן כל איש משכיל ישים אל לבו, היות בית המן ניתן לאסתר, ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים המה בשונאיהם, ובכל פורים מתעורר רשימו מזה, "ואז בכח כל איש מישראל לאמור למלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא דרך אמירה וציווי כענין הצדיקים גוזרים על הקב"ה והוא עושה לתלות את המן ולמחות את שמו מתוך לבו של עצמו", עכ"פ "אך האמירה צריכה להיות לא מהשפה ולחוץ אלא בכל אות נפשו ובאותו חשק ורצון נמרץ שהיה אז להמן לתלות את מרדכי", ואז בודאי אמירתו תעשה פירות, וזהו שאמרו חסידי קדמאי "שבפורים יכול כל איז להושע ולהתברך". עכלה"ק.

נאך אזא ווארט זענען קאמענטארן איבריג, מ'דארף צו דעם גארנישט צולייגן, א גאנץ יאר האט מען נישט אזא געלעגנהייט. אמת - נישט יעדער האט צייט אויסצוזאגן דעם גאנצן ספר תהילים פורים, אבער זיך מאכן צייט פאר אפאר קאפיטלעך מיט כוונה דאס קען יעדער, און מ'קען בעטן און "זאגן" פארן באשעפער אויך אויף מאמע לשון, און זיך אויסבעטן אלעס גוטס!

*

מיר וועלן בעז"ה מוסיף זיין נאך שיינע און זאפטיגע "פראקטישע דברי הכנה" לפי מיסת הפנאי לויט וויפיל די צייט וועט ערלויבן, דערווייל קען מען זען דא: viewtopic.php?f=4&t=29687 אביסל, און מ'בעט די חבירים הלומדים והיודעים אריינצוקומען מיט שיינע ענינים "קורץ און שארף", וואס מ'קען אויסנוצן פראקטיש אינעם יום הפורים.
לעצט פאראכטן דורך אילו זכינו אום מאנטאג מארטש 18, 2019 8:15 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

שבת פארטי
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 11:47 am

תגובהדורך שבת פארטי » מאנטאג מארטש 18, 2019 8:14 am

שיין

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » מאנטאג מארטש 18, 2019 9:25 am

גיי ווייטער

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2271
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג מארטש 18, 2019 9:58 am

הפלא ופלא נורא נוראות!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

יאג איך מיר צו כאפן דעם פורים...? אדער אנטלויף איך פונעם פורים...?

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג מארטש 18, 2019 12:07 pm

די וועלט דערציילט אויף א חתן וואס האט באקומען אן אויסגעשטעלטער סדר היום פון זיין "חתן מדריך" פאר זיין "יום החופה", דארט איז געשטאנען פונקליך ווען ער זאל דאווענען, ווען ער זאל לערנען, זיך אראפלייגן, א.א.וו. די חתן ענדיגט עס ליינען מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם, און ער ווענד זיך צו זיין מדריך אינגאנצן אנטוישט, און ער פרעגט "אבער ווען איז דער יום החופה...?". האט אים זיין רבי געענטפערט: "דו מיינסט אז דער יום החופה איז עפעס א פארשטעלונג פון א טאנץ פון 3 בערן צו וואס...", "יום החופה איז דאווענען, לערנען, און זיך גרייטן מיט אן ערענסטקייט צום גרעסטן מאמענט אין לעבן פון גיין אינטער די חופה אין א מזל'דיגע שעה".

כלפי מה דברים אמורים?
עס איז דא אסאך מענטשן וואס ביי זיי באשטייט דער גאנצער פורים פון 3 זאכן: זיך יאגן, זיך נאכאמאל יאגן, און זיך ווידעראמאל יאגן. פינטל.
צופרי יאגט מען זיך צום מנין, מ'כאפט זיך אריין.. א מגילה ליינען.. (מ'איז נאר פארנומען צו די מגילה בייטאג האט גענומען אפאר מינוט שנעלער אדער שטייטער ווי די ביינאכט מגילה...) מ'גיט א געב מתנות לאביונים (בו ביום - נישט פארגעסן...), דערנאך הייבט זיך אן דער "משלוח מנות געיעג"... מ'לויפ'ט.. מ'יאגט.. מ'פליט... מ'רייסט... פון איין מלמד צום צווייטן, פון איין באבע צום דריטן... שנעל, שנעל, שנעלער, נאך שנעלער... (לאמיר זען ווער ס'גייט געוואונען...) איין מינוט.. וואס הייסט... מ'דארף דאך כאפן דעם פורים... סינישט דא יעצט קיין צייט פאר גארנישט.... און וואס מיינט איר? מיט וואס ענדיגט זיך דער גאנצער "קעטש שפיל": מ'געט זיך איין דריי, דער פורים איז פארביי, און אי"ה איבער'ס יאר פון דאסניי, ס'טוט זייער וויי, פארוואס בין איך נישט אנגעקומען צו וואס איך האב געוואלט הלמאי?, "א גרויסע שאד" געט ער א שריי, פורים זאל זיך נאכאמאל אנהויבן הלואי....

איז לאמיר עס אויסשמועסן און זיין זייער קלאר:
דער וואס לויפט און יאגט זיך אויס די נשמה צו "כאפן דעם פורים", קען גאר זיין אז ער אנטלויפט פונעם פורים, און ער כאפט זיך מיט מיט די "הרצים יצאו דחופים...", מ'דארף זיין זייער קלאר פורים, וואס זענען די מצוות היום, און וואס ערווארט מען אין הימל פון אונז. און אויף דעם דארף מען פאקאסירן, און מאכן זיכער אז די אלע מצוות היום ווערן אויסגעפירט מיט א שלימות ווי ס'דארף צו זיין. אלע איבריגע זאכן איז הכל ריווח, און די איבריגע קען מען טון שושן פורים, אדער מקדים זיין ליום הכניסה אום תענית אסתר וכו'.

אן ערענסטער איד מאכט זיך א חשבון פאר פורים, ער שטעלט זיך אויס זיין סדר היום מיט א קלארקייט, ווי גיי איך דאווענען, ווען גיי איך הערן די מגילה, און א.א.וו. די גאנצע טאג. און אזוי ווען ס'קומט פורים ווייסט ער וואס ער האט צו טון, און ער קומט אן צו אלע (וויכטיגע!) זאכן וואס ער וויל, און צו וואס ער דארף אנקומען צו אין פורים.

אין די חסידישע ספרים ווערט געברענגט א טייטש: ויעש המלך כדבר ממוכ"ן, אז דער באשעפער שיקט אראפ די אלע ליכטיגע השפעות פונעם טאג, כדבר ממוכ"ן לויט וויפיל הכנה מ'האט געמאכט דערצו.
זאל דער באשעפער העלפן מיר זאלן אלע קענען מאכן די ריכטיגע הכנה צום גרויסן יו"ט פורים העומד אחר כתלינו, און ריכטיג אויסנוצען דעם טאג ווי ס'דארף צו זיין.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג מארטש 18, 2019 12:48 pm

יישר כח "אילו זכינו"! הערליכע אשכול

באקאנט פון ספרים אז עס איז א גרויסער ענין צו לערנען "בין מגילה למגילה", מען קען זוכה זיין צו לעכטיגע נחת ביי די קינדער

אין שו"ע ווערט געברענגט מען זאל לערנען פורים בייטאג ביי די סעודה "הלכות פסח", אלס שואלין ודורשין ל' יום קודם החג
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג מארטש 18, 2019 12:56 pm

אילו זכינו האט געשריבן:די וועלט דערציילט אויף א חתן וואס האט באקומען אן אויסגעשטעלטער סדר היום פון זיין "חתן מדריך" פאר זיין "יום החופה", דארט איז געשטאנען פונקליך ווען ער זאל דאווענען, ווען ער זאל לערנען, זיך אראפלייגן, א.א.וו. די חתן ענדיגט עס ליינען מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם, און ער ווענד זיך צו זיין מדריך אינגאנצן אנטוישט, און ער פרעגט "אבער ווען איז דער יום החופה...?". האט אים זיין רבי געענטפערט: "דו מיינסט אז דער יום החופה איז עפעס א פארשטעלונג פון א טאנץ פון 3 בערן צו וואס...", "יום החופה איז דאווענען, לערנען, און זיך גרייטן מיט אן ערענסטקייט צום גרעסטן מאמענט אין לעבן פון גיין אינטער די חופה אין א מזל'דיגע שעה".

כלפי מה דברים אמורים?
עס איז דא אסאך מענטשן וואס ביי זיי באשטייט דער גאנצער פורים פון 3 זאכן: זיך יאגן, זיך נאכאמאל יאגן, און זיך ווידעראמאל יאגן. פינטל.
צופרי יאגט מען זיך צום מנין, מ'כאפט זיך אריין.. א מגילה ליינען.. (מ'איז נאר פארנומען צו די מגילה בייטאג האט גענומען אפאר מינוט שנעלער אדער שטייטער ווי די ביינאכט מגילה...) מ'גיט א געב מתנות לאביונים (בו ביום - נישט פארגעסן...), דערנאך הייבט זיך אן דער "משלוח מנות געיעג"... מ'לויפ'ט.. מ'יאגט.. מ'פליט... מ'רייסט... פון איין מלמד צום צווייטן, פון איין באבע צום דריטן... שנעל, שנעל, שנעלער, נאך שנעלער... (לאמיר זען ווער ס'גייט געוואונען...) איין מינוט.. וואס הייסט... מ'דארף דאך כאפן דעם פורים... סינישט דא יעצט קיין צייט פאר גארנישט.... און וואס מיינט איר? מיט וואס ענדיגט זיך דער גאנצער "קעטש שפיל": מ'געט זיך איין דריי, דער פורים איז פארביי, און אי"ה איבער'ס יאר פון דאסניי, ס'טוט זייער וויי, פארוואס בין איך נישט אנגעקומען צו וואס איך האב געוואלט הלמאי?, "א גרויסע שאד" געט ער א שריי, פורים זאל זיך נאכאמאל אנהויבן הלואי....

איז לאמיר עס אויסשמועסן און זיין זייער קלאר:
דער וואס לויפט און יאגט זיך אויס די נשמה צו "כאפן דעם פורים", קען גאר זיין אז ער אנטלויפט פונעם פורים, און ער כאפט זיך מיט מיט די "הרצים יצאו דחופים...", מ'דארף זיין זייער קלאר פורים, וואס זענען די מצוות היום, און וואס ערווארט מען אין הימל פון אונז. און אויף דעם דארף מען פאקאסירן, און מאכן זיכער אז די אלע מצוות היום ווערן אויסגעפירט מיט א שלימות ווי ס'דארף צו זיין. אלע איבריגע זאכן איז הכל ריווח, און די איבריגע קען מען טון שושן פורים, אדער מקדים זיין ליום הכניסה אום תענית אסתר וכו'.

אן ערענסטער איד מאכט זיך א חשבון פאר פורים, ער שטעלט זיך אויס זיין סדר היום מיט א קלארקייט, ווי גיי איך דאווענען, ווען גיי איך הערן די מגילה, און א.א.וו. די גאנצע טאג. און אזוי ווען ס'קומט פורים ווייסט ער וואס ער האט צו טון, און ער קומט אן צו אלע (וויכטיגע!) זאכן וואס ער וויל, און צו וואס ער דארף אנקומען צו אין פורים.

אין די חסידישע ספרים ווערט געברענגט א טייטש: ויעש המלך כדבר ממוכ"ן, אז דער באשעפער שיקט אראפ די אלע ליכטיגע השפעות פונעם טאג, כדבר ממוכ"ן לויט וויפיל הכנה מ'האט געמאכט דערצו.
זאל דער באשעפער העלפן מיר זאלן אלע קענען מאכן די ריכטיגע הכנה צום גרויסן יו"ט פורים העומד אחר כתלינו, און ריכטיג אויסנוצען דעם טאג ווי ס'דארף צו זיין.

;l;p-

דעת הקהל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 7:18 pm

תגובהדורך דעת הקהל » מאנטאג מארטש 18, 2019 1:15 pm

[quote="ברוינע באנאנע"][quote="אילו זכינו"]די וועלט דערציילט אויף א חתן וואס האט באקומען אן אויסגעשטעלטער סדר היום פון זיין "חתן מדריך" פאר זיין "יום החופה", דארט איז געשטאנען פונקליך ווען ער זאל דאווענען, ווען ער זאל לערנען, זיך אראפלייגן, א.א.וו. די חתן ענדיגט עס ליינען מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם, און ער ווענד זיך צו זיין מדריך אינגאנצן אנטוישט, און ער פרעגט "אבער ווען איז דער יום החופה...?". האט אים זיין רבי געענטפערט: "דו מיינסט אז דער יום החופה איז עפעס א פארשטעלונג פון א טאנץ פון 3 בערן צו וואס...", "יום החופה איז דאווענען, לערנען, און זיך גרייטן מיט אן ערענסטקייט צום גרעסטן מאמענט אין לעבן פון גיין אינטער די חופה אין א מזל'דיגע שעה".

כלפי מה דברים אמורים?
עס איז דא אסאך מענטשן וואס ביי זיי באשטייט דער גאנצער פורים פון 3 זאכן: זיך יאגן, זיך נאכאמאל יאגן, און זיך ווידעראמאל יאגן. פינטל.
צופרי יאגט מען זיך צום מנין, מ'כאפט זיך אריין.. א מגילה ליינען.. (מ'איז נאר פארנומען צו די מגילה בייטאג האט גענומען אפאר מינוט שנעלער אדער שטייטער ווי די ביינאכט מגילה...) מ'גיט א געב מתנות לאביונים (בו ביום - נישט פארגעסן...), דערנאך הייבט זיך אן דער "משלוח מנות געיעג"... מ'לויפ'ט.. מ'יאגט.. מ'פליט... מ'רייסט... פון איין מלמד צום צווייטן, פון איין באבע צום דריטן... שנעל, שנעל, שנעלער, נאך שנעלער... (לאמיר זען ווער ס'גייט געוואונען...) איין מינוט.. וואס הייסט... מ'דארף דאך כאפן דעם פורים... סינישט דא יעצט קיין צייט פאר גארנישט.... און וואס מיינט איר? מיט וואס ענדיגט זיך דער גאנצער "קעטש שפיל": מ'געט זיך איין דריי, דער פורים איז פארביי, און אי"ה איבער'ס יאר פון דאסניי, ס'טוט זייער וויי, פארוואס בין איך נישט אנגעקומען צו וואס איך האב געוואלט הלמאי?, "א גרויסע שאד" געט ער א שריי, פורים זאל זיך נאכאמאל אנהויבן הלואי....

איז לאמיר עס אויסשמועסן און זיין זייער קלאר:
דער וואס לויפט און יאגט זיך אויס די נשמה צו "כאפן דעם פורים", קען גאר זיין אז ער אנטלויפט פונעם פורים, און ער כאפט זיך מיט מיט די "הרצים יצאו דחופים...", מ'דארף זיין זייער קלאר פורים, וואס זענען די מצוות היום, און וואס ערווארט מען אין הימל פון אונז. און אויף דעם דארף מען פאקאסירן, און מאכן זיכער אז די אלע מצוות היום ווערן אויסגעפירט מיט א שלימות ווי ס'דארף צו זיין. אלע איבריגע זאכן איז הכל ריווח, און די איבריגע קען מען טון שושן פורים, אדער מקדים זיין ליום הכניסה אום תענית אסתר וכו'.

אן ערענסטער איד מאכט זיך א חשבון פאר פורים, ער שטעלט זיך אויס זיין סדר היום מיט א קלארקייט, ווי גיי איך דאווענען, ווען גיי איך הערן די מגילה, און א.א.וו. די גאנצע טאג. און אזוי ווען ס'קומט פורים ווייסט ער וואס ער האט צו טון, און ער קומט אן צו אלע (וויכטיגע!) זאכן וואס ער וויל, און צו וואס ער דארף אנקומען צו אין פורים.

נישט פארגעסן דעם וויכטיגען כלל "ולפעמים להיפוך" אויב איינער ווייסט די מקור ביטע צוצייכענען

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג מארטש 18, 2019 1:33 pm

הנהגות פונעם הייליגן חוזה פון לובלין
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג מארטש 18, 2019 5:09 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:הנהגות פונעם הייליגן חוזה פון לובלין

דער הייליגער עטרת צבי, איז אריין צו זיין רבי'ן דער הייליגער רבי פון לובלין מיט א סדר היום, פרעגן צו ס'איז גוט, האט ער צוגעשריבן 'ולפעמים להיפך', און געזאגט, יעצט איז דאס גוט.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

לומר בתחתון ולרמז בעליון

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג מארטש 18, 2019 5:12 pm

כאסמכתא צו דעם אויבנדערמאנטן שם משמואל, איז דא אזא געדאנק אינעם ספר בני בנימין (להרה"ק רבי יוסף בנימין רייך אבדק"ק העליטש זיע"א, אייניקל פונעם בני יששכר), אויף פורים.

וזלה"ק: לבוא אל המלך להתחנן לו ולבקש מלפניו על עמה (אסתר ד, ח). הנה תיבת מלפניו מיותר ורק הי' צריך לומר ולבקש על עמה, אמנם נ"ל לפרש עפ"י מה שפירש אא"ז זצלה"ה בספרו אגרא דכלה בפ' וישלח וז"ל, ויצו אתם לאמר כה תאמרון לאדוני לעשו כה אמר עבדך יעקב וכו', ואשלחה להגיד לאדוני למצוא חן בעיני"ך (בראשית לב, ה-ו), מה שיש לדקדק במקראי קודש הללו, א' לאמר, אינו מובן, ב' כה תאמרון לאדונ"י לעש"ו הנה, למה קראו אדוני שלא בפניו (עיין באלשיך מה שתירץ ע"ז ועדיין לא נתיישב עיי"ש), ג' לאדוני לעשו, בב' למדין, ד' ואשלחה להגיד לאדוני למצא חן בעיניך, לפי שיעור הכתוב שקראו אדני בלשון נסתר הל"ל למצוא חן בעיני אדני.

אך הוא דהנה מצינו בנחמי' (ב, ד-ה) ואתפלל אל ד' ואומר למלך, שזה דרך הצדיקים שמדברים בדביקות הבורא, מדברים מאמרם שיובנו על שתי פנים, דהיינו עיקר תפלתם אל הבורא ית', וג"כ יצדק מאמרם למטה בגשמיות, וכזה עשה יעקב אבינו ונכתב בתורה ללמד לבניו דעת הנה אמר ויצו אותם לאמר שצוה להם ולמד להם ענין האמירה שידברו על ב' פנים, כה תאמרון ר"ל בלשון הזה תדברון ויסבול הענין ב' דברים היינו לאדוני להשי"ת ולהבדיל ג"כ לעשו כה אמר עבדך יעקב עם לבן גרתי וכו', הנה הוא תפילה ומליצה בעדו להבוי"ת שעם היותו בבית לבן הרשע שמר תרי"ג מצות, וג"כ הוא שליחות לעשו שלא נעשיתי שר וחשוב רק גר ולא נתקיימו הברכות ויהי לי שור וחמור וכו', להבורא ית' הוא מליצה כמשאמרז"ל במדרש שור זה יוסף וחמור זה יששכר צאן אלו ישראל ועבד זה דוד ושפחה זו אביגיל שכל אלו עתידין לצאת ממני והנה הוא מליצה להבוי"ת, וג"כ כפשוטו הודעה לעשו ואשלחה להגיד לאדוני להבוי"ת וג"כ כפשוטו למצא חן בעיניך עכ"ל.

נ"ל שכן ציוה מרדכי על אסתר שהיא תתפלל להשי"ת כאמרם ז"ל (מגילה טו:, פרד"א פ"נ) סתם מלך מלכו ש"ע (ולשון לבוא פרושו שתבוא בעובי הקורה היינו בחוזק יד, כאמרם ז"ל (במב"ר פכ"א) המתפלל על צרכי ציבור בא בזרוע ובפרט שהי' בסכנת מות ר"ל כל ישראל מקטן ועד גדול), היינו אפי' בעת עמדה לפני אחשורוש ותדבר אליו דברי תחנונים יהי' כל כוונתה רק להשי"ת, וזהו לבוא אל המל"ך להתחנן לו, ואעפ"כ אחשורוש יהי' סבור שהיא מערכת בקשתה לפניו, וזהו ולבקש מלפני"ו היינו לפני אחשורוש על עמה, ועפי"ז מוכרח לכתוב מלפניו כדי לידע שכל דברי' ובקשתה הי' לתרי אפי ודו"ק:


דער דיבור פורים איז גאר געוואלדיג, מ'דארף דאס נאר אויסניצן ריכטיג
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מארטש 18, 2019 5:20 pm

שיינע זאכן
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

פורים קענסטו בעטן וואס דו ווילסט, אלעס, אפי' איבריגע זאכן...

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג מארטש 18, 2019 5:34 pm

איך האב געהערט פון הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א בשם איינס פון די סלאנימע ספרים:

א גאנץ יאר קען מען בעטן ביי השי"ת וואס מ'דארף און וואס ס'פעהלט אויס פאר א מענטש, אבער אויב וועט איינער בעטן אויף לוקסוס וכדומה עפעס וואס פעהלט נישט באמת אויס, וועט מען אים זאגן, ר' איד האלט א מינוט, לאמיר איבערקוקן דיין פראפייל, לאמיר זען צו ביסט ראוי דערפאר.

פורים איז דער געשיכטע אבער אנדערש.
כל הפושט יד נותנים לו, ווער ס'בעט גיבט מיט אים עד חצי המלכות ותעש!, זאלסט אבער נישט מיינען אז ס'שטעלט זיך דא אפ, ניין, אויף דעם איז דער פסוק אין די מגילה ממשיך, "ומה בקשתך "עוד" ותעש". אפי' דאס וואס איז בבחינת "עוד", איבריג, לוקסוס, עפעס וואס מ'קען זיך באגיין אן דעם. "ותעש" וועט פורים געענטפערט ווערן, און געגעבן ווערן!.

טייערע אידן די שערי שמים עפענען זיך ברייט, מ'טיילט, מ'גיסט, פאר יעדעם, וואס מ'וויל..
מ'דארף נאר כאפן.
לאמיר נישט פארפאסן די געלעגנהייט.
אויב מ'פארפאסט עס וועט מען דארפן ווארטן א גאנץ קיילכיג יאר ביז פורים תש"פ... מ'דארף דאך אזויפיל סייעתא דשמיא ביז אהין.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג מארטש 18, 2019 6:44 pm

הרב @אילו זכינו

הערליך הערליך, מען זעהט אז איר שעפט אויך (ווי מיך) פון דעם הייליגען קוואל פון הרה״צ רבי אלימלך בידערמאן שליט״א.

איך וויל צולייגן נאך איין נקודה אויף דעם שם משמואל וואס הרה״צ רבי אלימלך דערמאנט אויך א יעדעס יאר און זיינע פורים שיעורים.


ער זאגט נאך פון די הייליגע חידושי הרי״ם אז דאס איז די סיבה פארוואס מען האט אונז געגעבן א חיוב צו טרינקען פורים, מיט די באקאנטע משל מיט מלך וואס האט געפענט זיין אוצרות איין טאג פון די יאר האבן די שרים געזאגט אז מען דארף מאכן ביי די טיר אלע גוטע עסן אז מענטשען זאלן זיך נישט כאפן און דערלייגן דעם טאג.

אזוי אויך זאגט די הייליגע חדושי הרי״ם אז וויבאלד פורים קען מען אלעס אויס בעטן דערפאר האט די סמ פארלאנגט אז מען דארף מאכן עפעס אז יודן זאלן זיך פארגעסן. פירט אבער אויס די חידושי הרי״ם אונז אז מיר ווייס מיר יא פון דעם דארף מען אריין כאפן זיך אלטס גוט אויסבעהטן. און אוודאי דארף מען אויך טרינקען כמצות היום אבער פארן טרינקען בפרט אינדערפרי, דאווענען און זאגן תהילים און פועלן אלעס גוטס!
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג מארטש 18, 2019 10:36 pm

לאמיר גיין אביסעלע ווייטער.

רעד איך אמאל פאר פורים צו מיין חבר, געט ער מיר בתוך הדברים א פרעג: זאג נאר, דו האלטס אז אונז זענען אויף דער מדריגה צו שפירן א טעם אינעם פורים לויט ווי ס'ווערט אראפגעמאהלן אין די אלע ספרי חסידות? דו האלסט אז דאס איז פאר היינט?...

אנשטאט'ס אים צו ענטפערן האב איך ארויסגעשלעפט פון שאפע א תפארת שלמה, און אים געהייסן אדורכלערנען דעם פאלגנדן שטיקל אויף פורים, ווי ער רעדט ממש פון דעם, און אט זענען זיינע אינספערירענדע הייליגע ווערטער:

לקיים את ימי הפורים האלה וכו', כאשר קיים עליהם מרדכי ואסתר, (שטעלט זיך דער הייליגער תפא"ש) לכאורה מה זה הדברים האלה אשר שלחו טעם בדבר כאשר כאשר קיים עליהם מרדכי ואסתר? האם בכבודם ירצו סלה?, "אמנם הוא ענין הבטחה שיזכו לקיים את ימי הפורים בכל שנה ושנה בהארה רבה הזאת כאשר קיים עליהם מרדכי ואסתר בדורם, כן עתה תופיע עלינו תשועת עולמים," אמן.

יא! גוט געליינט. אקוראט אזוי ווי מרדכי ואסתר בזמניהם בדורם, כן עתה, ממש אזוי קען מען היינט אום פורים תשע"ט שפירן די זעלבע קדושה, די זעלבע הארה, מ'דארף נאר אמת'דיג וועלן, און אז מ'מיינט עס אמת'דיג העלפט דער אויבערשטער.!

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג מארטש 18, 2019 11:36 pm

יישר כוח @אילו זכינו, פארן דולה ומשקה זיין טייערע פערל רייד.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

ארויף
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:06 pm

תגובהדורך ארויף » מאנטאג מארטש 18, 2019 11:52 pm

ישר כח אילו זכינו

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג מארטש 18, 2019 11:58 pm

א..ד האט געשריבן:יישר כוח @אילו זכינו, פארן דולה ומשקה זיין טייערע פערל רייד.

גא"מ יישר כח גדול כה לחי
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג מארטש 19, 2019 12:26 am

לכאורה האט געשריבן:יישר כח "אילו זכינו"! הערליכע אשכול

באקאנט פון ספרים אז עס איז א גרויסער ענין צו לערנען "בין מגילה למגילה", מען קען זוכה זיין צו לעכטיגע נחת ביי די קינדער

אין שו"ע ווערט געברענגט מען זאל לערנען פורים בייטאג ביי די סעודה "הלכות פסח", אלס שואלין ודורשין ל' יום קודם החג

דער הייליגער חתם סופר ברענגט בשם זיין רבי רבי מענדל ליליג אז דער וואס איז עוסק בתורה בין מגילה למגילה מובטח לו שהוא בן עולם הבא (קען זיין נחת פון די קינדער איז א בחינה פון עולמך תראה בחייך...)
דביה תחדי נפשא

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג מארטש 19, 2019 9:01 am

לאמיר גיין ווייטער, א שטיקל בליק געבן אויף די הייליגע מצוה פון קריאת המגילה.

אייגענליך איך עס א באזונדערע מתנה וואס מיר האבן אום פורים אז די מגילה ווערט געליינט 2 מאל, ביינאכט און בייטאג, בעת ווען די אנדערע מצות היום (חוץ די סעודה) האט מען נאר איינמאל בייטאג.

ווער ס'האט צייט זיך פארצוקוקן אביסל די מגילה, מה טוב ומה נעים, ס'איז נישט דא קיין שענערע הכנה צום הייליגן יו"ט ווי דעם, און ס'איז א צווייטע מגילה ליינען אינגאנצן, אבער אפי' אויב איינער האט נישט קיין צייט פאר דעם, דארף מען וויסן און געדענקן דער גרויסער זמן און דער געוואלדיגע התעוררות בשמים וואס געשעהט בשעת ווען אידן ליינען די מגילה אום פורים.

פונעם הייליגן שר שלום זצ"ל ווערט געברענגט אז דער מגילת אסתר איז מסוגל צו פרנסה, וז"ל: א'גרת, ס'פר, מ'גילה, - הג' שמות של מגילת אסתר - ר"ת אס"ם, רמז שע"י קריאת המגילה "יצו ה' אתך את הברכה באסמי"ך"

אנשטאט צו בליקן אויפן זייגער יעדעס מאל ווען מ'קלאפט המן, טראכט ענדערשער דעמאלט'ס - וואס טוט מען נישט פאר פרנסה....... און אז מ'גלייבט דערין איז די השפעה זיכער אסאך שטערקער!
לעצט פאראכטן דורך אילו זכינו אום דינסטאג מארטש 19, 2019 9:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג מארטש 19, 2019 9:12 am

בשעת ווען מ'ליינט די מגילה איז דער באשעפער מוחל עוונותיהם של ישראל.

מהר"ש מ'בעלזא זצ"ל: וזה מצינו דכשהקב"ה עושה נס לישראל ואומרים ישראל שירה מוחלין להם, והמגילה הוא במקום הלל, "לכך כשישראל קורין את המגילה הקב"ה פותח להם את שורש החכמהומוחל להם!, ולכך 'מגל"ה' עולה מספרו 'מח"ל'".

מ'קען בשעת די מגילה ליינען אויסבעטן בני חיי ומזוני.

תפארת שלמה: וזה פירוש הגמרא מפני שעיניהן של עניים נשואות במקרא מגילה, פירוש שע"י קריאת המגילה יורד ההשפעות בבני חיי ומזוני לכנסת ישראל, ופני כן המצוה לפשוט את המגילה כאגרת כדי שיתפשט השפעות טובות לכל העולם, אמן.

מ'קען זיך אויסבעטן "א גוט מזל".

שער יששכר: בשם גדולי הצדיקים זי"ע, שע"י קריאת המגילה יוכלו להמשיך כל הישועות הנצרכות, ונראה לי כי מגילה בגימטריא מזל"א שיוכלו להמשיך על ידה בני חיי ומזוני.

נאך אזאלעכע הייליגע ווערטער פון די צדיקים נ"ע אשר מפיהם אנו חיים, וואס דארף מען נאך מער...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מארטש 19, 2019 11:26 am

חמרא טבא האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:יישר כח "אילו זכינו"! הערליכע אשכול

באקאנט פון ספרים אז עס איז א גרויסער ענין צו לערנען "בין מגילה למגילה", מען קען זוכה זיין צו לעכטיגע נחת ביי די קינדער

אין שו"ע ווערט געברענגט מען זאל לערנען פורים בייטאג ביי די סעודה "הלכות פסח", אלס שואלין ודורשין ל' יום קודם החג

דער הייליגער חתם סופר ברענגט בשם זיין רבי רבי מענדל ליליג אז דער וואס איז עוסק בתורה בין מגילה למגילה מובטח לו שהוא בן עולם הבא (קען זיין נחת פון די קינדער איז א בחינה פון עולמך תראה בחייך...)

איך האב געשריבן נחת ביי די קינדער, ווייל מיר ליגט אין קאפ אז איינער פון די צדיקים האט זוכה געווען צו א ליכטיג קינד (כ'מיין דער אבני נזר) אין זכות פון לערנען אין די צייטן וואס קיינער לערנט נישט, א שטייגער ווי פורים
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג מארטש 19, 2019 12:43 pm

לכאורה האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:יישר כח "אילו זכינו"! הערליכע אשכול

באקאנט פון ספרים אז עס איז א גרויסער ענין צו לערנען "בין מגילה למגילה", מען קען זוכה זיין צו לעכטיגע נחת ביי די קינדער

אין שו"ע ווערט געברענגט מען זאל לערנען פורים בייטאג ביי די סעודה "הלכות פסח", אלס שואלין ודורשין ל' יום קודם החג

דער הייליגער חתם סופר ברענגט בשם זיין רבי רבי מענדל ליליג אז דער וואס איז עוסק בתורה בין מגילה למגילה מובטח לו שהוא בן עולם הבא (קען זיין נחת פון די קינדער איז א בחינה פון עולמך תראה בחייך...)

איך האב געשריבן נחת ביי די קינדער, ווייל מיר ליגט אין קאפ אז איינער פון די צדיקים האט זוכה געווען צו א ליכטיג קינד (כ'מיין דער אבני נזר) אין זכות פון לערנען אין די צייטן וואס קיינער לערנט נישט, א שטייגער ווי פורים


יא ריכטיג, דאס איז געווען מיט'ן פאטער פונעם הייליגן אבני נזר, זעה דא:

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:פעם ראיתי, כמדומני בספר אביר הרועים, במה זכה אביו של האבנ"ז לבן גאון וצדיק: שפעם בפורים ישב רבי זאב נחום אביו של האבנ"ז ולמד תוה"ק בהתמדה, כי אמר: מסתמא עכשיו אין לומדים כ"כ, ואמנם ראו בשמיים שכל בנ"י היו עסוקים אז בעניני הפורים, והוא היה כמעט היחיד שעסק בתורה, ולכן קיבל שכר ע"ז שיוולד לו בן שיאיר את העולם בתורתו..ולשנה הבאה נולד לו האבנ"ז.
זי"ע ועכ"י אמן.


גענומען פון דא: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=13260

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג מארטש 19, 2019 1:20 pm

א ריזיגן יישר כח @אילו!

ס'וועט זיך צוגיין אינגאנצן אנדערש צום פורים.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג מארטש 19, 2019 1:31 pm

ווי אזוי זאגט מען
אילו זכינו

ועכשיו שזכינו על אחת כמה וכמה, ייש"כ גיי אן ווייטער
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט