ליקוטים וענינים על פרשת ויקהל

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דאנארשטאג יוני 16, 2011 2:41 pm

זיידעניו האט געשריבן:דער הייליגער "יעב"ץ" (רבינו יעקב בן צבי א זון פונעם חכם צבי זי"ע, מען האט אים אויך גערופען "עמדין") האט געפירט א שרעקליכע מחלוקה א קעגן דעם רבי ר' יונתן אייבשיץ זי"ע, ווייל דער יעב"ץ חאט געהאלטען אז דער רבי ר' יונתן האט א שייכות מיטן כת ש"ץ ימ"ש. די מחלוקה האט זיך זייער צושפרייט און גאנצעטע קהלות האבן זיך צוקריגט דערפון. מען האט געשריבן זייער מיאוס'ע פלוג בלעטלעך פון איינעם אויפן צווייטן אזוי אז די גאנצע אידישע וועלט האט געקאכט ווי א קעסעל. אין איין טאג האט דער יעב"ץ זיך אנגעטוען א פשוט'ן הוט מיט פשוט'ע מלבושים מען זאל אים נישט דערקענען, און איז אריין אין די קרעטשמע ווי די ליידיגע יונגען זיצן און שטיפן די צייט. דער יעב"ץ האט געהערט ווי די חברה האבן א וויכוח. איינער זאגט אז דער רבי ר' יונתן איז נישט גערעכט ווייל ער דארף ווען אזוי און אזוי טוען, דער אנדערער טענה'ט אז דער יעב"ץ איז נישט גערעכט ווייל ער דארף ווען אנדערשט טוען, אזוי האבן זיי טרינקענדיג די קאווע און שפילענדיג קארטן זיך געטענה'ט ווער פון די צוויי צדיקים איז יא גערעכט און ווער נישט. ווען דער יעב"ץ האט דאס געהערט האט דאס אים זייער פארדראסן, היתכן, אז די ליידיגע יונגען וואס טוען אלע עבירות און ווייסען נישט ווי אזוי דער שלחן ערוך זעהט אויס, דייקא די נידריגע מענטשן זאלן זאגן וואס די צדיקים דארפן טוען. איז דער יעב"ץ צוגעגאנגען צו זיי און געזאגט: איך זעה דאס איר זענט תלמידי חכמים איר ווייסט ווער עס איז יא גערעכט און ווער נישט, איר האט שוין א "דעת תורה", אפשר קענט איר מיר ענטפערן א שווערע קשיא. ווען די מענטשן האבן באוויליגט צו הערן זיין קשיא האט ער אנגעהויבן: כ'האב געלערנט אין די הגדה די מעשה פון "חד גדיא" און עס שטימט נישט! פארוואס? האט דער יעב"ץ ווייטער געזאגט א אומשולדיג ציגעלע דרייט זיך ארום אין פעלד, פלוצלונג קומט צו צו אים א קאץ און די קאץ עסט אויף די ציג, איז דאך די קאץ מחויב מיתה, קומט אויס אז דער הונט האט זייער גוט געטוען אז ער האט געביסן די קאץ... די מענטשן האבן געענטפערט: אמת אזוי האט מען טאקע געדארפט טוען!

"יעצט הערט אויס ווייטער" האט דער יעב"ץ געזאגט "קומט א שטעקן און שלאגט דעם הונט, פארוואס קומט דעם הונט שלעק? ער האט דאך זייער גוט געטוען". האבן די מענטשן געענטפערט: "צוליב דעם האט טאקע דער פייער פארברענט דעם שטעקן". "נו, אויב אזוי" זאגט דער יעב"ץ ווייטער, איז דאך דער וואסער נישט גערעכט מיט דעם וואס ער האט אויסגעלאשן דעם פייער, איז דאך דער אקס וואס האט אויסגעטרינקען דעם וואסער יא גערעכט, און אז דער אקס איז גערעכט איז דער שוחט נישט גערעכט מיט דעם וואס ער האט גע'שחט'ן דעם אקס, במילא איז דער מלאך המות יא גערעכט אז ער האט גע'הרג'ט דעם שוחט. קומט דאך אויס דער אויספיר אז השי"ת איז חלילה נישט גערעכט מיט דעם וואס ער האט גע'הרג'ט דעם מלאך המות. קען דאס דען זיין ?

ווען די חברה האבן דעהערט די קשיא, האבן זיי זיך גענומען קנייטשן דעם שטערן און פרובירן אלע ערליי נער'ישע תירוצים, אבער זיי האבן צום סוף געזאגט: מיר האבן נישט קיין תירוץ! אפשר קענט איר אונז זאגן א גוטען תירוץ? האט זיי דער יעב"ץ געענטפערט: הערט מיך אויס, די ציג מיט די קאץ האבן געהאט א מחלוקה, אבער דו הונט פארוואס האסטו דיך אריין געמישט אין יענעמס מחלוקה? דערפאר איז דער הונט אומגערעכט און עס קומט אים יא אז מען זאל אים גוט אנשלאגן, איז דער שטעקן יא גערעכט, און די פייער איז נישט גערעכט, דאס וואסער איז יא גערעכט, דער אקס נישט, דער שוחט יא, דער מלאך המות איז נישט גערעכט, און השי"ת איז טאקע גערעכט. ווייל אז איינער מישט זיך אריין אין יענעמס מחלוקה איז ער א הונט און עס קומט אים טאקע שלעק!

די חברה האבן פארשטאנען דעם ווינק און האבן אראפגעלאזט די קעפ פאר בושה, און מער נישט גערעדט פון די מחלוקה.

איך זוך א מקור צו די מעשה, ווער קען ארויסהעלפן? אין וועלכע ספר שטייט עס?
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
שטעלפארטרעטר
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 9:27 pm
לאקאציע: קלאס נמ. 319

תגובהדורך שטעלפארטרעטר » דאנארשטאג מארטש 08, 2018 7:46 pm

נו וויאזוי גייט דער עולם זאגן די וואך די תרגום אויף לז. א ועבד אדער ויעביד?
ווער עס וועט זיין א מחוצף פארן שטעלפארטרעטר וועל איך איבערגעבן פארן מנהל!!!


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט