ליקוטים וענינים על פרשת ויקהל

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:10 pm

ויצאו כל עדת בני ישראל מלפני משה
דער אור החיים הק' פרעגט אז די ווערטער "מלפני משה" זעט לכאורה אויס איבריג? נאר מען קען ענטפערן לויט ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך יורה דעה סימן רמ"ב, אז ווען א תלמיד גייט אוועק פון זיין רבי זאל ער גיין צוריקצווועגס מיט'ן פנים צום רבי'ן און נישט מיט די ריקן צו דער רבי אלס די מדה פון דרך ארץ, דאס איז אונז דער פסוק מרמז דא, "ויצאו כל עדת בני ישראל מלפני משה", ווען די אידן זענען ארויס געגאנגען, זענען זיי געגאנגען פון פאר משה מיט די פנים צו משה אזוי ווי די הלכה איז.
(נועם אליעזר)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:10 pm

די היינטיגע פרשה הייבט זיך אהן מיט די מצוה פון שמירת שבת קודש.

אין די שטאט באריסלאוו, האבן געוואוינט רייכע אידן וואס האבן דארט געהאט נאפט קוואלן, אמאהל איז דער שינאווא רב געוועהן אין באריסלאוו אויף שבת און האט געזעהן ווי גויעשע ארבייטער גראבו אויס אין שבת די קוואלן און אידעשע אויפזעהר געבן אכטונג אויף זיי, די שינאווא רב האט זיך זייער אויפגערעגט אויף זיי און פון גרויס צער האט ער זיך פארשלאסען אין א שטוב און איז נישט ארויס גאנץ שבת.

מוצאי שבת איז דער שינאווא רב אוועק געפארן און ער האט אנגעשריבן א שארפע בריוו קיין באריסלאוו, היתכן, מ'איז מחלל שבת, און ער האט געווארענט אז אויב מען וועט ווייטער אזוי טוהן, וועט ער מתפלל זיין אז עס זאל מער נישט זיין קיין נאפט אין די גריבער, ווען די אידן האבן דערהאלטען דעם בריוו האבען זיי מורא באקומען פון דעם שינאווא רב און האבן געשלאסן די קוואלן אויף שבת.

נאך דעם הסתלקות פון דיאווא רב, זענען געוועהן עזות פנימ'ער וואס האבן ווידער אינגעפירט דעס גראבן אין שבת, און פלוצלונג האבען זייערע קוועלער זיך אויסגעטריקנט פון נאפט.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:11 pm

לא תבערו אש בכל מושבותיכם:
דאס איז א רמז אויפן איסור פון פירן מחלוקת און זיך קריגן, ווייל אז מען הייבט זיך אן צו קריגן אפילו איבער גאר א קלייניגקייט, צושפרייט זיך עס זייער שטארק אזוי ווי א פייער, און עס פארלענדט אלעם רח"ל.

די גמרא זאגט: א מחלוקה איז געגליכן צו א וואסער וואס רינט איבער, דאס אויב מען שטעלט עס אפ תיכף ביים אנפאנג קען עס בלייבן אפגעשטעלט, אויב אבער מען לאזט עס פליסן א שטיק צייט פארפלייצט עס אלעס ארום און מען קען עס מער נישט אפשטעלן.

די גרעסטע שלעכטץ וואס עס איז דא אויף דער וועלט איז "מחלוקת" קריגערייען, וואס דאס איז ערגער ווי דינען עבודה זרה. די גמרא זאגט: דער דור פון "אחאב הרשע" האט געזיגט אלע מלחמות וואס זיי האבן געפירט כאטש זיי האבן געדינט עבודה זרה ווייל עס איז געווען שלום צווישן זיי, קיינער האט זיך נישט געקריגט. אבער דער דור פון "שאול המלך" האט נישט מצליח געווען אין זייערע מלחמות כאטש זיי האבן נישט געהאט קיין שום עבירה, וויבאלד זיי האבן זיך געקריגט צווישן זיך און איינער האט גע'מסר'ט דעם צווייטן, און געזוכט ווי מער יענעם צו טשעפען.

דעם דור הפלגה האט השי"ת נישט אומגעברענגט פון די וועלט, כאטש זיי האבן געדינט עבודה זרה, וויבאלד זיי האבן זיך נישט געקריגט אבער דער דור המבול כאטש זיי האבן נישט געהאט אזוי פיל עבירות ווי דער דור הפלגה, דאך האט השי"ת זיי נישט מוחל געווען, ווייל זיי האבן זיך געקריגט איינער האט בארויבט דעם צווייטן א.א.וו.

ווען די אידן האבן דעזינדיגט ביים "עגל" האט השי"ת מוחל געוועהן און נישט אומגעברענגט דעם כלל ישראל ח"ו, ווייל זיי האבן זיך דאן נישט געקריגט, אבער ביים חטא פון מרגלים האט שוין השי"ת נישט מוחל געוועהן ווייל זיי האבן זיך געקריגט מיט משה און אהרן.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:11 pm

דער הייליגער "יעב"ץ" (רבינו יעקב בן צבי א זון פונעם חכם צבי זי"ע, מען האט אים אויך גערופען "עמדין") האט געפירט א שרעקליכע מחלוקה א קעגן דעם רבי ר' יונתן אייבשיץ זי"ע, ווייל דער יעב"ץ חאט געהאלטען אז דער רבי ר' יונתן האט א שייכות מיטן כת ש"ץ ימ"ש. די מחלוקה האט זיך זייער צושפרייט און גאנצעטע קהלות האבן זיך צוקריגט דערפון. מען האט געשריבן זייער מיאוס'ע פלוג בלעטלעך פון איינעם אויפן צווייטן אזוי אז די גאנצע אידישע וועלט האט געקאכט ווי א קעסעל. אין איין טאג האט דער יעב"ץ זיך אנגעטוען א פשוט'ן הוט מיט פשוט'ע מלבושים מען זאל אים נישט דערקענען, און איז אריין אין די קרעטשמע ווי די ליידיגע יונגען זיצן און שטיפן די צייט. דער יעב"ץ האט געהערט ווי די חברה האבן א וויכוח. איינער זאגט אז דער רבי ר' יונתן איז נישט גערעכט ווייל ער דארף ווען אזוי און אזוי טוען, דער אנדערער טענה'ט אז דער יעב"ץ איז נישט גערעכט ווייל ער דארף ווען אנדערשט טוען, אזוי האבן זיי טרינקענדיג די קאווע און שפילענדיג קארטן זיך געטענה'ט ווער פון די צוויי צדיקים איז יא גערעכט און ווער נישט. ווען דער יעב"ץ האט דאס געהערט האט דאס אים זייער פארדראסן, היתכן, אז די ליידיגע יונגען וואס טוען אלע עבירות און ווייסען נישט ווי אזוי דער שלחן ערוך זעהט אויס, דייקא די נידריגע מענטשן זאלן זאגן וואס די צדיקים דארפן טוען. איז דער יעב"ץ צוגעגאנגען צו זיי און געזאגט: איך זעה דאס איר זענט תלמידי חכמים איר ווייסט ווער עס איז יא גערעכט און ווער נישט, איר האט שוין א "דעת תורה", אפשר קענט איר מיר ענטפערן א שווערע קשיא. ווען די מענטשן האבן באוויליגט צו הערן זיין קשיא האט ער אנגעהויבן: כ'האב געלערנט אין די הגדה די מעשה פון "חד גדיא" און עס שטימט נישט! פארוואס? האט דער יעב"ץ ווייטער געזאגט א אומשולדיג ציגעלע דרייט זיך ארום אין פעלד, פלוצלונג קומט צו צו אים א קאץ און די קאץ עסט אויף די ציג, איז דאך די קאץ מחויב מיתה, קומט אויס אז דער הונט האט זייער גוט געטוען אז ער האט געביסן די קאץ... די מענטשן האבן געענטפערט: אמת אזוי האט מען טאקע געדארפט טוען!

"יעצט הערט אויס ווייטער" האט דער יעב"ץ געזאגט "קומט א שטעקן און שלאגט דעם הונט, פארוואס קומט דעם הונט שלעק? ער האט דאך זייער גוט געטוען". האבן די מענטשן געענטפערט: "צוליב דעם האט טאקע דער פייער פארברענט דעם שטעקן". "נו, אויב אזוי" זאגט דער יעב"ץ ווייטער, איז דאך דער וואסער נישט גערעכט מיט דעם וואס ער האט אויסגעלאשן דעם פייער, איז דאך דער אקס וואס האט אויסגעטרינקען דעם וואסער יא גערעכט, און אז דער אקס איז גערעכט איז דער שוחט נישט גערעכט מיט דעם וואס ער האט גע'שחט'ן דעם אקס, במילא איז דער מלאך המות יא גערעכט אז ער האט גע'הרג'ט דעם שוחט. קומט דאך אויס דער אויספיר אז השי"ת איז חלילה נישט גערעכט מיט דעם וואס ער האט גע'הרג'ט דעם מלאך המות. קען דאס דען זיין ?

ווען די חברה האבן דעהערט די קשיא, האבן זיי זיך גענומען קנייטשן דעם שטערן און פרובירן אלע ערליי נער'ישע תירוצים, אבער זיי האבן צום סוף געזאגט: מיר האבן נישט קיין תירוץ! אפשר קענט איר אונז זאגן א גוטען תירוץ? האט זיי דער יעב"ץ געענטפערט: הערט מיך אויס, די ציג מיט די קאץ האבן געהאט א מחלוקה, אבער דו הונט פארוואס האסטו דיך אריין געמישט אין יענעמס מחלוקה? דערפאר איז דער הונט אומגערעכט און עס קומט אים יא אז מען זאל אים גוט אנשלאגן, איז דער שטעקן יא גערעכט, און די פייער איז נישט גערעכט, דאס וואסער איז יא גערעכט, דער אקס נישט, דער שוחט יא, דער מלאך המות איז נישט גערעכט, און השי"ת איז טאקע גערעכט. ווייל אז איינער מישט זיך אריין אין יענעמס מחלוקה איז ער א הונט און עס קומט אים טאקע שלעק!

די חברה האבן פארשטאנען דעם ווינק און האבן אראפגעלאזט די קעפ פאר בושה, און מער נישט גערעדט פון די מחלוקה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:45 pm

"אהבה רבה" זייער שנעל און מען האט נישט אינזינען די ריכטיגע כוונה (תולדות פ' ויקהל),

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:47 pm

נה. כשאמר הקב"ה למשה לעשות את המשכן א"ל על כל דבר ודבר ועשית ועל הארון אמר ועשו למה אלא שצוה הקב"ה לעשותו לכל ישראל שלא יהא לאחד מהם פתחון פה על חברו לומר שאני נתתי הרבה בארון לפיכך אני לומד הרבה ואני יש לי בו יותר ממך ואתה לא נתת בארון כלום אלא מעט לפיכך אין לך חלק בתורה ולכך נמשלה התורה למים שנאמר (ישעיה נה) הוי כל צמא לכו למים כשם שאין אדם מתבייש לומר לחברו השקני מים כך לא יתבייש לומר לקטן ממנו למדני תורה למדני דבר זה וכשם שהמים כל הרוצה לשתות ישתה בלא מחיר כך כל הרוצה ללמוד תורה לומד בלא מחיר ובלא כסף שנא' (שם) לכו שברו בלא כסף ובלא מחיר ולמה נתנה התורה במדבר לומר מה המדבר מופקר לכל בני אדם אף דברי תורה מופקרין לכל מי שירצה ללמוד שלא יהא אדם אומר אני בן תורה ותורה נתונה לי ולאבותי ואתה ואבותיך לא הייתם בני תורה אלא אבותיך גרים היו לכך כתיב (דברים לג) מורשה קהלת יעקב לכל מי שמתקהל ביעקב אפי' הגרים שעוסקין בתורה שקולים הם ככהן גדול שנאמר (ויקרא יח) אשר יעשה אותם האדם וחי בהם אני ה' אלהיכם כהן ולוי וישראל לא נאמר אלא אדם לפיכך תורה אחת ומשפט אחד יהיה וגו' (במדבר טו) ראה מה כתיב בבני יתרו ומשפחות סופרים ישבי יעבץ תרעתים שמעתים שוכתים (ד"ה א ב) תרעתים שהיו יושבים בלשכת הגזית שמעתים שהיו כל ישראל שומעים הלכה מפיהם שוכתים שנסתוככו ברוח הקדש ומי הם המה הקינים הבאים מחמת אבי בית רכב מבני קני חותן משה ושמעיה ואבטליון בני בניו של סיסרא היו ולמדו תורה ברבים כאנשי כנסת הגדולה כל כך למה שהתורה נתנה לישראל לפיכך כתיב את הדברים האלה דבר ה' אל כל קהלכם (דברים ח) וכתיב ועשו ארון עצי שטים ארשב"י שלשה כתרים הם כתר תורה כתר כהונה כתר מלכות כתר תורה מנין שכך כתיב בארון ועשית זר זהב כתר כהונה שכך כתיב במזבח זר זהב כתר מלכות שכך כתיב בשלחן זר זהב ולמה כתוב זר וקורין זר ללמדך זכה אדם נעשה לו זר זהב לא זכה נעשה זר בתוכם מהם ומפני מה בכלם כתוב ועשית ובארון כתיב ועשית עליו ללמדך אם זכה לתורה זכה לכולם וכן הוא אומר ומשמרתם הארון והשלחן והמנורה והמזבחות (במדבר ג) ללמדך שאין לך גדול מן העוסק בתורה:
מדרש תנחומא ויקהל פרק ח

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:49 pm

ויקהל משה את כל עדת בני ישראל וגו' (שם). למחרת יום הכיפורים (רש"י) יום כיפור בעטן זיך מענטשן איבער אויף שלעכטס וואס מען האט געטוהן איינער קעגן צווייטן, און מען נעמט זיך אונטער זיך צו פארבעסערן. אבער ליידער נאך יום כיפור מאכט דער יצר הרע אז מען זאל פארגעסן אז עס איז אריבער אזא הייליגן טאג, און מען קריגט זיך ווידער פונקט אזוי ווי פריער, אויף דעם ענין איז רש"י אונז מרמז, אז עס דארף הערשן ליבשאפט און אחדות צווישן יודן און מען דארף געדענקען וואס מען האט זיך אונטערגענומען אין יום כיפור, ויקהל משה את כל עדת בני ישראל, משה רבינו האט צוזאמען גענומען די יודן אין איינעם מיט אחדות און שלום. זאגט רש"י: "למחרת יום הכיפורים" צומארגענס פון יום כיפור. משה רבינו האט געוואלט ווייזן, אז נאך יום כיפור מוז מען אויך לעבן באחדות און זיך נישט קריגן ח"ו.
(עוללות אפרים)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:49 pm

ששת ימים תעשה מלאכה וביום השביעי יהיה לכם קודש וגו' (שם) הקדים להם אזהרת שבת וכו' לומר שאינו דוחה את השבת. (רש"י) מען דארף פארשטיין, פארוואס טאקע איז דאס בויען דער משכן נישט דוחה שבת. נאר דער ענין דערפון איז, ווי דער גמרא זאגט אין מסכת שבת אז א מענטש וואס היט אפ שבת ווי עס דארף צו זיין, דאן אפילו ער האט געדינט עבודה זרה, איז מען איהם מוחל פאר דעם. דער משכן איז אויך געקומען אויף מוחל זיין וועגן די עבירה פון עבודה זרה פון דעם עגל. שמירת שבת איז אבער אויף א העכערע מדריגה און האט א גרעסערע כח, ווייל שבת באשיצט אויך היינט ווען עס איז נישט דא קיין בית המקדש. דערפאר האט די מלאכת המשכן נישט קיין כח דוחה צו זיין שבת.
(מהר"ש מבעלזא)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:50 pm

לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת (לה-ג) דאס איז מרמז אז "בכל מושבותיכם ביום השבת" ווען דו זיצט ביי זיך אין שטוב אליינס אין די הייליגע טאג פון שבת, איז "לא תבערו אש" איז נישט מעגליך אז עס זאל זיך אנצינדן די פייער פון שבת קודש.
(אמרי חיים)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:50 pm

ויאמר משה אל כל עדת בני ישראל לאמר זה הדבר אשר צוה ה' לאמר (לה-ד) מען דארף פארשטיין פארוואס די תורה חזר'ט איבער דאס ווארט "לאמר" צוויי מאהל. נאר מען קען ענטפערן, לויט וואס דער רשב"א פסק'ענט אז עס איז א מצוה צו לויבן און מכבד זיין א מענטש וואס גיבט א גרויסע סומע געלט פאר צדקה, כדי דורך דעם זאלן זיך אנדערע מענטשן אפלערנען און נאכטוהן. דאס איז דער פסוק מרמז "זה הדבר אשר צוה ה" דאס איז דער זאך וואס דער אייבערשטער האט באפוילן, "לאמר" צו זאגן פאר יעדעם איינעם און לויבן דער וואס האט געגעבן צדקה.
(ר.י.פ. בשם הפרדס יוסף)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 2:50 pm

ויאמרו אל משה לאמר מרבים העם להביא וגו' (לו-ה) די סדר פון מענטשן איז, אז ווען מען נעמט צוזאמען געלט פאר א צדקה ענין, גיבט מען געלט צום ערשטן מאהל מיט א התלהבות און חשק. אבער ווען מען קומט צום צווייטן אדער צום דריטן מאהל צוזאמען נעמען פאר דעם זעלבן ענין, גיבט מען שוין נישט מיט דעם זעלבן חשק. אבער ביי די נדבות פאר דער משכן, זאגט דער פסוק עדות: "מרבים העם להביא" די יודן ברענגען אסאך, איין מאהל און צוויי מאהל נאך און נאך, מיט דעם זעלבן התלהבות און חשק ווי צום ערשטן מאהל.
(ספרים)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מוצ"ש פאברואר 23, 2008 11:16 pm

11
צוגעלייגטע
1 (Small).jpg
1 (Small).jpg (24.43 KiB) געזעהן 1690 מאל

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מוצ"ש פאברואר 23, 2008 11:17 pm

22
צוגעלייגטע
2 (Small).jpg
2 (Small).jpg (12.6 KiB) געזעהן 1803 מאל

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מוצ"ש פאברואר 23, 2008 11:19 pm

33
צוגעלייגטע
3 (Small).jpg
3 (Small).jpg (15.41 KiB) געזעהן 1801 מאל

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מוצ"ש פאברואר 23, 2008 11:19 pm

44
צוגעלייגטע
4 (Small).jpg
4 (Small).jpg (22.06 KiB) געזעהן 1683 מאל

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג פאברואר 24, 2008 2:13 am

זיידעניו האט געשריבן:"אהבה רבה" זייער שנעל און מען האט נישט אינזינען די ריכטיגע כוונה (תולדות פ' ויקהל),

זיידעניו, דא פעלט?
the SCY is the limit

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג פאברואר 24, 2008 2:21 am

אאאפס

יא ארויסגעפאלן

די תולדות זאגט אז די סיבה פון דעם וואס משיח פארזוימט זיך איז ווייל מען זאגט אהבה רבה זייער שנעל און מען האט נישט די ריכטיגע כוונה

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג פאברואר 24, 2008 2:27 am

זיידעניו somebody IS reading your stuf
the SCY is the limit

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג פאברואר 24, 2008 2:33 am

למען לא נגע לריק ולא נלד לבהלה :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך פאברואר 27, 2008 12:50 pm

די נשים צדקניות פון דעם פארגאנגענעם אמאל.

דער רמב"ן ברענגט אן אבן עזרא די וואך ביי דעם כיור וואס איז גיווען גימאכט פון מראות הצובאות
וזל"ק של האבן עזרא
והנה היו בישראל נשים עובדות השם שסרו מתאות זה העולם, ונתנו מראותיהן נדבה, כי אין להם צורך עוד להתיפות, רק באות יום יום אל פתח אוהל מועד להתפלל ולשמוע דברי המצות, וזהו אשר צבאו פתח אוהל מועד, כי היו רבות.
the SCY is the limit

אוועטאר
מרן אדמו"ר
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 22, 2006 12:40 pm

תגובהדורך מרן אדמו"ר » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 6:11 pm

ששת ימים תעשה מלאכה וביום השביעי יהי' לכם קודש וגו' לא תבעלו וגו'
מען קען מפרש זיין די סמיכות פון די צוויי פסוקים מיט א ווארט וואס די תולדות יעקב יוסף (פר' ויחי) ברענגט פון די מהרי"ל פיסטנר ז"ל צו מפרש זיין די פסוק (מלאכי ג. ו) אני ד' לא שניתי ואתם בני יעקב לא כליתם, ווייל די גמ' זאגט (קידושין לא:) א משל אז אמאל איז א פשוטע כלי פון א גרויסע ארימאן אריין געפאלן אין די גרוב וואס מען שעפט וואסער, און די ארימאן איז געווען זייער טרויעדיג ווייל ער האט עס נישט געקענט ארויסנעמען און ער האט געזאגט אז פאר אזא ביליגע כלי וועט קיינער זיך נישט מטריח זיין עס ארויס צו נעמען, נאכדעם האט פאסירט אז די קעניג'ס טאכטער איז געקומען שעפן וואסער און איר טייערע כלי איז אויך אריין געפאלן האט זיך די ארימאן זייער געפריידט און ער האט געזאגט אז ער איז פרייליך ווייל ווען מען וועט ארויסנעמען די טייערע כלי וועט מען שוין ארויס נעמען זיין ביליגע כלי.
עס שטייט (ישעי' ס"ג, ט) בכל צרתם לא צר עס שטייט "לא" מיט א "אלף" אז השי"ת שפירט נישט מיט א איד'ס צער, אבער די קרי דאס מיינט מען ליינט עס "לו" מיט "וואו" אז השי"ת שפירט יא מיט א איד'ס צער, און ווען השי"ת שפירט מיט די צער דעמאלט איז דא האפענונג אז מען וועט באפרייט ווערן ווייל השי"ת וועט זיך אויסלייזן פון די צער וועלן די אידן אויך ווערן באפרייט, אזוי ווי ביי די קריגל פון די קעניג'ס טאכטער, דאס איז פשט אין פסוק אני ד' "לא" שניתי, איך השי"ת האב געטוישט די ווארט "לא" מיט א אלף און אנשטאט דעם געזאגט "לו" מיט א וואו, און וועגן דעם ואתם בני יעקב לא כליתם, ענק זענען נישט געווארן פאלענדעט וויבאלד השי"ת שפירט מיט די צער פון די אידן און עס איז דא א האפענונג אז מיר וועלן אויסגעלייזט ווערן.
די גמ' זאגט (סוטה ח:) במדה שאדם מודד מודדין לו, מיט די מאס וואס א מענטש מעסט מיט די זעלבע מאס מעסט מען אים, וועגן דעם אויב א מענטש לערנט און ליינט די תורה אויב אזוי איז די זעלבע ביי אים ליינט מען די תורה און ער איז מעורר די קריאה און מען גייט נאך די קרי וואס איז "לו" צר אז השי"ת שפירט יא מיט א איד'ס צער, און דעמאלט איז דא א האפענונג אז מען וועט אויסגעלייזט ווערן, אבער אויב איינער לערנט נישט די תורה נאר ער לאזט עס געשריבן דעמאלט גייט מען נאך די כתיב וואס שטייט "לא" צר אז השי"ת שפירט נישט מיט א איד'ס צער.
עס שטייט אין תנא דבי אליהו (פרק א' ד"ה ימים) אז השי"ת האט געזאגט פאר כלל ישראל אז אפי' ענק טוען א מלאכה די גאנצע 6 טעג פון די וואך אבער שבת זאלט איר רוען און לערנען תורה, פון דא זעהן מיר אז אז א איד דארף אויפשטיין שבת פרי און גיין אין בית הכנסת און אין בית המדרש און לערנען תורה עכ"ד.
דאס איז פשט אין פסוק ששת ימים תעשה מלאכה וביום השביעי יהי' לכם קודש אז 6 טעג פון די וואך ארבעט מען אבער שבת קודש זאל זיין הייליג און מען זאל לערנען תורה, און דורך דעם וועט זיין "לא תבערו" אז מען וועט פארברענען די ווארט "לא" מיט א אלף און עס וועט נאר זיין "לו" מיט א וואו וואס דאס מיינט אז השי"ת שפירט מיט א איד'ס צער און דורך דעם וועלן די אידן ווערן אויסגעלייזט.

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » זונטאג מארטש 15, 2009 12:37 am

ארויף!

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 4:59 pm

וַיַּקְהֵל משֶׁה אֶת כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וגו'. שֵׁשֶׁת יָמִים תֵּעָשֶׂה מְלָאכָה וגו' (לה, א-ב)
רש"י: למחרת יום הכפורים. הקדים להם אזהרת שבת לציווי מלאכת המשכן לומר שאינו דוחה את השבת:

מען קען מפרש זיין די שייכות פון די ווערטער פון רש"י אז עס איז געווען ממחרת יום הכפורים, מיט די נעקסטע רש"י אז מלאכת המשכן איז נישט דוחה שבת, לויט די גמרא אין מגילה אז "משה תיקן להם לישראל שיהי' שואלין ודורשין בענינו של יום, הלכות פסח בפסח, הלכות עצרת בעצרת, וכו'." ווייל לכאו' איז שווער, פון וואנעט נעמט רש"י אז דער פסוק קומט אונז לאזן הערן אז די מלאכת המשכן איז נישט דוחה שבת? עס קען זיין אז דערפאר שטייט קודם אין פסוק הלכות שבת, ווייל יענער טאג איז פונקט אויסגעפאלן אום שב"ק, און דערפאר האט משה רבינו געדרשנ'ט פאר די אידן מהלכות היום אזוי ווי ער האט איינגעפירט?

דערפאר זאגט אונז רש"י קודם אז עס איז אויסגעפאלן א טאג נאך יום כיפור, און שבת און יו"כ קענען דאך נישט אויספאלן איינס נאכ'ן אנדערן. ממילא קען דאך נישט זיין אז יענע טאג איז געווען שב"ק, טא פארוואס האט משה רבינו גערעדט פון הלכות שבת איידער מלאכת המשכן? האט רש"י פון דאנעט געדרינגען, אז ער האט געוואלט דערמיט פסק'נען פאר די אידן, אז מלאכת המשכן איז נישט דוחה שבת.

שני המאורות – בשם הגאון ר' יהודא לייב מפאלאנאי זצ"ל

--

שֵׁשֶׁת יָמִים תֵּעָשֶׂה מְלָאכָה וגו' (לה, ב)

רש"י: הקדים להם אזהרת שבת לציווי מלאכת המשכן לומר שאינו דוחה את השבת:

משה רבינו ע"ה האט דא געוואלט ווייזן פאר די אידישע קינדער ווי שטארק זיי זענען באליבט אויפ'ן אויבערשטען. ווייל ביי די מלאכת המשכן האבן זיי נישט געטארט מחלל שבת זיין, כאטש די משכן איז געבויעט געווארן לכבוד השי"ת, אבער אין פאל פון פיקוח נפש פון א איד, איז אפילו א ספק פיקוח נפש דוחה דעם שב"ק.

חתם סופר

--

לֹא תְבַעֲרוּ אֵשׁ בְּכֹל משְׁבֹתֵיכֶם בְּיוֹם הַשַּׁבָּת: (לה, ג)

פארוואס פונקט די מלאכה פון אנצינדן א פייער ווערט דא דערמאנט געווארן אלס מלאכה, און נישט קיין אנדערע מלאכה?

ווייל אין די ערשטע לוחות איז דאך געשטאנען די טעם פונעם שב"ק, ווייל די בריאה איז געווען אין זעקס טעג (כי ששת ימים עשה ה' וגו'). לויט דעם וואלט מען דאך געקענט מיינען, אז שבת איז נאר אסור אזעלכע מלאכות וואס זייער באשאף איז פארגעקומען אין די ערשטע זעקס טעג, אבער אנצינדן א פיייער וועלכע איז באשאפן געווארן מוצאי שבת (ווען אדם הראשון האט געריבן איין שטיין אינעם אנדערן) וואלט מען געקענט מיינען אז דאס איז נישט אסור צו טוהן שבת.

דעריבער האט די פסוק דאס באזונדער ארויסגעשריבן, כדי צו אסר'ן אויך די מלאכה.

תפארת יהונתן

--

וַיֹּאמְרוּ אֶל משֶׁה לֵּאמֹר מַרְבִּים הָעָם לְהָבִיא מִדֵּי הָעֲבֹדָה וגו'. וַיְצַו משֶׁה וַיַּעֲבִירוּ קוֹל בַּמַּחֲנֶה וגו'. וְהַמְּלָאכָה הָיְתָה דַיָּם וגו' וְהוֹתֵר: (לו, ו-ז-ח)

וואס האבן די בויער'ס פון די משכן געדאגה'ט אז דער עולם ברענגט צו פיל? וואס איז דען דער פראבלעם אזוי גרויס, אז מען האט געמוזט לאזן אויסרופן אינעם מחנה אז מען זאל מער נישט ברענגען?

אויך איז שווער די באקאנטע קשיא, ווי קען זיין אז עס איז געווען "דים והותר", ממה נפשך, אויב איז געווען פונקט גענוג, איז דאך נישט געווען איבריג?

נאר די עוסקים במלאכת הקודש האבן חושש געווען, אז אויב עס וועט איבערבלייבן פון די נדבות צום משכן, וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן האבן חלישות הדעת און קלערן אז "מעגליך פונקט מיין נדבה איז נישט אריין אין די מלאכת המשכן, און איז נישט אנגענומען געווארן פאר'ן אויבערשטען?" דערפאר האט מען געלאזט אויסרופן מען זאל מער נישט ברענגען, כדי אז עס זאל גארנישט איבערבלייבן, און אזוי וועט יעדער איד וויסן אז יא, "איך האב א שייכות צום משכן השכינה".

דאס איז אויך פשט "דים והותר", אז כאטש עס איז אייגענטליך געווען איבריג, איז געשעהן א נס אז אלעס איז אריין אינעם משכן און עס איז געווען פונקט "דים".

חידושי הרי"ם – (היארצייט - כ"ג אדר, תרכ"ו)

--

וַיַּעֲשׂוּ כָל חֲכַם לֵב בְּעֹשֵׂי הַמְּלָאכָה אֶת הַמִּשְׁכָּן וגו'. (לו, ח)

די ווארט "כל" איז לכאורה איבריג, עס וואלט דאך געקענט שטיין "ויעשו חכם לב" וגו'. אויך איז שווער פארוואס שטייט "בְּעֹשֵׂי הַמְּלָאכָה" און נישט "עֹשֵׂי הַמְּלָאכָה".

ונראה דאיתא בספר הקדוש עבודת ישראל אויף די גמרא אין יומא, אז אמאל האט פאסירט אז די אידן האבן ארויסבאגלייט דעם כהן גדול מוצאי יום כיפור, אבער ווען זיי האבן דערזעהן די גדולי ישראל שמעי' און אבטליון, האבן זיי אפגעלאזט דעם כהן גדול און באגלייט די תנאים. האט זיך דער כהן גדול באקלאגט און געזאגט, אז מען לאזט אפ דעם אייניקל פון אהרן הכהן, און מען באגלייט די אייניקלעך פון גוים, (שמעי' און אבטליון האבן געשטאמט פון גרים). האבן שמעי' און אבטליון געענטפערט, אז טאקע דערפאר, די אידן באגלייטן די אייניקלעך פון גוים, וועלכע זענען 'עושים מעשי אהרן'.

איז דער עבודת ישראל מסביר, אז כאטש דער כהן גדול איז דער וואס גייט אריין אינעם קדשי קדשים טוהן די הייליגע עבודה פון יום כיפור, איז עס אבער אין זכות פון די הייליגע צדיקים - די תנאים וועלכע שטייען אינדרויסן און זענען מכוון די פאסיגע הייליגע כוונות - אז די עבודה ווערט אנגענומען לרצון, לריח ניחוח אשה לד'.

דאס האבן שמעי' או אבטליון געענטפערט, אז די בני הנכרים, זענען גאר די ריכטיגע "עושה מעשה אהרן", ווייל דורך זייער כח, זענען זיי מעלה די עבודה פונעם כהן אז עס זאל אנגענומען ווערן פאר הקב"ה, און דערפאר זענען זיי חשוב'ער פונעם כהן גדול אליין. עכד"ה.

אויך דא זענען געווען מייסטער ארבעטער וועלכע האבן פיזיש עוסק געווען אינעם מלאכת המשכן, אבער אין אמת'ן איז עס געווען די "חכמי לב" די הייליגע אידן וואס זענען געשטאנען פון דער זייט און מכוון געווען די פאסיגע כוונות, וועלכע האבן אריינגעברענגט א קדושה אין די כלים אזוי ווי עס ברויך צו זיין.

דאס זאגט די פסוק: ויעשו כל חכם לב, אלע חכמים, אויך די וואס האבן נישט פערזענליך געארבעט מיט די הענט, האבן געהאט א חלק אין די עשי' און מתקן געווען די כלים. דאס מיינט אויך: בְּעֹשֵׂי הַמְּלָאכָה, ווייל זיי האבן משפיע געווען זייערע כוחות אין די עושה המלאכה, אין די מייסטער וועלכע האבן פיזיש געארבעט ביים משכן, און זיי האבן צוגעהאלפן דורך זייערע הייליגע מחשבות צום בויען פונעם משכן.

תפארת שלמה – (יארצייט כ"ט אדר, תרכ"ו)

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » זונטאג מארטש 07, 2010 10:15 am

גבאי ביהמד האט געשריבן:ארויף!

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 5:21 pm

וַיַּקְהֵל משֶׁה אֶת כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וַיֹּאמֶר אֲלֵהֶם אֵלֶּה הַדְּבָרִים אֲשֶׁר צִוָּה ה' לַעֲשׂת אֹתָם: (לה, א)
משה רבינו ע"ה האט איינגעזאמלט דעם גאנצן אידישן פאלק און זיי געזאגט: אֵלֶּה הַדְּבָרִים – אט די זאכן, אז אלע זאלן זיך צוזאמנעמען באחדות, דאס איז דער רצון פון באשעפער אֲשֶׁר צִוָּה ה' לַעֲשׂת אֹתָם.
הרה"ק ר' שמעון מיערוסלאב זי"ע
--
ויקהל משה - למחרת יום הכפורים כשירד מן ההר - רש"י
משה רבינו האט געוואלט מרמז זיין פאר די אידישע קינדער, אז נישט נאר אום יום כיפור דארף מען זיין באחדות, מוחל זיין און לעבן גוט מיט יעדן. נאר אויך למחרת יום הכיפורים דארף מען ממשיך זיין מיט די שיינע מידות.
הרה"ק ר' משה מקאברין זי"ע
--
וַיַּקְהֵל משֶׁה וגו' אֲשֶׁר צִוָּה ה' לַעֲשׂת אֹתָם, שֵׁשֶׁת יָמִים תֵּעָשֶׂה מְלָאכָה וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי יִהְיֶה לָכֶם קֹדֶשׁ וגו'. (לה, א-ב)
וואס איז פשט אין די ווערטער לַעֲשׂת אֹתָם? שבת קודש רוהט מען דאך, מען טוט נישט גארנישט? וואלט בעסער געדארפט שטיין שלא לַעֲשׂת אֹתָם. מ'קען דאך נישט זאגן אז די לַעֲשׂת איז א ציווי צו ארבעטן זעקס טעג.
נאר יעדע מצוה האט אין זיך דריי חלקים, מחשבה, דיבור און מעשה. די מחשבה איז די כוונה ביים טוהן די מצוה און דאס גרייטן זיך במחשבה עס צו טוהן. דער דיבור איז דאס לערנען די דיני המצוה. די מעשה המצוה איז ווען מען טוט די מצוה. דאס איז אבער מעגליך נאר ביי א מצות עשה, וואו עס איז שייך עס צו טוהן למעשה. ווי וועט אבער זיין ביי א מצות לא תעשה, ווי אזוי קען מען עס מקיים זיין למעשה? ענטפערט שוין דער אר"י הק' אז ווען א מענטש שערט זיך אפ, און לאזט איבער די בארד און פאות, איז ער מיט דעם מקיים דעם לא תעשה פון "לא תקיפו." און אזוי יעדע זאך וואס ווען ער טוהט דעם היתר און איז זיך פורש ווען ער קומט צו אן איסור, איז ער דארום מקיים די לא תעשה.
דאס זאגט דער פסוק, אֲשֶׁר צִוָּה ה' לַעֲשׂת אֹתָם, אז אויך די לא תעשה פון נישט טוהן א מלאכה אום שב"ק, קען מען אויך מקיים זיין טאמער שֵׁשֶׁת יָמִים תֵּעָשֶׂה מְלָאכָה - זעקס טעג ארבעט מען, וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי יִהְיֶה לָכֶם קֹדֶשׁ - ווען עס קומט שב"ק שטעלט מען אפ דאס ארבעט, מען רוהט! דאן הייסט דאס רוען זעלבסט אן עשייה, לַעֲשׂת אֹתָם, און מיט דעם איז מען מקיים דעם לא תעשה.
בני יששכר
--
שֵׁשֶׁת יָמִים תֵּעָשֶׂה מְלָאכָה וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי יִהְיֶה לָכֶם קֹדֶשׁ שַׁבַּת שַׁבָּתוֹן לַה' (לה, ב)
פרעגט די וועלט א קשיא, פארוואס זאגט די פסוק תֵּעָשֶׂה מְלָאכָה – זאל געטוהן ווערן אן ארבעט, נישט תַּעֲשֶׂה מְלָאכָה – זעקס טעג זאלסטו טוהן א מלאכה?
מ'קען עס פארענטפערן לויט דעם באקאנטן זוה"ק אז פון דעם שבת'דיגן טאג ווערן געבענטשט אלע זעקס טעג פון די וואך. און וויבאלד עס רוהט די ברכה, ווערט די מלאכה געטוהן ווי פון זיך אליין, אן קיין באזונדערע אנשטרענגונג פון דעם מענטש.
דאס איז טייטש: שֵׁשֶׁת יָמִים תֵּעָשֶׂה מְלָאכָה – פון זיך אליין וועט די ארבעט געטוהן ווערן. דאס איז אבער נאר בתנאי אז "וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי יִהְיֶה לָכֶם קֹדֶשׁ," דאן וועט די ששת ימי המעשה באקומען דעם ברכה פון שבת.
אפריון עה"ת
--
דער חפץ חיים זי"ע ענטפערט, אז פאר א מענטש וואס רעדט זיך איין אז ער טוט אליין די ארבעט, כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה, ער ווייסט נישט אז דער באשעפער איז אים זן ומפרנס, פאר אזא איינעם איז שווער צו רוען אום שב"ק. ער האט מורא אז ער וועט דערלייגן זיין געלט, זיין פרנסה.
אבער דער אמת איז אז פון הימל האט מען אים שוין פארשריבן ראש השנה וויפיל ער זאל פארדינען היי יאר. דעריבער וועט אים נישט העלפן טאמער ער וועט ארבעטן א גאנצע וואך. משל למה"ד, א מענטש וואס האט א פאס וואסער, און די פאס האט א קראן. קלערט ער זיך, אז כדי ארויסצונעמען מער וואסער פונעם פאס, וועט ער אריינלייגן נאך א קראן. פארשטייט דאך יעדער אז דאס איז א שטות, ווייל מער וואסער פון וואס די פאס אנטהאלט, וועט דאך נישט ארויסקומען.
דערפאר זאגט די תורה דייקא דעם לשון פון תֵּעָשֶׂה מְלָאכָה, אז נאר טאמער דו ווייסט אז פון אויבן ווערט געטוהן דיין ארבעט, דאן קענסטו גרינג פועל'ן ביי זיך אז בַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי יִהְיֶה לָכֶם קֹדֶשׁ שַׁבַּת שַׁבָּתוֹן לַה'.
--
קְחוּ מֵאִתְּכֶם תְּרוּמָה לַה' (לה, ה)
דער עיקר פון מצות צדקה איז ווען א איד געבט אפילו עס איז אים שווער, ער איז אליין אויך געדרוקט אין פרנסה, דאך שטארקט ער זיך און גיבט פאר א צווייטן איד. דאס מיינט קְחוּ מֵאִתְּכֶם, אויך ווען צוליב דעם קְחוּ – נעמען, וועט איר דארפן פון די אייגענע באדערפענישן, אראפציפן מֵאִתְּכֶם. ווייל דער וואס גיבט נאר דאן ווען ער האט פולע טאשן, דאס הייסט נישט מֵאִתְּכֶם.
דאס איז פשט אין די גמרא (בבא בתרא י:) וא"ר אבהו שאלו את שלמה בן דוד עד היכן כחה של צדקה אמר להן צאו וראו מה פירש דוד אבא: פזר נתן לאביונים צדקתו עומדת לעד קרנו תרום בכבוד... ווייל אין די צייטן פון שלמה המלך, זענען אלע אידן געווען אויסערגעווענליך רייך, איש תחת גפנו ברחבות'דיג, דערפאר האבן זיי נישט געקענט משיג זיין די גרויסקייט פון צדקה. האט זיי שלמה המלך געזאגט אז מען זאל קוקן אין תהילים וואס דוד המלך האט געשריבן, וואס אין זיינע צייטן איז געווען אסאך ארימעלייט אין לאנד צוליב די שטענדיגע מלחמות וואס זענען פארגעקומען. דערפאר איז דאן געווען שטארק די כח פון צדקה, אזוי ווי פריער דערמאנט.
פרדס יוסף
--
וַיֵּצְאוּ כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מִלִּפְנֵי משֶׁה: (לה, כ)
פריער אין פסוק שטייט דאך שוין וַיַּקְהֵל משֶׁה אֶת כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, ווייסן מיר שוין וואו זיי זענען געווען. וואס קומט אונז דא דער פסוק לאזן הערן? אוודאי זענען זיי ארויסגעגאנגען פון פאר משה רבינו.
נאר ווען א שיכור קומט ארויס פון ווערץ-הויז, דארף ער קיינעם נישט דערציילן פון וואו ער קומט איצט, מען זעהט דאך אויף זיין פנים... להבדיל די אידן, ווען זיי זענען ארויסגעקומען פון הערן א דרשה פון משה רבינו, האט זיך אנגעזעהן אויף זייער פנים און גאנצן וועזן אז זיי קומען איצט מִלִּפְנֵי משֶׁה!
בשם הגה"צ ר' אלי' לאפיאן זצ"ל
--
וּלְהוֹרֹת נָתַן בְּלִבּוֹ (לה, לד)
פון דא זעהט מען, אז כאטש איינער האט געלערנט און פארשטייט לערנען, דאך איז ער נישט זוכה צו לערנען מיט אנדערע, ביז ווילאנג דער אויבערשטער געבט אים נישט אריין אין הארץ די פארשטאנד צו לערנען פאר א צווייטן.
חתם סופר
--
וְהֵם הֵבִיאוּ אֵלָיו עוֹד נְדָבָה בַּבֹּקֶר בַּבֹּקֶר: (לו, ג)
נישט אזוי ווי געווענליך ביי עסקנים וועלכע דרייען זיך ארויס פון געבן אליין פון זייער טאש מיט'ן תירוץ אז זיי זענען דאך עוסק במצוה ממילא זענען זיי אליין פטור פון זיך באטייליגן (און גדול המעשה יותר מן העושה וכדו' תירוצים).
דערפאר דערציילט די תורה אונז זאלן זעהן א דוגמא ווי אזוי עס זעהט אויס אן עוסק בצרכי ציבור, אז וְהֵם – די עוסקים במלאכת הקודש, הֵבִיאוּ אֵלָיו עוֹד נְדָבָה בַּבֹּקֶר בַּבֹּקֶר - נאך גאר אינדערפרי האבן זיי זיך מזרז געווען, פאר'ן אנהויבן זייער ארבעט, צו ברענגען די אייגענע נדבות פאר די עבודת המשכן.
אמרי שפר
--
וָוֵי הָעַמֻּדִים וַחֲשׁוּקֵיהֶם כָּסֶף: (לח, י)
מען דערציילט אז אמאל האט דער תפארת שלמה זי"ע (יומא דהילולא כ"ט אדר) געזעהן א איד א תלמיד חכם ווי ער הארעוועט אריין שעות נאכאנאנד און געלערנט מיט התמדה, ברציפות, און אזוי אפגעלערנט 3 בלאט גמרא. דער איד איז אבער געווען באקאנט אלס איינער וואס האט שטארק ליב געהאט געלט. האט אים דער תפארת שלמה געזאגט בדרך צחות, וָוֵי הָעַמֻּדִים – זעקס עמודים האסטו געלערנט, אבער וַחֲשׁוּקֵיהֶם כָּסֶף – האסט נאך אלס א חשק צום געלט...
עטרת שלמה
--


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט