* שבת פרשת שקלים

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

* שבת פרשת שקלים

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 10:36 am

א ביסעל שפעטער על'איכ עפעס שטעלען.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 11:18 am

איך האב גיזעהן א ווארט בשם טשיבינער רב ז"ל.
מען זאט ביי די יוצר פון מוסף
'אור פניך עלינו אדון נשא ושקל אשא בבית נכון ונשא' פרעגט טשיבינער רב צוויי קשיות, ערשטענס וויא קען מען בעטען פאר נשיאת פנים פון רבש"ע כלום יש משא פנים..., און נאך פרעגט ער פאר וואס שטייט 'ושקל אשא' מען האט דאך נאר גיגעבען א האלבע שקל.
ענטפערט שטיבינער רב אז מיטען צוויטע קשיה איז פארענטפערט די ערשטע, ווייל די גמרא זאגט אויפען פסוק 'ישא ד' פניו אליך. שאלו מלאכי השרת..כלום יש משא פנים...אין די רבש"ע האט גיענטפערט אז הם מדקדקין עד כזית עד כביצה.
זעהן מיר אז אויב מען טיט מער וויא מען דארף איז מען ראוי פאר נשיאת פנים.
ביי מחצית השקל איז דא א דין אז אויב איינער ברענגט א גאנצע שקל דארף ער צישטעלען א קלבון פאר די טירחא פונעם גיזבר אויפציטוישען. איז ממילא דאס דער פשט.
'אור פניך עליו אדון נשא', אונז בעטען מיר פאר נשיאת פנים. איי כלום יש משא פנים, אבער 'ושקל אשא ' אונז ברענגען מיר גאנצע שקלם כדי מען זאלל דארפן צילייגען א קלבון, איז טיט מען מער וויא מען דארף, איז מען ממילא יא ראוי פאר נשיאת פנים ודח"ח
the SCY is the limit

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:52 pm

סדר התפלה
דער סדר התפלה פון שבת פרשת שקלים איז דער זעלבע ווי א געווענליכע שבת, נאר ביי חזרת הש"ץ (די הויכע שמונה עשרה) זאגט מען יוצר לפרשת שקלים.

מען זאגט נישט "אב הרחמים" פאר מוסף אבער "צדקתך צדק" ביי מנחה זאגט מען יא.

ביי מוסף איז אויך דא יוצר, דער יוצר פון מוסף ווערט געזאגט מיט גרויס התעוררות, ווי מיר בעהט'ן "אור פניך עלינו אדון נשא, ושקל אשא בבית נכון ונשא" דער באשעפער זאל שוין אויפלייכטען פאר אונז דער אור פון די גאולה, און מיר זאלן שוין קענען מקיים זיין די מצוה פון געבען שקלים אין דער בית המקדש.

ביי מוסף איז דא יוצר אויף אלע זיבן ברכות ביז צום סוף.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:52 pm

טעמי המצוה
פארוואס האט מען מתקן געווען צו ליינען די פרשה פון שקלים א שבת פאר חודש אדר אדער שבת ראש חודש אדר? ווייל ווען דאס בית המקדש איז געשטאנען האט יעדער איד וועלכער איז געווען העכער צוואנציג יאר געדארפט געבען א האלבן שקל פאר דעם בית המקדש. פון דעם געלט האט מען א גאנץ יאר מקריב געווען אלע קרבנות ציבור. "קרבנות ציבור" הייסט, אלע קרבנות וואס מען האט מקריב געווען אין בית המקדש יעדן טאג און יעדן שבת און יום טוב, האט געדארפט צו זיין א חלק פון יעדן איד. דאס געלט האט מען שוין געדארפט האבן אויף ראש חודש ניסן, ווייל פון דעמאלטס אן האט מען שוין געקויפט די קרבנות פון די נייע צוזאמענגענומענע געלטער, דעריבער האט מען שוין ארויסגעשיקט מענטשן ראש חודש אדר, א חודש פאר ראש חודש ניסן, זיי זאלן דערמאנען די אידן, אז מען דארף געבן דעם האלבן שקל
(שקלים פרק א' משנה א').

דעריבער האבן די חכמים ז"ל מתקן געווען, נאך אין דער צייט ווען דאס בית המקדש איז געשטאנען, אז מען זאל ליינען די פרשה פון, שקלים אין דעם שבת וואס איז פאר ראש חודש אדר, אדער שבת ראש חודש אדר, כדי מען זאל וויסן, אז עס איז שוין געקומען די צייט וואס מען דארף צו געבן די האלבע שקלים פאר'ן בית המקדש
(רש"י מגילה דף כ"ט ע"א)

עס ווערט געברענגט נאך א טעם פארוואס פרשת שקלים איז דאס ערשטע פון די פיר פרשיות, נאך פאר פרשת זכור, ווייל אין פרשת זכור איז דער תכלית צו געדענקען אויסצומעקן דעם עמלק, וואס פון אים איז אויך ארויסגעקומען דער המן הרשע וואס האט געוואלט אפקויפן פון אחשירוש די אידן פאר 10 טויזנט זילבערנע שקלים און זיי פארלענדן, ח"ו. דערפאר ליינט מען די פרשה פון שקלים נאך פאר פרשת זכור, צו דערמאנען די טובה פון השי"ת, אז ער האט געפעדערט, קודם געשטעלט די מצוה פון געבן "שקלים" וואס דורכדעם האבן מיר זוכה געווען, אז דער זכות פון די מצוה זאל אוועקשטופן און איבערוועגן די צען טויזנט "שקלים" פון המן הרשע.

געלט וואס אידישע קינדער געבן אויף שמירת תורה ומצוות, אויף צדקה, אויף תורה'דיגע צוועקן, ברענגט ישועות פאר אידישע קינדער. דאס איז דער בעסטער פאנצער און שוץ קעגן אלע שונאים, רשעים און רויבערס.

היינטיגע צייטען ליינט מען די פרשה אלס א זכר צו דעם וואס עס איז אמאהל געוועהן א בית המקדש אין מ'האט געגעבן האלבע שקלים פאר די קרבנות, אבער עס איז נעבעך חרוב געווארן און מען געט שוין נישט קיין האלבע שקלים ליינט מען די פרשה א זכר צו דעם וואס מיר האבן אמאהל געטוהן בזמן שבית היה קיים.
(אבודרהם)

נאך א טעם ווייל השי"ת האט אונז צוגעזאגט "ונשלמה פרים שפתינו", דאס מיינט אז אפילו ווען דער בית המקדש וועט שוין נישט שטיין און מען וועט שוין נישט קענען מקריב זיין קיין קרבנות נאר מען וועט זאגן די פרשה פון קרבנות אדער לערנען די הלכות דערפון, וועט השי"ת דאס רעכענען גלייך ווי מען וואלט ממש מקריב געווען קרבנות. דעריבער ליינט מען די פרשה פון שקלים און השי"ת רעכנט דאס פאר אונז גלייך ווי מיר וואלטן געגעבן די שקלים פאר'ן בית המקדש און מקריב געווען די קרבנות.
(משנה ברורה תרפ" ה)

עס ווערט געברענגט א טעם אויף דאס וואס השי"ת האט באפוילן צו געבן דוקא א האלבן שקל און נישט א גאנצן שקל, ווייל מיט דעם ווייזט מען, אז ווען אידישע קינדער זענען יעדער פאר זיך עקסטער און מען האלט זיך אפגעזונדערט פון אנדערע אידן, פון חברים אדער חברותא, איז מען נאך פאררעכנט פאר א האלבע זאך נישט פארפערטיגט נאר ווען אידן זענען אינאיינעם, איינער איז מחזק און שטארקט און מוטיגט דעם אנדערן, דעמאלטס איז מען פאררעכנט פאר א גאנצע זאך. דעריבער ווען צוויי אידן צוזאמען געבן א האלבן שקל איז דאס א גאנצע זאך.
(אלשיך)

נאך א טעם ווערט געברענגט, ווייל א האלבער שקל איז א מיטעלע זאך, צווישן גארנישט און א גאנצער שקל.דאס ווייזט, אז מען טאר זיך נישט האלטן גרויס, אז מען איז שוין אינגאנצן פארטיג מיט זיך, אויך טאר מען זיך נישט האלטן גאר קליין, נישט אונטערשאצן דאס ווערט פון די מצות און מעשים טובים וואס יעדער איד טוט פאר השי"ת וואס דאס האט אין הימל א געוואלדיגע חשיבות, נאר מען דארף זיך האלטן אינצווישן, אזוי ווי א האלבער שקל איז צווישן גארנישט און א גאנצע שקל.
(אלשיך)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:52 pm

חביבות המצוה
די גמרא ברענגט, אז משה רבינו עליו השלום האט געפרעגט השי"ת: "מיט וואס וועסטו אויפהייבן די אידן ווען זיי וועלן זיין אין גלות?" האט השי"ת אים געענטפערט: "ווען די אידן וועלן ליינען די פרשה פון שקלים וועל איך זיי דערהייבן פון גלות".
גמרא בבא בתרא י' ע"ב)


עס ווערט געברענגט אין מדרש, אז משה רבינו האט געפרעגט השי"ת, ווער עס וועט אים נאך געדענקען ווען ער וועט אוועקגיין פון דער וועלט? האט אים השי"ת געענטפערט, אז יעדעס יאר ווען די אידן וועלן ליינען די פרשה פון שקלים וועט זיין גלייך ווי ער שטייט דארט און הייבט אויף די קעפט פון אידישע קינדער. פון דעם זעהט מען די חשיבות פון ליינען פרשת שקלים וואס בשעת מ'ליינט די פרשה שטייט דארט משה רבינו און דערהייבט אונז צום באשעפער.
(מדרש תנחומא פ' תשא)

דער תכלית פון די האלבע שקלים וואס די אידן האבן געגעבן ווען דאס בית המקדש איז געשטאנען איז געווען, אז דורכדעם זאל השי"ת מוחל זיין אויף די עבירות פין אידישע קינדער, און מען האט מקריב געווען פון דעם געלט דעם קרבן תמיד.
(מדרש תנחומא פ' תשא)

דערפאר דארף מען אין די טעג פון אדר, וואס עס איז געווען די צייט פון געבן די שקלים, צו פארמערן מיט די מצוה פון צדקה, ארויסצוהעלפן יעדן צעבראכענעם נויטבאדערפטיגן איד מיט וואס מען קען, מיט חשק און שמחה, מיט סבר פנים יפות, מיט א פאר גוטע מוטיגונג ווערטער דערצו, דערמיט קען מען זוכה זיין, אז השי"ת זאל אונז פאר רעכענען דאס צדקה געבן אזוי גלייך ווי מען וואלט געגעבן די שקלים אין בית המקדש, אז דאס זאל אונז ברענבען דערצו, אז השי"ת זאל אונז מוחל זיין אויף די עבירות.
(שפת אמת)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:53 pm

סדר פון געבן שקלים אין דער צייט ווען דאס בית המקדש איז געשטאנען
(ארויסגענומען פון מסכת שקלים)
אין יעדער שטאט זענען געווען צוויי פושקעס וואס האבן אויסגעזען ווי א שופר, זיי זענען געווען ברייט פון אונטן און שמאל פון אויבן, אז מען זאל נישט קענען ארויסנעמען דאס געלט פון דארט. אין איין פושקע האט מען אריינגעלייגט די נייע האלבע שקלים פון דאס יאר, און אין די אנדערע פושקע האט מען אריינגעלייגט די אלטע שקלים וואס מען איז נאך שולדיג געבליבן פון פאר א יאר.

פופצן טאג אין אדר זענען אין ירושלים געזעסן וועקסלערס, אזוי ווי אין א באנק וואו מען טוישט אלע מינים געלט, אז די מענטשן וואס ברענגען געלט פון אן אנדער לאנד זאלן דאס קענען אויפוועקסלען און אויפטוישן אויף א האלבן שקל.

פינף און צוואנציג טאג אין אדר זענען שוין די גבאים געגאנגען צונעמען א משכון זאכן פון שטוב פון די מענטשן וואס האבן נאך נישט געגעבן קיין האלבן שקל. אויך די וועקסלערס זענען שוין געזעסן נאר אין בית המקדש ווייל רוב מענטשן האבן שוין געבעבן זייער האלבן שקל.

אין די ווייטע שטעט האט מען צוזאמענגענומען די האלבע שקלים פון די מענטשן ביז ראש חודש און דערנאך האט מען דאס געשיקט קיין ירושלים. אפילו עס איז נאך נישט אנגעקומען קיין ירושלים און ראש חודש ניסן, האט מען זיי דאך געבעבן א זכות אין די קרבנות וואס מען האט מקריב געווען פון ראש חודש ניסן אנגעפאנגען, פונקט ווי זייער געלט וואלט שוין דארט געווען.
אין בית המקדש זענען געווען דריי גבאים וואס האבן איבערגענומען דאס געלט, און זיי האבן דאס פארשפארט אין א "לשכה" - א מין ווארהויז, פארשפארט אין אן עקסטערע שטוב. עטליכע מענטשן זענען געווען בעשטעלט איבער די געלטער, אז מען זאל נישט קענען גנב'ענען פונ'ם געלט.

פון די צוזאמענ גענומענע שקלים האט מען געקויפט די קרבנות ציבור דאס מיינט יעדן טאג דעם קרבן תמיד, איינס צופרי און איינס נאכמיטאג, און די קרבנות פון שבת און יום טוב. און מיט'ן איבריגן געלט האט מען פארראכטן דאס בית המקדש וואו מען האט געדארפט און געקויפט נייע כלים און דאס.גלייכן. אויב מען האט געדארפט.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:53 pm

קריאת התורה
מען נעמט ארויס צוויי ספרי תורות, אין ערשטן ספר ליינט מען די פרשת השבוע די סדרה פון דער וואך, אמאהל קומט עס אויס פרשת משפטים, און אמאהל פרשת ויקהל. אין ערשטן ספר זענען עולה די שבעה קרואים – די זיבן געווענליכע מענטשן, אזוי ווי יעדן שבת אין צווייטן ספר איז עולה דער מפטיר און מען ליינט פרשת שקלים, פון אנפאנג פרשת כי תשא ביז "לכפר על נפשותיכם".

אין א טייל פלעצער פירט מען זיך, אז דער רב פון דער קהלה איז עולה צו מפטיר ביי די פיר פרשיות.

מפטיר זאגט מען פון (מלכים ב-, קפיטל יא) ויכרות יהוידע. ווייל דארט שטייט ווי מען האט צוזאמענגענומען געלט פון אידן פאר בדק הבית, צו פאררעכטן דאס בית המקדש, און פון די שקלים האט מען אויך גענומען צו פאררעכטן דאס בית המקדש.

דאס איז געווען אין יאר ד' אלפים נ"ו, פיר טויזנט זעקם און פופציג (4056) יאר נאכדעם ווי השי"ת האט באשאפן די וועלט, ווען עתלי' המרשעת האט אויסגע'הרג'עט אלע קינדער פון מלכות בית דוד, וועמען זי האט נאר געפינען, און אליין האט זי פארכאפט די מאכט, און מיט געוואלד רעגירט און אונטערדריקט אידישע קינדער אלע מיני עבודה זרה'ס איינגעפירט, דאס בית המקדש איז שטארק ריאונירט און פארנאכלעסיגט געווארן אין אירע צייטן. דאס האט אנגעהאלטן זעקס יאר.

ביז השי"ת האט געהאלפן אין יאר ד' אלפים ס"א, פיר טויזנט איין און זעכציג (4061) יאר נאך בריאת העולם אז עס איז אויפגעשטאנען דער נביא אמת און כהן גדול, יהוידע הכהן. מיט'ן הילף פון די כהנים אויך אמת'ע ערליכע אידן האט מען זי באזייטיגט און גע'הרג'עט, מען האט פון באהעלטעניש ארויס געברענגט דעם קליינעם יואש, אינגאנצן זיבן יאר אלט, אן אייניקל און אפשטאם פון דוד מלך ישראל וועם עס איז געלונגען צו באהאלטן על פי נס זעקס יאר אין בוידעם פון בית המקדש, און דער נביא אמת און כהן גדול יהוידע הכהן האט אים געברענגט עסן און אים געמאכט פאר קעניג. ער האט זיך געפירט זייער ערליך אין די וועגן פון די תורה הקדושה, אזוי ווי עס האט אים געלערנט דער כהן גדול און נביא אמת, יהוידע הכהן. דעמאלס איז געווען די מעשה פון די הפטורה פון פרשת שקלים, מען האט גענומען געלט צו פאררעכטן דאס בית המקדש און אלעס מתקן צו זיין, צוריקצושטעלן אויפ'ן אלטן פלאץ. ועינינו תראנה מלכתיך כדבר האמור בשירי עזך על ידי דוד משיח צדקיך אמן!

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:53 pm

מחצית השקל
דער מיטעלסטער אות פון דעם ווארט "מחצית" איז א צ', דאס איז מרמז אויף צדקה, די צוויי אותיות וואס זענען נעבן דער אות צ' איז ח"י, די ח' פון די רעכטע זייט און די י' פון די לינקע זייט, דאס איז מרמז אז אויב מען איז נאנט צו די מצוה פון צדקה, ווערט מען געבענטשט מיט "חי" לעבן, און די צוויי אותיות וואס זיי זענען ווייט פון דעם אות צ' זענען "מת", די מ' פון די רעכטע זייט, און די ת' פון די לינקע זייט, דאס איז מרמז אז אויב מען איז ח"ו ווייט פון די מצוה פון צדקה, קומט ח"ו מיתה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק וצדקה תציל ממות. צדקה ראטעוועט פון טויט.
(ספר דברים נחמדים)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:54 pm

אור פניך עלינו אדון נשא
ושקל אשא בבית נכון ונשא
אזוי זאגן מיר ביי מוסף און מיר בעהטן אז מיר זאלן שוין זוכה זיין טאקע צו קענען געבען דער מחצית השקל אין דעם בית המקדש, דארף מען אבער פארשטיין, פארוואס זאגן מיר די ווערטער "ושקל אשא" און נישט "וחצי שקל אשא" מען דארף דאך נאר ברענגן אן האלבע שקל? קען מען ענטפערן ווייל די גמרא זאגט אין מסכת ברכות דף כ: אמרו מלאכי השרת לפני הקדוש ברוך הוא, די מלאכים האבן געזאגט פאר דעם באשעפער, כתבת בתורתך אשר לא ישא פנים, דו האסט געשריבן אין דיין תורה אז דו ביסט נישט נושא פנים, ואתה נושא פנים לישראל, און דו אליין ביסט נושא פנים צו די יודען, דכתיב ישא ה' פניו אליך, דער באשעפער איז נושא פנים צו דיר, אמר להם, האט דער באשעפער געענטפערט די מלאכים, וכי לא אשא פנים לישראל, זאל איך דען נישט נושא פנים זיין צו די יודען, כתבתי בתורה ואכלת ושבעת וברכת, אז מען דארף בענטשן ווען מען איז שוין זאט, והם מדקדקים על עצמן עד כזית עד כביצה, און די יודען זענען שוין מדקדק צו בענטשן ווען זיי עסן א כזית אדער כביצה, אפילו זיי זענען נאך נישט זאט. זען מיר פון די גמרא אז וויבאלד די יודען זענען זיך מחמיר און זיי זענען מדקרק במצוות, איז דער באשעפער נושא פנים צו די יודען. דאס איז אבער נאר שייך ביי די אנדערע מצוות פון די תורה אז מיר זאלן זיך מחמיר זיין, אבער ביי די מצוה פון מחצית השקל, זאגט דאך די תורה העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט, איז דאך נישט שייך מחמיר צו זיין און צו פארמערן אויף די מצוה, ווי אזוי קען מען ביי די מצוה טון הידור מצוה, כדי מיר זאלן האבן נשיאת פנים פון באשעפער, דער דין איז אבער, ווען צוויי מענטשן ברענגען צוזאמען א גאנצער שקל, רארפן זיי מוסיף זיין א קלבון, לויט דעם דין קומט אויס אז ביי די מצוה פון מחצית השקל, איז אויך שייך מהדרין במצוה, אז צוויי מענטשן זאלן ברענגען א גאנצע שקל, וועלן זיי דארפן מוסיף זיין א קלבון. דאס זאגן מיר אין יוצר, אור פניך עלינו אדון נשא, אונזער הער הייב אויף אונז אויף דיין לעכטיג פנים און זיי אונז נושא פנים, פארוואס ושקל אשא, ווייל מיר וועלן טראגן צו צוויי מענטשן א גאנצע שקל, בבית נכון ונשא אין דיין בית המקרש, וועלן מיר דאך מוזן מוסיף זיין א קלבון, וועסטו אונז שוין קענען נושא פנים זיין.
(ספר דברים נחמדים)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:54 pm

ונתנו איש כופר נפשו וגו', מחצית השקל
לכאורה דארף מען פארשטיין, פארוואס האט דער אייבערשטער געהייסן די יודען פונקט ברענגען א "מחצית השקל", און נישט א גאנצע שקל. מען קען אפשר זאגן, אז דער אייבערשטער האט מיט דעם געוואלט ווייזן, אז אויב א יוד האלט זיך נישט צוזאמען מיט אנדערע מענטשן, און ער האט אינזין נאר; זיך אליין, האט ער נישט קיין שום חשיבות ביים אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער האט נאר ליב די יודען ווען זיי האלטן זיך באחדות. איבערדעם האט דער אייבערשטער געהייסן ברענגען דוקא א "מחצית השקל", כדי צו ווייזן אז א יוד פאר זיך אליין איז נאר "מחצית" - א האלב, אבער אויב מען האלט זיך נאהנט מיט אנדערע יודען, ווערט שוין א "שלימות" - גאנצקייט.
(אלשיך הק')

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:54 pm

ונתנו איש כופר נפשו וגו', מחצית השקל
עס שטייט אין ירושלמי מסכת שקלים (פרק ב', הלכה ג'), אז דער "מחצית השקל" וואס די יודען האבן געדארפט געבן פאר'ן משכן, איז געוועהן אלץ א כפרה אויפ'ן חטא העגל. מען קען זאגן א טעם, פארוואס דער אייבערשטער האט דוקא באפוילן די יודען צו געבן א "מחצית השקל" אלץ א כפרה אויפ'ן "חטא העגל". ווייל עס שטייט אין פרשת כי תשא, אז בשעת דעם חטא העגל, האבן די יודישע מענער געגעבן זייערע גאלדענע נאז-בענדער פאר'ן עגל. און עס שטייט א פסוק אין פרשת חיי שרה, "נזם זהב בקע משקלו" – א גאלדענע נאז-באנד איז ווערט א האלבע שקל ("בקע" איז א האלבע שקל). ממילא פארשטייט מען פארוואס דער אייבערשטער האט געהייסן די יודען געבן א האלבן שקל פאר'ן משכן, ווייל דאס איז געוועהן א כפרה אויף די האלבע שקלים וואס זייערע נאז-בענדער זענען ווערט געוועהן.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:54 pm

זה יתנו כל העובר על הפקודים מחצית השקל
מען קען זאגן א שיינעם רמז אין די ווערטער, לויט ווי די גמרא זאגט אין מסכת קידושין (דף מ' ע"א), אז ווען דער יצר הרע רעדט איין א מענטש צו טוהן אן עבירה, און דער מענטש פיהלט אז דער יצר הרע שטארקט זיך איבער עם, זאל ער זיך פארשטעלן אז זיינע מצוות און זיינע עבירות זענען צוטיילט גלייך אויף גלייך, דאס הייסט, אז ער האט ל"ע פונקט אזויפיהל עבירות, ווי ער האט מצוות, און אויב ער וועט יעצט פאלגן דעם יצר הרע, וועלן די עבירות איבערוועגן די מצוות, און ער וועט ח"ו פאר'משפט ווערן צו גיהנם, און דורך דעם וואס ער וועט אזוי קלערן ביי זיך, וועט ער זיך זיכער צוריק האלטן פון טוהן די עבירה. דאס איז דא מרומז אין פסוק, "כל העובר על הפקודים" יעדער יוד וואס קלערט ל"ע עובר צו זיין אויף די געזעצן ("פקודים") פון דעם אייבערשטן, "מחצית השקל" - זאל טראכטן אז זיינע מעשים וועגן האלב אויף האלב, האלב מצוות און האלב עבירות, ממילא וועט ער נישט פאלגן דעם יצר הרע, ווייל ער וועט זיכער וועלן אז די מצוות זאלן איבערוועגן.
(תורת משה - חת"ס)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:55 pm

פרשת שקלים ליינען מיר אייביג, שבת פאר ראש חודש אדר, אדער ווען ראש חודש אדר געפאלט אין שבת ליינען מיר עס אין שבת ראש חודש, מיר ליינען פרשת שקלים אלס א זכר צום בית המקדש, פארדעם וועלען מיר קודם מפרש זיין דעם גאנצען ענין פון שקלים אין די צייטען פון בית המקדש.

ווען דער בית המקדש איז געשטאנען איז א יעדער איד מחוייב געווען צו געבען א מחצית השקל, איינמאל יעדעס יאר פאר די בית המקדש, דאס איז א מצות עשה דאורייתא.

יעדער האט געגעבען פונקטליך א האלבען שקל, אן עושר האט נישט געקענט געבען מער און אן ארימאן האט נישט געטארט געבען ווייניגער. קליינע קינדער (אונטער בר מצוה) האבען נישט געדארפט געבען א "מחצית השקל", אבער אויב זייער טאטע האט איינמאל געגעבען, מוז דער טאטע שוין געבען יעדעס יאר ביז זיין זוהן ווערט בר מצוה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:55 pm

וואס האט מען געטוהן מיט די האלבע שקלים ?
פון די געלט האט מען איינגעקויפט אלע קרבנות ציבור פון א גאנצען יאר.

וואס הייסט קרבנות ציבור ?
יעדען טאג האט מען מקריב געווען צוויי שעפעלעך, איינס אינדערפרי דאס איז דער "תמיד של שחר", און דאס צווייטע נאכמיטאג, "תמיד של בין הערבים". אויך די קרבנות מוספין פון שבת, ראש חודש, און פון די ימים טובים, זענען קרבנות ציבור, אויך די עומר, שתי הלחם, כבשי העצרת, א.ד.ג., אין די אלע קרבנות האט א יעדער איד געהאט א חלק. און דורך דעם וואס א יעדער איד האט געגעבען א האלבען שקל יעדעס יאר, און פון די געלטער וואס איז צוזאם גענומען געווארען פון אלע אידן האט מען געקויפט אלע "קרבנות ציבור".

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:56 pm

סדר נתינת מחצית השקל:
ראש חודש אדר - די חז"ל לערנען ארויס פון פסוקים אז אנגעהויבען פון "ראש חודש ניסן", דארף מען שוין מקריב זיין די קרבנות ציבור פון די נייע מחצית השקל.

וועגען דעם האט דער בי"ד ארויס געשיקט שלוחים מיט א חודש פריער, דאס מיינט ראש חודש אדר צו אלע שטעט ווי עס וואוינען אידן, אויס צו רופען אז יעדער איינער זאל גרייט זיין צו ברענגען א "מחצית השקל". מען האט געהאט צייט א גאנצען חודש אדר זיך צו פארשאפען דאס געלט, און ביז ראש חודש ניסן האט ער דאס שוין געדארפט געבען.

אין יעדע שטאט איז געווען צוויי פושקעס וואס האבען אויס געזען אזוי ווי שופרות, דאס מיינט אויבען איז געווען שמאל מיט א קליינע עפענונג כדי מען זאל נישט קענען אריין לייגען די הענט און ארויסנעמען דאס געלט, און אונטען איז עס געווארען ברייטער און ברייטער ביז אונטען איז עס געווען גאנץ ברייט.

אויף איין פושקע איז געווען אויפגעשריבען "תקלין חדתין" דאס איז טייטש נייע שקלים, אין דעם האט מען אריין געלייגט די "מחצית השקל" פון די יאר, און אויף די אנדערע פושקע איז געווען אויפגעשריבען "תקלין עתיקין" דאס איז טייטש אלטע שקלים, פאר די מענטשען וואס האבען פאר א יאר נישט געגעבען די "מחצית השקל" זאלען עס אפצאלען היי יאר אין דו פושקע פון "תקלין עתיקין", און דאס געלט איז שוין נישט גענוצט פאר קרבנות נאר צו די "שיירי הלשכה". (עי' לקמן).

אין די בית המקדש איז געווען דרייצען פושקעס, דאס מיינט אויסער די צוויי איז געווען נאך עלף פושקעס פאר פארשידענע מיני נדבות, למשל ווען איינער האט געוואלט מקריב זיין האלץ פאר די מזבח אדער לבונה א.ד.ג.

"חמשה עשר באדר" - אנגעהויבען פון פופצענטן טאג אין אדר זענען אין ירושלים געזעצען וועקסלערס כדי די מענטשען וואס האבען געברענגט געלט פון אנדערע מדינות זאלען עס קענען אויפטוישען אויף א מחצית השקל.

"עשרים וחמשה באדר" - אין פונף און צוואנציג'סטן (25) פון אדר זענען שוין די וועקסלערס שוין געזעצען אין די בית המקדש ווייל רוב מענטשען האבען שוין געגעבען זייער האלבע שקל, און פון דעם טאג זענען שוין די גבאים פון איעדע שטאט ארום געגאנגען אין די שטיבער צו די אלע וואס האבען נאך נישט באצאלט מען האט פון זיי גענומען א משכון אויף דעם מחצית השקל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:56 pm

עיירים הרחוקים
אין די ווייטע שטעט האט מען צוזאמגענומען די האלבע שקלים פון די מענטשען ביז ראש חודש ניסן און דערנאך האט מען דאס געשיקט קיין ירושלים. אפילו עס איז נישט אנגעקומען קיין ירושלים ביז ראש חודש ניסן, האט מען זיי געגעבען א זכות אין די קרבנות וואס מען האט אנגעהויבען מקריב צו זיין פון ראש חודש ניסן, פונקט ווי זייער געלט וואלט שוין דארט געווען.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:56 pm

ירושלים בית המקדש
אין בית המקדש זענען געווען דריי גבאים וואס זיי האבען איבערגענומען אלע געלטער וואס זענען שוין אנגעקומען און מען האט אריינגעלייגט דאס געלט אין א "לשכה" (שטוב) פון בית המקדש און מען האט דאס פארשפארט מיט זיבען שלעסער. איבער די דריי גבאים זענען געווען געשטעלט זיבען מענטשען וואס האבען געהייסען "אמרכל" די זיבען אמרכלין האבען געהאט די שליסלעך פון די אוצרות, יעדער "אמרכל" האט געהאט די שליסעל צו איין שלאס, און די גבאים האבען נישט געקענט ארויסנעמען געלט אן די אלע זיבען אינאיינעם, העכער די זיבען אמרכלין איז געווען צוויי "קתילוקין" העכער זיי איז געווען דער "סגן כהן גדול" העכער אים איז געווען דער "כהן גדול".

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:56 pm

דריי מאל אין יאר האט מען אפגעשיידט פון די שקלים וואס איז צוזאם געקומען אין די לשכה, די שקלים וואס מען האט אפגעשיידט הייסען "תרומות הלשכה".

ערב ראש חודש ניסן - ביי ערב ראש חודש ניסן איז שוין געווען צוזאם גענומען אלע שקלים פון די אידען וואס האבען געוואוינט אין ארץ ישראל אין דעם טאג איז מען אריין אין די "לשכה" וואו די שקלים זענען געווען פארשפארט און מען האט גענומען דריי גרויסע קופות (קאסטענס) וואס אין יעדע פון זיי האט מען געקענט אריין לייגען דריי (3) סאה. אויף איין קופה איז געווען אויפגעשריבען א יונ'ישע אל"ף, אויפ'ן צווייטען א יוונ'ישע בי"ת און אויף די דריטען א יוונ'ישע גימ"ל - און מען האט אנגעפולט די דריי קופות, קודם האט מען אנגעפילט קופה אל"ף, נאכדעם קופה בי"ת, און נאכדעם קופה גימ"ל.

דער וואס האט אפגעשיידט האט נישט געטארט אריינגיין אין די לשכה מיט א בגד וואס האט געהאט א טאש, אדער א אויפגעבויגענע זוים און נישט מיט קיין שיך, כדי מען זאל אים נישט קענען חושד זיין אז ער האט באהאלטען דארט געלט פון די לשכה. אין דרויסען זענען געשטאנען שומרים וואס האבען מיט אים גערעדט א גאנצע צייט כדי ער זאל נישט קענען ארין לייגען געלט אין מויל. איידער ער האט אפגעשיידט האט ער זיי געפרעגט "אתרום"? זאל איך אפשיידען ? און זיי האבען גענטפערט "תרום" שייד אפ, דערנאך האט ער נאכאמאל געפרעגט "אתרום" און זיי האבען גענטפערט "תרום" - אזוי איז עס געפרעגט געווארען דריי מאל.

די געלטער וואס מען האט אפגעשיידט אין די דריי קופות ווערען אנגערופן "תרומות הלשכה".

די איבערגעבליבענע געלטער ווערען אנגערופן "שיירי הלשכה" פון די שיירי הלשכה האט מען שוין מער נישט אפגעשיידט, נאר מען האט אויסגעשפרייט אויף זיי שטיקלעך לעדער, און אויף די לעדער האט מען ארויפגעלייגט די שקלים וואס זענען שפעטער אנגעקומען פון די אידן וואס האבען געוואוינט אין די שטעט ארום ארץ ישראל, למשל עמון, ומואב א.ד.ג.
תרומות הלשכה - פון די דריי קופות וואס האבען געהייסען "תרומות הלשכה" האט מען איינגעקויפט אלע קרבנות ציבור. צום ערשט האט מען איינגעקויפט פון די קופה אל"ף, מען האט עס אבער נישט אינגאנצען אויסגעליידיגט נאר מען האט עפעס איבער געלאזט, נאכדעם האט מען גענומען די געלט פון קופה בי"ת, דאס האט מען אויך נישט אינגאנצען אויסגעליידיגט, און צום סוף האט מען גענומען פון קופה גימ"ל דאס האט מען שוין יא אינגאנצען אויסגעליידיגט, נאכדעם האט מען אויסגעליידיגט קופה בי"ת און דערנאך קופה אל"ף.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:57 pm

פרוס העצרת - די צווייטע תרומת הלשכה
פופצען טאג פאר "שבועות", זענען שוין אנגעקומען די שקלים פון די אידען וואס האבען געוואוינט אין די שטעט ארום ארץ ישראל (די שקלים האט מען ארויף געלייגט אויף די לעדער אין די לשכה) און דעמאלטס האט מען נאכאמאל אפגעשיידט די נייע שקלים אין די דריי קופות, דערנאך האט מען ווייטער אויסגעשפרייט שטיקלעך לעדער אויף די איבער געבליבענע געלט אין די לשכה, און אויף די לעדער האט מען ארויפגעלייגט די נייע שקלים וואס זענען אנגעקומען פון די ווייטע לענדער למשל בבל, מדי, א.ד.ג.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:57 pm

ערב ראש השנה - די דריטע תרומת הלשכה
אין ערב ראש השנה וואס ביי די צייט זענען שוין אנגעקומען די שקלים פון די ווייטע לענדער האט מען נאכאמאל אפגעשיידט פון די נייע שקלים אין די דריי קופות, יעצט האט מען שוין נישט אויסגעשפרייט קיין לעדער, ווייל עס איז שוין מער נישט אנגעקומען קיין נייע שקלים.

א גאנץ יאר האט מען איינגעקויפט די קרבנות ציבור פון די געלט אין די "קופות" (תרומות הלשכה) ביז ראש חודש ניסן, דעם קומענדיגען ראש חודש ניסן האט מען שוין גענוצט פון די נייע שקלים, טאמער האט פאסירט אז עס האט זיך אויסגעלאזט דאס געלט פון די קופות פאר ראש חודש ניסן, האט מען נאכאמאל אפגעשיידט פון די "שיירי הלשכה" אריין אין די דריי קופות.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:57 pm

שיירי הלשכה
די געלט פון די "שיירי הלשכה" האט מען גענוצט צו פארעכטען די מויער פון ירושלים, די גאסען, א.ד.ג.

מותר התרומה
טאמער אין ראש חודש ניסן איז נאך איבער געבליבען געלט אין די "קופות", האט מען פון דעם געמאכט גאלדענע בלעכען צו באדעקען די ווענט, דאך, און די רצפה (פלאר) פון קדשי קדשים.

מותר שיירי הלשכה
די געלט וואס איז איבער געבליבען פון די "שיירי הלשכה" נאכדעם וואס מען האט שוין געמאכט אלע צרכי העיר, האט מען געקויפט "עולות קיץ מזבח".

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:57 pm

עולות קיץ מזבח
ווען דער מזבח איז געשטאנען ליידיג, עס איז נישט געווען קרבנות מקריב צו זיין, האט הקדש געקויפט בהמות און דאס מקריב געווען פאר קרבן עולות, כדי די מזבח זאל נישט זיין ליידיג, דאס ווערט אנגערופען "עולות קיץ מזבח".

(עס זענען פארהאנען מערערע שיטות וואס מען האט געטוהן מיט די "מותר התרומה" און מיט די "מותר שיירי הלשכה", עי' מסכת שקלים פרק ד' משנה ג' ד')

דאס איז געווען דער סדר פון נתינת מחצית השקל בזמן שבית המקדש הי' קיים, השי"ת זאל אונז העלפען אז מיר זאלען זוכה זיין בקרוב צו געבען די "מחצית השקל" צום נייעם בית המקדש שיבנה במהרה בימינו, ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים אמן.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:58 pm

קריאת פרשת שקלים
אזוי ווי דער זמן פון געבען די שקלים בזמן שבית המקדש הי' קיים איז געווען אין חודש אדר, האבען די "חכמים" מתקן געווען צו ליינען די פרשה פון שקלים אין שבת פאר ראש חודש אדר (אדער שבת ראש חודש אדר) כדי צו וויסען טוהן דעם ציבור אז מען דארף ברענגען די שקלים אין חודש אדר. פארדעם אלס א "זכר לבית המקדש" ליינט מען היינטיגע צייטען אויך די פרשה פון שקלים פאר חודש אדר, און מען דארף אינזינען האבען בשעת די ליינען די פרשה אז מען וויל יוצא זיין די מצוה וואס די חכמים האבען מתקן געווען, און גלוסטען הלוואי וואלט איך יעצט געקענט געבען די מחצית השקל פאר קרבנות ציבור דעמאלטס וועט דאס השי"ת אנעמען אזוי ווי מען וואלט ממש געגעבען א מחצית השקל פאר די ביהמ"ק פאר די קרבנות, לכפר על כל עוונותינו אכי"ר.

סדר התפלה וקריאת התורה
1) ביי די הויכע שמונה עשרה פון שחרית און פון מוסף זאגט מען יוצר לשבת שקלים.

2) צום ליינען נעמט מען ארויס דעם יאהר צוויי ספרי תורות, און ערשטען ליינט מען פרשת השבוע, (פרשת ויקהל) און אין דעם צווייטען ספר ליינט מען די פרשה פון שקלים דאס איז אין פרשת "כי תשא" פון אנפאנג סדרה ביז די פרשה פון כיור.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:58 pm

העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט

ווייל מיר ווייסען אז א עושר האלט זיך אסאך מאל גרויס וואס דאס קען ברענגען צו גאוה, ווייטער א ארימאן האלט זיך גאר קליין וואס דאס קען ברענגען צו יאוש, זאגט די פסוק, "העשיר" - דער עושר "לא" ירבה ער זאל פארמערען דעם "לא" (אז איך בון גארנישט), "והדל" און דער ארימאן "לא" ימעיט, ער זאל פארמונערען דעם "לא" ער זאל נישט צו סאך טראכטען אז איך בין "לא" (גארנישט), כדי מען זאל נישט קומען צו יאוש.

און דאס קען זיין דעם טעם פארוואס האט די תורה געהייסען געבען פונקט א מחצית השקל, ווייל א מענטש דארף זיך שטענדיג האלטען אז ער איז א מיטעלע זאך, צווישען גארנישט און גאנץ, אזוי ווי א מחצית השקל וואס איז אינמיטן, צו ווייזען מען טאר זיך נישט צו גרויס האלטען ווייל איך האלט נאך אינמיטן, איך האב נאך נישט גענדיגט.

אויך טאר מען זיך נישט האלטען גאר קליין, וואס דורך דעם קען א מענטש קומען צו יאוש (טראכטען אז מיינע מצות, לערנען, דאווענען, און מעשים טובים זענען גארנישט ווערט) - נאר מען דארף זיך האלטען אינמיטן.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 28, 2008 2:58 pm

העשיר לא ירבה


די טעמים (טראפן) אויף די ווערטער "העשיר לא ירבה" זענען "מונח רביעי". די גמרא זאגט (כתובות נ' ע"א) "המבזבז אל יבזבז יותר מחומש" אז צדקה זאל א מענטש נישט געבען מער ווי א פינפטל פון זיין פארמעגען. דאס איז מרומז "מונח" מען זאל איבערלאזען "רביעי" פיר חלקים, און געבען נאר א פינפ'טל.

הגר"א מווילנא


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט