שינויי נוסח צווישן מחזורים - יום כיפור

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

שינויי נוסח צווישן מחזורים - יום כיפור

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:07 am

האב מיר באמערקט יום כיפור שינויים אין נוסח צווישן מיין מחזור און מיין שכן'ס מחזור, איך האב א מחזור המפורש, און מיין שכן א תפילה סדורה, איך ווייס נישט צו ס'איז בכוונה צו בטעות, איך וויל דא ברענגן וואס איך האב באמערקט, און ווער עס האט מוסיף צו זיין אין די ענין איז וועלקאם.

זכור רחמיך.
אין המפורש איז די צווייטע פסוק אל תזכור לנו עוונות ראשונים, אין תפילה סדורה פעלט די פסוק אל תזכור לנו עוונות ראשונים.

אין המפורש איז די פסוק את תקום תרחם ציון נאך די פסוק זכור ה' לבני אדום, אין תפילה סדורה איז די פסוק אתה תקום תרחם ציון נאך די פסוק זכור ה' חיבת ירושלים, פאר די פסוק זכור ה' לבני אדום.

זכור לנו ברית אבות איז די פסוקים אנדערש אויסגעשטעלט

סדר הפסוקים אין המפורש

זכור לנו ברית אבות
זכור לנו ברית ראשונים
עשה עמנו
רחם עלינו
מול את לבבינו
השב שבותינו
קבץ נדחינו
המצא לנו
מחה פשעינו למענך
מחה פשעינו כעב וכענן
הלבן חטאינו
זרוק עלינו
כפר חטאינו
תביאנו

סדר הפסוקים אין תפילה סדורה
זכור לנו ברית אבות
זכור לנו ברית ראשונים
עשה עמנו
השב שבותינו
קבץ נדחינו
מחה פשעינו כעב וכענן
מחה פשעינו למענך
הלבן חטאינו
זרוק עלינו
כפר חטאינו
רחם עלינו
מול את לבבינו
המצא לנו
תביאנו

הרשענו ופשענו
נאך אשמנו ביי חזרת הש"צ פון נעילה אין המפורש שטייט הרשענו ופשענו, אין תפילה סדורה שטייט נישט.

(אין מיין המפורש מחזור פעלט 'ועל כולם' ביי חזרת הש"צ פון נעילה, אבער אנדערע המפורש מחזורים האבן עס יא, פארשטייט זיך א טעות)
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » דינסטאג אוקטובער 01, 2019 11:29 pm

איך ווייס נישט אין וועלעכע אשכול עס קומט אבער איך האב געוואלט מעורר זיין איבער א געפערליכע טעות און מחזור המפורש ביי חזרת הש״ץ פון שחרית ר״ה האבן זיי אינגאנצן ארויסגענומען ״לדור ודור נגיד גדלך״ טראץ וואס אין מערערע קהילות פירט מען זיך דאס צי זאגן און נישט אתה קדוש. דאס ברענגט א געפערליכע צימושעניש פאר בעלי תפילות, אויב ווייסט איינער וואו מען קען מעורר זיין זאל זיך ביטע לאזן הערן, א דאנק
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג אוקטובער 01, 2019 11:39 pm

א גוטן האט געשריבן:איך ווייס נישט אין וועלעכע אשכול עס קומט אבער איך האב געוואלט מעורר זיין איבער א געפערליכע טעות און מחזור המפורש ביי חזרת הש״ץ פון שחרית ר״ה האבן זיי אינגאנצן ארויסגענומען ״לדור ודור נגיד גדלך״ טראץ וואס אין מערערע קהילות פירט מען זיך דאס צי זאגן און נישט אתה קדוש. דאס ברענגט א געפערליכע צימושעניש פאר בעלי תפילות, אויב ווייסט איינער וואו מען קען מעורר זיין זאל זיך ביטע לאזן הערן, א דאנק

אויך באמערקט.
אין זיין ערשטע מהדורא איז עס יא געשטאנען (איינגערינגלט).
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2826
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 10:15 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:איך ווייס נישט אין וועלעכע אשכול עס קומט אבער איך האב געוואלט מעורר זיין איבער א געפערליכע טעות און מחזור המפורש ביי חזרת הש״ץ פון שחרית ר״ה האבן זיי אינגאנצן ארויסגענומען ״לדור ודור נגיד גדלך״ טראץ וואס אין מערערע קהילות פירט מען זיך דאס צי זאגן און נישט אתה קדוש. דאס ברענגט א געפערליכע צימושעניש פאר בעלי תפילות, אויב ווייסט איינער וואו מען קען מעורר זיין זאל זיך ביטע לאזן הערן, א דאנק

אויך באמערקט.
אין זיין ערשטע מהדורא איז עס יא געשטאנען (איינגערינגלט).


אויך באמערקט אז ס'שטייט נישט, אבער נישט געדענקט אז אין מהדורא קמא איז עס יא געשטאנען
גראדע האט ער געטוהן א גוטע ארבעט מיטן מסדר זיין די תפילות אינעם מחזור אויף דעם נייעם אופן
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 10:24 am

וועל איך אויך באמערקן אויף מחזור תפלה בכוונה
ביי כתר, ווי מ'זאגט די כסא'ס, אין אסאך קהלות זאגט מען עס נאך כתר, ער האט עס אריינגעלייגט אינמיטן, פיין, אסאך טוען אזוי, אבער ביי ער לייגט איבער נאכאמאל די נוסח פון כתר וואס דער חזן דארף אויסלאזן, און דאס מאכט א צומישעניש ביי פרויען און קינדער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 10:26 am

מי יודע האט געשריבן:וועל איך אויך באמערקן אויף מחזור תפלה בכוונה
ביי כתר, ווי מ'זאגט די כסא'ס, אין אסאך קהלות זאגט מען עס נאך כתר, ער האט עס אריינגעלייגט אינמיטן, פיין, אסאך טוען אזוי, אבער ביי ער לייגט איבער נאכאמאל די נוסח פון כתר וואס דער חזן דארף אויסלאזן, און דאס מאכט א צומישעניש ביי פרויען און קינדער

מחזור המפורש האט עס אויך אזוי.
אין אסאך אלטע מחזורים איז עס אזוי געווען.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 10:28 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:וועל איך אויך באמערקן אויף מחזור תפלה בכוונה
ביי כתר, ווי מ'זאגט די כסא'ס, אין אסאך קהלות זאגט מען עס נאך כתר, ער האט עס אריינגעלייגט אינמיטן, פיין, אסאך טוען אזוי, אבער ביי ער לייגט איבער נאכאמאל די נוסח פון כתר וואס דער חזן דארף אויסלאזן, און דאס מאכט א צומישעניש ביי פרויען און קינדער

מחזור המפורש האט עס אויך אזוי.
אין אסאך אלטע מחזורים איז עס אזוי געווען.

קען זיין, אבער א מחזור מיט אידיש טייטש (וואס מיינט אז אסאך פרויען און קינדער נוצן עס) מעג ווען לייגן אביסל אנווייזונגען און אפטיילן מען זאל כאפן וואס גייט פאר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 10:31 am

שמעתי מבעל תפילה שהתחיל מיד "לדור ודור המליכו לא-ל", כיון שלא היה כתוב במחזור שלו "לדור ודור נגיד גדלך", וזה גרם לו לטעות.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 11:01 am

אין תפילה סדורה די צווייטע טאג ראש השנה פעלט הנני העני ממעש און קדיש פאר מוסף, (איך ווייס נישט צו ביי אלע, אבער ביי מיין שכן'ס)
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 11:37 am

דממה דקה האט געשריבן:אין תפילה סדורה די צווייטע טאג ראש השנה פעלט הנני העני ממעש און קדיש פאר מוסף, (איך ווייס נישט צו ביי אלע, אבער ביי מיין שכן'ס)

כ'האב צוויי דערפון (געקויפט אין אנדערע יארן) און אין ביידע שטייט עס געהעריג. ס'איז א בלאט פאר זיך, אפשר האט עס איינער אויסגעריסן ביי דיין שכן?...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 12:01 pm

נישט אויסגעזען ווי עפעס איז דארט אויסגעריסן
person-man-woman-camera-tv = genius

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: שינויי נוסח צווישן מחזורים - יום כיפור

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 11:00 am

אין תפילה סדורה ר"ה ביינאכט ביי מגן אבות שטייט הא-ל הקדוש אנשטאט המלך הקדוש
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
Rak Tov
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm

Re:

תגובהדורך Rak Tov » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 5:01 pm

מי יודע האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:וועל איך אויך באמערקן אויף מחזור תפלה בכוונה
ביי כתר, ווי מ'זאגט די כסא'ס, אין אסאך קהלות זאגט מען עס נאך כתר, ער האט עס אריינגעלייגט אינמיטן, פיין, אסאך טוען אזוי, אבער ביי ער לייגט איבער נאכאמאל די נוסח פון כתר וואס דער חזן דארף אויסלאזן, און דאס מאכט א צומישעניש ביי פרויען און קינדער

מחזור המפורש האט עס אויך אזוי.
אין אסאך אלטע מחזורים איז עס אזוי געווען.

קען זיין, אבער א מחזור מיט אידיש טייטש (וואס מיינט אז אסאך פרויען און קינדער נוצן עס) מעג ווען לייגן אביסל אנווייזונגען און אפטיילן מען זאל כאפן וואס גייט פאר


ביסטאך גערעכט.
תפילה בכונה וואלגט געמעגט גרינגער מאכן צו דאווענען אינעם מחזור דערצו אז סדאווענען דערין בעיקיר קינדער און פרויען

און צו ווייסט איינער פארוואס זיי קארגן אזוי אויף פאפיר?

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: Re:

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 5:11 pm

Rak Tov האט געשריבן:און צו ווייסט איינער פארוואס זיי קארגן אזוי אויף פאפיר?

ס'איז אלץ א שווערע החלטה פאר א מוציא לאור: מאכן ווי ברייטער און קלארער, אדער זאל דער מחזור זיין דינער און פראקטישער? ס'קען זיין א חילוק פון צענליגע עמ'.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
Rak Tov
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm

Re: Re:

תגובהדורך Rak Tov » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 7:11 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:און צו ווייסט איינער פארוואס זיי קארגן אזוי אויף פאפיר?

ס'איז אלץ א שווערע החלטה פאר א מוציא לאור: מאכן ווי ברייטער און קלארער, אדער זאל דער מחזור זיין דינער און פראקטישער? ס'קען זיין א חילוק פון צענליגע עמ'.


גערעכט סאיז אבער דא א שיעור ביים קארגן פאפיר אויך.

סאיז דא גאר אסאך פלאץ צווישן איבערלייגן יעדן טאג חול המועד שחרית מוסף (עטרת) ביזן לייגן נאר איין מאל ספירת העומר אינעם פסח מחזור -למשל

ווי אויך טייטשט ער נאר איין מאל א שטיקל למשל די סליחות האבן נאר די פיוטים פון יענעם טאג די טייטש און אויב דארף מען טייטש אויף סיי וואס חוץ דעם דארף מען צוריקמישן צו יום א'

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שינויי נוסח צווישן מחזורים - יום כיפור

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 7:36 pm

דיין טענה איז לדעתי 100% ריכטיג. כ'האב נאר ארויסגעברענגט אז יעדער מו"ל איז שוקל די זאכן, אבער דאס מיינט נישט אז יעדנ'ס החלטה איז טאקע אויסגעהאלטן און ראציאנאל.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

טעותים אין יום כיפור מחזורים

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 7:51 pm

אין מחזור המפורש איז דא אן איבריגע י"ג מדות יום כיפור ביינאכט.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט