אתרוגי מאראקא יאנעווע-קלבריה וכו'

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

אתרוגי מאראקא יאנעווע-קלבריה וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון וואשינגטאן »

פול ערליכע אידן מדקדקים במצוות האבן אלע מאל מדקדק געווען צי נעמען אתרוגים פון מאראקא, (עס ווערט שוין געברענגט אין בכור"י), צוליב דאס וואס עס וואקסט נישט אין קיין קאנטראלירטער פעלדער, נאר אין וועלדער, איז נישטא קיין חשש הרכבה.

היינטיגע צייטען אבער, קומען שוין רוב מאראקענער אתרוגים פון שיינע פעלדער, (נאך דא אזוינע וואס פארקויפן אזעלכע אתרוגים וואס וואקסן ווילד, אבער רוב נישט) איז נאך אלס דא די מעלה?
לעצט פארראכטן דורך גולם פון וואשינגטאן אום מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 7:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

די מעלה אז ס'וואקסט אן קערענדלעך איז נאכאלץ דא, און עס איז נישט שייך קיין הרכבה ביי מאראקאנער.

נאכן דרשה פון קלויזנבורגער רב זצ''ל אז ס'איז נישט קיין פרי צוליב דעם, פונקט ווי א באנאנא... האבן אסאך אידן אויפגעהערט עס נוצן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kosher phone »

עיין מה שכתב ע"ז הרב הצדיק מקערעסטיר וויליאמסבורג זצוקל, אבער מיר פירן זיך ווייטער אזוי ווי אונזערע עלטערן און רבי'ס
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

וכבר דשו בה רבים, עי' בשו"ת מנחת יצחק אז אתרוגים מוזען נישט האבן קיין קערנדלעך, און ס'ווערט קיין ערגעץ נישט מבואר אז דאס איז איינער פון די סימני אתרוג, ובר מן דין האט מען בודק געווען און די גרעסערע אתרוגים האבן קערנדלעך, וכבר העיד עליו גברא רבה והוא הבכורי יעקב אז מאראקאנע אתרוגים זענען כשר'ע אתרוגים ויש עליהם מסורה עתיק יומין מקהילות קדושות במורוקו.

וגם אני הק' מצאתי כבר כמ"פ גרעינים יפים באתרוגי מאראקא
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

חוץ מזה ווייזן זיי אויף אז די זעלבע מאראקאנע אתרוגים ווען מען פלאנצט דאס איין ערגעץ אנדערש האט דאס יא קערלעך, נאר דארט צוליב די שטארקע זוהן וואס שיינט דארט טריקנט דאס אויס די קערלעך פון די אתרוגים. קלויזנבורגער רב איז געווען א צדיק וקדוש, אבער ממש יעדער האט זיך געקריגט מיט זיין פסק אין דעם ענין, ולכאורה קען מען זאגן אז ווען ער וואלט געזעהן נאך דעם די אלע בירורים און הוכחות להיתר וואלט ער אויך אזוי געהאלטן.
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

און סאטמאר רב פלעגט אריינקומען אין בית מדרש מיט א מאראקאנער אתרוג, דאס האט יעדער געזעהן.

אויף וואס ער האט געמאכט א ברכה ווייסט מען נישט, ער האט נישט געלאזט קיינעם געוואר ווערן, ויש אומרים אז דאס איז געווען וויבאלד ער האט נישט געוואלט שאדן מאכן פאר די סוחרים, וויבאלד איינמאל מען וואלט געוויסט קלאר אויף וועלכע אתרוג דער רבי מאכט א ברכה וואלט יעדער געלאפן בלויז קויפן יענער אתרוג, און די יאנעווער מארקעט וואלט אינטערגעגאנגען אין סאטמאר, אבער על כל פנים אין בית מדרש צו הלל האט ער געהאט א מאראקאנער אתרוג.

מען דארף טאקע אויך מאכן אן אשכול איבער יאנעווער אתרוגים (אפשר טאקע טוישן די אשכול צו די נאמען "מאראקאנער-יאנעווער אתרוגים" און דעבאטירן דא ביידע סארט). אני הקטן פארשטיי בכלל וויאזוי מען קען ניצן יאנעווער אתרוגים היינט צוטאג'ס, למעשה בשנת תש"ט אדער תש"י (בערך) איז א משך פון צוויי יאר נישט געווען דארט בכלל קיין איד!!! עס איז נישט געווען א איד וואס האט גענומען דאן פון דארט אתרוגים, איז אויב אזוי מיינט דאך דאס אז דאס האט לגמרי פארלוירן די מסורה, נישט אזוי?

די וועג פון מכשיר זיין אן אתרוג איז בלויז אויב עס האט א מסורה, און אן א מסורה איז דאס גיט פאר א קאמפויט (כידוע מהחתם סופר), נו אויב אזוי מהיכי תיתי אז אין יאנעווע איז געבליבן די מסורה? בפשטות איז די מסורה דוקא נישט געבליבן דארט, היות די פעלדער זענען כסדר שוין לאנגע יארן אינטער גויאישע הערשאפט, און די גוים זיכן דוקא צו מרכיב זיין כדי עס זאל וואקסן שענער און שטערקער (פון אתרוגים מאכט מען אסאך ביזנעס אין די גויאישע וועלט אויך, מען ניצט דאס פאר פערפיומ'ס און נאך), נו אויב אזוי פארוואס זאל נאך בלייבן אויף די אתרוג די מסורה??? אתמהה
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

אויף דעהם איז דער תשובה וואס מען ענטפערט, אז מען ווייסט וועלכע ביימער מען האט נישט געטשעפעט און ציגערירט, די חב"ד'סקער רבי האט עקסטער מברר געווען פאר ער האט גענומען אן אתרוג צי דאס איז נישט פון די געטשעפעטע ביימער.
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

וויאזוי קען מען וויסן??? אוממעגליך אין דער וועלט!!! עס העלפט נישט קיין סימנים, און אז אידן זענען נישט דארט געווען עטליכע יאר וויאזוי קען מען וויסן אז מען האט דאס נישט געטשעפעט?
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

קען איינער ברענגען א רשימה פון צדיקים וגדולי ישראל וואס האבן געניצט דייקא א מאראקאנער אתרוג, אדער סתם אזוי נישט געהאט א פראבלעם עס צו האבן בין אתרוגיהם אויב זיי האבן געהאט עטליכע סארט, סאיז אינטערסאנט צו וויסן מי ומי ההולכים
גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון וואשינגטאן »

במכתה"ר פון די מערערים, איז שוין פון לאנג נתברר געווארן אז די טענה פון די קערנדלעך איז מטעות יסודם, ווייל ווען מען לאזט די אתרוגים גענוג לאנג אויף די בוים האט עס שיינע קערנדלעך.

איך אליין האט שוין עטליכע מאל געזעהן קערנדלעך אויך מאראקאנע אתרוגים
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
די וועג פון מכשיר זיין אן אתרוג איז בלויז אויב עס האט א מסורה, און אן א מסורה איז דאס גיט פאר א קאמפויט (כידוע מהחתם סופר), נו אויב אזוי מהיכי תיתי אז אין יאנעווע איז געבליבן די מסורה? בפשטות איז די מסורה דוקא נישט געבליבן דארט, היות די פעלדער זענען כסדר שוין לאנגע יארן אינטער גויאישע הערשאפט, און די גוים זיכן דוקא צו מרכיב זיין כדי עס זאל וואקסן שענער און שטערקער (פון אתרוגים מאכט מען אסאך ביזנעס אין די גויאישע וועלט אויך, מען ניצט דאס פאר פערפיומ'ס און נאך), נו אויב אזוי פארוואס זאל נאך בלייבן אויף די אתרוג די מסורה??? אתמהה

מסורה מיט הרכבה איז צוויי באזינדערע זאכען.
גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון וואשינגטאן »

דממה דקה האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:
די וועג פון מכשיר זיין אן אתרוג איז בלויז אויב עס האט א מסורה, און אן א מסורה איז דאס גיט פאר א קאמפויט (כידוע מהחתם סופר), נו אויב אזוי מהיכי תיתי אז אין יאנעווע איז געבליבן די מסורה? בפשטות איז די מסורה דוקא נישט געבליבן דארט, היות די פעלדער זענען כסדר שוין לאנגע יארן אינטער גויאישע הערשאפט, און די גוים זיכן דוקא צו מרכיב זיין כדי עס זאל וואקסן שענער און שטערקער (פון אתרוגים מאכט מען אסאך ביזנעס אין די גויאישע וועלט אויך, מען ניצט דאס פאר פערפיומ'ס און נאך), נו אויב אזוי פארוואס זאל נאך בלייבן אויף די אתרוג די מסורה??? אתמהה

מסורה מיט הרכבה איז צוויי באזינדערע זאכען.

אויס עס האט א חשש הרכבה, איז די מסורה גארנישט און נישט, די מסורה העלפט נאר אויב עס האט נישט קיין סימני הרכבה, עי' חת"ס.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

לויט וויפיל איך ווייס איז מסורה מיט הרכבה דוקא נישט צוויי באזונדערע זאכן, די סיבה פארוואס מען דארף א מסורה איז כדי להסיר חשש ההרכבה, מען דארף האבן א מסורה אז מען האט פון דארט גענומען ממילא ווייס איך אז מען האט דאס נישט מרכיב געווען.

קוקט'ס נאך די לשון החתם סופר, http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=155
מען זעהט קלאר אז די סיבה פארוואס מען דארף א מסורה איז ווייל אויב נישט איז דא א חשש מורכב, און ווי ער שרייבט "אבל הבאים בוודאי מאיים אחרים וכו' אין ראי' שאינם מורכבים"
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

סידיראם
איך וויל נאר צילייגען הא בהא תליא אז אויב מען ווייסט עס איז מורכב איז דער מסורה גארנישט ווערד , אין אפילו מען קען מוכיח זיין אז עס איז נישט מורכב אויב עס האט נישט קיין מסורה איז גארנישט ווערד, נאר עס דארף א מסורה אין עס איז נישט דא סימוני מורכב, קען מען זיך פארלאזען אויף דער מסורה, אבער אויב איז געווען יארען וואס מען האט נישט געקענט ציגיין דארט איז דער מסורה נישט דא וממילא יש חשש הרכבה
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מסורה מיינט נישט א השגחה אויף דעם אינדווידואלען בוים, מסורה מיינט אויף דעם סוג אתרוג. ממילא הייבט זיך די קושיא נישט אן.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

וועגן אתרוגי מאראקא האב איך פארצייכנט ביי מיר (פון 10 יאר צוריק אדער מער) מפי הג"ר בן-ציון פעלדמאן שליט"א:
בתקופה שהרעיש הרה"ק מקלויזנבורג זצ"ל נגד אתרוגי מאראקא, להיות שאין באתרוגים ההם זרע וכו', התנגד הג"ר יעקב קמינצקי זצ"ל לדבריו בתקיפות, ביודעו שזה שנים רבות שמשתמשים באתרוגים ההם, והינם מיוחסים.
גם אני באתי בפרק ההוא לרבי מאיר אבוחצירא זצ"ל בנו של הבבא סאלי זצ"ל, ודיברתי עמו אודות אתרוגי מאראקא. הביע אלי את תרעומתו נגד המוציאים לעז על אתרוגים אלו, שזה מאות בשנים משתמשים בהם, והם מופלגים בכשרות ובהידור. ואמר: אנו, בני מאראקא, ידענו שלהרבה מאתרוגינו אין זרע, מכל מקום ידענו גם שהם כשרים למהדרין, ולא היה אדם פוצה פה מעולם בענין זה.
גם הייתי בסוכתו של הג"ר שמואל שמעלקא טויבנפעלד זצ"ל, והיה אז שם גיסו רבי יאשע בעלזער ז"ל, ולפי שהיה הדבר נוגע לפאליטיק נגד סאטמאר, התחיל רבי יאשע לשפוך קיתון של רותחין נגד אתרוגי מאראקא. כשגמר לדבר, אמר לו גיסו רבי שמעלקא דברים כדרבנות – אם כי בכבוד מה, להיות רבי יאשע מבוגר ממנו – עד שנשאר רבי יאשע בלי מענה להשיב.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:די מעלה אז ס'וואקסט אן קערענדלעך איז נאכאלץ דא, און עס איז נישט שייך קיין הרכבה ביי מאראקאנער.

נאכן דרשה פון קלויזנבורגער רב זצ''ל אז ס'איז נישט קיין פרי צוליב דעם, פונקט ווי א באנאנא... האבן אסאך אידן אויפגעהערט עס נוצן.

וכן להפיך.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבי ב"צ פעלדמאן איז געווען ביי דער באבא מאיר?
דביה תחדי נפשא
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

חמרא טבא האט געשריבן:רבי ב"צ פעלדמאן איז געווען ביי דער באבא מאיר?

כך רשמתי מפיו. רצונך לדעת במאה אחוז? אברר אצלו שוב פעם בל"נ. [אגב, הוא היה גם אצל חכמים מזרחיים ומערביים אחרים, דוגמת רבי יעקב מוצאפי, ועוד.]
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

נישט קיין פארגלייך רב מוצפי איז געווען נענטער צו אונזערע קרייזן ווי דער באבא מאיר
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:פול ערליכע אידן מדקדקים במצוות האבן אלע מאל מדקדק געווען צי נעמען אתרוגים פון מאראקא, (עס ווערט שוין געברענגט אין בכור"י), צוליב דאס וואס עס וואקסט נישט אין קיין קאנטראלירטער פעלדער, נאר אין וועלדער, איז נישטא קיין חשש הרכבה.

היינטיגע צייטען אבער, קומען שוין רוב מאראקענער אתרוגים פון שיינע פעלדער, (נאך דא אזוינע וואס פארקויפן אזעלכע אתרוגים וואס וואקסן ווילד, אבער רוב נישט) איז נאך אלס דא די מעלה?

שלום עליכם, מיין חשובע וואשינגטאן קאלעגע
היינט אידאך דא א הכשר
די שאלה איז צי די יעצטיגע אתרוגים זענען נישט איר אייניקלעך פון די אמאליגע מורכבים, אין אויף דעם העלפט די מסורה אז מאראקאער אתרוגים זענען נקי מחשש מורכבים
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

אתרוגים פון מאראקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

זענט איהר לעצטנס געווען אין מאראקא צו זען ווי די אתרוגים וואקסן דארט?

איך האב געהערט אז אין מאראקא איז טאקע נישט דא קיין שום חשש הרכבה!

ווער קען ביטע ברענגען ארטיקלעך פון א מענטש/סוחר/בעל בית, אדער פון התאחדות הרבנים, וואס איז געווען אין די לעצטע יאהר'ן אין מאראקא, און געזען די אתרוגים ביימער?

יישר כח
אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע ניק »

יעקב99 האט געשריבן:איך האב געהערט אז אין מאראקא איז טאקע נישט דא קיין שום חשש הרכבה!

וואס הייסט? וואס האסטו געזעהן
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ס'איז נישט שייך קיין הרכבה ווייל ס'האט נישט קיין קערנדליך. דאס מאכט עס לויט אנדערע פאר א באנאנא, כידוע שיטת האדמו"ר מקלויזנבורג.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ס'איז נישט שייך קיין הרכבה ווייל ס'האט נישט קיין קערנדליך. דאס מאכט עס לויט אנדערע פאר א באנאנא, כידוע שיטת האדמו"ר מקלויזנבורג.


הרכבה איז לאו דווקא דורך קערלעך.. די סבה פארוואס מאנכע האבן געהאלטן אז עס האט נישט קיין חשש פון הרכבה איז וויבאלד עס איז נישט געווען קיין מארקעט דארט וואס איז היינט שוין נישט שייך, ועוד מען האט געפלאנצט דארט יאנעווע קערלעך..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”