פארוואס גייען די קינדער אין בארא פארק ר"ח מיט א ווייסע העמד

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3810
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

פליגל האט געשריבן:מיין כיתה ג' רבי פלעגט האבן א ראש חודש שטעקן.

טעלל מי אבאוט איט...

און דו האסט נאך ווי א חכם געברענגט ראש חודש געלט...
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

א ווייסע?

עס איז דא מיידל שולעס וואו מען גייט ר"ח מיט א ווייסע בלוזקע, א ספעציעלע ר"ח יוניפארם.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

צולייגער האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:מיין כיתה ג' רבי פלעגט האבן א ראש חודש שטעקן.

טעלל מי אבאוט איט...

און דו האסט נאך ווי א חכם געברענגט ראש חודש געלט...


דאס איז געווען ממתיק צי זיין די ר"ח שטעקן, זה לעומת זה
Moshe101
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2011 1:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Moshe101 »

אין סאטמאר בפ (מהרזל זיכער)
איז אויך דא גענוג קינדער מיט ווייסע העמעדר
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

הרב_שלום האט געשריבן:אינטערסאנט איז, אז נאר אין בארא פארק איז דא די מנהג

אינטרעסאנט, ווייל איך האב פונקט היינט ארומגעפארן אזוי 7'בענע צייט אין די מאנסי גאסן, און כמעט אלע קינדער זענען געגאנגען ווייסע העמדער.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
טראכט א מינוט
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט א מינוט »

אין ירושלים איז עס זייער איינגעפירט מ׳מאכט א גאנצע יו״ט פאר די קינדער און ס׳נאר דא חדר א האלבע טאג
איך האב אמאל געמיינט אז... ווער ס'האט שכל טראכט (קרעדיט: מאטי אילאוויטש)
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

צולייגער האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:מיין כיתה ג' רבי פלעגט האבן א ראש חודש שטעקן.

טעלל מי אבאוט איט...

און דו האסט נאך ווי א חכם געברענגט ראש חודש געלט...

:lol: :oops: ראש חודש געלט איז שוין דעמאלטס געווען איינגעפירט!?...
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

ראש חודש געלט ברענגט שוין דער מגן אברהם צו.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
שפאניע
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפאניע »

צולייגער האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:מיין כיתה ג' רבי פלעגט האבן א ראש חודש שטעקן.


וואס מיינט עס ??
וואספארא שטעקן האט ער געהאט א גאנץ יאר; אין וואס פאר ראש חודש ?

צי האט ער ראש חודש נישט געשלאגן ? אדער לייכטער עפעס ?...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:ראש חודש געלט ברענגט שוין דער מגן אברהם צו.

דאס איז נישט די קאנווערטן/טיפ וואס מען גיבט היינט צוטאגס. דאן איז דאס געווען די "שכר לימוד" פאר'ן מלמד וואס דער טאטע פלעגט אליין דינגען פאר די קינדער. און דער מגן אברהם האט פשוט גערעדט אז מען זאל האבען א טאג וואס דאן באצאלט מען דעם מלמד פאר'ן חודש
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פון ויקיפדיה

מן התנ"ך נראה שראש חודש היה נחשב יום שבתון ממלאכה, על פי ספר עמוס, פרק ח', פסוק ה': "מָתַי יַעֲבֹר הַחֹדֶשׁ וְנַשְׁבִּירָה שֶּׁבֶר, וְהַשַּׁבָּת, וְנִפְתְּחָה-בָּר?", וכן מפסוקים שבהם מופיע הצירוף של יום השבת ויום החודש כמועדים מיוחדים, כמו בספר יחזקאל, פרק מ"ו: "שַׁעַר הֶחָצֵר הַפְּנִימִית... יִהְיֶה סָגוּר שֵׁשֶׁת יְמֵי הַמַּעֲשֶׂה וּבְיוֹם הַשַּׁבָּת יִפָּתֵחַ, וּבְיוֹם הַחֹדֶשׁ יִפָּתֵחַ". סימן נוסף לשביתה ממלאכה למדו הפרשנים מן הנזכר בפסוק "וַיֹּאמֶר-לוֹ יְהוֹנָתָן מָחָר חֹדֶשׁ (=ראש חודש)... וּבָאתָ אֶל-הַמָּקוֹם, אֲשֶׁר-נִסְתַּרְתָּ שָּׁם בְּיוֹם הַמַּעֲשֶׂה" שהחודש עצמו אינו יום מעשה, ומכאן מקור למנהג שהנשים לא עושות מלאכה בראש חודש.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שפאניע
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפאניע »

כמיין אז דאס איז געוועין דע סיבה אז מקומות מסוימים (נאך אין אירופה) אז מהאט אהיימגעשיקט דע קינדער ראש חודש אינמיטן טאג; צי דערמאנען די טאטעס צי צאלן; אין אזוי איז טאקע איינגעפירט אין ירושלים אין נאך מקומות אז מלערנט ראש חודש נאר א האלבע טאג (אין פארשטייט זעך אז מגייט מיט א ווייסע העמד)
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

ס'איז סוף פינעם לערן יאר אין אלע חדרים מאכט מען יעצט סיום'ס
דערפאר זעט מען יעצט מער ווייסע העמדער ווי א דורכשניטליכער ר"ח.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

צו געזונט האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:ראש חודש געלט ברענגט שוין דער מגן אברהם צו.

דאס איז נישט די קאנווערטן/טיפ וואס מען גיבט היינט צוטאגס. דאן איז דאס געווען די "שכר לימוד" פאר'ן מלמד וואס דער טאטע פלעגט אליין דינגען פאר די קינדער. און דער מגן אברהם האט פשוט גערעדט אז מען זאל האבען א טאג וואס דאן באצאלט מען דעם מלמד פאר'ן חודש

פונעם ב"ח קוקט אויס אז מרעדט יא פון א טיפ, אויב בין איך זיך טועה ביטע אויפמערקן.
אטעטשמענטס
06-15-08.50.59.jpg
06-15-08.50.59.jpg (714.69 KiB) געזען 2452 מאל
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

לעצטנס געשטאנען אין איינע פון די פובליקאציעס [דוכט זיך אין אן אינטערוויא מיט ר' לייבוש ליש הי"ו] אז דאס האט איינגעפירט הרה"ח ר' ניסן [אדער זיין זוהן] פילטשיק ז"ל. אזוי ווי "פראצעדור" האט פריער מגיב געווען.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

איינפאכער איד האט געשריבן:לעצטנס געשטאנען אין איינע פון די פובליקאציעס [דוכט זיך אין אן אינטערוויא מיט ר' לייבוש ליש הי"ו] אז דאס האט איינגעפירט הרה"ח ר' ניסן [אדער זיין זוהן] פילטשיק ז"ל. אזוי ווי "פראצעדור" האט פריער מגיב געווען.

וואס הייסט אז ער האט עס איינגעפירט? איך בין אזוי געגאנגען או מיינע קינדער גייען אזוי ווייל א איד אין א צווייטע שטאט פון א צווייטע קרייז זאל דאס האבן איינגעפירט?...
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

קנאפער ידען האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:לעצטנס געשטאנען אין איינע פון די פובליקאציעס [דוכט זיך אין אן אינטערוויא מיט ר' לייבוש ליש הי"ו] אז דאס האט איינגעפירט הרה"ח ר' ניסן [אדער זיין זוהן] פילטשיק ז"ל. אזוי ווי "פראצעדור" האט פריער מגיב געווען.

וואס הייסט אז ער האט עס איינגעפירט? איך בין אזוי געגאנגען או מיינע קינדער גייען אזוי ווייל א איד אין א צווייטע שטאט פון א צווייטע קרייז זאל דאס האבן איינגעפירט?...

אזוי ווי מ'זאגט אז די טאנצן 3 מאל נאכן ענדיגן שמו"ע האט זיך אנגעהויבן אין פאפא ווייבער שול ביי עפעס א תמימותדיגע פרוי און פון דארט איז עס געגאנגען ווייטער און ווייטער ביז כהיום וואס דער עולם טאנצט אוועק על לא דבר...
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

ווען איך בין געווען אין חדר אין סאטמאר בארא פארק איז כמעט קיינער געגאנגען, ממש געציילטע. מיינע קינדער, אינגלעך און מיין מיידל גייען יא מיט א ווייסע העמד/בלוזקע, ווייל יעדער גייט.
אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מיט פיקל »

די שאלה פונעם קעפל פונעם אשכול איז באמת געוואנדן צו די אנדערע שטעט וואו דארט גייט מען נישט...
פארוואס גייט מען נישט דארט ראש חודש מיט א ווייסע העמד?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ווערט טאקע די פראגע שטערקער.
בארא פארק איז געווען בימים ההם די מאדערנע שטאט, און פונקט דארט האט מען געטראגען ווייסע העמדער, צו צייגט דאס נישט אויף מאדערנקייט וואס מען זאל נישט נאכטוהן?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

טראכט א מינוט האט געשריבן:אין ירושלים איז עס זייער איינגעפירט מ׳מאכט א גאנצע יו״ט פאר די קינדער און ס׳נאר דא חדר א האלבע טאג



רבי שמואל סאלנט האט איינגעפירט א האלבע טאג ראש חדש בירושלים, און ער פלעגט זאגן אז ער נעמט די ביטול תורה אויף זיך בעולם העליון
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

פלא והפלא, א איד וואס גיין מיט פלאטשיגע ביבער הוטן, לאנגע רעקלעך און זיבן רייעדיגע עטרות איז ביי איהם פון די פירצות הדור, פארפירט אז גיין מיט א ווייסע העמד אום ראש חודש איז צוליב מאדערנקייט! איינמאל, און - נאכדעם וואס מען ברענגט א נאמען וואס זאל עס האבן איינגעפירט - נאכאמאל!

נאר וואס, האט דער אויבערשטער געהאלפן אז ער האט געשריבן נאך א זאך, וואס צייגט אז נישט נאר שרייבט ער פשטים בדברי הפוסקים מיט א זעכערקייט אנע עס האבן געלערנט אמאל, נאר ניטאמאל גענומען די מוה נאכצוקוקן אינעווייניג בעפארן שרייבן, ועל הכלל כולו יצא, פשוט כדי מען זאל חס ושלום נישט "משנה זיין".
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

העל איך דיר ענטפערן אויף דעם. דאס רופט זיך אן סטאטוס קווא
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אין ווילאמסבורג איז אויך דא מוסדות וואס מ'גייט געקליידט מיט ווייסע העמדער און בלאזועס אין ראש חודש, נאר אזוי ווי סאטמאר איז די רוב איז עס כמעט נישט ניכר.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
געטראכט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראכט »

דא אין ירושלים גייט מען ווייסע העמדער ר"ח שוין לפחות פערציג יאר (פריער געדענק איך שוין נישט אבער מסתבר אז עס איס גאר אן אלטע מנהג), נישט נאר ביי יונגלאך נאר ביי א רוב מיידל שולעס אויך.

איך קען אויך עטליכע מחשובי הזקנים בעיה"ק וואס גייען א עקסטערע בגד לכבוד ר"ח, אויך ווייס איך אז האדמו"ר מרחמסטריבקא פין דא אין ירושלים, גייט אן עקסטערע היט אין בעקיטשע לכבוד ר"ח.

בכלל איז זייער איינגעפירט צי פראווען ר"ח אין פירען א סעודת ר"ח אין שטוב.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”