פארוואס גייען די קינדער אין בארא פארק ר"ח מיט א ווייסע העמד

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירושליימער ייד »

געטראכט האט געשריבן:דא אין ירושלים גייט מען ווייסע העמדער ר"ח שוין לפחות פערציג יאר (פריער געדענק איך שוין נישט אבער מסתבר אז עס איס גאר אן אלטע מנהג), נישט נאר ביי יונגלאך נאר ביי א רוב מיידל שולעס אויך.

איך קען אויך עטליכע מחשובי הזקנים בעיה"ק וואס גייען א עקסטערע בגד לכבוד ר"ח, אויך ווייס איך אז האדמו"ר מרחמסטריבקא פין דא אין ירושלים, גייט אן עקסטערע היט אין בעקיטשע לכבוד ר"ח.

בכלל איז זייער איינגעפירט צי פראווען ר"ח אין פירען א סעודת ר"ח אין שטוב.

אין די אלטע ירושליימער מיידלך חדרים [בנות ירושלים א.ד.ג.] איז מען מקפיד ניש צו גיין מיט וויסע העמדער, וויל מי האלט אז סי איז א שינוי.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
געטראכט
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראכט »

אמת, אבער מאותו סיבה אז זיי גייען בכלל נישט אייניגע קליידונג (יוניפורם בלע"ז), אבער אין די חסידישע שולעס וואס גייען יא אייניג גייען ווייס ר"ח כמו"כ ביי די ליטווישע, חוץ פין די מאדערנע.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

יאיר גאלד האט געשריבן:הג''ר בנציון פעלדמאן פון מאנסי גייט מיט א ביבער הוט יעדן ראש חודש.
(ס'האט אגב ווייניגער האר פון זיין שטאפן הוט, אבער ס'א ביבער הוט...).

אמאל געהערט אז רבי משה ווייס (המכונה רבי משה בטלן) ז״ל פלעגט האבן אין זיין טלית בייטל א ראש חודש הוט.
לעצט פארראכטן דורך shalsheles אום מאנטאג יוני 18, 2018 4:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משבק
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 11:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משבק »

[quote="פליגל"]מיין כיתה ג' רבי פלעגט האבן א ראש חודש שטעקן.[/quote
מיין רבי האט יעדען טאג אין חודש געהאט א שטעקן
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: פארוואס גייען די קינדער אין בארא פארק ר"ח מיט א ווייסע העמד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

Re: פארוואס גייען די קינדער אין בארא פארק ר"ח מיט א ווייסע העמד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

אפגעשיקט מיין אינגעלע היינט אין חדר מלובש בבגדי לבן


#יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקישע
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: פארוואס גייען די קינדער אין בארא פארק ר"ח מיט א ווייסע העמד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

איך האב היינט גערעדט מיט א איד א בן שבעים זאגט ער מיר אז פערציג יאהר צוריק האט ער געוואונט אין מאנסי און רוב קינדער זענען דעמאלטס געגאנגען ווייסע העמדער ר"ח
אויך אין לעיקוואד איז שוין כאטש צוואנציג יאהר אזוי איינגעפיהרט ביי די חסידישע אידן אין שטאט א"ח גייט מען ווייסע העמדער
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”