נשים בהבדלה ובמאורי האש ליל פסח
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
נשים בהבדלה ובמאורי האש ליל פסח
אין די נייע קונטרס לקוטי דינים פון הרה"ג ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א שטייט דארט א אינטערסאנטע פסק בנוגע נשים צו מאכן א בורא מאורי האש פסח ביינאכט שחל במוצש"ק.
ער שרייבט דארט אז פסח זאל'ן פרויען נישט מאכן קיין בורא מאורי האש, נאר אינזין האבן יוצא צו זיין, ונימוקו וויבאלד אפילו א גאנץ יאר איז דער משנה ברורה מפקפק אז אפשר זאלן די פרויען נישט מאכן קיין בורא מאורי האש, איז פסח קומט צו דער פראבלעים פון הפסק ביי קידוש, ממילא מטעם זה זאלן זיי יוצא זיין בשומע כעונה.
איך האב געהערט פון עטליכע מורה הוראות וואס האבן זיך שטארק געקריגט מיט די פסק, אז דאס איז קעגן די מנהג אבותינו בידינו וואס האבן זיך קיינמאל נישט אזוי געפירט, נשים האבן פסח ביינאכט אלעמאל געמאכט א בורא מאורי האש בלי שום חשש פקפוק.
איין מורה הוראה האט זיך אויסגעדריקט בתמי', מיר האבן דא א פראבלעים מטעם הפסק פסח, און מיט "לא תשא" צו זאגן א ברכה לבטלה א גאנץ יאר, דאס איז דען א קלענערע פראבלעים ווי א הפסק? אלא מאי אז מיר האבן בכלל אנגענומען אז נשים זאלן געהעריג א גאנץ יאר מאכן א בורא מאורי האש, און עס איז נישט קיין פראבלעים מטעם לא תשא, און אזוי אויך פסח ביינאכט זאלן זיי ווייטער מאכן כאשר נהגו כן אבותינו ורבותינו מדור אחר דור.

לעצט פארראכטן דורך סידיראם אום זונטאג אפריל 01, 2018 11:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
- ירושליימער ייד
- שר מאה
- תגובות: 173
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
- לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א
סידיראם האט געשריבן:איין מורה הוראה האט זיך אויסגעדריקט בתמי', מיר האבן דא א פראבלעים מטעם הפסק פסח, און מיט "לא תשא" צו זאגן א ברכה לבטלה א גאנץ יאר, דאס איז דען א קלענערע פראבלעים ווי א הפסק? אלא מאי אז מיר האבן בכלל אנגענומען אז נשים זאלן געהעריג א גאנץ יאר מאכן א בורא מאורי האש, און עס איז נישט קיין פראבלעים מטעם לא תשא, און אזוי אויך פסח ביינאכט זאלן זיי ווייטער מאכן כאשר נהגו כן אבותינו ורבותינו מדור אחר דור.
סי איז פונקט די זעלבע פראבלעם, וייל ברגע וואס עס איז דא א הפסק איז מען נישט יוצא קידוש, און ממילא ווערן אלע ברכות לבטלה, און צו דער צו פסח ביינאכט קומט צו דער פראבלעם אז מען איז נישט יוצא קידוש און אפשר אויכעט נישט ד' כוסות, און אויב אזוי, יש מקום גדול לדבריו.
נאך אזאך פארשטיי איך נישט, אגאץ יאהר איז דען נישטא קיין הפסק, מי מאכט דאך בורא מאורי האש אין מיטן הבדלה, ניין?
אגב, אין מיינע קרייזן דא אין ירושלים עיה"ק מעולם לא ראיתי אז א וייב זאל מאכן בורא מאורי האש, דאס איז איין אונגארישע מנהג?
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
ירושליימער ייד האט געשריבן:סידיראם האט געשריבן:איין מורה הוראה האט זיך אויסגעדריקט בתמי', מיר האבן דא א פראבלעים מטעם הפסק פסח, און מיט "לא תשא" צו זאגן א ברכה לבטלה א גאנץ יאר, דאס איז דען א קלענערע פראבלעים ווי א הפסק? אלא מאי אז מיר האבן בכלל אנגענומען אז נשים זאלן געהעריג א גאנץ יאר מאכן א בורא מאורי האש, און עס איז נישט קיין פראבלעים מטעם לא תשא, און אזוי אויך פסח ביינאכט זאלן זיי ווייטער מאכן כאשר נהגו כן אבותינו ורבותינו מדור אחר דור.
סי איז פונקט די זעלבע פראבלעם, וייל ברגע וואס עס איז דא א הפסק איז מען נישט יוצא קידוש, און ממילא ווערן אלע ברכות לבטלה, און צו דער צו פסח ביינאכט קומט צו דער פראבלעם אז מען איז נישט יוצא קידוש און אפשר אויכעט נישט ד' כוסות, און אויב אזוי, יש מקום גדול לדבריו.
נאך אזאך פארשטיי איך נישט, אגאץ יאהר איז דען נישטא קיין הפסק, מי מאכט דאך בורא מאורי האש אין מיטן הבדלה, ניין?
אגב, אין מיינע קרייזן דא אין ירושלים עיה"ק מעולם לא ראיתי אז א וייב זאל מאכן בורא מאורי האש, דאס איז איין אונגארישע מנהג?
לפי זכרוני, אויב איז דא א הפסק פארלירט מען נאכנישט די גאנצע ברכה.
אין מיינע און אין יענעמ'ס קרייזן מאכן נשים א בורא מאורי האש, דאס איז אן אונגארישע פוילישע גאליציאנע רוסישע ליטווישע מנהג.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
- ירושליימער ייד
- שר מאה
- תגובות: 173
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
- לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א
סידיראם האט געשריבן:לפי זכרוני, אויב איז דא א הפסק פארלירט מען נאכנישט די גאנצע ברכה.
זעה תשובות והנהגות א רס"ו שכתב בזה"ל ובדברי הרמ"א אולי נמצא טעם למה נשים נהגו שלא לטעום מכוס הבדלה שאם אינם חייבות בהבדלה, ממילא ההמשך אחרי בורא פרי הגפן הוי הפסק להו, ולכן נהגו תמיד לא לטעום מכוס הבדלה עכ"ל. דהיינו אז זיי האבן פארלוירן ברכת בפה"ג וי באלד סי איז גיווען א הפסק דערנאך, ד.ה. אויב סי הייסט א הפסק אוואדאי פארלירט מען די ברכה, די שאלה איז נאר אויב בי הייסט א הפסק,
נאר דער אמת איז אז רוב פוסקים זאגן אז דאם וואס שטייט אין לוח א"י אז נשים זאלן נישט מאכן במ"ה צוליב דער משנ"ב, איז א גראבע גרייז, און כוונת המשנ"ב איז נאר לויט די שיטות וואס נשים זיינען חייב בהבדלה [און סי איז נישט הזמן גרמא], און דראויף זאגט ער אז במ"ה איז אנדערש, אבער אויב זיי וילן זיך מתחייב זיין איז דאס נישט אנדערש וי אלע מצוות עשה שהזמן גרמא,
איך וועל מעתיק זיין די ליסטע וואס די פסקי תשובות [רצ"ו 200] ברענגט דערצו-
ומש"כ במשנ"ב ובביה"ל "ויותר נכון לומר שאינה חייבת בברכת הנר לכו"ע", כוונתו לומר שאינה חייבת לברך ברכה זו, אבל אם תרצה רשאית לברך (קצוה"ש סי' צ"ו הערה י"ב, בירור הלכה (זילבר) הכא (דלא כלוח א"י להגרימ"ט בתחילתו), שונה הלכות בהגה"ה שבסוה"ס על סי' זה), והרי יש לה גם כן הנאה מבריאת האור, ורשאית להודות על כך, ועוד יותר מצינו בא"ר סי' רח"צ סק"ג בשם כל בו שברכת הנר ברכת הנהנין הוא, אלא שתיקנו לברכו רק במוצאי שבת, שאז ניכר תחילת הנאה ממנו, ולכן למעשה נקטינן שמברכות ברכה זו וכן המנהג (דעת תורה הכא, בן איש חי ש"ב ויצא אות כ"ד, כה"ח סקנ"ה (ולשיטתו רק ברכה זו, ולא ברכת הבדלה לנשים, וכנ"ל הערה 191 בשמו), שו"ת ויען יוסף ח"א סי' קכ"ד, קצוה"ש סי' צ"ו הערה י"ב, שו"ת אג"מ חו"מ ח"ב סי' מ"ז, שו"ת אז נדברו ח"י סי' כ"ז וחי"א סי' מ"ח, שו"ת אור לציון ח"ב פכ"ב אות ג', שו"ת קנין תורה ח"א סי' פ"ח, שו"ת ויען יוסף ח"א סי' קכ"ד, שו"ת באר משה ח"ד סי' כ"ח, שו"ת צי"א חי"ד סי' מ"ג, שו"ת קנה בושם ח"ג סי' י"ז, שו"ת שבט הלוי ח"ו סי' מ"ב, שו"ת יחוה דעת ח"ד סי' כ"ז, תשובות והנהגות ח"א סי' רס"ו ומועדים וזמנים ח"ז סי' רנ"ה בהגה"ה, וע"ע בארוכה בשו"ת נתיבות אדם ח"א סי' י"א). ואין בזה משום חשש הפסק בין ברכת היין לשתיה (על הצד שפטורה), כי ברכה זו קשורה להבדלה על הכוס (וכדמוכח כעין זה בט"ז סי' תרכ"ד סק"ד עיין שם) ע"כ.
לעצט פארראכטן דורך ירושליימער ייד אום דאנערשטאג מארטש 29, 2018 10:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
זעמיר נעכטן געווען ביים שיעור פון הגרז"ל פילאפף שליט"א על ליל הסדר (וואס כידוע איז עס איינע פון זיינע שענסטע שיעורים משך'ן יאר) האט ער קלאר געזאגט אז פרויען זאלן דייקא יא מיטזאגן הבדלה ביי קידוש ליל הסדר קודם ווייל זיי זענען מחיוב בהבדלה און נאכער האט ער אויפגעטוהן א געוואלדיגע חידוש אז וויבאלד פסח ביים סדר נאכט זאגט דעך יעדער הויעך הבדלה ממילא תרי קלא לא משתמעי ,זאלן די פרויען דייקא יא מיטזאגן הבדלה יוצא צו זיין
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
סידיראם האט געשריבן:אין די נייע קונטרס לקוטי דינים פון הרה"ג ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א שטייט...
סידיראם האט געשריבן:איך האב געהערט פון עטליכע מורה הוראות וואס האבן זיך שטארק געקריגט מיט די פסק
סידיראם האט געשריבן:איין מורה הוראה האט זיך אויסגעדריקט בתמי',
די ברענגסט א פסק הלכה פון א מורה הוראה מפורסם, וואס פסק'נט בגלוי לפי דעתי, און דערנאך אנאנימע מורי הוראות בלי שם וואס קריגען...
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35419
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
קאווליר האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:ביי אונז איז אויך איינגעפירט שוין פאר דורות אז נשים אינן מברכות ליל פסח. איך גלייב נישט אז דאס איז זיין אייגענער חידוש פון הגרש"ל.
וכן נהג בעל תפארת נפתלי משארמאש זצ"ל(יומא דהילולא ערב פסח)
הבדלה אדער מאורי האש?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4524
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
טערסאנט הגרש״של זאגט נאך בשם זיין טאטע פון די נאנסטע מענטשען צו רביה״ק מסאטמער אז ער האט קלאר געזאגט אז נשים זאל נישט מיט זאגן הבדלה וכן פסק להרמ״א פריינד
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
נו וואדע האט געשריבן:זעמיר נעכטן געווען ביים שיעור פון הגרז"ל פילאפף שליט"א על ליל הסדר (וואס כידוע איז עס איינע פון זיינע שענסטע שיעורים משך'ן יאר) האט ער קלאר געזאגט אז פרויען זאלן דייקא יא מיטזאגן הבדלה ביי קידוש ליל הסדר קודם ווייל זיי זענען מחיוב בהבדלה און נאכער האט ער אויפגעטוהן א געוואלדיגע חידוש אז וויבאלד פסח ביים סדר נאכט זאגט דעך יעדער הויעך הבדלה ממילא תרי קלא לא משתמעי ,זאלן די פרויען דייקא יא מיטזאגן הבדלה יוצא צו זיין
עפעס הערשט די א צימישניש. די רעדע דא איז געווען איבער די ברכה פון בורא מאורי האש. דערווייל איז מען דא אריין אין א שמועס וועגן די עצם ברכה פון הבדלה. (איז תלוי איינס אין די אנדערע?).
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35419
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
שטאלצער יוד האט געשריבן:
עפעס הערשט די א צימישניש. די רעדע דא איז געווען איבער די ברכה פון בורא מאורי האש. דערווייל איז מען דא אריין אין א שמועס וועגן די עצם ברכה פון הבדלה. (איז תלוי איינס אין די אנדערע?).
סידיראם האט געשריבן:ונימוקו וויבאלד אפילו א גאנץ יאר איז דער משנה ברורה מפקפק אז אפשר זאלן די פרויען נישט מאכן קיין בורא מאורי האש, איז פסח קומט צו דער פראבלעים פון הפסק ביי קידוש, ממילא מטעם זה זאלן זיי יוצא זיין בשומע כעונה.
ווייל אויב זענען זיי מחויב בהבדלה און זיי קענען אדער זאלן דאס יא מיטזאגן, איז דאך בורא מאורי האש קיין הפסק ואין כאן בית מיחוש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קרייסלער האט געשריבן:טערסאנט הגרש״של זאגט נאך בשם זיין טאטע פון די נאנסטע מענטשען צו רביה״ק מסאטמער אז ער האט קלאר געזאגט אז נשים זאל נישט מיט זאגן הבדלה וכן פסק להרמ״א פריינד
האסטעך א מקור ראשון פון מונקאטשער רב זז"ג וואס איז אליינס דארט געווען און געזעהן אז מ'זאגט יא מיט הבדלה
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
קרייסלער האט געשריבן:טערסאנט הגרש״של זאגט נאך בשם זיין טאטע פון די נאנסטע מענטשען צו רביה״ק מסאטמער אז ער האט קלאר געזאגט אז נשים זאל נישט מיט זאגן הבדלה וכן פסק להרמ״א פריינד
כמדומה אז די גאנצע מקור אויף נישט זאגן קומט פון הרה"ק מנאסויד זי"ע, ממילא איז פשוט אז "כן פסק הרמ"א פריינד", ווייטער אנדערע מורי הוראה, ווענדט זיך שוין לכאורה ווי ווייט א פסק פונעם נאסוידער רב זי"ע איז קובע נגד המקובל ומנהג הפשוט יא מיט צו זאגן. נישט ח"ו אז איך בין דא צו שוקל זיין ווער ס'איז גרעסער אדער קלענער, נאר כ'מיין אז אין אלגעמיין פירט זיך די וועלט אז די פרויען זאגן יא מיט הבדלה.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
- ירושליימער ייד
- שר מאה
- תגובות: 173
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
- לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א
- ירושליימער ייד
- שר מאה
- תגובות: 173
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
- לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א
נו וואדע האט געשריבן:קרייסלער האט געשריבן:טערסאנט הגרש״של זאגט נאך בשם זיין טאטע פון די נאנסטע מענטשען צו רביה״ק מסאטמער אז ער האט קלאר געזאגט אז נשים זאל נישט מיט זאגן הבדלה וכן פסק להרמ״א פריינד
האסטעך א מקור ראשון פון מונקאטשער רב זז"ג וואס איז אליינס דארט געווען און געזעהן אז מ'זאגט יא מיט הבדלה
אינטערעסאנט וואס דאס מיינט. איז נישט די רעבעצין געזעצן אויף אן אנדערע טיש? חוץ טאמער האט ער געהערט בפירוש אז די רבי האט איר געהייסן מיטזאגן הבדלה
לעצם הענין איז די שאלה נוגע איינמאל אין יעדע פאר יאר, און ס' ווערט געברענגט אין די פוסקים אז אויף א דבר שאינו שכיח איז נישט שייך צו זאגן וואס די מנהג איז נאר מ'דארף טון לויט ווי ס'קומט אויס עפ"י הלכה
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דממה דקה האט געשריבן:סידיראם האט געשריבן:אין די נייע קונטרס לקוטי דינים פון הרה"ג ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א שטייט...סידיראם האט געשריבן:איך האב געהערט פון עטליכע מורה הוראות וואס האבן זיך שטארק געקריגט מיט די פסקסידיראם האט געשריבן:איין מורה הוראה האט זיך אויסגעדריקט בתמי',
די ברענגסט א פסק הלכה פון א מורה הוראה מפורסם, וואס פסק'נט בגלוי לפי דעתי, און דערנאך אנאנימע מורי הוראות בלי שם וואס קריגען...
נאך זייער מעגליך אז די אנאנימע מורי הוראה זענען גאר זיינע תלמידים
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
נו וואדע האט געשריבן:קרייסלער האט געשריבן:טערסאנט הגרש״של זאגט נאך בשם זיין טאטע פון די נאנסטע מענטשען צו רביה״ק מסאטמער אז ער האט קלאר געזאגט אז נשים זאל נישט מיט זאגן הבדלה וכן פסק להרמ״א פריינד
האסטעך א מקור ראשון פון מונקאטשער רב זז"ג וואס איז אליינס דארט געווען און געזעהן אז מ'זאגט יא מיט הבדלה
בתוך השאר איז דער מונקאטשער רב געווען ביים סדר תשכ"א, וואס דעמאלטס איז געווען אזוי ווי דאס יאר, שבת זונטאג
די נייע שארמאש רב שליט״א פון קרית יואל (חתן הגרשלוו״ב) האט פאר געלערענט הלכות פסח דעם שבת, האט ער בתוך דבריו דערמאנט די הלכה און געפסקנט מזאל נישט מיט זאגן. ווען מען האט איהם געפרעגט נאכן שיעור היתכן די טאטע האט קיינמאל נישט דערמאנט דעי הלכה , האט ער געזאגט אז ער האט איבער געזאגט הלכות וואס זיי טאטע זצ״ל האט זיך פארשריבן און דארט האט ער אזוי געשריבן, ער האט נישט געוואוסט אז נישט אלעס האט ער איבער געזאגט ברבים.... (נאך פארשידענע פסקים וואס איז דארט פארשריבן פלעגט ער קיינמאל איבערזאגן ביים שיעור)
על "טעם וריח" אין להתווכח
שטאלצער יוד האט געשריבן:נו וואדע האט געשריבן:זעמיר נעכטן געווען ביים שיעור פון הגרז"ל פילאפף שליט"א על ליל הסדר (וואס כידוע איז עס איינע פון זיינע שענסטע שיעורים משך'ן יאר) האט ער קלאר געזאגט אז פרויען זאלן דייקא יא מיטזאגן הבדלה ביי קידוש ליל הסדר קודם ווייל זיי זענען מחיוב בהבדלה און נאכער האט ער אויפגעטוהן א געוואלדיגע חידוש אז וויבאלד פסח ביים סדר נאכט זאגט דעך יעדער הויעך הבדלה ממילא תרי קלא לא משתמעי ,זאלן די פרויען דייקא יא מיטזאגן הבדלה יוצא צו זיין
עפעס הערשט די א צימישניש. די רעדע דא איז געווען איבער די ברכה פון בורא מאורי האש. דערווייל איז מען דא אריין אין א שמועס וועגן די עצם ברכה פון הבדלה. (איז תלוי איינס אין די אנדערע?).
ממש אזווי, מען האט דא צומישט צוויי זאכן, הג"ר שלמה לייב טוט אויף אז פרויען זאלן נישט מאכן קיין בורא מאורי האש, דאס איז די חידוש. מען איז דא בטעות אריינגעפארן אין א צווייטע נושא, צו פרויען זאלן בכלל מאכן הבדלה פסח, לא על זה אנו דנים.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
- מבית שמש
- שר מאה
- תגובות: 137
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 5:58 am
- לאקאציע: נעבן בית מדרש
יקנה"ז דעם יו"ט פסח איז דא א פראבלעם אז פרויען מאכן הבדלה
געהערט האב איך בשם השל"ה הקדוש אז נישט (והטעם ע"פ קבלה) איינער האט אפשר דעם מקור ?