חמץ וואס מ'מעג/מ'טאר נישט פארקויפען

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

הערשקא
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

חמץ וואס מ'מעג/מ'טאר נישט פארקויפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

איך עפן די אשכול יעצט ספעציעל פאר פסח,
עס קען זייער צוניץ קומען יעצט בשעתן אויסרייניגען ס'חמץ,

מען רייניגט אויס די פריזשעדער, פריזער, אדער די נאש קלאזעט, און מען ווייסט נישט וואס מען דארף ארויסווארפען אדער מ'קען עס פארקויפען פארן גוי,
און מען קען נישט יעדע מינוט ריפן די דיין פרעגן יעדע קליינע זאך.

איז ווען איינער האט א שאלה אויף עפעס זאל ער עס דא פרעגן, און אונזערע דיינים וועלן פראבירען צו ענטפערן ווי ווייט מעגליך
לעצט פארראכטן דורך הערשקא אום דינסטאג מארטש 27, 2018 6:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

איך וועל אנהייבען מיט פלאפל באלס
וואס איז דין קען מען עס פארקויפען פארן גוי אדער דארף מען עס מבער זיין
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

חמץ גמור וואס איז נישט קיין הפסד מרובה טאר מען נישט פארקויפן אלעס אנדערש מעג מען
שטימט?

אויך איז דא א חילוק פין חמץ בעין אין ע"י תערובת?
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

די אלע דאק סאו"ס'ס און אנדערע סאוס'ס מעג מען פארקויפן?
קארן פלעק'ס האט אויך אין זיך חמץ? עפעס אזוי אמאל געהערט ביטע קאנפירמען
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

קארן פלעיקס האט אויך בארלי מאלט, דאס איז א גערשטן פראדוצירטע מאטריאל וואס איז חמץ
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

לגבי פאלאפל בוליקעס. פאלאפל הויפט באשטאנדטייל איז אריגינאל ארבעס, וואס איז קטניות, אבער וואס האלט עס צוזאם אןו קלעבעדיג איז געווענליך ווייץ, חמץ
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

Haklal האט געשריבן:חמץ גמור וואס איז נישט קיין הפסד מרובה טאר מען נישט פארקויפן אלעס אנדערש מעג מען
שטימט?

אויך איז דא א חילוק פין חמץ בעין אין ע"י תערובת?

למען האמת איז עס נישט ממש אזוי, דאכט זיך מיר אז ס'איז א חומרא פון די גדולי האחרונים, אנדערע פלעגן יא פארקויפן חמץ גמור, אזוי ליגט אין מיין זכרון קעמערלעך,

צוריק צום נושא.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מעגן מעג מען *אלעס* פארקויפן.
אלא, די וועלכע האלטן אז די מכירה איז הערמה בעלמא, אדער האבן חששות אז עס ארבעט נישא ווייל א קאורט וואלט עס נישט אינפארסירט. זיי הייבן אן צו מאכן פשרות איש ככל הישר בעיניו יעשה, נאר ברויט נישט, נאר בראנפן יא (ווייל סאיז א הפסד מרובה), נאר ספיקות, אלס ספקד"ר לקולא. נאר תערובות חמץ. בקיצור, תוהו ובהו - אין קיין פוסק וועט איר נישט טרעפן די אלע חילוקים
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

אז מען איז שוין יא פארפארן פון די נושא, העמיר אויך צולייגן.

איבער פארקויפן חמץ גמור איז געווען פארשידענע מנהגים.
אין מנהגי קודש אינעם הגדה של פסח זרע קודש ברענגט ער אז די מנהג בית ראפשיץ איז געווען אז מ'האט יא פארקויפט חמץ גמור. און דער מנחת אלעזר אין שער יששכר (מאמר זמן חירותינו אות ל"ו) שרייבט א טעם אויף דעם, וז"ל: "ובזה חשבתי טעם אבותינו וזקינינו הקדושים בני איש אלקי מראפשיץ זי"ע שדקדקו שיהי' מה למכור בשטר מכירה לנכרי קודם הפסח [וכו'], ועל זה העצה למכור בשטר מכירה איזה דברים בשוויין (שיש בהם חשש חמץ עפ"י ש"ע כנ"ל)". עי' שם באריכות דבריו.

אין די מנהגים דארט ברענגט דער מו"ל מכמה מקורות, אז אזוי איז געווען די מנהג אין דזיקוב, ראזוודוב, סטיטשין, באבוב, אויך ברענגט ער פון הגדש"פ דברי חיים אז אין צאנז האט מען זיך אויך נישט מונע געווען פון פארקויפן חמץ גמור.

אינטערסאנט איז, אז ער ברענגט דארט אין הגדה א ארגניעלע שטר מכירת חמץ פון הרה"ק ר' אברהם משענדישוב זי"ע, און דארט ווערט אפילו נישט דערמאנט קיין מכירת כלים חמוצים, אזוי אויך נישט קיין חמץ גמור, בכלל איז דער לשון פונעם שטר מכירה זייער אינטערסאנט מיט כמה חידושים, ויש לעי' בהם טובא.

(אפשר וואלט טאקע געווען כדאי מיחד זיין אן אשכול פון שטרי מכירת חמץ פון גאונים וצדיקים מדורות הקודמים).

בכל אופן איז זיכער געווען מנהגים אזוי און אזוי, אבער בימינו איז זייער שווער צו זאגן אז מ'זאל למעשה טאקע פארקויפן חמץ גמור, כי רבה המכשלה, ויש לחשוש משום ספק דאורייתא משום בל יראה וב"י, נישט נאר ספד"ר מחמת חמץ שעבר עליו הפסח.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

איך ווייס אז ראפשיצער אייניקלעך פירן זיך להלכה למעשה צו פארקויפן חמץ גמור, אן קיין שום פראבלעם.

חמץ גמור, וחמץ בעין. ווי קעיקס און קוקיס. אלעס אלעס. זיי ווארפן גארנישט אוועק.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

מיט מסורת אבות אויב מ'ווייסט וואס מ'טוהט איז אן אנדערע מעשה.

אגב כבוד מצלמה ס'וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו וויסן וועלכע ראפשיצער אייניקלעך איהר מיינט, נישט פריוואטע נעמען, נאר פשוט מקור מחצבתם. גראדע ווייס איך קלאר פון נכדי בית ראפשיץ וואס פארקויפן דוקא נישט קיין חמץ גמור בעין. נאר אזעלכע סארט זאכן ווי בראנפן, וכדו', לייגט מען צום פארקויפן.

אבער כלפי סתם עמך אידן זאלן זיך מאכן לייכטער דורך פארקויפן פעק און זעק פון חמץ גמור, און נאכדערצו מיט די היינטיגע מכירה, ווי טיילמאהל פעלט אביסל אין די ערנסטקייט (איידל גערעדט), איז כדאי אז מען זאל כאטש שטארק טראכטן צוויי מאהל פאר מען טוהט אזוי לכתחלה. בל יראה ובל ימצא איז נישט קיין וויץ.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

יידישע קהילות האט געשריבן:מעגן מעג מען *אלעס* פארקויפן.
אלא, די וועלכע האלטן אז די מכירה איז הערמה בעלמא, אדער האבן חששות אז עס ארבעט נישא ווייל א קאורט וואלט עס נישט אינפארסירט. זיי הייבן אן צו מאכן פשרות איש ככל הישר בעיניו יעשה, נאר ברויט נישט, נאר בראנפן יא (ווייל סאיז א הפסד מרובה), נאר ספיקות, אלס ספקד"ר לקולא. נאר תערובות חמץ. בקיצור, תוהו ובהו - אין קיין פוסק וועט איר נישט טרעפן די אלע חילוקים

דער תניא שרייבט יש טועים אז ס'איז א דרבנן ווייל מדאורייתא בביטול בעלמא סגי ורבנן הם דהצריכו בדיקה, אבער וויבאלד מ'וויל עס צוריק קונה זיין שפעטער קען מען נישט מבטל ומפקיר זיין.
לדעתו יין שרף דינו כחמץ גמור ובהפסד מרובה מאוד כותב קולא כיון שאי אפשר לשתות בכדי שתיית פרס בלי שהייה בינתיים יש לסמוך אהני ראשונים שסברו שבכגון דא שאני. ורק אם נתן החמץ לקיוהא שאם ניתן לטעמא, הרי נותן טעם עיין בדבריו הקדושים.
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

וואס איז די דין לגבי "קלעי" ?
איך הער עס איז דא וואס פסק'נען אז מען דארף עס אוועקווארפען,
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

וואס איז די הלכה מיט ברוינפען? מעג מען פארקויפען? וואס יא אין וואס נישט?
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

Clm האט געשריבן:וואס איז די הלכה מיט ברוינפען? מעג מען פארקויפען? וואס יא אין וואס נישט?

שליוואוויץ מאכט מען געווענטליך פון פלוימען. וויסקי מאכט מען געווענטליך פון קארן. וואדקע מאכט מען על פי רוב פון ווייץ.

קיבלתי במת אבא אז מ'קוקט אויף יעדע אייטעם אויב ס'האט flower, wheat אדער yeast פארקויפט מען עס נישט (ביי הפסד מריבה פרעג א שאלה). און אלע אנדערע זאכן קען מען פארקויפן.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

מצלמה האט געשריבן:איך ווייס אז ראפשיצער אייניקלעך פירן זיך להלכה למעשה צו פארקויפן חמץ גמור, אן קיין שום פראבלעם.

חמץ גמור, וחמץ בעין. ווי קעיקס און קוקיס. אלעס אלעס. זיי ווארפן גארנישט אוועק.


יא. איך באשטעטיג מה שאמרתי אשתקד.
אמת ויציב. זיי פארקויפן חמץ גמור. אלעס.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

ידיעות שונות האט געשריבן:מיט מסורת אבות אויב מ'ווייסט וואס מ'טוהט איז אן אנדערע מעשה.

אגב כבוד מצלמה ס'וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו וויסן וועלכע ראפשיצער אייניקלעך איהר מיינט, נישט פריוואטע נעמען, נאר פשוט מקור מחצבתם. גראדע ווייס איך קלאר פון נכדי בית ראפשיץ וואס פארקויפן דוקא נישט קיין חמץ גמור בעין. נאר אזעלכע סארט זאכן ווי בראנפן, וכדו', לייגט מען צום פארקויפן.

אבער כלפי סתם עמך אידן זאלן זיך מאכן לייכטער דורך פארקויפן פעק און זעק פון חמץ גמור, און נאכדערצו מיט די היינטיגע מכירה, ווי טיילמאהל פעלט אביסל אין די ערנסטקייט (איידל גערעדט), איז כדאי אז מען זאל כאטש שטארק טראכטן צוויי מאהל פאר מען טוהט אזוי לכתחלה. בל יראה ובל ימצא איז נישט קיין וויץ.



איך האב מברר געווען קליפ און קלאר ביי מעליצער אייניקלעך

זיי פארקויפן חמץ גמור בלי שום שאלה.
אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקל אלטמאן »

דאכט זיך מיר אז צאנזע רב האט נישט מקפיד געווען נישט צו פארקויפן חמץ גמור.
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

שמעתי ס'דא א חילוק אויב רוצה בקיומו אדער מ'דארף די ווערט.. כגון ברונפן ביזטו גרייט אז מזאל דיר געבן די געלט אנשטאטס די ברוינפן.. משא"כ א י"ב חלה אדער שאור = sour dough וואס מען דארף צירוק די חפץ ממש איז דא וואס אסרן
ופוק חזי מה עמא דבר
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

יעקל אלטמאן האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז צאנזע רב האט נישט מקפיד געווען נישט צו פארקויפן חמץ גמור.

עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ער האט געהאט עפעס אן ענין יא צו פארקויפן חמץ גמור.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

ווואס איז די הלכה פון עפל דשוס. איך הער אז אויב איז עס נישט כשר לפסח, איז עס א חשש קטניות אדער גאר אפי' חמץ גמור. קען מען עס פארקויפן אין די חמץ?
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

עפל דזאוס?

תערובות חמץ איז דאך נישט קיין פראבלעם צו פארקויפן, קטניות דארף מען בכלל נישט פארקויפן.
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריינד »

nmi האט געשריבן:
Clm האט געשריבן:וואס איז די הלכה מיט ברוינפען? מעג מען פארקויפען? וואס יא אין וואס נישט?

שליוואוויץ מאכט מען געווענטליך פון פלוימען. וויסקי מאכט מען געווענטליך פון קארן. וואדקע מאכט מען על פי רוב פון ווייץ.

קיבלתי במת אבא אז מ'קוקט אויף יעדע אייטעם אויב ס'האט flower, wheat אדער yeast פארקויפט מען עס נישט (ביי הפסד מריבה פרעג א שאלה). און אלע אנדערע זאכן קען מען פארקויפן.

איך האב געפרעגט הגאון דומץ קר"י שליט"א. האט ער געזאגט. ברוינפען קען מען פארקויפען אפילו פון חמץ.
האק א לעבן
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 8:52 am

Re: חמץ וואס מ'מעג/מ'טאר נישט פארקויפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האק א לעבן »

איז דא א ליסטע פון ברוינפענ'ס וואס זענען חמץ גמור?
בעיקר וויל איך וויסן
glenmorangie
און אלע מיני glenvilets
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

יעקל אלטמאן האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז צאנזע רב האט נישט מקפיד געווען נישט צו פארקויפן חמץ גמור.

ער האט דייקא יא פארקויפט חמץ גמור, ווי די ביר אויף וואס ער פלעגט מאכן הבדלה מוצאי פסח.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”