חמץ וואס מ'מעג/מ'טאר נישט פארקויפען

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
הערשקא
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

חמץ וואס מ'מעג/מ'טאר נישט פארקויפען

תגובהדורך הערשקא » דינסטאג מארטש 27, 2018 6:34 pm

איך עפן די אשכול יעצט ספעציעל פאר פסח,
עס קען זייער צוניץ קומען יעצט בשעתן אויסרייניגען ס'חמץ,

מען רייניגט אויס די פריזשעדער, פריזער, אדער די נאש קלאזעט, און מען ווייסט נישט וואס מען דארף ארויסווארפען אדער מ'קען עס פארקויפען פארן גוי,
און מען קען נישט יעדע מינוט ריפן די דיין פרעגן יעדע קליינע זאך.

איז ווען איינער האט א שאלה אויף עפעס זאל ער עס דא פרעגן, און אונזערע דיינים וועלן פראבירען צו ענטפערן ווי ווייט מעגליך
לעצט פאראכטן דורך הערשקא אום דינסטאג מארטש 27, 2018 6:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
הערשקא
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » דינסטאג מארטש 27, 2018 6:35 pm

איך וועל אנהייבען מיט פלאפל באלס
וואס איז דין קען מען עס פארקויפען פארן גוי אדער דארף מען עס מבער זיין

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דינסטאג מארטש 27, 2018 6:39 pm

חמץ גמור וואס איז נישט קיין הפסד מרובה טאר מען נישט פארקויפן אלעס אנדערש מעג מען
שטימט?

אויך איז דא א חילוק פין חמץ בעין אין ע"י תערובת?

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג מארטש 27, 2018 6:48 pm

די אלע דאק סאו"ס'ס און אנדערע סאוס'ס מעג מען פארקויפן?
קארן פלעק'ס האט אויך אין זיך חמץ? עפעס אזוי אמאל געהערט ביטע קאנפירמען
טיפע קאפ

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מארטש 27, 2018 7:03 pm

קארן פלעיקס האט אויך בארלי מאלט, דאס איז א גערשטן פראדוצירטע מאטריאל וואס איז חמץ
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מארטש 27, 2018 7:04 pm

לגבי פאלאפל בוליקעס. פאלאפל הויפט באשטאנדטייל איז אריגינאל ארבעס, וואס איז קטניות, אבער וואס האלט עס צוזאם אןו קלעבעדיג איז געווענליך ווייץ, חמץ
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג מארטש 27, 2018 7:33 pm

Haklal האט געשריבן:חמץ גמור וואס איז נישט קיין הפסד מרובה טאר מען נישט פארקויפן אלעס אנדערש מעג מען
שטימט?

אויך איז דא א חילוק פין חמץ בעין אין ע"י תערובת?

למען האמת איז עס נישט ממש אזוי, דאכט זיך מיר אז ס'איז א חומרא פון די גדולי האחרונים, אנדערע פלעגן יא פארקויפן חמץ גמור, אזוי ליגט אין מיין זכרון קעמערלעך,

צוריק צום נושא.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג מארטש 27, 2018 7:48 pm

מעגן מעג מען *אלעס* פארקויפן.
אלא, די וועלכע האלטן אז די מכירה איז הערמה בעלמא, אדער האבן חששות אז עס ארבעט נישא ווייל א קאורט וואלט עס נישט אינפארסירט. זיי הייבן אן צו מאכן פשרות איש ככל הישר בעיניו יעשה, נאר ברויט נישט, נאר בראנפן יא (ווייל סאיז א הפסד מרובה), נאר ספיקות, אלס ספקד"ר לקולא. נאר תערובות חמץ. בקיצור, תוהו ובהו - אין קיין פוסק וועט איר נישט טרעפן די אלע חילוקים
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג מארטש 27, 2018 8:10 pm

אז מען איז שוין יא פארפארן פון די נושא, העמיר אויך צולייגן.

איבער פארקויפן חמץ גמור איז געווען פארשידענע מנהגים.
אין מנהגי קודש אינעם הגדה של פסח זרע קודש ברענגט ער אז די מנהג בית ראפשיץ איז געווען אז מ'האט יא פארקויפט חמץ גמור. און דער מנחת אלעזר אין שער יששכר (מאמר זמן חירותינו אות ל"ו) שרייבט א טעם אויף דעם, וז"ל: "ובזה חשבתי טעם אבותינו וזקינינו הקדושים בני איש אלקי מראפשיץ זי"ע שדקדקו שיהי' מה למכור בשטר מכירה לנכרי קודם הפסח [וכו'], ועל זה העצה למכור בשטר מכירה איזה דברים בשוויין (שיש בהם חשש חמץ עפ"י ש"ע כנ"ל)". עי' שם באריכות דבריו.

אין די מנהגים דארט ברענגט דער מו"ל מכמה מקורות, אז אזוי איז געווען די מנהג אין דזיקוב, ראזוודוב, סטיטשין, באבוב, אויך ברענגט ער פון הגדש"פ דברי חיים אז אין צאנז האט מען זיך אויך נישט מונע געווען פון פארקויפן חמץ גמור.

אינטערסאנט איז, אז ער ברענגט דארט אין הגדה א ארגניעלע שטר מכירת חמץ פון הרה"ק ר' אברהם משענדישוב זי"ע, און דארט ווערט אפילו נישט דערמאנט קיין מכירת כלים חמוצים, אזוי אויך נישט קיין חמץ גמור, בכלל איז דער לשון פונעם שטר מכירה זייער אינטערסאנט מיט כמה חידושים, ויש לעי' בהם טובא.

(אפשר וואלט טאקע געווען כדאי מיחד זיין אן אשכול פון שטרי מכירת חמץ פון גאונים וצדיקים מדורות הקודמים).

בכל אופן איז זיכער געווען מנהגים אזוי און אזוי, אבער בימינו איז זייער שווער צו זאגן אז מ'זאל למעשה טאקע פארקויפן חמץ גמור, כי רבה המכשלה, ויש לחשוש משום ספק דאורייתא משום בל יראה וב"י, נישט נאר ספד"ר מחמת חמץ שעבר עליו הפסח.

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מיטוואך מארטש 28, 2018 1:06 am

איך ווייס אז ראפשיצער אייניקלעך פירן זיך להלכה למעשה צו פארקויפן חמץ גמור, אן קיין שום פראבלעם.

חמץ גמור, וחמץ בעין. ווי קעיקס און קוקיס. אלעס אלעס. זיי ווארפן גארנישט אוועק.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך מארטש 28, 2018 1:15 am

מיט מסורת אבות אויב מ'ווייסט וואס מ'טוהט איז אן אנדערע מעשה.

אגב כבוד מצלמה ס'וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו וויסן וועלכע ראפשיצער אייניקלעך איהר מיינט, נישט פריוואטע נעמען, נאר פשוט מקור מחצבתם. גראדע ווייס איך קלאר פון נכדי בית ראפשיץ וואס פארקויפן דוקא נישט קיין חמץ גמור בעין. נאר אזעלכע סארט זאכן ווי בראנפן, וכדו', לייגט מען צום פארקויפן.

אבער כלפי סתם עמך אידן זאלן זיך מאכן לייכטער דורך פארקויפן פעק און זעק פון חמץ גמור, און נאכדערצו מיט די היינטיגע מכירה, ווי טיילמאהל פעלט אביסל אין די ערנסטקייט (איידל גערעדט), איז כדאי אז מען זאל כאטש שטארק טראכטן צוויי מאהל פאר מען טוהט אזוי לכתחלה. בל יראה ובל ימצא איז נישט קיין וויץ.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך מארטש 28, 2018 2:39 am

יידישע קהילות האט געשריבן:מעגן מעג מען *אלעס* פארקויפן.
אלא, די וועלכע האלטן אז די מכירה איז הערמה בעלמא, אדער האבן חששות אז עס ארבעט נישא ווייל א קאורט וואלט עס נישט אינפארסירט. זיי הייבן אן צו מאכן פשרות איש ככל הישר בעיניו יעשה, נאר ברויט נישט, נאר בראנפן יא (ווייל סאיז א הפסד מרובה), נאר ספיקות, אלס ספקד"ר לקולא. נאר תערובות חמץ. בקיצור, תוהו ובהו - אין קיין פוסק וועט איר נישט טרעפן די אלע חילוקים

דער תניא שרייבט יש טועים אז ס'איז א דרבנן ווייל מדאורייתא בביטול בעלמא סגי ורבנן הם דהצריכו בדיקה, אבער וויבאלד מ'וויל עס צוריק קונה זיין שפעטער קען מען נישט מבטל ומפקיר זיין.
לדעתו יין שרף דינו כחמץ גמור ובהפסד מרובה מאוד כותב קולא כיון שאי אפשר לשתות בכדי שתיית פרס בלי שהייה בינתיים יש לסמוך אהני ראשונים שסברו שבכגון דא שאני. ורק אם נתן החמץ לקיוהא שאם ניתן לטעמא, הרי נותן טעם עיין בדבריו הקדושים.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט