געוואשענע אייער - פסח
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
געוואשענע אייער - פסח
אפשר קען איינער דא געבן א קורצע ערקלערונג וועגן געוואשענע אייער אויף פסח
ווי איך פארשטיי האט דאס מיט א חשש אז ס'איז געליגן צווישן די עסן פון די הינער וכו'
ווי ווייט גייט די חומרא? דאס וואס מ'פארקויפט אין קעיסעס איז יא געוואשן צו נישט געוואשן?
ווי איך פארשטיי האט דאס מיט א חשש אז ס'איז געליגן צווישן די עסן פון די הינער וכו'
ווי ווייט גייט די חומרא? דאס וואס מ'פארקויפט אין קעיסעס איז יא געוואשן צו נישט געוואשן?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 621
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm
דריידל האט געשריבן:מ'דארף זיך אויסלערנען אז מ'פרעגט נישט קיין קשיות ווייל אסאך זאכן האבן נישט קיין געהעריגע הסברים
כ'האב נישט קיין קשיות, איך ווייס ס'איז דא מנהגים וואס עסן נישט קיין בהמה פלייש ווייל אינדערהיים האט מען נישט געגעסן (ווייל מ'האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן)
איך קויף פשוט יערליך אין גראסערי, מ'קוקט עס אלץ איבער, כ'האב א עקסטערע טאפ פאר אייער, אבער מיין אידענע האט עפעס געהערט א אויסדרוק די יאר פון איינעם וועגן חמץ'דיגע אייער האט איר עס אנגעהויבן צו דערקוטשענען אז אפשר ווערט זי נכשל מיט אייער וואס איז נישט שמירה משעת הנחתן האב איך געטראכט לאמיך הערן די הסברים דערויף
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
אומגעוואשענע אייער
דאס איז דאך היסטאריע מימי ילדותי
דער עולם האט געקויפט אייער וואס מען האט געברענגט פון פארם מיט דעם צואה פון די הינער
ווייל מען האט חושש געווען אז מען וואשט די אייער מיט הייסע וואסער איז דאך א פראבלעם מיט אימפערדייעטע קערלעך
ביז מען האט זיך געכאפט אז מיט די אומגעוואשענע איז אויך דא א פראבלעם מיט די קערעלעך ארויפגעקלעבט אויף די אייער
איז מען נאכגעגאנגעו די זאך און מען איז געוואיר געווארען אז מען וואשט די אייער מיט קאלט וואסער זיי זאלען בלייבען רוי
עס זענען אויך געווען שמועות וועגען זייף און קעמיקעלס, וואס מען איז געוואיר אין דעם ענין געדענק איך נישט

גוט געזאגט הרב קיקון.
א דיין האט מיר נעכטן געזאגט אז אויף די געוואשענע איז נישט קיין שאלה ווייל זיי וואשן עס נישט מיט קיין יד סולדת'דיגע וואסער סא אפי' מ'נוצט עפעס וואס איז נישט פסח'יג עס צו וואשן ווערט עס נישט איינגעגעסן.
משא"כ די אומגעוואשענע [היימיש געוואשענע] אייער בלייבט אפט שמוציג פון די פארם און די שמיץ קען יא זיין א חשש חמץ. נמצא אז ס'איז צומאל יצא שכרו בהפסידו.

- שמואל שמעלקא
- שר חמש מאות
- תגובות: 721
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am
צד תמות האט געשריבן:תג נוצער האט געשריבן:איך ווייס ס'איז דא מנהגים וואס עסן נישט קיין בהמה פלייש ווייל אינדערהיים האט מען נישט געגעסן (ווייל מ'האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן)
ס'באמת דא אזא מנהג? איז דאס טאקע די טעם - וועגן געלט? אדער דאס איז סתם א ליצנות אויף זייער חשבון?
איך וועל מיך פאררעכטן ווייל איך וויל נישט חוזק מאכן ח"ו
אבער כ'האב עס קלאר געהערט פון א משפחה וואס ביי זיי עסט מען נישט, איך בין נישט 100 פראצענט זיכער צו וועגן געלט, צו וועגן ס'איז געווען צו באקומען געהעריג, עפעס אזא מין סיבה, איך גיי עס פרובירן נאכאמאל מברר זיין בל"נ
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 530
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am
געוואשנע אייער האט א פרבלעם ווייל מען וואשט עס מיט הייס וואסר אין אז סאיז געווען אנגעקלפט מיט א ווייץ, קארן ווערט די אייער נחמץ.
פין די אנדרע זייט אז סנישט געוואשן קען מען האבען יום טוב אן איי וואס האט חמץ דערויף.
גייט א משגיח צום פארם אין אין מען מאכט זיכער אז די אייער איז זויבער פאר מען וואשט עס
פין די אנדרע זייט אז סנישט געוואשן קען מען האבען יום טוב אן איי וואס האט חמץ דערויף.
גייט א משגיח צום פארם אין אין מען מאכט זיכער אז די אייער איז זויבער פאר מען וואשט עס
Sorry for my misspellings
- שמואל שמעלקא
- שר חמש מאות
- תגובות: 721
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am
יונה האט געשריבן:ביי אונז פלעגט מען אויך נישט עסן בהמה פלייש פסח. ביז ס'איז איינמאל בייגעפאלן איינעם צו פרעגן דעם זיידן ע"ה און ער האט באשטעטיגט אז אינדער אלטער היים די וואס האבן זיך געקענט ערלויבן האבן יא געגעסן בשר בהמה פסח...
אזוי ווי ביי די משפחה וואס ביי זיי האט מען נישט געגעסן די וויידל פון די פיש, ביז איינער איז געגאנגען פרעגן די באבע פארוואס, האט זי געענפערט זייער פשוט, ווייל די פיש פלעגט זיין צו גרויס און עס פלעגט נישט פיטן און די טאפ פלעגט מען אפגעשניידן די וויידל.
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:געוואשנע אייער האט א פרבלעם ווייל מען וואשט עס מיט הייס וואסר אין אז סאיז געווען אנגעקלפט מיט א ווייץ, קארן ווערט די אייער נחמץ.
פין די אנדרע זייט אז סנישט געוואשן קען מען האבען יום טוב אן איי וואס האט חמץ דערויף.
גייט א משגיח צום פארם אין אין מען מאכט זיכער אז די אייער איז זויבער פאר מען וואשט עס
ווי אזוי? ער נעמט יעדע איי און איז בודק?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 530
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am
most of the eggs comes out from the chicken clean when it goes through the conveyor belt to check for the blood drops they take out all the eggs what has any any sticking to itקיקיון האט געשריבן:כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:געוואשנע אייער האט א פרבלעם ווייל מען וואשט עס מיט הייס וואסר אין אז סאיז געווען אנגעקלפט מיט א ווייץ, קארן ווערט די אייער נחמץ.