חשש חמץ אין קאווע?

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

חשש חמץ אין קאווע?

תגובהדורך חלהדעקל » זונטאג מארטש 25, 2018 3:07 pm

נישט געטראפן אויפן ערשטן בליק ווי מ'רעדט שוין דערפון.

האט זיך דעם שבת ארומגעדרייט בראשורן אין ביהמ"ד פון 'ראזנערס פסח קאווע' ווי ער ברענגט דארט נאך פון מאגרובע רב שליט"א אז ס'איז דא ערענסטע חששות פון חמץ אין די קאווע בונדלעך וואס מ'קויפט אויף די מארקעט, סיי ביי די וועג וויאזוי ס'ווערט אפגעשיילט פון די שולעכץ ווי ס'ווערט געווייקט אין וואסער מיט קעמיקעלס, און סיי וואס ס'איז שטארק מעגליך אז ס'זאל זיך אויסמישן מיט דיקאפינעידעט בונדלעך וואס די קאפין ווערט ארויסגענומען דורך אלקאהאל, און עקסטער האט ער דארט בילדער אז די זעק ווי מ'פאקט די בונדלעך זענען אלטע זעק וואס טייל מאל זענען דארט געליגן פאר דעם ריכטיגע חמץ ח"ו, און וועגן דעם האבן זיי ערצייגט א דערהער פון קאווע בונדלעך 'שמירה משעת קצירה'.

בתוך הדברים ברענגן זיי ארט אז מכח די פראבלעם וואס ס'מישט זיך אויס מיט דיקאפינעיטעד בונדלעך וואלט שוין געווען גלייכער צו קויפן פון געהעריגע ברענד נעים קאמפעניס (מיט א הכשר) די קאפי ווי איידער די וואס מ'קויפט אליינס אויף די מארקעט ווי ס'איז דא א גרעסערע חשש אז ס'זאל זיך אויסמישען.

עני וואן מיט מער אינפא?
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » זונטאג מארטש 25, 2018 3:19 pm

טעסטערס טשויס האט וואלאווע הכשר יעדעס יאר פסח און דאס טרינק איך און עס איז זייער געשמאק.
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג מארטש 25, 2018 3:54 pm

פערדס מיניסטער האט געשריבן:טעסטערס טשויס האט וואלאווע הכשר יעדעס יאר פסח און דאס טרינק איך און עס איז זייער געשמאק.

אז מ'רעדט שוין יא פון די כשר לפסח קאווע.
איז דא אין די געשעפטן סיי די טעיסטער'ס טשויס מיט וואלאווע הכשר, און אויך שווארץ'ס קאווע מיטן הכשר פון התאחדות, ביידע זענען גאנץ טייער, אבער די פון "שווארץ" איז נאך טייערער.

אפשר קען איינער זאגן וויאזוי די שווארץ קאווע איז אין טעם אין פארגלייך צו די טעיסטער'ס טשויס, איז עס בעסער, אדער איז עס נאר טייערער וועגן כשרות וכדו'?

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מארטש 25, 2018 3:56 pm

אלטע שמועס וועגן קאווע

און וועגן חשש הנ"ל

viewtopic.php?t=26202

אויך אין די כשרות אפטיילונג האט מען גערעדט דערוועגן

viewtopic.php?t=3164&start=525

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » זונטאג מארטש 25, 2018 4:02 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:טעסטערס טשויס האט וואלאווע הכשר יעדעס יאר פסח און דאס טרינק איך און עס איז זייער געשמאק.

אז מ'רעדט שוין יא פון די כשר לפסח קאווע.
איז דא אין די געשעפטן סיי די טעיסטער'ס טשויס מיט וואלאווע הכשר, און אויך שווארץ'ס קאווע מיטן הכשר פון התאחדות, ביידע זענען גאנץ טייער, אבער די פון "שווארץ" איז נאך טייערער.

אפשר קען איינער זאגן וויאזוי די שווארץ קאווע איז אין טעם אין פארגלייך צו די טעיסטער'ס טשויס, איז עס בעסער, אדער איז עס נאר טייערער וועגן כשרות וכדו'?

שווארץ איז פיל בעסער לענ"ד

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג מארטש 25, 2018 4:29 pm

חלהדעקל האט געשריבן:
האט זיך דעם שבת ארומגעדרייט בראשורן אין ביהמ"ד פון 'ראזנערס פסח קאווע' ווי ער ברענגט דארט נאך פון מאגרובע רב שליט"א אז ס'איז דא ערענסטע חששות פון חמץ אין די קאווע בונדלעך וואס מ'קויפט אויף די מארקעט, סיי ביי די וועג וויאזוי ס'ווערט אפגעשיילט פון די שולעכץ ווי ס'ווערט געווייקט אין וואסער מיט קעמיקעלס, און סיי וואס ס'איז שטארק מעגליך אז ס'זאל זיך אויסמישן מיט דיקאפינעידעט בונדלעך וואס די קאפין ווערט ארויסגענומען דורך אלקאהאל, און עקסטער האט ער דארט בילדער אז די זעק ווי מ'פאקט די בונדלעך זענען אלטע זעק וואס טייל מאל זענען דארט געליגן פאר דעם ריכטיגע חמץ ח"ו, און וועגן דעם האבן זיי ערצייגט א דערהער פון קאווע בונדלעך 'שמירה משעת קצירה'.


פאר מען איז מעורר א חשש אויף עפעס וואס ווערט גענוצט דורך פיהל אידן, און דוקא אזעלכע אידן וואס גיבן זיך אכטונג בכל החומר, און נעמען נישט אריין גארנישט פון דער פרעמד, דארף מען וויסן צו ס'איז דא א ערנסטע מקור אויף דעם חשש, אדער ס'קומט נאר פון איינער וואס האט א נייע ביזנעס אין דעם פעלד. ס'גארנישט פערזענטליך צו יענעם איד, אבער אויב ס'איז דא נגיעות איז עס א קנה רצוץ שאין לסמוך עליו.
איך האף אז מ'פארשטייט וואס איך זאג, איך מיין ח"ו קיינעם נישט ארונטערצורייסן, אבער איך ווייס קלאר פון אזעלכע אידן וואס אויב איז דא אזא חשש, גייען זיי מעהר נישט טרינקען קיין קאווע אין פסח בכלל, ממילא איז אויף דעם געזאגט געווארן 'חכמים הזהרו בדבריכם'.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12477
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג מארטש 25, 2018 4:30 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:אפשר קען איינער זאגן וויאזוי די שווארץ קאווע איז אין טעם אין פארגלייך צו די טעיסטער'ס טשויס, איז עס בעסער, אדער איז עס נאר טייערער וועגן כשרות וכדו'?

איך קען דיר נור זאגען פון שווארץ'ס קאווע פון אהיפשע פאר יאר צוריק ווען עס איז נאך נישט געווען NAME BRAND מיט א היימישע הכשר
עס איז געווען קוואלעטי בדימיון צי די היימישע געפאקטע פון דעמאלט
גארנישט געוויסט אז עס איז יעצט דא שווארץ'ס אין די גראסערי
--------------
קעפל: ווי אזוי מאכט מען היימישע קאווע פאר פסח

מיסטעריעז האט געשריבן:מאגרובע רב האט היינט (פאר צוויי יאר צוריק) גערעדט פאר אירגון שיעורי תורה אין פאפא ביהמ"ד אין וויליאמבסבורג, .............................
..........................................
..........................................

,,,,,,,,אלזא, זאגט ער אז דאס אליינס אז עס פארמאגט די סארט וואס "קען" זיין חמץ מיינט נאכנישט אז עס איז טאקע געווען א חמץ'דיגע, ועוד, אז זינט עס איז א נאטורליכע אלקאהאל קען זיין אז עס איז געווארן פון די בונדלעך אליינס (אדער פון איינע פון די שיכטן שאלעכטס וואס זיי האבן ביים וואקסן), און דערפאר האט איהם זייער געבאדערט די להסיר מכשול, זינט ער האט ח"ו נישט געזאגט אז עס איז דא א פראבלעם מיט די בונדלעך.,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג מארטש 25, 2018 4:37 pm

אינטערסאנט ווי די נוסח האט זיך געטוישט, וד"ל.

שאלתי ובקשתי, אויב איז טאקע דא אן ערנסטע חשש, זאל א ערנסטע רב מפורסם אדער א ידען אין די ענינים, וואס האבן קיין דיירעקטע שייכות מיט די כשרות וועלט, זאלן זיי ארויסקומען און זאגן א מיינונג.

אין א זייטיגע נאטיץ, פאר די וואס שרייבן אז ס'איז שוין ענדערש צו קויפן די קאמפאני. די וואס ווייסן די נקודה פון חומרות, איז איינס פון די הויפט זאכן נישט אריינצונעמען פסח קיין שום זאך וואס קומט פון א קאמפאני פראדאקציע, און אויב מ'האלט זיך צו דעם ליניע האט מען א באזונדערע סי"ד נישט צו צוקומען צו קיין מכשול.
ארויסקומען זאגן ענדערש קויף קאמפאני, איז פאר א סאך אידן א נטי' פון א מסורה וואס מ'האלט זיך מיט מסי"נ, ענדערש "קויף נישט" און שוין, גיב מיר נישט קיין עצות.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12477
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג מארטש 25, 2018 4:42 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:אינטערסאנט ווי די נוסח האט זיך געטוישט, וד"ל.

שאלתי ובקשתי, אויב איז טאקע דא אן ערנסטע חשש, זאל א ערנסטע רב מפורסם אדער א ידען אין די ענינים, וואס האבן קיין דיירעקטע שייכות מיט די כשרות וועלט, זאלן זיי ארויסקומען און זאגן א מיינונג.
,,,,,,,,,,,,,,,,

:?: אז ער האט נישט קיין ידיעה אין דעם מציאות ווי קען ער זאגען חוו"ד

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג מארטש 25, 2018 4:44 pm

נאך'ן אדורכליינען די גאנצע פאפמלעט קומט מיר אויס אז קאווע בונדליך איז א געהערעגע פראסעסד פראדוקט. און פאר די וואס ניצן נישט קיין פראסעסד זאכן קענען זיי קיין קאווע נישט ניצן.
ווייטער, פאר די וואס ניצן יא, איז דאך שוין דא טעיסטערס טשויס. איז פאר וועמען פונקטליך איז געמאכט געווארן די הייליגע ראזנער'ס קאווע.

אפשר פאר איינער וואס וויל בלייבן מיט די אמאליגע נאסטאגלישע געפיל. "כ'האב עס אליין געבראטן". ווייל ביז'ן בראטן איז עס דאך שוין אריבער א גאנצע פראסעסינג פון שיילן וכו'.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג מארטש 25, 2018 4:59 pm

ס'איז 'פראסעסד' לויט די נייע מודעות פון 'ראזנערס קאווע', אהן דעם האט מען נישט געהאלטן אז ס'איז פראסעסד, ווייל דאס הייסט נישט פראסעס, און להוי ידוע טרויבן גייט אויך אריבער א געוויסע סארט פראסעס ועל דרך זה איז מיט אלעס אנדערש.


קיקיון האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:
שאלתי ובקשתי, אויב איז טאקע דא אן ערנסטע חשש, זאל א ערנסטע רב מפורסם אדער א ידען אין די ענינים, וואס האבן קיין דיירעקטע שייכות מיט די כשרות וועלט, זאלן זיי ארויסקומען און זאגן א מיינונג.
,,,,,,,,,,,,,,,,

:?: אז ער האט נישט קיין ידיעה אין דעם מציאות ווי קען ער זאגען חוו"ד


ס'גענוג איינער וואס וואס האט א ידיעה אין כשרות אבער איז נישט 'אליין' פארמישט אין דעם סוגי', דהיינו אז די השגחה האט גארנישט מיט איהם קיין שייכות, וכדומה.

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » זונטאג מארטש 25, 2018 5:00 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:אינטערסאנט ווי די נוסח האט זיך געטוישט, וד"ל.

שאלתי ובקשתי, אויב איז טאקע דא אן ערנסטע חשש, זאל א ערנסטע רב מפורסם אדער א ידען אין די ענינים, וואס האבן קיין דיירעקטע שייכות מיט די כשרות וועלט, זאלן זיי ארויסקומען און זאגן א מיינונג.

אין א זייטיגע נאטיץ, פאר די וואס שרייבן אז ס'איז שוין ענדערש צו קויפן די קאמפאני. די וואס ווייסן די נקודה פון חומרות, איז איינס פון די הויפט זאכן נישט אריינצונעמען פסח קיין שום זאך וואס קומט פון א קאמפאני פראדאקציע, און אויב מ'האלט זיך צו דעם ליניע האט מען א באזונדערע סי"ד נישט צו צוקומען צו קיין מכשול.
ארויסקומען זאגן ענדערש קויף קאמפאני, איז פאר א סאך אידן א נטי' פון א מסורה וואס מ'האלט זיך מיט מסי"נ, ענדערש "קויף נישט" און שוין, גיב מיר נישט קיין עצות.

אויב געדענק איך גוט האביך שוין געהערט עטליכע יאר צוריק פון מאגרובע רב ביי א שיעור חוה"מ פסח אין לי גארדענס אז ס'איז דא א פראבלעם וועגן דיקאפינעיטעד בונדלעך וואס קען זיין ריכטיג חמץ (געוואשן מיט אלקאהאל אדער עפעס אזוי) און זיי ווערן צוריק אויסגעמושט מיט די געהעריגע בונדלעך און אז טעסטס האבן געוויזן כמה פעמים אז ביי די קאווע בונדלעך וואס מ'האט געקויפט אויף די מארקעט זענען געווען אויסגעמושט דיקאפינעיטעד בונדלעך.

יעצט אויב איז די מציאות טאקע אזוי, און דעס איז א פראבלעם וואס מאכט זיך ענדערש ביי בונדלעך וואס ווערט נישט באשטעלט דורך גרויסע קאמפעניס, ווייל די ריזיגע קאמפעניס האבן בדרך כלל ליעסעס אויף ריזיגע פעלדער ווי ס'ווערט געשניטן גלייך פאר זיי לויט ווי זיי באשטעלן עס, דארף ער לכאורה יא מעורר זיין אז ס'איז מעגליך אז ס'איז ענדערשער צו קויפן פון אזא קאמפעני.
1 + 1 = חלה דעקל...

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » מאנטאג מארטש 26, 2018 12:52 am

Iphone האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:טעסטערס טשויס האט וואלאווע הכשר יעדעס יאר פסח און דאס טרינק איך און עס איז זייער געשמאק.

אז מ'רעדט שוין יא פון די כשר לפסח קאווע.
איז דא אין די געשעפטן סיי די טעיסטער'ס טשויס מיט וואלאווע הכשר, און אויך שווארץ'ס קאווע מיטן הכשר פון התאחדות, ביידע זענען גאנץ טייער, אבער די פון "שווארץ" איז נאך טייערער.

אפשר קען איינער זאגן וויאזוי די שווארץ קאווע איז אין טעם אין פארגלייך צו די טעיסטער'ס טשויס, איז עס בעסער, אדער איז עס נאר טייערער וועגן כשרות וכדו'?

שווארץ איז פיל בעסער לענ"ד


שווארץ קאווע האט זייער א גיטע טיפע קאווע טעם, פאר די וואס גלייכן שטארקע קאווע אן ציקער דארפן דאס ליעב האבן.

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מאנטאג מארטש 26, 2018 1:58 am

טשאקלעט האט געשריבן:
Iphone האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:טעסטערס טשויס האט וואלאווע הכשר יעדעס יאר פסח און דאס טרינק איך און עס איז זייער געשמאק.

אז מ'רעדט שוין יא פון די כשר לפסח קאווע.
איז דא אין די געשעפטן סיי די טעיסטער'ס טשויס מיט וואלאווע הכשר, און אויך שווארץ'ס קאווע מיטן הכשר פון התאחדות, ביידע זענען גאנץ טייער, אבער די פון "שווארץ" איז נאך טייערער.

אפשר קען איינער זאגן וויאזוי די שווארץ קאווע איז אין טעם אין פארגלייך צו די טעיסטער'ס טשויס, איז עס בעסער, אדער איז עס נאר טייערער וועגן כשרות וכדו'?

שווארץ איז פיל בעסער לענ"ד


שווארץ קאווע האט זייער א גיטע טיפע קאווע טעם, פאר די וואס גלייכן שטארקע קאווע אן ציקער דארפן דאס ליעב האבן.

געהערט פרטים אז עס מוז אינגאנצן נישט זיין אז שווארץ איז בעסער ווי טעסטער טשויס, מיט א צוויי יאר צוריק איז געווען א נייע משגיח און ער האט מעורר געווען וועגען כשרן א א מאשין וואס זיי האבן ביז דעמאלטס פארזעהן...

טעסטער טשויס איז א ריזיגע פאבריק און די ליין איז קיינמאל חמץ און קיינמאל טרייף... און דאס איז די סיבה עס ברויך נישט א הכשר, משא"כ שווארץ מאכט זיין קאווע אין א קליינע פאבריק וואס ווערט באנוצט פאר טריפה.

בכלל זיינע רויע בונדלעך קויפט ער אין די מארקעט און עס קען זיין א חשש אלקאהל - חמץ
א'מונה ב'טחון ג'עלט

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג מארטש 26, 2018 2:05 am

די חשש חמץ וואס די מעוררים האבן ארויפגעברענגט איז נאר אויף די "רויע קאווע באנדלעך". ניין?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12477
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מארטש 26, 2018 9:35 am

Amazing האט געשריבן: געהערט פרטים אז עס מוז אינגאנצן נישט זיין אז שווארץ איז בעסער ווי טעסטער טשויס, מיט א צוויי יאר צוריק איז געווען א נייע משגיח און ער האט מעורר געווען וועגען כשרן א א מאשין וואס זיי האבן ביז דעמאלטס פארזעהן...

טעסטער טשויס איז א ריזיגע פאבריק און די ליין איז קיינמאל חמץ און קיינמאל טרייף... און דאס איז די סיבה עס ברויך נישט א הכשר, משא"כ שווארץ מאכט זיין קאווע אין א קליינע פאבריק וואס ווערט באנוצט פאר טריפה.

בכלל זיינע רויע בונדלעך קויפט ער אין די מארקעט און עס קען זיין א חשש אלקאהל - חמץ


OU פאר 2 יאר צוריק האט געשריבן:
Some coffee companies add maltodextrin, which is either chametz or kitniyos, to instant coffee. As a result this coffee is not kosher for Passover. Only coffee bearing an OU-P symbol or brands listed in the gray area of the Passover Directory should be used. Both Folger’s and Taster’s Choice instant coffee remain acceptable without special Passover certification. This year we have clarified that Folger’s Decaffeinated instant coffee is also acceptable for Passover without special certification. This is not true of other OU certified decaffeinated instant coffee. Other brands should be checked in the Directory. Ground coffee remains acceptable from any source as long as it is unflavored and not decaffeinated.



פארזעהן א מאשין? סתם געפלאלפעלט
וואס איז געווען דער פראבלעם מיט די מאשין?
א קאפע פאבריק מאכט טריפה פראדוקטען? למשל וואס?

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מאנטאג מארטש 26, 2018 10:26 am

יא גערעכט סתם געפלאפלט...

אבער דאס געדענק איך קלאר 2 יאר צוריק האט די יערליכע משגיח נישט געקענט גיין איז געווען איינער במקומו, און יענער האט געזעהן אז מען כשרט נישט די קאאלינג מאשין, וואס ווען די געקאכטע קאווע קומט אריין דארט איז עס אויף א גאר הויכע גראד הייס, און פרעגנדיג אויף דעם איז די ענטפער געווען עס ער האט נישט געטראכט פון דעם.

פלעיווארט קאווע קען נישט זיין טריף?? דוכט זיך מיר איך האב יא געהערט טריף, קען זיין איך חלום.

דאס איז אויך קלאר אז שווארטץ קויפט די בונדלעך אויפן מארקעט וואס איז דא די חשש אלקוהל.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12477
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מארטש 26, 2018 10:49 am

אינטערסאנט איז
אז די געווענליכע TASTER'S CHOICE האט נור א OU נישט OUP כאטש זיי שרייבען אז מעו קען עס ראויג ניצען פסח
און דער דיסטרינויוטער איז NESTLES USA די מיט דעם חותם פון די עדה איז פראדוצירט אין KOREA
אין דער דיסטריביוטער איז אוסם
ןןי איז GEFEN"ס טעיסטערס מיט וואלאווער השגחה משעת צלוי' פראדוצירט ?

Untitled.jpg
Untitled.jpg (153.44 KiB) געזעהן 1142 מאל

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג מארטש 26, 2018 1:13 pm

קיקיון האט געשריבן:אינטערסאנט איז
אז די געווענליכע TASTER'S CHOICE האט נור א OU נישט OUP כאטש זיי שרייבען אז מעו קען עס ראויג ניצען פסח


די OU וועט נאר שרייבן די P אויב זיי האבן געהאט א משגיח תמידי אין די פאבריק. ווען ס'האט נאר די OU מיינט עס אז זיי האבן פעסטגעשטעלט אז די פאבריק איז כשר לפסח, און מ'קען זיך פארלאזן אויף זיי. כך שמעתי מר' משה עלעפאנט.

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מאנטאג מארטש 26, 2018 4:14 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:אינטערסאנט איז
אז די געווענליכע TASTER'S CHOICE האט נור א OU נישט OUP כאטש זיי שרייבען אז מעו קען עס ראויג ניצען פסח


די OU וועט נאר שרייבן די P אויב זיי האבן געהאט א משגיח תמידי אין די פאבריק. ווען ס'האט נאר די OU מיינט עס אז זיי האבן פעסטגעשטעלט אז די פאבריק איז כשר לפסח, און מ'קען זיך פארלאזן אויף זיי. כך שמעתי מר' משה עלעפאנט.


OU סתם מיינט אז עס איז כשר (דורך זיי) און די P מיינט PASSOVER, און אזוי אויך D מיינט DAIRY.
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12477
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מארטש 26, 2018 4:19 pm

פערדס מיניסטער האט געשריבן: OU סתם מיינט אז עס איז כשר (דורך זיי) און די P מיינט PASSOVER, און אזוי אויך D מיינט DAIRY.

טאקע?
יי"כ פאר די גאר וויכטיגע אויפקלערונג
איך האב גארנישט געוויסט וואס דער P און D מיינען

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12477
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מארטש 26, 2018 4:57 pm

פערדס מיניסטער האט געשריבן:OU סתם מיינט אז עס איז כשר (דורך זיי) און די P מיינט PASSOVER, און אזוי אויך D מיינט DAIRY.

און וואס מיינט OUF ? OUM ?

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מאנטאג מארטש 26, 2018 4:59 pm

קיקיון האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:OU סתם מיינט אז עס איז כשר (דורך זיי) און די P מיינט PASSOVER, און אזוי אויך D מיינט DAIRY.

און וואס מיינט OUF ? OUM ?


איך ווייס נישט
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12477
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מארטש 26, 2018 5:02 pm

OUM = OU MEAT
OUF = OU FISH

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

ראזנערס קאווע

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג מארטש 27, 2018 4:34 pm

א הערליכע שיינע בראשור, צולייגט די חומרות און הידורים עד הסוף ממש וויפול א יד עצמו קען דערגרייכן לשמור ולעשות ולהזהר, נאר פאר'ן אוועקשטיין פונעם שווארטץ קאווע און זיך דאס איינהאנדלן וואלט איך געוואלט שכל'דיג דערהערן צו איז מעגליך במציאות פאר אזא נישטיגן 20 דאללער געט ער אזא פעקל אויסגעהארעוועטע קאווע בונדאלאך, פארשטיי איך ער איז נישט דא פאר מיר זעלבסט עפעס פשט ברויך זיין וויאזוי צו קאווערן די גרויסע אינטערנעימונג, איז ווייסט איינער איז גוט


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט