מגילת אסתר - לכל השנה

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

לדעתי
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

מגילת אסתר - לכל השנה

תגובהדורך לדעתי » מאנטאג ינואר 29, 2018 3:56 pm

שטייענדיג נישט ווייט פונעם הייליגן יו"ט פורים, וויל איך דא מפרסם זיין (עס ליגט מיר שוין לאנג אין די ארכיווען) אביסל איבער כללים און טעמי המקרא, פשוט אז יעדער זאל עס קענען פארשטיין, וואס באמת איז עס וויכטיג פאר א גאנץ יאר, נאר ביי קריאת המגילה וויבאלד ס'איז באליבט ביי יעדן, און ס'איז א גרעסערע חיוב ווי די גאנץ יעריגע קריאת התורה, איז יעצט א פאסיגע געלעגנהייט זיך עס אויסצולענען.

הקדמה

די טעמים זענען געגעבן געווארן ביים מעמד הר סיני צוזאמן מיט די גאנצע תורה, אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת מגילה, מאי דכתיב {נחמיה ח-יח} ויקראו בספר תורת האלהים מפורש ושום שכל ויבינו במקרא: ויקראו בספר תורת האלהים זה מקרא מפורש זה תרגום ושום שכל אלו הפסוקין ויבינו במקרא אלו פיסקי טעמים: זאגט רש"י הפסוקים. היאך נפסקין: פיסקי הטעמים. הנגינות קרויין טעמים: ע"כ.

זעהט מען אז עס איז דא 2 חלקים און די טעמים
1) וויאזוי מען לערנט אפ א פסוק לויט די מיינונג פון די טעמים. (הפסוקים. היאך נפסקין:)
2) וויאזוי מען זינגט אפ די ניגוני הטעמים. (פיסקי הטעמים. הנגינות קרויין טעמים:)


עס איז וויכטיג צו וויסן אז יעדע ווארט אין די תורה האט א טראפ, אויב נישט וועט ער האבן א מקיף -(צוזאמען-געברענגט) צו די קומענדיגע ווארט, צו ווייזן אז דאס איז כאילו איין ווארט.

די כללים זענען גילטיג פאר גאנץ תנ"ך, חוץ איוב משלי און תהלים (סימן אמ"ת), וואס האבן אנדערערע טעמים און כללים.

המשך יבא אי"ה
הערות זענען וועלקאם.


לדעתי
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

מתנה טובה

תגובהדורך לדעתי » מאנטאג ינואר 29, 2018 4:12 pm

נעמט אפ אייער מנחת מזכרת דא ביים טישל.

א שיינע תיקון לקוראים אויף מגילת אסתר.
מגילת אסתר.pdf
(113.68 KiB) דאונלאודעד 118 מאל



שיעור א'

מלכים:
עס זענן דא 2 טראפן וואס הייסן מלכים (קעניגן), ווייל מיט זיי ענדיגט זיך א זאץ (סענטענ'ס).

אֶתְנַחְתָּ֑א
סוֹף פָּסֽוּק


סוף פון יעדע פסוק איז דא א סוֹף פָּסֽוּק.
אינמיטן רוב פסוקים זענען דא אן אֶתְנַחְתָּ֑א
(ס'איז נישטא מער פון 1 אֶתְנַחְתָּ֑א אין א פסוק).
----------
פאר יעדע סוֹף פָּסֽוּק איז דא א טִפְּחָ֖א.
און פאר יעדע אֶתְנַחְתָּ֑א איז דא א טִפְּחָ֖א.
(ס'איז נישטא א טִפְּחָ֖א נאר אויב ס'איז פארהאנען נאכדעם אן אֶתְנַחְתָּ֑א אדער א סוֹף פָּסֽוּק)
(פארשטייט זיך אז א פסוק וואס די ערשטע ווארט האט אן אֶתְנַחְתָּ֑א קען נישט זיין פארדעם א טִפְּחָ֖א)

טִפְּחָ֖א - אֶתְנַחְתָּ֑א
טִפְּחָ֖א - סוֹף פָּסֽוּק


דוגמא:
וַיִּקְרָ֖א אֶל-מֹשֶׁ֑ה
מוֹעֵ֖ד לֵאמֹֽר
: (ויקרא א' א')
----------
א טִפְּחָ֖א איז א טעם המפסיק, ער טיילט זיך אפ פונעם קומענדיגן ווארט.
דעריבער אויב עס וועט זיין א ווארט וואס מוז געזאגט ווערן צוזאמען מיט די לעצטע ווארט, ווי למשל לְכַפֵּ֥ר עָלָֽיו, וועט נישט קענען זיין דארט א טפחא, דערפאר וועט דארט זיין אן אנדערען טראפ, און די ווארט פארדעם וועט האבן די טפחא וְנִרְצָה ל֖וֹ לְכַפֵּ֥ר עָלָֽיו.
(אויב ס'איז נישט דא קיין ברירה קען זיין א טִפְּחָ֖א אויך אויף א ווארט וואס גייט אינגאנצן צוזמען מיט די אֶתְנַחְתָּ֑א/סוֹף פָּסֽוּק, אפי' די טִפְּחָ֖א איז א טעם המפסיק)

פאר אן אֶתְנַחְתָּ֑א וועט עס זיין א מוּנַ֣ח
פאר א סוֹף פָּסֽוּק וועט עס זיין א מֵרְכָ֥א

טִפְּחָ֖א - מוּנַ֣ח - אֶתְנַחְתָּ֑א
טִפְּחָ֖א - מֵרְכָ֥א - סוֹף פָּסֽוּק


דוגמא:
עַ֖ל רֹ֣אשׁ הָֽעֹלָ֑ה
ל֖וֹ לְכַפֵּ֥ר עָלָֽיו
: (ויקרא א' ד')
----------
המשך יבא אי"ה
לעצט פאראכטן דורך לדעתי אום דינסטאג ינואר 30, 2018 5:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2502
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג ינואר 30, 2018 12:37 am

זייער שיין
יישר כח פארן מנחת זכרון..
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דינסטאג ינואר 30, 2018 1:59 pm

לדעתי האט געשריבן:די טעמים זענען געגעבן געווארן ביים מעמד הר סיני צוזאמן מיט די גאנצע תורה, אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת מגילה, מאי דכתיב {נחמיה ח-יח} ויקראו בספר תורת האלהים מפורש ושום שכל ויבינו במקרא: ויקראו בספר תורת האלהים זה מקרא מפורש זה תרגום ושום שכל אלו הפסוקין ויבינו במקרא אלו פיסקי טעמים: זאגט רש"י הפסוקים. היאך נפסקין: פיסקי הטעמים. הנגינות קרויין טעמים:



באמת איז עס מחלוקת אין נדרים לז:, עי"ש, און להלכה ווערט געפסקנט אין יורה דעה סימן רמ"ו סעיף ה' אז מען מעג נעמען שכר פאר תורה שבכתב אלס פיסוק טעמים (דמשמע שם אף בגדולים דלא בעו נטירותא, עי"ש. ומפורש יותר בט"ז סי' רכ"א סק"ט), והיינו כמאן דאמר לאו דאורייתא היא.
פון וואו קומט עס יא? עפעס ליגט מיר אין קאפ אז דער אב"ע שרייבט אויף א פלאץ פון עזרא, און מסתמא איז זיין מקור די זעלבע גמרא, דהיינו ער לערנט אז די דרש פון דעם פסוק ויבינו במקרא אלו פסקי טעמים גייט לכולי עלמא, כאטש די גמרא ברענגט עס אלס א מקור פאר דער מא"ד וואס האלט דאורייתא היא.


א גרויסן יישר כח פארן אנהייבן דעם שיינעם שיעור אויף אזא שיינע נושא.

לדעתי
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דינסטאג ינואר 30, 2018 4:52 pm

איידער כ'גיי ווייטער,
א גרויסע יישר כח פאר די הערה.
און א גרויסע יישר כח פאר די יישר כח.

הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו:
די מגילה וואס כ'האב ארויף געלייגט ליגט אין דעם איבער 12 שעה ארבעט, אויסצושטעלן אויף כ"ח שיטין אזוי ווי אן עכטע מגילה, היילייטן די פסוקים, און מגיה זיין (ושגיאות מי יבין).
און כ'בעט אז ווער ס'ווייסט איינער וואס קען הנאה האבן דערפון זאל עס ווייטער שוקן, אבער בשום אופן נישט נוצן פאר ביזנעס.
יישר כח

כ'האף בקרוב אויך ארויפצולייגן א קאפי פון אן עכטע מגילה, למען התועלת שבו.


המשך לשיעור א'

א ווארט וואס איז פאר א טִפְּחָ֖א (אדער מֵרְכָ֥א טִפְּחָ֖א) און דארף געזאגט ווערן אין איין "זאץ" מיט די טִפְּחָ֖א, וועט עס האבן א תְּבִ֛יר.

תְּבִ֛יר איז א טעם המפסיק (זעה דגמא), אבער ער איז א באדינדער פאר די טִפְּחָ֖א, ד.ה. אז ס'איז נישטא קיין תְּבִ֛יר אויב ס'איז נישטא נאכדעם א טִפְּחָ֖א.

תְּבִ֛יר - מֵרְכָ֥א, טִפְּחָ֖א - מוּנַ֣ח, אֶתְנַחְתָּ֑א.
תְּבִ֛יר - מֵרְכָ֥א, טִפְּחָ֖א - מֵרְכָ֥א, סוֹף פָּסֽוּק:

דוגמא:
מִן־הַכְּשָׂבִ֛ים - א֥וֹ מִן־הָֽעִזִּ֖ים - לְעֹלָ֑ה (ויקרא א' י')
אֶת־דָּמ֛וֹ - עַל־הַמִּזְבֵּ֖חַ - סָבִֽיב: (ויקרא א' י"א)

----------

א ווארט וואס איז פאר א תְּבִ֛יר און דארף געזאגט ווערן אונאיינעם מיט די תְּבִ֛יר, וועט עס האבן א דַּרְגָּ֧א.
דַּרְגָּ֧א איז א באדינער פאר צוויי טראפן, איינס פון דעם איז דער תְּבִ֛יר. (דער צווייטער איז רביעי, זעה ווייטער)
--
א דַּרְגָּ֧א קען נאר זיין אויף א ווארט, אויב ס'איז פארהאנען לכל הפחות צוויי העברות (סליוועלס) צווישן די דַּרְגָּ֧א און תְּבִ֛יר.

דעריבער אויב וועט נישט קענען זיין א דַּרְגָּ֧א אויף א ווארט, וועט זיין אנטשטאט דעם א מֵרְכָ֥א.

דַּרְגָּ֧א, תְּבִ֛יר - מֵרְכָ֥א, טִפְּחָ֖א - מוּנַ֣ח, אֶתְנַחְתָּ֑א.
מֵרְכָ֥א, תְּבִ֛יר - מֵרְכָ֥א, טִפְּחָ֖א - מֵרְכָ֥א, סוֹף פָּסֽוּק:

דוגמא:
אַֽהֲרֹ֧ן הַכֹּהֵ֛ן אֵ֖שׁ עַל־הַמִּזְבֵּ֑חַ וְעָֽרְכ֥וּ עֵצִ֖ים עַל־הָאֵֽשׁ: (ויקרא א' ז')
כִּֽי־יַקְרִ֥יב מִכֶּ֛ם קָרְבָּ֖ן לַֽה' (ויקרא א' ב')

----------

א ווארט וואס איז פאר א דַּרְגָּ֧א/מֵרְכָ֥א און דארף געזאגט ווערן אונאיינעם מיט די דַּרְגָּ֧א/מֵרְכָ֥א, וועט עס האבן א קַדְמָ֨א.
(די סימן פון א קַדְמָ֨א איז, אז די טראפ איז אינמיטן די ווארט, נישט ביים ענדע אזוי ווי א פַּשְׁטָא֙. א ווארט וואס האט סיי אינמיטן און סיי ביים ענדע איז אויך א פַּ֙שְׁטָא֙. זעה ווייטער)

א קַדְמָ֨א קען נאר זיין אויף א ווארט, אויב ס'איז פארהאנען לכל הפחות צוויי הברות (סליוועלס) צווישן די קַדְמָ֨א און דַּרְגָּ֧א/מֵרְכָ֥א.
דעריבער אויב וועט נישט קענען זיין א קַדְמָ֨א אויף א ווארט, וועט זיין אנטשטאט דעם א מוּנַ֣ח.
אט די מונח זינגט מען מיט אן אויסגעצויגענע תנועה.

קַדְמָ֨א, דַּרְגָּ֧א/מֵרְכָ֥א, תְּבִ֛יר - מֵרְכָ֥א, טִפְּחָ֖א - מוּנַ֣ח, אֶתְנַחְתָּ֑א.
מוּנַ֣ח, דַּרְגָּ֧א/מֵרְכָ֥א, תְּבִ֛יר - מֵרְכָ֥א, טִפְּחָ֖א - מוּנַ֣ח, אֶתְנַחְתָּ֑א.

דוגמא:
בְּנֵ֨י אַֽהֲרֹ֧ן הַכֹּהֵ֛ן אֵ֖שׁ עַל־הַמִּזְבֵּ֑חַ וְעָֽרְכ֥וּ עֵצִ֖ים עַל־הָאֵֽשׁ:
אִ֣ם הַכֹּהֵ֧ן הַמָּשִׁ֛יחַ יֶֽחֱטָ֖א לְאַשְׁמַ֣ת הָעָ֑ם (ויקרא ד' ג')

----------

הדרן עלך שיעור א'


המשך יבא אי"ה
לעצט פאראכטן דורך לדעתי אום מיטוואך ינואר 31, 2018 4:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מיטוואך ינואר 31, 2018 1:51 pm

[/url]נאכאמאל; א שיינעם דאנק!
זיי ממשיך!


לדעתי האט געשריבן:א קַדְמָ֨א קען נאר זיין אויף א ווארט, אויב ס'איז פארהאנען לכל הפחות צוויי (העברות) [הברות] (סליוועלס) צווישן די קַדְמָ֨א און דַּרְגָּ֧א/מֵרְכָ֥א.
דעריבער אויב וועט נישט קענען זיין א קַדְמָ֨א אויף א ווארט, וועט זיין אנטשטאט דעם א מוּנַ֣ח.
אט די מונח זינגט מען מיט אן אויסגעצויגענע תנועה.
המשך יבא אי"ה




די מונח אנשטאט די קדמא קומט ווען די מונח אדער קדמא איז אנהויב ווארט.
ווי עס איז ביי דיין דוגמא - אם הכהן המשיח, וואס עס איז דא צוויי תנועות צווישן, ואעפ"כ איז עס מונח ווייל עס איז אנהויב ווארט.

וועגן אויסזינגען דעם מונח, האט דער ניק בעל קורא געשריבן דא.

לדעתי
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך ינואר 31, 2018 4:28 pm

רב טקסט האט געשריבן:די מונח אנשטאט די קדמא קומט ווען די מונח אדער קדמא איז אנהויב ווארט.
ווי עס איז ביי דיין דוגמא - אם הכהן המשיח, וואס עס איז דא צוויי תנועות צווישן, ואעפ"כ איז עס מונח ווייל עס איז אנהויב ווארט.[/url].


יישר כח פאר די מראה מקום, וויכטיגע אינפערמאציע.

לאמיר איבער חזר'ן:
די סיבה פון א מנח פאר א דרגא איז ווייל די ווארט דארף זיין טעמו מלעיל?

לדעתי
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך ינואר 31, 2018 5:03 pm

א טיפרן בליק אויף שיעור א'

די טראפן זענען צוטיילט אויף 4 קאטאגאריעס.
מלכים, שרים, פקידים, משרתים.

מלכים: עס זענען פארהאנען 2 מלכים אֶתְנַחְתָּ֑א, סוֹף-פָּסֽוּק.
זיי זענען די שטערקסטע מפסיקים, ווייל מיט זיי ענדיגט זיך די גאנצע זאץ.

די אֶתְנַחְתָּ֑א האט א משרת מוּנַ֣ח.
די סוֹף-פָּסֽוּק האט א משרת מֵרְכָ֥א.

----------

שרים: עס זענען פארהאנען 4 שרים, וואס יעדע שר האט זיך זיין פקיד.
(שיעור א' רעדן מיר פונעם ערשטן שר, דער טִפְּחָ֖א).

דער שר טִפְּחָ֖א האט א משרת מֵרְכָ֥א וואס אים ניצט ער פאר יעדע קליינעקייט.

דער "שר" טִפְּחָ֖א האט א "פקיד" תְּבִ֛יר וואס דער פקיד גייט קיינמאל נישט ארויס אליינס אן זיין שר. דער שר טפחא דארף צוקומען צו זיין פקיד נאר ווען ער דארף פירן נאך א מחנה ווערטער, וואס איז אונטער זיין מלוכה.
(דער משרת מֵרְכָ֥א באדינט אויך דעם מלך סוֹף פָּסֽוּק. און אמאל קען ער אויך באדינען דעם פקיד תְּבִ֛יר ווען זיין משרת דַּרְגָּ֧א איז נישט אוועילעבל).

אויב דער פקיד תְּבִ֛יר קען זיך נישט אן עצה געבן מיט זיין אפטיילונג קומט אים דער משרת דַּרְגָּ֧א צו הילף.
(משרת דַּרְגָּ֧א איז א באדינער פאר נאך א פקיד, זעה ווייטער)

אויב פעלט אויס נאך הילף, קען משרת דַּרְגָּ֧א זיך ערלויבן אן עקסטערע משרת קדמא.(די קדמא קען אויך נעמען א משרת פאר הילף, דאס וועלן מיר רעדן שפעטער ביים קדמא ואזלא בעז"ה)

אויב די משרת קדמא איז נישט אוועליבל קען ער לייגן אויף זיין פלאץ אנטשאט אים דעם משרת מנח

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 1:35 pm

לדעתי האט געשריבן:לאמיר איבער חזר'ן:
די סיבה פון א מנח פאר א דרגא איז ווייל די ווארט דארף זיין טעמו מלעיל?

נישט מלעיל, נאר אנהויב ווארט.

דהיינו, אפילו אויב עס איז נישט דא נאך א תנועה נאכדעם, וועט קומען א מונח.
און די זעלבע פארקערט, ווען עס איז נישט אנהויב ווארט, אפילו אויב עס איז מלעיל - עס איז דא א תנועה נאכדעם, וועט עס זיין א קדמא.


דאס די כלל איז ביי אלע פלעצער ווי די קדמא קומט, דאס הייסט, פאר א דרגא תביר, מרכא תביר, מהפך פשטא, מרכא פשטא, אזלא (גרש). אויב איז עס אנהויב ווארט וועט זיין א מונח, אויב נישט וועט זיין א קדמא.
אויב איז די פריערדיגע ווארט מוקף צו דעם ווארט, וועט ווייטער זיין א קדמא, כאילו עס איז נישט אנהויב ווארט.

דאס איז אלעס אויב עס קומט נישט נאך א משרת פארדעם, אויב קומט נאך א משרת וועט עס אייביג זיין א קדמא, אפילו ווען עס איז יא אנהויב ווארט, און די פריערדיגע משרת וועט זיין א תלישא קטנה.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 1:51 pm

לדעתי האט געשריבן:א טיפרן בליק אויף שיעור א'


דער "שר" טִפְּחָ֖א האט א "פקיד" תְּבִ֛יר וואס דער פקיד גייט קיינמאל נישט ארויס אליינס אן זיין שר. דער שר טפחא דארף צוקומען צו זיין פקיד נאר ווען ער דארף פירן נאך א מחנה ווערטער, וואס איז אונטער זיין מלוכה.

דוכט זיך אז צומאל ווען עס איז לאנגע ווערטער וועט זיין א תביר אן דעם וואס עס איז דא נאך ווערטער.

לדעתי האט געשריבן:(דער משרת מֵרְכָ֥א באדינט אויך דעם מלך סוֹף פָּסֽוּק. און אמאל קען ער אויך באדינען דעם פקיד תְּבִ֛יר ווען זיין משרת דַּרְגָּ֧א איז נישט אוועילעבל).

ווער זאגט אז די דרגא איז נישט אוועילעבעל, אפשר פארקערט, לכתחילה קומט א מרכא נאר ווען עס איז צו לאנג דארף מען א דרגא.
און דער אמת איז א דריטע וועג, ווען עס איז צו נאנט דארף מען א מרכא, נישט ווייל עס איז צו ענג פאר די דרגא, נאר פארקערט ווייל עס איז צו נאנט מוז עס האבן א כח הארכה וואס דער מרכא געבט, און די דרגא מיט זיין גאנצן אויסזינגען, געבט עס נישט דעם סארט הטעמה (כן מבואר בהוריות הקורא).


לדעתי האט געשריבן:אויב דער פקיד תְּבִ֛יר קען זיך נישט אן עצה געבן מיט זיין אפטיילונג קומט אים דער משרת דַּרְגָּ֧א צו הילף.
(משרת דַּרְגָּ֧א איז א באדינער פאר נאך א פקיד, זעה ווייטער)

(אויך איז די דרגא א משרת פארן טפחא, ווען מען דארף צוויי משרתים: דרגא ומרכא כפולה).

לדעתי האט געשריבן:אויב פעלט אויס נאך הילף, קען משרת דַּרְגָּ֧א זיך ערלויבן אן עקסטערע משרת קדמא.(די קדמא קען אויך נעמען א משרת פאר הילף, דאס וועלן מיר רעדן שפעטער ביים קדמא ואזלא בעז"ה)

אויב די משרת קדמא איז נישט אוועליבל קען ער לייגן אויף זיין פלאץ אנטשאט אים דעם משרת מנח

אפשר איז דער מונח נישט אוועילעבל אינמיטן ווארט, ווערט זאגט עס איז די קדמא וואס איז נישט אוועילעבל אנהייב?
(מיט דעם שאלה, און אזוי מיט די ערשטע שאלה, מיין איך בעיקר צו זאגן אז בעניי פארטראג איך נישט דעם מגושם'דיגן צוגאנג, פון אוועילעביליטי, און פון זיך אן עצה געבן, און נעמען הילף, וכל המסתעף)

לדעתי
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 4:50 pm

רב טקסט האט געשריבן:(מיט דעם שאלה, און אזוי מיט די ערשטע שאלה, מיין איך בעיקר צו זאגן אז בעניי פארטראג איך נישט דעם מגושם'דיגן צוגאנג, פון אוועילעביליטי, און פון זיך אן עצה געבן, און נעמען הילף, וכל המסתעף)


כ'האב חלילה נישט געמיינט מגשם צו זיין, כ'האב געמאכט א משל פון א מלוכה, אזוי ווי די בעלי דקדוק רופן אן די טעמים "מלך, פקיד, שר, משרת".
(ס'דא וואס מאכן א משל מיט קארן און ראוד'ס, סטאפ סיינס, וכו' און דאס לערנט מען נעבעך מיט די קינדער).

דאס וואס כ'האב געשריבן אוועליבל איז געווען צוליב דיין הערה איבער די סיבה פון דעם מנח, ממילה האב איך נישט געקענט שרייבן וואס די סיבה איז אויב איך ווייס נישט האב איך געשריבן אוועליבל, אבער ס'קען אויך זיין אז ס'איז נישט ריכטיג צו טוהן אזוי.

יישר כח.

אוועטאר
אדער יא
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: צווישן פרומע ערליכע אייוועלט אידן

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג פאברואר 02, 2018 1:19 am

יוא! קען איך נישט גענוג באדאנקן הרב לדעתי, כ האב איך געוואלט דאס גוט קענען, ברוך הבורא פארן שענקן לדעתי זא קלארע הסברה, גיי אן!
(כ'מיין מעדאף געבוירן ווערן מיט טראפן געפיל, סיז א פוינט?)

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » פרייטאג פאברואר 02, 2018 6:43 am

יישר כח הרב לדעתי!
הערליך שיין מסודר להפליא!

אפשר איז כדאי צו שרייבן אינעם קעפל 'עניני דקדוק' וכו' וכדומה, דער עולם זאל וויסן במה דברים אמורים.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » זונטאג פאברואר 04, 2018 8:50 am

לדעתי האט געשריבן:
רב טקסט האט געשריבן:(מיט דעם שאלה, און אזוי מיט די ערשטע שאלה, מיין איך בעיקר צו זאגן אז בעניי פארטראג איך נישט דעם מגושם'דיגן צוגאנג, פון אוועילעביליטי, און פון זיך אן עצה געבן, און נעמען הילף, וכל המסתעף)


כ'האב חלילה נישט געמיינט מגשם צו זיין, כ'האב געמאכט א משל פון א מלוכה, אזוי ווי די בעלי דקדוק רופן אן די טעמים "מלך, פקיד, שר, משרת".
(ס'דא וואס מאכן א משל מיט קארן און ראוד'ס, סטאפ סיינס, וכו' און דאס לערנט מען נעבעך מיט די קינדער).

דאס וואס כ'האב געשריבן אוועליבל איז געווען צוליב דיין הערה איבער די סיבה פון דעם מנח, ממילה האב איך נישט געקענט שרייבן וואס די סיבה איז אויב איך ווייס נישט האב איך געשריבן אוועליבל, אבער ס'קען אויך זיין אז ס'איז נישט ריכטיג צו טוהן אזוי.

יישר כח.


פיין, עס איז דא אסאך זאכן וואס מען מאכט מגושם'דיגע משלים לשבר את האזן. כ'האב נאר געשריבן אז אני הקטן פארטראג דאס נישט, עס איז מער הרגשה ווי דעה.

און נאכאמאל, א גרויסן יישר כח! זיי ממשיך!

לדעתי
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מאנטאג פאברואר 05, 2018 2:17 pm

יישר כח פאר די חיזוק אנצוגיין...
ס'איז מער ארבעט ווי כ'האב מיר פארגעשטעלט.


שיעור ב'

אין דעם ערשטן שיעור האבן מיר גערעדט פון די מלכים, און דער ערשטער שר טִפְּחָ֖א.
אין דעם צווייטן שיעור וועלן מיר בעז"ה רעדן פון דעם צווייטן שר זָקֵף-קָטֹ֔ן.
----------
דער זָקֵף-קָטֹ֔ן (ס'איז א צורה פון א שוא העכער איינס/צוויי פאר די לעצטע אות), איז זייער א שטארקער מפסיק.

דוגמא
אֵלָ֔יו (ויקרא א' א')
----------
א ווארט וואס איז פאר א זָקֵף-קָטֹ֔ן און דארף געזאגט ווערן "אונאיינעם" מיט די זָקֵף-קָטֹ֔ן וועט עס האבן א מוּנַ֣ח

מוּנַ֣ח, זָקֵף-קָטֹ֔ן.

דוגמא:
וְאָֽמַרְתָּ֣ אֲלֵהֶ֔ם (ויקרא א' ב')
----------

א ווארט וואס איז פאר א זָקֵף-קָטֹ֔ן און דארף געזאגט ווערן אין איין "זאץ" מיט די זָקֵף-קָטֹ֔ן, וועט עס האבן א פַּשְׁטָא֙.
פַּשְׁטָא֙ איז א טעם המפסיק (זעה דגמא), אבער רוב מאל באדינט ער דעם זָקֵף-קָטֹ֔ן.
(דער פקיד פַּשְׁטָא֙ קען אויך גיין אן זיין שר זָקֵף-קָטֹ֔ן. אנדערש ווי דער פקיד תְּבִ֛יר וואס קען נישט זיין אן זיין שר טִפְּחָ֖א).

פַּשְׁטָא֙, מוּנַ֣ח, זָקֵף-קָטֹ֔ן.

דוגמא:
מִן־הַבָּקָר֙ וּמִן־הַצֹּ֔אן (ויקרא א' ב')
----------

די טראפ פון א פַּשְׁטָא֙ איז אויף די לעצטע אות פון די ווארט,
אויב איז דא א ווארט וואס די טראפ דארף זיין אויף די אנהייב ווארט (מלעיל) וועט זיין אויף דעם ווארט צוויי טראפן,
איינס סוף ווארט צו ווייזן אז דאס איז נישט קיין קַדְמָ֨א, און איינס אנהייב ווארט צו ווייזן אז די טראפ בלאנג אנהייב ווארט (מלעיל) פַּ֙שְׁטָא֙.

דוגמא:
עָלֶ֨יהָ֙ שֶׁ֔מֶן (ויקרא ב' א')
----------

ווען דארף א ווארט זיין מלעיל?

די ווארט "לנו" האט צוויי טייטשן, צו אונז, איבער-גענאכטיגט.
אויב די טראף איז אויף די "ו" טייטשט עס צו אונז, ווייל א "ו" טייטשט אונז.
אויב די טראפ איז אויף די "ל" טייטשט עס איבער-גענאכטיגט, פון די ווארט "לן".
---
די ווארט "בנו" האט צוויי טייטשן, אין אונז, האבן מיר געבויט.
אויב די טראף איז אויף די "ו" טייטשט עס אין אונז, ווייל א "ו" טייטשט אונז.
אויב די טראפ איז אויף די "ב" טייטשט עס האבן מיר געבויט, פון די ווארט "בנין".
---
חלב מלרע – מילך.
חלב מלעיל- פעטנ'ס.

באה מלעיל, קומט.
באה מלרע, איז געקומען.
(רש"י בראשית כ"ט ו' - באה עם הצאן. הטעם באל"ף, ותרגומו אתיא, ורחל באה, הטעם למעלה בבי"ת, ותרגומו אתת, הראשון לשון עושה והשני לשון עשתה:)

וכן הרבה.
----------

א ווארט וואס איז פאר א פַּשְׁטָא֙ און דארף געזאגט ווערן אונאיינעם מיט די פַּשְׁטָא֙, וועט עס האבן א מַהְפַּ֤ך.
(דער משרת מַהְפַּ֤ך באדינט נאר זיין פקיד פַּשְׁטָא֙. ד.ה. אז עס איז נישט דא קיין מהפך אויב ס'איז נישט דא נאכדעם א פשטא).

א מַהְפַּ֤ך קען נאר זיין אויף א ווארט, אויב ס'איז פארהאנען לכל הפחות צוויי הברות (סליוועלס) צווישן די מַהְפַּ֤ך און פַּשְׁטָא֙.
דעריבער אויב וועט נישט קענען זיין א מַהְפַּ֤ך אויף א ווארט, וועט זיין אנטשטאט דעם א מֵרְכָ֥א.

מַהְפַּ֤ך פַּשְׁטָא֙, מוּנַ֣ח זָקֵף-קָטֹ֔ן.
מֵרְכָ֥א פַּשְׁטָא֙, מוּנַ֣ח זָקֵף-קָטֹ֔ן.


דוגמא:
אֶל־בְּנֵ֤י יִשְׂרָאֵל֙, וְאָֽמַרְתָּ֣ אֲלֵהֶ֔ם. (ויקרא א' ב')
"מֵרְכָ֥א פַּשְׁטָא֙" לא מצאתי דוגמא מפרשת ויקרא עד פרשת תזריע ולא עד בכלל, ואתכם הסליחה.

----------

א ווארט וואס איז פאר א מַהְפַּ֤ך און דארף געזאגט ווערן אונאיינעם מיט די מַהְפַּ֤ך, וועט עס האבן א קַדְמָ֨א.

א קַדְמָ֨א קען נאר זיין אויף א ווארט, אויב ס'איז פארהאנען לכל הפחות צוויי הברות (סליוועלס) צווישן די קַדְמָ֨א און מַהְפַּ֤ך.
דעריבער אויב וועט נישט קענען זיין א קַדְמָ֨א אויף א ווארט, וועט זיין אנטשטאט דעם א מוּנַ֣ח.
(די מוּנַ֣ח זינגט מען מיט אן אויסגעצויגענע תנועה).

קַדְמָ֨א מַהְפַּ֤ך/מֵרְכָ֥א פַּשְׁטָא֙, מוּנַ֣ח זָקֵף-קָטֹ֔ן.
מוּנַ֣ח מַהְפַּ֤ך/מֵרְכָ֥א פַּשְׁטָא֙, מוּנַ֣ח זָקֵף-קָטֹ֔ן.


דוגמא:
וְהִקְרִ֨יב הַכֹּהֵ֤ן אֶת-הַכֹּל֙, וְהִקְטִ֣יר הַמִּזְבֵּ֔חָה (ויקרא א' י"ג).
א֣וֹ כִ֤י יִגַּע֙, בְּטֻמְאַ֣ת אָדָ֔ם (ויקרא ה' ג').

----------
1] ווען עס דארף זיין א פַּ֙שְׁטָא֙ מלעיל.
2] און די ווארט פאר דעם האט א טעם המפסיק (אדער אנהייב פסוק).
3] און עס איז נישט דא פאר די טעם צוויי תניעות. (נישט אזוי ווי דעם, וְהַנּוֹתֶ֨רֶת֙ מִן־הַמִּנְחָ֔ה (ויקרא ב' ג').
וועט זיין אנשטאט דעם א יְ֚תִיב.

יְ֚תִיב, מוּנַ֣ח, זָקֵף-קָטֹ֔ן.

דגמא:
אַֽהֲרֹן֙ הַכֹּ֣הֲנִ֔ים "אֵ֚ת" הַנְּתָחִ֔ים (ויקרא א' ח')
----------

המשך יבא בעזר ה'

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2502
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:59 am

יישר כח גדול
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דינסטאג פאברואר 06, 2018 6:02 am

לדעתי האט געשריבן:פַּשְׁטָא֙, מוּנַ֣ח, זָקֵף-קָטֹ֔ן.

דוגמא:
מִן־הַבָּקָר֙ וּמִן־הַצֹּ֔אן (ויקרא א' ב')

דא איז נישט דא קיין מונח

לדעתי האט געשריבן:די טראפ פון א פַּשְׁטָא֙ איז אויף די לעצטע אות פון די ווארט,
אויב איז דא א ווארט וואס די טראפ דארף זיין אויף די אנהייב ווארט (מלעיל) וועט זיין אויף דעם ווארט צוויי טראפן,
איינס סוף ווארט צו ווייזן אז דאס איז נישט קיין קַדְמָ֨א, און איינס אנהייב ווארט צו ווייזן אז די טראפ בלאנג אנהייב ווארט (מלעיל) פַּ֙שְׁטָא֙.

דוגמא:
עָלֶ֨יהָ֙ שֶׁ֔מֶן (ויקרא ב' א')
----------

ווען דארף א ווארט זיין מלעיל?

די ווארט "לנו" האט צוויי טייטשן, צו אונז, איבער-גענאכטיגט.
אויב די טראף איז אויף די "ו" טייטשט עס צו אונז, ווייל א "ו" טייטשט אונז.
אויב די טראפ איז אויף די "ל" טייטשט עס איבער-גענאכטיגט, פון די ווארט "לן".

לנו קומט אייביג מלעיל, נישט קיין חילוק וואס עס מיינט.

לדעתי האט געשריבן:די ווארט "בנו" האט צוויי טייטשן, אין אונז, האבן מיר געבויט.
אויב די טראף איז אויף די "ו" טייטשט עס אין אונז, ווייל א "ו" טייטשט אונז.
אויב די טראפ איז אויף די "ב" טייטשט עס האבן מיר געבויט, פון די ווארט "בנין".

פונקט פארקערט

לדעתי האט געשריבן:---
חלב מלרע – מילך.
חלב מלעיל- פעטנ'ס.

מיט גאנץ אנדערע נקודות
לדעתי האט געשריבן:
באה מלעיל, קומט.
באה מלרע, איז געקומען.
(רש"י בראשית כ"ט ו' - באה עם הצאן. הטעם באל"ף, ותרגומו אתיא, ורחל באה, הטעם למעלה בבי"ת, ותרגומו אתת, הראשון לשון עושה והשני לשון עשתה:)

רש"י זאגט דא פונקט פארקערט ווי וואס דו שרייבסט

לדעתי האט געשריבן:
א ווארט וואס איז פאר א פַּשְׁטָא֙ און דארף געזאגט ווערן אונאיינעם מיט די פַּשְׁטָא֙, וועט עס האבן א מַהְפַּ֤ך.
(דער משרת מַהְפַּ֤ך באדינט נאר זיין פקיד פַּשְׁטָא֙. ד.ה. אז עס איז נישט דא קיין מהפך אויב ס'איז נישט דא נאכדעם א פשטא).

א מַהְפַּ֤ך קען נאר זיין אויף א ווארט, אויב ס'איז פארהאנען לכל הפחות צוויי הברות (סליוועלס) צווישן די מַהְפַּ֤ך און פַּשְׁטָא֙.
דעריבער אויב וועט נישט קענען זיין א מַהְפַּ֤ך אויף א ווארט, וועט זיין אנטשטאט דעם א מֵרְכָ֥א.

מַהְפַּ֤ך פַּשְׁטָא֙, מוּנַ֣ח זָקֵף-קָטֹ֔ן.
מֵרְכָ֥א פַּשְׁטָא֙, מוּנַ֣ח זָקֵף-קָטֹ֔ן.


דוגמא:
אֶל־בְּנֵ֤י יִשְׂרָאֵל֙, וְאָֽמַרְתָּ֣ אֲלֵהֶ֔ם. (ויקרא א' ב')
"מֵרְכָ֥א פַּשְׁטָא֙" לא מצאתי דוגמא מפרשת ויקרא עד פרשת תזריע ולא עד בכלל, ואתכם הסליחה.

אנהייב דברים אחד עשר יום
לדעתי האט געשריבן:
----------

א ווארט וואס איז פאר א מַהְפַּ֤ך און דארף געזאגט ווערן אונאיינעם מיט די מַהְפַּ֤ך, וועט עס האבן א קַדְמָ֨א.

א קַדְמָ֨א קען נאר זיין אויף א ווארט, אויב ס'איז פארהאנען לכל הפחות צוויי הברות (סליוועלס) צווישן די קַדְמָ֨א און מַהְפַּ֤ך.
דעריבער אויב וועט נישט קענען זיין א קַדְמָ֨א אויף א ווארט, וועט זיין אנטשטאט דעם א מוּנַ֣ח.
(די מוּנַ֣ח זינגט מען מיט אן אויסגעצויגענע תנועה).

קַדְמָ֨א מַהְפַּ֤ך/מֵרְכָ֥א פַּשְׁטָא֙, מוּנַ֣ח זָקֵף-קָטֹ֔ן.
מוּנַ֣ח מַהְפַּ֤ך/מֵרְכָ֥א פַּשְׁטָא֙, מוּנַ֣ח זָקֵף-קָטֹ֔ן.


דוגמא:
וְהִקְרִ֨יב הַכֹּהֵ֤ן אֶת-הַכֹּל֙, וְהִקְטִ֣יר הַמִּזְבֵּ֔חָה (ויקרא א' י"ג).
א֣וֹ כִ֤י יִגַּע֙, בְּטֻמְאַ֣ת אָדָ֔ם (ויקרא ה' ג').


פארוואס גייסטו צוריק צו דעם גרייז, אויף דעם האבעך דאך שוין אויבן געשריבן ביי די משרתי התביר, אז עס האט נאר מיט דעם צו עס איז אנהייב ווארט.[*]
זעה דא די לשון פון דעם שער הנגינות [המיוחס] לר' משה הנקדן, 4 שורות פון אונטן, ונקוט האי כללא בידך וכו'.

___________
[*] אזוי ווי האסט באצייכנט די שיעורים אלס שיעורים אויף מגילה, דארף דערמאנט ווערן אז עס איז דא איין יוצא מן הכלל אין תנ"ך, און טאקע אין מגילת אסתר, אין פסוק ויקהלו היהודים אשר בשושן גם ביום ארבעה עשר, דארט האט ביום א מונח, ע"פ המסרה, כאטש עס איז דא א שוא אויפן בי"ת. ואין להאריך כאן.

לדעתי האט געשריבן:
----------
1] ווען עס דארף זיין א פַּ֙שְׁטָא֙ מלעיל.
2] און די ווארט פאר דעם האט א טעם המפסיק (אדער אנהייב פסוק).
3] און עס איז נישט דא פאר די טעם צוויי תניעות. (נישט אזוי ווי דעם, וְהַנּוֹתֶ֨רֶת֙ מִן־הַמִּנְחָ֔ה (ויקרא ב' ג').
וועט זיין אנשטאט דעם א יְ֚תִיב.

1] עס האט נישט מיט מלעיל, אפילו ווען עס איז נישט דא נאך א תנועה אינעם ווארט נאך די טראפ וועט זיין א יתיב אויב עס איז אנהויב ווארט.
3] דוקא אויב עס איז נישט דא פאר דעם קיין איין תנועה, און אפילו נישט קיין שוא נע.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג פאברואר 06, 2018 7:03 am

רב טקסט האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:די טעמים זענען געגעבן געווארן ביים מעמד הר סיני צוזאמן מיט די גאנצע תורה, אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת מגילה, מאי דכתיב {נחמיה ח-יח} ויקראו בספר תורת האלהים מפורש ושום שכל ויבינו במקרא: ויקראו בספר תורת האלהים זה מקרא מפורש זה תרגום ושום שכל אלו הפסוקין ויבינו במקרא אלו פיסקי טעמים: זאגט רש"י הפסוקים. היאך נפסקין: פיסקי הטעמים. הנגינות קרויין טעמים:



באמת איז עס מחלוקת אין נדרים לז:, עי"ש, און להלכה ווערט געפסקנט אין יורה דעה סימן רמ"ו סעיף ה' אז מען מעג נעמען שכר פאר תורה שבכתב אלס פיסוק טעמים (דמשמע שם אף בגדולים דלא בעו נטירותא, עי"ש. ומפורש יותר בט"ז סי' רכ"א סק"ט), והיינו כמאן דאמר לאו דאורייתא היא.
פון וואו קומט עס יא? עפעס ליגט מיר אין קאפ אז דער אב"ע שרייבט אויף א פלאץ פון עזרא, און מסתמא איז זיין מקור די זעלבע גמרא, דהיינו ער לערנט אז די דרש פון דעם פסוק ויבינו במקרא אלו פסקי טעמים גייט לכולי עלמא, כאטש די גמרא ברענגט עס אלס א מקור פאר דער מא"ד וואס האלט דאורייתא היא.


א גרויסן יישר כח פארן אנהייבן דעם שיינעם שיעור אויף אזא שיינע נושא.

רעדסט שוין באלד ווי אליהו בחור, וכבר הכו על קדקדו

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דינסטאג פאברואר 06, 2018 7:39 am

ערשטענס, וואס נעמסטו אראפ פון איהם דעם רבי, וואס דער חיד"א וועלכער איז משיג אויף איהם, על ענין זה, גיבט עס איהם כאטש.


ולגופו של ענין, כ'האב דאך געברענגט קלארע מקורות פון שלחן ערוך און טורי זהב.

איי דאס איז דאך די טענות אויפ'ן בחור.
זעה וואס ער שרייבט אנהייב מסורת המסורת, וויאזוי ער לערנט די גמרא אין נדרים, ועל זה הכו על קדקדו, אבער סוף סוף אויף די טראפן מידי מחלוקת בסוגיא שם לא יצאנו, נאר לויט ביידע דעות איז עס עכ"פ מימי חכמי התלמוד ולא כדברי הבחור.
און להלכה פסקנן מיר אז פסקי טעמים לאו דאורייתא.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג פאברואר 06, 2018 9:22 am

מ'פסקנט אז מ'מעג נעמען שכר, נישט אז ס'איז לאו דאורייתא, חבל ראשונים ואחרונים שאף ר' יוחנן מודה בדבר.
וכבר מפורש בזוהר הקדוש שהוא הלכה למשה מסיני.

לדעתי
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דינסטאג פאברואר 06, 2018 10:22 am

איך קען נישט אזוי גוט די כללים ווי הרב טקסט און נאך אסאך שרייבער דא (די כללים וואס איך שרייב איז בעיקר געשטעלט אויף הרב גוטמאן'ס ספר כללי הטעמים).
כ'קען נאר די בערך די כללים, (אבער מסודר אויף אן אייגנארטיגן אופן), אזוי ווי נאך אסאך אנדערע זאכן וואס כ'וואלט געקענט באשטיין אז אנדערע זאלן הנאה האבן.

משל למה הדבר דומה, א פייגל קען פליען, א קאץ קען גיין, א פיש קען שווימען.
אבער א קאטשקען קען פליען, גיין, און שווימען.
אבער ווען ער שווימט, שווימט ער ווי א קאטשקע. ווען ער גייט, גייט ער ווי א קאטשקע, ווען ער פליעט, פליעט ער ווי א קאטשקע.
ער קען אלעס אבער נישט געהעריג.

צוויי ברירות.
זאלן איינע פון די וואס קענען עס גרינטליך, איבערנמען די פעדער און ממשיך זיין.
איך זאל ווייטער שרייבן, און די חברים זאלן מגיה זיין.
לעצט פאראכטן דורך לדעתי אום דינסטאג פאברואר 06, 2018 10:32 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג פאברואר 06, 2018 10:26 am

לדעתי האט געשריבן:איך קען נישט אזוי גוט די כללים ווי הרב טקסט און נאך אסאך שרייבער דא.
כ'קען נאר די בערך די כללים, אבער שטארק מסודר, אזוי ווי נאך אסאך אנדערע זאכן וואס כ'וואלט געקענט באשטיין אז אנדערע זאלן הנאה האבן.

משל למה הדבר דומה, א פייגל קען פליען, א קאץ קען גיין, א פיש קען שווימען.
אבער א קאטשקען קען פליען, גיין, און שווימען.
אבער ווען ער שווימט, שווימט ער ווי א קאטשקע. ווען ער גייט, גייט ער ווי א קאטשקע, ווען ער פליעט, פליעט ער ווי א קאטשקע.
ער קען אלעס אבער נישט געהעריג.

צוויי ברירות.
זאלן איינע פון די וואס קענען עס גרינטליך, איבערנמען די פעדער און ממשיך זיין.
איך זאל ווייטער שרייבן, און די חברים זאלן מגיה זיין.

צוויי זאכן קען איך דיר זאגן, איינס, אלס א חכם ונבון כמוך, ווייסטו מסתמא אז ס'איז נישטא קיין זיסערס ווי צוקומען צום אמת, און הלואי מ'זאל אגאנץ לעבן שטיין נאר אזעלכע רב טקסטס וואס ברענגען צו יתרון החכמה מן הסכלות, און יתרון האמת מן השקר.
[לא כהחסרי מדע וואס ווערן ווילד ווען אויסגעבעסערט..]

צווייטנס, יעדער האט זיך זיינע אייגנשאפטן, איינער קען שרייבן און איינער קען מגיה זיין, דאס איז צוויי פאכן, ודו"ק.. דו דארפסט טון דיינס, און דו טוסט געוואלדיג.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג פאברואר 06, 2018 10:27 am

לדעתי האט געשריבן:נעמט אפ אייער מנחת מזכרת דא ביים טישל.

א שיינע תיקון לקוראים אויף מגילת אסתר.
מגילת אסתר.pdf



12 שעה אריינגעלייגט להנאתי, תשואת חן חן לך!

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דינסטאג פאברואר 06, 2018 1:31 pm

גלאזער האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:איך קען נישט אזוי גוט די כללים ווי הרב טקסט און נאך אסאך שרייבער דא.
כ'קען נאר די בערך די כללים, אבער שטארק מסודר, אזוי ווי נאך אסאך אנדערע זאכן וואס כ'וואלט געקענט באשטיין אז אנדערע זאלן הנאה האבן.

משל למה הדבר דומה, א פייגל קען פליען, א קאץ קען גיין, א פיש קען שווימען.
אבער א קאטשקען קען פליען, גיין, און שווימען.
אבער ווען ער שווימט, שווימט ער ווי א קאטשקע. ווען ער גייט, גייט ער ווי א קאטשקע, ווען ער פליעט, פליעט ער ווי א קאטשקע.
ער קען אלעס אבער נישט געהעריג.

צוויי ברירות.
זאלן איינע פון די וואס קענען עס גרינטליך, איבערנמען די פעדער און ממשיך זיין.
איך זאל ווייטער שרייבן, און די חברים זאלן מגיה זיין.

צוויי זאכן קען איך דיר זאגן, איינס, אלס א חכם ונבון כמוך, ווייסטו מסתמא אז ס'איז נישטא קיין זיסערס ווי צוקומען צום אמת, און הלואי מ'זאל אגאנץ לעבן שטיין נאר אזעלכע רב טקסטס וואס ברענגען צו יתרון החכמה מן הסכלות, און יתרון האמת מן השקר.
[לא כהחסרי מדע וואס ווערן ווילד ווען אויסגעבעסערט..]

צווייטנס, יעדער האט זיך זיינע אייגנשאפטן, איינער קען שרייבן און איינער קען מגיה זיין, דאס איז צוויי פאכן, ודו"ק.. דו דארפסט טון דיינס, און דו טוסט געוואלדיג.


100 פראצענט.

און כ'וועל עס אביסל מער מסביר זיין אויף דעם ספעציפישן פעלד.
דייקנות-פערפעקשאניזם היינו הך. און ממילא וועט א דייקן נישט אזוי שנעל אנקומען צו שרייבן, עכ"פ ארויסצוגעבן זיינע געשרייבעכצער, אנשטאט דעם ער איז עס כסדר מתקן און מגיה, וואס דאס איז בעצם זיין פאך, מדייק און מגיה זיין.
לעצט פאראכטן דורך רב טקסט אום דינסטאג פאברואר 06, 2018 2:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דינסטאג פאברואר 06, 2018 1:33 pm

גלאזער האט געשריבן:מ'פסקנט אז מ'מעג נעמען שכר, נישט אז ס'איז לאו דאורייתא, חבל ראשונים ואחרונים שאף ר' יוחנן מודה בדבר.
וכבר מפורש בזוהר הקדוש שהוא הלכה למשה מסיני.


וואו זענען די ראשונים ואחרונים וואס דו דערמאנסט?
און וואו שטייט עס זהר הקדוש, אדער ווער ברענגט עס?


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט