קרית ארבע אדער חברון?

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

קרית ארבע אדער חברון?

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 5:15 pm

חלק א'

כבוד ידידינו הרב ר' שמעלקא דער זאפטיגער, האט אונז שוין יענע יאר געגעבן א שיינעם איבערזיכט איבער די היסטאריע און אלעס ארום די מערת המכפלה וואס געפונט זיך אין חברון, תשוח"ח לו.

מיר ווילן היי יאר משלים זיין און רעדן איבער דעם שטאט, דעם עיר האבות קרית ארבע - חברון און אלעס ארום און אביסל היסטאריע אויך.

ערשט וועלן מיר אנהויבן מיט די היסטאריע פון די אבות הקדושים ווער און ווען זיי האבן געוואוינט אין חברון. כאטשיג רוב זאכן זענען באקאנט ברענגען מיר עס דא אראפ בעסער צו פארשטייען די צווייטע חלק וואס מיר וועלן ברענגען אי"ה.

די צווייטע פסוק פון די וואך אין די פרשה שטייט: ותמת שרה בקרית ארבע הוא חברון בארץ כנען ויבא אברהם לספד לשרה ולבכתה. עס איז כדי צו באמערקן אז טייל מאל ווען די פסוק דערמאנט דעם שטאט חברון ווערט אויך דערמאנט קרית ארבע און טייל מאל נישט.

אברהם אבינו: דאס ערשטע פלאץ ווי אברהם האט זיך באזעצט אין ארץ ישראל (כנען) איז געווען חברון, ווי עס שטייט אין פסוק (בראשית יג, יח) ויאהל אברם ויבא וישב אברם באלני ממרא אשר בחברון, דאס איז דאס ערשטע פלאץ ווי מיר געפונען אין די תורה אז ער האט זיך באזעצט זינט ער איז ארויס פון עיר כשדים אויפן וועג קיין ארץ ישראל (כנען). בדרך אגב דא האט די תורה אויסגעלאזט "קרית ארבע" און נאר געשריבן "באלני ממרא אשר בחברון".

אברהם איז אלט געווען 75 יאר ווען ער איז ארויס פון חרן (בראשית יב, ד'), ווי עס שטייט אין פסוק ואברם בן חמש שנים ושבעים שנה בצאתו מחרן. נאכער שטייט אין סוף פרשת וירא, "ויגר אברהם בארץ פלשתים ימים רבים", שטייט אין רשיז"ל אז ער האט געוואוינט אין פלשתים פאר 26 יאר, פון די 99 יאר ביז די 125 יאר, דאן האט ער זיך צוריקגעקערט קיין חברון ביז צו די מעשה פון די עקדה. נאך די עקדה האט ער געוואוינט פאר גאר א קורצע צייט אין באר שבע און דערנאך האט ער זיך ווידער צוריקערט קיין חברון און ער האט דארט געוואוינט ביז ער איז נסתלק געווארן ביי די 175 יאר. קומט אויס אז אברהם אבינו האט געוואוינט אין חברון א חשבון פון 86 יאר, דאס איז א שיינע חלק ניכר פון זיין לעבן, ספעציעל אויב מנעמט אין חשבון אז אברהם איז געווען מ"ח שנה משהיכר אז בוראו. (די חשבון פון יארן איז לויט שיטת רש"י בשם סדר עולם אבער דער רמב"ן האט אנדערע חשבונות).

עס ווערט געברענגט אין רש"י דארט, אז באמת האט אברהם אבינו נישט געוואלט וואוינען אין ארץ פלישתים, נאר ער האט געוואלט פארבלייבן וואוינען אין חברון, נאר דאן האט דער אויבישטער איבערגעדרייט סדום און די מלאכים זענען געגאנגען ראטעווען לוט בזכות אברהם מיט אברהם און לוט האט זיך אויפגעפירט ווי ער האט זיך אויפגעפירט, ווי עס ווערט מבואר אין פסוק... וועגן דעם איז ער אוועקגעגאנגען פון חברון צוליב בושה. ווען דער עולם האט שוין אנגעהויבן צו פארגעסן איז ער צוריקגעגאנגען קיין חברון קומט אויס אז דאס וואס דער רבוש"ע האט אים געהייסן לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך אל הארץ אשר אראך האט ער געמיינט דעם שטאט חברון, והראיה, אז ווען ער האט נאר געקענט, האט ער דארט געוואוינט.

יצחק אבינו: האט אויך געוואוינט אין חברון ווי עס שטייט אין פסוק (בראשית לה כז): ויבא יעקב אל יצחק אביו ממרא, קרית הארבע הוא חברון אשר גר שם אברהם ויצחק.

יעקב אבינו: וישב יעקב בארץ מגורי אביו בארץ כנען שטייט קלאר אין אור החיים הקדוש אז דאס איז חברון.

באמת שטייט עס בפירוש אין א פסוק (בראשית לז יד): ויאמר לו לך נא ראה את שלום אחיך ואת שלום הצאן והשבני דבר וישלחהו מעמק חברון ויבא שכמה, נאר רש"י אויפן פלאץ ברענגט אראפ א מדרש מיט א קשיא: והלא חברון בהר, שנאמר (במדבר יג) ויעלו בנגב ויבא עד חברון? אלא (ב"ר) מעצה עמוקה של אותו צדיק הקבור בחברון לקיים מה שנאמר לאברהם בין הבתרים (לעיל טו) כי גר יהיה זרעך. איז משמע פון רש"י אז ער האט געהאלטן אז די פסוק רעדט נישט עכט פון חברון נאר דאס איז א רמז אויפן קיים ברית בין הבתרים וואס דער אויבישטער האט געמאכט מיט אברהם.

אבער מ'קען פארענטפערן רש"י בשם דעם מדרש'ס קשיא. שטייט אין פסוק אין פרשת וישלח (בראשית לה כז): ויבא יעקב אל יצחק אביו ממרא, קרית הארבע הוא חברון אשר גר שם אברהם ויצחק. ד"ה ממרא - שם המישור. זעהן מיר דא אז עס דא פלעצער אין חברון וואס איז נישט קיין בארג.

ולי הקטן נראה,אז חברון איז נישט נאר א נאמען פון א שטאט נאר דער גאנצער געגענט ארום אלע שטעלאך און דערפער ארום ווערן אנגרופן מיט אויפן נארמען פון חברון ממילא קען זיין אז חברון איז אויף א בארג אבער איינע פון די וויכטיג פאר-שטעט איז א טאל אדער איינע פון די וויכטיג פאר-שטעט איז א בארג און חברון גופא איז א טאל ממילא איז שוין נישט שווער דעם מדרש'ס קשיא. פאר מער איבער דעם חידש זעהט אין חלק ב'. עכ"פ יעקב אבינו האט געוואוינט אין חברון פון ווען ער איז אנגעקומען צו זיין טאטענס הויז ביז ער איז אראפ קיין מצרים.

כלב בן יפנה: האט זוכה געווען צו באקומען חברון ווי עס שטייט אין פסוק: זולתי כלב בן יפנה הוא יראנה ולו אתן את הארץ אשר דרך בה ולבניו יען אשר מלא אחרי ה', יעדער ווייסט דעם דרש וואס די גמרא ברעגנט אין מסכת סוטה אז כלב איז געגאנגען קיין חברון מתפלל צו זיין נישט נאכגעשלעפט צו ווערן נאך די מרגלים. ער האט טאקע באקומען דאס לאנד אלס שכר.

דוד המלך: אין ספר שמואל ב' (קאפיטל ב' פסוק ג') שטייט: ואנשיו אשר עמו העלה דוד איש וביתו וישבו בערי חברון: ויבאו אנשי יהודה וימשחו שם את דוד למלך על בית יהודה וכו'. דוד האט המלך האט אנגעהויבן זיין גלארייכער מלוכה מיט איינע פון די שענסטע צייטן פון כלל ישראל אינעם שטאט חברון, גופא בתר רישא גרירא. דאס קעניגליכע פאלאץ איז דארט פארבליבן פאר זיבן און א האלב יאר און דערנאך האט ער עס אריבערגערוקט קיין ירושלים.

אבשלום: אויך אבשלום האט פרובירט אויסצונוצן דאס חשיבות פונעם שטאט חברון און דרוך דעם אנגעפירט אן אויפשטאנד אויף זיין טאטן דוד המלך, ווי עס שטייט אין פסוק (שמואל ב' טו, ז'): ויהי מקץ ארבעים שנה ויאמר אבשלום אל המלך אלכה נא ואשלם את נדרי אשר נדרתי ה' בחברון.

זייער א שיין ווארט איז דא פונעם חת"ס אין פרשת לך לך, אויפן פסוק: וישא לוט את עיניו וירא את כל ככר הירדן כי כלה משקה לפני שחת ה' את סדם ואת עמרה כגן ה' כארץ מצרים באכה צער. לוט האט אויסגעקליבן א פלאץ וואס איז כגן ה' וואס דארף נישט קיין תפילה פאר רעגן, ווייל א גן ה' דארף נישט קיין רעגן, אזוי אויך ארץ מצרים דארף נישט קיין רעגן ווייל זייער וואסער קומט פון דעם טייך נילוס, די וואסער פון סדום איז געקומען פון זייערע טייכן ווי עס שטייט אין פסוק ארץ נחלי מים (רש"י שם). פארוואס האט דער רבוש"ע אזוי געמאכט? ווייל דער רבוש"ע דארף נישט די תפילות פון סדום און נישט פון די מצרים א בחינה פון מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי און לוט האט טאקע דוקא געוואלט גיין אויף א פלאץ ווי עס איז דא שפע ער זאל זיך נישט דארפן זארגן וועגן רעגן, ער האט געוואלט א שפע, עשירות און זיך נישט דארפן זארגן אויף פרנסה בריווח. פונקט פארקערט איז געווען אברהם, ער איז דוקא געגאנגען אויף חברון וואס איז די טרשים - די שוואכסטע פלאץ פון ארץ ישראל כדי אז ער זאל דארפן צוקומען צום רבוש"ע ווי דער לשון פון חת"ס כדי שיצטרך לרחמי שמים בכל שעה ושעה.

מיט דעם חת"ס פארשטייען מיר שוין בעסער פארוואס חברון איז געווען דאס פלאץ וואו אלע אבות הקדושים און דוד דער מרכבה הרביע האבן געוואלט וואוינען, אויך פארשטייט מען בעסער פארוואס דאס איז געווען דאס פלאץ פון "הארץ אשר אראך" אזוי אויך די גרויסע שכר אז דער צדיק כלב וואס איז געראטעוועט געווארן נאר דורך תפלה צום רבוש"ע האט באקומען חברון מדה כנגד מדה, כדי שיצטרך לרחמי שמים בכל שעה ושעה.

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

עטליכע קרישקעליך בנוגע חברון

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 5:21 pm

נספחים לחלק א'

    בערך פאר 500 הונדרעט האט הצדיק רבי מלכיאל אשכנזי מחדש פון דאס פריש דעם יישב אין אלט שטאט חברון, ער האט געהאט א שותף מיט זיך ער האט געהייסן רבי מנחם בן רבי משה בעל מחבר ספר טעמי המצוות. דער של"ה הקדוש שרייבט (מסכת יומא - עמוד התשובה) : והא המנהג דק"ק חברון תוב"ב שנה שנה, מפי הרב הגדול החכםהשלם החסיד העניו מהר"ר מלכיאל אשכנזי זלה"ה.

    חברון איז געווען איינע פון די פיר שטעט ווי אידן פון חוץ לארץ האבן אלע יארן געשיקט געלט, די אנדערע דריי זענען ירושלים, צפת און טבריה.

    דער בעל מחבר ספר הקדוש ראשית חכמה האט געוואוינט אין חברון און ער איז דארט נקבר געווארן.

    רבי גרשון קיטיווער דער שוואגער און תלמיד פונעם בעל שם טוב הקדוש האט קודם געוואוינט אין חברון אבער נאכדעם וואס מען האט אים פארבעטן איז ער געגאנגען וואוינען קיין ירושלים.
    דער באקאנטער צדיק רבי לייב בעל יסורים, וואס גראדע איז זיין יארצייט געווען דעם פארגאנגענע וואך שבת קודש האט אויך קודם געוואוינט אין חברון.
    אין שנת תקע"ט האט דער מיטעלער רבי פון לובאוויטש מייסד געווען א חסידישן יישב מיט בתי מדרשים אין חברון, ער האט דאן געזאגט אז ווער עס האט אן אחיזה אינעם שטאט חברון וועט ניצל ווערן פון חיבוט הקבר. שפעטער אין יאר תרע"ב האט דער רש"ב פון לובאוויטש מייסד געווען א ישיבה מיטן נאמען תורת אמת. דאס איז געווען די ערשטע ישיבה אין ארץ ישראל וואס האט צוגעשטעלט אש"ל מלא פאר די בחורים אין ישיבה.
    בשנת תרפ"ד האט דער אלטער פון סלובודקא דארט מייסד געווען א ישיבה פאר יוצאי ליטא.

    דער מלבי"ם זאגט אין די וואכדיגע פרשה אז די לופט אין חברון איז זייער געזונט.

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 7:32 pm

זייער שיין. געליינט שנעל. גיימיר עס ארויספרינטען פאר שבת קודש.
איזי

שמעו לי
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 26, 2016 8:18 pm

תגובהדורך שמעו לי » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 7:51 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:חלק א'


אברהם איז אלט געווען 75 יאר ווען ער איז ארויס פון חרן (בראשית יב, ד'), ווי עס שטייט אין פסוק ואברם בן חמש שנים ושבעים שנה בצאתו מחרן. נאכער שטייט אין סוף פרשת וירא, "ויגר אברהם בארץ פלשתים ימים רבים", שטייט אין רשיז"ל אז ער האט געוואוינט אין פלשתים פאר 26 יאר, פון די 99 יאר ביז די 125 יאר, דאן האט ער זיך צוריקגעקערט קיין חברון ביז צו די מעשה פון די עקדה. נאך די עקדה האט ער געוואוינט פאר גאר א קורצע צייט אין באר שבע און דערנאך האט ער זיך ווידער צוריקערט קיין חברון און ער האט דארט געוואוינט ביז ער איז נסתלק געווארן ביי די 175 יאר. קומט אויס אז אברהם אבינו האט געוואוינט אין חברון א חשבון פון 86 יאר,


ראוי לציין לרמב"ן בריש פר' חי שרה שחולק עם רש"י מתי היה דר בבאר שבע ומתי בחברון עיי"ש
ועוד ראוי לעורר שבשנת 70 לאברהם היה פעם הראשון שהיה בארץ ישראל דבעת ברית בין הבתרים היה אברהם אבינו שבעים שנה, ומראה ברית בין הבתרים היה בא"י.

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 8:12 pm

שמעו לי האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:חלק א'


אברהם איז אלט געווען 75 יאר ווען ער איז ארויס פון חרן (בראשית יב, ד'), ווי עס שטייט אין פסוק ואברם בן חמש שנים ושבעים שנה בצאתו מחרן. נאכער שטייט אין סוף פרשת וירא, "ויגר אברהם בארץ פלשתים ימים רבים", שטייט אין רשיז"ל אז ער האט געוואוינט אין פלשתים פאר 26 יאר, פון די 99 יאר ביז די 125 יאר, דאן האט ער זיך צוריקגעקערט קיין חברון ביז צו די מעשה פון די עקדה. נאך די עקדה האט ער געוואוינט פאר גאר א קורצע צייט אין באר שבע און דערנאך האט ער זיך ווידער צוריקערט קיין חברון און ער האט דארט געוואוינט ביז ער איז נסתלק געווארן ביי די 175 יאר. קומט אויס אז אברהם אבינו האט געוואוינט אין חברון א חשבון פון 86 יאר,


ראוי לציין לרמב"ן בריש פר' חי שרה שחולק עם רש"י מתי היה דר בבאר שבע ומתי בחברון עיי"ש

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:חלק א'
קומט אויס אז אברהם אבינו האט געוואוינט אין חברון א חשבון פון 86 יאר, דאס איז א שיינע חלק ניכר פון זיין לעבן, ספעציעל אויב מנעמט אין חשבון אז אברהם איז געווען מ"ח שנה משהיכר אז בוראו. (די חשבון פון יארן איז לויט שיטת רש"י בשם סדר עולם אבער דער רמב"ן האט אנדערע חשבונות).


ועוד ראוי לעורר שבשנת 70 לאברהם היה פעם הראשון שהיה בארץ ישראל דבעת ברית בין הבתרים היה אברהם אבינו שבעים שנה, ומראה ברית בין הבתרים היה בא"י.


ס'איז א מחלוקת הראשונים.

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

חלק ב'

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 8:21 pm

יעצט דארפן מיר וויסן וועלעכע שטאט איז דער עיר האבות? חברון אדער קרית ארבע, אפשר איז עס גאר איין זאך? לאמיר זיך צוריקערן צו אונזער היינטיגע פרשה ווי עס שטייט און פסוק (בראשית כג פסוק ב) ותמת שרה בקרית ארבע הוא חברון בארץ כנען ויבא אברהם לספד לשרה ולבכתה.

כדי דאס צו פארשטיין דארפן מיר קודם וויסן פשט אין די ווערטער "בקרית ארבע הוא חברון"

א) רשיז"ל האט געלערנט אז בעצם איז דער נאמען פון דעם שטאט "חברון" נאר עס האט געהאט א כנוי - א צונאמען קרית ארבע וועגן צוויי סיבות (1) ווייל עס האבן געוואוינט דארט פיר ריזן - ילידי הענק (2) ווייל עס ליגן דארט פיר זוגות. רש"י איז מסביר אז דער תורה זאגט אונז אז דאס וואס אסאך רופן מיטן צונאמען קרית ארבע, דאס איז באמת חברון.

ב) דער כלי יקר אויפן פלאץ און אזוי אויך שטייט און בראשית רבה (נח ד) שטייט מיט א משהו אנדיש אז דער שטאט האט בעצם געהאט פיר נעמען. ואלו הן: (1) אשכול (2) ממרא (3) קרית ארבע (4) חברון. די תורה רעכנט פשט אויס צוויי פון די פיר נעמען אנדערע פלעצער האט די תורה צוגעלייגט אויך דעם נאמען ממרא ווי עס שטייט אין פסוק (בראשית לה כז): ויבא יעקב אל יצחק אביו "ממרא", קרית הארבע הוא חברון אשר גר שם אברהם ויצחק.

ג) שטייט און א פסוק אין יהושע (טו יד) ולכלב בן יפנה נתן חלק בתוך בני יהודה אל פי ה' ליהושע את קרית ארבע אבי הענק היא חברון, זאגט אויף דעם דער מצודות כהאי לישנא: אבי הענק" - רצה לומר "ארבע היה אבי הענק" רצה לומר הגדול שבענקים. דאס הייסט דער פאטער פון די ענקים - דער גרעסטער פון די ענקים הייסט "ארבע" און וועגן דעם הייסט דאס קרית ארבע - די שטאט פון ארבע אבער דער ריכטיגער נאמען איז חברון. אביסל נאנטער ברענגן צום היינטיגן מציאות, למשל: אזוי-ווי א נאמען פון א קאנטרי איז בעצם sunshine estates אבער דער בעל הבית הייסט רוזענבערג און דער עולם רופט דאס רוזענבערג'ס קאנטרי. רוב ראשונים לערנען אזוי פשט ובתוכם דער דעת בעל זקינים מבעלי תוספות, חזקוני, רשב"ם, אבן עזרא און נאך ראשונים. פארוואס האט רשיז"ל נישט געוואלט אזוי לערנען? קוקט אריין אין פרשת וישלח (לה כז) און איר וועט זעהן ווי רש"י איז דארט מסביר אז עס שטימט נישט מיטן לשון הדקדוק עיי"ש, מיט די רש"י אין וישלח ווערט עטוואס פארענפערט די קשיא פונעם ר"א מזרחי דא אויפן פלאץ עיי"ש.

ד) נאך א פשט, עס האט קודם געהייסן קרית ארבע און דערנאך האט מען געביטן דעם נאמען אויף חברון.

העי פאליטקלי, אלעס האט א שיעור דו מיזט נישט זאגן טויזענט פשטים ווייל דו האטס אפגעמאכט צו מאכן א בראטל פון דעם "קרית ארבע - חברון" דו קריכסט אויף גראדע ווענט.....

ניין, מיין טייערע פריינט עס איז אן אפענע פסוק און יהושע קפיטל יד' פסוק טו: ושם חברון "לפנים" קרית ארבע האדם הגדול בענקים הוא והארץ שקטה ממלחמה: דער תרגם שרייבט: ושום חברון מלקדמין קרית ארבע. דער ארבע - דער טאטע פון די ענקים האט עס אזוי גערופן און שפעטער האט מען עס געביטן אויף חברון. די טייטש פונעם ווארט "לפנים" איז אזוי-ווי מען שרייבט מלפנים אב"ד......

ה) דא קומט א באמבע, קרית ארבע איז טייטש די שטאט פון ווי נישט קיין אנדערער ווי אונזער "עפרון" אזוי זאגט רבי יונתן בן עוזיאל אין פרשת דברים (א כח) אויפן פסוק אנה אנחנו עלים אחינו המסו את לבבנו לאמר עם גדול ורם ממנו ערים גדלת ובצורת בשמים וגם בני ענקים ראינו שם וזה לשון קודש הקדשים: מסמיסן ית ליבנא למימר עם רב ותקיף מננא קירוון רברבן וכריכן עד צית שמיא ואוף "בני עפרון" חמנא תמן.

ו) נאך א פשט, עס קען זיין אז עס איז צוויי שטעט נאר חברון איז דער עיקר שטאט, און קרית ארבע איז נאר די פאר שטאט ווי מען זאגט דא אין היי אונז א suburb פון חברון, וואס איז קען אפילו זיין מחובר צום עיקר שטאט חברון. היינט צוטאגס אין ארץ ישראל איז עס אזוי, עס איז דא די גרויסע שטאט חברון און נעבן דעם די שטאט קרית ארבע אבער פון דעם איז איז גאר א קנאפע ריאה זייער אסאך שטעט וואס מווייסט היינט פאר זיכער אז עס זענען נישט אויפן ריכטיגן פלאץ ווי מרופט דאס היינט א ביישפל בני ברק איז נאר לעבן די ארגינעלער בני ברק און נאך אסאך שטעט זענען אזוי.

פון ווי איז יא א שטארקע ראיה ווייל עס שטייט אין פסוק אין יהושע (כא י) ויהי לבני אהרן ממשפחות הקהתי מבני לוי כי להם היה הגורל ריאשנה: ויתנו להם את קרית ארבע אבי הענוק היא חברון בהר יהודה ואת מגרשה סביבתיה - שטייט דא אז מהאט געגעבן קרית ארבע - חברון פאר די בני אהרן, דערנאך שטייט ווייטער אין פסוק: ואת שדה העיר ואת חצריה נתנו לכלב בן יפנה באחזתו - די שדה העיר און די חצרות האט מען געגעבן פאר כלב ווייל אזוי האט דער אויבישטער צוגעזאגט. נאכדעם שטייט אין פסוק: ולבני אהרן הכהן נתנו את עיר מקלט הרצח את חברון ואת מגרשה ואת לבנה ואת מגרשה - דא שטייט אז מען האט געגעבן דעם שטאט חברון און דעם מגרש פאר אן עיר מקלט וואס גייט דא פאר? איין פסוק און צוויי פסוקים צוריק האסטו דאך שוין אויסגעטיילט דעם שטאט? נאך מער דא אין דעם פסוק האט ער שוין אויסגעלאזט דעם קרית ארבע?

די גמרא אין מסכת ב"ב (דף קכב ב) און אזוי אויך אין מסכת מכות פרעגט די קשיא. און די גמרא ענפערט: אמר אביי פרוורהא דכתיב (יהושע כא, יב) ואת שדה העיר ואת חצריה נתנו לכלב בן יפונה באחוזתו, דער רשב"ם איז מסביר דאס ווארט "פרוורהא" - כפרים ושדות שסביב להעיר חוצה למגרש. דער מהר"י ווייל אין סי' עא, גייט מיט א טריט ווייטער און זאגט: מכאן מוכח ששדה העיר והכפרים הסמוכים לה נחשבים בכלל העיר עצמה און לייגט דארט צו אפילו עס איז אינדרויסן פונעם תחום ווערן די דערפער אנגערופן על שם העיר.

מ'קען מען אפשר זאגן אז איינע פון די דערפער ארום חברון אדער אפשר גאר דער גרעסטער דארף נעבן חברון איז קרית ארבע וועגן דעם זאגט די תורה קרית ארבע הוא חברון - קרית ארבע וואס ווערט גערופן ע"ש חברון, ווייל דאס איז דער שטאט אין געגענט.

מ'קען אויך מסביר זיין פשט אין פסוק ושם חברון "לפנים" קרית ארבע האדם הגדול בענקים הוא אז "לפנים" מיינט א פאר שטאט. דאס קען אויך זיין א תירוץ אויף רש"י'ס קשיא אין וישב: והלא חברון בהר שנאמר (במדבר יג) ויעלו בנגב ויבא עד חברון? תירוץ עיקר חברון איז אויף א בארג אבער נישט די שטעטלאך ארום. א שטיקל דוחק, אבער מזאגט דאך נאך משמיה דהחת"ס אז רוב דוחקים זענען אמת.

לולא דמסתפינא וואלט איך געבויעט א גאנצן בנין אויף דעם יסוד, אבער איך בין דאך יא מסתפינא פון די דברי הראשונים ואחרונים נ"ע.

מורי ורבותי פארוואס האט מיר אזוי געדריקט צו זאגן דעם דאזיגן פשט?

א) רשיז"ל'ס פשט איז על דרך דרש, נישט על דרך פשט כמבואר בהר"א מזרחי, עס איז דא נאך קשיות ועיין בחומש לקט בהיר.

ב) דעם ילקוט מיטן רבה'ס פשט, איז שווער אויב האט עס פיר נעמען פארוואס האט די תורה פונקט אויסקליבן די צוויי פון די פיר נעמען? דער כלי יקר פארענפערט די קשיא אבער עס איז ווייטער על דרך דרש, עיי"ש.

ג) אויף די ראשונים'ס פשט איז שווער רש"י קשיא אז עס שטימט נישט מיטן לשון הדקדוק.

ד) די פסוק אין יהושע איז שווער אויב האט עס קודם געהייסן קרית ארבע און יעצט הייסט עס חברון וואלט פונקט פארקערט געדארפט שטיין חברון - וואס מען רופט היינט חברון הוא קרית ארבע פון אמאל.

ה) אויפן תרגם יונתן בן עוזיאל פשט איז שווער די זעלבע קשיא וואס איז שווער אויף די ראשונים'ס פשט קשיא אז עס שטימט נישט מיטן לשון הדקדוק.

ו) יעצט זאל דער עולם אפפרעגן מיין פשט, איך וועל נהנה זיין דערפון, ווייל איך נישט מיין פשט זאל זיין בעסער ווי די פריערדיגע.

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 10:24 pm

א PDF ארויסצופרינטן.
צוגעלייגטע
קרית ארבע אדער חברון.pdf
(185.91 KiB) דאונלאודעד 113 מאל

באקסער בוים
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 11:32 pm

זייער שיין הרב פאליטקלי, שוין די צווייטע וואך מיט א שיין שטיקל אויף די סדרה
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 6:59 am

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:א PDF ארויסצופרינטן.

ביסט א צדיק!!
איזי

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 10:08 am

א דאנק פאר די פידבעק אין ברבים און פריוואט. איך האב הנאה ווי דער עולם אינטערסירט תורה.

לאמיר עפעס מוסיף זיין.

עס איז אינטערסאט צו צוברענגען דעם אויבערמאנטן בראשית רבה אין פרשת נח, אינעם פולען טעקסט, דער מדרש רבה ברעגט דארט 9 זאכן וואס עס איז געווען די נומער 4 אין שטאט קרית ארבע: ותמת שרה בקרית ארבע: (א) ארבעה שמות נקראו לה אשכול וממרא קרית ארבע חברון, ולמה הוא קורא אותה קרית ארבע? (ב) שדרו בה ד' צדיקים ענר אשכול וממרא אברהם (ג) ונמולו בה ד' צדיקים אברהם ענר אשכול וממרא. (ד) ד"א קרית ארבע שנקברו בה ד' צדיקים אבות העולם אדם הראשון אברהם יצחק ויעקב (ה) ד"א שנקברו בה ד' אמהות חוה ושרה ורבקה ולאה (ו) ועל שם בעליה שהן ד' ענק וג' בניו (ז) אמר רבי עזריה שמשם יצא אבינו אברהם שרדף אחרי ארבע מלכיות קוזמוקרטורין, (ח) שהוא עולה בקרנסין של ד' 1) בתחלה ליהודה 2) ואחר כך לכלב 3) ואח"כ ללוים 4) ואחר כך לכהנים, (ט) והוא אחד מד' מקומות מגונים שבא"י ואלו הן: ר' יצחק ורבנן רבי יצחק אמר דור ונפת דור תמנת סרח וחברון ורבנן אמרי דנה וקרית סנה ותמנת סרח וחברון.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט