קידוש מאכן פארן עולה זיין שמח"ת

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

ניס קראכער האט געשריבן:מיר האבן עולה געווען דאס יאר פארן דאווענען
אין געמאכט קידוש פאר הקפות
איך זע א גרויסע עולם אין ביהמ"ד ווי איך דאווען טוען אזוי

אויב מיין איך אז איך ווייס ווי די האסט געדאווענט, געדענק איך נאך ווען עס פלעגט נישט זיין אזוי.

סיי יעדער האט עולה געווען בשעת אדער נאך הקפות. און סיי קיינער פלעג נישט קידוש מאכן. (עכ״פ נישט אז אנדערע האבן געוויסט דערפון)

מיין שטעלונג האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
יליד אונגארן האט געשריבן:איך מיין אז אין רוב שולן מאכט מען נישט קידוש, א מקור ווייס איך נישט, אדרבה ווער עס ווייסט איז מכובד

שמיני עצרת - שמחת תורה - יחידא שלים - לבל יתערב זר בשמחתינו, והמבין יבין.

פון ר''ר אלימלך.

אבער ער רעדט זיכער נישט פון קידוש מאכן. ר''ר אלימלך האט נישט קידוש געמאכט גאנץ שמיני עצרת און שמחת תורה?

איך גלייב נישט אז די רבי ר׳ אלימלך האט קידוש געמאכט פאר מען האט גע׳ענדיגט דאווענען.

דאס ״לבל יתערב זר״ מיינט נישט (ווי איך פארשטיי) די גאנצע טאג, נאר ביז נאכן סוף דאווענען/הקפות ועד בכלל.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

שבתי בוים האט געשריבן:שאלה איז צו פאר קריאת התורה איז דא א חיוב קידוש און אן א חיוב קידוש קען מען נישט יוצא זיין. די וואס טרינקען קאווע פאר קריאת התורה איז ווייל זיי נעמען אן סנאכנישטא קיין חיוב קידוש( כן נאמרה מ'שמיה דהגה'ק משינאווע זצ'' ל)
פאר'ן דאווענען איז זיכער נישטא קיין חיוב קידוש און דאס וואס מ' טאר נישט עסן איז ווייל מטאר נישט עסן פאר'ן דאווענען.

עס איז נישט קיין שאלה עס איז דא איין חיי אדם מיין איך וואס האלט אז נישט אבער קיינער האט עס נישט אנגענומען.
נאר ביי שופר טוט זיך צו מען איז שוין מחיוב ווייל מען טאר דאך נישט עסן פאר שופר.
און אזוי פעלגט מען טוען אלע יארן פאר גרויסע דיינים ומעולם לא שעמנו אז איינער זאל זאגן א ווארט דערקעגן.
נאך דעם דו האסט שוין געזען איינעם טרינקען קאווע פארן ליינען אן קידוש ח"ו?
דו מישסט מיט פאר תקיעות שופר
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

ר' יום טוב האט געשריבן:ב"ה.

דאס קידוש מאכן פאר די הקפות איז א בלויזע פועל יוצא פון די מנהג פון שטיין אין די ליניע עולה צו זיין שמח"ת אינדערפרי פארן (אדער אינמיטן...) דאווענען ביי א שתי-שערות בעל קורא איבערן פראוויזארישן טלית-באלעמער, אנע ששה עונים. איינמאל מען האט שוין מקיים געווען די דאזיגע "מצות היום" איז מען דאך פריי קידוש צו מאכן, און זיך איינהאנדלען א חתן בראשית...

ווי אויך איז דאס א רעזולטאט פון פראווען גאר לאנגע ענדלאזע הקפות ביז אין די גאר שפעטע נאכמיטאג שטונדן. אמאל פלעגט מען ענדיגן שפעטסטענס 3 אזייגער.עס איז אבער אן ערשיינונג פון די לעצטע פאר יאר אז יעדער שולכ'ל פראבירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט פארשידענע סארט פראגראמען, קינדער נאשערייען און מאדנע טענץ חדשים לבקרים אשר לא שערום אבותינו. מען מאכט דעם עיקר פארן טפל און דעם טפל פארן עיקר. ווייניג ווייסן אז דער עיקר מנהג הקפות איז, אז ווען מען נעמט ארויס די ספרי תורה צו קריאת התורה גייט מען ארום 7 מאל די בימה מיט טענץ און געזאנג. דאס איז דאך די פשט פון אתה הראת, עס איז נישט א ספעציעל פארפאסטער הקפה-פזמון, מען נעמט ארויס די ספרי תורה צום לייענען. (עס איז א באזונדערע שמועס וויאזוי דער מנהג איז אנגענומען אז מען טאנצט אויך ביינאכט)

און דער אמת איז, אז ס'פאראן פילע חילוקים פונעם נישט ווייטן אמאל ביז היינט אינעם גאנצן סדר התפילה פון גאנץ חודש תשרי, א זאך וואס פאדערט זיך א באזונדערן אנאליז.

נארישקייטן!! עס איז קלאר יא אן ענין צו טאנצן, און דוקא יא מאריך זיין.

1) עס ווערט געברעגט פון הרה״ק רבי פינחס מ׳קאריץ אז זיינע הקפות האבן גענומען באלד א שעה יעדעס איינע.

2) די ישמח ישראל שרייבט אויף די הקפות: ״כמה שיתארך יותר, ישפע יותר״. די הערסט ווערטער. ווי לענגער עס נעמט, אלץ מער השפעה קומט פון הימל. און פארשטייט זיך אז מען טאנץ לאנג איז שוין די צווייטע הקפה שווערער, און די דריטע נאך שווערער, וכו׳ און אזוי קומען אראפ השפעות אלץ מער און מער. אבער אז מען זיכט עס אפצו׳פטר׳ן און אפאר מינוט, וואס קען מען שוין ערווארטן.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

תענית חלום האט געשריבן:
מיין שטעלונג האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
יליד אונגארן האט געשריבן:איך מיין אז אין רוב שולן מאכט מען נישט קידוש, א מקור ווייס איך נישט, אדרבה ווער עס ווייסט איז מכובד

שמיני עצרת - שמחת תורה - יחידא שלים - לבל יתערב זר בשמחתינו, והמבין יבין.

פון ר''ר אלימלך.

אבער ער רעדט זיכער נישט פון קידוש מאכן. ר''ר אלימלך האט נישט קידוש געמאכט גאנץ שמיני עצרת און שמחת תורה?

איך גלייב נישט אז די רבי ר׳ אלימלך האט קידוש געמאכט פאר מען האט גע׳ענדיגט דאווענען.

דאס ״לבל יתערב זר״ מיינט נישט (ווי איך פארשטיי) די גאנצע טאג, נאר ביז נאכן סוף דאווענען/הקפות ועד בכלל.

מען פלעגט יא קידוש מאכן פאר די הקפות, פאר א סיבה דוכנ'ט מען ביי שחרית, און אויף דעםן האט די ר' ר' אלימלך געזאגט אז נישט מער ווי א רביעות.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

תענית חלום האט געשריבן:
מיין שטעלונג האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
יליד אונגארן האט געשריבן:איך מיין אז אין רוב שולן מאכט מען נישט קידוש, א מקור ווייס איך נישט, אדרבה ווער עס ווייסט איז מכובד

שמיני עצרת - שמחת תורה - יחידא שלים - לבל יתערב זר בשמחתינו, והמבין יבין.

פון ר''ר אלימלך.

אבער ער רעדט זיכער נישט פון קידוש מאכן. ר''ר אלימלך האט נישט קידוש געמאכט גאנץ שמיני עצרת און שמחת תורה?

איך גלייב נישט אז די רבי ר׳ אלימלך האט קידוש געמאכט פאר מען האט גע׳ענדיגט דאווענען.

דאס ״לבל יתערב זר״ מיינט נישט (ווי איך פארשטיי) די גאנצע טאג, נאר ביז נאכן סוף דאווענען/הקפות ועד בכלל.

געהערט פון א אדם חשוב אז מען טרינקט נישט ברוינפן שמחת תורה ביז נאך די הקפות פון בייטאג. דהיינו אויף קידוש צו מאכן ״נאך מוסף״...
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

תענית חלום האט געשריבן:
מיין שטעלונג האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
יליד אונגארן האט געשריבן:איך מיין אז אין רוב שולן מאכט מען נישט קידוש, א מקור ווייס איך נישט, אדרבה ווער עס ווייסט איז מכובד

שמיני עצרת - שמחת תורה - יחידא שלים - לבל יתערב זר בשמחתינו, והמבין יבין.

פון ר''ר אלימלך.

אבער ער רעדט זיכער נישט פון קידוש מאכן. ר''ר אלימלך האט נישט קידוש געמאכט גאנץ שמיני עצרת און שמחת תורה?

איך גלייב נישט אז די רבי ר׳ אלימלך האט קידוש געמאכט פאר מען האט גע׳ענדיגט דאווענען.

דאס ״לבל יתערב זר״ מיינט נישט (ווי איך פארשטיי) די גאנצע טאג, נאר ביז נאכן סוף דאווענען/הקפות ועד בכלל.

יא ביז נאך די הקפות נאך מוסף דארף מען טרינקען וויין אלץ שמחות יו"ט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ר' יום טוב האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:ר' יו"ט איר זענט זיך טועה מיטן באדייט פון שמחת תורה, דאס איז קלאר אז ס'איז נישט קיין פשוטע ארום גיין די בימה 7 מאל, ס'איז דירעקט יא אן ענין זיך ווי מער משמח זיין מיט די תורה און מיט דעם נותן התורה וכך נהגו אבותינו ורבותינו.

ריכטיג, אבער עס ווענד זיך וויאזוי מען איז זיך משמח.
איך צו בלויז דעם פאראלעל פון דעם סטאנדארד יעצט, ביז צו מיט א +20 יאר צוריק. איך בין נישט אין די מוט אריינצוגיין אין דעטאלן.

די גאנצע ארום גיין די בימה איז משום שמחה עיין במקור המנהג דברי הרמ"א
וְעוֹד נוֹהֲגִין בִּמְדִינוֹת אֵלּוּ לְהוֹצִיא בְּשִׂמְחַת תּוֹרָה עַרְבִית וְשַׁחֲרִית כָּל סִפְרֵי תּוֹרָה שֶׁבַּהֵיכָל וְאוֹמְרִים זְמִירוֹת וְתִשְׁבָּחוֹת, וְכָל מָקוֹם לְפִי מִנְהָגוֹ. וְעוֹד נָהֲגוּ לְהַקִּיף עִם סִפְרֵי הַתּוֹרָה הַבִּימָה שֶׁבְּבֵית הַכְּנֶסֶת, כְּמוֹ שֶׁמַּקִּיפִים עִם הַלּוּלָב, וְהַכֹּל מִשּׁוּם שִׂמְחָה.
די גאנצע הקפות איז משום השמחה נישט די שמחה איז א חלק פון די הקפות.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

רחש לבי האט געשריבן:די מנהג בפשטות לענ״ד איז אז פונקט וואו מ׳עסט נישט עפ״י הלכה פאר א מצוה וואו נר חנוכה, קריאת מגילה, תקיעת שופר, נטילת לולב וכו׳ איז דאס אויך אין דעם כלל, כאטש עס איז נאר א מנהג להרבות בשמחת התורה און נישט קיין חיוב עולה צו זיין.
קיין מקור ווייס איך נישט אבער שוין געזעהן זיך אזוי פירען.

וואס האט א ענין / מנהג מיט א חיוב פאר א חיוב טאר מען נישט עסן
און פאר א מנהג מעג מען קלאר יא.
בערך וואו דו זאלסט זאגן אז מען טאר נישט עסן ערב פסח פארן מצות באקן.
[לגבי עסן פאר הקפות האב איך אמאל געזען א סברה אז נישט אבער איך געדענק נישט וואו,
וצא ולמד מאי עמא דבר, אבער וועגן עולה זיין?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:שאלה איז צו פאר קריאת התורה איז דא א חיוב קידוש און אן א חיוב קידוש קען מען נישט יוצא זיין. די וואס טרינקען קאווע פאר קריאת התורה איז ווייל זיי נעמען אן סנאכנישטא קיין חיוב קידוש( כן נאמרה מ'שמיה דהגה'ק משינאווע זצ'' ל)
פאר'ן דאווענען איז זיכער נישטא קיין חיוב קידוש און דאס וואס מ' טאר נישט עסן איז ווייל מטאר נישט עסן פאר'ן דאווענען.

עס איז נישט קיין שאלה עס איז דא איין חיי אדם מיין איך וואס האלט אז נישט אבער קיינער האט עס נישט אנגענומען.
נאר ביי שופר טוט זיך צו מען איז שוין מחיוב ווייל מען טאר דאך נישט עסן פאר שופר.
און אזוי פעלגט מען טוען אלע יארן פאר גרויסע דיינים ומעולם לא שעמנו אז איינער זאל זאגן א ווארט דערקעגן.
נאך דעם דו האסט שוין געזען איינעם טרינקען קאווע פארן ליינען אן קידוש ח"ו?
דו מישסט מיט פאר תקיעות שופר

אסאך פוסקים האלטן אז פאר מוסף איז נישט דא קיין חיוב קידוש ראה להלן מפסקי תשובות, דער חיי אדם האלט דוקא נישט אזוי (אין כלל ו' י"ט)
אטעטשמענטס
פסקי תשובות1.JPG
פסקי תשובות1.JPG (40.92 KiB) געזען 3818 מאל
פסקי תשובות2.JPG
פסקי תשובות2.JPG (61.2 KiB) געזען 3818 מאל
פסקי תשובות3.JPG
פסקי תשובות3.JPG (55.25 KiB) געזען 3818 מאל
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

המשך
אטעטשמענטס
פסקי תשובות4.JPG
פסקי תשובות4.JPG (68.75 KiB) געזען 3818 מאל
פסקי תשובות5.JPG
פסקי תשובות5.JPG (23.65 KiB) געזען 3818 מאל
פסקי תשובות6.JPG
פסקי תשובות6.JPG (46.54 KiB) געזען 3818 מאל
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
מיין שטעלונג האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
יליד אונגארן האט געשריבן:איך מיין אז אין רוב שולן מאכט מען נישט קידוש, א מקור ווייס איך נישט, אדרבה ווער עס ווייסט איז מכובד

שמיני עצרת - שמחת תורה - יחידא שלים - לבל יתערב זר בשמחתינו, והמבין יבין.

פון ר''ר אלימלך.

אבער ער רעדט זיכער נישט פון קידוש מאכן. ר''ר אלימלך האט נישט קידוש געמאכט גאנץ שמיני עצרת און שמחת תורה?

איך גלייב נישט אז די רבי ר׳ אלימלך האט קידוש געמאכט פאר מען האט גע׳ענדיגט דאווענען.

דאס ״לבל יתערב זר״ מיינט נישט (ווי איך פארשטיי) די גאנצע טאג, נאר ביז נאכן סוף דאווענען/הקפות ועד בכלל.

יא ביז נאך די הקפות נאך מוסף דארף מען טרינקען וויין אלץ שמחות יו"ט

געווען פלעצער ווי מען האט געמאכט קידוש שבת און יום טוב אידערפרי אויף ברוינפן אדער מעעד. מן הסתם ווייל אינדערהיים אין יוראפ איז וויין געווען טייער, אבער מען האט למעשה אזוי געטוהן.
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

מר' אפרים גרינבלאט ז"ל
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 23&hilite=
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

תענית חלום האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:מיר האבן עולה געווען דאס יאר פארן דאווענען
אין געמאכט קידוש פאר הקפות
איך זע א גרויסע עולם אין ביהמ"ד ווי איך דאווען טוען אזוי

אויב מיין איך אז איך ווייס ווי די האסט געדאווענט, געדענק איך נאך ווען עס פלעגט נישט זיין אזוי.

סיי יעדער האט עולה געווען בשעת אדער נאך הקפות. און סיי קיינער פלעג נישט קידוש מאכן. (עכ״פ נישט אז אנדערע האבן געוויסט דערפון)

זייט איך קען דעם ביהמ"ד טוט מען אזוי
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: קידוש מאכן פארן עולה זיין שמח"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער..

יעצט פארשטיי איך גוט וואס דער רבי ר' אלימלך האט געמיינט "לבל יתערב זר בשמחתנו"
אטעטשמענטס
51F0EC72-C032-48F0-89F3-EE22D3CF8CE0.jpeg
51F0EC72-C032-48F0-89F3-EE22D3CF8CE0.jpeg (348.76 KiB) געזען 933 מאל
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

ווערעצקי האט געשריבן:
Untitled.gif

וואס האט דאס מיט שמחה"ת??
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער..

יעצט פארשטיי איך גוט וואס דער רבי ר' אלימלך האט געמיינט "לבל יתערב זר בשמחתנו"

כידוע וואס דער פורים רב הידוע האט געענטפערט פארן רבי'ן ביים טאנצן מיט א באטל ברוינפן שמחת תורה, יעדער טאנצט מיט וואס ער האט די מערסטע ליב...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: קידוש מאכן פארן עולה זיין שמח"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

בענין דברי ר"ר אלימלך לבל יתערב זר בשמחתינו רעדט מען דייקא בעת הסעודות שלא ישתו מידי דמשכרי חוץ מהמחויב לקידוש ורביעית לשמחת יום טוב כמבואר בשער יששכר
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

Mezofzef האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:
Untitled.gif

וואס האט דאס מיט שמחה"ת??

עס האט אזויפיהל, אז דאס ליינען פארן דאווענען - און עולה זיין - האט נישט קיין שום היתר, קיין שום מקור. אויב ווילט איר קידוש מאכן תיכף פאר די הקפות, פרעגט א מורה הוראה צו מען מעג עולה זיין לתורה נאכן טרינקן משקה המשכר, אבער עולה זיין פארן דאווענען האט נישט קיין שום פשט.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: קידוש מאכן פארן עולה זיין שמח"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

וואס איז דער פארגלייך פון ב' וה' צו שמח"ת?
פוצה פה ומצפצף
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: קידוש מאכן פארן עולה זיין שמח"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

איז דא אן איסור עולה צו זיין נאכן טרינקן ברוינפען? איך רעד נישט פון איינער וואס קען שוין נישט וואקן גראד
ביי הלכות תפילה זאגט די תניא הכל לפי השותה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: קידוש מאכן פארן עולה זיין שמח"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

ביי אינז האט מען קידוש געמאכט פאר די הקפות אויף יין שרף אוי האט מען געשפרינגען נאכדעם פאר 4 שעה דערנאך אהיים צי די סעדות יום טוב אין מסיים געוועזען 2 באטלעך וויין משום שמחות יום טוב
איך האב נישט קיין אהנוג פין וועלעכע מנהג די עולם רעד דא, כך מקובלני מאבתי
מיין טאטע טיט דאס נאך יעדע יאר ער איז איבער די 60....

אגב די סוכה שוין אוועגעלייגט ב"ה
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

ווערעצקי האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:
Untitled.gif

וואס האט דאס מיט שמחה"ת??

עס האט אזויפיהל, אז דאס ליינען פארן דאווענען - און עולה זיין - האט נישט קיין שום היתר, קיין שום מקור. אויב ווילט איר קידוש מאכן תיכף פאר די הקפות, פרעגט א מורה הוראה צו מען מעג עולה זיין לתורה נאכן טרינקן משקה המשכר, אבער עולה זיין פארן דאווענען האט נישט קיין שום פשט.

כאילו דאס ליינען עטליכע מאל פאר די זעלבע 10 מענטשן האט יא א היתר און מקור. איינמאל מען האט געהערט די חמשה קרואים און מפטיר טאר מען שוין נישט איבערליינען נאכאמאל מיט א ברכה און עליות נאר פאר א פרישע מנין וואס האט נאכנישט געהערט.

איך בין זיכער די פוסקים האבן שוין אויסגעארבעט א מהלך וויאזוי דאס שטימט וואס מען טוט שמחת תורה, און דאס ליינען פארן דאווענען איז פון די ווייניגער פראבלעמאטישע חלקים דערפון.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קידוש מאכן פארן עולה זיין שמח"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער..

יעצט פארשטיי איך גוט וואס דער רבי ר' אלימלך האט געמיינט "לבל יתערב זר בשמחתנו"

קענסט אריינקוקן אין שו"ע און אין אלע ספרי הפוסקים, דער בילד - בזעיר אנפין, עס איז דאך נישט געווען אזא שפע ווי היינט - האט זיך אפגעשפילט אין אלע קהילות בתפוצות ישראל אין שמחת תורה, להרבות השמחה וכו'

דער רר"א האט דאס נישט אריינגעשטעלט אין צעטל קטן... דאס איז געווען ווארשיינליך בעיקר פאר די תלמידים און די בני עליה אז מען קען זיך באגיין אן דעם אויך, אנדערש ווי פורים ווען עס איז א חיוב

קען זיין עס איז געווען הויפן און צדיקים וואס האבן דאס יא אויסגעטייטשט ווי א הוראה פאר אלע חסידים. אין אנדערע מקומות איז געווען אנדערש.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

Programming האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:
Untitled.gif

וואס האט דאס מיט שמחה"ת??

עס האט אזויפיהל, אז דאס ליינען פארן דאווענען - און עולה זיין - האט נישט קיין שום היתר, קיין שום מקור. אויב ווילט איר קידוש מאכן תיכף פאר די הקפות, פרעגט א מורה הוראה צו מען מעג עולה זיין לתורה נאכן טרינקן משקה המשכר, אבער עולה זיין פארן דאווענען האט נישט קיין שום פשט.

כאילו דאס ליינען עטליכע מאל פאר די זעלבע 10 מענטשן האט יא א היתר און מקור. איינמאל מען האט געהערט די חמשה קרואים און מפטיר טאר מען שוין נישט איבערליינען נאכאמאל מיט א ברכה און עליות נאר פאר א פרישע מנין וואס האט נאכנישט געהערט.

איך בין זיכער די פוסקים האבן שוין אויסגעארבעט א מהלך וויאזוי דאס שטימט וואס מען טוט שמחת תורה, און דאס ליינען פארן דאווענען איז פון די ווייניגער פראבלעמאטישע חלקים דערפון.

ז"ל הרמ"א (או"ח סי' תרס"ט ס"א): ונהגו עוד, להרבות הקרואים לספר תורה, וקורים פרשה אחת הרבה פעמים, ואין איסור בדבר (מנהגים, וריב"ש סי' פ"ד).
גענוג א היתר און מקור?

יעצט ברענג א היתר און מקור אויף ליינען שמחת תורה פארן דאווענען.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”