וואס די איז די שיעור האתרוג? וויאזוי מעסט מען עס און פראקטיק? דארף מען ביי א אתרוג אויך מחמיר זיין אז "נתקטנו הביצים"?
שיעור: מ'נעמט אן אזוי ווי רבי יהודה (סוכה ל"ד:) אז די שיעור בקוטנו איז לכל הפחות כשיעור גודל "ביצה" (זעה או"ח תרמ"ח סכ"ב). ווייל געווענדליכע אתרוגים זענען אזוי ווי א ביצה און ארויף און א אתרוג וואס איז ווייניגער איז נאכנישט "נגמר הפרי", און די תורה פארלאנגט ס'זאל זיין נגמר הפרי.
למעשה אז אתרוג וואס האט א שיעור ביצה אפילו מ'האט עס אראפגענומען פאר ס'געווען נגמר בישולו, איז עס כשר.
די פוסקים שרייבן א פחות מביצה איך אויך א חסרון אין "הדר".
ס'כאפט א נפק"מ אויב ס'האט געהאט א שיעור און ס'איז געווארען נצטמק, לויט די טעם פון גמר פירי איז עס כשר, אבער וויבאלד ס'איז אויך א חסרון אין הדר איז עס פסול (זעה בה"ל שם בשם ח"א, ובפמ"ג נסתפק בזה).
הידור מצוה- עד שליש
אפילו א אתרוג איז כשר כשיעור "ביצה" איז דא א "הידור מצוה" צו נעמען א גרעסערע (סי' תרנ"ו). און אויף דעם זאגט די גמ' (ב"ק ט:) "הידור מצוה עד שליש", אז מ'זאל מוסיף זיין ביז א שליש מער כדי צו קויפן א גרעסערע אתרוג, ממילא אויב איינער האט געקויפט א אתרוג וואס איז כביצה מצומצמת און ער טרעפט נאכדעם א גרעסערע און ער קען אויפטוישן די ערשטע און ס'וועט אים נישט קאסטן מער ווי א שליש מער, איר ער מחיוב אלס הידור מצוה (עי' בש"ע שם שי"א שזה רק אם בתחלה מוצא לקנות ב' אתרוגים צריך להרבות בעד ההדור שליש, אבל לא כשכבר קנה).
לויט די דעה איז נישט קלאר וויפיל גרעסער דער אתרוג זאל זיין.
אבער תוס' אין ב"ק לערנט פשט אין "עד שליש", אז מ'זאל קויפן א אתרוג ביז א דריטל גרעסער פון א ככיצה. דאס הייסט אז אפילו מ'האט א אתרוג וואס איז נישט ביצה מצומצמת און מ'טערעפט א אתרוג וואס כשיעור ביצה ושליש ביצה דארף מען עס קויפן.
השיעור בזמנינו
ס'איז באקאנט וואס דער נו"ב שרייבט (באמת שטייט עס שוין פון פריערדיגע אבער ס'איז בעיקר מיוחס צום נו"ב, און לעצטענס צום חזו"א) אז "נתקטנו הביצים" עד חצין, און לויט דעם דארף מען ביי אלע שיעורי תורה וואס זענען תלוי אין די שיעור ביצה מעסטן כשיעור כפול.
אבער לענין אתרוגים שרייבט דער חתם סופר (שו"ת או"ח סי' קפ"א) אז ס'איז גענוג כשיעור ביצה שבזמנינו, עי"ש טעם החילוק. בתו"ד שרייבט ער:
וא"כ לענינינו ראוי לומר כי הכל לפי הזמן, אם נשתנו הביצים גם האתרוגים נשתנו, ולפי תכלית גמר גידולי האתרוגים שבזמנינו ככה יהי' שליש או חצי גמרם שראוי להקרא פרי לענין הכמות כשיהיה כביצה שבזמנינו, וכך יפה לנו שלא להבעית את ישראל בחדשות שלא שערו אבותינו, ומלתי כבר אמורה החדש אסור מן התורה בכל מקום.
הפלא ופלא, דער כלל פון "חדש אסור מן התורה" לקולא נאמרה!
ולבסוף מסיים:
.מ"מ בהא סלקינן דנראה דהכל לפי הזמן, ואם הגאון הצל"ח אמר להחמיר, מ"מ להורות לאחרים לאסור להו ולבטל נמי ממצות עשה של אתרוג במידי דלא ברירא לן לא נראה לי, דאם אין האיסור ברור כאחותו שהיא אסורה לא נאמרה, והלל אמר הנח להם לישראל אם אינם נביאים בני נביאים הם, ומכ"ש בשיעור אתרוג דלא כתיב אלא פרי וכמו שכתבתי לעיל גם הצל"ח מודה לפע"ד
און אזוי שרייבן נאך אחרונים (שו"ת חסד לאברהם שו"ת בית שלמה).
דער ביאור הלכה ברענגט פון ביכורי יעקב אז ס'איז יא ראוי לכתחלה מחמיר צו זיין צו נעמען כשיעור הכפול, דאס הייסט א אתרוג וואס איז גרויס כשיעור ב' ביצים.
השיעור לפי מדות זמנינו
שיעור ביצה איז לויט די היינטיגע נעמען, אין ארץ ישראל און יוראפ: 50 סמ"ק [סענטי מעטער קיוביק] וואס איז די זעלבע ווי 50 ML, און שיעור הכפול דאס הייסט לויטן נו"ב, איז 100 סמ"ק.
און אמעריקא מעסט מען דורך fl oz. פלויאד אונסעס, 1 אונס איז 29.5735 מ.ל.
אזוי ווי דער שיעור אתרוג - כביצה איז דאך 50 סמ"ק - מ.ל. קומט אויס אז די שיעור אתרוג איז 1.6907 פלויאד אונס.
קומט אויס אויב איינער לייגט אריין א אתרוג אין א כלי מיט וואסער און ס'רינט ארויס וואסער כשיעור 1.7 פלויאד אונס האט ער זיכער א שיעור כביצה, לויט די וואס האלטן אז מ'דארף מחמיר זיין ביי אתרוג אויך כשיעור הכפול, דארף עס האבן כשיעור 3.4 פלויאד אונסעס.
זע שפעטער אז מ'דארף אביסל צולייגן צוליב די "קליפה" פון די ביצה. וואס דאן קומט עס אויס בערך 57 מ.ל. וואס קומט אויס 1.9274 פלויאד אונסעס.
מעסטען לויט די וואג- ומשקל הסגולי
כיודע אז די אלע שיעורי תורה זענען מדת "נפח" - "VOLUME", די נפח איז שווער צו מעסטן, ובפרט פון א זאך וואס איז נישט גראד אויף אלע זייטן. אבער די וואג איז גרינגער, די שאלה איז וויאזוי קאנווערט מען פון נפח צו משקל, אויף דעם איז דא די מעטריק סיסטעם, דהיינו ביי וואסער (וואס איז נישט קאלט און נישט הייס) אי די נפח די זעלבע ווי די וואג, דאס הייסט אז 1 סמ"ק - מ"ל וואסער וועגט 1 גראם. במילא ביי וואסער קען מען וואוסען די שיעור הנפח דורך זיין וואג, אבער וואס טוט זיך מיט אנדערע זאכן?
דער ענטפער פאר דעם איז, אז מ'וועגט אפ די זאך וואס מ'וויל וויסן דעם שיעור נפח קעגן וואסער, און מ'זעט צו ס'איז גרינגער אדער שווערער פון די וואסער און לויט דעם מעסט מען, אויב זעט מען אז די זאך זינקט איין אין וואסער איז די פשט אז ס'וועגט מער ווי וואסער ממילא דארף מען צו לייגן צו די שיעור וואג פון די וואסער, אויב זעט מען אז ס'זינקט נישט איין אין די וואסער נאר אביסל, איז א סימן אז ס'וועגט אייניג צו וואסער, ממילא איז די וואס פון די זאך גלייך צו זיין נפח.
משקל האתרוג
לגבי אתרוג שטייט אין שיעורי תורה (להגרא"ח נאה עמוד קנ"ו ועמ' ר"ל סי"ט בארוכה) אז אתרוג וועגט אביסל מער ווי וואסער, ממילא אז מרעכענט עס ווי וואסער דאס הייסט משקלו שווה לנפחו איז גוט (און ס'איז אביסל מער).
שיעור האתרוג להגרא"ח נאה
ממילא קומט אויס אז אויב וועגט דער אתרוג 50 גראם וואס איז 1.7637 אונסעס דאן איז עס א כביצה.
אבער רא"ח נאה שרייבט אז ס'דארף זיין כביצה עם קליפתה, וואס דאן קומט צו אביסל. ער שאצט עס פאר 57 גראם וואס איז 2.01062 אונסעס.
ממילא אויב וויל מען וויסן די וואג זאל מען אפוועגען דעם אתרוג, און אויב איז עס מער ווי 2.1 אונסעס האט מען זיכער שיעור "ביצה וקליפתה". און לפי שיעור הכפול (אם נחמיר באתרוג) 4.02124 אונסעס.
***
[הערה: רא"ח נאה שרייבט אז די די גדולי ספרדים פלעגן אלס משער זיין א אתרוג לויט די שיעור פון 18 "דרהם" וואס לויט רא"ח נאה איז א דרהם 3.205 גראם, ממילא שרייבט ער אז ס'קומט אויס 57.69 גראם וואס דאס איז די וואג פון ביצה בקליפתה.
אבער באמת שרייבן שוין כמה הבאים אחריו אז די משקל הדרהם איז באמת ווייניגער דהיינ 2.833 גראם בערך ממילא קומט אויס אז 18 דרהם איז 50.994 גראם וואס קומט אויס 1.79876042 אונסעס. אביסל ווייניגער ווי וואס רא"ח נאה שרייבט (רא"ח נאה איז אויך א מחמיר, כידוע, נאר כלפי דעם שיעור הכפול איז ער מקיל אז מ'רעכענט עס נישט)].
ויה"ר שלא יצא מכשול מתח"י!
חג "הדר" ושמח!