לכבוד חג הסוכות - א"ר יוסי יהא חלקי מגומרי הלל בכל יום (שבת קיח, ב)

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

לכבוד חג הסוכות - א"ר יוסי יהא חלקי מגומרי הלל בכל יום (שבת קיח, ב)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

הקדמה:

מיר זאגן הלל יעדן יו"ט ראש חודש, חנוכה און ווען דער בית המקדש איז געשטאנען האט מען דאס אויך געזאגט בשעתן מקריב זיין דעם קרבן פסח. יעצט קומט די הייליגע יו"ט סוכות וואס די בני ארץ ישראל וועלן דאס זאגן 8 מאל און די בני חוץ לארץ 9 מאל. אשר על כן, איז כדי זיך אביסל צו באקענען מיר דעם שיר וואס מיר זאגן – זינגען להודות ולשבח לא-ל יתברך.

דאורייתא אדער א דרבנן?

פון די לשון הגמרא אין מסכת ברכות (יד, א) קען מען זעהן גאנץ קלאר אז עס איז א דרבנן, די גמרא זאגט די וועטער: "קרית שמע דאורייתא פוסק, הלל ׳דרבנן׳ מבעיא"? עס איז אבער דא 4 שיטות אין דעם:

א) רמב"ם - דרבנן, ב) הלכות גדולות, ראב"ד און רבי דניאל הבבלי – דאורייתא, (דברי קבלה), ג) רמב"ן - יו"ט איז עס א דאורייתא, חנוכה א דרבנן, ד) מגיד משנה, חת"ס - חנוכה איז עס א דאורייתא, יו"ט איז עס א דרבנן.

ברכת הלל - ביחיד און בציבור

אין די משנה אין מסכת סוכה ( ג׳ יא) שטייט: מקום שנהגו וכו׳ לברך, יברך. זאגן אלע מפרשים בפה אחד - אז דאס גייט ארויף אויף די ברכה וואס מען זאגט צום סוף: "מלך מהולל בתשבחות", אבער די פאָר ברכה דארף מען על פי דין זאגן און עס איז נישט תלוי אינעם מנהג המקום.

למעשה זעהט אבער שוין פון די צייטן פון די גאונים אז גאנץ כלל ישראל האט געמאכט ביידע ברכות אין א טאג וואס מ׳האט געזאגט ׳גאנץ הלל׳, און דאס איז סיי ביחיד און סיי בציבור.

עס איז אבער דא גרויסע מחלוקת הראשונים אין א טאג וואס מען זאגט נאר ׳האלב הלל׳. מיר וועלן דורך גיין אלע שיטות:

א) מ׳מאכט בכלל נישט קיין ברכה, סיי ביחיד און סיי בציבור (מחזור ויטרי, רש"י והרמב"ם) און אזוי פירט מען זיך אין רוב ספרדישע מקומות (מחבר) (ובכמה קהילות ספרדיות, כמו מרוקו, טוניס, טורקיה, נהגו עד לאחרונה שהחזן מברך בתחילה "לקרוא את ההלל", ובסוף "יהללוך", והקהל עונה אמן ויוצא בזה ידי חובתו).

ב) מ׳מאכט א ברכה בציבור אבער נישט ביחיד (רב האי גאון, רי"ף, ר"ח, ותר"י).

ג) מ׳מאכט א ברכה סיי ביחיד און סיי בציבור (בה"ג, רי"ץ גיאת, ראב"ד, ר"ת, הרא"ש והר"ן) און אזוי פסק׳נט דער הייליגער רמ"א.

ד) מ׳זאגט בכלל נישט קיין הלל ביחידות, אין א טאג וואס מזאגט נאר האלב הלל (הרמב"ם).

און שלחן ערוך איז דא א מחלוקת צווישן ב"י און רמ"א צו מ׳מאכט א ברכה, אזוי גייט ווייטער די מחלוקה ביז די שפעטערע אחרונים.

נוסח הברכה

לויט די נוסח פון די ׳גאונים׳ (רב עמר"ם) מאכט א פאָר ברכה אשר קדשנו במצוותיו וציוונו ׳לגמור׳ את ההלל. און א נאָך ברכה אזוי-ווי מיר מאכן היינט צוטאגס

ווען מזאגט נאר האלב הלל

- האט מען זיך געפירט צו זאגן לקרוא את ההלל, ווייל מעענדיגט דאך נישט. (תוס' מסכת ברכות דף יד, א ד"ה ימים, והר"י והרא"ש והר"ן).

- עס איז דא וואס מאכן ׳לגמור׳ את ההלל אפילו ווען מ׳זאגט נאר האלב הלל (טור, ראש ואפשר שגם הראבי"ה סובר כן).

- דער מהר"ם מרוטנבורג האט מתקן געווען אז מזאל אלעמאל זאגן דוקא "לקרוא את ההלל", אפילו ווען מזאגט גאנץ הלל. די סיבה דערצו: ווייל עס קען זיין אז בטעות וועט מען אויסלאזן א ווארט קען זיין א שאלה פון ברכה לבטלה. אחינו בני ישראל מארץ הספרדים האבן אבער נישט מסכים געווען מיט די תקנה.
לעצט פארראכטן דורך פאליטקלי קארעקט אום זונטאג אקטאבער 01, 2017 1:48 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

יישר כח
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

ווער און ווען האט מען מתקן געווען צו זאגן - זינגען ׳הלל׳?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

לויט דעם רשב"ם אין מסכת פסחים (דף קי"ז, א) איז דא א שיינע צאל שיטות אין דעם:

א) רבי אליעזר, רבי יוסי ורבי אלעזר בנו: משה רבינו און די אידן ווען זיי זענען אריבערגעגאנגען דעם ים סוף.

ב) די חבירים פון רבי אלעזר: דוד המלך

ג) רבי יהודה: יהושע בון נון און די אידן, בשעת זיי האבן איינגענומען ארץ ישראל פון די כנענים

ד) רבי אלעזר המודעי: דבורה הנביאה און איר מאן ברק האבן עס מתקן געווען, ווען זיי זענען געגאנגען מלחמה האלטן קעגן סיסרא.

ה) ר' אלעזר בן עזריה: חזקיה המלך מיט זיינע מיט-העלפערס, ווען זיי זענען געגאנגען מלחמה האלטן קעגן סנחריב

ו) רבי עקיבא: חנניה מישאל ועזריה, בשעת זיי זענען געצווינגען געווארן דורך נבוכדנצר הרשע, זיך צו ביקן צום צלם.

ז) רבי יוסי הגלילי: מרדכי ואסתר, בשעת עס איז ארויס די גזירה פון המן אנטקעגן די אידן.

ח) חכמים - משה, אהרן, מרים און אלע איבריגע נביאים פון יענעם דור.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

אופן הקריאה: תקנת נביאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

א) תקנת נביאים - די סדר פון די תקנות נביאים:

1) מהאט צוטיילט דעם הלל אויף 123 חלקים און נאך יעדע חלק וואס דער שליח ציבור האט געזאגט האט דער ציבור געעפערט הללוקה (ע"פ רש"י במסכת סוכה דף לח ע"ב אולם עיין שם בתוס׳).

- פארוואס האט מען אזוי געטוען? ווייל נישט אלע האבן געקענט ליינען לשון הקודש צוליב עמי הארצות.

- וואס עפעס פונקט 123 חלקים? קעגן די יארן פון אהרן הכהן.

2) דער שליח ציבור האט געזאגט די ראשי פרקים אזוי-ווי הודו לשם כי טוב און דער ציבור האט דאס נאכגעזאגט.

- א בקי - איינער וואס געקענט אליינס זאגן הלל האט געהאט צוויי ברירות אדער טוען אזוי-מיר האבן יעצט געשריבן אדער מיטזאגן מיטן בעל תפילה.

- א אינו בקי וואס האט נישט געהאט קיין גדול פון וועם זיך צו מוציא זיין, האט געהאט א ברירה פון נעמען א בקי א קטן און נאכזאגן וואט ביי ווארט, און אזוי יוצא זיין מצוות קריאת הלל.

אין קהילת קדושות פון יהדות תימן פירט מען זיך נאך אזוי ביזן היינטיגן טאג!
לעצט פארראכטן דורך פאליטקלי קארעקט אום זונטאג אקטאבער 01, 2017 1:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

מנהג קריאת הלל בימי רבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

ב) מנהג קריאת הלל בימי רבא (לפי פי׳ רשיז"ל) - די סדר פון זאגן הלל אין די צייטן פון רבא:

דער גאנצער עולם האט צוזאמען געזאגט הלל - ווייל אלע זענען שוין בקיאים – ד"ה אלע האבן שוין געקענט ליינען לשון הקודש. אבער דאס ליינען צוזאמען איז געקומען מיט עטליכע אויסנאמען ווי פאלגאנד:

1) דער שליח ציבור האט פאָר געזאגט ׳הללוקה׳ און דער ציבור נאכגעזאגט ׳הללוקה׳.

טעם? ווייל עס איז מצווה צו ענפערן ׳הללוקה׳ אזוי-ווי מען האט עס לכתחילה מתקן געווען.

2) דער שליח ציבור האט פאָר געזאגט ׳דעם קומענדן זאץ: הללו עבדי ה' און דער ציבור נאכגעזאגט ׳הללוקה׳.

טעם? נישט צו פארגעסן די עיקר תקנה אז סיי א אינו בקי און סיי א בקי קענען יוצא זיין דורך דעם שליח ציבור.

3) דער שליח ציבור האט פאָר געזאגט די ראשי פרקים אזוי-ווי הודו לשם כי טוב און דער ציבור האט דאס נאכגעזאגט.

טעם? צו געדענקען דעם עיקר התקנה אז דער שליח ציבור האט געזאגט די ראשי פרקים אזוי-ווי הודו לשם כי טוב און דער ציבור האט דאס נאכגעזאגט. די ראשי פרקים האט מען נישט געקענט יוצא זיין דורך נאכזאגן ׳הללוקה׳.

4) דער שליח ציבור פאָרגעזאגט 'אנא השם הושיעה נא' און דער ציבור זאגט דאס נאָכגעזאגט.
טעם? א זכר צו דעם וואס א אינו בקי וואס האט נישט געהאט קיין גדול פון וועם זיך צו מוציא זיין, האט געהאט א ברירה פון נעמען א בקי א קטן און נאכזאגן וואט ביי ווארט, און אזוי יוצא זיין מצוות קריאת הלל.

5) דער שליח ציבור פאָרגעזאגט 'אנא השם הצליחה נא' און דער ציבור זאגט דאס נאָכגעזאגט.

טעם? אז מ'קען דאפאלען די פסוקים אויב מ׳וויל.

6) דער שליח ציבור האט געזאגט 'ברוך הבא השם ה׳ נא און דער ציבור זאגט דאס האט זיך נאר צוגעהערט.

טעם? אויסצולענרן אז מקען יצא זיין מיט שומע כעונה אפילו מזאגט נישט נאך (פאר איינער וואס קען דאס אויך נישט).
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

מנהג קריאת הלל היום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

ג) מנהג קריאת הלל היום - די סדר פון זאגן הלל אין די היינטיגע צייטן

1) שטיקל ביי שטיקל, נישט ממש צוזאמען.

2) דער שליח ציבור זאגט פאָר די ראשי פרקים אזוי-ווי הודו לשם כי טוב און דער ציבור זאגט דאס נאָך.

טעם? ווייל דאס איז געבליבן פון דעם מנהג פון רבא'ס צייטן

3) יאמר נא ישראל, יאמר נא בית אהרן און יאמרו נא זאגט איבער צוזאמען מיט א הודו, (תוס’ זאגט אז עס האט נישט קיין מקור אין די גמרא).

טעם? מיר האבן דעווייל נישט געפונען קיין טעם וואס מיר פארשטייען

4) פון אודך זאגט מען אלע פסוקים דאפעלט.

טעם? ווייל וויבאלד מען זעהט אז די פסוק האט געדאפלט ביז דארט, ממילא האט מען דאס שוין צוגעעענדיגט ביזן סוף קפיטל.

5) דער שליח ציבור זאגט פאָר אנא השם הושיעה נא און אנא השם הצליחה נא און דער ציבור זאגט דאס נאָך.

טעם? ווייל דאס איז געבליבן פון דעם מנהג פון רבא'ס צייטן
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

עטליכע שאלות און קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

מיר זענען איבערגעבליבן מיט עטליכע שאלות און קשיות. מיר האבן געזעהן תירוצים אדער האלבע תירוצים אויף עטליכע.

מיר ווילן הערן פונעם עולם. און אז עס וועט זיין וואס מוסיף צו זיין און אויך גענוג צייט וועלן מיר אראפברענגען תירוצים.

תוס' איז מסביר פארוואס מיר טוען נישט אזוי-ווי דער מנהג פון רבא'ס צייטן' ווייל עס שטייט אז עס איז נאר א מנהגאון א מנהג קען זיך יעדע קהלה פירן אזוי-ווי זייער מנהג

1) דער ערשטער מנהג - דער ציבור נאכגעזאגט ׳הללוקה׳ וואס מען האט זיך געפירט 'אין רבא'ס צייטן' - שטייט קלאר אז עס איז א מצוה! נישט א מנהג, פארוואס טוען מיר נישט היינט אזוי ?

2) פאוואס פירן מיר זיך היינט נאר א חלק פון רבא'ס צייטענס מנהגים? למשל מיר זאגן איבער הודו ווייל עס אנהויב פון א פרק און אזוי אויך זאגו מיר איבער אנא השם הושיעה נא. וועלעכע מנהגים זענען מיר געבליבן און פארוואס?

3) וואס איז פשט פון דעם מנהג אז מיר זאגן איבער הודו לשם ביי יאמרו נא'ס?

4) עס איז משמע אז 'אין רבא'ס צייטן' האט מען געזאגט הלל ממש צוזאמען אזוי-ווי קינדער בענטשן. פארוואס טוען מיר נישט היינט אזוי?
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

ווער עס קען זאל ביטע עס צוזאמען נעמען און ארויפלייגן אויף א פי. די. עף.

גרעיטלי עפרישיעיטעט! ולמצווה יחשב
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

נאדיר..
אטעטשמענטס
יהא חלקי מגומרי הלל.pdf
(41.12 KiB) געווארן דאונלאודעד 170 מאל
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

רב נודה לך,

יישר כח פאר די שיינע ארבעט, איר זאלט זיין געבענטשט מיטן אלעם גוטן!
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

ארויף לקראת חג האסיף.

א גוט יו"ט!
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”