הפטרת חנה - יום א' דראש השנה

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

הפטרת חנה - יום א' דראש השנה

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 3:42 pm

דרשה נפלאה בענין שמחה בראש השנה והפטרת חנה במשנת מרן רבינו החתם סופר זצ"ל, מאת הרה"ג ר' נפתלי אונגאר שליט"א.

https://www.dropbox.com/s/l6z70821eg39u ... 8.mp3?dl=0
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

וַיַּחְשְׁבֶהָ עֵלִי לְשִׁכֹּרָה (שמואל א' א-יג)

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 5:51 pm

לכאורה ברויך מען פארשטיין די שמועס דא צווישן עֵלִי הכהן און חנה. אז א פרוי קומט אין משכן און גיסט זיך אויס איר הארץ, איז דאך פשוט אז זי איז מתפלל לה' ווייל זי איז שרוי בצער. היתכן אז עֵלִי הכהן, דער צדיק וגדול הדור זאל קלערן אז די בכי' איז בלויז צוליב שיכרות.

איך געהערט אמאל א מורא'דיג ווארט (כמדומה שהוא מהבעל שם טוב הק'), אז דער הייליגער כהן גדול האט מיט זיין הייליג הארץ מיטגעשפירט כל צרות ישראל, און ווען די צדיקת חנה איז געקומען אין משכן שילה און שטיל מתפלל געווען מיט הייסע טרערן און געבעטן פון השי"ת אז זי זאל געהאלפן ווערן מיט א קינד, האט עֵלִי געזעהן אז אין זיין לב טהור איז ער נישט מרגיש קיין שום צער מיט די דאזיגע אשה. דערפאר וַיַּחְשְׁבֶהָ עֵלִי לְשִׁכֹּרָה., עֵלִי הכהן האט געקלערט אז זי איז פיילייכט א שיכורה, און דאס איז די סיבה פון איר געוויין. וַיֹּאמֶר אֵלֶיהָ עֵלִי עַד מָתַי תִּשְׁתַּכָּרִין הָסִירִי אֶת יֵינֵךְ מֵעָלָיִךְ.

אבער דאן, וַתַּעַן חַנָּה וַתֹּאמֶר לֹא אֲדֹנִי, אִשָּׁה קְשַׁת רוּחַ אָנֹכִי וְיַיִן וְשֵׁכָר לֹא שָׁתִיתִי וָאֶשְׁפֹּךְ אֶת נַפְשִׁי לִפְנֵי ה'. ניין, איך וויין נישט פון שיכרות. איך וויין ווייל איך בין א צובראכענע פרוי אן עקרה.

אויב אזוי, האט עלי געזאגט, מוז בע"כ זיין אז די סיבה פארוואס איך שפיר נישט מיט קיין שום צער מיט דיין הארציגע געוויין, איז ווייל דו ביסט שוין באמת א געהאלפענער! וַיַּעַן עֵלִי וַיֹּאמֶר לְכִי לְשָׁלוֹם וֵאלֹקי יִשְׂרָאֵל יִתֵּן אֶת שֵׁלָתֵךְ אֲשֶׁר שָׁאַלְתְּ מֵעִמּוֹ.
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

פראהביטש
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 10:24 pm

מונאוויטש האט געשריבן:די מפרשים פלאגן זיך צו פארשטיין די שמועס צווישן עֵלִי הכהן און חנה. דא קומט א פרוי אין משכן און וויינט זיך אויס איר הארץ, א יעדער פשוט'ער מענטש וואלט פארשטאנען אז זי איז מתפלל לה' ווייל זי איז בצער. היתכן אז עֵלִי הכהן, דער צדיק וגדול הדור זאל קלערן אז די בכי' איז בלויז צוליב שיכרות.

איך געהערט אמאל א מורא'דיג ווארט (כמדומה שהוא מהבעל שם טוב הק'), אז דער הייליגער כהן גדול האט מיט זיין הייליג הארץ מיטגעשפירט כל צרות ישראל, און ווען די צדיקת חנה איז געקומען אין משכן שילה און שטיל מתפלל געווען מיט הייסע טרערן און געבעטן פון השי"ת אז זי זאל געהאלפן ווערן מיט א קינד, האט עֵלִי געזעהן אז אין זיין לב טהור איז ער נישט מרגיש קיין שום צער מיט די דאזיגע אשה. דערפאר וַיַּחְשְׁבֶהָ עֵלִי לְשִׁכֹּרָה., עֵלִי הכהן האט געקלערט אז זי איז פיילייכט א שיכורה, און דאס איז די סיבה פון איר געוויין. וַיֹּאמֶר אֵלֶיהָ עֵלִי עַד מָתַי תִּשְׁתַּכָּרִין הָסִירִי אֶת יֵינֵךְ מֵעָלָיִךְ.

אבער דאן, וַתַּעַן חַנָּה וַתֹּאמֶר לֹא אֲדֹנִי, אִשָּׁה קְשַׁת רוּחַ אָנֹכִי וְיַיִן וְשֵׁכָר לֹא שָׁתִיתִי וָאֶשְׁפֹּךְ אֶת נַפְשִׁי לִפְנֵי ה'. ניין, איך וויין נישט פון שיכרות. איך וויין ווייל איך בין א צובראכענע פרוי אן עקרה.

אויב אזוי, האט עלי געזאגט, מוז בע"כ זיין אז די סיבה פארוואס איך שפיר נישט מיט קיין שום צער מיט דיין הארציגע געוויין, איז ווייל דו ביסט שוין באמת א געהאלפענער! וַיַּעַן עֵלִי וַיֹּאמֶר לְכִי לְשָׁלוֹם וֵאלֹקי יִשְׂרָאֵל יִתֵּן אֶת שֵׁלָתֵךְ אֲשֶׁר שָׁאַלְתְּ מֵעִמּוֹ.



דאכצעך אז די שפת אמת זאגט דאס

פראהביטש
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 9:07 am

מונאוויטש האט געשריבן:דרשה נפלאה בענין שמחה בראש השנה והפטרת חנה במשנת מרן רבינו החתם סופר זצ"ל, מאת הרה"ג ר' נפתלי אונגאר שליט"א.

https://www.dropbox.com/s/l6z70821eg39u ... 8.mp3?dl=0


הערליך שיין.
ווי לערנט ער פאר?


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט