געזוכט: א ווארעמע שמועס לכבוד ר"ה

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

געזוכט: א ווארעמע שמועס לכבוד ר"ה

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 7:37 pm

איך וויל לערנען מיט עטליכע יונגע בחורים עפעס א שמועס, א ווארימע שמועס, אלס הכנה פאר ראש השנה ותקיעת שופר.
איך זוך אז דער שמועס זאל האבן אסאך געשמאקע טייטשן און הקדמות, אבער מיט א חסיד'ישן טעם.
ווער קען עפעס רעקאמענדירן?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

למדן וחסיד
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

תגובהדורך למדן וחסיד » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 7:42 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:איך וויל לערנען מיט עטליכע יונגע בחורים עפעס א שמועס, א ווארימע שמועס, אלס הכנה פאר ראש השנה ותקיעת שופר.
איך זוך אז דער שמועס זאל האבן אסאך געשמאקע טייטשן און הקדמות, אבער מיט א חסיד'ישן טעם.
ווער קען עפעס רעקאמענדירן?

קענטס לערנען חסידות מבוארת

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 7:45 pm

צו אבסטראקט און צו קאלט.
און, ווי געשריבן, איך זוך ווארעם היימיש חסידות.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 7:46 pm

כעין די דרשה פון הגה"צ ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל וואס מ'האט ארויפגעשטעלט דא.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:50 pm

יושר דברי אמת סוף ערשטע חלק אפשר?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 10:06 pm

פרוביר אפשר דרשות חתם סופר

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 10:12 pm

אויב האסטו א שטיקל ידיעה אין בני יששכר קען עס זיין זייער געשמאק.
איך פלעג עס פארצולערנען פאר בחורים, עס איז געוואלדיגע ידיעת התורה, פול מיט הערליכע בליציגע רעיונות, ווי אויך פארמאגט עס אסאך ווארימקייט און חסידישע פייער פונקן.

מען דארף אבער אויסמיידן די סעמי-קבלה שטיקלעך.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 11:46 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:אויב האסטו א שטיקל ידיעה אין בני יששכר קען עס זיין זייער געשמאק.
איך פלעג עס פארצולערנען פאר בחורים, עס איז געוואלדיגע ידיעת התורה, פול מיט הערליכע בליציגע רעיונות, ווי אויך פארמאגט עס אסאך ווארימקייט און חסידישע פייער פונקן.

מען דארף אבער אויסמיידן די סעמי-קבלה שטיקלעך.

אן די סעמי קבלה שטיקלעך האסטו אין בני יששכר בלויז דרושים וואס ווארעמט נישט אן כדי צו שפירן דעם טעם פון בני יששכר דארף מען האבען א שטיקל ידיעה אויפן שפיץ פינגער אין קבלה
כנלענ''ד
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

blue moon
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:02 am

סארקאזי האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:אויב האסטו א שטיקל ידיעה אין בני יששכר קען עס זיין זייער געשמאק.
איך פלעג עס פארצולערנען פאר בחורים, עס איז געוואלדיגע ידיעת התורה, פול מיט הערליכע בליציגע רעיונות, ווי אויך פארמאגט עס אסאך ווארימקייט און חסידישע פייער פונקן.

מען דארף אבער אויסמיידן די סעמי-קבלה שטיקלעך.

אן די סעמי קבלה שטיקלעך האסטו אין בני יששכר בלויז דרושים וואס ווארעמט נישט אן כדי צו שפירן דעם טעם פון בני יששכר דארף מען האבען א שטיקל ידיעה אויפן שפיץ פינגער אין קבלה
כנלענ''ד


לפענ"ד זענט איר ביידע נישט גערעכט.
איך קען אייך מעיד זיין פון פורסט הענד עקספיריענס, אני הקטן האב פָארגעלערענט דעם ספה"ק בני יששכר פאר אַ גרופע בר מצוה יונגלעך. אין עס האט אויף זיי אַ געוואלדיגע השפעה.
דער יסוד איז אז מען לערענט דאס שטייט, בכובד ראש ווי אַ שטיקעל גמרא. מען מעג האבען אַ קאלקיולעיטער ביי די זייט, אויב וויל מען נאכרעכענען שנעל אלע חשבונות. די קבלה שטיקלעך איז מען מבאר לויט ווי איר פארשטייט, דאס איבריגע זאגט מען אַווי יוצר ביי הויכע שמו"ע, אין מען זאגט די קינדערליך אז דאס איז גאר הויכע ענינים, אין זיי וועלען עס בעז"ה פארשטיין ווען זיי וועלען ווערן עלטער. אויף דערווייל טוט די קדושת האויתיות אין די (א"ג) פשוטע דרושים אריין דרינגען אין די קליינע קעפלעך אז אם אבן הוא נמוח.

דער היילגער ספר האט עפעס אזא מין כוח אז עס לויפט נאך דעם לומד בעידנא דעסיק בי ובעידנא דלא עסיק. דער לאנגער מוסף, דער לאנגער עשי"ת סליחות, אין אלע פרטי ומנהגי החג באקומען עפעס אזא מין הערליכען חסידישען גלאנץ. עס איז אנבעליוועבל.

רימעמבער, נאר שטייט, בעיון, בכובד ראש. איר וועט קיינמאל חרטה האבן. דער פלאם וועט שוין נאכקומען, אין וועט בלייבן מיט די קינדער (אין מיט אייך) אוף אַ גאנץ לעבן.

blue moon
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:46 am

ווארנונג, די קינדער קענען באקמען אַ פאראיבעל אויפ פאַלטשע חסידות. ווי למשל ציילען די שטאקען פון די פארענטשעס, ועוד. ודי בזה.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:11 am

blue moon האט געשריבן:ווארנונג, די קינדער קענען באקמען אַ פאראיבעל אויפ פאַלטשע חסידות. ווי למשל ציילען די שטאקען פון די פארענטשעס, ועוד. ודי בזה.

;l;p- ;l;p-
יענס געלעכטער נעבעך!!
לאמיר האפן סזאל זיך מערן אזעלכע בחורלעך מיטן ליידן אויף די פאראיבל
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 12:50 am

blue moon האט געשריבן:ווארנונג, די קינדער קענען באקמען אַ פאראיבעל אויפ פאַלטשע חסידות. ווי למשל ציילען די שטאקען פון די פארענטשעס, ועוד. ודי בזה.

לענ"ד טרייבט איר אביסל איבער, די גמטריאות זענען א דבר מן החוץ, עס איז נישט נוגע קיין סאך צום עצם לימוד. די קבלה שטיקלעך קען מען אויסמיידן.
עס איז פארהאן גענוג און נאך הערליכע שטיקלעך קלאר און לייכט צו פארשטיין און אויפצולעבן דערין בשעת מעשה אויך, מען דארף נישט ווארטן אויף שפעטער.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 12:59 pm

תגובהדורך שיק יונגל » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 2:25 am

ישמח ישראל קען זיין גוט

blue moon
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 1:10 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:ווארנונג, די קינדער קענען באקמען אַ פאראיבעל אויפ פאַלטשע חסידות. ווי למשל ציילען די שטאקען פון די פארענטשעס, ועוד. ודי בזה.

לענ"ד טרייבט איר אביסל איבער, די גמטריאות זענען א דבר מן החוץ, עס איז נישט נוגע קיין סאך צום עצם לימוד. די קבלה שטיקלעך קען מען אויסמיידן.
עס איז פארהאן גענוג און נאך הערליכע שטיקלעך קלאר און לייכט צו פארשטיין און אויפצולעבן דערין בשעת מעשה אויך, מען דארף נישט ווארטן אויף שפעטער.


לענ"ד פארשטייט איר נישט וואס דער בני יששכר איז.
דער ב"י איז געשריבען בכתי"ק פונעם הייליגען ר' הערש אלימלך. יעדעס אות איז ווי פולווער פאר א אידישע נשמה. יו נעווער קנאו וועלכע ווארט וועט אויפ-פלאמען דאס פליישיגע הערצעלע.
דיין ארבייט איז נאר צו לערנען ווארט ביי ווארט מיט א תמימות. מאך נישט קיין חשבונת וואס יא אין וואס נישט. רבים נהנו, ורבים יהנו. דער רבי ר' הערש מיילעך שטייט אויבן מיטען טארטש אין בלאזט אריין פאר די אידען וואס הארעווען אין זיינע ספרים.

אז די פארשטייסט נישט עפעס, גיי ווייטער. וועסט צוריק צומען א יאר ארום, ביים נעקסטען רונדע. הפוך בה והפך בה דכולה בה.

אלערט: עס איז שוין חודש כסליו. הייב שוין אן די חנוכה שיעור.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 1:12 pm

חנוכה איז שוין צו שפעט צו אנהייבן, אבער פורים איז נאך צייטלעך אנצוהייבן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 3:56 pm

סאיז שפעט אבער קיינמאל צי שפעט
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 9:16 pm

blue moon האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:ווארנונג, די קינדער קענען באקמען אַ פאראיבעל אויפ פאַלטשע חסידות. ווי למשל ציילען די שטאקען פון די פארענטשעס, ועוד. ודי בזה.

לענ"ד טרייבט איר אביסל איבער, די גמטריאות זענען א דבר מן החוץ, עס איז נישט נוגע קיין סאך צום עצם לימוד. די קבלה שטיקלעך קען מען אויסמיידן.
עס איז פארהאן גענוג און נאך הערליכע שטיקלעך קלאר און לייכט צו פארשטיין און אויפצולעבן דערין בשעת מעשה אויך, מען דארף נישט ווארטן אויף שפעטער.


לענ"ד פארשטייט איר נישט וואס דער בני יששכר איז.
דער ב"י איז געשריבען בכתי"ק פונעם הייליגען ר' הערש אלימלך. יעדעס אות איז ווי פולווער פאר א אידישע נשמה. יו נעווער קנאו וועלכע ווארט וועט אויפ-פלאמען דאס פליישיגע הערצעלע.
דיין ארבייט איז נאר צו לערנען ווארט ביי ווארט מיט א תמימות. מאך נישט קיין חשבונת וואס יא אין וואס נישט. רבים נהנו, ורבים יהנו. דער רבי ר' הערש מיילעך שטייט אויבן מיטען טארטש אין בלאזט אריין פאר די אידען וואס הארעווען אין זיינע ספרים.

אז די פארשטייסט נישט עפעס, גיי ווייטער. וועסט צוריק צומען א יאר ארום, ביים נעקסטען רונדע. הפוך בה והפך בה דכולה בה.

אלערט: עס איז שוין חודש כסליו. הייב שוין אן די חנוכה שיעור.

לענ"ד פארשטיי איך גאנץ גוט בנ"י, איך כשלעצמי לערן יעדן שטיקל איך לאז נישט אויס קיין ר"ת. ברבים ווען איך לערן פאר לאז איך אויך גארנישט אויס. אבער ווען עס קומט פארצולערנען פאר בחורים און בכלל מתחילים, און עס איז נישטא קיין סאך צייט פאר אלעם ספעציעל פאר א יו"ט וכדומה, איז העכסט כדאי אנצוקומען צו די הערליכע שטיקלעך, ווי איידער צו בלייבן מיט די גמטריות.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט