ורשעים הללו לא לקחו מוסר - פרשת שלח

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

ורשעים הללו לא לקחו מוסר - פרשת שלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

רש"י הייבט אן די וואך, שלח לך אנשים, למה נסמכה פרשת מרגלים לפרשת מרים לפי שלקתה על עסקי דבה שדברה באחיה ורשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר.

א שטיקעלע געדאנק אויסצושמועסן, צו קענען נעמען א מוסר השכל פון די וואכעדיגע סדרה

משה רבינו רופט די ראשי בני ישראל און ער שיקט זיי ארויס אויף א מיסיע, לתור את הארץ, מ'דארף אויסשפיאנירן דאס לאנד, וראיתם את הארץ מה הוא, וואסערע סארט לאנד איז דאס, און אלע ספרי קודש שמועסן שוין ארום צו דאס וואס זיי האבן זיך אפגערעדט איז געווען אויפן חלק הגשמי, ס'איז דא ספרים וואס לייגן עס אריין אז זיי האבן זיך אפגערעדט אויף די חלק הרוחני פונעם לאנד, עיין ערבי נחל באריכות גדול ועוד ספרי קודש ואכמ"ל.

אז מ'קוקט אביסל אריין אין די מפרשי התורה זעט מען עפעס א געוואלדיגע נקודה למחשבה, דער פסוק זאגט וילכו ויבואו אל משה ואהרן ואל כל עדת בני ישראל אל מדבר פארן קדשה וישיבו אותם דבר ואת כל העדה ויראום את פרי הארץ, איין מינוט וואס גייט דא פאר, משה רבינו רופט אריבער די צוועלף נשיאים און שיקט זיי ארויס אויף א מיסיע, ווען מ'ענדיגט קומט מען צוריק און מ'דערציילט וואס מ'האט צו דערציילן, וואו קומט דא אריין דער 'ואל כל עדת בני ישראל'.

דער אבן עזרא איז מדייק אויפן פסוק, "וילכו, להודיע שלא באו לאהליהם אל המחנה רק מיד הלכו". דער רבינו בחיי זאגט עס ארויס אביסל מער "וישיבו אותם דבר, שלא הלכו לאהליהם, אלא מיד שבאו הלכו למחנה ישראל להודיעם ולהוציא דבה, והדבה היא שאמרו ארץ אוכלת יושביה".

דער ש"ך עה"ת שמועסט עס אויך אויס אויף דעם אופן "וילכו ויבואו אל משה וגו', השליחות היה מן משה שכן כתיב וישלח אותם משה, והם לפי שכוונתם רעה באו למשה ולאהרן ואל כל עדת בני ישראל, שהיו הולכים מאחד לאחד ואומרים לו על חרפתה של ארץ ישראל, כמו שאמרו חז"ל (סוטה ל"ד ע"ב) ויחפרו לנו את הארץ יביאו לנו חרפתה ובושתה, והלכו אף לנשים, זהו ואל כל עדת בני ישראל".

בקיצור, נניח אז דא איז געווען א רוחניות'דיגע פראבלעם, זיי האבן געוויזן וזה פריה, דאס גשם דארט איז אויף די העכסטע פארנעם, און זיי האבן געהאלטן ווי קען מען אריינגיין קיין ארץ ישראל, אידן וועלן חלילה נתגשם ווערן, אבער אנשטאט אהיימצוקומען און אריבערגיין צו משה רבינו אין געצעלט און זאגן וואס זיי האבן צו זאגן, זענען זיי אריין אין ביהמ"ד, ווען משה רבינו איז דארט, און פאר ווי וואס ווען אויסגעקלאפט אויף די בימה און געשריגן רבותי! ארץ אוכלת יושביה היא, מ'קען נישט אריין קיין ארץ ישראל.

און דאס איז געווען זייער חטא, דו האסט א פראבלעם?, זעסט א זאך וואס מ'דארף מתקן זיין?, פארדעם זענען דא עיני העדה, גיי אריבער צו משה רבינו און זאג אים שטילערהייט וואס מ'דארף צו טון, נישט פויק עס אויס אין די גאסן, ווייל דאן איז דער קלקול מער ווי דער תיקון.
ובענין זה האב איך געהערט לעצטענס א מורא'דיגע מעשה שהיה, וואס איז כדאי מיטצוטיילן פארן ציבור:

די מעשה האט פאסירט שוין קרוב צו 50 יאר צוריק, איינמאל שפעט ביינאכט בערך 3 פארטאגס פארט א איד דורך אין איסט סייד מאנהעטן, און שטייענדיג ביי א רויט לייט זעט ער ווי פארנט פון א אידישע רעסטוראנט שטייט א פלייש טראק פון א גוי'אישע קאמפאני, און מ'לאדנט אראפ פלייש, דער איד האט זיך נישט געגלייבט וואס זיינע אויגן זען, ער קוקט נאכאמאל זיכער צו מאכן, אפשר האט איינער געדינגען דעם טראק, אבער ניין, ער זעט מ'לאדנט אראפ קעיסעס מיט טריפה פלייש.

דער איד האט שוין נישט געקענט צומאכן קיין אויג די נאכט, דעם אנדערן אינדערפרי איז ער אריבער צו הג"ר משה פיינשטיין ז"ל וואס האט געוואוינט אין יענע געגנט, און ער דערציילט אים מה שעיניו ראו ולא זר, און אז מ'דארף עפעס טון צו דעם.

ר' משה הייבט אים אן אויסצופרעגן די מעשה, און ער פרעגט אים צו ער געווען דארט אליין, אדער נאך איינער איז געווען דערביי. האט ער געענטפערט אז ער איז געווען דארט אליין. זאגט אים ר' משה הער מיך אויס, יישר כח פארן קומען דערציילן, אבער דו האלט דאך דאס מויל דערצייל נישט פאר קיינעם, ווי באלד דו ביסט א עד אחד, און איך וועל שוין אינצווישן מברר זיין די מעשה.

ס'איז דורך א טאג און נאך א טאג, און דער איד הערט גארנישט צוריק, ס'האט אים אנגעהויבן צו קאכן, וואס וועט זיין דא, הלמאי א איד איז מאכיל נבילות וטריפות יעדן טאג, ווי קען מען שווייגן?, ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און ער האט עס דערציילט פאר איינעם, און די שמועה עשתה לה כנפים, ס'האט זיך בליץ שנעל צושפרייט אין די שטאט אז דעם רעסטוראנט קען מען מער נישט טראסטן, ברית כרותה לשפתים, ס'איז געגאנגען פון רעכל צו מעכל, און דער עולם האט אויפגעהערט אריינצוגיין אהין.

ס'איז נישט דורך מער ווי עטליכע וואכן, דאס געשעפט איז נעבעך געגאנגען מטה מטה, ביז דער איד האט נעבעך געמוזט אפשפארן דאס געשעפט.

ס'האט זיך אבער נישט געענדיגט ביי דעם, דער איד האט זיך פשוט געשעמט ארויסצוגיין אויף די גאס, וואו ער איז געגאנגען איז מען געשטאנען און מ'האט אים בארעדט אונטערן ריקן, דא גייט דער מאכיל נבילות וטריפות, בקיצור ס'האט דעם איד צוגעטרעטן צום געזונט, און ביז א האלב יאר שבק חיים לכל חי.

ס'איז דורך געגאנגען בערך א יאר פון די מעשה, איין נאכט איז עפעס נאכאמאל אויסגעקומען פאר דעם איד, דער מקנא קנאת ה', דורצופארן יענעם פלאץ, אין די זעלבע צייט בערך 3 פארטאגס, און ער זעט נישט מער און נישט ווייניגער, ס'שטייט דארט נאכאמאל דער פלייש טראק און מ'לאדנט אפ סחורה, ער הייבט זיך אן צו וואונדערן, וואו קומט דער טראק אהער, דער רעסטוראנט איז שוין לאנג פארמאכט, א צווייטער מין געשעפט האט זיך דארט געעפנט, פאר וועמען דעליווערט מען דא פלייש?

ער האט זיך נישט געפוילט, ער פארקט זיין קאר ביי די זייט, און ער גייט ארויס אויף די גאס, ער גייט צו צום גוי וואס האלט אינמיטן אפלאדענען די פלייש און ער פרעגט אים, זאג מיר?, פאר וועמען מאכסטו דעם דעליווערי? זאגט דער גוי, איך דעליווער נישט פאר קיינעם, נאר וואס דען, זאגט ער איך האב דא א ראוט יעדע צוויי וואכן, אים קום צו פארן פון אפסטעיט עטליכע שעה אוועק, איך דעליווער דא אהער סחורה צו א פאר געשעפטן, געווענליך ווען איך קום אראפ פון די בריק, נאכן פארן אזויפיל שעות מיט א טראק מיט אזויפיל סחורה, דארף איך ארומטוישן די רעדער, און איך האב מיך שוין אזוי איינגעשטעלט עטליכע יאר, אז ווען איך קום אן אהער, דא איז א שטילע גאס, שטעל איך מיך אפ, איך לאדן אראפ די סחורה, איך טויש ארום די רעדער, און איך לאדן עס צוריק, און איך פאר ווייטער!

איך פרוביר צו טראכטן וואס ס'האט זיך דעמאלטס אפגעשפילט אין הארץ פון דעם איד!

לאז מיר נעמען א מוסר השכל פון דעם, און נישט חלילה זיין בכלל רשעים הללו שלא לקחו מוסר!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

אז מי יודע שרייבט עס איז עס זעכער צו די זאך
גיימער באלד נעמען אפאר מינוט איבער גיין אין קאמענטירן, אויב איך וועל האבן וואס
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

מען מדארף אייביג דםן זיין לכף זכות,
אבער די גאס וויאזוי מעגן זיי רעדן געהעריגע לשון הרע,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ריין גאלד יעדעס ווארט!

(מזל טוב צום שר חמשת אלפים)
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

נישטא וואס צו קאמעטירן חוץ זאגן אז יעדע ווארט איז גאלד
שכח
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געוואלדאוונע, שיינע דיבורים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

זייער אינטערסאנטע מעשה, און וויכטיגע מוסר השכל.

יישר כח פארן אראפשרייבן, און פאר אייערע פינף טויזנט הערליכע געשמאקע תגובות.

כה לחי!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

נא_שכל האט געשריבן:זייער אינטערסאנטע מעשה, און וויכטיגע מוסר השכל.

יישר כח פארן אראפשרייבן, און פאר אייערע פינף טויזנט הערליכע געשמאקע תגובות.

כה לחי!

און אזוי שיין צוגעשטעלט קרוב לפשט צו די מעשה פון די מרגלים. זייער באלערנד.
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

farshlufen האט געשריבן:געוואלדאוונע, שיינע דיבורים.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”