שלאפן ערב שבת קודש נאכן מקוה

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

blue moon
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:01 pm

לגבי די דיון הנ"ל איבער'ן בני יששכר. וועל איך געבן גערעכט פאר פיבער מעסטער. דער ב"י איז מאריך איבער שלאפען שבת מיטאג אין מאמר ב' חודש תשרי. מתוך דבריו איז משמע אז הוא הדין פאר ערב שבת. דוק ותשכח.

לגבי דער וואס האט געשריבען אז אין סאטמאר איז מען נישט מקפיד אויף טבילת עזרא, ווייס איך נישט ווי ער האט אויפגעפיקט די סאטמערע לעבענס שטייגער. כאפט א שמועס מיט א סענדז סטריט תלמיד איבער די ענינים, אין איר וועט זיין סורפרייזד ווי שטארק מען איז מקפיד אויף טבילת עזרא. טאקע וועגען דעם הייליגען מאור ושמש וואס איר געט אזא מאך אוועק (שעמ-אנ-יו). אזוי אויך שרייבט דער הייליגער ישמח משה זייער שארף אז מען זאל שטארק נזהר זיין (דער יש"מ לייגט צו אז מען דאל נישט מבטל תורה זיין אויב איז נישטא קיין ברירה). ווי אויך דער ייטב לב בכמה מקומות. ועוד, ועוד.

דער רבי האט טאקע געזאגט אז דער דרך הבעש"ט איז נשתכח געווארן, אבער געהייסן די בחורים לערנען חסידישע ספרים, אין מאור ושמש ספעציעל.
טבילת עזרא איז בכלל נישט קיין חסידישע מעשה. דער הייליגער בע"ש אין ר"ר אלימיליך האבען נאר מגלה געווען אז פארדעם איז די וועלט געווען אזוי פארשווארצט פונעם כת ש"ץ שר"י, ווייל מען איז נישט נזהר געוועהן אין ט"ע.

אוועטאר
דונש
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:25 pm

איך גיי מיך נישט דא טענה'ן אויף אלע זאכן, אבער בנוגע ט"ע קען איך נישט שטיל בלייבן, אזאנס צו זאגן אז מ'האט נישט געמאכט קיין עסק דערפון, כידוע האט דאך דער רבי געהייסן אפילו יו"כ זאל די מקוה זיין אפן, וד"ל...

יסכר פי דוברי שקר
פארגעס נישט צו געבן א שמייכל, עס קאסט אייך סייווי גארנישט.

לארימער
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 21, 2017 9:32 am

תגובהדורך לארימער » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:13 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:מי יודע האקט... פון וועלכע צדיקים זאגט מען נאך דאס אז שלאפן ער''ש דארף שטיין אין עש''ה?? איך מיין אז איז נישט געמאכט פאר אונס נאכצוזאגען עס איז זיכער נישט כפשוטו... דו האלסט אז יא??

דאכט זיך אז מען זאגט עס נאך פון גרויסן מגיד פון מעזריטש

זייער אינטערסאנט אין ספר מבאר השבת ברענגט ער פון אסאך צדיקים וואס האבן געזאגט אז זיי וואונדערן זיך פארוואס עס שטייט נישט אין עשרת הדברות די ענין פון שלאפן ערב שבת און יעדע צדיק וואס ער ברענגט דארט האט עס נאר "נאכגעזאגט" בשם א אנדרע צדיק.....פתי יאמין לכל דבר

קאווליר
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm

תגובהדורך קאווליר » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:43 pm

מונקאטשער רב ברענגט עס טאקע (געווענדליך מאכט ער אוועק די מינע זאכן וואס האבן נישט קיין מקור)זעהט אויס אז ס'איז טאקע א גרויסע זאך אבער אזוי ווי עמעזינג זאגט .נישט קיין פשוטע זאכן


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט