פסח: מנהגים וואס די טעם איז בטל געווארן

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג מארטש 27, 2018 5:48 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:אסאך רייכע אינפערמאציע דא. אויך די חלק הלכה, און אויך די קלארקייט אין די חלק המנהג. ליינט און האט הנאה

זייט ווען איז עס געווען א "מנהג" נישט צו עסן קיין פיש וואס איז נקי מכל חששות בלי שום פוקפק כלל?
אוודאי האט מען נישט געגעסן אינדערהיים, ווייל מ'האט פשוט נישט געהאט, נישט מטעם "מנהג",

כ'האב נישט איבערגעליינט די אשכול יעצט, און כ'בין זיכער מען האט שוין געברענגט אויבן, אבער ס'איז קלאר נישט ווי איר זאגט, די 'מנהג' איז געווארן צוליב חששות. כמה וכמה מנהגים זענען געווארן צוליב חששות און ס'איז געבליבן אפי' די חשש איז נישטא מער.

איך האב גראדע יא דורכגעבליקט די אשכול און איך האב נישט געזען איינער זאל ברענגען א מקור, קען זיין איך האב עס פארפאסט,

ס'איז טאקע פארהאן געוויסע חומרות וואס מ'האט מתקן געווען צוליב חששות (למשל בראקן), ס'הייסט די זאך בעצם איז מותר אבער מ'האט געמאכט א תקנה/מנהג צוליב א חשש, טייל מאל אפילו גאר א ווייטע חשש, און דאס זענען זאכן וואס מ'דארף ווייטער אנהאלטן,
משא"כ פיש ווי ווייט איך ווייס איז קיינמאל געווען דערביי א תקנה/מנהג נישט צו עסן, ס'איז פשוט נישט געווען, ממילא היינט וואס איז יא פארהאן קען מען לכאורה יא עסן,

ביטע מסביר זיין אויב איך בין זיך טועה.

האסט געזען די עטעטשמענט https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p1217524 ?

יא,
ער זאגט נישט אז ס'איז געווען א קפידה נישט צו עסן, סך הכל האבן זיי נישט מקפיד געווען צו עסן,

און די מציאות איז מן הסתם געווען אז בדרך כלל האט דער עולם נישט געהאט קיין פיש אלץ חשש חמץ, האט דער אהבת ישראל געזאגט א געדאנק פארוואס די רבי'ס האבן זיך נישט פארלייגט צו שאפן כשר פיש,
אבער מן יימר ווען די מציאות וואלט ווען געווען אז די עולם וואלט יא געהאט צי די האנט לעבעדיגע פיש אז זיי וואלטן נישט געגעסן?

אזוי פארשטיי איך עס.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9026
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מארטש 27, 2018 8:02 pm

כ'ווייס נישט וועלכע שפראך איר ליינט, דארט שטייט א טעם פאר די "מנהג" פון "צדיקים" וואס האבן נישט געגעסן פיש פסח, הגם מען האט עס געקענט האבן לעבעדיג.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט