פסח: מנהגים וואס די טעם איז בטל געווארן

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג מארטש 26, 2018 5:03 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:אסאך רייכע אינפערמאציע דא. אויך די חלק הלכה, און אויך די קלארקייט אין די חלק המנהג. ליינט און האט הנאה

זייט ווען איז עס געווען א "מנהג" נישט צו עסן קיין פיש וואס איז נקי מכל חששות בלי שום פוקפק כלל?
אוודאי האט מען נישט געגעסן אינדערהיים, ווייל מ'האט פשוט נישט געהאט, נישט מטעם "מנהג",

כ'האב נישט איבערגעליינט די אשכול יעצט, און כ'בין זיכער מען האט שוין געברענגט אויבן, אבער ס'איז קלאר נישט ווי איר זאגט, די 'מנהג' איז געווארן צוליב חששות. כמה וכמה מנהגים זענען געווארן צוליב חששות און ס'איז געבליבן אפי' די חשש איז נישטא מער.

איך האב גראדע יא דורכגעבליקט די אשכול און איך האב נישט געזען איינער זאל ברענגען א מקור, קען זיין איך האב עס פארפאסט,

ס'איז טאקע פארהאן געוויסע חומרות וואס מ'האט מתקן געווען צוליב חששות (למשל בראקן), ס'הייסט די זאך בעצם איז מותר אבער מ'האט געמאכט א תקנה/מנהג צוליב א חשש, טייל מאל אפילו גאר א ווייטע חשש, און דאס זענען זאכן וואס מ'דארף ווייטער אנהאלטן,
משא"כ פיש ווי ווייט איך ווייס איז קיינמאל געווען דערביי א תקנה/מנהג נישט צו עסן, ס'איז פשוט נישט געווען, ממילא היינט וואס איז יא פארהאן קען מען לכאורה יא עסן,

ביטע מסביר זיין אויב איך בין זיך טועה.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
Think and Thank
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג מארטש 26, 2018 5:06 pm

ס'ברור אז איר זענט אייך טועה.

קיין מקור האב איך נישט אפהענד, אבער דער סאטמארער רבי זי''ע האט נישט געגעסן קיין פיש טראץ וואס ס'געוועו צו באקומען.

מיין עלטער עלטער זיידע פלעגט נישט עסן קיין פיש טראץ וואס ביי זיי אין אונגארן איז געווען צו באקומען פיש, מטעם המנהג.

איך קען רבנים מפורסמים וואס עסן נישט קיין פיש וויבאלד ביי זייערע עלטערן האט מען נישט געגעסן.

כעל אייך זאגן נאכמער; אפי' אויב ס'טאקע נישט געווען קיין דירעקטע מנהג, קען עס אויך אריינגיין בגדר מנהג! נעם אזא זאך ווי יו''ט שני, וואס מ'זעט אז ס'געווען שטעט וואו מען האט אמאל געהאלטן איין טאג און אמאל צוויי, געוואנדן צו די שליחי בי''ד זענען אנגעקןמען באצייטנס, און דאך האלטן מיר היינט יו''ט שני.
לעצט פאראכטן דורך Think and Thank אום מאנטאג מארטש 26, 2018 5:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וואו זענען די דוי זוכערס?

אוועטאר
Think and Thank
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג מארטש 26, 2018 5:09 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:געווען איז א מנהג, עס איז צוגעברענגט אין שו"ע ונו"כ נישט צו עסן קיין צוקער.
די אלע וועלכע ווילן אנהאלטן א מנהג, ווערן געבעטן אויפצוגעבן אויף די צוקער במשך יו"ט.
אגב, דאס וועט אביסל באלאנסירן דעם דייעט אייערע, בפרט אויב איר נוצט שמאלץ.

איר קענט זיך מסביר זיין? איינער וואס זיין טאטע האט נישט געגעסן קיין פיש און יא גענוצט צוקער, זאל אנהייבן עסן פיש וויבאלד ער נוצט אויך צוקער?! וואס האט איין מנהג מיט'ן צווייטן?
וואו זענען די דוי זוכערס?

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג מארטש 26, 2018 5:14 pm

Think and Thank האט געשריבן:ס'ברור אז איר זענט אייך טועה.

קיין מקור האב איך נישט אפהענד, אבער דער סאטמארער רבי זי''ע האט נישט געגעסן קיין פיש טראץ וואס ס'געוועו צו באקומען.

מיין עלטער עלטער זיידע פלעגט נישט עסן קיין פיש טראץ וואס ביי זיי אין אונגארן איז געווען צו באקומען פיש, מטעם המנהג.

איך קען רבנים מפורסמים וואס עסן נישט קיין פיש וויבאלד ביי זייערע עלטערן האט מען נישט געגעסן.

דער רבי האט גראדע איין יאר יא געגעסן, איך ווייס נישט פארוואס ער האט נאכדעם אויפגעהערט,
אויב וואלט געווען אן ענין אלץ מנהג אדער מסורה וואלט ער נישט געגעסן יענע יאר.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
Think and Thank
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג מארטש 26, 2018 5:27 pm

און אויב וואלט געווען אן חיוב דאורייתא יא צו עסן וואלט ער ווייטער געגעסן.

מען זאגט (אזוי איז געווארן אויסגעשמועסט פריער אין דעם אשכול) אז עס האט זיך יענע יאר געמאכט א חשש וואס ער האט תולה געווען אין דאס עסן פיש, און דערפאר האט ער אויפגעהערט.

עס ליגט מיר אין זכרון אז זיין טאטע (אדער זיידע) פלעגט יא עסן פיש, און אויף דעם ארויף האט ער מתחילה מיקל געווען יא צו עסן.

עכ''פ זענען געווען גענוג גרויסע אידן אמאל און היינט, וואס האבן נישט געגעסן קיין פיש משום מנהג כאטש וואס מען האט גרינג געקענט באקומען לעבעדיגע.
וואו זענען די דוי זוכערס?

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג מארטש 26, 2018 5:35 pm

Think and Thank האט געשריבן:און אויב וואלט געווען אן חיוב דאורייתא יא צו עסן וואלט ער ווייטער געגעסן.

מען זאגט (אזוי איז געווארן אויסגעשמועסט פריער אין דעם אשכול) אז עס האט זיך יענע יאר געמאכט א חשש וואס ער האט תולה געווען אין דאס עסן פיש, און דערפאר האט ער אויפגעהערט.

עס ליגט מיר אין זכרון אז זיין טאטע (אדער זיידע) פלעגט יא עסן פיש, און אויף דעם ארויף האט ער מתחילה מיקל געווען יא צו עסן.

עכ''פ זענען געווען גענוג גרויסע אידן אמאל און היינט, וואס האבן נישט געגעסן קיין פיש משום מנהג כאטש וואס מען האט גרינג געקענט באקומען לעבעדיגע.

איך טו זיך נישט באציען לגבי עסן פיש אלץ חיוב, איך האב נישט דורכגעטון די ענין, יתכן אז דו ביסט גערעכט,
איך רעד צו מ'דארף זיך צוריק האלטן פון עסן אויב וויל מען יא עסן,
נאכאמאל, אויב וואלט געווען א פראבלעם משום מנהג נישט צו עסן וואלט ער נישט געגעסן יענע יאר אויך נישט.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
Think and Thank
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג מארטש 26, 2018 5:41 pm

Think and Thank האט געשריבן:עס ליגט מיר אין זכרון אז זיין טאטע (אדער זיידע) פלעגט יא עסן פיש, און אויף דעם ארויף האט ער מתחילה מיקל געווען יא צו עסן.
וואו זענען די דוי זוכערס?

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג מארטש 26, 2018 5:46 pm

Think and Thank האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:עס ליגט מיר אין זכרון אז זיין טאטע (אדער זיידע) פלעגט יא עסן פיש, און אויף דעם ארויף האט ער מתחילה מיקל געווען יא צו עסן.

מיקל?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
Think and Thank
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג מארטש 26, 2018 5:49 pm

זאגסטאך אליינס אז די רעדע איז צו ס'איז אסור מטעם מנהג אדער נישט.

אבער אז דו ווילסט דוקא קענסטו עס טוישן צו מחמיר, איך האב נישט קיין פרעפרענס...
וואו זענען די דוי זוכערס?

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1997
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג מארטש 26, 2018 5:55 pm

דא ברויך מען אפשר צולייגן, אז עס איז דא א צווישנשייד ווען די עלטערן האבען איבערגעגעבן מדור דור די סיבה, און דערביי געזאגט אז מען עסט נישט צוליב א סיבה וואס איז געווען דארט ווי זיי האבען געוואוינט. צ.ב.ש. פיש אין די שטעט, דערפער, אדער די וועלדער וואס זיינען געווען ווייט פון וואסער. און די עלטערן האבען דאן געזאגט אז מיר עסן נישט ווייל דא קאן מען נישט האלטן די פיש פריש א.ד.ג.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג מארטש 26, 2018 5:56 pm

אלנפאלס, אויב איינער האט א מקור מוסמך אז פאר הונדערט/צוויי הונדערט יאר צוריק איז געווען די מנהג נישט צו עסן פיש פסח אין א שטאט וואס איז געווען על שפת היאור זאל ביטע ברענגן.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8742
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מארטש 26, 2018 7:09 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:אסאך רייכע אינפערמאציע דא. אויך די חלק הלכה, און אויך די קלארקייט אין די חלק המנהג. ליינט און האט הנאה

זייט ווען איז עס געווען א "מנהג" נישט צו עסן קיין פיש וואס איז נקי מכל חששות בלי שום פוקפק כלל?
אוודאי האט מען נישט געגעסן אינדערהיים, ווייל מ'האט פשוט נישט געהאט, נישט מטעם "מנהג",

כ'האב נישט איבערגעליינט די אשכול יעצט, און כ'בין זיכער מען האט שוין געברענגט אויבן, אבער ס'איז קלאר נישט ווי איר זאגט, די 'מנהג' איז געווארן צוליב חששות. כמה וכמה מנהגים זענען געווארן צוליב חששות און ס'איז געבליבן אפי' די חשש איז נישטא מער.

איך האב גראדע יא דורכגעבליקט די אשכול און איך האב נישט געזען איינער זאל ברענגען א מקור, קען זיין איך האב עס פארפאסט,

ס'איז טאקע פארהאן געוויסע חומרות וואס מ'האט מתקן געווען צוליב חששות (למשל בראקן), ס'הייסט די זאך בעצם איז מותר אבער מ'האט געמאכט א תקנה/מנהג צוליב א חשש, טייל מאל אפילו גאר א ווייטע חשש, און דאס זענען זאכן וואס מ'דארף ווייטער אנהאלטן,
משא"כ פיש ווי ווייט איך ווייס איז קיינמאל געווען דערביי א תקנה/מנהג נישט צו עסן, ס'איז פשוט נישט געווען, ממילא היינט וואס איז יא פארהאן קען מען לכאורה יא עסן,

ביטע מסביר זיין אויב איך בין זיך טועה.

האסט געזען די עטעטשמענט viewtopic.php?p=1217524#p1217524 ?

אוועטאר
Think and Thank
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג מארטש 26, 2018 8:23 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:אלנפאלס, אויב איינער האט א מקור מוסמך אז פאר הונדערט/צוויי הונדערט יאר צוריק איז געווען די מנהג נישט צו עסן פיש פסח אין א שטאט וואס איז געווען על שפת היאור זאל ביטע ברענגן.

שמעתי כמ''פ פון א היימישער רב (נאמען אין אישי) אז זיין זיידע וועלכער איז געווען רב אין א שטעטל אין אונגארן וואט עס געווען צו באקומען פיש, האט נישט געגעסן קיין פיש וויבאלד ער איז געווען א וויזשניצער חסיד, און דער רב'ס פאטער האט אויך נישט געגעסן קיין פיש פשוט וויבאלד ער איז געווען אויף קעסט ביים שווער, און דער רב זז''ג עסט מטעם זה אויך נישט קיין פיש.
וואו זענען די דוי זוכערס?

ידעתי
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » מאנטאג מארטש 26, 2018 8:39 pm

Think and Thank האט געשריבן:ס'ברור אז איר זענט אייך טועה.

קיין מקור האב איך נישט אפהענד, אבער דער סאטמארער רבי זי''ע האט נישט געגעסן קיין פיש טראץ וואס ס'געוועו צו באקומען.

מיין עלטער עלטער זיידע פלעגט נישט עסן קיין פיש טראץ וואס ביי זיי אין אונגארן איז געווען צו באקומען פיש, מטעם המנהג.

איך קען רבנים מפורסמים וואס עסן נישט קיין פיש וויבאלד ביי זייערע עלטערן האט מען נישט געגעסן.

כעל אייך זאגן נאכמער; אפי' אויב ס'טאקע נישט געווען קיין דירעקטע מנהג, קען עס אויך אריינגיין בגדר מנהג! נעם אזא זאך ווי יו''ט שני, וואס מ'זעט אז ס'געווען שטעט וואו מען האט אמאל געהאלטן איין טאג און אמאל צוויי, געוואנדן צו די שליחי בי''ד זענען אנגעקןמען באצייטנס, און דאך האלטן מיר היינט יו''ט שני.


שקר!

אליינס געהערט פון געוועזענע הויז בחורים אז דער סאטמארער רבי זי״ע האט געהעריג געגעסן פיש פסח.
זיי לעבן נאך לאויט״א און יעדער קען זיי פרעגן.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1997
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג מארטש 26, 2018 9:34 pm

אין צאנז עסט מען אין גלאז, ווייל צאנזער רב האט אזוי געגעסן.
אבער... דאס איז געווען ווייל ער האט פערמשכונט אלע זיינע זילבערווארג צו געבן געלט פאר די נויטבאדערפיגע...
די היינטיגע צאנזע חסידים פארמשכונ'ן נישט זייערע זילבערווארג, אבער אין גלאז עסט מען...
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
Think and Thank
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג מארטש 26, 2018 10:14 pm

צאנזע חסידים עסן נישט אין גלאז; זיי נוצן א גלאזערנעם בעכער פאר די ד' כוסות, און דאס איז וויבאלד דער צאנזער רב זי''ע האט געזאגט טעמים פארוואס ער נוצט א גלאזערנעם בעכער דוקא.
(אינמיטן יאר האט ער סאמהאו געקענט האבן א גאלדענעם בעכער אויף קידוש, נאר אויף פסח האט ער בשום אופן נישט געקענט האבן עפעס אנדערש ווי גלאז?)
וואו זענען די דוי זוכערס?

יונה
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מאנטאג מארטש 26, 2018 10:30 pm

נוצן גלאז איז נישט נאָר א מנהג צאנז. עס האט פארשידענע טעמים. למשל ווייל נישט יעדער קען זיך ערלויבן נייע אויף פסח, פלעגט מען כשרן די חמציגע און דאָס קען זיין א פראבלעם אויב האט עס שניצינגן ווי עס איז שווער צוצוקומען, האט מען ליבערשט גענוצט נייע גלאז.
אן אנדערע טעם זאגט מען כדי צו קענען זעהן בעסער די וויין.

וועגן דאָס פאר'משכנ'ן פונעם הייליגן רב איס געווען אלעמאל נישט דייקא פסח, מען פארציילט אז אלעמאל ערב חנוכה האבן די שטוב מענטשן אויסגעלייזט די מנורה, איינמאל איז אונטערגעקומען א וויכטיגע דבר מצוה האט עס דער צאנזער רב נאכאמאל פאר'משכנ'ט און געזאגט "וואָס מיינט איר מען קען נישט יוצא זיין מיט שלום אליעזר'לס מנורה?!"

אוועטאר
Think and Thank
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג מארטש 26, 2018 10:34 pm

ידעתי האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:ס'ברור אז איר זענט אייך טועה.

קיין מקור האב איך נישט אפהענד, אבער דער סאטמארער רבי זי''ע האט נישט געגעסן קיין פיש טראץ וואס ס'געוועו צו באקומען.

מיין עלטער עלטער זיידע פלעגט נישט עסן קיין פיש טראץ וואס ביי זיי אין אונגארן איז געווען צו באקומען פיש, מטעם המנהג.

איך קען רבנים מפורסמים וואס עסן נישט קיין פיש וויבאלד ביי זייערע עלטערן האט מען נישט געגעסן.

כעל אייך זאגן נאכמער; אפי' אויב ס'טאקע נישט געווען קיין דירעקטע מנהג, קען עס אויך אריינגיין בגדר מנהג! נעם אזא זאך ווי יו''ט שני, וואס מ'זעט אז ס'געווען שטעט וואו מען האט אמאל געהאלטן איין טאג און אמאל צוויי, געוואנדן צו די שליחי בי''ד זענען אנגעקןמען באצייטנס, און דאך האלטן מיר היינט יו''ט שני.


שקר!

אליינס געהערט פון געוועזענע הויז בחורים אז דער סאטמארער רבי זי״ע האט געהעריג געגעסן פיש פסח.
זיי לעבן נאך לאויט״א און יעדער קען זיי פרעגן.

קאן זיין. איך האב נאר נאכגעשריבן וואס אנדערע האבן דא געשריבן.

אבער עס זענען געווען גענוג אנדערער גרויסע אידן וואס האבן נישט געגעסן קיין פיש שוין נאכ'ן קריג.
וואו זענען די דוי זוכערס?

ידעתי
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » מאנטאג מארטש 26, 2018 11:03 pm

גערעכט. אןן עס זענען אויך געווען גענוג גרויסע אידן וואס האבן יא געגעסן פיש פסח.

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מאנטאג מארטש 26, 2018 11:13 pm

ידעתי האט געשריבן:גערעכט. אןן עס זענען אויך געווען גענוג גרויסע אידן וואס האבן יא געגעסן פיש פסח.


וגם אני בתוכם
וואו מיינע גייסטע?? האאא?
קח"א יוניט #3

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג מארטש 27, 2018 1:21 am

דער פאפא רב ז"ל האט אין אמעריקע געגעסען ווייט פיש וואס איז נישט דא לעבעדיג כי התבטל הטעם.

הדברי יואל הפסיק לאכול דגים בארה"ב מפני ריבוי הסועדים אצלו... כך כתוב בהגדה דברי יואל.


ידענא מרב חשוב שאכן אינו אוכל דגים בפסח מפני מנהג הישן. חוץ מבשבת, כי כבוד שבת עדיף

אוועטאר
Think and Thank
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג מארטש 27, 2018 9:52 am

פערדס מיניסטער האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:גערעכט. אןן עס זענען אויך געווען גענוג גרויסע אידן וואס האבן יא געגעסן פיש פסח.


וגם אני בתוכם

די שמועס איז געווען צו עס איז בכלל געווען אזא מנהג אדער מען האט פשוט נישט געהאט, דערויף האב איך געברענגט אז פון דעם וואס טייל האבן זיך צוריקגעהאלטן פון עסן אויך נאכ'ן קריג איז א ראי' אז עס איז יא געווען א דירעקטער מנהג.

אוהב, ס'איז אביסל אינטערעסאנטליך צו זאגן אז ער האט אויפגעהערט מחמת ריבוי הסועדים.
וואו זענען די דוי זוכערס?

אוועטאר
טעם וריח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג מארטש 27, 2018 1:37 pm

Think and Thank האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:גערעכט. אןן עס זענען אויך געווען גענוג גרויסע אידן וואס האבן יא געגעסן פיש פסח.


וגם אני בתוכם

די שמועס איז געווען צו עס איז בכלל געווען אזא מנהג אדער מען האט פשוט נישט געהאט, דערויף האב איך געברענגט אז פון דעם וואס טייל האבן זיך צוריקגעהאלטן פון עסן אויך נאכ'ן קריג איז א ראי' אז עס איז יא געווען א דירעקטער מנהג.

אוהב, ס'איז אביסל אינטערעסאנטליך צו זאגן אז ער האט אויפגעהערט מחמת ריבוי הסועדים.

שוין געווארן געדראשן מערערע מאל דא אין וועלט'ל (איינער קען ברענגען מ"מ?), יש אומרים ער האט אויפגעהערט ווייל ס'איז שווער געווען פאר די רעביצן צו גרייטן פאר יעדן פון ערב יו"ט לעבעדיגע פיש, און ער האט געוואלט ביי זיין טיש זאל יעדער עסן גענוי ווי זיינע חומרות,

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג מארטש 27, 2018 1:43 pm

Think and Thank האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:גערעכט. אןן עס זענען אויך געווען גענוג גרויסע אידן וואס האבן יא געגעסן פיש פסח.


וגם אני בתוכם

די שמועס איז געווען צו עס איז בכלל געווען אזא מנהג אדער מען האט פשוט נישט געהאט, דערויף האב איך געברענגט אז פון דעם וואס טייל האבן זיך צוריקגעהאלטן פון עסן אויך נאכ'ן קריג איז א ראי' אז עס איז יא געווען א דירעקטער מנהג.

אוהב, ס'איז אביסל אינטערעסאנטליך צו זאגן אז ער האט אויפגעהערט מחמת ריבוי הסועדים.



אונטרעסאנט צו נישט, כך כתוב במנהגים בהגדה דברי יואל.

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

א טובה פאר איד, ביקש באישי להעלות

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג מארטש 27, 2018 1:50 pm

געהערט ביי א דרשה דעם וואך אז דארט ווי מען מאכט פילעיד פיש (דאכט זיך מיר ער האט געזאגט טשילי) פלעגט נישט זיין א משגיח תמידי. פאריאר איז מען געוואר געווארן אז א יאר פארדעם איז געווען דארט א משגיח פון א"י און ער האט נישט גענומען דו פיש ווייל ביי לאנטש ווען א יעדער גייט ארויס האט ער דיסיידעט צו בלייבן און זיך ארום קוקן, זעהט ער ווי איינער פון די ארבעטערס באשפריצט דו בעלטס מיט וואסער, פרעגט ער וואס איז דאס, זאגט ער אז כדי עס זאל זיך נישט אן כאפן א בעקטיריע שפריצט ער עס מיט וואסער, נאכן אויספארשן אביסל האט ער מברר געווען אז די וואסער איז אלקאהאל. למעשה דער השגחה וואס האט נישט א משגיח תמידי האט נישט געוויסט דערפון און מיט גרויס שוועריגקייטן האט מען געקענט מתיר זיין דו פיש. דאס איז דו כשר לפסח פיש וואס אסאך פיש סטארס נעמען פון דעם סאפלייער. דאס יאר האט מען שוין געשיקט א משגיח תמידי.

אידן וואס זייערע עלטערן האבן נאר געגעסן לעבעדיגע פיש איז דא חששות אפילו היינט און עס איז כדי זיך נישט אוועק צו רירן און אידן וואס זייערע עלטערן האבן געגעסן אפי' נישט לעבעדיגע זאלן ווייטער עסען און דער אייבערשטער וועט זיי א וודאי היטן.

(איך וויל דאס נישט שרייבן מיט מיין ניק אבער דו קענסט עס שרייבן אז איינער האט דיר געשיקט אין אישי.)


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט