מה נדבר ומה נצטדק (געטוישט נאמען פון: פרשת מקץ)

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

מה נדבר ומה נצטדק (געטוישט נאמען פון: פרשת מקץ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויך די וואך פרייטאג איז מיר בייגעפאלן א געדאנקעלע ביים פארענדיגן חומש ורש"י לערנען.

יהודה זאגט פאר יוסף נאכדעם וואס מען האט געכאפט די זילבערנע בעכער אין בנימין'ס זעקל: מה נדבר ומה נצטדק וגו', וויאזוי קענען מיר זיך ריינוואשן דא?

אינטערסאנט, די זעלבע ווערטער נוצן מיר ביי סליחות אין די הייליגע טעג, לך ה' הצדקה וגו' מה נדבר ומה נצטדק, נחפשה וגו'.

קען אפשר זיין אז דאס ווערט געזאגט אלס א לימוד זכות אויף כלל ישראל.

ווייל ביי די מעשה פון יוסף, איז דאך דאס בעכערל אונטערגעשטעלט געווארן דורך יוסף אליין, ער האט פערזענליך געזען דערצו אז דאס זאל אונטערגעריקט ווערן אין בנימין'ס זעקל, און דאן האט ער זיי אפירגעהאלטן "רויבער וואס איר זענט, וואו איז אייער הכרת הטוב"? אויף דעם האט יהודה זיך אויסגעדרוקט "וויאזוי קענען מיר זיך ריינוואשן".

ווען מיר שטעלן זיך אראפ זאגן סליחות ותחנונים אין די הייליגע טעג, בעטן מיר אויך מחילה וסליחה וכפרה אויף עבירות וואס מיר זענען באגאנגען דורך דעם רוע שאור, דער יצר הרע וואס השי"ת אליין האט באשאפן אין אונזערע הערצער, ווי ער זעלבסט האט זיך אויסגעדרוקט "ואשר הרעותי" - שבראתי יצר הרע (ברכות ל"ב ע"א).

אה, פאסט זיך זייער גוט דעם אויסדרוק "מה נדבר ומה נצטדק", כלומר: רבונו של עולם, דו האסט מיט אונז געטאן פונקט ווי יוסף מיטן בעכער! דו פלאנצסט עס אריין ביי אונז, און דאן האסטו טענות פארוואס מיר גייען אין פארקרומטע וועגן?
לעצט פארראכטן דורך קרעמער אום דינסטאג דעצעמבער 11, 2007 1:23 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער,
מ'האט דאך געשמועסט אז מען איז מגיב אין פאריעריגע לינקס, ליבערשט ווי עפענען חדשים לבקרים?

הא? עס אינטערעסירט דיך ווי די פאריעריגע שניי.....


די ווארט איז זייער שיין, וראוי להעלותו על שלחן מלכים
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

קרעמער.

דאס ווארט איז טייערער ווי גינגאלד, וואויל צו דעם מח וואס טראכט אזוינע בחינות.

שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט פון א היינטיג ווארט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיללער האט געשריבן:קרעמער,
מ'האט דאך געשמועסט אז מען איז מגיב אין פאריעריגע לינקס, ליבערשט ווי עפענען חדשים לבקרים?

הא? עס אינטערעסירט דיך ווי די פאריעריגע שניי.....


די ווארט איז זייער שיין, וראוי להעלותו על שלחן מלכים


גלייב מיר בנאמנות, איך האב נעכטן נאכט געזוכט און גענישטערט, אויפן ערשטן און צווייטן בלעטל (דאס דריטע איז נאכנישט געשריבן געווארן), און איך האב עס נישט געפונען!

ווייזט אויס אז עס איז דיר באשערט געווען צו האבן עפעס קריטיק...
לעצט פארראכטן דורך קרעמער אום מאנטאג דעצעמבער 10, 2007 4:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח מיללער און בני היכלא.

די דברי חיזוק פון חברים יקרים איז די איינציגסטע סיבה פארן אראפשרייבן אונזערע געדאנקן, כידוע לכם.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

מתנצל אני לפניך, הרב הכולל מורינו ערעב קרעמער שליט"א. איך האב געזען דיין געדאנק געזען און דערפון שטארק הנאה געהאט, שפירנדיג ווי ס'רעדט אביסל צו מיין נשמה'לה... און גערעכנט מגיב צו זיין דערויף. אבער ליידער, ליידער, האט זיך דער חברה מאן דהו פארלייגט אויף מיר, און כ'בין פארפארן דארט ביים נעקסטן טיש פון אונזער זיסער ס'מעדרש'ל מיט בני היכלא'ן איבער עניני פטפוטי צפצוף והבל רוח, עד שבא רבי קרעמער בכבודו ואמר הגיע זמן לאשכול הזה...

קרעמער דיין געדאנק איז להפליא, וקרוב לאמת. פארוואס? ווייל ס'ליגט דערין א טיפן אמת! ס'איז אן אמת'דיגער לימוד זכות פאר אונזערע שוואכע אינטערוועלט דורות...

מ'זאגט נאך פון צדיקים, פארוואס האט מען יעדן אמת'דיגן רעיון אריין געטייטשט אין א פסוק? בכדי ס'זאל בלייבן בעסער אין לענגער אין זכרון. סתם א רעיון, אויב ליגט דאס נישט בכתובים, זעצט זיך נישט אזוי ביים מענטש אין מח, משא"כ אויב זעצט זיך דער רעיון אין א פסוק, איז יעדן מאל ווען מ'לויפט איבער דעם פסוק דערמאנט מען זיך דערפון.

מהיום והלאה, וועל איך פר' מקץ, לערנענדיג דעם פסוק, און בימי הסליחות (ווען ס'פאדערט זיך באמת צו הערן די ווערטער) יעדן אינדערפרי קרעדיטירן קרעמער'ן פאר זיין געדאנק, און שעפן דערפון חיזוק.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:קרעמער,
מ'האט דאך געשמועסט אז מען איז מגיב אין פאריעריגע לינקס, ליבערשט ווי עפענען חדשים לבקרים?

הא? עס אינטערעסירט דיך ווי די פאריעריגע שניי.....


די ווארט איז זייער שיין, וראוי להעלותו על שלחן מלכים


גלייב מיר בנאמנות, איך האב נעכטן נאכט געזוכט און גענישטערט, אויפן ערשטן און צווייטן בלעטל (דאס דריטע איז נאכנישט געשריבן געווארן), און איך האב עס נישט געפונען!

ווייזט אויס אז עס איז דיר באשערט געווען צו האבן עפעס קריטיק...


למעשה יעצט האסטו עס שוין געטראפען?
נאדיר א לינק דערצו, שווער מסביר צוזיין וויאזוי דו האסט עס פארזעהן, איך קלער אז מחמת חביבות המאמר שנכלל בה האט מען מן השמים געפירט אז עס זאל זיין אין א באזונדערע אשכול מה' פינגערס קרעמער כוננו.

אפשר זאלסטו יעצט משנה שם זיין פאר'ן אשכול במיוחד אויפ'ן געדאנק, 'עד שתחפץ' טייטשן חסידישע ספרים אז מ'זאל מאכן דערפון א חפץ.

איך זאג דיר באמת, איךהאלט אז מן-הסתם ווערט שוין דאס ווארט דערמאנט ערגעץ (איך פארגין דיר פשוט נישט....) אזוי גוט און מכוון איז עס.

עלה והצלח, איך בין פון די עשרה ראשונים פאר מעות קדימה אויף דיין ספר 'הגיוני קרעמער' (פון סקרענטאן וועל איך לכאורה זיין דער איינציגסטער)
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”