ס'איז ערב ראש השנה - ס'איז צייט פאר א אמתע אפענע שמועס!

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

ס'איז ערב ראש השנה - ס'איז צייט פאר א אמתע אפענע שמועס!

תגובהדורך שלום ואחדות » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 9:22 am

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אין די וואכעדיגע פרשה געפינען מיר די פסוק זאגט רְאֵה נָתַתִּי לְפָנֶיךָ הַיּוֹם אֶת הַחַיִּים וְאֶת הַטּוֹב וְאֶת הַמָּוֶת וְאֶת הָרָע ...הַחַיִּים וְהַמָּוֶת נָתַתִּי לְפָנֶיךָ הַבְּרָכָה וְהַקְּלָלָה וּבָחַרְתָּ בַּחַיִּים לְמַעַן תִּחְיֶה אַתָּה וְזַרְעֶךָ. משה רבינו אונזער געטרייער מנהיג געזעגנט זיך שוין אט אט פון די אידישע קינדער, זאגט ער אונז אָן פון השי"ת די וויכטיגסטע פונקטן וואס מיר דארפן שטענדיגן געדענקן, זעה איך געב פאר דיר היינט לעבן און גוטס, טויט און שלעכטס ...לעבן און טויט האב איך פאר דיר געגעבן, ברכה און קללה, וועהל דיר אויס אינעם לעבן כדי די זאלסט לעבן, די מיט דיינע קינדער.

פרעגט זיך א לאָגישע פראגע ווען מען שטעלט אראפ פאר א מענטש א אויסוואהל פון גוטס אדער שלעכטס, לעבן און טויט פארשטייט איעדער אז דער מענטש וועט נעמען דאס גוטס און לעבן, פארוואס דארף מען אונז מסביר זיין מיט קלארע ווערטער "ובחרת בחיים" וועהל דיר אויס לעבן, וואס דען? ווער וויל דען אויסוועהלן דעם שלעכטס אדער גאר דעם טויט? בכלל דארף מען פארשטיין, די פסוק זאגט טוב - ורע, גוטס און שלעכטס איז דען נאר דא די עקסטרעם, ס'איז דען נישט דא עפעס א מיטל-וועג, א לעבן וואס האט אין זיך סיי גוטס און אביסל שלעכטס אדער פארקערט?

אין די טעג פון עשרת ימי תשובה בעטן מיר ביי די שמונה עשרה: זָכְרֵנוּ לְחַיִּים. מֶלֶךְ חָפֵץ בַּחַיִּים. וְכָתְבֵנוּ בְּסֵפֶר הַחַיִּים. לְמַעַנְךָ אֱלֹקִים חַיִּים - געדענק אונז צום לעבן, דער קעניג וואס וויל דאס לעבן, און באשרייב אונז אין דער ספר פון לעבן, פאר דיינעם וועגן לעבעדיגער באשעפער. דארפן מיר זיך פרעגן וואס איז די פשט? אויב השי"ת איז דער מלך חפץ בחיים ער וויל געבן לעבן, און מיר בעטן זיך אזוי וכתבנו בספר החיים, נָא איז וואס די פראבלעם זאל השי"ת געבן, און מיר וועלן נעמען?

יא ברידער, דער זוממער איז פארביי, דער הערבסט קלאַפט שוין אויפן טיר, די בלעטער טוישן שוין קאלירן, און די יום טוב פיבער איז שוין אין פולסטן שוואונג, די ליכטיגע חודש פון תשובה דער אלול איז שוין כמעט פארגאנגען, ס'איז נאך געבליבן געציילטע טעג, לאמיר זיי ריכטיג אויסנוצן, און זיך גרייטן ווי עס דארף צו זיין, צום יום הדין ווען מיר גייען זיך אפשטעלן פונעם יערליכן געלויף און פארברענגען מיט אונזער טאטען פאר אפאר קורצע וואכן, לאמיר ארייננעמען א טיפן אטעם און זיך מתבונן זיין מיט די כוונות פונעם גרויסן יום טוב ראש השנה, וואס מיינט דאס ראש השנה? יא איך ווייס אז מען דאווענט, מען וואונטשט לשנה טובה, א גוט געבענטשט יאר, אוודאי גרייטן שוין די נשים צדקניות צו די רינדעכיגע חלות, די זיסע מייערן געפרעגלט אין האניג ווי ס'איז דער מנהג ישראל קדושים! אבער ניין טייערע חבר, מיר רעדן פון די עבודת היום וואס די תורה זאגט מיר זאלן אריינלייגן אונזער 'ראש' קאפ הארץ און מחשבה דורכן ראש השנה: אמרו לפני מלכיות כדי שתמליכוני עליכם, זכרונות, כדי שיעלה זכרוניכם לפני לטובה, ובמה בשופר. השי"ת זאגט אונז: דערמאנט פאר מיר קעניגרייך כדי עטץ זאלטס מיר קרוינען אויף ענק וכו' דאס איז אונזער עיקר ארבעט פונעם טאג, לאמיר זיך פארטיפן און פארשטיין וואס איז באמת די אפטייטש און מיינונג פונעם הייליגן טאג? וואס האט השי"ת פון דעם אז מיר זאגן מלכיות? און בכלל וואס מיינט דאס פאר אונז?

וויליאם דער קרוין פרינץ! דער נאמען קלינגט איבער די וועלט, ער איז דער איין איינציגסטע קינד וואס איז געבוירן געווארן אויף דער עלטער פון זיין פאטער דער גרויסער קעניג און וועלט מאכט "פיליפ דער צווייטער", וויליאם דער קרוין פרינץ איז דער אקטיווער "משנה למלך" צו דער מעכטיגער מלוכה וואס זיין טאטע פארמאגט, ווי ער גייט און שטייט איז ער ארומגענומען מיט כבוד מלכים און אלעס ווארט אים אפ אויף א גאלדענעם טאַץ.

ווערנדיג אויף געצויגן אינעם קעניגליכן פאלאץ, האט אים קיינמאל גארנישט געפעלט, וואס זיין הארץ האט געגלוסט אדער וואס ער האט נאר פאנטאזירט פון האבן האט ער עס שוין געהאט, און נישט סתם געהאט, נאר געהאט פון די בעסטע שבבעסטע, 24 שעה אין טאג, פון ווען ער איז אויף געשטאנען און ביז צום גיין שלאפן איז מען געשטאנען גרייט אים צו באדינען פון קאפ ביז פיס, מען האט פון אים קיין אויג נישט אראפ גענומען, און אלעס איז געווען אונטער די פערזענטליכע אויפזוכט פון זיין גרויסע פאטער, וואס כאטש ער איז פארנומען מיט די קעניגרייך יומם ולילה, פונדעסטוועגן דאך געט ער אוועק צייט און מח צו פארברענגען און זיך כסדר אינטערעסירן אויף זיין בן יחיד'ל, די גרעסטע לערנערס פונעם לאנד פלעגן קומען לערנען מיט וויליאם, דערנאך האט ער אנגעפאנגען ארום פליען איבער די וועלט שטודירן אין די חשובסטע שולעס ווי עס פאסט זיך פאר א בן מלך, פארשטייט זיך אז דאס איז געווען אין באגלייטונג אויף טריט און שריט פון עטליכע באדי-גארטס וואס מאכן זיכער אז ער איז פארזיכערט און האט אלע געברויכן צוגעשטעלט ווי עס דארף צו זיין, איבריג צו זאגן אז ער איז אייביג געגאנגען אנגעטוען מיט די מלכות'דיגע קליידער, און פאר מען האט אים ארויס געלאזט פון שטוב האבן די חברה זיכער געמאכט אז ער זעט אויס גאר גוט ווי "ס'פאסט פאר וויליאם דער קרוין פרינץ"!

ווען וויליאם איז עלטער געווארן האט ער אנגעהויבן זיך אויסצושטעלן זיין פאליטישער מיינונג און פארשטאנד, אבער צו אלעמענס ערשטוינונג איז ער געגאנגען און גאנץ א אנדערע ריכטונג ווי ערווארטעט, ער האט אנגעהויבן זאגן לויב ווערטער פאר די "פרייע-לעבן באוועגונג" און במשך די צייט זיך אפיציעל אנגעשלאסן אין די באוועגונג. - די "פרייע-לעבן באוועגונג" איז געווען אנטקעגן די גאנצע פיליזאפיע פון א קעניגרייך, זיי האבן געהאַלטן אז איעדער יחיד דארף לעבן וויאזוי ער גלייכט די מערסטע, וואס און וויאזוי דער מענטש פארשטייט דאס זאל ער טוען, זיי האבן געטענהט ..ווילאנג מענטשן טוען וואס זיי ווילן פון טיפן הארצן, איז אלעס אקעי, און דאס ברענגט ארויס די ריכטיגע צופרידענהייט און אינערליכע שמחה פאר מענטשן ...אזוי בעוולה'ט קיינער נישט דעם צווייטן, קיינער שטייט קיינעם נישט אין וועג ווייל איעדער טוט וואס ער וויל, אז מ'צאלט נישט קיין שטייערן דארף מען נישט ארבעטן אזוי פיל, און אזוי דארף מען נישט אויפהאלטן א גאנצע גאווערמענט מיט איינגעשטעלטע וכדומה, ווייל אין א וועלט ווי יעדער איז צופרידן מיט זיך איז עס פשוט איבריג, די גאנצע זאך פון א קעניג מיט א קעניגרייך און הויכגעשטעלטע איז נישט וויכטיג מ'וועט זיך גרינג א עצה געבן אן דעם, און בכלל די פרייהייט וואס איעדער פילט דאס איז די בעסטע זאך וואס איז דא אינעם לעבן.

אונזער וויליאם האט אויך אזוי פארשטאנען כאטש ער האט פארמאגט די אלע גוטס און באקוועמליכקייטן איז ער קיינמאל נישט געווען עכט צופרידן, די גאנצע מלכות'דיגע לעבנס שטייגער האט אים נישט געשמעקט ער האט כסדר געשפירט אז די פשוטע מענטשן מאכן א גוט לעבן, א לעבן אן קיין דאגות, ס'האט אים אויסגעזען אז זייער לעבן איז אסאך געשמאקער, און דער שנאה צו די מלכות'דיגע שטייגער האט אנגעפאנגען וואקסען אין אים ער האט כסדר געהאט מחשבות ווי ..איך לעב א פארמאלע לעבן, ווי איך גיי דארף איך גיין אנגעטוען ווי ס'פאסט, איך דארף זיך פירן ווי ס'פאסט, איך דארף רעדן ווי ס'פאסט... מען קוקט אויף מיר פון אלע זייטן מיט א פארגרעסערונג גלאז?! ווי איך גיי קומען מיט באדינער און יעדער זאגט מיר דעות, איך וויל לעבן מיין אייגען לעבן און טוען וואס מיין הארץ גלוסט אָן זיך דארפן צושטעלן צו די מלוכה... אמת אז מיין טאטע איז גאר א פיינער און א גוטער, אמת אז מיין עתיד גייט פארלוירן גיין, אבער וואס זאל איך טוען ס'איז נישט געמאכט פאר מיר גענוג איז גענוג, איך וויל גיין לעבן א גוטן טאג, מאכן א חיים טובים, און א געשעפט האב איך מיט די גאנצע קעניגרייך, און אזוי האט ער אנגעפאנגען אראפ צו ווארפן די עול המלכות מער און מער, די פרייע וועלט ווי מ'פארברענגט כאילו ס'איז נישט פארהאן א מארגן, האט גוט געארבעט אויף אים, די עולם הגשמי מיט אלע אירע קאלירן האבן אנגעפאנגען שפילן אויף אים, ער איז געגאנגען פון איין תאווה צום צווייטן... און אזוי האט ער געלעבט און געלאכט אָן געבן א טראכט וואס ער האט געטוען, און וואס ער פארשפילט נאר דאס איז עס... ווען די פאלק האט געזעהן ווי דער קרוין-פרינץ איז א חלק פון די באוועגונג האבן זיי זיך אויך צוגעכאפט דערצו, און ביז א קורצע צייט, האט רוב לאנד צוביסלעך זיך אהין גערוקט און דער קעניג איז געבליבן מיט גאר א קליינער פאלק וואס זענען נאך געווען אינטערסירט און מחשיב געווען די מלוכה, די קעניגרייך.

דער קעניג מיט זיין גאלדענע הארץ האט צוגעקוקט מיט גרויס צער וואס דא קומט פאר און האט מחליט געווען, אויב דאס איז וואס מיין פרינץ און די פאלק ווילן זאלן זיי דאס האבן, אויב דאס מיינט ביי זיי לעבן בכבוד גדול זאלן זיי אזוי פירן זייער לעבן, איך וועל זיי נישט שטערן, איך וויל דאך נאר די גוטס פונעם פאלק, אז זיי זענען איינגערעדט אז די הפקר'דיגע סטייל לעבן וועט זיי בעסער שפילן זאלן זיי מצליח זיין.

עטליכע יאר נאכדעם וואס וויליאם איז שוין געווען זאט איבערן נאז פון די "פרייע לעבן", איז אים דאס לעבן געווארן זייער לאנגווייליג ווייל נאכן אויספרובירן איעדע תאווה בלייבט דאך גארנישט איבריג פארן מארגן, ער האט זיך געלייגט אין בעט אָן קיין שום סיבה אויף צושטיין, ער האט פארלוירן סיפוק פון לעבן, אפילו פון זיינע געשמאקע תאוות האט ער שוין געבראכן... האט ער זיך אויף געוועקט פון טיפן שלאף און אנגעפאנגען זיך פרעגן וואס גייט דא פאר? וואס איז מיין תכלית אויף די וועלט? די תכלית פון מיין לעבן? צוביסלעך האט ער אנגעהויבן צוריקצוקומען צום הכרה אז די "פרייע-לעבן באוועגונג" ארבעט נישט, ס'איז ביטער און ליידיג אויפן הארץ, ער האט אנגעהויבן בענקן צום טאטענ'ס פאלאץ, אויך האט ער אנגעהויבן רעדן צום פאלק, און ווי ער איז נאר געגאנגען האט ער זיי געטוען אויף מאכן די אויגן און זיי ווייזן ווי נאריש די פאלשע פרייהייט איז, עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט און וויליאם מיט די גאנצע פאלק זענען צוריקגעקומען צום קעניג בעטן און וויינען, רצונינו לראות את מלכנו! מיר ווילן האבן אויף זיך דעם עול המלכות, מיר ווילן זיין א חלק פון קעניגרייך, די גאנצע רוח האט זיך איבערגעדרייט צוריק צום קעניגס זייט אזש ס'איז געווען ומלכותו ברצון קבלו עליהם...

כלל ישראל איז דער קרוין פרינץ! דער נאמען וואס קלינגט איבער די וועלט, מיר זענען די אויסגעוועלטע באליבטער פאלק פון השי"ת אונזער טאטע, ער איז דער בורא, דער באשעפער פון די וועלט, ער איז דער "מלך מלכי המלכים" קעניג איבער אלע קעניגן, מיר זענען בני מלכים, און ווען מיר גייען אין די ריכטיגע וועג ווארט אונז אָפ אלע גליקן אויף א גאלדענעם טאץ.
אונזער טאטע דער קעניג שטעלט צו פאר זיין פרינץ דאס בעסטע שבבעסטע, ער געבט אונז אָן אויפהער, ער נעמט נישט אראפ זיינע אויגן פון אונז, 24 שעה אין טאג, פון ווען מיר שטייען אויף און ביז צום גיין שלאפן שטייט השי"ת אונזער געטרייע פאטער מיט זיינע מלאכים גרייט אונז צו באדינען פון קאפ ביז פיס, ער היט אויף אונז ווי דער שווארץ אפפעל פון אויג הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל, די גאנצע וועלט האט ער נאר באשאפן כדי אז אלע זאלן איינזעהן און זיך אונטערטעניגען פונעם אייגענעם ווילן אונטער זיין גרויסע מלוכה, ווי מיר זאגן איעדן טאג "אדון עולם אשר מלך בטרם כל יציר נברא" השי"ת איז דער הער פון די וועלט, וואס האט געוועלטיגט איבער די וועלט נאך פאר די וועלט איז באשאפן געווארן, דערנאך וואס השי"ת האט צוגעגרייט די וועלט האט ער באשאפן דעם מענטש וואס זאל מיט זיין אייגענע בחירה פון זיין פרייער ווילן כסדר אויסשרייען פאר זיך און פאר די וועלט "ה' מלך!".

ליידער מאכט זיך אז דער קרוין פרינץ, דער בן מלך ווערט עלטער און פאנגט אן אויסשטעלן זיין אייגענע מיינונג און פארשטאנד זיין אייגענעם דרך החיים, אבער צו אלעמענס ערשטוינונג גייט ער אין גאנץ א אנדערע ריכטונג ווי ערווארטעט, דער אידעלע פאנגט חלילה אָן ארויף צוקוקן אויף די "פרייע-לעבן באוועגונג" פון די אומות העולם ארום זיך, ער ווערט נתפעל און ס'גלוסט אים אויך צו לעבן אזא הפקר'דיגע לעבנסשטייגער, וואס דאס מיינט טו וואס די ווילסט, גיי ווי די ווילסט, קוק אויף וואס די ווילסט, ס'גלוסט אים דער געדאנק פון נישט כסדר טראגן מיט זיך דעם עול התורה, דעם עול פון זיין א בן מלך, דער פרייע לייף סטייל זעט אים אויס געוואלדיג ער פילט ווי ער קען אנטוען פליגלען און ארומפליען איבער די גארער וועלט אָן קיין שום צוריקהאלט אדער דין וחשבון, וואספארא געשמאק...

פארשטייט זיך אז איך וועל נישט ווערן א להכעיס'ניק ח"ו און אראפ ווארפן די גאנצע עול, כ'וועל בלייבן מיט מיין לבוש וכדומה נאר כאטש עפעס וואס איך שפיר א מוראדיגער געשמאק אדער ס'איז מיר שווער אן דעם וועל איך טוען, איך דארף דען זיצן דא איינגעשפארט אין מיין קליינער וועלטעל וואס וועט שוין פאסירן אז איך וועל אביסל ארויספארן אויף א געלונגענע וואקאציע אין א שיינעם רעזארט ארט אויף יענעם זייט אמעריקע?! אדער גיין אויף שיינעם קרויז שיף... אביסל רומעניש וויין... און אונזער גוטער פריינד דער יצר קומט אריין אין בילד צולייגן אביסל ספייס מיט זיינע געוואלדיגע המצאות און פאנגט אן אראפ לייגן א הערליך בילד געב א קוק ביזט דאך יונג, די חברה מאכן א חיים טובים א גוט לעבן, ער מאלט עס אראפ מיט כל מיני קאלירן אז דער מענטש שפירט און פרעגט זיך ...פארוואס זיץ איך טאקע דא? דארטן אינדרויסן איז דאך דא א הערליך געשמאק וועלטל? בכלל דער גאנצע געדאנק פון מלכות ווערט אים אביסל צו א גרויסע פרעשער ...ס'פאסט אזוי ...ס'פאסט אזי וכו' הער שוין אויף איינצוצוימען, לאז לעבן, דער מענטש זאגט גענוג איז גענוג איך וועל זיך צושטעלן מיט די אומות העולם למחצה לשליש ולרביע און שטיקל ביי שטיקל פאנגט ער אן אריינפאלן, היינט איז עס נאר דאס און מארגן איז עס נאך אביסל מער, וואס איז נעכטן געווען אומדערהערט איז שוין היינט ביי אים נישט אזוי געפערליך, דער מענטש ווערט צוביסלעך מער און מער נשפע פון די פרייע באוועגונג, ביז ס'ציעט אים מיט אייזערנע קייטן אז ער קען שוין נישט אנדערש וכו' וכו'.

השי"ת דער געטרייע קעניג קוקט זיך צו מיט גרויס צער און זעט ווי זיינע קינדער נעמען זיך א נייע וועג, א שלעכט וועג, א וועג פון מות ר"ל, וואס דאס מיינט: אז לעבעדיגערהייט איז עס טויט, ס'איז ליידיג און פיסט, ס'האט נישט קיין שום תכלית קיין שום ממשות, קיין שום טיפע געשמאק, און אונזער טאטע בעט זיך ביי אונז "ובחרת בחיים" וועהל דיר אויס א לעבן, נישט סתם א לעבן נאר א "לעבעדיגע לעבן", חיים נצחיים, א לעבן וואס בלייבט... אמת אז די פרייע לעבן זעהט דיר אויס גוט און אינטערעסאנט, אבער אמתע חיים איז נאר א לעבן וואס קומט מיט א באדייט און מיט א תכלית, נאר א חיים וואס איז באגלייט מיט טיפקייט, איך נוץ אויס איעדען טאג, און איעדען טאג שטייג איך העכער אויפן לייטער פון רוחניות'דיגע סוקסעס היינט בין איך גוט, אבער מארגן בין איך נאך בעסער, אזא לעבן ברענגט געשמאק, שמחה, און צופרידנקייט וואס בלייבט לנצח.

ליידער אבער כאפן מיר זיך נישט, דער יצר שלעפט אונז צו שטארק אריין אין דעם פאלטשן וועלט, א וועלט ווי די הנאות קומען שנעל, אָן זיך צופיל מוטשענען, ער דראַפעט אונז אריין אין א "ביזי" וועלט פון טעלעפאן, טעֶקסט, אימעילס, נייעס, פאליטיק און נאך, ביז עס בלייבט אונז נישט איבער קיין איין סעקונדע צייט צו טראכטן און מאכן א חשבון הנפש ..ווי קוקט אויס מיין לעבן? האט עס א תכלית? צו וואס לייג איך אריין אזוי פיל כח? אויף וואס מוטשע איך זיך אזוי שטארק טאג און נאכט? נעם איך ארויס אמת'דיגע נחת פון מיר און פון מיינע קינדער? וואס איז וויכטיגער פאר מיר מיין געשעפט אדער מיין שטוב? אדרבה פרעג זיך וויפיל צייט געב איך אוועק צו פארברענגן מיט מיין שטוב? ווען האב איך לעצטע מאל געלערנט אדער געשפילט מיט מיינע קינדער? ווען האב איך דאס לעצטע מאל פארברענגט מיט מיין עזר כנגדי און איר געגעבן א ריכטיגע אוזן קשבת? ווען האב איך דאס לעצטע מאל פארברענגט אמתדיגע צייט מיט מיינע טייערע עלטערן?

די פראגעס גייען ווייטער: ווען האב איך דאס לעצטע מאל פארברענגט צייט מיט מיך אליינס ביני לבין קוני, זיך מתבונן זיין וואו איך קום שטיי אדער גיי אין עבודת ה', און זיך אויסגערעדט פון הארץ מיט מיין טאטען אין הימל (וויאזוי טוט מען דאס אפילו?), פון די 365 טעג x 24 שעה x 60 מינוט, וואס השי"ת האט מיר געשאנקן זייט דעם לעצטן ראש השנה וויפיל דערפון האב איך מקדיש געווען פאר זיינעט וועגן? מילא די וואכענדיגע טעג אבער ווי אזוי קוקט אויס מיין שבת טיש? און די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער... דער מענטש געבט זיך א קוק אָן, און פרעגט זיך וואס גייט פאר? ווי אזוי האט אויסגעזעהן מיין יאר? טראג איך דעם עול פון מלכות? דערקענט זיך אויף מיר אז איך באלאנג צו השי"ת'ס קעניגרייך? זעהן מיינע קינדער ביי מיר א אידישקייט וואס איז הערליך און געשמאק, אדער חלילה א לעבן וואס מען ווארפט אראפ דעם עול וויפיל מ'קען, און אויב מאכן מיר דעם חשבון אמת'דיג ווערט שווארץ פאר די אויגן און מיר פאנגן אן כאפן ווי ווייט מיר זענען, און ליידער ווי פארלאשן מיר זענען.

ווען עס קומען די לעכטיגע טעג פון ראש השנה, די טעג וואס השי"ת האט ברוב רחמיו אונז געגעבן די מתנה אנצופאנגן מיט א פרישקייט און אריין ברענגן דעם נייעם יאר מיט א התחדשות דורכן זיך צוריקקערן צו אונזער טאטען, מאכט זיך א איד דעם חשבון, און אויפן פלאץ פון די ליידיגקייט אינעם הארץ ווערט אריינגעגאסן א געוואלדיגע תשוקה א רייץ א גלוסטעניש צוריקצוגיין צום בורא עולם און זיך אונטערווארפן אונטער זיין מלוכה, נכספה וגם כלתה נפשי לחצרות ה', דער מענטש בענקט זיך צוריק נאכן עול, ער בענקט נאך די הרגשה אז יא איך בין א בן מלך א פרינץ, ער בענקט נאך דער געדאנק אז אלעס וואס איך טו איז חשוב און מאכט א געוואלדיגע רושם ביי מיין טאטע דער מלך מלכי המלכים, ער בענקט נאך א לעבן וואס איז פיל מיט אינהאלט, רייכקייט, און צופרידנקייט, און נישט נאר ווילן מיר אליינס צוריקגיין נאר מיר ווילן אויך ארויפגיין אויפן דאך און אויסשרייען פאר די גאנצע מענטשהייט איי זענט איר א חברה בטלנים, נערנים, אלע ענקערע גליקן זענען הוילע נארישקייטן, קומטס צוריק צום קעניג, נאר דארט אין זיין פאלאץ איז באמת גוט און וואויל.

דער אידעלע פאנגט אָן בעטן זָכְרֵנוּ לְחַיִּים טאטע איך וויל אמתע חיים, נישט מאכן א לעבן, נאר לעבן א לעבן, ווייל טאטע אין הימל דאס איז דאך אויך דיין ווילן די ביסט דער מֶלֶךְ חָפֵץ בַּחַיִּים, און אלעס נאר לְמַעַנְךָ אֱלֹקִים חַיִּים ...טאטע איך וויל עול! איך וויל זיין אונטער דיר, איך וויל טראגן דעם עול און וויסן אז ווי איך בין, ווי איך געפין זיך איז דער בית ה', ווי דוד המלך וואס כאטש ער איז געווען דער מלך ישראל האט ער געבעטן שבתי בבית ה', יא ער איז געווען אין פאלאץ, ער איז געגאנגען אין מלחמה אבער ער האט פארשטאנען אז מלכות שמים מיינט אז ווי אימער איך געפון זיך בין איך אין דער בית ה', צו דאס איז אין קאר, הויז, אפיס, ארבעטס פלאץ ס'איז נישט קיין שום חילוק, איבעראל באלאנג איך צו השי"ת'ס מלכות, איעדער קלייניגקייט א קוק דא אדער א ווארט דארט, אלעס ווערט מיט געהאלטן אונטער די פרעזענדליכע אויפזיכט פון אונזער גרויסע טאטע דער מלך מלכי המלכים! און נישט נאר פאר זיך בעטן מיר נאר אויך פאר די גאנצע וועלט, אלע פעלקער וואס דרייען זיך ארום און ווייסן ליידער נישט אז זיי באלאנגען אויך ..וְיֵדַע כָּל פָּעוּל, כִּי אַתָּה פְעַלְתּוֹ, וְיָבִין כָּל יְצוּר כִּי אַתָּה יְצַרְתּוֹ, וְיֹאמַר כֹּל אֲשֶׁר נְשָׁמָה בְאַפּוֹ, "ה' אֱלֹקֵי" יִשְׂרָאֵל מֶלֶךְ, וּמַלְכוּתוֹ בַּכֹּל מָשָׁלָה... אלע זאלן שוין איינזעהן, אלע זאלן זיך ערוועקן, און זעהן אז ס'איז פארהאן א קעניג וואס האט באשאפן, פירט און האלט אויף די וועלט, און נאר ווען מ'דינט אים און מ'גייט און זיינע הערליכע וועגן לעבט מען א לעבן, די בחירה ליגט אינעם מענטשענס הענט, ער קען זיך אליין אויסוועלן צו ער וויל חיים – מות, טוב – ורע? ס'איז אין אונזער הענט, לאמיר האבן שכל בוחר זיין פון יעצט און ווייטער צו לעבן א לעבעדיגע לעבן, א לעבן וואס איז פיל מיט אינהאלט און געשמאק... השי"ת דער יודע מחשבות ביום דין וועט אוודאי זעהן אונזער צובראכן הארץ וואס איז פיל מיט חרטה אויף ביז אהער... אבער פון יעצט איז עס פיל מיט תשוקה און בקשה צו טראגן עול, צו באלאנגן צו מלכות, וועט ער אונז אוודאי פארשרייבן צו א גוט געבענטשט זיס יאר ווי ס'פאסט זיך פאר א פרינץ אינעם פאלאץ, א יאר וואס די אלע ביטערע צרות יגון ואנחה וואס נעמען צו דעם אידנס קלארע דעת וועלן זיך אויפהערן, און מיר וועלן מבשר זיין איינער פארן צווייטן נאר שמחות און פרייליכע בשורות, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו הערן דעם קול השופר של משיח און ס'וועט מקוים ווערן דעם והיה ה' למלך על כל הארץ, ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים, בביאת מלך המשיח במהרה בימינו אמן!

לסיכום געדענק:
• פרעג זיך: וואס איז מיין תכלית אויף די וועלט? בין איך א חלק פון די גרויסע קעניגרייך?
• ובחרת בחיים וועהל דיר אויס לעבן וואס איז פיל מיט אינהאלט, רייכקייט, געשמאק און שמחה!
• פיל אָן דיין הארץ מיט תשוקה פאר להתוודע ולהגלות, אז ס'זאל שוין ענדליך מקוים ווערן די פסוק והיה ה' למלך!

בברכת כתיבה וחתימה טובה ושנת גאולה וישועה!

א גוט שבת און א לעכטיגע יו"ט!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

תגובהדורך שלום ואחדות » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 9:24 am


ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:04 am

יישר כח!
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

אוועטאר
טראכט א מינוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

תגובהדורך טראכט א מינוט » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 4:10 pm

.
איך האב אמאל געמיינט אז... ווער ס'האט שכל טראכט (קרעדיט: מאטי אילאוויטש)


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט