עורו ישנים משינתכם; שארפע מוסר רייד לחודש אלול

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

עורו ישנים משינתכם; שארפע מוסר רייד לחודש אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

עורו ישנים משינתכם, מיט וואס זענען אונז דומה צו שלאפעדיגע אז מען דארף אונז אויפוועקן

א מענטש וואס שלאפט וועט זיך נישט אראפקוילערן פון בעט, פארוואס? ווייל עפעס געוויסע וואכקייט האט די מענטש אפילו ביים שלאפן, אבער פארשטייט זיך אז א געוויסע וואכקייט פעהלט, לדוגמא אז חלומות זעהען אויס ווי אמתע פאקטן

אונז זענען דומה צו א שלאפעדיגער מער ווי א וואכער, פארוואס? די קלארקייט אין וואס איז אמת און וואס איז נאר א דמיון איז אינגאנצן פארדרייט, דעריבער שרייט מען עורו ישנים משינתכם,

טייערע יודן וועקטס אייך אויף

איך האב געגרינדעט די אשכול אז סיי ווער עס האט עפעס א שארפע ציפעדיגע אדער שרעקעדיגע געדאנק בנוגע תשובה ותיקון המעשים וואס קען ארויסהעלפן אויפציוועקן פון אונזער טיפן שלאף זאל עס דא מיטטיילן,

אודאי זאל מען נישט אראפרייסן ח״ו די מענטש וואס איז חלק אלוקי ממעל, אבער די גוף וואס מאכט פון אונז ליצנות א גאנץ יאר מעג כאפן א געזונטן ריק לכבוד חודש אלול, זאל ער שוין איינריען און אונז נישט פיהרן אזוי ביי די נאז אין באד אריין,

און לאמיר זיך נעמען אין די הענט אריין און ווייזן ווער עס איז די בעה״ב אויף אונז,
חביבי
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

חביבי, שארפע רייד! פיינעם געדאנק...
Definition of perfect: as good as it is possible to be
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

אלע דא זענען ווייכע מענטשן, הערצער ווי פוטער און צונגען ווי פלעדערוויש, ווי קען זיך איינער עפענען דא ס'מויל צו זאגן א שארפע מוסר ווארט פאר א צווייטן?..

פרוביר נאר געבן א טרעט איינעם אויף די הינער אויגן, די שארפע שטיקלעך וועלן אנפאנגען ארויסשיסן בשפע..
לעצט פארראכטן דורך ראש העיר אום זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 5:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

ראש העיר שארף געזאגט....!!!
חביבי
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

חביבי האט געשריבן:ראש העיר שארף געזאגט....!!!


דאס האסטו דאך געבעטן, ריכטיג?
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

ראש העיר האט געשריבן:
חביבי האט געשריבן:ראש העיר שארף געזאגט....!!!


דאס האסטו דאך געבעטן, ריכטיג?


נעוואדע,
חביבי
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

נישט מוסר ענדערש חיזוק אבער נאך אלץ גוט.
טיישט די הייליגע עטרת צבי: אחטה ואשיב, אחטה איך ווייס איך גיי זונדיגען אבער ואשיב איך גיי תשובה טוען,אחטא ואשיב, איך גיי נאכאמאל א דורך פאלן אבער איך גיי דאך תשובה טוען אין מספיקין איז קיין שום ספק, אז בידו לעשות תשובה
נאך שארפער פון די די ראדושיצער: האומר אחטא איך גיי זינדיגען, ואשיב אחטא גיי מיר נאך זינדיגען, ואשיב אין איך גיי נישט תשובה טוען, מספיקון בידו לעשות תשובה, לאזט מען פון הימל דאך ער זאל תשובה טוען
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:נישט מוסר ענדערש חיזוק אבער נאך אלץ גוט.
טיישט די הייליגע עטרת צבי: אחטה ואשיב, אחטה איך ווייס איך גיי זונדיגען אבער ואשיב איך גיי תשובה טוען,אחטא ואשיב, איך גיי נאכאמאל א דורך פאלן אבער איך גיי דאך תשובה טוען אין מספיקין איז קיין שום ספק, אז בידו לעשות תשובה
נאך שארפער פון די די ראדושיצער: האומר אחטא איך גיי זינדיגען, ואשיב אחטא גיי מיר נאך זינדיגען, ואשיב אין איך גיי נישט תשובה טוען, מספיקון בידו לעשות תשובה, לאזט מען פון הימל דאך ער זאל תשובה טוען

דאס איז שארף??
דאס איז צוקער זיסע רייד!!
נישט דאס האט חביבי געמיינט... ער דארף בייסיגער פון דעם
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

די ווערטער פון רבינו יונה, אז מען וועט אונז פארהאלטן, הלמאי מען האט געגעבן א געלעגנהייט זיך צו ראטעווען, דאס איז דער גרעסטע ליצנות אינעם קעניג אריין, אז ער געבט א מעגליכקייט זיך צו באפרייען, און דער מענטש מאכט זיך נישט וויסנדיג.

אגב דער משל פון די תפיסה איז אביסל אינטרעסאנט, ווייל דארטן איז דער לאך אין די תפיסה געמאכט געווארן אומלעגאל, און מעגליך קען זיין א פרומער ער זאל האלטן אז וויבאלד דער רצון פון קעניג איז איך זאל זיין דא, וועל איך דא בלייבן, אינעם נמשל איז עס אבער יא געפערליך, ווייל דער אייבערשטער וויל מען זאל תשובה טוהן און זיך באפרייען פון אלע שלעכטס.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

איסר האטלקי האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:נישט מוסר ענדערש חיזוק אבער נאך אלץ גוט.
טיישט די הייליגע עטרת צבי: אחטה ואשיב, אחטה איך ווייס איך גיי זונדיגען אבער ואשיב איך גיי תשובה טוען,אחטא ואשיב, איך גיי נאכאמאל א דורך פאלן אבער איך גיי דאך תשובה טוען אין מספיקין איז קיין שום ספק, אז בידו לעשות תשובה
נאך שארפער פון די די ראדושיצער: האומר אחטא איך גיי זינדיגען, ואשיב אחטא גיי מיר נאך זינדיגען, ואשיב אין איך גיי נישט תשובה טוען, מספיקון בידו לעשות תשובה, לאזט מען פון הימל דאך ער זאל תשובה טוען

דאס איז שארף??
דאס איז צוקער זיסע רייד!!
נישט דאס האט חביבי געמיינט... ער דארף בייסיגער פון דעם


טראכט אריין ווי בייסיג ער זאגט דא! ער נעמט אוועק אלע תיריצים... אפילו א מענטש האט זיך שוין צוגעוואוינט דאס בין איך, זאגט ער נאופ די האסט א וועג צוריק (און דו מוזט עס נעמען, נאו תיריצים)
חביבי
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

באקאנט אז ר' אליעזר'ל דשוקעב'ער האט געזאגט אז ער איז געווען אמאל אין ווין הבירה האט ער געפרעגט די גאסן קערער פארוואס דארף מען קערן די גאס יעדען טאג, עס וועט דאך עני וועי נאך אמאל שמוציג ווערן מארגען.
האט ער גענטפרט: הער ראבינער זי ניט קערן צו יעדע צייט וואלט די שמוץ איבערן קאפ געגאנען,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אולי אפשר לומר
רגזו עס איז דא א שווערע מלחמה ואל תחטאו עטץ ווילטס נישט זינדיג, ענק ווילן געווינען די מלחמה, די עצה איז אמרו בלבבכם טראכטס נאר אביסעל אריין, על משכבכם וויפיל אידען ליגען נעבעך אין די שפיטעלער, ודומי סלה וויפיל אידען זענען ליידער שוין בכלל נישט דא,
רבותי יעצט איז די זמן אז נעקסטע יאר זאל נישט אזוי אויסקוקן
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

יישר כח סאדאם, קיפיט קאמינג
חביבי
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

כל נגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו, א מענטש זעהט נישט זיינע אייגענע חסרונות, דמיונות, און איינרעדענישן

וואס איז די עצה יא צו טרעפן די נגעי עצמו, די באהאלטענע אינערלעכע שונאים פון די מענטש?

עס שטייט פון בעשה״ק: אויב א מענטש איז גערעגט אויף א צווייטן ווייל ער זעהט א קרומקייט אין יענעם מיינט דאס אז טיף טיף אינעווייניג האט ער די זעלבע חיסרון

איז לפ״ז די עצה אויף למעשה; טראכט אריין די עוולות פון אנדערע וואס באדערן דיר, נעם זיך אליינס אויפן צימבל מיט ברוטאלע אמתדיגקייט און געב נישט נאך ביז ווילאנג דו טרעפסט נישט ביי דיר אקוראט די זעלבע חיסרון

ווען די האסט עס געטראפן זיי וויסן זיין אז דאס וואס ביי דיר קוקט עס אויס ׳נאט סאו טעריבל׳ מוז נישט זיין אז פון אינדרויסן קוקט מען עס אויך אזוי אן, פון אינעווייניג זעהט צומאל אלעס אויס נישט אזוי געפערלעך

דאנ׳ט בי סורפרייזד; אז די וועסט דערנאך פארציילן פאר א גוטע חבר אז דו האסט געטראפן ביי דיר די און די חיסרון אז ער וועט דיר ענטפערן מיט א תמיה יא איך האב שוין לאנג געוואוסט דאס, וואס איז די חידוש וואס איז דיר נתחדש געווארן?!
חביבי
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אתם נצבים היום מען גייט ווערן געשטעלט למשפט ראש השנה, [כמש"א הכתוב אשר יאמר היום בכל שנה ושנה קורין פרשה זו בראש השנה,]
נישט נאר די חברה שטארבער'ס נאר כולכם פאר וועם גייט מען זיך שטעלן לפני ד' אלוקיכם
אמת אז קודם שטראפט די אייבערשטער די צדיקים פשוט אלץ ותבער בם אש ד' ותאכל בקצה המחנה, ווייל זיי זענען זיך מקרב פאר כלל ישראל, אלץ מזבח כפרה,
אבער דעס איז נאר ראשיכם שבטיכם די ערשטע קלעפ גייט פאר זקניכם ושוטריכם אבער נאך דעם קומט כל איש ישראל יעדער קען ארויף גיין אויף די ליסט פון די חברה שטארבער'ס
און וואס איז די עיקר משפט מחוטב עיצך עד שואב מימך ווי אזוי האסטו אויסגעניצט די הייליגע טעג פון חמשה עשר באב שחוטבין עצים למערכה, ביז סוכות ששואבין מים לשמחת בית השואבה, די עיקר משפט איז ווי אזוי מען האט אויסגעניצט די הייליגע טעג.
אגב האב איך יצט געהערט א ווארט פון די ישמח ישראל ביים לויה פון ר' בעריש מביאלא וואס ער האט געזאגט לך ד' הצדקה די אייבערשטער האט זיך צוגענומען אלע צדיקים ולנו בושת הפנים אונז לאסטו נאר איבער די פארשעמטע פענעמער.
ווי אזוי פלעגט ר' מיכלע פון נתניא טיישען א טייטש ואתה תצוה את בני ישראל די אייבערשטער האט געזאגט אז עס זאל זיין אידען אויף די וועלט ויקחו אליך דו נעמסט זיי צו צו דיר שמן כביכול ווען נישט אז הי שופרא זאגט עס ווען וואלטן מיר עס נישט געטארט זאגן אז הקב"ה כביכול זאל זיך שמן
לעצט פארראכטן דורך סאדאם חוסעין אום דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:48 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

איי סאדאם דו פארלאנגסט אן פשרות, געוואלד ווי בינעך אויף די וועלט
חביבי
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

חביבי עפענט א וויכטיגע אשכול, און געט חיזוק צו קענען גיין ווייטער, געגאנגען.

זאגט מיר א בחור, הלואי איז דא א פיל וואס מען קען איינעמען א סליחות, און זיך אויפוועקען די ערשטע טאג סוכות, ער האט נישט קיין כוח צו די ימים נוראים,
האב איך אים גע'ענטפערט א שארף ווארט וואס די הייליגע עטרת יהושע ר' יושע'לע דשוקוב'ער טיישט בערך אזוי,

זאגט צו אים די פסוק:
פן יש בכם שורש פורה ראש ולענה אויב עס איז דא ח"ו א אויסווארף, וועלכע אויסווארף האט שוין די תורה דערמאנט אנפאנג פסוק אשר לבבו פונה היום ער קערט זיך אוועק פון ראש השנה ער האט נישט קיין נערווען דערצו.
והיה בשמעו את דברי האלה הזאת ער הערט עס קומט די פארשאלטענע טעג [עפ"ל] והתברך בלבבו לאמור שלום יהיה לי הלואי קומט שוין סוכות שנקרא סוכת שלום,
פארוואס ווארט ער אזוי אויף סוכות ווייל כי בשרירות ליבי אילך סוכות אינטשויט מען זיך,
דו ווייסט וואס די שטארף פאר אזא מענטש איז? קודם פשוט אז למען ספות הרוה את הצמאה ווען עס גייט קומען יו"כ די טאג וואס מען פאסט א טאג נאכן עסן, לא יאבה ד' סלוח לו וועט אים די אייבערשטער נישט פארצייען זיינע עבירות אזוי ווי גאנץ כלל ישראל, און נישט נאר דעס נאר אז יאשן אף ד' וקנאתו באיש ההוא די חרון אף וועט נאך ח"ו חל זיין,ף אך און וויי אויף וועם עס איז חל די אייבערשטער'ס חרון אף, די תורה איז נאך נישט צופרידען נאר ורבצה בו כל האלות הכתובות בספר הזה ומחה ד' את שמו מתחת השמים, והיבדולו ד' לרעה וגו'
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ארויף לכבוד פרשת נצבים
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

חביבי האט געשריבן:עורו ישנים משינתכם, מיט וואס זענען אונז דומה צו שלאפעדיגע אז מען דארף אונז אויפוועקן

טייערע יודן וועקטס אייך אויף

איך האב געגרינדעט די אשכול אז סיי ווער עס האט עפעס א שארפע ציפעדיגע אדער שרעקעדיגע געדאנק בנוגע תשובה ותיקון המעשים וואס קען ארויסהעלפן אויפציוועקן פון אונזער טיפן שלאף זאל עס דא מיטטיילן,
,

איך בין מחולק מיט די גאנצע הנחה ווער זאגט אז שארפע רייד וועט דיר טוישן
זענען דא מענטשן וואס האבן ליב שארפע רייד פונקט ווי אנדערע האבן ליב א שארפע מאכל
א תאוה ווי אלע תאוואת
טוישן וועט דיר נאר א שיעור קבוע אין מסילת ישרים וואס די וועסט אנהאלטן מיט א פעסטע קביעות
כנלע"ד
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

@צום פוינט. שארף געזאגט...
לעצט פארראכטן דורך חביבי אום מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 11:05 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חביבי
מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחבר ספרים »

איך האב געזעהן ר' יענקעלע גאלינסקי ז''ל זאגט אז ער זעהט א יוד קלאפט זיך אשמנו בגדנו שרייעט ער עהם ר' איד וואס קלאפט איר קיינער איז דאך נישט אינדערהיים ... דאס הייסט א מענטש קלאפט כדאי זיך אויפצווועקן וואס ער האט געטוען אבער קודם דארף די מענטש זיין דא און הערן וואס מען קלאפט אויב ער קלאפט אין די קאפ איז אינגאנצען ערגעץ אנדרעש איז דאך א שאד די קלאפען קיינער איז דאך נישט אינדערהיים
בשם הרה''צ ר' נפתלי מרופשיץ זצ''ל
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

א'וי ל'י ו'אוי ל'נשמתי

א'מרתי ל'נפשי ו'י ל'י

א'שאג ו'אזעק ל'כפר ל'פשעי

ל'כלכתי ל'נשמתי ו'החשכתי א'ורי

ל'עכטיגע א'ידן ל'אמיר ו'ויינען
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:א'וי ל'י ו'אוי ל'נשמתי

א'מרתי ל'נפשי ו'י ל'י

א'שאג ו'אזעק ל'כפר ל'פשעי

ל'כלכתי ל'נשמתי ו'החשכתי א'ורי

ל'עכטיגע א'ידן ל'אמיר ו'ויינען

לא וויינען אלא לאכן [בשמחה]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
קאזאבלאנקא האט געשריבן:א'וי ל'י ו'אוי ל'נשמתי

א'מרתי ל'נפשי ו'י ל'י

א'שאג ו'אזעק ל'כפר ל'פשעי

ל'כלכתי ל'נשמתי ו'החשכתי א'ורי

ל'עכטיגע א'ידן ל'אמיר ו'ויינען

לא וויינען אלא לאכן [בשמחה]



דערמאנט מיר פון א מודעה וועגן א שיעור אין הלכה, וואס איז געהאנגען פאר יארן צוריק אין א פראמינענטע בית המדרש אין חודש אלול, און דער צעטיל האט זיך געענדיגט יהי רצון שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה...
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”