תשעה באב - וואס געבט כח פאר מאיר'ל?!?!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

תשעה באב - וואס געבט כח פאר מאיר'ל?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

מיט א טיפערן בליק
פרשת דברים
שבת חזון - תשעה באב
זוכה ורואה בשמחתה..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

שבת חזון! ס'נעמט ארום א געפיל פון פארקלעמטקייט, אט שטייען מיר שוין נאכאמאל ביים שוועל פון שבת חזון ערב תשעה באב, און ליידער דארפן מיר זיך זעצן אויף דער ערד אין דעם ביטערן גלות, מיר האבן אזוי געהאפט און געבענקט אז אפשר וועלן מיר שוין דאס יאר זוכה זיין צו פראווענען דעם טאג מיט פרייליכקייט אין די גאסן פון ירושלים עיר הקודש אבער ליידער האבן מיר נישט זוכה געווען, ס'רייסט ביים הארץ די ווערטער פון חז"ל אין מסכת יומא "כל דור שלא נבנה בית המקדש בימיו כאילו נחרב בימיו" איעדע דור וואס די בית המקדש איז אין אירע טעג נישט געבויעט געווארן איז עס כאילו ס'איז אין אירע טעג חרוב געווארן, דאס הייסט אז אויב וואלטן מיר פאריאר געהאט די בית המקדש וואלט עס דאס יאר חרוב געווארן... און ווען דער אידעלע זיצט אויף די ערד וויינט ער ווייל פון אינעווייניג שרייט זיך ארויס ..טאטע מיר זענען אזוי צומישט און צוטומלט אז מיר ווייסן ניטאמאל קלאר אויף וואס א איד דארף וויינען, די גלות איז שוין אזוי לאנג אז מיר ווייסן שוין נישט אויף וואס צו האפן און בעטן, רבש"ע אונזער גרעסטע ווייטאג איז דאס אז מיר שפירן נישט אמת'דיג וואס ס'פעלט אונז, ס'הערשט א שרעקליכע בלבול הדעת די מח איז צומישט, מיר שפירן נישט ווי ביטער ס'איז אונז אז מיר האבן נישט דעם הייליגן בית המקדש... דער איד איז טאקע צובראכן און צוקלאפט אבער אין די זעלבע צייט ווערט ער איבערגענומען מיט א געפיל אז ..דאס איז עס, ס'איז שוין גענוג געווען, ס'איז צייט אנצופאנגען טוען צו דער זאך און זוכה זיין צו דעם גאולה שלימה וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג בב"א.

טייערע ברידער 'יעצט' איז די צייט, דוקא יעצט ווען ס'טוט וויי, דוקא יעצט ווען מיר זיצן און וויינען אויף דעם גרויסן חורבן און די הארץ רייסט, רופט, בענקט און האפט אהיים צו גיין, יעצט איז די צייט זיך אויפצווועקן פון שלאף און מאכן דעם אמתע חשבון און זיך פרעגן וואס האט אונז פארטריבן פון ירושלים? וואס האט חרוב געמאכט אונזער בית המקדש? און פארשטייט זיך פרעגן וואס קענען מיר טוען אז נאך דעם יאר תשעה באב תשע"ו זאל בסייעתא דשמיא געפראוועט ווערן אין ירושלים עיר הקודש בתופים ובמחולות! מיר רופן דעם שבת 'שבת חזון', ווייל מיר ליינען דעם הפטרה פון חזון ישעיהו בן-אמוץ וכו', דער נביא ישעיהו זאגט אונז דעם ווייטאגליכע נביאה, צווישן די שורות זאגט ער אונז דעם דבר ה' אז אויב וועלן מיר נישט תשובה טוען ..ובפרישכם כפיכם אעלים עיניי מכם גם כי תרבו תפילה אינני שומע ידיכם דמים מלאו - ווען איר וועט אנפאנגען דאווענען און בעטן וועל איך זיך פון ענק אוועק דרייען און צו אייערע תפילות זיך נישט צוהערן, ווייל אייערע הענט זענען בליטיג, שרעקליכע ווערטער וואס גייט טיף אין הארץ אריין... אבער דער נביא זאגט אונז טייערע אידעלע געב קיינמאל נישט אויף ווייל ס'ליגט פאר דיר די געוואלדיגע מתנה פון תשובה ..טוט תשובה און הקב"ה וועט ענק מוחל זיין און נישט סתם נאר כשלג ילבינו מיר וועלן ווערן אינגאנצן אויסגעוואשן ווי שניי ווייס, ישעיהו הנביא רעכנט אונז אויס צעהן יסודות פון תשובה און דאס לעצטע איז ריבו אלמנה – נעם דיך אָן פארן אלמנה, לייג דיך אריין און קעמף פאר אירעט וועגן...

מיר ווייסן דעם כלל פון אחרון אחרון חביב - דער לעצטער איז די חשובסטע, נו אויב אזוי איז כדי זיך אפצושטעלן און זיך פרעגן וואס מיינט דאס 'ריבו אלמנה' נעם דיך אָן פארן אלמנה? אז מען קוקט אריין אין רש"י הקדוש אין פרשת משפטים זאגט רש"י אז ס'מיינט נישט דוקא אַן אלמנה א פרוי וואס האט פארלוירן איר מאן, ס'מיינט איעדע צוקלאפטע מענטש וואס דארף חיזוק און הילף, די פסוק ניצט דער לשון פון אלמנה ווייל בדרך כלל איז דער אלמנה איינער וואס דארף חיזוק, נו אויב אזוי ליגט דאך פאר אונז די הייליגע סגולה פון דער נביא ישעיהו אז כדי מיר זאלן זוכה זיין צו דעם גאולה פארלאנגט זיך 'ריבו אלמנה' מיר דארפן זיך אננעמען פארן צוקלאפטן און דאס וועט ברענגן אז אונזערע תפילות וועלן אנגענומען ווערן לרחמים און מיר וועלן זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג... טייערע ברידער לאמיר זיך אויפמאכן די הארץ און מאכן א שבת 'חזון' אריין קוקן מיט אַן אמת אין זיך, און זיך פרעגן ווי האלטן מיר מיט דעם 'ריבו אלמנה' ווי אזוי קוקט אויס אונזער אננעמען פארן געקלאפטן?!

די קומעדיגע שורות איז א מעשה וואס האט ווירקליך פאסירט, מאך אויף די הארץ און ליין מיט הנאה... יואלי שפאצירט אריין אין גראסערי, שוין היינט זיין דריטע קאסטאמער סטאַפ פונעם טאג, זייענדיג א דרייווער/סעילסמאן פאר איינע פון די באקאנטע כשרע עסן פירמעס באגעגנט זיך אונזער יואלי טעגליך מיט מענטשן וואס קומען כסדר איינקויפן זייערע טעגליכע באדערפענישן. היינט מערקט ער א מאמע צוזאמען מיט איר טאכטער, ליידער ביידע דיסעיבעלד, אויסקוקנדיג אינגאנצן הילפלאז און זייענדיג גאר נידעריג האבן זיי ניטאמאל געקענט דערגרייכן די פראדוקטן וואס זיי האבן געוואלט קויפן, ווי נאר יואלי באמערקט דעם סצענע האט ער זיי תיכף ארויסגעהאלפן, און מיט זיי געכאפט א קליינעם שפאציר אינעם געשעפט אנפילנדיג זייער וועגעלע מיט זייערע געברויכן, איידער זיי ענדיגן צוזאם נעמען אלעס וואס זיי האבן געדארפט, וועלנדיג אביסל זיך פארענטפערן/באדאנקן און מסביר זיין זייער מצב רופט זיך דער טאכטער אָן אזוי מיט א געבויגן קאפ און א האלבע שמייכל "מיין מאמע האט מיר ליידער נישט געגעבן די ריכטיגע ווייטאמינען - מיר צו מאכן וואקסן, ישר כח פארן אונז ארויסהעלפן"!

הערנדיג די ווערטער איז א שוידער אדורך געלאפן יואלי'ס הארץ, פרובירנדיג זיך נישט צו פארלירן האט יואלי גלייך צוריק געענטפערט מיט א ווארעמע שטימע און מיט א שמייכל "קען זיין אז ס'איז טאקע אזוי, אבער צוויי זאכן האט אייער מאמע אייך געגעבן וואס אנדערע האבן נישט", איינס אז יעדעס מאל איר קומט אריין אין געשעפט האט איר די זכי' מזכה צו זיין אידישע קינדער צו קענען טוען מצוות און מעשים טובים און אייך ארויסהעלפן, ס'איז א זכות... צוויי "אז זי האט דיר ב"ה געגעבן די ריכטיגע ווייטאמינען צו האבן די פולע קוראזש אריינצוגיין אין א גראסערי און בעטן הילף ווען עס פעלט זיך אויס, אנדערע אין אייער מצב וואלטן ניטאמאל אריינגעגאנגען אין א גראסערי געשעפט בכלל"... פון די מאמע'ס אויג האט זיך א טרער ארויסגעגליטשט און מיט א הארציגע ווארעמע שטומע האט זי זיך באדאנקט. דער פשוטער ענטפער וואס יואלי האט מיטן גאנצע הארץ ארויסגעזאגט האט זיי מורא'דיג בארירט און קענטליך שטארק עושה רושם געווען.

עטליכע טעג שפעטער האב איך איבער-דערציילט דעם קליינעם באגעגניש פאר א אינג בחור'ל מאיר, מאיר'ל איז א בחור וואס איז שוין אדורכגעגאנגען פארשידענע מצבים אין זיין אידישקייט אראפגענומען די בארד, שפעטער אויך די פיאות, א שטיק צייט מיט לאנגע האָר און יעצט ביי אונזער באגעגניש האט ער גענצליך נישט געהאט קיין האָר אויפן קאפ, איך וועל מיט אייך ליינער זיין אמתדיג אז אין מיין אייגן מח איז געווען א מחשבה פון "יעצט איז דאס די מצב" פארשטייט זיך אז ס'האט מיר נישט צוריק געהאלטן פון פארברענגן מיט אים און אזוי צווישן די שורות האב איך אים דעם מעשה דערציילט... דעהערנדיג די מעשה גיבט מאיר'ל א שפרינג אויף און שרייט אויס "אוי אוי האסט ניטאמאל קיין מושג וואס דא איז געשען – קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס די פאר ווערטער האבן פאר די צוויי געמיינט", ער פארציילט ווייטער "ווען מיין האָר האט אנגעפאנגען ארויספאלן האב איך זיך פאר עטליכע וואכן באהאלטן אין שטוב נישט קענענדיג ארויסטרעטן פאר בושה, ארויסגיין אויפן גאס איז געווען אפגערעדט ס'איז ניטאמאל געקומען אין באטראכט, כ'האב גאנץ גוט געוויסט אז אלע וועלן זאגן "אה ער האט זיך געמאכט א נייעם סטייל, יעצט איז דאס די מצב" ווער נאך ווי איך קען מעיד זיין ווי שטארק און נוצבארע חיזוק די אויבערשטע רייד זענען!

כ'בין געווען שאקירט און פארשעמט נישט גלייבנדיג אז אויך איך האב געטראכט און געהאלטן אז ס'האנדלט זיך פון א געוויסע מצב זיינע - און דא ווער איך געוואר אז דער לעכטיגע מאיר'ל איז ליידער נישט געזונט, כ'האב נישט געהאט די ריכטיגע ווערטער ארויסצוזאגן פון מויל... נאך עטליכע שטולע מינוטן פרעג איך אים: זאג מיר מאיר וואס האט דיר טאקע ענדליך יא געגעבן די מוט ארויסצוגיין אזוי, פון ווי טאקע נעמסטו דיין אויסטערלישע שטארקע קוראזש? מאיר: כ'וועל דיר זאגן, די ווייסט דאך אז איך האב אלע סארטן געשוויסטער, נישט אלע זענען אויף די זעלבע מדריגה אין אידישקייט, פאַר מיין מאמע ע"ה איז נפטר געווארן האט זי מיר צום בעטל צוגערופן און געזאגט אויפהייבנדיג איר האנט ווייזנדיג אויף אירע פינגערס, מאיר זעסט מיינע פינף פינגער, כאטש זיי זענען אלע אנדערש העכער קלענער ברייטער און דינער דינען זיי אלע די זעלבע, פונקט ווי איך האב די זעלבע ניצן פון אלע פינף פינגער אייניג, איך האב זיי אלע די זעלבע ליב, האסט נאכנישט געהערט איינער זאל זיך אויסדריקן אויף איין פינגער אז ער האט עס נישט ליב און דארף עס נישט וכדומה, אלע זענען גלייך "א חלק פונעם מענטש'ס מציאות האט דאס זעלבע איז עס מיט מיינע לעכטיגע קינדערלעך אריינגערעכנט דיך מאיר'ל איך האב ענק אלע די זעלבע ליב, יעדער האט זיין אויסזעהן און תכלית אבער איין זאך איז גלייך אז איר זענט א חלק פון מיר און איך האב ענק אייניג ליב", די ווערטער ליגט ביי מיר אין הארץ און ווען איך גיי אריבער א שווערע מצב ניץ איך עס, און דאס געבט מיר די ריכטיגע קוראזש אנצוגיין טאג טעגליך!

אוי געוואלד ברידער טייערע! די מעשה זאגט אונז אזוי פיל, ס'פארמאגט אין זיך דער חלק פון דן זיין לכף זכות, דער חלק פון נישט וויי טוען א צווייטן, די חלק פון השגחה פרטית ווי הקב"ה פירט אז פונקט צום ריכטיגן מענטש אינעם ריכטיגן מינוט קומט מען אן צו הערן א שטיקל חיזוק, אבער טייערע ברידער מיר וועלן זיך אפשטעלן אויף איין קליינע נקודה וואס דערין ליגט באהאלטן א יסוד עצום, הקב"ה האט אויף אונז ארויפגעלייגט דעם פליכט מקיים צו זיין דעם "ואמונתך בלילות" ווי צדיקים האבן געטייטשט אז אין א שווערע מינוט פון א איד, אין א מינוט פון לילות-טינקלקייט דארפן מיר זיך מחזק זיין מיטן מחשבה אז הקב"ה גלייבט אין אונז ער האט אין אונז אמונה אז מיר קענען און וועלן עס אדורך מאכן, מיר וועלן זיך צוריק אויפהייבן... מיר דארפן מקיים זיין דעם והלכת בדרכיו מיר דארפן אויך לעבן שטרעבן און זיכן ווי מיר קענען אריינגעבן און אריין בלאזן האפענונג ביי די ארומיגע, ווי קענען מיר מקיים זיין דעם ואמונתך בלילות און מאכן אונזערע בני משפחה, חברים און גוטע פריינד שפירן אז מיר גלייבן אין זיי, יא ברידער טייערע די קענסט און וועסט מצליח זיין, ברידער די פארמאגסט כוחות, די ביסט געלונגען וכו' דאס בלאזט אריין חיזוק און שטארקייט און געבט כח צו קענען אנגיין...

וויפיל אידן ווארטן פאר דעם שמייכל אונזערע, פאר דעם הרגשה אז זיי זענען עפעס א יש אז מ'קוקט אויף זיי ארויף, וויפיל שכנים אונזערע, צו דאס איז אויפן גאס ווי מיר וואוינען, אין קאנטרי, אין בית המדרש, אפיס וכו' ווארטן פאר דעם גוטן הרגשה, און וויפיל מאל געבן מיר ארויס דאס פארקערטע, שטראלן פון קאלטקייט, בליקן פון ווייטקייט, אויגן וואס זאגן שטיי אוועק פון מיר... אמת אז מען מיינט עס נישט אבער כמים פנים אל פנים דער מענטש דער חבר/שכן שפירט עס, אמאל באטראכט מען יענעם'ס הלוך ילך און קען זיין אז פון אינדרויסן זעט עס נישט גוט אויס און דערפאר געבט מען יענעם דעם הרגשה פון ..וואס ביסטו, ווער ביסטו, שעם דיך פון דיר אליין, אזוי קוקט מען אויס?! און דאס צוברעכט און צוהאקט...

בעט זיך ביי אונז דער נביא ישעיהו טייערע אידישע קינדער דער גלות איז לאנג ווייל הקב"ה ווארט פאר דעם "ריבו אלמנה", הקב"ה ווארט צו זעהן ווי מיר נעמען זיך אָן פארן צוקלאפטן, ווי מיר שטייען אויף פארן נצרך, און אפשר איז אמאליגע צייטן געווען דער נצרך אַן אלמנה אבער היינט איז עס איעדע פון אונז ..ווער דארף דען נישט א גוט ווארט, ווער דארף דען נישט קיין חיזוק?! איעדע אינגערמאן, בחורל, ברידער און שוועסטער דארף צוקומען איינער צום צווייטן, אלע פון אונז לעכצן צו הערן א קאמפלימענט א געפיל פון חיזוק און שטארקייט, בפרט פאר די וואס גייען אריבער שוועריגקייטן ברוחניות און בגשמיות דער וואס מאכט מיט אין געזונט פרנסה נחת, דער וואס מיטשעט זיך אין צער גידול בנים דאס אלעס ליגט אין דעם ריבו אלמנה נעם דיך אָן, טראכט פון יענעם, זיי אים דן לכף זכות... טראכט ווי אזוי די קענסט אים העלפן, ווי אזוי די קענסט אים געבן א בריייטן געשמאקן שמייכל לייג דיך אריין אין יענעם'ס מצב טו אויס ברייטערן דיינע אייגענע ד' אמות, נעם אריין כלל ישראל אונטער דיין שאטן און לייג זיך אריין מיט אלע כוחות ווי קען איך העלפן מיינע הייליגע ברידער און שוועסטער.

אידן! דער לעצטער תשעה באב איז דא, כאפט דעם כאלאטעל מיט די פאפוטשען און לאמיר זיך צוזאמנעמען כאטש די פאר שעה וואס מיר קומען זוך צוזאם אינמיטן העלן זוממער, לאזן אלע פאליטיק און נערישקייטן אין א זייט, און אויסשרייען צוזאמען הייליגער באשעפער מיר דערהערן דעם רוף, און כאטש ס'איז שווער אויסערליך עס אנצוזעהן אויף אונזערע פנים'ער, אינערליך ווילן מיר זיין אלע איין, מיר בענקן נאך אונזער גאנצע און גרויסע משפחה, רבש"ע טו אונז שוין פאראייניגן אלע צוזאמען כאיש אחד בלב אחד, און מיר פון אונזער זייט וועלן ארבעטן שווער ליב צו האבן איעדע איד אין איעדע מצב, אהבת חנם דאס וועט אונז אהיים ברענגן, און בסייעתא דשמיא אט אט וועלן מיר שוין זוכה זיין אויף דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, אז השי"ת וועט אויסרופן גענוג מיט דעם לאנגן שווערע גלות, קומט טייערע קינדערלעך אויף מיינע אקסלען מ'גיי מיר צוריק קיין ירושלים עיר הקודש בביאת מלך המשיח בב"א.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
לעצט פארראכטן דורך שלום ואחדות אום דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 8:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

שיינע סיפור. שיינע שריפט.
ישר כח
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 29, 2010 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג_נישט »

יישר כוח.
זייער גוט און הארציג אראפגעלייגט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”