שבועות - קבלת התורה - וואס זיכט ר' אלתר אין זיין טאג בוך?!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

שבועות - קבלת התורה - וואס זיכט ר' אלתר אין זיין טאג בוך?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

מיט א טיפערן בליק
שבועות – זמן מתן תורתינו
הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די ספירה טעג זענען שוין כמעט אדורך און אט שטייען מיר ביים שוועל פונעם גרויסן יו"ט שבועות - קבלת התורה, די יו"ט וואס מיר גייען אונטער די חופה, נאך די אלע הכנות וואס מיר זענען אדורך, די אלע מידות וואס מיר האבן געארבעט זיי מתקן צו זיין שטייען מיר יעצט ביים ענדע נאך אפאר געציילטע טעג אין די מדה פון 'מלכות', לתקן עולם במלכות ש-ד-י, ס'איז אונזער ארבעט צו ברענגן די וועלט נענטער צו השראת השכינה און מקדש זיין דעם בורא עולם'ס נאמען אויף די וועלט, און אט קומען מיר צום הויעך פונקט דער מעמד הקדוש ווי השי"ת געבט אונז די תוה"ק מיט א פרישקייט און התחדשות, נאכאמאל וועלן מיר שטיין ביים מעמד הר סיני, הערן די עשרת הדברות און זאגן נעשה ונשמע, ס'איז אונז נאך פארבליבן געציילטע טעג ספעציעל היי יאר וואס מיר האבן דעם זכות צו האבן א שבת קודש וואס וועט אונז בסייעתא דשמיא אריינפירן צום יו"ט, אלעס כדי מיר זאלן קענען מקיים זיין דעם פסוק הֱיוּ נְכֹנִים לִשְׁלשֶׁת יָמִים צו זיין גרייט צו די געהויבענע טעג הבאים עלינו לטובה.

אין מסכת פסחים (סח:) זאגן אונז חז"ל "הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם", ווי באקאנט איז פארהאן א מחלוקת צווישן די הייליגע תנאים ר' אליעזר און ר' יהושע בנוגע אלע ימים טובים צו ס'איז פארהאן א מצות שמחת יו"ט מיטן עסן שלאפן וכדומה, ר"א האלט: אין לו לאדם ביו"ט אלא או אוכל ושותה או יושב ושונה - דער מענטש קען יוצא זיין די מצוה פון שמחת יו"ט מיטן לערנען דעם גאנצן טאג וכו', ווידעראום ר"י האלט: חלקהו חציו לאכילה וחציו לבית המדרש - מען דארף דעם טאג צוטיילן האלב פאר עסן/שלאפן וכדומה און האלב פארן בית המדרש לערנען דאווענען וכו', אבער די גמרא פירט אויס אמר רבי אלעזר הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם אלע זענען מודה אז ווען ס'קומט צו עצרת-שבועות דארף מען אויך דעם 'לכם', מען דארף די חלק וואס איז פארן גוף דאס עסן און טרינקן וכדומה.

מיר דארפן פארשטיין א) וואס איז פשט פונעם לשון 'חציו לאכילה וחציו לבית המדרש' האלב און האלב – ווי אזוי מעסט מען אָפ די האלב און די האלב, ס'איז בכלל נישט עפעס וואס קען זיך מעסטן?! בפשטות וואלט געדארפט שטיין א 'חלק לאכילה וחלק לבית המדרש' וואס איז דער געדאנק פון "האלב". ב) מיטן פשוטע פארשטאנד וואלטן מיר געזאגט פונקט פארקערט, דוקא שבועות ווען מ'איז זוכה צו קבלת התורה דארט זאל זיין כולו לה', דארט זאלן אלע מודה זיין אז די מצות היום איז נאר תורה ותפילה און גארנישט עפעס אנדערש אבער חז"ל זאגן אונז אז ניין ווען ס'קומט עצרת בעינן נמי לכם?! לאמיר זיך פארטיפן.

באמת ווען ס'קומט צו די תורה הקדושה איז דער ענין פון חצי-האלב בכלל נישט קיין נייע, אז מען קוקט אריין אין פרשת ויקהל דארט ווי די תוה"ק געבט אונז די אלע פונקטליכע דיטאלן פונעם בנין המשכן מיט אלע אירע כלים, באמערקט זיך גאנץ שנעל אז ביי די ארון הקודש וואס האט אין זיך געטראגן די תורה הקדושה טוט אונז די פסוק זאגן אז ס'דארף געבויעט ווערן פון אלע זייטן מיט האלב, וְעָשׂוּ אֲרוֹן עֲצֵי שִׁטִּים אַמָּתַיִם וָחֵצִי אָרְכּוֹ וְאַמָּה וָחֵצִי רָחְבּוֹ וְאַמָּה וָחֵצִי קֹמָתוֹ - זיי זאלן מאכן א קאסטן פון העלצער צוויי און א 'האלב' איילן זאל זיין די לענג, א אייל און א 'האלב' זאל זיין די ברייט, א אייל און א 'האלב' די הייעך... פארשטייט זיך אז אין איעדע אות אין די פסוק ליגט אן עומק אסאך מער ווי מיר קענען בכלל משיג זיין, לאמיר זיך אבער אפשטעלן אויף אונזער מדריגה און בסייעתא דשמיא ארויסנעמען פון די דריי האלבע די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

א - אַמָּתַיִם וָחֵצִי אָרְכּוֹ – האט איר אמאל געהערט דעם אויסדריק ..לאנגע גאלדענע געזינטע יארן, די לענג פון א זאך איז מרמז אויף די המשכה ווי לאנג דער זאך גייט - ווילאנג ס'ציעט זיך, ווען ס'קומט צו די תוה"ק דארף א איד כסדר וויסן און געדענק אז איינע פון די עיקר יסודות אין זיין עבודה איז צו לערנען אויף אַן אויפן אז די תורה הקודשה זאל זיך אין אים אנכאפן מיט א שטארקייט און מיט אים פאר 'לאנגע' יארן פארבלייבן, ס'דארף זיך ציען, און טאקע דערפאר איז די לאנגע זייט 'אמתיים' ס'דארף זיך ציען גאר לאנג...

אבער צו די זעלבע צייט זאגט די פסוק וחצי – האלב, צו דער אמתיים דארף מען האבן נאך א האלב, וואס דאס לערנט אונז אז ווי לאנג און שטארק ס'זאל נאר ביים איד זיין דארף ער אבער נאך צוקומען צו נאך א האלב, ווייל די תורה איז געגעבן געווארן אויף אַן אופן פון "ללמוד וללמד" – די תוה"ק וואס מיר לערנען דארפן מיר ווייטער איבערגעבן פאר אנדערע, אויף אונז ליגט די אחריות אז די תוה"ק זאל זיך ציען פון איינעם צום צווייטן, פון איין דור צום צווייטן, מיר דארפן לערנען און לעבן אזא סארט תורה וואס לערנט פאר אונז, אונזערע קינדער, חברים און אלע ארומיגע אז משה אמת ותורתו אמת - אין לנו שיור רק התורה הזאת - ה' הוא האלקים ואין עוד מלבדו, א תורה וואס איז לעבעדיג און טוט כסדר לערנען פאר זיך און פאר אנדערע...

ווילאנג די תורה הקדושה ליגט ביים איד איז עס גאר חשוב און טייער אבער ס'פעלט נאך א שטיקל דערצו – גאנץ ווערט עס ווען ס'שטעלט זיך צוזאם מיט נאך א איד ווען ס'ווערט מקיום דעם ללמוד וללמד, אונזער אייגענע עבודת ה' דארף טאקע זיין גאר שטארק אוועקגעשטעלט פעלזן פעסט, אבער מיר טארן חלילה נישט פארגעסן פון דעם 'חצי-האלב' דער חלק ללמד איבערצוגעבן די תורה פאר אנדערע... טייערע ברידער שרעק זיך נישט - ס'מיינט נישט אז מיר דארפן ווערן משפיעים מחנכים אדער מגידי שיעור, ס'מיינט עפעס וואס איז גאר גרינג און פשוט, ווען א איד לעבט די תוה"ק, ווען א איד פירט זיך אויף באופן אז איעדע ריר זיינע ברענגט כבוד שמים טוט ער שוין מקיים זיין דעם חלק הללמד "זיין גאנצע מציאות געבט איבער פאר אלע ארומיגע אלעס וואס די תוה"ק לערנט אונז" ווער ס'קוקט אויף אים, ווער ס'האנדלט מיט אים, ווער ס'קומט אין זיינע ד' אמות זאגט אה! דאס איז איינער וואס לערנט און לעבט תורת ה'! ער איז לעבעדיגע מוסר ספר וואס געבט כסדר איבער די תוה"ק פאר זיך און פאר די וועלט!

ב - וְאַמָּה וָחֵצִי רָחְבּוֹ – האט איר אמאל געהערט דעם אויסדריק ..בערל האט א געלונגענע רייכע 'ברייטע' שפראך, ברייטקייט טוט רעפריזענטירן אז ס'איז נישט נאר דאס וואס ס'איז, ס'איז פארהאן עפעס מער עפעס 'ברייטער'... א איד דארף כסדר ארבעטן און שטרעבן צו האבן א ברייטע תורה'דיגע בליק, צו קענען דערהערן געוויסע פארשידענע מיינונגען און פארשטיין אז כאטש מיר פסקענען נישט אזוי – מיר פירן זיך נישט אזוי איז עס אבער אמת, הייליג און טייער, ווי מיר טוען כסדר געפינען מחלוקת'ן צווישן די הייליגע תנאים, אמוראים, גאונים, ראשונים און אחרונים און טראץ די פארשידענע שיטות ווייסן מיר דעם יסוד פון חז"ל אלו ואלו דברי אלקים חיים ס'איז אלעס אמת קודש קדשים! אין אונזער פריוואטע עבודת ה' איז פונקט דאס זעלבע פיל מאל מאכן זיך ביי אונז אליין, אין אונער אייגענע קאפ און מח געוויסע מחשבות פון סתירה ווי למשל: "פון איין זייט דארף דער מענטש כסדר צילן אויף די העכסטע און פון די אנדערע זייט זיין צופרידן פון די קלענסטע", צו קענען לעבן אזא יסוד פארלאנגט זיך א געוויסע ברייטקייט צו פארשטיין אז ביידע זייטן זענען אמת, ביידע זייטן דארפן זיין - און די צוויי גייען גאר גוט האנט ביי האנט, דאס איז די תוה"ק אונז מרמז מיט דעם אז ביים ברייטע זייט דארף קודם כל זיין א גאנצע אמה.

אבער צו די זעלבע צייט זאגט די פסוק וחצי – האלב, צו דער אמה דארף מען האבן נאך א האלב, וואס דאס לערנט אונז אז די אייגענע ברייטקייט איז נאך ווייט פון גענוג, ווייל ווי נישט איז דער אידעלע משוחד צו זיך, ער האט פילע אייגענע נגיעות וואס שטערן אים שטייגן, וואס שטערן אים זעהן זיין אייגענע מצב מיט אַן אמת, און טאקע נאר דורך נאך א האלב וואס דאס מיינט דורך א אמתע חבר, רבי און מורה דרך קענען מיר זוכה זיין צו שטייגן און האבן א אמתע ברייטקייט, תורה נקנית בחבורה – עשה לך רב, מיר דארפן אנערקענען אז מיר קענען נישט אליין ס'פארלאנגט זיך גוטע חברותא וואס צוזאמען שטייגט מען, צוזאמען שטרעבט מען און צוזאמען וואקסט מען, דאס איז דער חצי-האלב וואס די תוה"ק איז אונז מרמז, מיר דארפן האבן א אייגענע ברייטע תורה'דיגע דעת אבער כדי ס'זאל זיין אמת'דיג ברייט און אפען צו דערהערן די אמת פארלאנגט זיך אריין צוברענגן נאך א האלב, ס'פארלאנגט זיך צו האבן א אמתע חברה ס'איז נישט עפעס וואס מיר קענען אליין דאס גאנצע ארום דארף צוהעלפן און מיט די הילף פונעם חצי-האלב איז מען זוכה צו ווערן נענטער צו אבינו שבשמים.

ג - וְאַמָּה וָחֵצִי קֹמָתוֹ - האט איר אמאל געהערט דעם אויסדריק ..די צדיק איז זוכה צו 'הויעכע' מדריגות, די הייעך איז מרמז אויף הויעכע מדריגות - אויף שטייגן העכער און העכער... די ארבעט פון א איד איז צו שטייגן מען דארף האבן א גאנצע שטארקע אמה וואס צילט און שטרעבט אויף ארויף, די שאיפה פון א איד דארף זיין גאר קלאר רצוננו לעשות רצונך, נו מאכט זיך אבער אז דער איד וויל, שטרעבט און צילט אבער שפירט אז ער קען פשוט נישט, אדער אמאל פרובירט ער שוין טוען אבער ס'גייט נישט, ער שפירט נישט קיין טעם, ער קען נישט, דאס לערנען/דאווענען גייט אים נישט, דארפן מיר כסדר געדענקן און אריין נעמען אין זיך און אין די נשמה אז ס'איז פארהאן נאך א האלב און דאס איז מרמז אויף קודשא בריך הוא אליין, מיר זענען נישט אליין, ס'איז נישט נאר אונזער אייגענע כוחות הקב"ה איז מיט אונז אויף טריט און שריט אלמלא הקב"ה עוזרו אינו יכול לו – מיר קענען נישט אליין נאר צוזאמען מיט השי"ת, פארשטייט זיך אז אונזער השתדלות דארף זיין א גאנצע אמה ס'דארף געטוען ווערן דאס מערסטע וואס מיר קענען אבער געדענקן דארפן מיר אז ס'איז פארהאן נאך א חצי-האלב הקב"ה שטייט אונז צו דער האנט מיר דארפן טוען און טוען, ווי מען זאגט איבער פון צדיקים אז א איד דארף טוען און נישט נאך טוען, טוען און נישט אפטוען, טוען און נישט אויפטוען...

דער יצר פרובירט אונז כסדר איינרעדן אז מיר זענען נישט מצליח, אונזער ארבעט איז נישט געוואלדיג, און אז מיר טוען גארנישט אויף, אבער דער אמת איז אז מיר האבן נישט קיין שום השגה וואס איין קליינע מחשבה לטובה מיינט, ווי גרויס א קליינע קרעכץ א קליין בענקעניש פון א איד איז, וואלטן מיר ריכטיג מחשיב געווען אונזער עבודה וואלטן מיר בלי הפסיק עוסק געווען אין עבודת ה', ס'איז די אלע נעגאטיווע מחשבות וואס שטערן אונזער עבודה, אבער אויף דער מינוט וואס א איד פארשטייט אז ער איז נישט אליין אין זיין עבודה הקב"ה איז מיט אים צוזאמען אויף טריט און שריט ווערט עס געשמאק און טייער, צו האבן הקב"ה פאר א שותף אוי איז עס געוואלדיג!

ס'איז מאנטאג נאכמיטאג צוויי טעג פאר בדיקת חמץ - ר' אלתר נחום האט זיך גענומען צו דער ארבעט מסדר צו זיין דער ספרים ציממער, ווען ס'וואלט געווען נאר די ספרים וואלט גוט געווען... דער פאקט איז אז די שענק און לעדלעך זענען פיל מיט איבערגעלאזטע חפצים וואס האבן זיך אנגעזאמלט איבער די יארן נאך פון ווען די קינדער זענען געווען אין שטוב... שוין זעקס שעה וואס ר' אלתר זיצט אויף דער ערד ווישט און וואשט ספר נאך ספר ביכל נאך ביכל און מיטאמאל באגעגנט ער זיך מיט א היבש פארוועלקטן נאטיץ-בוך, ער עפנט אויף און בלעטערט אדורך, דער בוך איז פיל מיט קינדערישע געשרייבעכץ אבער וואס מער א בלאט ער מישט הייבט ער אָן באמערקן אז ער האלט גאר א "טאג-בוך" פון זיין באליבטן אברמי נ"י, היינט שוין א אינגערמאן זעקס יאר נאך די חתונה...

ר' אלתר קען זיך נישט גלייבן ..מיין קליינע אברמי האט זיך געשריבן א טאג-בוך און איך האב גארנישט געוויסט?! אזוי מישט ער בלאט נאך בלאט ווערנדיג מער און מער שפאנענד, צווישן די טעגליכע נאטיצן און געשעענישן שרייבט אברמי "דעם טאגבוך האב איך אנגעפאנגן שרייבן ווייל איך זעה טאטי האט אויך א טאגבוך און שרייבט דארט כסדר". ר' אלתר נחום רייבט זיך דעם שטערן ..וואס איך א טאג-בוך?!?! צוביסלעך דערמאנט ער זיך יא יא ס'איז אמת, ס'איז טאקע געווען א קורצע תקופה וואס ער פלעגט זיך טעגליך פארשרייבן זיינע געשעענישן... ס'כאפט א נייגער מען מוז דעם טאג-בוך טרעפן, ער לויפט אריין אין שלאף ציממער און נעמט זיך זיכן צווישן זיינע חפצים, ס'נעמט נישט לאנג דארט אומבארירט זיצט זיך זיין קליינעם גרינעם ביכל גענוי אזוי ווי ער האט עס איבערגעלאזט אזויפיל יאר צוריק, ער פאנגט אָן בלעטערן און דא באמערקט ער ווי ער באשרייבט זיין דוד'ס חתונה מיט אלע הרגישים און צו דער זייט בליקט ער אריין אין אברמי'ס ביכל אויפן זעלבן דאטום און יא אויך דער קליינע אברמי האט הערליך שיין באשריבן דעם חתונה, אזוי ליינט ער טאג ביי טאג וואס ער האט געשריבן און וואס אברמי האט געשריבן, פלוצלינג בלייבט ער שטיין אויף א ליידיגן בלאט מיט איין שורה ווען א קאלטער שווייס לויפט א דורך זיין גאנצער קערפער "פארפאטשקעט א טאג נישטיגערהייט – געגאנגען מיט די קינדער צום לעיק/טייך כאפן פיש, ניטאמאל איין פיש געכאפט, ארויסגעווארפן טייערע צייט...". נייגעריגערהייט האט ער שנעל א מיש געטאן אין אברמי'ס טאגבוך צום זעלבן טאג ווי ער האט געשריבן די פאלגענדע שורה "דער בעסטע טאג אין לעבן - פארברענגט מיט טאטי אין פארק".

טייערע ברידער ס'לויפט א סקרוך אין די ביינער ווען מען ליינט די שורות און מיר אלע טראכטן ווי בין איך?! ווען איך וואלט איעדן טאג באשריבן מיין לעבן און צו דער זעלבע צייט וואלטן אונזערע בני משפחה ווייב און קינדערלעך באשריבן זייער לעבן ווי וואלט דער טאג בוך אויסגעקוקט?! וויפיל זאכן זענען פארהאן וואס מיר זענען נישט ריכטיג מחשיב מיר טוען נישט גענוג אויסניצן און ווען מיר זאלן קענען צוריק קוקן... אבער ניין ברידער נישט דאס איז אונזער היינטיגער שמועס... – ביי אונז איז די מעשה פונקט פארקערט – אז מען זאל בעטן א איד באשרייב דיין גאנצע טאג בפרט די חלק וואס די האסט עוסק געווען אין עבודת ה' אין א טאגבוך וויפיל פון אונז וואלטן געשריבן אויף דעם שעה וואס מיר זענען געזיצן ביים שיעור ..פארברענגט א שעה געדרימעלט אין בית המדרש אויפן גמרא, א טאג דעראויף געגאנגען צום שיעור כ'האב נישט פארשטאנען קיין ווארט, היינט האב איך פרובירט דאווענען אבער ס'איז עפעס נישט געגאנגען... אונזערע פילצאליגע גוטע מחשבות און רצונות וואלטן מיר ניטאמאל געטראכט פון באשרייבן, אבער אז מיר זאלן קענען כאפן א בליק אין בורא עולם'ס טאג בוך וואלט אויף דעם אידעלע ביים זעלבן טאג געשטאנען אה געהאט דעם בעסטן טאג מיין קינד שראלי האט פארברענגט א שעה אין בית המדרש, כאטש ער איז געווען פארנומען ארבעטן שווער א גאנצע טאג איז ער אויסגעמאטערטערהייט געקומען אין בית המדרש, כאטש ער פארשטייט נישט קומט ער זיך דערנענטערן און פארברענגן מיט מיר, מיט אלע כוחות האט ער פרויברט דאווענען, ער האט אזוי פיל גוטע מחשבות געהאט אה מיר זענען אזוי נאנט...

הייליגע ברידער און שוועסטער מיר זענען קינדער און הקב"ה איז אונזער פאטער, נישט סתם א טאטע – א טאטע וואס איז א יודע מחשבות ער ווייסט ווי שטארק מיר ווילן, ווי שטארק מיר צילן, ווי שווער ס'קומט אונז אָן, אשרינו מה טוב חלקינו ווי גליקלעך זענען מיר אז מיר זענען נישט אליין – אונזער טאטע איז מיט אונז, קיין איין ברעקל פון א איד'ס עבודה איז נישט אומזיסט, ביי גשמיות דארף מען אויפטוען אנדערש איז עס ווען ס'קומט צו אונזער רוחניות ס'איז אונזער עבודה וואס איז דער עיקר, ס'איז אונזער בענקשאפט צו אבינו שבשמים וואס איז די עיקר, מיר דארפן טוען אונזער חלק אויף וויפיל מיר קענען און דערנאך טוט הקב"ה!

דערנאך וואס מיר דערהערן פשט אין די דריי האלבע וואס די תוה"ק לערנט אונז, קומען מיר צוריק צו דעם הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם, וואס דאס מיינט אז ווען ס'קומט צו יו"ט עצרת-שבועות זענען אלע מודה צו שיטת ר"י אז ס'פארלאנגט זיך חלקהו חציו לאכילה וחציו לבית המדרש, ווי געפרעגט ווי פאסט זיך די לשון חצי-האלב ס'וואלט געדארפט שטיין חלק לאכילה וחלק לבית המדרש? און בכלל שבועות וואלטן מיר געזאגט אז ס'זאל זיין כולו תורה פארוואס פונקט שבועות זענען אלע מודה אז ס'איז חציו לאכילה וחציו לבית המדרש? למשל: ס'איז פארהאן א שפילצייג פון א עסנווארג וואס ווערט צוטיילט אין צוויי און מען מיז עס צוזאם-לייגן און מאכן דערפון איינס, די צוויי שטיקלעך זענען נישט אייניג אבער זיי ווערן גערופן האלבע ווייל צום סוף ווערן פון די צוויי שטיקלעך איינס מ'טוט זיי ביידע צוזאם שטעלן, אט דאס זעלבע איז מיט יו"ט חציו לאכילה וחציו לבית המדרש ס'זענען צוויי חלקים איינס איז גשמיות און איינס איז רוחניות אבער זיי ווערן גערופן האלבע ווייל די צוויי דארפן ווערן איינס "אונזער רוחניות און גשמיות גייען צוזאמען האנט ביי האנט – ס'איז איינס", די ארבעט אונזערע איז צו מאכן אונזער גשמיות זאל ווערן א שטיק רוחני ס'זאל נישט זיין צוויי באזונדערע נאר טאקע איין שטיק און דערפאר ווערט עס גערופן 'חצי' און נישט 'חלק' ווייל ס'איז אזא סארט חלק וואס ביים סוף שטעלט זיך עס צוזאם מיטן צווייטן חלק און צוזאמען ווערט עס א גאנצע!

ביי אלע ימים טובים איז טאקע פארהאן א מחלוקת אבער ווען ס'קומט צום גרויסן יו"ט פון קבלת התורה דארט איז הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם אלע זענען מודה אז מען דארף האבן ביידע האלבע סיי די רוחניות און סיי די גשמיות און דער הסבר דערפון איז גאר פשוט, ווייל שבועות זענען מיר נישט מקבל א תורה וואס מען לערנט וזה הוא, "מיר זענען מקבל א תורה וואס קומט מיט א ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים" מיר נעמען אויף זיך א תורת חיים א לעבעדיגע תורה, א תורה וואס מיר לעבן און אטעמען טאג טעגליך, א תורה וואס מיר לעבן אויף א אופן וואס ווער ס'זעט אונזער הנהגה זעט קלאר אז דאס איז א בן תורה א קינד פון די תורה הקדושה, די גאנצע דעת און מציאות אונזערע דארף זאגן אז מיר זענען מחונך געווארן דורך די הייליגע תורת ה', ווען מיר ברענגן צוזאם די צוויי חלקים די גשמיות און די רוחניות טוען מיר דערמיט ארויסברענגן אז דאס איז די תורה הקודשה ס'איז עפעס וואס האט אן השפעה אויף אונזער גשמיות, ווייל אונזער רוחניות און גשמיות איז באמת איינס, שבועות זענען מיר געווארן דעם ממלכת כהנים וגוי קדוש, הקב"ה'ס אוצר דער עם סגולה און מיר האבן באקומען דאס הייליגסטע די תוה"ק, וואס דאס און נאר דאס איז משפיע אויף אונזער גשמיות און צו די זעלבע צייט זענען מיר עוסק אין גשמיות וואס העלפט צו - צו אונזער רוחניות ס'איז אלעס געקניפט און געבינדן ס'איז איינס!

טייערע ברידער, דערמיט קומען מיר צום שלוס פונעם שמועס און מיר גרייטן זיך שוין אט אט אריין צוטרעטן אינעם הייליגן יו"ט, טאקע א קורצע אבער אויסטערליש דערהויבן און געשמאק דער חציו לכם איז ב"ה נישט אונטערשטעליג, די אלע ערליי קעז-טארטן מיט שמעקעדיגע דופטיגע בלומען און רויזען, אה מחיה... אינטערעסאנט איז צו באמערקן אז דוקא דער קורצער יום טוב רופט זיך מיט אזויפיל נעמען חג השבועות, חג הקציר, חג הביכורים, חג העצרת, זמן מתן תורתינו, אפילו די תורה וואס גייט געלערנט ווערן ביים תיקון ליל שבועות איז מער ווי ביי אנדערע ימים טובים מען גייט מאכן חזרה אויף תורה נביאים כתובים משניות תרי"ג מצוות, זהר א.א.וו. מיט די הערליכע חרוזים פון יוצר, אקדמות, תנאים-כתובה און מגילת רות, בקיצור א קורצע אבער גאר א רייכער יום טוב, לאמיר אבער אויסניצן די געוואלדיגע געלעגנהייט און טאקע זיך אמת'דיג פארטיפן אין די עומק פונעם יו"ט בפרט אין די נקודות וואס מיר האבן צוזאמען אדורך געשמועסט:

• ללמוד וללמד - אויף אונז ליגט די אחריות צו לעבן און איבערגעבן די תוה"ק פאר אנדערע...
• תורה נקנית בחבורה - מיר דארפן אנערקענען אז מיר קענען נישט אליין ס'פארלאנגט זיך א גוטע חבורה וואס צוזאמען שטייגט מען...
• מיר דארפן דערהערן און פארשטיין אז מיר זענען נישט אליין, הקב"ה איז מיט אונז צוזאמען אויף טריט און שריט, איעדע קליינע פעולה אונזערע ברענגט די גרעסטע נחת רוח פאר הקב"ה.

בלייבט נאר איבער צו וואונטשן אז השי"ת זאל אונז געבן דעם זכות מקיים צו זיין דעם יום טוב מיט אַן אמתע שמחה במקום אשר יבחר ה' אלוקיך, צוזאמען זאלן מיר אלע אידישע קינדער ארויף גיין קיין ירושלים עיר הקודש און מקיים זיין די מצוה פון עליה לרגל, שתי הלחם און ביכורים ווי בזמן שבית המקדש היה קיים בביאת מלך המשיח בב"א.
א לעכטיגע שבת און א לעכטיגע יום טוב!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

ברידער טייערע אויב האסטו עפעס א געדאנק, מעשה און מחשבה וואס די וואלטסט געוואלט מיר זאלן זיך דערין פארטיפן ביטע שיק עס צו אונז אריין, און אויב מעגליך ביטע געב אונז פידבעק, אדער דא אויפן פארום אדער דירעקט צו אונזער אי-מיעל... ישר כח גדול!
גדלי וואסער שעפער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 10:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדלי וואסער שעפער »

הערליך שיין ישר כח
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

דורכגעליינט אין יו"ט (געטראפן אין בהמ"ד...), זייער שטארק הנאה געהאט, שיינע געדאנקען און משלים, געשמאקע שריפט!

יישר כח!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

גדלי וואסער שעפער האט געשריבן:הערליך שיין ישר כח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”