ביאור סדר הקערה וסימני הסדר (מהה"צ ר' שמשון פינקוס זצ"ל)

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

ביאור סדר הקערה וסימני הסדר (מהה"צ ר' שמשון פינקוס זצ"ל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מיט פרייד שטעלן מיר די באקאנטע מאמר הנפלא על פסח פון הרה"צ ר' שמשון פינקוס זצ"ל.
די מאמר איז בעיקר צעטיילט אין צוויי, די ערשטע פרק רעדט פון "יציאת מצרים - לידת עם ישראל" וואס איז ווי אן הקדמה צו די צווייטע פרק "ביאור סדר הקערה וסימני הסדר".

אפריון נמטייה צו א חשוב'ע ניק וואס האט גענומען די מיה און מעתיק געווען דעם מאמר דירעקט פון טעיפ, כדי איבערצוגעבן די ווערטער פון ר' שמשון וואס מער אריגינעל.
די טעיפ געפונט זיך אויף קול הלשון.

איבער די מאמר האב איך שוין געשריבן אין זיין יארצייט אשכול וואס איינער האט מיר דאן געשיקט:
"פונקט היינט דערצייל איך פאר א איד וועגן די דרשה, זאגט ער מיר ער געדענקט די דרשה ווען ס'איז געזאגט געווארן, ער איז דארט געווען, ס'איז געזאגט געווארן אין באבובער ביהמ"ד אין ירושלים, בערך 20 יאר צוריק, זאגט מיר דער איד, די דרשה ליגט מיר נאך אין די ביינער עד היום, ער האט מיר געוואוסט נאכצוזאגן גאנצע שטיקער פון דארט, איך זאג דיר ס'איז נורא".

הערה!
אצינד לייגן מיר נאר די ערשטע פרק.
אי"ה אין די קומענדיגע פאר טאג וועלן מיר לייגן די צווייטע פרק מיט א פדף צו קענען דאונלאודן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ב"ה
ביאור סדר הקערה וסימני הסדר
מאמר מקיף על פסח מהרה"צ ר' שמשון דוד פינקוס זצ"ל ב"ר חיים אברהם
נלב"ע י"ב ניסן תשס"א


פרק א'
יציאת מצרים - לידת עם ישראל


ראש חדשים – ראש השנה
צוויי מאל אין יאר איז דא א התחדשות, דאס הייסט זמנים וואס ווערן גערופן "ראש". איין מאל חודש תשרי וואס הייבט זיך אן מיט ראש השנה, און איין מאל חודש ניסן וואס דער פסוק רופט אן ראש חדשים.
אט די צוויי חדשים ניסן און תשרי זענען בבחינת ראש, אנטקעגן די גאנצע יאר וואס איז נאר ווי א גוף. די חילוק פון קאפ ביזן גוף איז געוואלדיג גרויס, ווייל מיט די הענט און פיס פונעם גוף קען א מענטש נישט דערגרייכן אדער שפרינגען צו ווייט. די גוף איז זייער מוגבל, און האט שטארק באגרעניצטע כוחות. ווידער די קאפ מיט אירע פארשידענארטיגע חושים קענען גרייכן גאר גאר ווייט, די אויגן פון קאפ קענען זען ביז די גאר ווייטע שטערן, און כל שכן די שכל און מחשבה פון קאפ, וואס קען אנקומען צו יעדע פלאץ אין די בריאה ווי חז"ל זאגן: "אדם ישן כאן ורואה חלום באספמיא" (נדה ל:).

אבער באמת איז עס פול מער פון דעם, די קאפ קען אנקומען פול ווייטער, ווי מיר ווייסן פון בעש"ט הק' "א מענטש געפונט זיך וואו זיין מחשבה איז" ווייל דארטן ביסטו. ומקור הדברים הן בחז"ל (עיין רמב"ן עירובין). אויך אין רמב"ם (הל' דעות פ"ג ה"ב והל' יסה"ת פ"ב ה"א) שטייט אזוי מפורש, ווען דו טראכסט פון השי"ת ביסטו מיט השי"ת. ווען א מענטש מיט זיין קאפ גיבט א טראכט א רגע פון השי"ת איז ער ממש כסא הכבוד, די קאפ קען גרייכן מורא'דיגע הויעכקייטן!

אויך פארקערט האבן מיר געזען נישט לאנג צוריק, ווען דער צורר היהודים היטלער ר"ל וואלט געדארפט ווען ארבעטן מיט די הענט, וואלט ער גאנץ שנעל פארמאטערט געווארן, פשוט צו שניידן פלייש מיט די האנט וואלט ער נישט געקענט אזוי לאנג, אבער מיט די מויל פון קאפ האט ער יא געקענט מחריב זיין א גאנצע וועלט. דאס איז נאר א משל צו ווייזן אז די קאפ האט א געוואלדיגע שטארקע כח, און די גוף איז זייער מצומצם.
אט דאס איז די געוואלדיגע חילוק צווישן קאפ און גוף.


ארובות השמים נפתחו
אצינד ווען עס קומט די זמן פון ניסן, זמנים פון הייליגע ימים טובים, איז די עבודה פון די זמן געגליכן צו א ראש וואס גרייכט עד אין סוף ממש, לעומת די עבודה פון א גאנץ יאר וואס איז נאר ווי א גוף, און האט זיך אירע הגבלות.

דער הייליגער אריז"ל ווען ער רעדט איבער די הבדל פון א גאנץ יאר לעומת שבתים וימים טובים, שרייבט ער בזה הלשון: "הא למה זה דומה למעיין הנוטף טיפין טיפין וארובות השמים נפתחו לרוב, ולא ניכרו אותם טיפין הנוטפין כי נתבטלו בריבוי המים היורדין מן השמים, וע"ז הדרך תקיש לשאר המועדים" (שעה"כ ענין מנחת שבת). דאס טייטשט, א גאנץ יאר איז אונזער עבודה אזויווי קליינע טראפן, אבער ווען עס קומט צו גיין א פסח, א שבועות, צי ספירת העומר טעג, אדער ראש השנה יו"כ סוכות, דאן איז ארובות השמים נפתחו, עס עפענען זיך הימלען ארובות השמים. די מצוות וואס מען טוט דורכאויס די זמנים איז געגליכן צו א מבול, א מבול פון קדושה און שפע, לעומת א גאנץ יאר וואס די זעלבע מצוות זענען בלויז ווי טראפן טראפן.


סדר הזמנים – ימי ראש
אט די צוויי חדשים פון "ראש", דאס איז די שטארקייט און מורא'דיגקייט פון עם ישראל, דאס טוט אונז מאכן בני ישראל. אין קדמונים איז דא אן ענין נשגב וואס הייסט "סדר הזמנים" (או "פרצוף הזמנים"), דאס הייסט די זמני המועדים דורכאויס דעם יאר טראגן א באזונדערע חשיבות. צו פארשטיין די נקודה דערפון, געווענליך וועלן מיר זעהן אז איינער וויל אויסנוצן למשל די טעג פון יו"ט פסח, וועט ער געווענליך מדקדק זיין אויף די ספעציעלע מצוות מעניני דיומא, למשל די מצות אדער מרור וכדו'. אבער באמת איז די עצם מציאות פון די טעג אליין מיט אירע אלע געווענליכע מצוות, זענען אויך א חלק פון די "סדר הזמנים", נישט נאר די מצה און מרור, נאר די גאנצע טאג אנגעהויבן פון מודה אני!

ווען איר שטייט אויף פסח אינדערפרי, איז די געהויבענקייט פונעם טאג נישט נאר אין קדושת כתר וואס איר האט פלאנט אפשר זאגן מיט א ברען און גרויס כוונה. נאר אויך די מודה אני פון צופרי דארף זיין א געהויבענע פסח'דיגע מודה אני, יעדע ברכה און שהכל נהיה בדברו דורכאויס די גרויסע הייליגע טעג זאלן זיין פסח'דיג. ווייל די טעג איז דאך ארובות השמים נפתחו, דאס זענען ימי-ראש וואס גרייכן גאר ווייט, דאס איז אנדערע סארט טעג.

לאמיר דאס געדענקען און וויסן, אז די התחדשות פון די טעג דארף זיין אין יעדע ברכה און אין יעדע מצוה. אידן זוכן דאך פרנסה, קען מען דאס ערלעדיגן דורך די סגולה פון ברכת המזון אין די טעג. אזוי אויך די שהכל נהיה בדברו און המוציא לחם מן הארץ פון די טעג זענען פול מער געהויבן.

נאכאמאל, מיר רעדן נישט וועגן די מצה, לולב און אתרוג, אדער שופר וואס זענען אלע מצוות מעניני דיומא. נאר מיר רעדן יעצט פון די עצם טעג און אירע טעגליכע מצוות, דאס זענען מורא'דיגע טעג און עס מוז ווערן אויסגענוצט ריכטיג.

איז ווי אזוי נוצט מען אויס די טעג?

כדי אויסצונוצן די טעג ריכטיג דארף מען וויסן אז השי"ת האט אונז שוין אלעס מזכה געווען, און אהערגעשטעלט א מערכה פונעם טעגליכן סדר היום, יעדע תפילה און ברכה איז א חלק פון די מערכה, און דאס דארף מען היטן. יעדע ברכה זאל זיין א ברכה, יעדע שמונה עשרה זאל זיין א שמונה עשרה, יעדע אשר יצר זאל זיין אן אשר יצר, יעדע ברכת המזון זאל זיין ברכת המזון, שחרית מנחה מעריב אלעס זאל זיין כתיקונן. די אלע זאכן שטעלן צוזאם די מערכה פון א טאג, און ווען מען איז עוסק דערין בשלימות הראוי וועט איר אויסנוצן די זמנים ריכטיג און גרייכן גאר ווייט.

דאס איז די ערשטע זאך וואס מען ברויך וויסן בנוגע די געהויבענע זמן פון "ראש חדשים".


ניסן - לידת עם ישראל
ווי דערמאנט, ביידע חדשים פון ניסן און תשרי הייסן "ראש". דארפן מיר פארשטיין וועלכע פון די צוויי ראשים איז די עיקר?

איז למעשה, חודש ניסן ווערט אנגערופן אין פסוק "החודש הזה לכם ראש חדשים", די צייט פון יאר איז פאקטיש די ראש פון אלע אנדערע חדשים, ווידער די זמן פון "ראש השנה" כאטש עס איז אנהייב פון א שנה, אבער לגבי חדשים איז זי סוף כל סוף "בחודש השביעי". אויך איז מבואר אין קדמונים, אז די ימי ניסן זענען אזוי הויעך אז די גאנצע יאר איז געוואנדן אין ימי ניסן, מיוסד אויפן זוה"ק פרשת תצוה (שמות קפ"ג:) "בְּיוֹמָא דְרֹאשׁ הַשָנָה דְאִיהוּ יוֹמָא דְדִינָא, דְלָאו אִיהוּ אֶלָא לְאִינוּן דְלָא נַטְלוּ מֵיכְלָא דְאַסְוָותָא", דאס הייסט דער וואס עסט נישט חמץ אום פסח גייט נישט דורך דעם יום הדין ראש השנה, ער איז פארזיכערט פונעם יום הדין.

צו פארשטיין די חילוק צווישן די התחדשות פון ניסן ביז תשרי, דארף מען דערמאנען דעם תוס' אין מס' ראש השנה (דף כ"ז.), ביי די מחלוקה פון רבי אליעזר און רבי יהושע צי בתשרי נברא העולם צי בניסן נברא העולם, זאגט תוס': "אומר ר''ת דאלו ואלו דברי אלקים חיים, ואיכא למימר דבתשרי עלה במחשבה לבראות ולא נברא עד ניסן". דאס הייסט אז תשרי איז עלה במחשבה כביכול צו באשאפן די וועלט, אבער בפועל איז די וועלט באשאפן געווארן דעם קומענדיגן ניסן.

דאס איז די יסוד ההבדל פון ניסן ביז תשרי. ניסן איז א פולקאמע התחדשות בבחינת לידה בפועל, אזויווי דער פסוק זאגט (דברים ד לד): "לָקַחַת לוֹ גוֹי מִקֶרֶב גוֹי", זאגן דערויף חז"ל לשון קִרְבַיִים, כעובר ממעי אמו- ווען עם ישראל איז ארויס פון מצרים איז געווען ממש א נייע התחלה ווי ביי א לידה, יעדער אידיש קינד איז פריש נולד געווארן פונדאסניי.

יעדער ווייסט אז א לידה קומט נאך א שווערע הקדמה. בשעת יציאת מצרים איז געווען שטארקע עוררין אויף אידן, הללו עובדי ע"ז והללו עובדי ע"ז. אויך שפעטערע צייטן הארט איידער די ימי ניסן איז נתעורר געווארן א שרעקליכע קטרוג פון המן הרשע, להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים. און די עצה דערצו איז "קימו וקבלו" - א נייער איד מיט א פרישע קבלת התורה. דאס איז דער שטופ פאראויס וואס ברענגט די גענצליכע התחדשות, די פרישע לידה, אריינצוטרעטן אין די געהויבענע טעג פון חודש הגאולה וואס איז "וְעַם נִבְרָא יְהַלֶל קָ-הּ" (תהלים קב יט), א ניי געשאפענע פאלק.


שבעת ימים מצות תאכלו
עס איז באוואוסט אז א קינד וואס ווערט נולד איז בטבע זייער סענסיטיוו, סיי די עצם לידה גייט צו מיט א גאנצע מהומה, און סיי נאך די לידה איז א גרויסע סכנה ער זאל נישט כאפן קיין באצילן. וויבאלד ער איז נאך פיצל קען מען נישט אויפהייבן פון דער ערד א שטיקל ברויט און אים געבן אין מויל אריין, א קינד די ערשטע וואך דארף אלעס זיין סטערעליזירט און אויסגעקאכט.

דער ליל הסדר איז דאך די לידה פון עם ישראל – יעדער איינציגער איד איז דאך א חלק פון עם ישראל, און יעדער איינציגער איד ווערט דאן נולד מחדש, דעריבער גייט עס צו מיט א פולע מערכה דורך ספעציעלע מאכלים, מצות מרור און ארבע כוסות, חרוסת כרפס אזוי ביז נרצה, פארשידענע מעשים ווערן אונטערגענומען כדי דער נייער איד זאל ארויסגיין געזונט. און מיר האפן אז אויב די ערשטע וואך גייט דורך געזונט, בדרך כלל פארט שוין די יאר ווייטער געזונט בעז"ה.

א קינד ווען ער ווערט געבוירן האט א מהלך דורכאויס זיין לעבן. עס זענען דא די ערשטע וואכן וואס ער איז במצב סכנה, דערנאך זענען דא ימי קטנות ביז די בר מצוה, דערנאך א תקופה ביז די חתונה, ימי גדלות און אזוי ווייטער. ווען מיר זאגן אז יעדעס יאר פסח אויפדערנאכט ווערן אלע אידישע קינדער נולד מחדש, שפילט זיך אפ דורכאויס דעם יאר – בפרטיות אויף א קליינע פארנעם, א ענליכע מהלך ווי דאס וואס א מענטש גייט דורך זיין גאנצע לעבן בכלליות. דהיינו עס איז דא די ערשטע וואך פון פסח וואס איז במצב סכנה דערפאר איז אסור במשהו חמץ, דערנאך קומען די ימי קטנות ווען דער מענטש ווערט אויפגעבויט, דאס איז ביז שבועות. דערנאך קומען די תקופות ביז די חופה וואס איז בחודש תשרי. אזוי גייט די מהלך יעדעס יאר פון פסח ביזן קומענדיגן פסח. דאס איז די מהלך פון די "סדר הזמנים" ווי דערמאנט אויבן.

יעדע תקופה האט זיך אירע שוועריגקייטן און מען מוז אונטערנעמען פארשידענע מערכות איבערצולעבן און אנצוגיין ווייטער. פונקט ווי ביי קינדער איז פארהאן קינדער מחלות, אין אלגעמיין ביז די בר מצוה איז ער נאך אין פארשידענע סכנות, דאס זעלבע ביז שבועות גייט צו א מערכה פון ספירת העומר און שתי הלחם. און מיר האפן ווייטער אז אויב גייט דורך שבועות בשלו', ער ווערט שוין בר מצוה קען מען שוין גיין ווייטער ביז די חתונה, וואס זענען די טעג פון ראש השנה יו"כ, ימי תשובה, ביז נאך סוכות און שמיני עצרת וואס איז "וימינו תחבקני"!

די אלע מערכות דאס זענען די גידול פון עם ישראל, אבער אלעס הייבט זיך אן מיט אהערשטעלן דעם קליין קינד ער זאל זיין געזונט פון אנהויב. דערפאר אין די טעג פון פסח דארף מען זיין אזוי שטארק באווארענט פון א משהו חמץ כדי אוועקצושטעלן א געזונטן לעבן אויף א גאנץ יאר, ווייל באופן כללי א געזונטער מענטש וואס איז אימיוניזירט, אפילו ער כאפט א וויירוס קען ער זיך גרינג ארויסדרייען דערפון, אבער טאמער איז מען שוין אפגעשוואכט פון פריער קען דער וויירוס בלייבן שטעקן חלילה.

דערמיט פארשטייען מיר בעסער וואס די קדמונים זאגן אז ווער ס'עסט נישט קיין משהו חמץ בפסח, איז כל השנה כולה תלוי אין די טעג – ווייל די טעג דהיינו פון פסח ביז שבועות וואס זענען ימי קטנות ביז די בר מצוה, איז דא א באזונדערע שמירה פון די קינדער-מחלות חלילה. אבער איין מאל עס גייט עס אריבער כתיקונן קען מען שוין עסן חמץ און אפילו מקריב זיין שתי הלחם חמץ אויפן מזבח, ווייל דאן איז מען שוין גענוג אויפגעבויעט אז עס שאדט שוין מער נישט און מען קען גיין נאך העכער, וכלשון הזוהר (שם): מִכָאן וּלְהָלְאָה אִתְחָזֵי לוֹן חָמֵץ וְיֵיכְלוּן לֵיהּ, דְהָא לָא יָכִיל לְנַזְקָא לוֹן".


א מינוט – א שעה
עכ"פ, די ימי ניסן זענען זייער געהויבענע טעג, זייער גרויס. מען מוז לייגן א דגוש נישט נאר אויף די מצות, מרור און ארבע כוסות, נאר מיר דארפן פארשטיין די עמקות פון "ראש" חדשים. פונקט ווי אין ימי תשרי ווען עס איז "ראש" השנה, פארשטייט יעדער אז די זמן איז נישט נאר פאר מלכיות זכרונות שופרות, נאר יעדע ברכה, יעדע אשר יצר, יעדע ברכת המזון קוקט דאן אויס אזוי ריין און געהויבן – איר געדענקט אודאי די ברכות המזון פון סעודת המפסקת, עס האט געפלאמט, עס איז דאך געווען מורא'דיג. דאס זעלבע איז אין ימי ניסן וואס זענען הייליגע טעג ימי ראש, און אז מען גייט דורך די הייליגע טעג פארט מען שוין ווייטער פון איין גידול צום צווייטן.

נאר ווי דערמאנט, א לידה קען אמאל זיין במצב סכנה. איז וויכטיג צו וויסן אז עס קען זיין זייער מסוכנ'דיגע טעג, די ישיבות און כוללים זענען דאך פארמאכט, אסאך צייט ווערט פארפאטשקעט מיט גארנישט. די זמנים איז צייט אזוי טייער און חשוב, מען מוז זעהן אנצופילן די צייט מיט תוכן, אדער מיט וואשן און רוימען לכבוד פסח, אדער מיט לערנען און דאווענען, אבער נישט פארפאטשקענען די צייט מיט גארנישט, ווייל דאס איז ראש חדשים ס'איז ימי ראש, און אין פינף מינוט האסטו פארפאטשקעט א גאנץ יאר!


ליל הסדר – אז רוב נסים הפלאת
ביז אהער האבן מיר גערעדט בעיקר פון דעם חודש ניסן בכלליות. אבער די שפיץ פונעם חודש איז דער ליל הסדר, דאס איז דאך באמת די שענסטע נאכט פון יאר, אלעס טוט זיך אין די נאכט, עס איז א נאכט פון נסים.
איידער א קינד ווערט געבוירן לערנט מען אים אויס כל התורה כולה, דערנאך פארגעסט ער אלעס. פארוואס לערנט מען אים אויס כל התורה כולה? בדרך פשטות איז, וויבאלד די תורה הקדושה איז דאך רייד פון השי"ת אליין, דערפאר כדי זיך אויסצולערנען די מורא'דיגע רייד מוז קומען א מלאך רוחני און אריינבאקן די תורה אין אים, און נאר אזוי וועט די צווייטע מאל שוין זיין פול לייכטער (עי' נועם אלימלך ליקוטי שושנה ד"ה משוך).

אויב זאל א קינד ארויסקומען אויף די וועלט ווי א רויע קארטאפל, וואלט ער נישט געקענט פארנעמען תורה. אבער אז אליהו הנביא זאל זיצן מיט אים און אויסלערנען די גאנצע תורה, ווערט עס איינגעקריצט אין זיין נשמה און אין זיין מח, כאטש ער פארגעסט אלעס אבער א רושם פון תורה בלייבט, דאס איז א רישומא דקדושה וואס בלייבט אנגעזאפט אין אים, הערשט דאן קען ער צוריקגיין צו וואס ער האט שוין געלערנט. אין די נאכט פון פסח וואס איז די לידה פון עם ישראל, פאסירט אויך דער נס אז השי"ת בעצמו איז זיך מטפל מיט יעדן איד און לייגט אריין פולע געהויבענע מעלות נשגבות. דאס הייבט זיך אן ביים זמן פון קידוש היום דהיינו קדש, און אזוי ווייטער ביז נרצה. די מעלה נשגבה פון נרצה באדייט אז השי"ת איז מרוצה מיט יעדן איד. דאס איז א דבר ידוע אז די גרעסטע מדריגה פון די גאנצע מציאות איז "לרצון לפני ה'", אז השי"ת כביכול איז נתרצה אליו, דאס איז די גרעסטע מדריגה וואס קען נאר זיין, און דאס איז דער נס פון ליל הסדר!


יום טוב, ימות המשיח
די גרויסע מעלות און מדריגות צו וואס עם ישראל איז זוכה בליל הסדר, דורך מקיים זיין די מצוות פון ארבע כוסות, אכילת מצה מרור און אפיקומן, דאס גיבט חיות און כח זיך אויפצובויען עד אין שיעור.

די ענין פון אכילה ביום טוב איז דאך מעין סעודת לויתן ביי ימות המשיח. יעדער ווייסט אז יו"ט מעג מען טוהן א מלאכה פון אוכל נפש, אבער שבת איז אוכל נפש אסור. וואס איז די הבדל? די חילוק איז, וויבאלד ימים טובים איז נמשל ל"ימות המשיח", און שבת איז נמשל ל"מעין עולם הבא". דאס איז דער טעם פארוואס שבת איז אסור אוכל נפש, ווייל שבת איז דאך עולם הבא און חז"ל זאגן (ברכות יז.): "העולם הבא אין בו לא אכילה ולא שתיה אלא צדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהם ונהנים מזיו השכינה", דערפאר איז נישטא קיין אוכל נפש. ווידער יום טוב וואס איז ימות המשיח, דאן איז יא דא אוכל נפש פון סעודת לויתן, שור הבר ויין המשומר בענביו. דאס זענען די הייליגע סעודות פון א יום טוב!

דורך די מצוות קומט מען צו צום שפיץ פון ליל הסדר, צו א מצב פון "נרצה", די שפיץ שיינקייט פון א איד וואס דער רבש"ע שענקט אונז די נאכט במתנה.

די הייליגע חז"ל זאגן לגבי יום טוב "אין מצוות בלילה", די אלע מצוות פון יום טוב איז מען נאר מקיים בייטאג, חוץ פסח ביים ליל הסדר. ווייל די נאכט ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים איז געווען "ולילה כיום יאיר", ליכטיג ממש ווי די זון האט געלאכטען. און דאס איז די אור פון ליל הסדר ווען מיר ווערן אנגעפולט מיט הויכע מדריגות וואס איז העכער אלע אורות און אלע יופי.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

PDF
אטעטשמענטס
יציאת מצרים לידת עם ישראל 1.pdf
(65.15 KiB) געווארן דאונלאודעד 341 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

ייש"כ גדול
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

פרק ב': ביאור סדר הקערה וסימני הסדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פרק ב'

ביאור סדר הקערה וסימני הסדר



שלשה שותפין יש באדם
אצינד וועלן מיר ארומרעדן עטליכע ידיעות איבער די סדר הקערה וסימני הסדר.

ביים ליל הסדר איז פארהאן דריי הויפט יסודות, דערנאך אסאך פרטים. די דריי יסודות זענען מצה, ארבע כוסות, און סיפור יציאות מצרים. די פרטים הייבן זיך אן מיט קדש, ורחץ כרפס יחץ, און אזוי ווייטער.
אין דעם הייליגן נאכט פון יציאת מצרים ווערן מיר געבוירן פון פריש, דהיינו אונזער צורה הרוחנית, אונזער פנימיות און קדושה ווערט ווידער אויפגעבויעט.

חז"ל זאגן א מענטש איז צוזאמגעשטעלט פון דריי זאכן (נדה לא.): "שלשה שותפין יש באדם, הקב"ה ואביו ואמו", יעדער גיבט אריין געוויסע חלקים אינעם מענטש. אביו נותן לו עצמות, די ביינער באקומט ער פון זיין טאטע. די דם באקומט ער פון די מאמע, "והקב"ה נותן בו רוח ונשמה וקלסתר פנים וראית העין ושמיעת האוזן ודיבור פה והלוך רגלים ובינה והשכל". דאס זענען די דריי הויפט חלקים פון א מענטש: ביינער, בלוט און נשמה, וואס קומען פון די דריי שותפים הקב"ה אביו ואמו.

איז אזוי. די עצם מענטש ווי מיר קוקן אים אן, זעהן מיר א שיין געשטעל א קומה. די קומה ווערט בעיקר געשאפן דורך די ביינער, ווייל אנע ביינער וואלט די פלייש צוזאמגעפאלן און נישט געהאט קיין שום צורה. דעריבער הייסט א ביין עצם, ווייל דאס מאכט די עצמיות פונעם מענטש. ממילא ווען מיר זעהן א מענטש מיט א געשטעל און צורה ווייסן מיר ער האט א טאטע, אזוי זאגן חז"ל.

נאר וואס דען, מען זעהט טאקע א צורה אבער מיר ווייסן נאכנישט אויב עס לעבט, אפשר איז עס א געשטארבענע געשטעל, א מענטש ליגט, ער קען אמאל זיין געשטארבן.

זאגן חז"ל, אז די לעבן די חיים קריגט ער פון די מאמע, לעבעדיגקייט קומט דורך די בלוט, "כי הדם הוא הנפש". ווען מיר זעהן אז די געשטעל פון ביינער טוט אויך לעבן, ווייסן מיר ער האט א מאמע. ער לעבט. ער קען מעגליך זיין א שוטה, קיין שכל זעהט מען נישט, אבער א לעבעדיגער מענטש זעהט מען יא. ער קען גיין און טאנצן כרגיל.

די דריטע זאך איז טאקע דאס, ווען דער מענטש האט שכל. א נשמה מיינט שכל, דהיינו גדלות אין אידישקייט און ערליכקייט, דאס באקומט ער נישט פון טאטן און נישט פון מאמען, נאר פון השי"ת.
יעצט לאמיר צוריקקומען צו די דריי יסודות פון פסח, מצה ארבע כוסות און סיפור יציאת מצרים, וואס זענען אנטקעגן די דריי יסודות וואס באשאפט א מענטש, עצמות דם ונשמה.


מצה - עצמות
מצה איז א גרויסע יסוד אין פסח, נישט נאר ביים עסן די כזיתים, נאר אויך די גאנצע יו"ט בכלליות ווערט אנגערופן "חג המצות", עס איז "לחם שעונין עליו דברים הרבה" די גאנצע רוחניות פון א מענטש שטאמט פון מצה.

מצה ווערט גערופן מיט צוויי לשונות, "נהמא דמהימנותא" און "נהמא דאסוותא", לחם פון אמונה און לחם פון רפואה. באמת זענען די צוויי זאכן איינס, ווייל ריכטיגע אמונה איז א רפואה פאר אלע רוחניות'דיגע מחלות וואס פלאגט בפנימיות פון א מענטש. אזויווי יעדע מאכל האט זיך זיין סגולה צו וואס עס טויגט, האט מצות די סגולה אריינצוברענגען אין א איד אמונה, "נהמא דמהימנותא" ברויט פון אמונה. אזוי איז די טבע פון מצה אז א איד וואס עסט מצות, ברענג עס אריין אמונה בדרך סגולה.

אין ספרי הקדמונים איז מצה מרמז אויף "מוחין דאבא". מיר ווייסן נישט וואס דאס מיינט, אבער בדרך דרש קען מען זאגן אז פונקט ווי ביינער מאכן די געשטעל פון א מענטש, אזוי אויך טוט די מצה שאפן די צורה הרוחנית פון א מענטש. די צוויי זענען היינו הך, ביידע פארמירן א געשטעל פון א מענטש - ביינער די גשמיות'דיגע געשטעל, און מצה-אמונה די רוחניות'דיגע געשטעל. א מענטש מעג גיין קומען טאנצן און שפרינגען אבער אויב ווייסט ער נישט פון השי"ת איז ער נישט קיין מענטש, ער האט נישט קיין שייכות מיט וואס ס'הייסט א מענטש, די עצם מענטש איז וויפיל אמונה און אידישקייט ער האט אין זיך.

עס איז וויכטיג צו וויסן און גלויבן, אז דער כזית מצה וואס מיר עסן יערליך באקט אריין אין אונז אמונה, און דורך אמונה, דאס איז די עצם איד. דעס האט אונז געמאכט פאר א איד לעצטע יאר און דעס מאכט אונז פאר א איד אויף די קומענדיגע יאר. נישט אלעמאל איז מען מרגיש די אמונה בשעת עסן די כזית מצה, אבער מיר גלויבן אז די מצה איז "נהמא דאסוותא", עס היילט אויס אלע מחלות, דאס גיבט דיין רוחניות א מציאות, דאס מאכט דיר פאר א איד, אט די הייליגע כזית מצה מוחין דאבא.


ארבע כוסות - דם
ארבע כוסות איז די יין המשמח, עס גיבט לעבעדיגקייט און חיות אזויווי בלוט פאר א מענטש. דאס הייסט א מענטש קען עסן מצה, אנטון תפילין ציצית ומזוזה, אבער אלעס ווערט געטון ווי א טויטע פגר, אן קיין שום לעבן און גייסט, די לערנען איז טויט, די שופר איז טויט אלעס איז טויט. קומט די ארבע כוסות און בלאזט אריין לעבן, די מצוות זאלן זיין מיט א רצון און שמחה, די תורה זאל זיין מיט א חשק און חיות, עס זאל לעבן אויף אלע באקן ווי א "בן איש חי" (ש"ב כג כ). די לעבעדיגקייט, חשק און שמחה וואס די ארבע כוסות גיסן אריין בלייבט אויף א גאנץ יאר. און דאס איז בעצם גאנץ אידישקייט, ווייל אידישקייט איז דאך לעבעדיגקייט, לעבן מיט רבש"ע, לעבן מיט די תורה, שמחה און צופרידנקייט בה' ובתורתו.

איבערדעם וועט איר באמערקן, אז די מצות ווערט געגעסן בלויז איינמאל ביי מוציא מצה און פארטיג, ווייל דורך איין מאל עסן באקומט מען שוין די מציאות און געשטעל. אבער די ארבע כוסות ווערן געטרונקען פיר מאל דורכאויס די נאכט. חוץ מזה איז ארבע כוסות בכלל נישט פון די סימני הסדר, מען רעכנט אויס קדש ורחץ כרפס וכו', אבער ארבע כוסות ווערט נישט אויסגערעכנט. דאס איז וויבאלד די עצמיות און געשטעל פון א מענטש בלייבט אלעמאל די זעלבע, אבער די ארבע כוסות די לעבעדיגקייט און חשק דארף אריינגיין ביי יעדע פרט פונעם סדר, סיי אין קידוש סיי ביים זאגן די הגדה סיי ביי ברכת המזון צי הלל, אלעס זאל לעבן. דאס מוז מען איבערגיין פון אנהויב סדר ביז די ענדע.

ארבע כוסות איז לויט קדמונים מרמז אויף "מוחין דאמא". אנדערש ווי א טאטע וואס לערנט אויס אמונה אדער אידישקייט, לערנט די מאמע אויס דעם קינד חכמת החיים ווי אזוי צו לעבן. די מצה גיבט אונז אידישקייט, און ארבע כוסות גיבט אונז לעבעדיגקייט.


סיפור יציאת מצרים – נשמה
די דריטע יסוד איז די ענין פון סיפור יציאת מצרים. א איד קען האבן אמונה, ער קען אפילו זיין א לעבעדיגער איד דאס איז אלעס זייער ריכטיג, אבער איר דארפט פארשטיין אז דורך בלויז זינגען און טרונקען פיר כוסות, נו מיט וואס ביסטו לעבעדיג, מיט וואס לעבסטו? דערפאר קומט די הגדה פון סיפור יציאת מצרים, מען דערציילט די ניסים פון יציאת מצרים ויוציאנו, מען זאגט די הלל און ברכת המזון פון ליל הסדר, די אלע הייליגע ווערטער קומען נענטער צום שכל און נשמה, און דאס איז די חלק פון הקב"ה.

אט די דריי מערכות בויען אויף דעם מענטש, לייגן אריין אין אים א גרויסקייט אויף די גאנצע קומענדיגע יאר, דאס זענען די דריי יסודות פונעם סדר.

נאך די יסודות קומען די פרטים, וואס זענען די פופצן סימני הסדר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

באלד וועלן מיר שטעלן די המשך בע"ה און א פולע PDF.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

ביאור סימני הסדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אצינד שטעלן מיר די המשך פונעם מאמר, וואס ערקלערט די סימני הסדר.

צוליב די אריכות, ביטע דאונלאדט די בייגעלייגטע PDF וואס ענטהאלט אלע פרקים, אויך די פריערדיגע ביז אהער, פרינט עס ארויס און האט א אמת'ע עונג יום טוב!
אטעטשמענטס
simonei-Haseder-HaravPinkus-full.pdf
(191.64 KiB) געווארן דאונלאודעד 473 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יהא חלקך בין מזכי הרבים!!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ייש"כ. אויסגעפרינט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

נישט יעצט געהאט די צייט דורכצולערנען, אבער איך האב דאס אויסגעהערט יארן צוריק, (ס'איז א טעיפ אויף אידיש צו באקומען ביי ובלכתך אדער קש"י) און איך זאג אייך אז דער גאנצער סדר האט געהאט ביי מיר אן אנדערע פנים, איך האב ממש געפילט א חיות און יעדע זאך וויסנדיג וואס עס טוט זיך אפ די נאכט.

ווען איינער הערט אויס זיין שיעור און לערנט דערנאך א חסידישע ספר וואס לייגט אראפ וואס פסח איז, וועט די שיעור פון הרב פינקוס צוגעבן אסאך טעם, פרובירט דאס אויס
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח פאר די העתקה און פארן ארויפלייגן.
הדפסתי, וזיכיתי אחרים.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

א גרויסן ישר כח ר' שוועמל א מורא'דיגע שיעור, ארויס געפרינט לכבוד פסח.

אגב מען קען הערן די שיעור אויף 718-298-4641, דערנאך 2, 4, 1, דערנאך 60# און 61#.
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

יעלה ויבא לקראת החג
mlon
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mlon »

דער לינק פין קול הלשון ארבעט נישט ווי קען איך האבען דער דרשה
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

mlon האט געשריבן:דער לינק פין קול הלשון ארבעט נישט ווי קען איך האבען דער דרשה

עס איז אין עברית
http://www.kolhalashon.com/New/Shiurim. ... 9%7CPesach
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ניין די שיעור איז געווען אין אידיש.

עס איז דא א ענליכע שיעור אין עברית אבער ער גייט דארט מיט היבש א אנדערע טוויסט, כאב פאריאר אפילו געטראכט צוזאמצושטעלן ביידע אבער געמאנגעלט אין צייט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

יעלה ויבא לכבוד יו"ט
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

תג נוצער האט געשריבן:יעלה ויבא לכבוד יו"ט


שוועמל האט געשריבן:פרינט עס ארויס און האט א אמת'ע עונג יום טוב!

מאמר מקיף על חג פסח מהרה"צ רבי שמשון פינקוס זצ"ל


שוועמל האט געשריבן:אויף קול הלשון:

http://www.kolhalashon.com/New/Media/Pl ... hiurNum=24
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

ארויף לכבוד די יארצייט, רבי שמשון דוד בן רבי חיים אברהם ז"ל
אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייווישעל »

שוועמל האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 08, 2017 11:42 pm
אפשר קענסטו נאך אמאל לינקן דערצו. די לינק ארבעט נישט
איפה פייוויש?
דא בין איך
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”